☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יהא זכרו ברוך

יהא זכרו ברוך

2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45

האט קאפ » מאנטאג מערץ 12, 2012 2:46 pm

· #1192
יהא זכרו ברוך
אין בורו פארק איז א טייערע איד א וומ"ס איינוואוינער ליידער אוועק דורך אן עקסידענט ווי ער איז אראפגעקלאפט געווארן
ביי 12 און 49
דער איד ר' אברהם שמחה סאמעט ע"ה
פלעגט דאווענען אין די ראזלא בית המדרש אין וומ"ס אויף גערי סטריט און האט אלס געהאט א שמייכל און מקיים געעווען דעם והוי מקבל את כל האדם בשמחה בסבר פנים יפות
יהא זכרו ברוך!

סאסוב » דינסטאג מערץ 13, 2012 11:12 am

· #1284
Re: יהא זכרו/ה ברוך
הישיש ר' דוד שניטצער ז"ל (100).

האט קאפ » דינסטאג מערץ 13, 2012 12:01 pm

· #1292
Re: יהא זכרו/ה ברוך
דער אויבנדערמאנטער ר' אברהם שמחה סאמעט איז א שווער פון הרב שלום מאיר קרויז שליט"א ארויסגעבער פון "אידישע ליכט" און "עונג שבת"
📎 IMG_0994 %28Small%29.JPG

האט קאפ » דינסטאג מערץ 13, 2012 12:18 pm

· #1295
Re: יהא זכרו/ה ברוך
סאסוב
הישיש ר' דוד שניטצער ז"ל (100).

א ברודער פון הרה"ח ר' שלמה שניטצער הי"ו פון קרית יואל דער וואס מאכט די שויתי טעוועלעך פאר די בתי מדרשים

הדד בן בדד » זונטאג מערץ 18, 2012 3:15 am

· #1817
Re: יהא זכרו ברוך
יא, גאר א טשיקאווער מענטש געווען, פון די וויזשניצע נדחים וועלכער איז אדורך שווערע זמנים אין לעבן און עס האט געהאט א שווערן אפעקט אויף אים. די לעצטערע יארן האט ער מחליט געווען צו ווערן א ליטוואק.

איך האב אבער נישט געוואוסט אז זיינע ספרים הייסן חשב האפוד, איך ווייס אז הרב פאדווא ז"ל'ס ספרים הייסן אזוי.

שמואל שלום שלמה » זונטאג מערץ 18, 2012 11:09 am

· #1828
Re: יהא זכרו ברוך
ער איז געווען אן אמעריקאנער יענקי וואס איז געפארן לערנען אויף ויזניץ ביי ר' גדליה נאדל. פון אנהויב האט ער נישט געהאלטן ביים לערנען און ס'האט שוין געהאלטן דערביי אז מ'האט אים געוואלט ווארפן פון וויזניץ. ער איז עפעס געוואויר געווארן דערפון און ער האט זיך גענומען צום לערנען ועלה ונתעלה און ער איז געווארן א מתמיד עצום און ביז א קורצע צייט פאררעכנט געווארן פון די אריות שבחבורה. ווי באוויסט זענען טאקע אט די אריות שבחבורה געווען די וואס האבן אנגעפירט מיט די מרידה. ר' אליעזר דוד איז אויך געווען פון די מורדים/נדחים. (עס איז אינטערעסאנט אמצוצייכענען אז די אלע וואס זענען געווען פון די מורדים האבן געהאט שפעטער צרות, איינער מער איינער ווייניגער, ס'האט אבער אויף קיינעם פון זיי נישט איבערגעהיפט. אבער ווער ס'האט געקענט ר' אליעזר דוד ווייסט אז ער האט די אלע צרות מקבלגעווען באהבה.)
שפעטער איז ר' אליעזר דוד אנגעקומען קיין מאנטריאל ווי ער האט זיך באהאפטען צו טאהשער רבי שליט"א. ר' אליעזר דוד איז געווארן א מגיד שיעור אין ישיבת טאהש. אין די שפעטערע יארן ווער ר' אילעזר דוד איז געווארן א מתנגד, האט ער געשריבן מיט ווייטאג אז ס'איז א טעות פון מענטשן צו ווערן מרביצי תורה אין חסידישע ישיבות ווייל די תכלית פון די ישיבה איז נישט הרבצת תורה נאר להגדיל הפארטיי.
ר' אליעזר דוד'ס ספר אויף משניות כלים "חשב האפוד" איז איינע פון די שטערקסטע ישיבישע ספרים אויף כלים. זיין ספר אויף די מ"ח קניני תורה איז ווי ער האט געשריבן די אלע קאנטריווערסיאלע זאכן. איך האב אים אמאלגעטראפן ביי א שמחה האב איך אים געפרעגט צו איך קען קויפן "חשב האפוד" אויף די מ"ח קנינים, האט ער מיר געזאגט בענוות חן "פאר די האסט נישט דורכגעלערנט "חשב האפוד" אויף כלים זאלסטו נישט לערנען "חשב האפוד" אויף די מ"ח קנינים..." יהא זכרו ברוך.

