☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יהא זכרו ברוך

יהא זכרו ברוך

2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 24, 2014 10:33 pm

· #218413
כוכב
דא איז נישט אייוועלט און א גבאי איז א ציווילע בירגער מיט אלע פריוויליגיעס וואס א פשוטע ציווילע ניק האט.
בכל אופן האב איך אים נישט פערזענליך אטאקירט נאר בבחינת יתמו חטאים ולא כו'.
אלנפאלס, ווען א מענטש שפילט זיך ארום מיט יו. אר. על. און קאודס צו לינקען צו דריי אהאלב ווערטער פון אן אומגעצייטיגטע סייט, אנשטאט קאפיען יענע שטיקל אינפורמציה, שרייט עס אבסורדיזם אז א טויבער קען הערן.
אגב דאגב, מארגן ווער איך אויס גבאי...

ניין. איך בעיט דיך. זעה אויס צו פועל'ן לכה"פ אויף נאך א חודש. נאכדעים קומט דאך די ימים נוראים, ווען אידן זענען אריינגעטון תשובה צו טון און מקיים זיין מצות. און חודש תשרי ליגט קיינעם נישט אין קאפ ווער ס'איז גבאי. נאכדעים איז מען פארנימען מיט אוועקלייגן די סוכה און שיקן די בחורים לערנען אין ישיבה. חודש כסליו איז דאך דער חודש פון חנוכה (שיער פארגעסן. כ"א כסליו.). און פאר עשרה בטבת פאסט ווייטער נישט אוועקצושיקן אזא געטרייען גבאי. און ווי מ'דרייט זיך נאר אויס איז דאך שוין באלד חמשה עשר בשבט. ראש השנה לאילנות. א זמן פון שמחה. פאסט ווידער נישט אוועקצושיקן א גבאי. און נאכדעים קומט דאך פורים קטן. ס'הייסט היי יאהר איז נישט דא קיין פורים קטן. נו, פורים פאסט דאך זיכער נישט אויפצוזאגן פאר א גבאי. אט שטייט שוין פסח ביי די טיר. קענמען דאך נישט אויפזאגן פאר א יוד זיין פאזיציע סתם אזוי. און אין די ספירה איז מען זיך נוהג אז מ'פארשיקט נישט קיין מענטשן. אט קומט שוין באלד דער הייליגער יו"ט שבועות. דער יו"ט פון קבלת התורה. קענמען דאך זיכער קיינעם נישט פארשיקן. און נאך שבועות קומט דער זימער, א יעדער פארט דאך אין קאנטרי. (ס'הייסט. א יעדער חוץ איך.). און זימער איז דאך ממילא נישט קיין נפק"מ ווער ס'איז גבאי. און נאכ'ן זימער קומט דאך חודש אלול. וחוזר חלילה... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😂 🙄 😮

BAL TSHIVA » זונטאג אוגוסט 31, 2014 11:01 pm

· #220300
BDE benzoin weiss ben Srul duvid Weiss passed way at age 64 B" T

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 2:39 pm

· #221144
[ציטאט אראפגענומען]

מסתמא ווייל זיין מאמע האט געהייסן "טשארנא" . אין יוראפ איז געוועין א מנהג אז מ'האט איינעם גערופן מיט פארשידענע צו-נעימען, ענדערש ווי אויף זיין משפחה נאמען. צומאל אויפ'ן טאטנ'ס נאמען און אמאל אויף די מאמע'ס נאמען. אויך לויט די פאך וואס מ'האט געהאט. אין וואס מ'האט עוסק געוועין פאר פרנסה..
איכ'ל ברענגען א ראיה פון איינעם זייער א טמא'נעם יונג (וואס איך האף אז ר'איז שוין געפייגערט. און אויב נישט זאלל עס מקויים ווערן במהרה.) להבדיל בין טומאה לטהרה. ער הייסט אייזיק באשעוויס, זינגער. ער איז געוועין א זון פון א דיין. און זיין מאמע האט געהייסן "בת-שבע"/ בת-שבע'ס. ער האט געשריבן מעשה'לעך אויף אידיש. אבער ס'איז געוועין פול מיט טומאה און זוהמא און ניבול פה. איך האב איינמאל פארבלאנדזשעט צו די צייטונג דער פארווערטס. האביך דארט געליינט איינס פון זיינע שרייבעכצער. איך האב עס געמיזט אראפלייגן אין מיטן, ווייל ס'איז מיר געקומען צו ברעכן פון זיינע ניבול פה און אפיקורסות. איכ'ל דא ניצן א פאר מאמרים פון מיינע גיטע פריינט. ר' סענדער דער דייטש וסייעתו. עפרא לפומיה. און שם רשעים ירקב... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😢 😞 😉 😮

