יהא זכרו ברוך
2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
Re: יהא זכרו ברוך
סליחה
lead, follow, or get out of the way
ווי זאגט יענער,
... don't lead, don't follow, just get out of the way
בד"ה
בד"ה, זיך געהאלטן זייער פריש ביז ממש לעצטענס.
מ'קוקט זיך אזוי אים און מ'נעמט אין אכט אז ס'שוין כמעט נישטא ווער ס'קען דערציילן ערשטהאנטיג פון דער אלטערהיים.
ר' בנימין האט זייער ליב געהאט צו דערציילן למען ידעו דור אחרון. די שאלה איז נאר ווי באגלייבט ער איז געווען. איך בין געווארן טורנד אפפ ווען כ'האב געהערט אויף קול מבשר אן אינטערוויו ווי מ'האט אים געפרעגט וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן א חנוכה ליכט צינדן ביים מנחת אלעזר אויף וואס זיין תשובה איז געווען: גיי אריין צום היינטיגע מונקאטשע רב וועסטי זעהן ממש די זעלבע ווי ביים מנח"א
גיוו מי עי ברעיק!
Professor Jacob Neusner, American academic scholar of Judaism
פון די גרעסטע מחברים בדורינו:
<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/2005/04/13/books/scholar-of-judaism-professional-provocateur.html">http://mobile.nytimes.com/2005/04/13/bo ... ateur.html</a>
Re: יהא זכרו ברוך
הרב בנימין צבי בערקאוויטש

בד''ה
געווען נישט געזונט??
בד"ה
הרבנית גיטל מאירזאהן. בתו היחידה של הגאון רפאל סולובציק בן הרב.
אשת הגאון פרץ מאירזאהן רב בית המדרש בריסק
ירמי'הרבנית גיטל מאירזאהן. בתו היחידה של הגאון רפאל סולובציק בן הרב.
אשת הגאון פרץ מאירזאהן רב בית המדרש בריסק
בד"ה זי איז געוועהן נישט געזונט?
📎 rps20161102_094913.jpg
📎 rps20161108_134330.jpg
בד''ה
אין בארא פארק קומט אן די שווערע בשורה מיט דער פטירה פין הגה''צ ר' שלמה הכהן גראס זצ''ל
דומ''ץ דקהילת בעלזא
אין דער עלטער פין 70 יאר
בשו''ט
📎 IMG-20161110-WA0017.jpg
Re: יהא זכרו ברוך
ער האט נעבעך געהאט אלטצהיימערס די לעצעטע פאר יארן
איך פלעג עם פרעגען שאלותץ ממש א יקר בתורה. מידות, און ירא"ש.
אלע זיינע חברים פון די ישיבה יארן דערמאנן כסדר ווי ער איז שוין געזעצן אין ביהמ''ד פירע פארטאגס חק ולא יעבור און געלערנט מיט זיין באקאנטע באסעווע שטימע.
נאך זיין חתונה איז ער געווען פון די ערשטע יונגעלייט מיט וועם האדמור מבעלזא שליט''א האט מייסד געווען זיין כולל מתיבתא בביתו אן ער האט עם שפעטער געשיקט קיין ב''פ צו ווערן דיין און שפעטער דיין ראשי. ער האט פארמאגט א שטארקע כוח הרבנות.
המשורר ר׳ בנציון שענקער ע״ה
פונקט די וואך געווען באשריבען אין המודיע'ס ענין.
Re: יהא זכרו ברוך
אוי וויי, דער אנטיק פידל וואס האט פאר א יובל און א האלב געשפילט מיט א פרישקייט, איז אנטשוויגן.
דער שעפערישער קוואל וואס איז נישט פארדזשאוועט געווארן פון עלטער, איז אויסגעלאפן.
ביי ר' בנציון איז מקוים געווארן בפשיטות דער עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו.
הערן ר' בנציון זינגן א ניגון, האט געמיינט הערן א שיעור אין נגינה, א לעקציע וויאזוי צו זינגן א ניגון.
די זיסע סטרונעס, ממוזג מתמציות לבו ונפשו, וואס זענען געפלאסן כנחל עדן, האבן אריינגדרונגען אין הארץ, ונבלעו באיברים, ולא יצאו מדופיים!
מי שראה פניו מאירות זינגענדיג א ניגון, ווייסט אז ס'אמת וואס מ'דערציילט אז ס'פאראן אזא וואונדערליכער זאך, וואס הייסט - א פשוט'ער-דערהויבענער איד.
ת. נ. צ. ב. ה.
<a class="postlink" href="http://www.npr.org/2013/10/16/235525531/the-greatest-living-figure-of-chasidic-music">http://www.npr.org/2013/10/16/235525531 ... idic-music</a>
כ'בין כמה פעמים געווען אין מאדזיצער שטיבל ביי די יאהרצייטען און איך האב אסאך גלערענט פון ר בנציון ע"ה.