האט קאפ » זונטאג מערץ 18, 2012 11:34 am

· #1835
Re: יהא זכרו ברוך
דער ר' אליעזר דוד ז"ל האט מען געלייגט אין וויזניצער בית החיים אין מונסי - די לוי' איז ארויס פון כולל זכרון מנחם (פלאהר) אויף מעיפל טער. אין מאנסי
ער איז אלט געווען 74 יאהר

האט קאפ » זונטאג מערץ 18, 2012 11:37 am

· #1837
Re: יהא זכרו ברוך
ברוך דיין האמת:
פאריגע וואך דארנערשטאג איז נפטר געווארן אין מאנטריאל אשת הרה"ח ר' יעקב לערנער שליט"א מחשובי חסידי בעלזא

זי איז געוועהן א שוועסטער פינעם החסידים החשובים ר' חנני' שיף ז"ל ור' אלעזר שיף ז"ל

זיי זענען אייניקלעך פין דער רבי ר' אלימלך זי"ע ועכי"א וואס אין דעם זעלבען טאג וואס זי האט מחזיר געווען נשמתה ליוצרה איז געוועהן די יומא דהילולא, איז גאר אינטערסאנט אז זי א אייניקל איז אין דעם טאג נפטר געווארן, זי פלעגט יעדער יאהר מאכן א סעודה ביי דער יאהר-צייט אין שיקן תיקון צום בית מדרש לכבוד דער רבי ר' אלימלך זי"ע

זי האט איבער געלאזט א שיינער דור בנה הרה"ג ר' וואלף בער לערנער שליט"א דומ"ץ בעלזא מונטריאל און נאך....

יהא זכרה ברוך!

האט קאפ » זונטאג מערץ 18, 2012 11:39 am

· #1838
Re: יהא זכרו ברוך
ברוך דיין האמת:

עס איז נפטר געווארן א חשובע איד מזקני תלמידי קאשוי הרה"ח ר' נפתלי גליק עליו השלום
מען וועט איהם קובר זיין אין די קאשוי בית החיים.

יהא זכרו ברוך!

האט קאפ » זונטאג מערץ 18, 2012 12:29 pm

· #1863
Re: יהא זכרו ברוך
BD"H; Ovadia Weverman 37y from Israel-worked in Mexico died from heart attack @ChesedShelEmes & Zaka worked with M.E.To release him

האט קאפ » זונטאג מערץ 18, 2012 12:35 pm

· #1864
Re: יהא זכרו ברוך
זיידעטשקע
האט קאפ
ס'נישט קיין יושר צי קאפיען אהן ברענגען א לינק פון ווי

😂

האט קאפ » זונטאג מערץ 18, 2012 12:39 pm

· #1865
Re: יהא זכרו ברוך
ברוך דיין האמת:
ר' שלמה גראסס ע"ה
איז פלוצלינג אוועק אין אינגן עלטער ______
דעם פארלאפענע פרייטאג איז ר' שלמה געגאנגען אין פראספעקט-פארק שפילן מיט זיינע קינדערלעך די שפיל "טענעס"
און איז נעבעך ליידער פלןצלינג צוזאמגעפאלן דארט און האט גלייך אויסגעהויעכט זיין נשמה
ער איז געווען א אויסערגעווענליכער גרויסע בעל צדקה
יעדע פלעטבושע איד ווייסט צו זאגן פון זיינע געוואלדיגע מעשי צדקה וחסד
והלך לפניך צדקיך
יהא זכרו ברוך!

