נעבעך, וואס איז דער רבותא פון דער בילד
יהא זכרו ברוך
2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45
די רבותא איז אז מען זאל לאזן יעדן קינד גיין על פי דרכו און נישט בידים אים שטיפן צו Footsteps.
או יאמר. אז מזאל נישט זאגן ברוך שפטרנו פאר משטויסט זיי ארויס פון שטוב. גדול זיך אינדרויסען. און ליידיגיי נישט אויפן טאטןס חשבון
מ'דארף א יעדן אננעמען אזוי ווי ער/זי איז. קיינער קען זיך נישט גרויסהאלטן לגבי א צווייטן אז ער איז מער פון יענעם. סיי ווען מ'קומט זיך צוזאם ביי שמחות אדער ח"ו ביי אנדערע געלעגנהייטן.
ביי אונז אין די משפחה איז דא מענטשן פון אלע שיכטן און קרייזן (אזוי ווי דער בלאט האט עס ליעב אראפצולייגן.). חסיד'ישע, ליטווישע. און מאדערנע. אבער אלע זענען ערליכע אידן. מיינע קינדער ווייסן אז דער פעטער וועלכער שעיווט זיך איז פונקט אזוי חשוב ווי דער פעטער וואס איז א העיליגער איד, וועלכער עסט נישט ביי א שמחה נאר וואס ס'ווערט געברענגט פון זיין שטוב. מיט'ן תירוץ אז ס'איז צוליעב געזונטהייט. ער וועט אבער זיצן ביי איין טיש מיט ישיבה יוניווערסיטי יונגעלייט און בחורים. און די זעלבע ביי די מער מאדערנע מעמבערס פון אונזער משפחה. זיי רעספעקטירן דעם חסיד'ישן לבוש. און זיי וועללן נישט לאזן פאללן א ווארט פון גרינגשעצונג אויפ'ן חסיד'ישן לבוש און לעבנסשטייגער. אפילו פאר א ווערטל...!

רבי חיים האפנער ז'ל פון לאס אנדזשעלעס אין עלטער פון 91.
עפעס פרטים איבער זיין לעבן און פערזענליכקייט. אפשר א בילד אויך...! יהא זיכרו ברוך...!
newkaveרבי חיים האפנער ז'ל פון לאס אנדזשעלעס אין עלטער פון 91.
בעמח''ס זוקף כפופים כהלכתו
Chasidishmashpianewkaveרבי חיים האפנער ז'ל פון לאס אנדזשעלעס אין עלטער פון 91.
בעמח''ס זוקף כפופים כהלכתו
תיקון טעות, זיין חיבור הייסט ילד שעשעועים
הוא "בעל מחבר" אבל לא רבי
He said his swinging lifestyle might have been a reaction to growing up in a repressed family where affection was rarely exhibited. His so-called stunted childhood led to a multi-million-dollar enterprise

אה, יענער ר' חיים האפנער. המכונה היו העפפנער. מוציא לחושך מכתב עת ילד שעשועים. חוטא ומחטיא את אומות העולם תושבי אמעריקע וכל העולם כולו...!
איך בין נייגעריג וויאזוי די מלאכי חבלה וועללן איהם רופן. יעמוד ר' חיים...! קום. אונז (מלאכי חבלה) גייען שפיעללן א ביסל באלל מיט דיר. מ'וועט דיך ווארפן אינ'ם כף הקלע (פרעגטץ מיך נישט. ווייל כ'ווייס נישט וואס דאס מיינט.). אזוי ווי ס'שטייט אין די הייליגע ספרים הק'. קב הישר און ראשית חכמה...ויבוא על שכרו...!

ר' משה ראטענבערג זצ"ל אבד"ק וואודיסלוב
לוי' געווען נעכטן נאכט ביי זיין ביהמ"ד
נאך געדאוונט כל נדרי פאר'ן עמוד נישט אויפגעשטאנען צופרי
83
תנצב"ה

