☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב אשר ווייס

הרב אשר ווייס

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6798

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 15, 2014 10:32 am

· #211823
הרב אשר ווייס
ס'איז מיר א חידוש אז אזא גדול בישראל, פארמאגט נישט אן אשכול ביי אונז.
וויקיפדיה:
הרב אשר זליג וייס (נולד ב-1953) הוא רב חרדי, ראש ישיבה ופוסק הלכה, חסיד צאנז. עומד בראש בד"ץ "דרכי הוראה".

נולד בארצות הברית למשה וייס‏‏, סוחר נדל"ן ונצר למשפחת רבנים, ניצול שואה. למד במוסדות צאנז בארצות הברית. בשנת תשכ"ו עלה אביו עם משפחתו לישראל והתגוררו בקריית צאנז בנתניה.

הרב וייס שימש כראש ישיבת חוג חת"ם סופר בבני ברק. הוא מכהן כרבה של הקהילה החסידית בקריית טשכנוב בשכונת רמות בירושלים, שבה הוא מתגורר. הוא משמש גם כראש כולל לדיינות ולהכשרת אברכים למורי הוראה ברחוב סורוצקין בירושלים. כמו כן הוא משמש כפוסק של המרכז הרפואי שערי צדק.

בשנת תשס"ו ייסד את ישיבת "דרכי תורה". הישיבה הוקמה יחד עם הרב ברוך דב פוברסקי, ראש ישיבת פוניבז', מתוך שאיפה לשלב את הלמדנות הליטאית עם האווירה החסידית.

שיעורו הידוע ביותר מתקיים בימי חמישי בערב בבית מדרשו. השיעור עוסק בסוגיות הלכתיות ולמדניות הקשורות לפרשת השבוע. שיעור זה מוקלט בקול הלשון ומופץ בדיסקים. רוב השיעורים מודפסים בספרו "מנחת אשר". הרב וייס מוסר שיעורים גם בישיבות של המגזר הדתי-לאומי. בישיבת תורת החיים ובישיבת שדרות הוא מוסר שיעור קבוע מידי שבועיים.

הרב וייס נודע בבקיאות רחבה בספרי הלכה ולמדנות. שיעוריו בנויים בצורה מסודרת ומובנים גם למי שאינו מצוי בנושא. הוא מתמקד בתוכן הרעיוני והמחשבתי העיקרי של הסוגיה הנלמדת ומשתדל להימנע מעיסוק בפרטים שוליים. הוא מתנגד לעיסוק קונספטואלי מופשט במושגים התלמודיים כמקובל בשיטת בריסק. שכיח אצלו הביטוי "ליבי אומר לי", המלמד על יצירתיות סובייקטיבית. הוא אינו נרתע מפסיקה חדשנית, אף כשאינה תואמת את שיטת הפסיקה החרדית הקלאסית.

ער האט חתונה געמאכט פארגאנגענע וואך, כ'דענק נישט א חתונה וואס אלע חכמים, אדמורים, רבנים, ראשי ישיבות פון אונזער אחדות'דיגע כלל ישראל צושפליטערט אויף שיכטען און קרייזען זאלן זיך משתתף זיין.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 15, 2014 10:44 am

· #211826
ר' אשר ווייס איז א גאון עולם. זיין ברודער איז רב פון (אדער אין..) מאנטריאל. ער האט נאך א ברודער ר' מאיר ווייס, א ריעל עסטעיט סוחר וואס וואוינט אין יוניאן סיטי. דער "סוחר" איז מסתמא פון די גרעסטע תלמידי חכמים און ידענים אויפן דעם זייט אנטלאנטיק (די מאטעסדארפער האט זיך משדך געווען מיט אים). זיי זענען 7 אדער 8 ברודערס. די ווייס'עס האבן עפעס געוואלדיגע סאשעל סקילס ווי אזוי זיך צו באגיין מענטשען. צוגעלאזן, ווארעם און קלוג. אויפן קליפ קען מען עס אביסל זעהן.

על המחיה » דינסטאג יולי 15, 2014 10:51 am

· #211829
זיין ברידער ר' יונתן בנימין איז רב און מונטריאל און זיין ברידער ר' בערל איז א איידעם ביים קלוזענבורג'ער רבי זצ"ל

פישלע העררינג » דינסטאג יולי 15, 2014 10:59 am

· #211830
במה כחו גדול?