האט קאפ » זונטאג מערץ 18, 2012 12:47 pm

· #1867
Re: יהא זכרו ברוך
זיידעטשקע
האט קאפ
ס'נישט קיין יושר צי קאפיען אהן ברענגען א לינק פון ווי

😳 😳 😳 😢 😢 😢 😳 😳 😳

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 18, 2012 2:31 pm

· #1884
Re: יהא זכרו ברוך
, האט ער געשריבן מיט ווייטאג אז ס'איז א טעות פון מענטשן צו ווערן מרביצי תורה אין חסידישע ישיבות ווייל די תכלית פון די ישיבה איז נישט הרבצת תורה נאר להגדיל הפארטיי.

בית מדרש בלא חידוש, ווי האט ער דאס געשריבן?

יידל » זונטאג מערץ 18, 2012 2:34 pm

· #1886
Re: יהא זכרו ברוך
ווי ס'שיינט פון שש"ש'ס ווערטער האט ער דאס געשריבן אין זיין ספר אויף אבות. איך האב עס דוכט זיך אינדערהיים, כ'על נאכקוקן אין איבערשרייבן דא זיין לשון.

האט קאפ » מאנטאג מערץ 19, 2012 1:09 pm

· #2020
Re: יהא זכרו ברוך
BDE: A grandfather of a kallah was niftar while giving a speech at her Sheva Bruchos in BneiBrak, BT.

האט קאפ » מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm

· #2021
Re: יהא זכרו ברוך
BDH: Mrs Malka Hartman U"h (53 year BP) Eishes R' Moshe Arye, Levaya 10:30am at 4514 15 Ave on way to Old Chelka of KY Beis Hachayim.

האט קאפ » מאנטאג מערץ 19, 2012 1:13 pm

· #2022
Re: יהא זכרו ברוך
Rebbi and 3 kids were killed in shooting in cheder in France. Shooter fled. Hashem yerachem!
<a class="postlink" href="http://t.co/whulOnNj">http://t.co/whulOnNj</a>

יידל » מאנטאג מערץ 19, 2012 1:34 pm

· #2038
Re: יהא זכרו ברוך
[ציטאט אראפגענומען]

👍 👍 👍 👍

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 28, 2012 10:51 am

· #3271
Re: יהא זכרו ברוך
[ציטאט אראפגענומען]

געזאט אויף מייק טרעס

עסן עסט'זיך » זונטאג אפריל 1, 2012 9:32 pm

· #3717
Re: יהא זכרו ברוך
👍
די הערכה אויף רבי ישראל פרנס'ן איז געשריבן שיין מיט ווארעמקייט. אמת, עס איז גיווען שיין צו זעה א איד אזא יחסן און טייערער איד גייט אנגעטון חסידיש אבער נישט ראביש. רוב רעבילעך וואס טרעפן זיך אפעס א זיידע א קליינע רב אין א דערפל און טוען זיך אן שמונה בגדים האבן זיך גימעגט לערנין פון א דירעקטער איינקל פון שינווער רב און נאך צדיקים ווי ער איז ממאס אין גינוני כבוד

קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 24, 2012 10:34 am

· #7023
Re: יהא זכרו ברוך
א גרויס פארלאס פאר כולל שומרי החומות.

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 24, 2012 10:44 am

· #7028
Re: יהא זכרו ברוך
ברוך דיין האמת...