דער דאסער הייסט ארי שמעלצער, פון די גרעסטע בעלי חסד אין מאנטרעאל.
ער איז א גאר אנגענומענער און גרויסע עסקן אין מאנטריאל, טוט פאר הצלה, רפואה וחסד, אידן אין תפיסות און נאך.
ביליג
דא זעהט א 10 מינוטיגע ווידיאו ווי סקווירא רבי איז מנחם אבל משפחת שמעלצער. הערט ווי ליפא דערציילט פאר'ן רבי'ן אז ווען ער האט זיך ארויסגעצויגן פון סקווירא האט אים זיין טאטע ז"ל דערציילט אז ס'איז דא א שטריק צוגעבינדן פון סקווירא רבי'ס הויז ביז זיין הויז וואס רייסט זיך נישט איבער...
<a class="postlink" href="https://youtu.be/Xnr9h2dJgQE">https://youtu.be/Xnr9h2dJgQE</a>
ר' יעקב שלום פרידמאן, מאנסי
שמיני עצרת צופרי.
שמיני עצרת צופרי.
בלום פון וויליאמסבורג
Re: יהא זכרו ברוך
ברוך דיין האמת: אין אנטווערפן איז פלוצלונג נפטר געווארן די יום טוב רבי אהרן (ארי) לויבער ע״ה א זוהן פון הרה״ח ר׳ שלמה ע״ה, מחשובי אנשי שלומינו אין עלטער פון 66 יאר.
ארי האט געוואוינט אין כינע און האט געוויילט יום טוב אין אנטווערפן ביי א חבר. ערב יום טוב האט ער זיך נישט גוט געשפירט ליידענדיג פון א שווערע הארץ אטאקע ל״ע, און ער איז אוועק אין שפיטאל צו די צער פון זיינע קרובים.
ער איז געווען א גרויסע מכניס אורח פאר די פילע געסט, בעלי בתים און משגיחים וועלכע פלעגן פארן צו כינע פאר ביזנעס צוועקן.
די לויה וועט ארויסגיין מארגן זונטאג אין אנטווערפן אויפ׳ן וועג קיין שיכון סקווירא. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