ארבעס » דינסטאג יולי 15, 2014 1:41 pm

· #211847
על המחיה
זיין ברידער ר' יונתן בנימין איז רב און מונטריאל און זיין ברידער ר' בערל איז א איידעם ביים קלוזענבורג'ער רבי זצ"ל

איז ער געוועהן אינוואלווד אין א לאנגע דין תורה (פייט) מיט צאנז קלוזנברג מחלוקה?

שטילע אינגערמאן » דינסטאג יולי 15, 2014 1:50 pm

· #211850
זיייער שיינע קליפ, טאקע אלע רבנים אין אדמורים,
די קאפלע ווואס זינגט וואלט נישט געקענט זיין ערגער, שטינקט אוועק. ממש א פחד

נושא ונותן » דינסטאג יולי 15, 2014 2:16 pm

· #211862
פישל'ע העררינג
במה כחו גדול?

כוחו בפיו

נושא ונותן » דינסטאג יולי 15, 2014 2:16 pm

· #211863
ארבעס
על המחיה
זיין ברידער ר' יונתן בנימין איז רב און מונטריאל און זיין ברידער ר' בערל איז א איידעם ביים קלוזענבורג'ער רבי זצ"ל

איז ער געוועהן אינוואלווד אין א לאנגע דין תורה (פייט) מיט צאנז קלוזנברג מחלוקה?

יא

ונבנתה העיר » מאנטאג יולי 28, 2014 12:00 pm

· #214142
דרש'ענט היינט נאכט אין סטאלין ב"פ, 9:30.

טעפל » דינסטאג יולי 29, 2014 6:10 am

· #214325
די לעצטע פאר יאהר הערט מען אסאך פון איהם, ווייל זיין זוהן בנימין האט גענומען אויף זיך די פי אר און ער מאכט עס געוואלדיג!! (נישט אז איך נעם עפעס אוועק פון ר' אשר'ס גדלות)..

איינגעמיירעט » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:30 am

· #218220
זיינע ספרים און שיעורים זענען הפלאדיג,ער איז א קלארע לערנער,און ער איז שיין מנתח א סוגיא.
ער איז גאר א שטארקע חסיד פון זיך.
און מנחת אשר וואס ער האט ארויסגעבען באטיטעלט ער זיך אלס ״הגאון אשר ווייס״,ווי אוכט און זיין ספר האט ער א פרעכע התייחסות צו פריערדיגע גדולי תורה.

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:48 am

· #218233
איינגעמיירעט
זיינע ספרים און שיעורים זענען הפלאדיג,ער איז א קלארע לערנער,און ער איז שיין מנתח א סוגיא.
ער איז גאר א שטארקע חסיד פון זיך.
און מנחת אשר וואס ער האט ארויסגעבען באטיטעלט ער זיך אלס ״הגאון אשר ווייס״,ווי אוכט און זיין ספר האט ער א פרעכע התייחסות צו פריערדיגע גדולי תורה.

הרב @איינגעמיירעט, איר האלט אין איין זאגן אז גייט מער נישט שרייבן דא אין קאווע שטיבל... ועדיין לא נושענו. כ'פארשטיי אז די באבובע נייעס ברענגט אייך דא צוריק אויף א וויילע, אבער פארוואס קענט איר זיך נישט האלטן ביי אייער אייגן ווארט?

איינגעמיירעט » זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:22 am

· #218242
@קאווע טרינקער
אויב האסטו עפעס מגיב צו זיין לתגובתי גאי עהעיד.
ומחריפות תגובתך נראה לי שח"ו פגעתי בכבוד מעלתך.
ובאם ח"ו זה אמת, אבקש פה באותו מקום מחילה וסליחה.
ואקווה שכבוד מעלתך ימחול לי מחילה בחסד ומחילה ברחמים.

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 24, 2014 10:17 am

· #218267
[ציטאט אראפגענומען]

אין אנדערע ווערטער טענה'סטו אז ער איז א שוטה פונעם ערשטען קלאס! ער מיינט טאקע אז קיינער וועט נישט זעהן ווי ער פיקט אריין אין א צעטיל.... ער שאצט אונטער א וויליאמסבורגער אינגערמאן..

איינגעמיירעט » זונטאג אוגוסט 24, 2014 10:55 am

· #218272
קאווע,
די קענסט דעם יוד, אז די ווערסט אזוי צוברויזט ווען איינער קריטיקירט עם ?

