☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » דאס ליידיגע סקרין

דאס ליידיגע סקרין

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4512

לעיקוואד » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 2:49 pm

· #141829
דאס ליידיגע סקרין
זעץ איך זיך אוועק ביי מיין דעסק, הענג אויף מיין מאנטל אויפ'ן האק , גרייט זיך צו א קאווע, און צינד אן דער קאמפיאטער. זעה איך זיך פאר א ליידגער סקרין, א אפענע ווארד דאקיומענט, שיינע בלויע בארדערס ארומגענומען מיט פארשידענע באטאנס און מעניוס, און אינמיטען ווייס. ליידיג.
ער ווארט פאר מיר איך זאל עפעס אריינלייגען דארט. עס שטייט און ווארט. און איך ווארט אויך. אבער איך קוק אריין אין מיין מוח, איך זיך עפעס קריעיטיוויטי, עפעס א גאוניש שטיקל זאל ארויסשפראצען פון די טיפענישען פון דער אינטעלעקט, און איך זעה נישט מער ווי אן אפשפיגעלינג פון דער ליידיגער סקרין.

שיינע בארדערס, די פרישטאג מיינע שוין פארדייט, די קעפין און צוקער פון די קאווע שפילען נאך ארום אין מוח אזוי פוילערהייט, ווי קינדער ביים הפסקה נאך די בעל האט געקלינגען. מעיניוס פארשידענע, פון דער זייט שטייט א מעניו דברי תורה, ער בעט זיך מאך מיר אויף, נוץ די פארשידענע ידיעות דיינע אין תורה, בוי פון דעם עפעס, לומדות, קבלה, חסידות, פרשת השבוע, סתם ידיעות. פון די צווייטע זייט אלגעמיינע ידיעות, נייעס, ליטערעטור, פילאסאפיע, טעאלאגיע, פאזעזיע. אבער אינמיטען, גארנישט. א ווייסער חלל, א גלאטע חלל אן קיין שורות צו שרייבען דערויף, נאר ליידיגע פלאץ, און. ער ווארט. עפעס זאל ארויסשפראצען, זאל שוין אנפילען דער פעידזש, זאל ער שוין אויספילן די טויזנט ווערטער וואס דער ארטיקל דארף. אפשר סתם אנהייבען קאטשקענען, אנהייבען אזויווי די דרשנים שטייט אין די וואכעדיגע סדרה, אוודאי קען מען עפעס מאכען פון דעם.

אבער פארוואס, פארוואס קאליע מאכען די הערליכע ליידיגקייט. פארוואס אנשווארצען די ווייסע שורות, פארוואס מגביל זיין אומצאליגע מעגליכקייטן צו געוויסע ווערטער. קענען מיר נישט שטיין ביי דעם אליינס, געניסען פון די רייכקייט פון די מינוט, דער מינוט פאר דער פאפיר ווערט אנגעקאטשקעט, דער סעקונדע ווען די ווייסקייט שטייט אליינס, ענהאלט אין זיך אלע פארבען, די וועלט פון שלום, ווי אלע געדאנקען לעבן אין איין גרויסער גארנישט, בעפאר איין געדאנק פירט אויס און בויט זיך אויס מיט ווערטער און פאראגראפן.

שוין, דאס לעבן פארט ווייטער, מען קען זיך נישט ערלויבען דא צו בלייבען, מאך איך זיך כאטשיק אן אנדענק פון דער מינוט, נאך יעדער ווארט לאז איך א ליידיגער ספעיס. נאך יעדער שורה א גרעסערע, און נאך יעדער פרק נאך א גרעסערע. זאל דאס זיין א מצבה, א זכר פאר דער ליידיגקייט וואס נעמט אלעס ארום, דער ליידיגקייט וואס איז גשאחטען געווארען פריצייטיג דורך די באדארפענישן אונזערע פאר ווערטער, פאר א מעשה וואס האט אן אנפאנג א מיטען און א סוף, פאר טוהן עפעס. יהא זכרו ברוך.

משה געציל » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 2:52 pm

· #141830
מעשה לסתור? 😉

מאטי » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 3:42 pm

· #141849
לעיקוואד
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.

שרגא » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 3:48 pm

· #141850
ווערטערלאז!