ביליגברוך דיין האמת: אין אנטווערפן איז פלוצלונג נפטר געווארן די יום טוב רבי אהרן (ארי) לויבער ע״ה א זוהן פון הרה״ח ר׳ שלמה ע״ה, מחשובי אנשי שלומינו אין עלטער פון 66 יאר.
ארי האט געוואוינט אין כינע
די לויה וועט ארויסגיין קיין שיכון סקווירא.
סקווירא האט חסידים אין כינע?
איז דא נאך א חסידות אזוי?
ביי טיש רופט מען אויס אלע חסידים פון כינע שטעלן משקה
Re: יהא זכרו ברוך
ער איז א ברודער מיט ר' נתן לויבער , די בעה"ב פון נר מצוה
איר רעדט דא סתם שטותים. ער איז נישט געווען קיין 60
Re: יהא זכרו ברוך
קען זיין, איך האב נישט געשריבן
טייערע אידען בואו חשבון! עס איז די סאמע הייליגסטע טעג פון יאר און יעדן טאג פרישע קרבנות אין מאנסי אליינס צוויי אינגע מענטשען שמיני עצרת פרידמאן מיט תילים פלוצלים נעבאך, און קרית יואל דער שארמאשער רב א יחיד הדור בגדולת התורה צדקות עניוות התמדה פסק הלכה, ווילאמסבורג א אינגערמאן בלום , בארא פארק אנדערע צרות פון פלוצלימדיגע קרענק, לאמרי זיך פאראייניגען און תורה תפלה תשובה צדקה לאמרי אפשרייען די גזירה לאמרי זיך אויסבעטען א גיט געבענטשאט יאר מיט אריכת ימים ושנים און א געזינטע אריכת ימים
איך האב פארגעסען פון ארי' לויבער נעבאך נעבאך
ר' מרדכי (mutty) רובינשטיין
ברוך שאמר: וואו האט ער געדאוונט...? ווי אלט געווען...? מה טיבו בעולם הזה...? ארבעט, באשעפטיגונג, פאזיציע...! אפשר א בילד אויך...!
ימים ידברוטייערע אידען בואו חשבון! עס איז די סאמע הייליגסטע טעג פון יאר און יעדן טאג פרישע קרבנות אין מאנסי אליינס צוויי אינגע מענטשען שמיני עצרת פרידמאן מיט תילים פלוצלים נעבאך, און קרית יואל דער שארמאשער רב א יחיד הדור בגדולת התורה צדקות עניוות התמדה פסק הלכה, ווילאמסבורג א אינגערמאן בלום , בארא פארק אנדערע צרות פון פלוצלימדיגע קרענק, לאמרי זיך פאראייניגען און תורה תפלה תשובה צדקה לאמרי אפשרייען די גזירה לאמרי זיך אויסבעטען א גיט געבענטשאט יאר מיט אריכת ימים ושנים און א געזינטע אריכת ימים
זיי מוחל און שנייד די קרעפלעך די אוהב ישראל און סניגור!!!
זוכסט מצוות וואס צו פארעכטען? נאדער:
ימים ידברואבער פרוש?? וואס האט ער מיט וויזניץ? און זייט ווען? ער פרעגט אן ביים וויזניצער רבין חוות דעתו איידער ער שטימט אין כנסת, ממילא מויזעס פרעגט האחים מוויזניץ ארץ הקודש, און מאנסי מישט זיך נישט במקום הרב ואביו האמרי חיים זי"ע, אבער פרוש? וואס האסטו מיט וויזניץ? וואס האסטו מיט חסידים בכלל?, די רעכענסט דיך נישט מיט די מיינוג פון וויזניץ, אמת טוסט א טובה פאר א פערמענט דא דארט, דערפאר קומסטו זיך מקנח זיין דא ביי אינז? מאכסט צואה אין כנסת, ווישט זיך אינטער און מאנסי, און ווילסט דורך אונז בלייבען א שיינער איד, לדעתי עני' יעדער רעכט דענקער וויזניצער חסיד, דארף זאגען בפה מלא, בשום אופן, גייט אייך א היים, מאך נישט אן דא קיין פירוד לבבות, הינדרעטער וויזניצע אידען והאלטען עס נישט אויס, גייט אייך פון ווי איר קומט, שטערט נישט אינזער יום טוב, א ודאי איז נישט גערכט קנאים זאלן דא שרייען אבער לאו עכברא גנב רק החורי
מיט אזעלעכע ידידים ווי דיר ווער דארף שונאי ישראל בכלל?!
יא שכוח איך זעה טאקע וואס מאנסי דארף תשובה טהון מהאט נישט געניק מוחה געווען אויף דער פרוש וואס איז סגן צער החינוך וואס אויף זיין קאנטע שמדט מען אויס אידישע קינדער און ער האט א אפענע טיר ביי די גרעסטע רב אין מאנסי ביסט גערעכט
ימים ידברויא שכוח איך זעה טאקע וואס מאנסי דארף תשובה טהון מהאט נישט געניק מוחה געווען אויף דער פרוש וואס איז סגן צער החינוך וואס אויף זיין קאנטע שמדט מען אויס אידישע קינדער און ער האט א אפענע טיר ביי די גרעסטע רב אין מאנסי ביסט גערעכט
ימים ידברו: און אז אין דיין קהילה און ביהמ"ד זענען דא ברואים וועלכע זענען עכטע מחללי שבת ואוכלי נבילות וטריפות (פארשטייצעך ווען קיין בשר ודגים זעהט נישט). און גנבים גזלנים ורוצחים במלוא מובן המילה. און דער רב און אנדערע שיינע אידן חנפנ'ען זיי און זאגן זיי נישט קיין ווארט מוסר נאר מ'געט זיי די שענסטע כיבודים. און די אלע פאלשע דין תורות וועלכע קומען פאר ביי ענק אין חצר. און קיינער איז נישט מוחה. אזוי ווי דיין..."איד"... האט ליעב צו זאגן..."ואין פוצה פה ומצפצף"...נאר די רויטע טורבאנס און די ציונים און דף היומי און מאיר פרוש וואס קומט ר"ה דאווענען אין וויזניץ. דאס שטערט ענק. און דאס זענען די חטאים וואס מ'דארף מתקן זיין. אבער די גזל ועריות וועלכע קומען פאר אין ענקער אייגענע קהילה דאס איז או. קעי. ווייל דער קא-פישער דיין האט געפסקנ'ט אז גניבה וגזילה איז מותר. און עריות ווער האט ענק מתיר געווען...?!
ווען דו און דיינע בני הקהילה וועללן מתקן זיין אלע ענקערע גראבע עבירות. נאכדעים זאלסטו קומען רעדן...או.קעי...!
בערל וועליכע קהלה וועליכע דיין איי דאנא אינדעסטענט
ימים ידברו: דארט וואו דו באלאנגסט. און פון וואנען דו קומסט... יעצט וועסטו קומען און זאגן...ניין....
ס'איז נישט אזוי. דו ביסט גאר א קלויזנבורגער אדער א חב"ד'סקער...לאל... 😂