מ גפני » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 2:13 pm

· #221393
נעכטן איז נפטר געווארן ר' יוסף מרדכי בערקאוויטש ע"ה פון די מקורבים בבית רבינו בעל הברך משה ז"ל

BAL TSHIVA » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 12:18 am

· #222009
BDH: Hght"z Naftula Landau Zt"l, Dometz Chist,(98yrBP) father Dometz Tosh BP h.

Chasidishmashpia » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 3:40 am

· #222382
daughter of reb. chaim kanyevskey who who married to son of r' shtiman passed away.

ברוך שאמר » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:37 am

· #226471
ר' מענדעל ווייס ע"ה

דריידל » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:25 pm

· #226555
בד"ה
ווייסט איינער איבער זיין היסטאריע? אלץ קינד האט מען געשמיעסט אז ער איז געווען א סאטמארע תלמוד, געווען חתונה געהאט מיט קינדער. זעהט אויס עפעס האט אים געכאפט (אפשר מאלעסטעט געווארן) און ער האט באשלאסן צו פראווענען גלות. מיט יארן צוריק איז געווען א שמועה אז מ'האט אים פארכאפט און אים ערגעץ אוועקגעפירט ווי מ'האט אים אפגעוואשן, אפגעשוירן די פארקניפטע בארד און פיאות, און אנגעטון נארמאל, אבער ביז א קורצע צייט איז ער געווען צוריק ווי פריער.

איך געדענק ווי ער פלעגט שפעט ביינאכט ברענגן קוקיס צו לעיקוואד מנין אין בארא פארק אז די אידן וואס וועלן קומען לערנען זאלן האבן וואס איבערצובייסן. איך בין זיכער אז די וואס האבן עס געגעסן האבן נישט געוויסט אז ס'קומט פון אים.

יהא זכרו ברוך

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:52 pm

· #226562
ייש"כ. אויך געדענק איך ווען איך האב געלערנט אין פאפא ישיבה אין קווינס, בשנת תשכ"ה לפ"ק, ווען כ'האב געדאוונט מנחה-מעריב אין פאפא בית המדרש, איז ר' מענדל ווייס ע"ה געוועין איינער פון די מתפללים דארט. ער איז געווען אנגעטון נארמאל און אויסגעזעהן ווי א בעל-בתיש'ער יונגערמאן. ער האט געהאט אן עלטערן ברודער, חיים יאנקל, ע"ה. אבער דאס איז שוין אן אנדער פרשה... 😐 😐 😐 😐 😐 😐 😐 😕 😢 😞 😐 🙄 😮

כוכב » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:58 pm

· #226565
ער איז זיכער געווען א צעבראכענעם מענטש וואס איז אפגעקומען מיט זיינע יסורים דא אויף דער וועלט, אבער די אלע מעשיות כאילו ער איז געווען א צדיק נסתר איז שוא ושקר ושמעתי מענין מהותו מנאמן וואס האט זיך אפגעגעבן מיט אים ודי בזה.

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:09 pm

· #226567
א ל"ו מאלעסטער, אדער א ל"ו צדיק.

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:17 pm

· #226570
קאווע טרינקער
א ל"ו מאלעסטער, אדער א ל"ו צדיק.

ס'געוועין אזאלכע שמועות אויך. אבער ס'איז נישט קאנפירמ'ד... 😕 😐

גאלד » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:19 pm

· #226590
ל"ו צדיק??? וואס טוט זיך מיט בל תשקצו, נקיות, ער האט מיך מאלעסטעד יעדס מאל איך בין געווען אין זיינע 200 פיס...פוי!...

נו שוין, איך בין מלמד זכות ער איז געווען גייסטיש צירידערט,

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:43 pm

· #226597
200 פוס? האט ער געהאט לאנגע הענט ווי בתי'?

נו שוין, עשי"ת, צוריק צום ענין, זאלן אלע רוען אין גן עדן.