I'm back » זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:04 am

· #218274
איינגעמיירעט
קאווע,
די קענסט דעם יוד, אז די ווערסט אזוי צוברויזט ווען איינער קריטיקירט עם ?


טראלל אלערט

moshav zekeinim » דאנערשטאג יוני 11, 2015 8:33 pm

· #282187
איך ווייס נישט צו עס איז דא נאך איין חסידישער רב וואס איז אזוי רעספעקטירט ביי די מאדערן ארטעדאקס yu קהילות ווי ר' אשר ווייס, ער איז כמעט זייער היינטיגער ר' משה פיינשטיין. ווייזט אויס אז ער איז זייער ברייט.

שאולדיספריםפאקער » דאנערשטאג מאי 12, 2016 10:55 am

· #332762
[ציטאט אראפגענומען]

ווען די זאגסט יש אומרים מיינסטו רב שאהלזאון ?

<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2016/05/ou.html?m=1">http://bshch.blogspot.com/2016/05/ou.html?m=1</a>

איש חזון » דאנערשטאג מאי 12, 2016 12:31 pm

· #332773
על המחיה
ר' בערל איז א איידעם ביים קלוזענבורג'ער רבי זצ"ל

ער הייסט צו זיין א שרעקליכע גאון.

איש חזון » דאנערשטאג מאי 12, 2016 12:33 pm

· #332774

חברהמאן » דאנערשטאג מאי 12, 2016 1:19 pm

· #332784
[ציטאט אראפגענומען]

א חסידישע רב זאל פירן ou?

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 1, 2016 4:38 pm

· #339847
<a class="postlink" href="http://www.torahbase.org/">http://www.torahbase.org/</a>

א תורה זייטל פאר הרב ווייסס' שיעורי תורה שבכתב ותורה שבעל פה.

טייערע ברודער » דאנערשטאג יולי 28, 2016 10:39 am

· #343831
ר' אשר האט זיך מורא'דיג ליב. ער וועט טוהען אלעס אז מ'זאל רעדען פון איהם.
ר' בער'ל איז חד בדרא ממש. לא פסיק פומיה מגירסא, א ספר תורה מהלך, אין לו בעולמו אלא ד' אמות של הלכה.
ר' מאיר איז א תלמיד חכם און א עובד.
ר' מרדכי דוד איז א בעל הבית וואס האט ליב צו לערנען.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 28, 2016 10:43 am

· #343832
טייערע ברודער

ר' מאיר איז א תלמיד חכם און א עובד.


און א ריזן בעל מדות.

קאמענטירער » דאנערשטאג יולי 28, 2016 11:01 am

· #343834
טייערע ברודער
ר' אשר האט זיך מורא'דיג ליב. ער וועט טוהען אלעס אז מ'זאל רעדען פון איהם.
ר' בער'ל איז חד בדרא ממש. לא פסיק פומיה מגירסא, א ספר תורה מהלך, אין לו בעולמו אלא ד' אמות של הלכה.
ר' מאיר איז א תלמיד חכם און א עובד.
ר' מרדכי דוד איז א בעל הבית וואס האט ליב צו לערנען.

אויב דו ביזט שוין יא באקאנט מיט די מענטשען אפשר ברענגסטו בילדער

ווי גייט נארדעי וויץ איינער האט געשמועסט פונקטליך וויפיל געלט יענקל עושר האט, פרעגט אים איינער זאג נאר וויפיל קינדער האט יענקל עושר? האט ער נישט געוויסט צו ענטפערן, פרעגט די גאנצע עולם הלמאי די געלטער וואס יענקל עושר האט באגראבען אין באנק דאס ווייסטו פונקטליך, אבער די קינדער וואס דרייען זיך דא ארום אונטער די פיס האסטו נישט קיין מושג??

יעקב מענטש » דאנערשטאג יולי 28, 2016 2:03 pm

· #343860
אויף קאווע טרינקער'ס רעקאמענדאציע בין איך ארויף אויף זיין סייט און געקליקט אויף פר' פנחס ענגלישע שיעור, הייבט ער אן אז די שיעור איז לעילוי נשמת א צה"ל זעלנער (דערווייל נישט קיין פראבלעם) וואס איז געקומען פון ניו דזשערסי אנטייל צו נעמן אין די מלחמת מצוה... איז דאס די קלויזנבורגע השקפה ? (איך מיין אז ניין).