הערטס אויף ביטע פארדרייען די שמועס דא. יעדעס מאל איך זעה די אשכול אויפ'ן אויבערפלאך פארפעל איך א הארץ קלאפ, אוי, ווער איז שוין ווייטער נפטר געווארן?
בערל און ימים, איר קענט ממשיך זיין אין צימעס

שמעון וואלףהערטס אויף ביטע פארדרייען די שמועס דא. יעדעס מאל איך זעה די אשכול אויפ'ן אויבערפלאך פארפעל איך א הארץ קלאפ, אוי, ווער איז שוין ווייטער נפטר געווארן?

גערעכט 100 פארצענט גם אני בחלומי חאפ א טרייסעל יעדעס מאל ווען דער אשכול שפריגנט ארויף צום אויבערפלאך
אנטשולדיגט פארען יעצטיגען שרעק פון דעם יצטיגען שפרונג
שמעון וואלףהערטס אויף ביטע פארדרייען די שמועס דא. יעדעס מאל איך זעה די אשכול אויפ'ן אויבערפלאך פארפעל איך א הארץ קלאפ, אוי, ווער איז שוין ווייטער נפטר געווארן?
בערל און ימים, איר קענט ממשיך זיין אין צימעס
גם אני בחלומי. יעדע מאל איך לייען דעם אשכול קען איך זאגן יהא זכרו ברוך אויף נאך א מינוט אין מיין לעבן...
או.קעי. שמעו נא רבותיי דיינים מומחים, כל שטות ונארישקיט וויכוח שלא מן העניין שהתוכחתי ואמרתי וכתבתי, ולא אמרתי בלי נדר. אני מתחרט על אלו. ויהיו בטלין ומבוטלין, שביתין ושביקין שטותנא לא שטותים. וויכחוחנא לא וויכוח. ויהיו בטלין והפקר כעפרא דערעא (ולא לפומיה) מעתה ועד עולם...ומהיום והלאה בלי נדר ושבועה אפסיק לפתל את השיח/ה. וגם אני מבקש מחילה מכל הנפטרים ומכל אשר איתנו בחיים עד מאה ועשרים שנה...!...
הרבנית א"ח ר' יחזקאל ראטה רוטה שליט"א
מ'לייגט איר אין מירון און דארט גייט ער זיצען שבעה ווייסט איינער צו אלע קינדער זענען מיט געפארן?

ניין נאר הרב משה (רב הצעיר) און הרב שלום (אוסטריק). האמאראד, מראה יחזקאל, גרינוויל, טשערנע, קהל חסידים זענען עפ"י הוראת הרב הצעיר געבליבען זיצען דא
אין וומ"ס איז פארגאנגענעם פרייטאג נפטר געווארן הרה"ח ר' אברהם יעקב פערלשטיין מחשובי חסידי מונקאטש/סקולען/סאטמאר-מהר"יי. צוליב די קורצע צייט פון ער"ש איז נישט געווען קיין געהעריגע לוי' מ'איז בלויז דורכגעפארן סקולעני ביהמ"ד און זיך אפגעשטעלט א מינוט.
די נפטר איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער הרה"ח ר' בנימין ז"ל - א געהויבענע חסידישע איד פון אמאל. אלץ בחור, האט די נפטר משמש געווען סקולעני רבי ז"ל. שפעטער האט ער אסאך עוסק געווען אין עסקנות לטובת הציבור און אויך געדינט אויף קאמיוניטי באורד וואן.
די לעצטע פאר יאר איז ער נישט געזינט געווען און זיך נעבעך אפגעמיטשעט. ער האט איבערגעלאזט א הערליכע דור פון חסידישע קינדער און איידעמער וועלכע זענען ממשיך די פעולות טובות פון זייער פאטער