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:52 pm

· #226601
גאלד
ל"ו צדיק??? וואס טוט זיך מיט בל תשקצו, נקיות, ער האט מיך מאלעסטעד יעדס מאל איך בין געווען אין זיינע 200 פיס...פוי!...

נו שוין, איך בין מלמד זכות ער איז געווען גייסטיש צירידערט,

ער איז טאקע געוועין גייסטיש צורודערט, ל"ע. מ'האט געשמועסט אז דאס איז געוועין א משפחה קרענק, ל"ע... 😕 🙄 😢 😞 😮

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:08 pm

· #226605
אינטערעסאנט, די חסידישע קינדער האבן אים גערופן מענדל די חזיר, די ליטווישע האבן אים גערופן mendel the coat rack. א מיסטעריעזע כאראקטור, וועט אלעמאל געדענקט ווערן אין די בארא פארק'ער היסטאריע צווישן איר לאנגע ליסטע פון מאדנע מענטשן.

קאווע טרינקער » מוצ"ש אקטאבער 4, 2014 11:09 pm

· #227340
המודיע באשרייבט אים:

On 6 Tishrei, Boro Park lost one of its mysterious souls, Reb Mendel Weiss. Known for his many layers of coats packed with papers, even to the many good-hearted Yidden who cared for him, his essence remained hidden.

“He was a soft-spoken person,” said one Boro Park resident. “If you let yourself get to know him, he had a very sweet smile. No one knew what was behind him, but he seemed to be a happy person, despite his obviously difficult circumstances.”

One individual who was particularly involved in providing for his welfare said that he just “didn’t want anything in this world. He just wanted to be mezakeh others with chassadim.”

Reb Mendel lived with near-complete removal from olam hazeh. A family where he frequently ate related that he rarely had more than a glass of seltzer and a piece of cake.

This caregiver related that he was always very grateful to those who provided for his needs and had a wonderful sense of humor.

In Reb Mendel’s later years, he resided for some time in Palm Gardens on Avenue C, where his needs were cared for with the greatest warmth and attentivness.

A Hamodia staffer remembers her father telling her that Reb Mendel was in Nitra Yeshivah with him in Mt. Kisco in the 1950s. Her father always expressed admiration for Reb Mendel’s hasmadah in learning, and how readily he shared his knowledge with others.

Always living somewhat above the natural order of things, on a recent visit to the hospital doctors remarked that they could not understand how someone suffering from so many infections could be alive.

Reb Mendel’s avodah was wrapped in mystery. He was very punctilious about observing yahrzteiten of family members and tzaddikim, and knew how to learn. But for every inch that one could observe, there was much more that remained unknowable.

Yehi zichro baruch.

ארבעס » זונטאג אקטאבער 5, 2014 12:25 am

· #227347
קריינא דאיגרתא
הג"ר חיים חנא טשארנעס זצ"ל
פון די אמאליגע צדיקים וואס האבן באשיינט וויליאמסבורג מיט אצילות און ענות חן. ער איז געוועהן א תלמיד פון ר' ראובן, און שפעטער האט ער געהאט א ישיבה און כולל אין יאנקערס.

לאנגע יארן האט ער געדאווענט אין פוילישע שטיבל אויף ראסס סטריט, וואו ער איז געוועהן דער מנהיג רוחני (נישט דער אפיציעלע רב), און האט געהאט געוויסע רבנישע פונקציעס ווי שלוש סעודות תורה און פארקויפן די חמץ.

יארן צוריק האט ער פארלוירן א זוהן, און אין א טראגעדיע וואס האט אויפגעשאקעלט די וועלט האט ער פארלוירן אן אייניקל ביי א הכנסת ספר תורה, נאכדעם וואס א שטאנג פון די חופה האט אים געשעדיגט.

אין די לעצטע יאהרן נאכדעם וואס זיין רעביצין אין נפטר געווארן האט ער געוואוינט ביי א טאכטער אין בענזענהוירסט.


די מעשה פין אייניקעל ביי הכנסת ספר תורה איז דאס געוועהן בערך 20 יאר ציריק ביי 12 עוועניו אין 45?