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 3:51 pm

· #141853
דאס ליידיגקייט איז זאראטוסטרא, די ליידיגקייט וואס איז אלעס און נעמט אריין אלעס, די ליידיגקייט פון אלע און קיינער, וואו גארנישט איז אלעס און אלעס איז גארנישט, דער זאראטוסטרא שטייט ליידיג, שטייט און ווארט אז דו זאלסט ממשיך זיין מיט זיינע נבואות.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 5:20 pm

· #141891
👍 👍

יאיר » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 11:48 pm

· #141979
געפילטע פיש
דאס ליידיגקייט איז זאראטוסטרא, די ליידיגקייט וואס איז אלעס און נעמט אריין אלעס, די ליידיגקייט פון אלע און קיינער, וואו גארנישט איז אלעס און אלעס איז גארנישט, דער זאראטוסטרא שטייט ליידיג, שטייט און ווארט אז דו זאלסט ממשיך זיין מיט זיינע נבואות.

אזוי האט געפילטע פיש געזאגט צו דעם אלטן מאן. האט דער אלטער מאן געענטפערט מיט א פארפורוירענע שטימע און אפענע נאז לעכער: נישט וואס איז אלעס איז ליידיג, און נישט וואס איז ליידיג איז אלעס, ווארום אביסל פון אלעס איז אביסל ליידיג, אבער אביסל ליידיג איז נישט אביסל פון אלעס. און אויף דעם איז ער ארויפגעגאנגען הויך הויך און אראפגעקוקט מיט דערנידרנדע אויגן צום ריכטונג פון דעם שטערנדיגן פארבייגייענדן לבנה, און אזוי האט ער זיך געוואונדן צו איר: פונקט ווי דו ווייסע ליכטיגקייט וואס ווייסט ווי אזוי עס וועט אויסקוקן ווען אלעס וועט זיין ליידיג, אזוי וועט מיין סקרין גיין אין דיינע וועגן און אויך פארשטעלן די אולטימאטום פון די ליידיגיקייט.
ויצאה נשמתו בליידיגקייט. יהא זכרו ברוך.
א מייסטערהאפטיגע ליידיגע ארבעט, לעיקוואוד!

לעיקוואד » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 11:55 pm

· #141981
ליידיקגייערס!

קינות גירושין » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:07 am

· #141991
דאס דערמאט מיר פון די מעשה וואס ר שלמה פארציילט פון דער מונקאטשער פעספארט

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 8:44 am

· #142000
לעיקוואוד, וואס האסטו למעשה געוואלט שרייבן?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:15 pm

· #142041
יאיר
געפילטע פיש
דאס ליידיגקייט איז זאראטוסטרא, די ליידיגקייט וואס איז אלעס און נעמט אריין אלעס, די ליידיגקייט פון אלע און קיינער, וואו גארנישט איז אלעס און אלעס איז גארנישט, דער זאראטוסטרא שטייט ליידיג, שטייט און ווארט אז דו זאלסט ממשיך זיין מיט זיינע נבואות.

אזוי האט געפילטע פיש געזאגט צו דעם אלטן מאן. האט דער אלטער מאן געענטפערט מיט א פארפורוירענע שטימע און אפענע נאז לעכער: נישט וואס איז אלעס איז ליידיג, און נישט וואס איז ליידיג איז אלעס, ווארום אביסל פון אלעס איז אביסל ליידיג, אבער אביסל ליידיג איז נישט אביסל פון אלעס. און אויף דעם איז ער ארויפגעגאנגען הויך הויך און אראפגעקוקט מיט דערנידרנדע אויגן צום ריכטונג פון דעם שטערנדיגן פארבייגייענדן לבנה, און אזוי האט ער זיך געוואונדן צו איר: פונקט ווי דו ווייסע ליכטיגקייט וואס ווייסט ווי אזוי עס וועט אויסקוקן ווען אלעס וועט זיין ליידיג, אזוי וועט מיין סקרין גיין אין דיינע וועגן און אויך פארשטעלן די אולטימאטום פון די ליידיגיקייט.
ויצאה נשמתו בליידיגקייט. יהא זכרו ברוך.
א מייסטערהאפטיגע ליידיגע ארבעט, לעיקוואוד!

וישא געפילטע משלו ויאמר, למה זה מוריקים פניך? נא אל תשיבנו, ריקם מלפניך. די ליידיגע פולקייט פון דיין געזיכט לאז שיינען, ווי די זון וואס וואס באשיינט די וועלט מיט איר ווייסע לערקייט, די בעכער וואס גיסט איבער וואס וויל ליידיג ווערן.

מאראנצןזאפט » זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:06 pm

· #142668
כידוע אז ווייס איז דער שורש פון אלע גוונין. (רמ"ז)

דער (פינטעל) איד » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 6:32 am

· #162980
!!Wow , just wow

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 8:23 am

· #162985
א גאנצע וועלט באשאפען פין א חלל ריק. ממש א חברה מקובלים.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2020 5:16 am

· #459910
Re: דאס ליידיגע סקרין
הערליכע געדאנק שיין באשריבן.

ס'בענקט זיך צו @לעיקוואד און @יאיר .....