ר' מענדל מארוזוב.
ונבנתה העירר' מענדל מארוזוב.
ער איז געווען 102
איך בין אמאל געווען ביי א פארברענגען מיט אים האט ער געזאגט אז ער האט א בפירושער ראי' אז די דורות טוישען זיך
ווייל ביז היינט נאר עלטערע פון אים זענען געשטארבן היינט נאר יונגערע פון אים
ער איז געווען זעקס זיבן אין ניינציג אין געטאנצן אויפ'ן טיש ווען זיין איידים האט צוגענומען די וואדקע האט ער זיך געבעהטן אז איינער זאל זיך מרחם זיין אויף אים און אהין געבן א טראפ
יהא זכרו ברוך
ונבנתה העירשמעתי מהחסיד ר' מענדל מאראזאוו שיחי', ווען ער איז געווען א יונגל האט ער געדאווענט אין איין ביהמ"ד מיט'ן ראגאטשאווער, די חסידים פלעגן זאגן ברכות השחר אינדערהיים און די מתנגדים פלעגן זאגן אין שוהל.
איין טאג האט א מתנגד געזאגט די ברכות הויך און שיין, איז דער ראגאטשאווער - וועלכער איז געווען א קליינטשיגער - ארויסגעלאפן פון זיין באהעלטעניש פארענט פונעם בעל תפלה'ס שטענדער, ער איז געלאפן ביז'ן מערב וואנט וואו ר' מענדל איז געשטאנען, און אויסגעשריגן: יונגעלע! קוק א מתנגד! קוק א מתנגד!...
ונבנתה העירר' מענדל מארוזוב.
געוועהן א זון פון ר' חוניו מאראזאוו ז"ל מזכיר אצל הרבי רש"ב/ריי"צ
אן איידים ביי שגלוב / סעגאלאוו הי"ד
אויב קיין טעות ניט האבן, זיין יענצל איז אין זיין עלטער און זי איז קיין-עין-הרע געזונט און פריש לאורך-ימים-ושנים-טובות-אמן.
הרב @ונבנתה העיר אויב איהר קענט צולייגן די פרטים וועלכע פעלן דא, ווי אויך עטליכע עפיזאדן אדער מעשיות (אפשר אין אנשי שם)
וועט מען אייך בעזה"י ביישר-כח'ן און ביי'לייק'ן.
אחר שכתבתי שוב תיקנתי:
וזה החלי בעזה"י, האב איך אנגעפאנגען מיט א קליינע מעשה'לע,
ר' @ונבנתה ס'דא א געוואלד אזעלכע טשיקאווער מימרות פון איהם.
ר' בנימין הלל בערגער ז"ל פון לאנדאן.
"זייט די בר מצוה, קיין טאג ניט פארפאסט קיין מקוה..."
א סקווירער חסיד האט זיך געדרייט אין 86.

כ"ק אדמו"ר ר' נחום מאיר פאנעט מדעש זצ"ל
אוי מי יתן לנו ירחי קדם, או מה הי' לנו,
האי גאון וצדיק בנין של קדושים הרב נחום מאיר זצללה"ה אדמור מדעעש,
ווער געדענקט נאך די זיסע צייטען אין סיגוטער כולל, ווי הרה"צ האט עוסק געוון לילות כימים מיט יבלחט"א האדמורים לבית סאטמאר,
מי יתן לנו אבר כיונה אעופה ואשכונה, די הערליכע דרשות ציצים ופרחים, באצירט מיט טיפזיניגע רעיונת, מעשיות נעימות, וענוות חן, ממש א פה מפיק מרגליות,
די שיינע תפלות פון די הארציגע דעעשע ניסחואת שקיבל מאביו ורבותיו למעלה בקודש,
אוי' מי יתן לני תמירתו, אזוי אינג אזוי פריצייטיג... על מי נטשת הצאן, או מה הי' לנו...
די ווינד איז פריש... מיר וועלען נאך בעזה"י בלי נדר צורקיקערן...
מיט אפילע הספד תמרורים כראוי וכיאות לכבדו של תורה ובית צדיקים יהא זכרו מבורך

און די גייסט פון מיכאל'ס ניגון, אז צאנזער רב איז נישט נתפעל געוארען פון שינעווער רב'ס מעלות ביז ער האט געהערט וועגען זיין אהבת ישראל.
דער גרויסע הספד איז ווערד נאר אז מען דערמאנט ביתו שהיתה פתוחה לרווחה לכל צ.. וכו' וכו'