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 5, 2014 5:50 pm

· #227528
ר' מרדכי לענעראוויטש ע"ה. 89 יאר. היינט געוועין די לוויה אויף ראדני. ער איז געוועין פון די ערשטע מענטשן פון רבי'ן זי"ע דא אין אמעריקע.
ער איז געוועין א איד א גרויסער ת"ח, א זון פון קעמעטש'ער רב ז"ל. ר'איז געוועין א נהנה מיגיע כפיו. אלע יארן געארבעט אין א ניטינג פעקטארי. מיט עלעף יאר צוריק, בערך האט ער געליטן א סטראוק, ל"ע..
ער איז געוועין א מוסטער פון א פארצייטישן חסידיש'ער איד. ער האט געהאט פארשידענע חומרות.למשל, ער האט נישט געגעסן קיין געבראקטס, נאר אין ספעציעלע כלים. אויך נאר ווען ס'איז געוועהן אן עיבור יאר. (ווייל דאמאלס שטייען די כלים גאנצע צוועלעף חדשים(.
יהא זכרו ברוך...!

פיינע קאווע » זונטאג אקטאבער 5, 2014 6:04 pm

· #227531
אויב מעג איך פראגען. וועלכע רבי'ן זי"ע ?

איך אויך » זונטאג אקטאבער 5, 2014 6:07 pm

· #227532
ארבעס
קריינא דאיגרתא
הג"ר חיים חנא טשארנעס זצ"ל
פון די אמאליגע צדיקים וואס האבן באשיינט וויליאמסבורג מיט אצילות און ענות חן. ער איז געוועהן א תלמיד פון ר' ראובן, און שפעטער האט ער געהאט א ישיבה און כולל אין יאנקערס.

לאנגע יארן האט ער געדאווענט אין פוילישע שטיבל אויף ראסס סטריט, וואו ער איז געוועהן דער מנהיג רוחני (נישט דער אפיציעלע רב), און האט געהאט געוויסע רבנישע פונקציעס ווי שלוש סעודות תורה און פארקויפן די חמץ.

יארן צוריק האט ער פארלוירן א זוהן, און אין א טראגעדיע וואס האט אויפגעשאקעלט די וועלט האט ער פארלוירן אן אייניקל ביי א הכנסת ספר תורה, נאכדעם וואס א שטאנג פון די חופה האט אים געשעדיגט.

אין די לעצטע יאהרן נאכדעם וואס זיין רעביצין אין נפטר געווארן האט ער געוואוינט ביי א טאכטער אין בענזענהוירסט.


די מעשה פין אייניקעל ביי הכנסת ספר תורה איז דאס געוועהן בערך 20 יאר ציריק ביי 12 עוועניו אין 45?

יא ,איך בין געווען דארט אויפן סצענע גלייך דערנאך. און דעמאלטס האט מען תיכף אויפגעהערט מיט די מאדערנע איינפירונג פון שלעפן די חופה מיט א ווען נאר מען איז צוריקגעגאנגן צום אלטן מנהג פון עס טראגן מיט די הענט ווי אלע יארן (כדרכו האבען מאנכע עס דעמאלטס תולה געווען אין דעם).

דאכט זיך אז לעצטענס איז ביי מאנכע צוריק אריין די מנהג לא טוב און מען דארף עס מבטל זיין.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 5, 2014 6:21 pm

· #227536
פיינע קאווע
אויב מעג איך פראגען. וועלכע רבי'ן זי"ע ?

א שאד דו קענסט נישט זעהן וויאזוי איך לאך... ווייל סמיילי'ס אליין קענען נישט אויסדרוקן די עמאציע...!

blauvelt » זונטאג אקטאבער 5, 2014 6:40 pm

· #227544
Where was he buried new or old chelka

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 5, 2014 6:45 pm

· #227548
blauvelt
Where was he buried new or old chelka

If you are really "dying" (ch"v) to know, I'll check and get back to you... 😂

blauvelt » זונטאג אקטאבער 5, 2014 6:52 pm

· #227551
גראדע נישט איינער האט מיך פשוט געפרעגט

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 5, 2014 6:54 pm

· #227552
blauvelt
גראדע נישט איינער האט מיך פשוט געפרעגט

או.קעי. איכ'ל טשעקן, בלי"נ. נאר ס'איז מסתבר אז ביי די נייע ווייל ער איז געוועהן פון די זאלונים...!

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 1:21 am

· #227633
berlbalaguleh
blauvelt
גראדע נישט איינער האט מיך פשוט געפרעגט

או.קעי. איכ'ל טשעקן, בלי"נ. נאר ס'איז מסתבר אז ביי די נייע ווייל ער איז געוועהן פון די זאלונים...!

