☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יהא זכרו ברוך

יהא זכרו ברוך

2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45

אויס מענטש » מוצ"ש נאוועמבער 9, 2013 11:51 pm

· #161774
דהיינו ?

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש נאוועמבער 9, 2013 11:54 pm

· #161775
אנאנים שרייבט פריער אז א דאקטאר האט עפעס איבער געלאזט אין איר גוף נאך אן אפאראציע

אויס מענטש » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 12:02 am

· #161777
מיימאנאדיס איז מער פארנאכלאסיגט ווי אנדערע שפיטעלער?

דער (פינטעל) איד » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 12:04 am

· #161778
אזוי איז אנגענומען

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 9:09 am

· #161803
אויס מענטש
מיימאנאדיס איז מער פארנאכלאסיגט ווי אנדערע שפיטעלער?

אויף וועלכע פלאנעט לעבט איר?

אויס מענטש » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:38 pm

· #161839
ב"ה קיינמאל נישט גענוצט דעם האספיטאל וכן יעזור ה' להלאה

גאנצל » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 7:22 pm

· #161911
נעבעך ד' יאמר לצרותינו די

פרישער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:47 pm

· #162154
ר' ליפא ברייער ע"ה, א מיסטעריא וואס האלט דו וועלט געשפאנט שוין א וואך צייט, ער איז נעלם געווארן אויף א פרייטאג, מען האט אים געטראפן נאך א צוויי טאג געזיך, אין א שפיטאל, קיין אהנינג איז נישט וואס עס האט פאסירט מיטנעם, זיין נפטר ווערן איז נישט ווייניגער מיסטעריש צו מען ברויך זאגן השם ינקום דמו, צו נישט, צו איז עס א קילער מארד אדער נישט, צו איז עס קרימינאל אינוועסטיגעישן, צד השווה שבהם איז אז א מאן'ס לעיבן איז פארשניטן געווארן פריצייטיג, א צדיק וואס איז געוועין יארן לאנג א עוסק בצרכי ציבור, ער האט געפיטערט יעדן הינגעריגן איד מיט א שמייכל, יהא זכרו ברוך.

בשםואין » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 6:55 am

· #162640
ברוך דיין אמת.
הרב החסיד הנגיד רבי שלמה מיכל ראזנער ע״ה. קרית יואל.

Handler » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 9:59 am

· #162658
75 years

גאנצל » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:33 pm

· #162690
איי ר' שלמה מיכל א טייערע איד געווען. גאר א זעלטענע טיפ פון א איידעלע איד. סענסעטיוו צו יענעם'ס געפילן. א גרויסער בעל צדקה. געהאט די זכי' מהנה צו זיין סאטמאר רב ז"ל מיט'ן בויען דעם שטעטל קרית יואל נאכ'ן רבי'ן האט ער באלאנגט צו די גרופע וואס האבן נישט גענומען דעם ברך משה פאר רבי דוכט זיך ער איז געווארן נאנט דעמאלס מיט טאהשן רבי'ן שליט"א. אויך פארשטייט זיך האט ער שפעטער געשטיצט אדמור מהרז"ל דוכט זיך אז מהרז"ל איז איינגעשטאנען ביי אים.
אבער שוין דעמאלס נעבעך נישט געווען ביי די כוחות ער האט אנגעהויבן ליידן אויף די ראי' וועגן צוקער מיין איך אוי ווער געדענקט ווען ער פלעגט זיך נעבעך שלעפן אזוי האלב זעהדיג פראבירנדיג שלו' צו מאכן מיט זיין מצב אבער אלס מיט א שמייכל אוי ס'כאפט מיר אן טשילס ווען איך דערמאן מיך דעם בילד שפעטער איז זיין מצב נעבעך געגאנגען מטה מטה אבער אלס פראבירט מיט זיין גאר שוואכע כוחות צו שמייכלען צו יעדעם אוי א נפש יקרה געווען יהא זכרו ברוך

הבא ללמד » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 2:05 pm

· #162695
גאנצל
נאכ'ן רבי'ן האט ער באלאנגט צו די גרופע וואס האבן נישט גענומען דעם ברך משה פאר רבי

סארי פארן זיין מיסאינפארמירט ר' שלמה מעכיל האט פארגעליינט דע קאנסעס פינעם ברך משה כ"ו אב תש"מ ער איז געווען א עכטער חסיד פין אים, ער האט אים איבער געלאזט עטליכע יאר נאך ר' אהרן התמנות

גאנצל » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 2:08 pm

· #162697
הבא ללמד
גאנצל
נאכ'ן רבי'ן האט ער באלאנגט צו די גרופע וואס האבן נישט גענומען דעם ברך משה פאר רבי