איך פרעג נישט אים אראפצוברענגען, ער מעג האלטן וואס ער וויל, ס'איז מיר נאר אינטערסאנט צו וויסן צו דאס איז א השקפה וואס היימישע אידן האלטן.

יהושע חיים » דאנערשטאג יולי 28, 2016 2:32 pm

· #343864
Re: הרב אשר ווייס
מלחמת מצוה האט נישט מיט קיין השקפה נאר מיט הלכה (עי' ברמב"ם מה נקרא מלחמת חובה/מצוה/רשות)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

דענקער » דאנערשטאג יולי 28, 2016 2:49 pm

· #343870
יעקב מענטש
איך פרעג נישט אים אראפצוברענגען, ער מעג האלטן וואס ער וויל, ס'איז מיר נאר אינטערסאנט צו וויסן צו דאס איז א השקפה וואס היימישע אידן האלטן.

זיכער אז יא. והא ראיה, אז דער היימישער מענטש האלט אזוי. וחוזר חלילה.

טייערע ברודער » דאנערשטאג יולי 28, 2016 2:53 pm

· #343871
Re: הרב אשר ווייס
ער איז נישט קיין היימישע בכלל. ער האט ברבים געשפיגען אויף הרה"ק מקלוז"ב זי"ע. אין בית דין האט ער גערופען דעם צדיק א הפכפך!

Sent from my LG-H525n using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 28, 2016 4:22 pm

· #343878
Re: הרב אשר ווייס
און דאס מאכט אויס היימישע?! נישט לויט די בעלי ה'היימיש', וואס אונז דארפען זיך מכניע זיין צו זיי.

ערנסט גערעדט, ס'זעט מיר אויס אז ער האט פלענער ווי אלס אנצוקומען מיט זיין לערנען, שיעורים און ספרים (ווער ווייסט וואס מיינט תורה לשמ"ה?). ער איז רעספעקטירט ביי די מאדערנע ווייל דאס זוכט ער. ער וויל א רב הראשי פאסטען צו וואס. דעריבער רימט ער אויס א צה"ל זעלנער.
איך געדענק מיט בערך צען יאר צוריק, ווען איך האב געלערנט אין ב.מ.ג., האט ער געזאגט א שיעור אין ביהמ"ד. ער האט א באזונדערע פארצייטישע אונגארישע אידיש, נישט וומסב"ג, וואס ענדעלט אביסל אין הרב טוביה ווייס. ער האט זייער קלאר ארויסגעברענגט זיין חידוש, וואס איז ליידער לעיקוואד'ס חסרון. דער עולם האט זיך פאסמאקעוועט מיט איינער וואס קען קלאר און דייטליך נאכזאגען א גמרא, נישט געקעקעצט און נישט געשטאמערט. ווען הרח"א פריינד האט געזאגט א שיעור, איז עס אויך אזוי געווען, הגם דער תוכן איז פיהל בעסער געווען.
ער פסקנ'ט כל מיני ריזיגע זאכען, דעריבער האף איך ער האט יונגעלייט ארום זיך וואס האלטען איהם אין פלאץ אז ער זאל צופיהל נישט האלטען פון זיך.

איך האב געהערט א מעשה. הרב קרליבך האט געוואלט ארויסגעבען זיין חבצלת השרון עה"ת און ער האט געפרעגט ביי הרב אשר ווייס צו ס'לוינט זיך. הרב ווייס האט געזאגט אז ער האלט נישט אז א לומדישע ספר עה"ת וועט זיין עובר לסוחר. דערווייל האט ער נישט געפאלגט און דער חבצלת השרון איז פון די פאפולערסטע ספרים עה"ת היינטיגע צייטען. מנחת אשר האט נישט לאנג נאך דעם נאכגעפאלגט....

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 28, 2016 11:25 pm

· #343911
טייערע ברודער
ר' אשר האט זיך מורא'דיג ליב.

ווען איך קען ווען אזוי קלאר לערנען, וואלט איך מיך אויך ליב געהאט.

טייערע ברודער » פרייטאג יולי 29, 2016 1:33 am

· #343927
Re: הרב אשר ווייס
מיר האט מען אויסגעלערנט אז תורה לשמה לייטער'ט אויס א מענטש. איך קען תלמידי חכמים אזוי גרויס ווי איהם וואס זענען נישט אזעלכע שחצנים.

