☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יהא זכרו ברוך

יהא זכרו ברוך

2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45

א איד » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 11:59 pm

· #266912
Re: יהא זכרו ברוך
למעשה איז ער שוין געקומען צו קבורה?

רויטע וואנצעס » פרייטאג אפריל 17, 2015 10:28 am

· #267010
נעכטן נאכט איז געווען א מאסיווע לויה אויף 15/46. איינער ווייסט מער אינפא?

ישמעאל הכהן » פרייטאג אפריל 17, 2015 10:34 am

· #267014
רויטע וואנצעס
נעכטן נאכט איז געווען א מאסיווע לויה אויף 15/46. איינער ווייסט מער אינפא?

ר' אליעזר אבראמאוויטש

רויטע וואנצעס » פרייטאג אפריל 17, 2015 10:39 am

· #267016
בד"ה. מה קרא? נישט געווען שרעקליך אלט?

ישמעאל הכהן » פרייטאג אפריל 17, 2015 10:43 am

· #267017
געהאט מיט די נירן א לאנגע צייט

לית דין בר נש » פרייטאג אפריל 17, 2015 10:50 am

· #267021
מיינסט צו זאגן "לעבער"

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 20, 2015 7:33 am

· #267705
נצחו אראלים.
פון ירושלים קומט אן די שווערע בשורה, אז דער גרויסער גאון און ראש ישיבת הר עציון, רבי אהרן ליכטנשטיין, חדב"נ מרן רבי יוסף דוב סולובייציק איז נסתלק געווארן נאך א קורצע מחלה, אין עלטער פון 81 יאר - פרטים איבער די לויה וועט נאכפאלגן.

יין שרף » מאנטאג אפריל 20, 2015 9:47 am

· #267724
קאווע טרינקער
דער גרויסער גאון און ראש ישיבת הר עציון, רבי אהרן ליכטנשטיין, חדב"נ מרן רבי יוסף דוב סולובייציק
1429537144.png

שמעון וואלף » מאנטאג אפריל 20, 2015 5:53 pm

· #267872
א גרויס פארלוסט.

טראצדעם וואס ער איז געווען א רב, א בנשק און א דורכגעווייקטע חסידישע אידהאט עס אים נישט אפגעהאלטן פון טון זיין פליכט און ברענגן פרנסה. ביז לעצטענס פלעגט ער פארן קיין 47 סט. מיט'ן באס.

שרולי שטיין » מאנטאג אפריל 20, 2015 7:11 pm

· #267900
די לוויה איז 9:00 אזייגער בבית מדרשו 549 Bedford Ave. אין וויליאמסבורג. דערנאך וועט די מיטה גיין קיין ניו דזשערסי וואו ער וועט קומען למנוחה הארט נעבן זיין טאטע, רבי הערשעלע ווייטצענער זצ"ל.

הוגה » מאנטאג אפריל 20, 2015 8:36 pm

· #267936
בד"א. שרולי, כ'האף אז דו וועסט אונז מזכה זיין מיט א הערכה לזכר דיין זיידע ז"ל אין די קומענדע טעג, אין אנשי שם. זאל ער זיין א גוטע בעטער, ספעציעל פאר זיינע קינדער און אייניקלעך.

chusid » מאנטאג אפריל 20, 2015 9:56 pm

· #267975
קאווע טרינקער
נצחו אראלים.
פון ירושלים קומט אן די שווערע בשורה, אז דער גרויסער גאון און ראש ישיבת הר עציון, רבי אהרן ליכטנשטיין, חדב"נ מרן רבי יוסף דוב סולובייציק איז נסתלק געווארן נאך א קורצע מחלה, אין עלטער פון 81 יאר - פרטים איבער די לויה וועט נאכפאלגן.

דברי הערכה פון הרב ישכר כץ שליט"א ( עס זעט אויס אינטערסאנט אבער איך קען נישט דע שפראך.....)