סארי פארן זיין מיסאינפארמירט ר' שלמה מעכיל האט פארגעליינט דע קאנסעס פינעם ברך משה כ"ו אב תש"מ ער איז געווען א עכטער חסיד פין אים, ער האט אים איבער געלאזט עטליכע יאר נאך ר' אהרן התמנות

ר' סענדער האט עס פארגעליינט

ער איז קיין חסיד פון ברך משה קיינמאל געווען נישט אז ס'איז א חסרון ס'איז נאר פלעין א פאקט

מלא וגדוש » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 2:10 pm

· #162698
אזוי ווי אויף כמעט אלע אידן וואס די ארוינים זאגן זענען געווען מתנגדים, און ווילן נישט מודה זיין אז ביז'ן התמנות פון ר' אהרן זענען זיי אלע געווען/געבליבן אנענגער פונעם ב"מ.

גאנצל » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 2:14 pm

· #162700
מלא וגדוש
אזוי ווי אויף כמעט אלע אידן וואס די ארוינים זאגן זענען געווען מתנגדים, און ווילן נישט מודה זיין אז ביז'ן התמנות פון ר' אהרן זענען זיי אלע געווען/געבליבן אנענגער פונעם ב"מ.

נייע תורת לאקשן וואס מ'שטאפט לעצטענס אן די יונגע זאליס וואס זענען בר מצוה געווארן נאך ס"ו

ווער ס'איז געווען א "חסיד" פונעם ברך פאר'ן התמנות איז געווען נאך און ווער ס'איז נישט געווען נאך איז נישט געווען פארדעם.

מלא וגדוש » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 2:16 pm

· #162701
גאנצל
מלא וגדוש
אזוי ווי אויף כמעט אלע אידן וואס די ארוינים זאגן זענען געווען מתנגדים, און ווילן נישט מודה זיין אז ביז'ן התמנות פון ר' אהרן זענען זיי אלע געווען/געבליבן אנענגער פונעם ב"מ.

נייע תורת לאקשן וואס מ'שטאפט לעצטענס אן די יונגע זאליס וואס זענען בר מצוה געווארן נאך ס"ו

ווער ס'איז געווען א "חסיד" פונעם ברך פאר'ן התמנות איז געווען נאך און ווער ס'איז נישט געווען נאך איז נישט געווען פארדעם.

ווייסטע נישט אלעס. זעט אויס ווי דו ביזט דער ס"ו בר מצוה בחור

אמת ויציב » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 2:22 pm

· #162704
אדמו"ר מסאטמאר איז מספיד
שלמה מעכיל לויה2.jpg

בשםואין » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 3:01 pm

· #162707
גאנצל
מלא וגדוש
אזוי ווי אויף כמעט אלע אידן וואס די ארוינים זאגן זענען געווען מתנגדים, און ווילן נישט מודה זיין אז ביז'ן התמנות פון ר' אהרן זענען זיי אלע געווען/געבליבן אנענגער פונעם ב"מ.

נייע תורת לאקשן וואס מ'שטאפט לעצטענס אן די יונגע זאליס וואס זענען בר מצוה געווארן נאך ס"ו

ווער ס'איז געווען א "חסיד" פונעם ברך פאר'ן התמנות איז געווען נאך און ווער ס'איז נישט געווען נאך איז נישט געווען פארדעם.

נעם אפיר די בילדער פונעם ברך משה׳ס מלכות׳דיגע נסיעה קיין אר״י אין די פריע מ׳ יארן, וועסט זעהן אויף די בילדער געשוואוירענע בני יואל׳ע.

שרייבער » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 5:13 pm

· #162721
חוץ יאסל וואלדמאן ווייז מיר נאך איין געשוואורענע בני יואל

ימי קדם » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 9:56 am

· #163336
האשה מרת חיה פיגא האגער ע''ה בת הרב ישראל שנעעבאלג, בן הרב משה (טשערנאוויץ) וחתן הרב פנחס שלום האגער אב''ד וויזניץ ב.פ. בן האדמו''ר מוויזניץ מאנסי, אשת הרב יוחנן האגער, בן הרב ברוך שמשון אב''ד וויזניץ בית שמש, בן האדמו''ר מוויזניץ מאנסי, וחתן האדמו''ר מוויזניץ בני ברק.

זי האט געהאט איר ערשטע קינד דעם שבת, אלעס איז געווען בסדר, היינט צופרי איז זי פלוצלינג צוזאמגעפאלן, און אוועק.