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 24, 2012 4:06 pm

· #7133
Re: יהא זכרו ברוך
בילד פון מהרא"ש שוסטאל (קרעדיט: די וואך)

הדד בן בדד » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:06 am

· #7414
Re: יהא זכרו ברוך
ברוך דיין אמת, ווי אלט איז הרב שוסטאל געווען?

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 10:45 am

· #7463
Re: יהא זכרו ברוך
אויך לויט קול מבשר

האט קאפ » מיטוואך אפריל 25, 2012 2:21 pm

· #7588
Re: יהא זכרו ברוך
אויך לויט לדעת - JDN - בחדרי

זר זהב » פרייטאג אפריל 27, 2012 10:32 am

· #8231
Re: יהא זכרו ברוך
ר' משה אלטמאן פון וומ"ס. איינער האט מער דיטעילס ? איז ער דער תו"א חסיד ? וואס איגעווען מיט אים

ברוין » פרייטאג אפריל 27, 2012 5:12 pm

· #8298
Re: יהא זכרו ברוך
ר' משה איז דער תו"א. שוין געווען נישט געזונט א שטיק צייט נעבעך.
יה"ר שלא ישמע עוד וכו'

שמואל הלוי » מאנטאג יוני 4, 2012 11:58 am

· #15930
פון לאנדאן קומט אן די שווערע בשורה איבער די פטירה פון הרה"ג ר' חיים ברייש זצ"ל (65), ר"מ בישיבת מתיבתא לאנדאן רבות בשנים.

משולם שטיינפעלד » מאנטאג יוני 4, 2012 7:40 pm

· #16017
שמואל הלוי
פון לאנדאן קומט אן די שווערע בשורה איבער די פטירה פון הרה"ג ר' חיים ברייש זצ"ל (65), ר"מ בישיבת מתיבתא לאנדאן רבות בשנים.


די בשורה איז דאפלט שווער צוליב די טראגישע אומשטענדן וויאזוי ער איז אוועק.

ער איז ל״ע דערטראנקען געווארן נאכן זיך צוקלאפן די קאפ אויף א שטיין פון די ברויזענדע כוואליעס

שמיטה » מיטוואך יוני 6, 2012 8:49 am

· #16374
מיטוואך אינדערפרי. ברוך דיין האמת. מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די. ובלע המות לנצח.
📎 JDN BDE.jpg

ניו יארק » מיטוואך יוני 13, 2012 11:17 pm

· #17885
אויב בין איך גערעכט, לעבט נאך די רביצען.
איך ווייס נאר נישט אויב זי איז אויך די עיזדש

ניו יארק » מיטוואך יוני 13, 2012 11:21 pm

· #17886
אינטערעסאנט אנצימערקען.
זיין איידעם זיצט שבעה נאך זיין טאטע ר' ....... בירענבוים ע"ה.
קען ער גיין צום'ס שווער'ס לוי'?

הדד בן בדד » דאנערשטאג יוני 14, 2012 12:28 am

· #17893
זייער א טייערער איד געווען, ער האט אכטונג געגעבן אויף די געלט פון דעם ווינער ת"ת ווי אויף א אויג אין קאפ. אויב האט ער געזעהן א אינגל נעמען מער פעיפער ווי ער האט געדארפט, אדער אן איבריגן קאפ, אדער סיי וואס האט ער דעם אינגל געגעבן צו הערן, אוי איז דאס זיס געווען, פרעגט נאר ביי די קינדער וועלכע האבן דארט געלערנט.

אזעלכע אידן קומען שוין נישט צו, א פארצייטישער אונגארישער איד, מיט ריכטיקן פארצייטישן איידלקייט און יראת שמים.

ריק סאנטורעם » זונטאג יוני 24, 2012 4:19 am

· #19482
א גוטע וואך
בד"ה שבת קודש איז נפטר געווארען אין ירושלים
ר' אשר אנשיל בן ר' חי"ל שווארץ ע"ה (54)
מנהל מוסדות סאטמאר ירושלים עיה"ק
נאכן ליידן פון די ביטערע מחלה ל"ע

זר זהב » מוצ"ש יוני 30, 2012 10:18 pm

· #20870
יצחק שמיר געשטארבן.

