☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יהא זכרו ברוך

יהא זכרו ברוך

2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45

sunbar » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 11:20 pm

· #57886
רעמיינדער: דאס איז נישט א אשכול פאר פאליטיק...

ווייס ווי שניי » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:15 pm

· #59413
ברוך דיין האמת
מיט צער און וויטאג ווערט אויפגענומען די ביטערע בשורה פון די פטיררה אשת חבר פון גאלאנטער רבי שלט"א יעצט צוריגעגעבן איר נשמה און עלטער פון 63 יאהר בשורות טובות

שרייבער » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:19 pm

· #59416
אוי בד"ה, וואס איז געווען מיט איר?

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:20 pm

· #59420
פון ווילאמסבורג? ממשפחת בוקסבוים?

שרייבער » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:25 pm

· #59424
גאלד
פון ווילאמסבורג? ממשפחת בוקסבוים?

יא
בת ר' שמואל בוקסבוים ע"ה בן הגה"ק מגאלאנטא הי"ד

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:30 pm

· #59427
אוי געוואלד! זי איז געווען נישט געזונט?

שעפטל » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:32 pm

· #59429
בד"ה.
זי האט נעבעך געליטן אויף יענע מעשה רח"ל

קליגער איד » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:42 pm

· #59433
ווי גיייט זי ליגן ?

שעפטל » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:45 pm

· #59436
די לוי' גייט פארקומען מארגן דאנערשטאג 9:00 פארנט פון ביהמ"ד גאלאנטא אויף הויז סט. אין וויליאמסבורג
זי גייט ליגן אין לאנג איילענד

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:49 pm

· #59438
פחד פחדים.
דוכט זיך זי האט שוין חתונה געמאכט אלע קינדער?

קלאר » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:55 pm

· #59445
אוי וויי

פארוואס איז די לוי' הערשט מארגען

לעמיל » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 4:34 pm

· #59458
מ'ווארט אויף די ברידער פון גאלאנטע רבי האדמו"ר מבארשטין וואס איז און לאנדאן יעצט

קלאר » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 4:39 pm

· #59460
לעמיל
מ'ווארט אויף די ברידער פון גאלאנטע רבי האדמו"ר מבארשטין וואס איז און לאנדאן יעצט

מ'ווארט אויף א שוואגער פין די נפטרת?
נישט געהערט אזא זאך אז מ'זאל אויפהאלטן א לוי' מיט א טאג וועגן א שוואגער

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 5:07 pm

· #59467
זעהט אויס אז גרויסע רבי'ס האבן אנדערע הלכות.
אפשר איז עס בנוסף צוליב דעם שטורעם.

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 5:36 pm

· #59476
איך קלער אזוי, דער גאלאנטער איז לכאורה פון די אנגעזעהנסטע רבנים אין וומ"ב,
ער איז טאקע פון די קנאישע טיפ סאטמאריש געשטימט,
אבער ער האט א שטארקע הערצה ביי יעדעם,
ער איז שטארק אריינגעטאן אין אלע סארט רבנישע אקטיוויטעטן,
ווי למשל כשרות, יהדות, גיטין וכדומה,
איך פאנטאזיר ווען ס'וואלט געווען אזא מין זאך ווי א וומ"ס שטאטס רב אזוי ווי אין לאנדאן אדער אנטווערפן,
וואלט ער לכאורה געווען א שטארקע קאנדידאט,

איך טראכט נאר הויך...

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 5:43 pm

· #59478
און פארגעס נישט, אין די זעלבע צייט א רבי.

ער פירט הערליכע טישן, פראוועט פראכטיגע ימים טובים,
א גרויסער ת"ח אין אסאך מקצועות,
ביי די אסיפה פון מציצה בפה איז ער געווען דער ראש המדברים.

אקעי, יעצט גייט מען מספיד זיין די רעבעצין, נישט דעם רבי'ן, ביז 120...

מים חיים » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 9:06 pm

· #59535
ווען מען איז מספיד א רעביצין רעדט מען וועגן די מאן, אשת חבר כחבר. אבער דער מאן דארף זיין א חבר.... זו איז געשטאנען צו די רעכטע האנט, צוגעהאלפן בעבודת הקודש...


גאלאנטא רבנות קומט פונעם שווער?

אוהב ספרים » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 6:47 am

· #59600
זי קומט לקבורה אין לאנג איילנד וואס דארט קען מען נישט מקבר זיין נאך 4 נאכמיטאג, ממילא דארף מען מאכען די לויה הערשט היינט אינדערפרי
כמדומני אז דער בורשטינער רבי האט געדארפט פארען קיין לאנדאן מיטוואך נאכט

אכן ווי פריער ערווענט מען ווארט נישט אויף קיין שוואגער עס איז שלא על פי הלכה

גאלד » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 11:00 am

· #59617
מים חיים
ווען מען איז מספיד א רעביצין רעדט מען וועגן די מאן, אשת חבר כחבר. אבער דער מאן דארף זיין א חבר.... זו איז געשטאנען צו די רעכטע האנט, צוגעהאלפן בעבודת הקודש...