Obituaries are commemorative totems for the natives and educational tools for immigrants. The native pursues the obituary to commiserate and reminisce, while the immigrant reads it to be educated and informed.
Cultural blind spots are the inevitable consequence of transitioning from one culture to another. The Interested immigrant voraciously consumes eulogy texts to plug those holes.
As a MO immigrant I have my blind spots too. R. Aaron Lichtenstein was one of them. He hovered at the periphery of my awareness but never embedded himself in the center my consciousness. He was my cultural black hole. Only today did I realize how big that hole was.
Each obituary adds another intriguing layer to this multifaceted towering giant who embodied the best and most beautiful of Modern Orthodoxy. He espoused a Torah that was creative but humble and a modernity that was moderate but courageous. His outsized personality was able to encapsulate a dichotomous blend of cultured religiosity and spiritualized secularism.
The gaping hole his passing leaves in our spiritual universe can never be filled.
.ארץ שנער הרה וילדה, ארץ צבי גידלה שעשועיה. אוי נא לה אמרה רקת כי אבדה כלי חמדתה. (מועד קטן כה ע״ב

שמעון וואלף » מאנטאג אפריל 20, 2015 10:11 pm

· #267982
שרולי שטיין
די לוויה איז 9:00 אזייגער בבית מדרשו 549 Bedford Ave. אין וויליאמסבורג. דערנאך וועט די מיטה גיין קיין ניו דזשערסי וואו ער וועט קומען למנוחה הארט נעבן זיין טאטע, רבי הערשעלע ווייטצענער זצ"ל.


קיינמאל נישט געהערט אים רופן מיט דעם נאמען. וואס איז שלעכט מיט ווייצנער רב?

ישמעאל הכהן » מאנטאג אפריל 20, 2015 10:44 pm

· #268000
בד''ה ר' מאיר בראנד ע''ה , לויה 11:45 אויף ראדני.

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 20, 2015 10:45 pm

· #268001
שמעון וואלף
שרולי שטיין
די לוויה איז 9:00 אזייגער בבית מדרשו 549 Bedford Ave. אין וויליאמסבורג. דערנאך וועט די מיטה גיין קיין ניו דזשערסי וואו ער וועט קומען למנוחה הארט נעבן זיין טאטע, רבי הערשעלע ווייטצענער זצ"ל.


קיינמאל נישט געהערט אים רופן מיט דעם נאמען. וואס איז שלעכט מיט ווייצנער רב?

שמעון וואלף: איך האב איהם נישט געקענט. נאר איך ווייס אז דער עולם מאכט א טעות. מ'מישט אויס ביידע נעמען. ס'דא א משפחה וואס זיי הייסן ווייצנער. דער רב ווייצנער זצ"ל האט זיך גערופן פשעמישל-בינדער מיכל'ער רב. און דאן איז פאראן די משפחה פון ווייצענער רב, זצ"ל פון שיקאגא, ועלכע הייסן מייזלס...!

פלעין יודיש » זונטאג אפריל 26, 2015 5:55 pm

· #269806
📎 1.jpg

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 11:00 am

· #271204
א אינגע פרוי ברעכער אין וומסב''ג איז נישט אויפגעשטאנען היינט. 😢

יעקב מענטש » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 11:50 am

· #271218
ישמעאל הכהן
א אינגע פרוי ברעכער אין וומסב''ג איז נישט אויפגעשטאנען היינט. 😢

איך מיין זי הייסט ראזענבערג, איר מעידען נאמען איז ברעכער

chaims » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 11:56 am

· #271221
Re: יהא זכרו ברוך
יעקב מענטש
ישמעאל הכהן
א אינגע פרוי ברעכער אין וומסב''ג איז נישט אויפגעשטאנען היינט. 😢

איך מיין זי הייסט ראזענבערג, איר מעידען נאמען איז ברעכער

דוכט זיך פארקערט זי הייסט יעצט ברעכער האט געהייסן ראזענבערג

צדיק נסתר » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 11:58 am

· #271222
וועלכע ברעכער איז דאס?

פליקער » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:20 pm

· #271231
ברעכער צי ראזענבערג איז נישט קיין חיליק

אבער א אינגע פרוי וואס האט געהאט א צווילינג 14 חדשים ציריק איז שרעקליך

א אינגע פרוי אן א פארוואס גייט אויס פאר איר מאן אין 4 קינדער אינדער היים איז שרקליך

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:58 pm

· #271384
אוי אוי,

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:58 pm

· #271385
[ציטאט אראפגענומען]


זענען דא שולדיגע יתומים?

צדיק נסתר » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:19 pm

· #271402
[ציטאט אראפגענומען]

וואס האט ער אין מויל, א לאלי?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:25 pm

· #271403
מי זה פתי וואס נעמט בילדער און שיקט עס ארום?

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:27 pm

· #271405
או איז דאס הארצרייסענד.... די קליינע יתומים האבן נעבאך נישט קיין אנונג, וואס פאר א שלאק עס האט זיי באטראפן.... זאל דער הייליגער בעל הרחמים טרייסטן דעם צוקלאפטען טייערען יונגערמאן מיט זיינע 4 זיסע יתומליך.... און מיר זאלן אזנע בילדער קיינמאהל מער נישט זעהן......