די לויה איז 10:30 ביי בית מדרש וויזניץ מאנסי אין ב.פ. אויף 53, און אום 12:30 ביי בית המדרש הגדול וויזניץ אין מאנסי.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:33 am

· #163348
אוי באשעפער!
ווי אלט?

גאנצל » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 12:23 pm

· #163356
כ'הער אז זי איז שוין נישט געווען געזונט א שטיק צייט

נאר,,פרייליך » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 3:41 pm

· #163392
די נפטרת ע''ה אן אייניקעל פינעם טשערנאוויצער רבי האט געהייסען על שם זקינה די מאמע פינעם טשערנאוויצער רבי וואס איז געווען אן אייניקעל פינעם שימלויער רב בעל לחם שלמה זצ''ל וואס זי איז ליידער אויך טראגיש אוועק הארט נאכען צווייטען וועלט קריג נאכען געבארען דעם טשערנאוויצער רבי ר' משה
און ס'האט זיך פלוצים געשאפען קאמפליקאציעס ויצתה נשמתה בטהרה
ס'איז א שאקירענדער עפיזאד

נאר,,פרייליך » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:00 pm

· #163398
וירב בבת יהודה תאני'

אין ויזניץ מונסי האט מען לעצטענס אנגעהויבען מיט תיקונים לעזרת נשים אין ליכט פון די פארמערטע צרות היצט האט עס ליידער אנגערירט לבית רבינו
אוי מי ירפא לך!

מרת שטעקל איז נעבעך אויכעט טראגיש אומגעקומען נאך א לידה און אין די שלושים פון איר מוטער'ס אומגליק דורך אן טראגישער עקסידענט
מיר ברויכען זיך א שאקעל טאן מ'וועקט לתשובה

שוין צייט איבער צולאזען די אלטע מעשים און אנהייבען א פריש בלעטל

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:26 pm

· #163411
נאר,,פרייליך
אין ויזניץ מונסי האט מען לעצטענס אנגעהויבען מיט תיקונים לעזרת נשים אין ליכט פון די פארמערטע צרות היצט האט עס ליידער אנגערירט לבית רבינו

שוין צייט איבער צולאזען די אלטע מעשים און אנהייבען א פריש בלעטל

איך וויל נישט פארדרייען דעם שמועס פון דעם בראך רח"ל, אבער סתם פאר אינטרעסאנטקייט, וויזניץ מאנסי איז לפי ידיעתי די מערסט צניעות'דיגסטע קהלה אין מאנסי, און פון די מערסטע צניעות'דיג און איידל בכלל ביים חרד'ישן ציבור. נישט פאראן דאס שטאטישע געפוצעכץ.
דאסמאל וועט מען בלית ברירה מוזן בלעימען די שולד אויף עפעס אנדערש. אלעס האט דאך א שיעור. וויפיל קענען דען די נשים פארנעמען? וויפיל פרישע בלעטלעך קענען זיי מישן?

שנשמע ונתבשר בשורות טובות. ונזכה לתחיית המתים בקרוב ממש.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:09 pm

· #163422
[ציטאט אראפגענומען]

מיט וואס בין איך ווייניגער ''דאקטאר'' ווי זיי ?? איז עפעס א ירידה געשען לעצטענס אין די "דאקטאר וועלט" ? א בלאד קלאד אבער גארנישט געזען. ל"ע

רקבשמחה » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:31 pm

· #163432
דער באשעפער פי-הרט א וועלט
מ'קען נישט אלעס פארשטיין...
בשמחת-השבע-ברכות-המרכזי-נישואי-הרב-יוחנן-הגר-שליט”א.jpg

היימישער ליטוואק » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 6:01 pm

· #163447
(וואס מיינט "שיתחדש המלוכה שלו - שלא יזוז ממנו ומבניו ובני בניו מעתה ועד עולם"?)

קאווע טרינקער » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 6:10 pm

· #163450
היימישער ליטוואק
(וואס מיינט "שיתחדש המלוכה שלו - שלא יזוז ממנו ומבניו ובני בניו מעתה ועד עולם"?)

מ'זעהט דו ביסט א ליטוואק....

ס'עפעס אן הבטחה פון ר' זאב פון טשארניאוסטרא אין א בריוו צום ערשטען וויזניצע אדער קאסובע רבי.
און די רעסט איז רעביסטעווע.

I'm back » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 6:44 pm

· #163463
נאר,,פרייליך
וירב בבת יהודה תאני'

אין ויזניץ מונסי האט מען לעצטענס אנגעהויבען מיט תיקונים לעזרת נשים אין ליכט פון די פארמערטע צרות היצט האט עס ליידער אנגערירט לבית רבינו
אוי מי ירפא לך!