גאלאנטא רבנות קומט פונעם שווער?


דער נאמען "גאלאנטא" קומט פונעם שווער,
אבער דאס "רבנות" איז אינגאנצן א יוחס עצמו,
זיין שווער איז נישט געווען קיין רב,
ער רופט זיך "גאלאנטא" ווייל דער נאמען איז געווען עוועלעבל,
ער איז א זידיטשוב'ער אייניקל און איז זיך נוהג במנהגי זידיטשוב,

outspoken » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 11:38 am

· #59626
גאלד
מים חיים
ווען מען איז מספיד א רעביצין רעדט מען וועגן די מאן, אשת חבר כחבר. אבער דער מאן דארף זיין א חבר.... זו איז געשטאנען צו די רעכטע האנט, צוגעהאלפן בעבודת הקודש...


גאלאנטא רבנות קומט פונעם שווער?


דער נאמען "גאלאנטא" קומט פונעם שווער,
אבער דאס "רבנות" איז אינגאנצן א יוחס עצמו,
זיין שווער איז נישט געווען קיין רב,
ער רופט זיך "גאלאנטא" ווייל דער נאמען איז געווען עוועלעבל,

ער איז א זידיטשוב'ער אייניקל און איז זיך נוהג במנהגי זידיטשוב,


נישט ממש אזוי, זיין שווער איז געווען א זון גאלאנטע רב ז''ל וואס איז געווען פון די גרעסטע רבנים אין אונגעען פאר די קריג, ער האט געהאט דא אסאך תלמידים, און ווען ער האט זיך גערופן ''גאלאנטא'' האט ער באקימען שטארקע הערצה פון זיי.

גאלד » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 12:04 pm

· #59632
יא יא גערעכט, דער גאלאנטער רב ר' יהושע בוקסבוים זצ"ל הי"ד איז געווען א אדם גדול בענקים,
געפירט א הערליכע ישיבה, א מורא'דיגער מגיד, מעורר געווען אידן צו תשובה להפליא מיט בכיות,
גע'שטאמט פון אשכניזשע תלמידי חת"ס, אבער נוהג בחסידות, אזא גאטונג ווי דער ערוגת הבושם,
נישטא וואס צו רעדן, דער היינטיגער גאלאנטער רב שליט"א מיט זיין גרויסע יחוס עצמו,
איז באמת לו יאה ולו נאה צו טראגן דעם נאמען "גאלאנטא" לתפארת אבותיו,

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 1:08 pm

· #59677
אין לאנג איילענד קען מען נישט לייגן נאך 4:30. ס'איז שוין געווען צו שפעט נעכטן

ווייס ווי שניי » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:04 pm

· #60328
איז אמת אז זי איז געוואר געווארן אז זי ליידט אויף יענע מחלה ערשט פאריגע וואך דורך א צופאל?

ניו יארק » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:47 pm

· #60367
זי ליידט שוין אויף די מחלה פאר צוויי יאר ה"י

שמואל הלוי » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:34 pm

· #60395
נוי יארק
זי ליידט שוין אויף די מחלה פאר צוויי יאר ה"י

"זי ליידט שוין" אדער "זי האט געליטן"?

a1b2 » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:42 pm

· #60399
שמואל הלוי
נוי יארק
זי ליידט שוין אויף די מחלה פאר צוויי יאר ה"י

"זי ליידט שוין" אדער "זי האט געליטן"?

די האט געליטען אין א שטיק צייט צוריק איז עס שטארק צוריקגעקומען

ניו יארק » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:43 pm

· #60401
שמואל הלוי
נוי יארק
זי ליידט שוין אויף די מחלה פאר צוויי יאר ה"י

"זי ליידט שוין" אדער "זי האט געליטן"?

אמת, זי האט געליטן

אבי גערעדט » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:03 pm

· #60414
בד"ה מרת הינדא גאלדשטיין אשת הרה"ח ר' דוד ע"ה מחשובי חסידי סאטמאר (91)

ווייס ווי שניי » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:06 pm

· #60416
בד"ה חשובע פרוי געוועזעהן

קפנדריא » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:56 pm

· #60444
עפעס א גראוס פון בארא פארק איז נפטר געווארן, אנגעבליך א תלמיד פון ויגד יעקב מפאפא זצ"ל, ווייסט איינער מער פרטים?

פרענטש וואנילע » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:35 pm

· #60767
בד"ה, הרבנית מאשוואר, רעבעצין גאלד ע"ה, אשת חבר הרב יעקב גאלד שחליט"א אב"ד אשוואר, בשורות טובות..

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:40 pm

· #60769
אוי, בד"ה. ווי אלט?
עפעס א שייכות צו אונזער ניק "גאלד"?

פרענטש וואנילע » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:40 pm

· #60771
קפנדריא
עפעס א גראוס פון בארא פארק איז נפטר געווארן, אנגעבליך א תלמיד פון ויגד יעקב מפאפא זצ"ל, ווייסט איינער מער פרטים?


