☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » אסטראנאמיע

אסטראנאמיע

72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #813
בלאט: 1 2

מי אני » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:48 pm

· #435022
Re: אסטראנאמיע
אז מ׳האט גערעדט פון די ארביטן פון פלאנעטן וואלט איך געוואלט אביסל אויסשמועסן קעפלער׳ס 3 געזעצן פון פלאנעטערי מאשען:

1). די ארביטן פון פלאנעטן ארום א שטערן וועלן נישט זיין אין א צירקל מיט די שטערן אינדערמיט. זיי וועלן זיין אין די פארעם פון אן עליפס [אן אוועל] מיט די שטערן ביי איינע פון די צוויי פאקיי; נישט פונקט אינדערמיט.

די פאקיי פון אן עליפס/אוועל זענען די צוויי פונקטן וואס ליגן אויף א ליין דורך די לענגערע זייט פונ׳ם עליפס/אוועל (עס איז דאך ״צוקוועטשט״, ממילא קען מען מאכן א לענגערע ליין פון איין זייט ביז די אנדערע און א קורצערע) וואס פון וואו אימער אויפ׳ן סיבוב פונ׳ם עליפס/אוועל מ׳זאל נאר מאכען א ליין סיי צו איין פאקוס און אויך צו די אנדערע, וועט די סומע פון די צוויי ליינס אלעמאל זיין די זעלבע.

2). די עריע [area] וואס די פלאנעט פארעמט אויס אין איר הילוך/ארבעט אין א צייט אפשניט וועט אלעמאל זיין די זעלבע.

דהיינו, ווי די פריערדיגע געזעץ זאגט איז דאך די זון נענטער צו איין זייט פונ׳ם ארביט/סיבוב; די עליפס/אוועל. יעצט, זאגט די געזעץ די פלאנעט גייט, לאמיר זאגן אין א וואך, פון פוינט א׳ צו פוינט ב׳. איך קען דאס באטראכטען ווי די הילוך פארעמט אויס א טרייענגעל. דהיינו, די ערשטע ענגעל וואו די פלאנעט איז געווען, די צווייטע די זון/שטערן, און די דריטע וואו די פלאנעט איז אנגעקומען.

יעצט, ווען די פלאנעט איז אויפ׳ן זייט פונ׳ם עליפס/אוועל וואס איז נענטער צו די זון וועט עס דאך מאכן א קורצערע טרייענגעל ווי ווען זי איז אויף די זייט וואס איז ווייטער פון די זון. זאגט די געזעץ אז ווען עס איז נענטער צו די זון וועט איר ארביט גיין שנעלער, אזוי אז אין די זעלבע צייט אפשניט וועט זי אלעמאל פארעמען א טרייענגעל מיט די זעלבע מאס area. (דאס איז א תוצאה פון זיין נענטער צו די זון וממילא האט די זון׳ס גרעוויטי, וואס איז גורם די ארביט מעיקרא, א גרעסערע אפעקט.)

3). די לעצטע געזעץ איז א מאטעמאטישן חשבון וואס לויטעט אז ווען מ׳נעמט די יארן ווילאנג עס נעמט א פלאנעט ארומצוגיין די שטערן אינגאנצן און מען squared דאס [מ׳מאכט יענע נומער טיימס/מאל די זעלבע נומער], און דערנאך דיווייד מען דאס ביי איר ווייטקייט פונ׳ם זון [גערעכענט לויט האלב פון די לענגערע זייט פון די ארביט׳ס עליפס/אוועל], נאכדעם וואס מען cubed די נומער [די נומער מאל די נומער מאל די נומער; דריי מאל טיימס אויף די זעלבע נומער], וועט עס אלעמאל אויסקומען צום זעלבען נומער.

דאס איז אויך א פועל יוצא פון דעם אז ווי ווייטער מען איז פון די שטערן, אלס ווייניגער איז זיין כח פון גראוויטי פועל וממילא גייט די פלאנעט שטאטער ארום די שטערן. די געזעץ גייט אויך אנגיין אויף, למשל, לבנות וואס ארביטען א פלאנעט וכדומה.

אגב, ס׳דא וואס זאגן אז ניוטאן האט דערייווט זיין גראוויטי פארמולע פון די געזעץ.

***

אר"ש בן פזי א"ר יהושע בן לוי משום בר קפרא כל היודע לחשב בתקופות ומזלות ואינו חושב עליו הכתוב אומר (ישעיה ה יב) ואת פועל ה' לא יביטו ומעשה ידיו לא ראו א"ר שמואל בר נחמני א"ר יוחנן גמנין שמצוה על האדם לחשב תקופות ומזלות שנאמר (דברים ד ו) ושמרתם ועשיתם כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים איזו חכמה ובינה שהיא לעיני העמים הוי אומר זה חישוב תקופות ומזלות (שבת עה.)