מרת שטעקל איז נעבעך אויכעט טראגיש אומגעקומען נאך א לידה און אין די שלושים פון איר מוטער'ס אומגליק דורך אן טראגישער עקסידענט
מיר ברויכען זיך א שאקעל טאן מ'וועקט לתשובה

שוין צייט איבער צולאזען די אלטע מעשים און אנהייבען א פריש בלעטל

מרת שטעקל'ס מאמע לעבט ב'ה.
דא איז נישט קיין קללות אשכול.

נאר,,פרייליך » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 7:11 pm

· #163473
טעות לעולם חוזר!!

איר שוועסטער איז ל''ע נפטר געווארן בדמי ימי' איבערלאזענדיג א שטוב מיט יתומים'לעך

פאר'ן מוטער איז דער הוצאת קול בלויז א סגולה לאריכות ימים

נאר,,פרייליך » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 7:55 pm

· #163485
[ציטאט אראפגענומען]

נישט פון מאנטשעסטער רבי מענדל'ס זיווג ראשון

קוק ביים פריערדיג בלעטל איבער דעם

שעפטל » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 4:18 pm

· #163686
מיט גרויס צער איז געמאלדן געווארן אז האברך החשוב ר' אלטר משה יעקב קויפמאן ז"ל מיקירי תושבי בית שמש האט ליידער צוריק געגעבען זיין נשמה צום באשעפער.

דער אינגערמאן א עלעקטארישען איז געווען ביי די ארבעט נעכטען נאכט ווען ער איז אראפ געפאלן פון א לייטער 5 פיס הויך אויפן ערד נאכן פארלירן די באוויסטזיין האט הצלה אים אריין געטראגן אין שפיטאל ווי די דאקטורים האבן שווער געארבעט צו ראטעווען זיין לעבן אבער ליידער נגזרה הגזירה און ער איז אוועק געריסן געווארן זייענדיג בלויז 40 יאר אלט, א חודש פאר'ן אריין פירן בנו בכורו אונטער די חופה איבערלאזנדיג 11 יתומים רח"ל מיט א צובראכענען אלמנה, דער חתן וואס איז געווען דאהי אין ניו יארק נאך געלט איז שוין צופרי ארויף אויף א פליגער צוריק צו א"י.

די לוי' וועט ארויס גיין מארגן דאנערשטאג.

דער נפטר וואס איז באוויסט אין בית שמש מיטן נאמען כלבו'ניק החסד איז געווען א עלעקטרישען און א כלבו'ניק וואס פלעגט אסאך ארום גיין צו ארימע משפחות אין שטאט און ארבעטן פאר זיי אן נעמען באצאלט פאר די ארבעט אזוי אויך איז ער געווען א וואלענטיר אין עטליכע חסד אורגענזציעס ווי הצלה און ארגון עזרת אחים אין בית שמש.

ויה"ר שיבלע המות לנצח ונשמע ונבשר בשורות טובות.
📎 אלתר קאופמאן 1.jpg

שעפטל » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 11:27 am

· #164135
ברוך דיין האמת: ר' שלום אליעזר זארגער ז"ל פון וויליאמסבורג

📎 IMG-20131122-WA020.jpg

גאנצל » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:26 pm

· #164156
אוי רבוש"ע וואס האט פאסירט א מיטגעמאכטע איד געווען כל ימי חייו אבער א ת"ח מופלג מ'זאגט אז ער האט איינגעפאקט בתורה זיין ברודער דער באקאנטער גרויסע ת"ח ר' משה זאב דער דיין אין סאטמאר מהרז"ל שייף עייל ושייף נפיק ולא מחזיק לנפשי' טיבותא די תורה איז געווען זיין טרייסט זאת נחמתי בעניי באמת געווען א נפש יקרה שקעה חמה שלא בעונתה א ריכטיגער אדם כשר וואס מ'דאף מוריד דמעות זיין אויף אים

נאר,,פרייליך » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 9:40 am

· #164332
אויס מורא פאר'ן נאמען האט די ניי געבוירען מיידעל פון הרב יוחנן האגער נישט באקומען איר מוטער'ס נאמען נאר מרגליא נאכען רעבעצין פון דער אמרי חיים

מנשה לוסטיג » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 10:00 pm

· #164540
יא שלום אליעזר איז מיין פעטער געווען, א איידים ביי מיין זיידן רבי ר' דוד זצ''ל

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 3:19 pm

· #164674
ברוך דיין האמת:
הרה"ח ר' חיים פוקס ז"ל
געוואוינט אין וויליאמסבורג, געווען 71 יאר אלט, עפעס נישט געזינט געווען לעצטענס, געכאפט א סטראוק.
די לוי' איז ארויס פון סאטמאר ביהמ"ד אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג, געקומען למנוחתו אין ביה"ח דקיט"ל ד'סאטמאר אין קרית יואל.