ר בנציון איז געווען א זעלטענער בעל מחדש און פראפעסיאנעלער מוזיקאנט. ער האט געזינגען פון די נאטען זייער מדוקדק אין אויך קאמפאזירט ניגונים אויסגעהאלטען לויט די חוקים און כללי חכמת המוזיקא. ליידער זענען די היינטיגע מלחינים א באנדע אום עדיוקירטע בורים מיט רויע טאלאנט, און עס איז שטארק ניכר אין די בתי מדרשים ביי לכה דודי ...
ליטוואק פון בודאפעסטhttp://www.npr.org/2013/10/16/235525531/the-greatest-living-figure-of-chasidic-music
לינקצו א יו טוב קליפ
<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/2016/11/23/arts/music/ben-zion-shenker-rabbi-who-wrote-prayer-melodies-dies-at-91.html?_r=1&referer=http://matzav.com/ny-times-publishes-tribute-to-rabbi-ben-zion-shenker-zl/">http://mobile.nytimes.com/2016/11/23/ar ... henker-zl/</a>
ערשט געזען שבת אז א פאר וואכען צוריק איז
יפה אליאך אוועק.
דער וואס האט געליינט איהר
בוך אויף איישישאק ווייסט וואס דאס מיינט
מפוזרי: ווען דו האסט, אין דיין פאעמע לזכר נשמת ר' בנציון שענקער ע"ה געזאגט אז דער אנטיק פידל איז פארשוויגן געווארן האביך געמיינט אז דו האסט רוח הקודש. ווייל אין היינטיגן שבת איז דער אנטיק פידל קאסטרו פון ניינציג יאר (להב') אפגעשטארבן. ער האט נישט געמאכט זיין ווייב פאר אן אלמנה ווייל ער האט נישט געהאט א ווייב. אויך זיינע קינדער האט ער נישט פאריתומ'ט. ווייל ער האט נישט געהאט קיין לעגיטימע קינדער...!
דרך אגב. דער נאמען ..."פידעל"... האט גארנישט צו טון מיט א מוזיקאלישן אינסטרומענט. ס'מיינט..."געטרייער"...צו גאט.
ביי די מוסלאמינער איז דא א נאמען עבד'אללה. וואס מיינט ...עבד ה'...!
Re: יהא זכרו ברוך
ר' בערל, אז מ'רעדט פון ר' בנציון'ען איז רוח הקודש קיין חידוש. ווי אין פסוק שטייט: והיה כנגן המנגן ותהי עליו רוח ה'.
קען זיין אז ס'איז בבחינת זה לעומת זה, נעה... ר' בנציון איז געווען אסאך מער פראמענאנט.
מפוזרי: זיכער. איז עס דען א פארגלייך...?! ר' בנציון שענקער ע"ה איז געווען א טייערער איד, אן עובד ה'. וועלכער איז געווען בא בימים. ער האט עפעס אויפגעטאן זיין גאנץ לעבן. האט נישט געטשעפעט א פליג. און נאר געטון גוטס. לעומת זה, פידעל קאסטרו האט אנגעהויבן זיין יונג לעבן מיט כח, אכזריות און רציחה. כאטש ער האט געטענה'ט אז ס'איז אלעס פאר א גוטן צוועק. אבער אויפ'ן וועג צו זיין ציל האט ער און זיינע חברים געהרג'ט טויזנטער אומשולדיגע מענטשן און בארויבט נאך צענדליגער טויזנטער מענטשן פון זייער גאנץ פארמעגן וואס זיי האבן זיך געפלאגט אויף דעם זייער גאנץ לעבן. און אויך, הונדערטער קאמפאניס וואס ער האט קאנפיסקירט זייער פארמעגן אן אפילו צוזאגן איין פרוטה אין קאמפענסאציע. ס'איז אפילו דא שמועות אז זיין בעסטן חבר (א איד) וועלכער איז געווען זייער שטארק פאפולאר, און ר'האט מורא געהאט פאר קאמפעטישן, האט ער ערלעדיגט אז מ'זאלל איהם הרג'נען. נאכדעם האט ער געזאגט אז די מיליטער פון די רעגירונג האט איהם געהרג'ט.
אין אנהייב זענען געווען שמועות אז פידעל קאסטרא שטאמט פון אידן. ווייל דער נאמען ..."קאסטרא"... איז געווען באוואוסט צו זיין פון די גולי ספרד...! אבער די חוקרים האבן פעסטגעשטעלט אז ער שטאמט נישט פון אידן...!
berlbalagulehדרך אגב. דער נאמען ..."פידעל"... האט גארנישט צו טון מיט א מוזיקאלישן אינסטרומענט. ס'מיינט..."געטרייער"...צו גאט.
ביי די מוסלאמינער איז דא א נאמען עבד'אללה. וואס מיינט ...עבד ה'...!
לפי"ז אינפידעלס (אזויווי די אראבער רופן אונז אן) מיינט "נישט געטריי"
אייז קריעם: יא. ממש אזוי. היינו פירושא ד'פידעל. והיינו פירושא ד'אינ-פידעל... 🙄 ...!
הרב ר' אהרן ישעי פעקעטע ע"ה האדמור מהעלמעץ
הרב ר אהרן ישעי פעקעטע זל פלעגט פארהערן אין ישיבה ער פלעגט זיכער מאכן אז קיינער זאל זיך נישט פארשעמען
יהא זכרו ברוך
.