אוי, ווי טרעפט מען אזוינע טייערע אידן ווי די דעעשע רבי ר' נחום מאיר זצ"ל. זיך געלאזט טרעטן פון יעדעם און אלץ געווען אזוי פריינטליך און העפליך. וויפול גירושים און סתם האמלעס מענטשן האבן געהאט ביי אים אן אפענע טיר.
און בית המדרש האבן זיך געפינען דאס פלאץ אזעלכע וואס ברענגן בכלל נישט קיין כבוד און פון אנדערע בתי מדרשים וואלט מען זיי לאנג פארטריבן. ער האט אבער נישט געפירט די חשבונות. ער האט געלעבט פאר זיך און נישט פראבירט מאכן דעם אנשטעל מיט וואס אנדערע בנשק'לך זענען אנגעשטעקט. זיינע דרשות זענען געזאגט געווארן פון הארצן טיפן און אפילו ווען ער האט געקענט אמאל שרייען ס'זאל זיין שטיל ביים ליינען וכדומה, האט קיינער זיך נישט געשפירט געטראפן און יעדער האט געוויסט אז ער וויל ח"ו קיינעם נישט וויי טון.
מי יתן לנו תמורתו

אנאנים: דער עולם האט שוין געזעהן און געליינט דיינע זיסע קאמענטארן אין דעם אנדער'ן אשכול.. דו קענסט צוריקגיין שלאפן. ביז עפעס נייעס קומט ווידער אונטער...!
berlbalagulehקומט ווידער אונטער...!
Not nice
ליפא: נאר אזא ..."לץ"... ווי דו האט געכאפט דעם..."פאן"... מיט א פ"א דגושה...!
וימת שמואל ויקבצו כל ישראל ויספדו לו...
קול נהי ויללה נשמע, ס'לאזט זיך ווירקליך נישט געלייבן אז ר' שמואל איז מער נישטא. שמואל איננו כי לקח אותו אלהים... או מה היה לנו... שמואל איז א ריכטיגע אבידה שאין לה תמורתה לעולם.
פאר די יונגערע פון אונז, וועלעכע האבן ליידער נישט געהאט די זכיה קענען צו לערנען דעם גרויסן הייליגן ליכטיקייט, וועלכע האט פארשיינט אונזער פינסטערער דור פון נאכן קריג, ביז ס'איז ליידער פארווירקליכט געווארן דעם חשכו המאורות אין יענעם שווארצן טאג פון כ''ו אב תשל''ט, האט ר' שמואל ווירקליך געדינט פאר א גייסט פון אינספיראציע.
ר' שמואל האט געאטמט מיט סאטמאר זיינע גאנצע וועזן און שטרעבן איז געווען בלויז סאטמאר, דער כבוד פון בית סאטמאר איז אלעמאל געשטאנען פאר זיינע אויגן. ער האט שטענדיג געשטרעבט צו הייבן דעם כבוד פון סאטמאר, נישט בלויז אין די איינגעצוימטע גרעניצן פון אלט-וויליאמסבורג, נאך אויך איבער די אינדרויסנדיגער פרעמדער וועלט. אבער דאס איז פילייכט נישט געווען אויפן חשבן פון פשרה-לאזע אידישקייט פאר וועלכע ר' שמואל איז זיין גאנץ לעבן געגאנגן אין פייער אריין.
ר' שמואל האט מיט דעם ווארשיינליך נאכגעפאלגט די לעגענדע פונעם אומפארגעסליכן לעגענדארן סאטמארער ראש הקהל און שריפטשטעלער הרה''ח ר' סענדר דייטש ע''ה, מיט וועם ר' שמואל איז געווען גאר נאנט באפריינדעט און באליבט, די דאזיגע צוויי האבן אין אלגעמיין פארמאגט די זעלבע וויזיע.