איבערגעלאזט:
בניו:
ר' אהרן שמואל, ק"י
ר' יצחק אייזיק, ק"י
ר' שלמה ישעי', וומ"ס
ר' אברהם, וומ"ס
ר' משה צבי, וומ"ס
ר' ליפא, לאנדאן
ר' יואל, ק"י

חתניו:
ר' ישעי' סענדר גליק, מאנסי
ר' יודא לאנדא, וומ"ס
ר' יואל (ב"ר שלום מאיר) קעסטענבוים, וומ"ס

הבא ללמד » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 6:59 pm

· #164750
חתניו:
ר' ישעי' סענדר גליק, מאנסי

ער וואינט היינט און ארץ ישראל ער האט ליידער זיין פארלוירן פרוי ל"ע מיט עטליכע יאר צירוק

דער (פינטעל) איד » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 7:32 pm

· #164757
שעפטל
ברוך דיין האמת:
געקומען למנוחתו אין ביה"ח דקיט"ל ד'סאטמאר אין קרית יואל.

אלטע אדער נייע ?

הבא ללמד » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 7:34 pm

· #164759
דער (פינטעל) איד
שעפטל
ברוך דיין האמת:
געקומען למנוחתו אין ביה"ח דקיט"ל ד'סאטמאר אין קרית יואל.

אלטע אדער נייע ?

אלטע! גיי ווייס פארוואס עס איז נפק"מ

דער (פינטעל) איד » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 7:39 pm

· #164763
ס'נישט , סתם נייגעריג. איז עני נייעס א נפק"מ ? משטיפט דע צייט

שעפטל » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 9:05 am

· #166044
ברוך דיין האמת:
האשה מרת שרה פיגא הירש ע"ה, אשת יבלחט"א מוה"ר יוסף הי"ו פון בארא פארק
די לוי' איז היינט 10:00 ביים ביהמ"ד זכרון שמואל צבי ד'קראלי, און קומט למנוחתה אינעם ביה"ח דקהל ספינקא, אין ניו דזשערסי.

איבערגעלאזט:
הרב עקיבא, וומ"ס
הרבני הנגיד ר' נטע וואלף, וומ"ס
הרה"ח ר' מרדכי אלעזר, אדמיניסטראטאר מוסדות סאטמאר (מהר"א) וויליאמסבורג, און ראה"ק ד'קראלי
איש החסד ר' אברהם משה, וומ"ס.
אשת ר' הערשל האלפערט, וומ"ס
אשת ר' יודא אברהם שטיין, ב"פ
אשת ר' שמואל קעסטענבוים, קאשוי
אשת ר' יחיאל אלי' פאזען, וומ"ס

א בילד פון ר' יוסף'ן, אן אלטער פארצייטישטער איד, נאך מיט א הוט שב"ק (בילד מוצ"ש ביים כ"א כסלו מסיבה אינעם קראונהייטס ארמארי)
📎 IMG-20131202-WA078.jpg

שרייבער » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 9:09 am

· #166046

פשיהא, נישט געוואוסט אז ר' מרדכי אלעזר איז זיין זון

שעפטל » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 9:11 am

· #166047
ברוך דיין האמת!
א בעלזא בחור יוסף יונה רוטנער ע"ה בן יבלחט"א ר' נחמן הי"ו, 15 יאר אלט איז נעבעך אראפגעקלאפט געווארן אין ירושלים, און געהארגעט געווארן אויפן פלאץ ר''ל
📎 IMG-20131203-WA016.jpg

קאוועניק » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 1:49 pm

· #166087
[ציטאט אראפגענומען]

אויך אוועק אלס קינד?

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 1:50 pm

· #166089
ניין אבער מסתםא אויך געווען א בעלזער

יושב קרן » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 6:44 pm

· #167926
אוי נעבעך, לכאורה איז עס דער זון פון בית הספר ספרים סטאר ער איז געווען זייער נישט געזונט שוין א צייט צוריק און ער האט זיך צוריקגעכאפט און ער פלעגט גיין אסאך נאך געלט ביי שמחות.

רויטע וואנצעס » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 6:44 pm

· #167927
א אינגערמאן?

קאווע טרינקער » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 7:21 pm

· #167946
איבערגעלאזט קינדער?
וואו איז ער געווען אן איידעם?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45