יא. קאנפירמ'ד מיט די משפחה. נייע. אין איין שורה מיט אנדערע חשוב'ע אידן תושבי וויליאמסבורג. ווי ר' יצחק נאה דער סופר. און אנדערע .

היסטאריקער » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 12:43 pm

· #227702
אינטערסאנט אז דעים ר"ה זענען נפטר געווארן צוויי חשובע אידען הרה"ח ר' משה הענדלער און הרה"ח ר' בנציון אינדיג ע"ה, און עס איז נישט דערמאנט געווארן דא

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 12:56 pm

· #227705
היסטאריקער
אינטערסאנט אז דעים ר"ה זענען נפטר געווארן צוויי חשובע אידען הרה"ח ר' משה הענדלער און הרה"ח ר' בנציון אינדיג ע"ה, און עס איז נישט דערמאנט געווארן דא

פארוואס?!
ר' מרדכי לענעראוויטש ע"ה, וועלכער איז געוועין זייער באקאנט אין וויליאמסבורג, אין ביהמ"ד אויף ראדני, איז אויכעט נישט דערמאנט געווארן דורך קיינעם, חוץ פון אני הקטן!!!... ❓

סאשי פיש » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 7:43 pm

· #227791
קיינער רעד נישט פון חיים אלעזר פערלמוטער, ער פלעגט יארן אנפירען די מנין ווי ער פלעגט עס רופען "מנין במתינות" אין ראדני בהמ"ד, ער פלעגט הענגען צעטלעך דערפון, און אריינלייגען אין דבר יום ביומו דערוועגען.
לשבחו האט ער ביי זיין לוויה געהייסען אויסרופען אז וועמען ער האט נערוועז געמאכט מיט זיין שטאטע דאווענען (מנין) בעט ער איבער!
photo (11).JPG

ברוך שאמר » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 2:19 am

· #227876
פריידע ווינבערגער היה אשת ר' משה יוסף ווינבערגער

shem-tov » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 11:58 am

· #228267
ר' חיים רייזמאן ע"ה פון קרית יואל

elter-zeide » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 12:35 pm

· #228274
בד"ה ר' חיים רייזמאן? איז ער געווען קראנק?

קליגער אינגערמאן » זונטאג אקטאבער 12, 2014 1:57 am

· #228416
ווי אלט איז ער געווען?

יאסל ראקאווער » זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:06 am

· #228425
א פארבארגענע מיסטעריע. לאמיר אנפאנגען עס אנטפלעקען דורך אויסגעפינען צום אלעם ערשט, ווער איז די בעל הבית פון די הויז וואס האט פאר יארן געהאט א סטאר וואס חוץ פינעף צענט קאפיס האט עס גארנישט פארקויפט. און דאס אין א צייט וואס א קאפי האט געקאסט איבערעל כאטש צען צענט.

ווער האט באצאלט די רענט? און וואס איז געשען מיט זיין חבר די נזיר מיט די קאלטענעס וואס האט קיינמאל נישט געקויפט א נייע קלייד. דער שווארצע באוואקסענע האר מיט א סוט מער שטריק ווי סחורה.

וואס איז דארט פארגעגאנגען?

זאל אים די שמחת חתן וכלה ביישטיין

סאשי פיש » זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:11 am

· #228427
[ציטאט אראפגענומען]
image.jpg

הדד בן בדד » זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:20 am

· #228429
סאשי פיש
[ציטאט אראפגענומען]


אההא, די פיקטשער איז נאך פון די גאר גוטע יארן זיינע

דער שכן » זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:53 am

· #228432
יאסל ראקאווער
א פארבארגענע מיסטעריע. לאמיר אנפאנגען עס אנטפלעקען דורך אויסגעפינען צום אלעם ערשט, ווער איז די בעל הבית פון די הויז וואס האט פאר יארן געהאט א סטאר וואס חוץ פינעף צענט קאפיס האט עס גארנישט פארקויפט. און דאס אין א צייט וואס א קאפי האט געקאסט איבערעל כאטש צען צענט.

ווער האט באצאלט די רענט? און וואס איז געשען מיט זיין חבר די נזיר מיט די קאלטענעס וואס האט קיינמאל נישט געקויפט א נייע קלייד. דער שווארצע באוואקסענע האר מיט א סוט מער שטריק ווי סחורה.

וואס איז דארט פארגעגאנגען?