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:07 pm

· #271426
צדיק נסתר
[ציטאט אראפגענומען]

וואס האט ער אין מויל, א לאלי?

יא, א לאלי. איז וואס?
א צדיק נסתר וואלט שוין געמעגט וויסן אזעלכע מושגים ווי ממתיק זיין דינים וכדו'.

כ'האב פריער געהערט דעם קדיש וואס די קינדער האבן געזאגט. נישט מעגליך די אויגן זאלן בלייבן טרוקן.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:41 pm

· #271505
א דריי חדשים'דיג בעבי איז נפטר געווארן היינט נאכמיטאג אין וויליאמסבורג, זייענדיג ביים בעבי סיטער. דאס קינד, למשפחת גאדדינגער (חתן רב קויפמאן (רב ביהמ"ד תלמידי געלצהעלער) איז געווען פריש און געזינט פאר דעם און ווארשיינדליך נפטר געווארן פון קריב דעטה ר"ל.

מיין הארץ גייט אויס פאר די עלטערן וואס האבן פארלוירן זייער איינציג קינד און פאר די אומשילדיגע בעבי סיטער.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:00 pm

· #271517
געוואלדיג
[ציטאט אראפגענומען]


זענען דא שולדיגע יתומים?

יא, זיכער. אין די שטאט מונקאטש איז געווען א פרוי אן אלמנה מיט אירע ערוואקסענע קינדער וועלכע זענען געווען פארמעגליך און זיי האבן געהאט פראפערטיס מיט טענענטס. און זיי האבן אויסגעטיילט געפערליכע צרות פאר זייערע טענענטס. און ווען מ'האט זיי געזאגט א ווארט האבן זיי געטענה'ט אז זיי זענען יתומים און די מאמע איז אן אלמנה און מ'טאר זיי נישט טשעפען. האטציך דער מונקאטשער רב, בעל מנחת אלעזר איינמאל אויסגעדרוקט אויף זיי. ..."אלמנה וגר יהרוגו" אן אלמנה און א גר מעגן הרג'נען ויתומים ירצחו. און יתומים מעגן רצח'נען. ויאמרו לא יראה יה און זיי זאגן אז דער באשעפער זעהט נישט...?...!

א איד » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 11:47 pm

· #271561
Re: יהא זכרו ברוך
איז אין מונקאטש זענען די יתומים יא שולדיג?

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 1, 2015 2:47 am

· #271597
א איד
איז אין מונקאטש זענען די יתומים יא שולדיג?

א איד: נישט אלע. שטייצעך נאר די וואס זענען שולדיג... 🙄

בעל מדות » פרייטאג מאי 1, 2015 2:33 pm

· #271714
א יונגע בחור'ל אין מאנסי האט זיך ליידער גענימען דאס לעבן.

עס ווייטאגט ווען מען הערט אט די סארט אומגלויבליכע געשיכטעס און שטיל פאר זיך מעג זיך יעדער טראכטן וואספארא זאך מען קען דערפון ארויסנעמען.

צום ביישפיל שענקען א גוט ווארט פאר א נשמה וואס פילט זיך באזייטיגט און זיין אויפמערקזאם ווען מען דערשפורט אז א צווייטער קען נוצן דיין הילף.
אזאנע אקטן קומען בדרך כלל פון א איבערגעטריבענע מאס שווארצע פאנטאזיע ווען מען שפורט א טרוקנקייט אינעם טאג טעגליכן לעבן זיך אויסוועבנדיג ווי אלע ארימיגע האבן אים פיינט און יעדער בארעדט אים.
עס איז זיכער אז דער באשעפער וואס האט אים געשאנקען זיין לעבן איז שטארק איבערגענימען פון אזא אקט און זיינע קימענדיגע דורות פון טויזענטער נפשות מישראל וועלכע ער האט בידים פארשניטן, וויינען און שרייען צום הימל הלמאי אזא זאך איז געווארן צוגעלאזט.
השם יתברך זאל העלפן אז דער אינצידענט זאל זיין די לעצטע פאל אין קייט פון האר אויפשטעלנדע און פאנטאסטישע געשעענישן וועלכע לאזן נישט צורוה די הערצער און די געפילן דערינען.