נעמליך, ס'איז פארהאן אזעלעכע וואס ארבייטן טאקע צו הייבן די אנזען פון סאטמאר איבער די וועלט, אבער דורך מינימוזירן דעם פייערדיגער קאמף קעגן די ציוניסטן מיט זייערע פרומע נאכשלעפער. האפנדיג א דאס וועט פארגרעסען און פארשענערן דעם אנזען פון סאטמאר איבער די וועלט. ר' שמואל האט אבער זיך אויסטערליש שארף ארויסגעשטעלט קעגן די דאזיגע. און ער האט באוויזן אראפצושטעלן א קעגנזייטיגע סטראטעגיע וועלכע האט געלויטעט צו הייבן די אנזען פון סאטמאר אין די וועלט דורך פאזעטיווע אויפטוען, א שטייגער ווי חתונה תקנות, חבורות ללימוד התורה, מעשה צדקה וחסד אד''ג. און אין די זעלבע צייט גלייכצייטיג אנצוהאלטן די פייערדיגע מלחמה קעגן אלעס וואס מדינת ישראל שטעלט מיט זיך פאר, אפגעזען פון אויסטערלישע שוועריקייטן מיט וועלכע דאס איז א טייל מאל געווען פארבינדן.
ר' שמואל האט דאס געטאן בלויז צו הייבן די כבוד און די אנזען פון בית סאטמאר. ער האט גארנישט געמיינט זיך, ער האט קיינמאל נישט געזוכט זיך אויפצובויען א נאמען אלס אן אויפטוער אד''ג, א שטייגער ווי געוויסע כלל טוער גלייכן צו טאן. דערפאר האט ער קיינמאל נישט אפיציעל גענומען קיין שום קרעדיט אויף עפעס א גוטע זאך וועלכע ער האט אויפגעטאן. און מאנכע האבן טאקע נישט געהאט די מינדעסטע אהנונג איבער זיינע גראנדיעזע אויפטוהן ביז נאך דעם וואס ער האט אויסגעהויכט זיין אויסגעלייטערטע נשמה אין יענעם ביטערן שושן פורים פארטאגס.
דאס איז וואשיינליך דער אורזאך וואס האט אים ערמעגליכט בייצוקומען די אלע פיילן און קוילן וועלכע זענען נאכאנאנד געקומען צו פליען אין זיין ריכטונג פון אינערווייניג און פון דרויסן. ווארום ער האט קיינמאל נישט געמיינט זיך. נאר זיין גאנצע שטרעבן און וועזן איז געווען געווידמעט אויף בלויז צו הייבן די די כבוד פון סאטמאר איבער די וועלט. אפגעזען פון די אויסטערלישע שוועריקייטן וועלכע זענען אים נאכאנאנד געשטאנען אין וועג.
דאס האט זיך פילייכט צום מערסט ארויסגעשטעלט אין די שווערע ביטערע צייטן ווען די בייזע ווינטן פון סאטמאר החדש האבן אנגעהויבן בושעווען. ר' שמואל האט זיך דאן ארויסגעשטעלט ווי א פייערדיגע לייב, און אנגעוואנדן יענע סארט מיטל וואס ס'איז בלויז געשטאנען אין זיין דיספאזיציע, וואס מער צו מינימוזירן די שווערע שאדן.
ר' שמואל האט געפירט א פייערדיגע קריג מיט די דאזיגע מחבלי כרמים. א קריג וועלכע האט אריינגענומען אין זיך, טאט און ראט פאר די עסקנים אויף די שלאכט פעלדער. צו זאל עס זיין אין בארא פארק, בני ברק, ירושלים איבעראל זענען די עסקנים געשטאנען אין שטענדיגע-פארבינונג מיט ר' שמואל, וועלכע האט גענוי אנגעוויזן ווי אזוי זיך צו פירן, אז זאל נתקדש ווערן שם שמים.
ר' שמואל האט גלייכצייט איינגעשפאנט זיין רייכער-פעדער און רעדנערישע טאלאנטן, און ווי אויך זיין ג-ט-געבענטשטער הומאריסטישער נאטור, אפצושלאגן דעם גרויזאמער פיינט וועלכע האט זיך בייזוויליג פארמאסטן צו פארניכטען אלעס וואס רבינו הק' זי''ע האט געבויעט מיט בלוט און שווייס. אפגעזען פון דעם וואס ער איז אין רזולטאט פארוואנדלט געווארן אלס א פולשטענדיגע ציל ברעט פונעם בייזווילגען פיינט. ער זיך גאנץ קנאפע דערשראקן און איז ווייטער אנגעגאנגן מיטן אומבויגזאמער קאמף ביז צו זיין לעצטען טאג.
ר' שמואל אל תירא ואל תחת כי השם עמך, צדק לפניך יהלך... זאלן די אלע זכותים דיר ביישטיין דארט אויפן עולם האמת.
זאל דיין ליכטיגער געדעקעניש אונז אלעמאל פארבלייבן אויף די געדאנקן.
ת.נ.צ.ב.ה.