זאל אים די שמחת חתן וכלה ביישטיין


יענער הייסט (אדער האט געהייסן) אפרים (מיט א פתח אונטער די רייש). געדענק איך נאך ווען אפרים האט נאך געהאט א הויכע ביבער-היט זייער הענדי און גוט הארציג. הרב גרינבערג האט אמאל געהאט די קרלבך מוצאי שבת אידיש שוי מיט ר׳ שלמה׳לע אסאך מאל לייוו. מען האט געפרעגט שאלות פון הלכה, אויב האט מען געוואוסט איז מען געווען א געווינער ביי אך-טוב רעסטעראנט אין בארא-פארק אויף 13טע עוו.
" Ach Tov is the best"
Commercial made by Country Yossi

הרב גרינבערג פלעגט אויך צו דאווענען ביי סקווירא בארא פארק אויף 47טע גאס 13-14.

פארוואס האטעס געהייסן ״זעלדא׳ס״?

כ׳דענק ווען מ׳פלעגט נאך דארט אריינגיין אמאל קויפן טרימינג צוגעהער.

יהא זכרו ברוך.

דער שכן » זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:55 am

· #228433
הדד בן בדד
סאשי פיש
[ציטאט אראפגענומען]


אההא, די פיקטשער איז נאך פון די גאר גוטע יארן זיינע


גאר גוטע? נעעעה. די גאר גוטע איז געווען ווען זיין בארד איז נאך נישט געווען גרוי.

ברוך שאמר » זונטאג אקטאבער 12, 2014 7:08 am

· #228449
זיין מאמע ע"ה גאר א חשובע פרוי איז געווען די ב"הב פין די געשעפט

תמימותדיגע » זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:43 pm

· #228513
יאסל ראקאווער
א פארבארגענע מיסטעריע. לאמיר אנפאנגען עס אנטפלעקען דורך אויסגעפינען צום אלעם ערשט, ווער איז די בעל הבית פון די הויז וואס האט פאר יארן געהאט א סטאר וואס חוץ פינעף צענט קאפיס האט עס גארנישט פארקויפט. און דאס אין א צייט וואס א קאפי האט געקאסט איבערעל כאטש צען צענט.

ווער האט באצאלט די רענט? און וואס איז געשען מיט זיין חבר די נזיר מיט די קאלטענעס וואס האט קיינמאל נישט געקויפט א נייע קלייד. דער שווארצע באוואקסענע האר מיט א סוט מער שטריק ווי סחורה.

וואס איז דארט פארגעגאנגען?

זאל אים די שמחת חתן וכלה ביישטיין

או שמעריל שמעריל, מיר באוויינער דיר דיין צער און פיין וואס דו האסט מיט געמאכט אויף דער וועלט וועט דיר באגלייטן אויף יענער וועלט. ער האט זיך אוועקגעגעבן פאר כולל חיבת ירושלים, רבי מאיר בעל הנס. זיין לייב און לעבן איז אריין און דער צדקה. אזוי אויך האט ער סוף ימיו געטוהן און אנדערע צדקות ארץ ישראל. דאס אלעס וועט אים באגלייטן לעולמו.

דער בנין געהערט פאר די גאנצע משפחה, אלע זיינע ברודער און שוועסטער. ער האט געירשנט די געשעפט פון זיין מאמע מרת זעלדא. קיין גרויסע הכנסה איז שוין נישט אריין געקומען און זיינע יארן וואס ער האט געפירט די געשעפט.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים

יאסל ראקאווער » זונטאג אקטאבער 12, 2014 6:43 pm

· #228545
שטעלט זיך ארויס אז מר. זעלדא איז געווען א אוהב חכמה. מ'הייבט אן הערן אז ער האט געקויפט אין בית הספר ספרי מחשבה. דער יונגערמאן וואס איז געווען אינגאנצען פארפרעמד אין וויליאמסבורג האט געלערענט אין באבובע ישיבה אלץ בחור און האט געהאט א הונדרעטע חברים אין באבוב. ער איז געווען נאנט מיט ר' נפתולטשע ז"ל און ער האט מיטגעלעבט די קאך קעסעל פון די מלחמה דארט ווי אלע אנשי שלומינו ד'באבוב. איבער די יארן האט ער צוזאם געמאכט צרות יגון ואנחה. און די איינציגע געשמאק און זיין לעבען איז געווען דאס קאלעקטען געלט פאר עניי ארץ ישראל. פלעגט ער דארט זיצען עלנד אליין, טאקע ווי זעלדא, אין די בעיק פון זיין פארכמורעטע קרעמעל און געציילט די קוואדערס און פעניס פאר כוללי שומרי החומות. און ווען ער האט אנגעזאמלט אפאר דולר איז ער כאטש איינמאל א יאר אראפ געפארן עס פארטיילען. היינט ביי זיין לוויה איז ער באגלייט געווארן דורך כמעט טויזענט באבוב חול המועד יידן בראשות די רבי שליט"א. ווען ער האט ווען א אפשען וואלט דאס טאקע געווען זיין לעצטע וואונטש.