יעקב מענטש » פרייטאג מאי 1, 2015 3:23 pm

· #271734
אוי זענט איר גערעכט,
איך האב מיט געהאלטן אפאר יאר צוריק ווי א אינגערמאן וואס טוט אין חינוך פאר דערביטערטע בחורים, האט גערעיזט געלט צו דינגן פריוואטע מלמדים פאר א בחור וואס קומט פון א גרויסע משפחה ווי דער טאטע האט נישט דעם טאג איבערצולעבן, און ס'קוקט אויס ווי דער בחור איז אריינגעפאלען אין דעפרעסיע אדער עפעס ענליך. ענד אף סטארי, דער בחור האט חתונה געהאט און האט א געהעריגע דזשאב און איז א מענטש צווישן מענטשען.

ווען איך הער אזעלכע מעשיות, כאפט מיר ממש א פחד, ווען דער עסקן נעמט ווען נישט דעם בחור אויף זיינע פלייצעס וואס וואלט געווען דער סוף ? איך ווייס נישט קען זיין נאך א לויה, קען זיין ער וואלט געווארן א פוטסטעפס מעמבער און זיך אראפגעגליטשט, אדער הו קנאוס וואט?,

ברעט מענינג » פרייטאג מאי 1, 2015 4:09 pm

· #271750
C/p
I just spoke to someone close to the family, this buchir was a regular boy at home & it's a totally tragic shock 4them, police received information that this boy was lately bullyid by other buchirim, all buchirim from his grade will gather in yshiva at 5 pm,

געוואלדיג » פרייטאג מאי 1, 2015 4:24 pm

· #271754
ברעט מענינג
C/p
I just spoke to someone close to the family, this buchir was a regular boy at home & it's a totally tragic shock 4them, police received information that this boy was lately bullyid by other buchirim, all buchirim from his grade will gather in yshiva at 5 pm,


אוי געוואלד

געוואלדיג » פרייטאג מאי 1, 2015 4:31 pm

· #271756
ווי אלט איז ער געווען?

יין שרף » פרייטאג מאי 1, 2015 4:32 pm

· #271757
נאך די פארגאנגענע וואך האב איך ארומגעלאכט מיט די בחורל ביי א שמחה, א געהעריג נארמאל קינד אלץ געווען. די טראגישע אומגליק איז א טאטאלע שאק פאר די גאנצע משפחה. קיינער האט לכאורה נישט געוואוסט וואס ער גייט אריבער. אבער געהערט האב איך פון כמה חברים אז נאך פון חדר אן האט מען די קינד גע'רודף'ט על לא עון בכפו, און לעצטענס אין ישיבה האבן זיך די רדיפות פארשטערקערט.

אוי לאזנים שכך שומעות!
-------------------

14 יאר אלט, אלול וואלט ער געווארן 15

chusid » פרייטאג מאי 1, 2015 4:36 pm

· #271759
געוואלד!!!!! געוואלד!!!! וויפיל נאך בלוט דארף זיך גיסן אז מען זאל טוישן דעם ברוטאלן סיסטעם??

petergrifin » פרייטאג מאי 1, 2015 4:46 pm

· #271763
Re: יהא זכרו ברוך
שריי נישט סיסטעם פאר דו ווייסט די פרטים. אויב האט איהם זיין כיתה ג'רודפט וואס האט עס מיט דער סיסטעם?

chusid » פרייטאג מאי 1, 2015 4:55 pm

· #271767
petergrifin
שריי נישט סיסטעם פאר דו ווייסט די פרטים. אויב האט איהם זיין כיתה ג'רודפט וואס האט עס מיט דער סיסטעם?

איך שריי יא! הגם איך ווייס נישט פון דעם ספעציפישן פאל, אבער דאס איז מעשים בכל יום אז קינדער ווערן גערודפ'ט אויף שרעקליכע אופנים און נישט נאר אז מען נעמט נישט קער נאר די מלמד העלפט אסאך מאל צו צו די רדיפות און די פאנדעמענטל פראבלעם איז פשוט אז א טיטשינג זשאב פאר קינדער איז א פאך וואס מען דארף קענען מען דארף פארשטיין צו א אינג נפש און מען דארף האבן א געפיל דערצו אביר ביי אונז איז א מלמד גאנץ א צווייטע זשאב און דארף בכלל נישט פארשטיין צו א קינד ( דערמאן דיך צירוק דיינע מלמדים...) און בדרך כלל איז אונזער גאנצע עדיוקעישן סיסטעם אין די הענט פון אומראציענאלע מענטשן--און אויב דיר האט די סיסטעם נישט אזוי פיל וויי געטוען דאן דאנק גאט אבער רבים חללים הפילה