יידל » מוצ"ש יוני 30, 2012 10:26 pm

· #20873
זר זהב
יצחק שמיר געשטארבן.

כ'האב נישט געוואוסט אז ער האט נאך געלעבט ביז יעצט!

זר זהב » מוצ"ש יוני 30, 2012 10:27 pm

· #20874
יידל
זר זהב
יצחק שמיר געשטארבן.

כ'האב נישט געוואוסט אז ער האט נאך געלעבט ביז יעצט!

ער אליין האט אויך נישט געוואוסט.....!!!

(אלצהיימערס)

ריק סאנטורעם » זונטאג יולי 8, 2012 1:14 am

· #22321
בד"ה: הרה"ח ר' יוסף בערקאוויטש ע"ה
יארען לאנג געווען די מלמד להועיל אין חדר עזרה אין די סאטמארע חדר אויף טרופ עוו.
זיך זייער געמוטשעט די לעצטע פאר יאר

צווישען זיינע קינדער זענען
ר' מאיר מרדכי עסקן נמרץ לכל דבר טוב
ר' יקותיאל משה פון בעיסוואטער

זר זהב » זונטאג יולי 8, 2012 1:39 am

· #22326
ווען האט ער זיך געצויגן קיין ב.פ.?

ניו יארק » זונטאג יולי 8, 2012 2:04 am

· #22329
אוי וויי!!! בד"ה
פון אזא איד מעג מען זיך לערנען, כאטש ער האט נישט געגליכען האדמו"ר מהר"א מסאטמאר האט ער קיינמאל נישט גערעדט אויף אים.
א פיינע איד געווען

זר זהב » זונטאג יולי 8, 2012 2:09 am

· #22330
האט מען דאס געזאגט ביים הספד?

דעינעש » זונטאג יולי 8, 2012 10:48 am

· #22357
SatmarHQ: BDH: R' Yosef ben R' Moshe Berkowitz U"h (WB/BP 62 year) Levaya 12pm at Bihmd Torah Tfilah in BP 14 x 54, on way to Old Chelka of KY Bihc"h.

געפילטע פיש » זונטאג יולי 8, 2012 4:54 pm

· #22433
[ציטאט אראפגענומען]

איז דאס דער זעלבער וואס גייט ארום פאר חוש? א געשמאקע יודל.

shlomyg » פרייטאג יולי 13, 2012 10:58 am

· #23978
געפילטע פיש
[ציטאט אראפגענומען]

איז דאס דער זעלבער וואס גייט ארום פאר חוש? א געשמאקע יודל.



יא דער זעלבער,

zamel » מאנטאג יולי 16, 2012 7:44 pm

· #24782
נפטר געווארן די וואך האשה מלכה ארגעל בזוו"ש און כ"ץ בזוו"ר
בזוו"ר איז זי געווען חתונה געהאט צו יוסף מענדל כ"ץ וואס דער יוסף מענדל איז פאר די קריג געווען חתונה געהאט צו איר שוועסטער וואס האט נעבאך נישט דורכגעלעבט, האט ער גענומען איר שוועסטער מרת מלכה.

ריק סאנטורעם » זונטאג יולי 22, 2012 5:12 pm

· #27032
בד"ה: דעם שבת איז נפטר געווארען הרה"ח ר' שלמה ב"ר מרדכי קליין (90) ער איז געקומען לקבורה אין די חלקה פון סאטמאר החדש אין מאנראו

איינער קען אפשר לייגן א בילד פון אים?
(ער פלעגט אלץ ארומגיין נאך געלט ביי חתונות)

blauvelt » מיטוואך יולי 25, 2012 11:03 am

· #28376
who are his kids

שמיטה » מיטוואך יולי 25, 2012 12:15 pm

· #28410
לויט צעטלעך וואס איך האב געזעהן זענען די וואך נפטר געווארן
הרבנית ממישקאלץ ע"ה, און
הרבנית מטעטש ע"ה (שוויגער פון הרב ישעי' יענקל'ע פארטיגול לרפו"ש)
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45