ס'איז מיר געווען א מאמענט פאר ריפלעקשען, א יעדע מענטש איז א וועלט. זעלדא( זייטס מיר מוחל, ביי מיר איז ער נישט שמערל, ביי מיר בלייבט ער זעלדא) איז אויך געווען אמאל א קליינע בעבי וואס זיין מאמע איז געווען פרייליך יעדען טאג צו אים און זיך געטשאטשקעט. זעלדא איז ביי מיר אלץ געווען די מאדנע יונגערמאן מיט די אלטע שמוציגע סוט קעסעל וואס פאר צען טויזענט קאפיס וועט ער נאך אלץ בלייבען פארכמורעט. איך האב אים טאקע נאר געזען מיט אנדערע עלנדע אורחי פרחי. זעלדא האט אבער געהאט א לייף.

שכויעך @איש עברי פאר מיך אינספייערען צוצולייגען קאפ צו די פארוואגלטע נשמות.

בעט מיר ביי זעלדא, גייסט ארויף בעולם העליון, נעם דיינע פריינט און גיי זיי מליץ יושר אויף די פארוואגלטע נשמות, ברוחניות. ווער נאך ווי די ווייסט..אויך בעט איך דיר איבער פאר אלעס. די ביזט אין הימעל בעולם האמת . די ווייסט וואס איך מיין.

יין שרף » זונטאג אקטאבער 12, 2014 7:32 pm

· #228556
קודם כל זעה איך אז ער איז געווען א רעכט חסידיש אידל, והא ראיה ער פארמאגט אפאר נעמען...
קען מיר איינער מסביר. ווער דער זעלדא/שמעריל/יענקל איז געווען? (חוץ פון די מאווי האב איך קיין אהנונג ווער דאס איז)

קאווע טרינקער » זונטאג אקטאבער 12, 2014 7:53 pm

· #228563
חיים אייזיק ב"ר שבתי (ווידער) ע"ה , געטראפן הענגן אין טיללעס צענטער, קווינס.

לית דין בר נש » זונטאג אקטאבער 12, 2014 11:39 pm

· #228634
@קאווע טרינקער ווידער אדער וויגדער?
וואס איז דאס טיללעס צענטער?

BAL TSHIVA » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 12:00 am

· #228641
In queens Tilles Center for the Performing Arts

דולה ומשקה » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 11:03 am

· #228703
איז נישט דארט געוועהן דער 'אונטערן' שפיל?

תמימותדיגע » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 2:17 pm

· #228740
יין שרף
קודם כל זעה איך אז ער איז געווען א רעכט חסידיש אידל, והא ראיה ער פארמאגט אפאר נעמען...
קען מיר איינער מסביר. ווער דער זעלדא/שמעריל/יענקל איז געווען? (חוץ פון די מאווי האב איך קיין אהנונג ווער דאס איז)

י סטאר האט געהייסן זעלדא'ס טריממינג (איך מיין אז עס האט געהייסן אזוי פון זיין מאמע).
ער האט געהייסן יעקב שמערל. מען האט אים גערופן שמערל.

קליגער אינגערמאן » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 2:25 am

· #228857
היינט איז נפטר געווארן הרה"ח ר' ישראל שלום בן חיים צבי גאלדבערגער ע"ה. 94
ת.נ.צ.ב.ה.

טיטאניק » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 6:03 pm

· #228942
קאווע טרינקער
חיים אייזיק ב"ר שבתי (ווידער) ע"ה , געטראפן הענגן אין טיללעס צענטער, קווינס.

פארוואס איז מען אזוי שטיל מיט פרטים?
איז דאס געווען א זעלבסמארד? ווידער איז א היימישע נאמען איז ער געווען א היימישער?
דיטעלס פליז
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45