דאס איז דער טאטע פון די טוען ר' זלמן גרויז

פרענטש וואנילע » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:42 pm

· #60772
שמעקעדיג
אוי, בד"ה. ווי אלט?
עפעס א שייכות צו אונזער ניק "גאלד"?


נישט אזוי אלט, אבער שוין אפאר יאר נישט געזונט נעבעך..

outspoken » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:53 pm

· #60776
זי איז געווען א שוועסטער מיט להבח''ל ירושלים'ער רב'ס רעביצין לרפו''ש

שרייבער » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:54 pm

· #60777
פעלדמאן?

outspoken » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:00 pm

· #60779
שרייבער
פעלדמאן?

יא

a1b2 » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:34 am

· #62065
בד ה ר' פרץ לעפקאוויטש ראה"ק סאטמאר אנטווערפן

קלאר » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:12 pm

· #63420
a1b2
בד ה ר' פרץ לעפקאוויטש ראה"ק סאטמאר אנטווערפן

אוי דאס געווען א טייערע איד
ווער געדענקט ווי דער ברך משה ז''ל פלעגט אזוי גלייכן צו הערן ר' פרץ

א בילד ווי ער טרעט אויף ביי די לחיים לרגל דאס אויפנעמן דעם היינטיגען סאטמאר וומ''ס רב - ר' מענדל, אלס סאטמאר אנטווערפן'ער רב
📎 A78b_T6CMAEfqKW.jpg

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 9:13 am

· #64776
בד"ה הרה"ג ר' בערל וויינטרויב ז"ל (81) פון בני ברק. לאנגיעריגע חברותא פון הגאון הגדול ר' חיים קנייבסקי שליט"א

מ גפני » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 9:44 am

· #64778
מרת ווייס אשת הרה"ח ר' נפתלי אלימלך ווייס שליט"א מנהל מוסד חוש ועסקן נמרץ פאר RCCS, נעבעך אוועקגעריסן געווארן אין יונגען עלטער נאכ'ן ליידן פון די ביטערע מחלה ה"י

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 12:40 pm

· #66530
ר' אבא פינק פון בארא פארק - פלוצלינג.
מחסידי בעלזא
חתן ר' הערש ליפשיץ פון וויען

זיין ווייב איז אוועק געפאלן פורים, אין די בעלזא שוהל 15/50, נאך מגילה ליינען. - אפאר יאר צוריק.
ער האט חתונה געהאט נאכאמאל נישט לאנג צוריק

זיין זוהן הרב שמעון, איז א דיין אין אנאנים בית דין. זיין ווייב איז די באקאנטע רביצין פינק פון בארא פארק.

לעמיל » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 3:05 pm

· #66853
ר"י סלובדקא הגאון ר' עמרם סאקס זצו"ל
יעצט אועק

SHWONTS » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 5:48 pm

· #66906
אין בני ברק איז נפטר געווארן סלאבאדקער ראש ישיבה הגאון ר' עמרם זאקס זצ"ל.

לעמיל » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 6:02 pm

· #66912
SHWONTS
אין בני ברק איז נפטר געווארן סלאבאדקער ראש ישיבה הגאון ר' עמרם זאקס זצ"ל.

קוק א תגבוה פאר דיר

שעפטל » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 9:30 am

· #68193
בד"ה
הגה"צ רבי שלום שניצלער זצ"ל (64) מרבני ק"ק סאטמאר (מהר"א) ירושלים.

רבי שלום האט געכאפט א הארץ אטאקע בערך דריי וואכן צוריק וויילענדיג אין אסטראליע, גייענדיג נאך געלט.

קלאר » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:24 am

· #72746
אוי הייליגע באשעפער
איך האלט עס נישט אויס

משה אליעזר'ל ע''ה איז מער נישטו
איך מיז תשובה טוהן

הילד משה אליעזר ע''ה ב''ר צבי פנחס נ''י האט גענדיגט זיין יונג לעבן נאך 7 יארען, ער האט זיך אזוי געמיטשעט אין מ'האט געמיינט אז סוכו''ס וועלן מיר מנצח זיין
איך קען נישט ציקוקען די צער פין ידידי ר' הערש פנחס
📎 A-9rPsqCcAAWYOK.jpg

קלאר » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:03 am

· #72762
סארי, איך האב פארגעסן צוצילייגן
דער קרבן ציבור איז דער זוהן פין ר' הערש פנחס ב''ר מרדכי יצחק 'מאשקאוויטש'
זאל דער בוכ''ע טרייסטן די ציבראכענע פאטער אין די גאנצע משפחה

outspoken » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:42 am

· #72776
אוי וויי ס'רייסט שטיקער📎 שששש.jpeg

נו גוט נו » דינסטאג יאנואר 1, 2013 4:21 am

· #74241
נצחו אראלים את המצוקים: ברוך דיין האמת; כ"ק האדמו"ר מסדיגורא זצ״ל - בני ברק
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45