איך מיין חלילה נישט מזלזל צו זיין בכבוד הנפטר רח"ל. נאר מסביר זיין וויאזוי עס האט דאן געשפירט מיט צוויי יאר צוריק זומער פאר א פרעמדן קרייז פערזאן...
איסר האטלקי.
א דאנק פארן אראפ נעמען, און דעריבער בין איך אויך מעביר יעדע זכר
יה''ר שלא ישמע שוד ושבר
די יצר טוב פון פאליטיק איז דא און אלע סארטן זמנים...
#קרעיזי
קול מבשר האט באריכטעט די שוידערליכע טראגעדיע, אבער געמוזט אראפנעמען צוליב וואס עטליכע נאנטע משפחה מיטגלידער האבן נאכנישט געהאט געוויסט דערפון.
דער טאטע איז אצינד אויפן וועג צוריק פון מארילאנד, די מאמע אויפן וועג פון פלארידע.
די לויה וועט פארקומען אכט אזייגער בביהמ"ד סאטמאר הופער סט.
איסר פליז מעק דיין זינלאזע אטאקע. דאס אז דער סאטמארער האט א לויז, און צומאל שמוציג צינגל מיינט נישט אז דו דארפסט דערפאר נידערן דעם ניווא פון קש.
שוידערליך, מיין ברודער איז פונקט דארט געוועהן און געזעהן די גאנצע מעשה, השם ירחם.
[ציטאט אראפגענומען]
ער האט זיך פארשמועסט מיט מיר 😂
איך אויךאיסר פליז מעק דיין זינלאזע אטאקע. דאס אז דער סאטמארער האט א לויז, און צומאל שמוציג צינגל מיינט נישט אז דו דארפסט דערפאר נידערן דעם ניווא פון קש.
סלחתי כדבריך.
איך פאלג איינער וואס בעט שיין.
אלע דא זענען גערעכט, דאס וואלט נישט געדארפט געשריבן צו ווערן.
איסר האטלקיאיך אויךאיסר פליז מעק דיין זינלאזע אטאקע. דאס אז דער סאטמארער האט א לויז, און צומאל שמוציג צינגל מיינט נישט אז דו דארפסט דערפאר נידערן דעם ניווא פון קש.
סלחתי כדבריך.
איך פאלג איינער וואס בעט שיין.
אלע דא זענען גערעכט, דאס וואלט נישט געדארפט געשריבן צו ווערן.
ממנו ילמדו וכן יעשו.
Re: יהא זכרו ברוך
שלום עליכם ר' שש
[ציטאט אראפגענומען]
זעהט זיך אויס אז איינמאל מאיז פארכאפט אין דעם קען מען נישט אזוי גרינג אוועק קריכן. איך בין אזא וויזניצע חסיד ווי
אלי וויזל ז״ל, ער איז אויך געבליבן א גאנץ לעבן א מארמארישער וויזניצער חסיד, אז א האליקאוסט האט נישט געקענט מאכן אלי וויזל אויס וויזניצע חסיד וואס ווילסטו דאן פון מיר??? 😛
ביים אהבת ישראל זצ״ל פלעגן מארמארישע פויערן קומען צופארן אין שבת צו זעהן דעם הייליגן רעבאו, האט דער אהבת ישראל געבעטן די אידן זאלן קומען נאר נאך הבדלה, נעקסטע וואך קומט דער זעלבע פויער ווייטער צופארן מיט פערד און וואגן צום רבין שבת צופרי ביים דאווענען, זאגט דער אהבת ישראל צום איד, איך האב דאך געבעטן אז מ׳זאל נישט קומען פאר הבדלה? ענטפערט ער ״רעבאו איך האב טאקע געמאכט הבדלה פאר איך בין געקומען אזויווי די רבי האט געבעטן״. פארשטייסטע וואס מיינט א מארמארישע פויער?
די אומגעקומענע אין די היינטיגע דריי טעראר אטאקעס ר"ל. זאלן זיי זיין צו מייליץ יוישער און זאלן דארטן אויספויעלן אז מ'זאל שוין פטור ווערן פון די רוצחים און ראדיקאלן איבער די וועלט.
אדמו"ר מז'מיגראד בני ברק
פון דע שטאט בני ברק קומט אן דע ביטערע בשורה איבער די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר רבי חיים נפתלי אהרן הלבערשטאם מצאנז ז'מיגראד זצ"ל.אין בליענדען עלטער פון 66 יאהר פון א שווערע הארץ אטאקע רח"ל ל"ע ול"ע
ס'איז א פחד און א גרויס ווייטאג אז איינער זאל שטארבן אזוי פליצלינג. אבער פארוואס איז 66 אין "בליענדען עלטער"?
ווייל עס איז נישט אין יונגן עלטער און נישט אין טיפן עלטער...
אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט איז ביז די 70 קען מען נאך זיין "יונג", מ'לעבט לענגער מ'איז געזונטער, מ'קען זיך מער העלפן, קוק אן אונזער נייער פרעזידענט, ער איז 70 און פריש און מונטער ווי א פערד.