Sent from my LG-H525n using Tapatalk

יעקב מענטש » מאנטאג אוגוסט 1, 2016 1:52 pm

· #344095
קאווע טרינקער
טייערע ברודער
ר' אשר האט זיך מורא'דיג ליב.

ווען איך קען ווען אזוי קלאר לערנען, וואלט איך מיך אויך ליב געהאט.

איך גלייך נישט צו שרייבן נעגאטיוו אויף תלמידי חכמים. אבער הער אויס זיין שיעור אויף פ' פנחס, איך האב נאכנישט געהערט אזא שפראך פון א בעל דרשן וד"ל.

צו זיין קרעדיט, איך גלייך זייער זיין קלארקייט און שיינע תוכן, קוקט אויס ווי ער גייט ארויף אויף מיין וועכענטליכע ליסט.

יעקב מענטש » מאנטאג אוגוסט 1, 2016 3:20 pm

· #344105
[ציטאט אראפגענומען]

<a class="postlink" href="http://www.torahbase.org/?lang=en">http://www.torahbase.org/?lang=en</a>

איש חזון » מאנטאג אוגוסט 1, 2016 5:07 pm

· #344114
איך באקום יעדעס וואך די שיעור בכתב אויף אימייל. פרטים אינעם וועבסייט הנ"ל. צום סוף זאגט ער א מוסר דרשה. (אסאך מאל קומט מיט כל מיני הודעות מבית מרן הרב שליט"א..).
(איך דערמאן מיך יעצט אז ביי פרשת הכושר סוויצ' האט ער שטארק געקאכט אנטקעגן דעם, סיי מצד הלכה און סיי מצד השקפה, לכאורה א שטיקל חידוש.

קאמענטירער » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 11:18 am

· #344220
אנטשולדיגט פארן איבערהאקען די שנירעל אינטערסאנטע שמועס דא, אבער איך וויל בעטן נאכאמאל אזויווי כהאב נישט קיין צוטריט, אויב איינער קען זיך מיען צו ברענגען בילדער פון די מאן דאומרים דנן, מזאל זיך קענען מצייר זיין דמות דקיונום,
א דאנק

אינטערסאנטער » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 11:19 am

· #344221
עס איז מיר אזוי פאני צו הערן רעדן א געבוירענע חסידישע קלויזנבורגער וואס שטעלט זיך אהער ווי א ליטוואק דורי דורות

טייערע ברודער » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 11:25 am

· #344224
Re: הרב אשר ווייס
זיין טאטע ז"ל האט זיך שוין מזלזל געווען אין קלויזנבורגר רב זצ"ל. איך האב אין דער היים א בריוו ווי דער קלוז"ב שרייבט אז משה ווייס גיבט מיר דער גרעסטער צרות זייט׳ן קריג!

Sent from my LG-H525n using Tapatalk

אינטערסאנטער » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 11:30 am

· #344227
וואס פארא צרות האט אים ר' משה ווייס געגעבן?

קאמענטירער » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 11:31 am

· #344229
טייערע ברודער
זיין טאטע ז"ל האט זיך שוין מזלזל געווען אין קלויזנבורגר רב זצ"ל. איך האב אין דער היים א בריוו ווי דער קלוז"ב שרייבט אז משה ווייס גיבט מיר דער גרעסטער צרות זייט׳ן קריג!

מיינסט אפשר פארקערט אז קלויזנבורגר רב איז מזלזל אין ר' משה?...

טייערע ברודער » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 11:33 am

· #344232
Re: הרב אשר ווייס
איך ווייס נישט גענוי וועלכע צרות ער מיינט, אבער אזוי שרייבט ער.

Sent from my LG-H525n using Tapatalk

קאמענטירער » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 11:36 am

· #344234
טייערע ברודער
איך ווייס נישט גענוי וועלכע צרות ער מיינט, אבער אזוי שרייבט ער.

נו קען זיין ער רעדט פון אזעלעכע צרות ווי אריינפרעגן אין לערנען וכד'

אינטערסאנטער » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 11:39 am

· #344235
עס איז נאך אלס פאני וויאזוי ער שטעלט זיך אהער אלס אזא ליטווישע פרעדיגער, ער עקט ווי א ליטוואק דורי דורות מיט די ענגלישע אקצענט, מיט די היט-לאזע קאפ, און מיט די סארט זשאוקעלעך וכו' וכו'

איך קען עטליכע פון די משפחה, זיי זענען חסידיש געשטעלט.