די אינטערשרייבער פון דע שורות נעמען קער פון אונזערע קינדער
📎 4787.jpg

יין שרף » פרייטאג מאי 1, 2015 5:02 pm

· #271768
ווי חסיד שרייט! ער איז געווען זייער זייער אן איידעלע בחורל, שטיל אין בא'חנ'ט. געפאלן איז ער א קרבן צו זיין ראש ישיבה וועלכע האט נישט פארפעלט אים צו פייניגן ברבים, ווען אום-ערוואקסענע בחורים פון זיין שיעור האבן געזען אז ער איז שוין סיי-ווי "די" קרבן האבן זיי מוסיף געווען חטא על פשע.

HotCoffee » פרייטאג מאי 1, 2015 5:08 pm

· #271771
Re: יהא זכרו ברוך
בעלזא

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 1, 2015 5:12 pm

· #271774
[ציטאט אראפגענומען]

HotCoffee » פרייטאג מאי 1, 2015 5:15 pm

· #271775
Re: יהא זכרו ברוך
[ציטאט אראפגענומען]

He was bullied by some other boys.

יין שרף » פרייטאג מאי 1, 2015 5:15 pm

· #271776
בעלזא-מאנסי ישב"ק. בהנהלת ר' שמעון דייטש.

-------------------------
!!!together with some staff members

petergrifin » פרייטאג מאי 1, 2015 5:30 pm

· #271779
Re: יהא זכרו ברוך
@chusid

איך בין אויך דורך געגאנגען דער סיסטעם און איך האב עס א דורך געלעבט. און יא וויפיל מיינע קלעס מעיטס האבן מיך ג'רודפט איז מיין מנהל געווען א שטיקל נאצי. אבער דאך שריי נישט סיסטעם. קינדער זענען אלעמאל דא פארשידענע וואס די מידות אדער געפילן זענען נאך נישט ווי עס ברויך. (טייל בלייבן אזוי ליידער מיט די שלעכטס אגאנץ לעבן). בוליס אין די קלאס איז דא איבעראל להבדיל ביי די גויים אויך ענד ביג טיים. לגבי מלמדים אן טרעינינג האסטו א שארקע פוינט און ס'איז א לאנגע נושא פאר זיך.

קאצקע ציקער » פרייטאג מאי 1, 2015 5:39 pm

· #271781
איך מיין אז נחום איז אויף היי יעצט

יואב » פרייטאג מאי 1, 2015 5:47 pm

· #271784
petergrifin
@chusid

איך בין אויך דורך געגאנגען דער סיסטעם און איך האב עס א דורך געלעבט.

לאקי יו!

chusid » פרייטאג מאי 1, 2015 5:47 pm

· #271785
petergrifin
@chusid

איך בין אויך דורך געגאנגען דער סיסטעם און איך האב עס א דורך געלעבט. און יא וויפיל מיינע קלעס מעיטס האבן מיך ג'רודפט איז מיין מנהל געווען א שטיקל נאצי. אבער דאך שריי נישט סיסטעם. קינדער זענען אלעמאל דא פארשידענע וואס די מידות אדער געפילן זענען נאך נישט ווי עס ברויך. (טייל בלייבן אזוי ליידער מיט די שלעכטס אגאנץ לעבן). בוליס אין די קלאס איז דא איבעראל להבדיל ביי די גויים אויך ענד ביג טיים. לגבי מלמדים אן טרעינינג האסטו א שארקע פוינט און ס'איז א לאנגע נושא פאר זיך.

און דו האלטסט אז די צווייטע נקודה איז נישט א ריזיגע פאקטאר אינעם פראבלעם? קלאר ווי טאג אז יא!

יואב » פרייטאג מאי 1, 2015 5:52 pm

· #271787
וואס ווייסן מיר איבער די גוים? אייביג ווען מ'ברויך פארריכטן עפעס ביינוז איז מען ביזי זאגן וואס טוטצעך ביי די גוים. דעמאלט דערמאנט מען זיך אז ס'עקזיסטירן אנדערע מענטשן און פעלקער אויף דער וועלט. פ*ק דע גוים. די גוים זאלן קעיר נעמען פון זייערע פראבלעמען, און אונז זאלן פאר העווען דעמן סעיק קעיר נעמען פון אונזער ש*ט. גענוג מיט אונזער פארדארבענעם חינוך! אונז ברויכמער טון #למעשה.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45