מי אני » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 2:23 pm

· #438845
פון איינשטיין׳ס טעאריע פון גענעראלע רעלאטיוויטי איז אויסגעקומען אז, לגבי די ערשטע פון קעפלער׳ס געזעצן, די עצם עליפס פונ׳ם ארביט רוקט זיך אזוי ווי א רינג [פרעסעשן], ווייל דאס אליין ווערט באיינפלוסט פון די גראוויטי/קורוועטשאר. אבער, אין אלגעמיין, אפילו וואו די גראוויטי קוואל [למשל נעבן די זון] איז שטארק און די ארביט איז שנעל, איז די עפעקט מינימאל (אחוץ ביי ניוטראן שטערנס וכדומה וואס ארביטן ארום איינע דעם צווייטן וכדומה). אבער אויף אזויפיל יא, אז עס זענען געווען אבנארמאליטיס אין מערקארי׳ס ארביט וואס דאס האט פארענטפערט, לעומת ניוטאן׳ס טעאריע פון גראוויטי.

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 2, 2020 10:31 am

· #440801
אסטראנאמיע
לגבי קעפלער׳ס ערשטע געזעץ איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען די מו״נ (ח״ב ריש פי״א ובריש פכ״ד) וואס איז משמע דארט אז אפילו ווען מען האט אנגענומען די פטאלעמיק מאדעל איז מען נישט געווען זיכער צו ס׳גייט ארום אין א צירקול צו אין אן עליפס. הגם דארט רעדט ער פון עפיסייקלס: אז בשעת ער רעוואלווט ארום, טוהט ער אליין מאכן א רעוואלושן ארום אן אנדערן קלענערן צענטער ע״ש.

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 8:07 am

· #441928
ס׳איז אינרעסאנט צו דערמאנען אז קעפלער האט געהאלטן פון דעם מוסיקא יוניווערסאליס (בקישור להפלעטאניק סאלידס), וואס איז אזא סארט מוזיקאלישע קאנצעפט אין דעם מהלך הגלגלים. (ועיין במו״נ ח״ב פ״ח.)

(וידוע התנחומא באחרי ט דהגלגלים מתנועעים עי״ז שאומרים שירה ע״ש.)

מי אני » פרייטאג יאנואר 31, 2020 7:24 am

· #442322
אסטראנאמיע
פון די וועלט זעהט מען נאר איין זייט פון די לבנה (הגם בעצם קען מען אלס צוזאמען זעהן 59% דערפון, ווענדנדיג אין פערספעקטיוו און אין די אנדערע צייטן וואס מ׳זעהט דאס, און וויבאלד די ארביט פון די לבנה איז אן עליפס (כנ״ל) און נישט א סירקל). דאס איז צוליב טיידאל לאקינג. דהיינו, די גראוויטעישענעל כח פון איין באדי איז פועל אויף די אנדערע [א דרייענדיגע פארס; טארק] אפצושטייטערן איר ראטעישן אזוי אז צום סוף טוהט זיך פאראייניגן איר ראטעישן נאר פונקט אזוי שנעל ווי איר ארביט ארום דעם באדי. (די פארס קען אויך פועל זיין צו פארשנעלערן די ראטעישאן און פארשטייטערן די ארביט כדי ס׳זאל אויסקומען צו זיין טיידאלי לאקט צו איין זייט.)

די זעלבע זאך איז ביי די דווארף-פלאנעט פלוטא און איר לבנה טשאראן. נאר דארט וויבאלד דארט זענען די חילוקים אין מאססע און ווייטקייט קליין, זענען זיי ביידע טיידאלי לאקט איינע צו די אנדערע; פון יעדע איינס זעהט מען נאר איין זייט פון די אנדערע.

בעצם טוהט די קלענערע באדי אויך פועל זיין אויף די גרעסערע. דאס הייסט אז די לבנה טוהט אויך פועל זיין (צוזאמען מיט די זון) אפצושטייטערן די ראטעישן פון די וועלט [יעדע 100 יאר ווערט די טאג לענגער, דהיינו די ראטעישען שטייטער, מיט 15 מייקראסעקונדעס. איבער 4.5 ביליאן יאר איז די ראטעישאן/טאג געווארן לענגער פון 6 שעה בערך צו אונזער 24 שעה בערך]. מיט גענוג צייט וועט די טאג/ראטעישאן ווערן א [לבנה] חודש לאנג, וממילא וועלן ביידע זיין לאקט איינע צו די צווייטע. אבער פאר דאס קען ווערן (ביליאנען יארן) וועט שוין ביי יענע צייט (אין בערך 5 ביליאן יאר) די זון האלטן ביי איר שטארבן פאזע, וואו וויבאלד עס וועט אנהויבן פיוזן די שווערע עלעמענטס וועט עס וועט ווערן א רויטע דזשייענט, און עס וועט ווערן אזוי גרויס אז עס וועט מעגליך ״איינשלינגען״ די וועלט מיט די לבנה (אדער עכ״פ עס גוט אפברענגען; עס וועט ווייט נישט זיין אינהעביטעבל).

אגב, די לבנה אליינס ווערט/רוקט זיך ווייטער פון די וועלט מיט בערך 1.5 אינטשעס א יאר (בערך אזוי שנעל ווי די נעגל פון די פינגער וואקסן הא׳מיר שוין אפשר עפעס א שטיקל רמז פארוואס מ׳פירט זיך נישט צו שניידן די נעגל אויף ר״ח...). דאס איז (בערך) וויבאלד די טיידס אויף די ערד וואס קומען מכח די גראוויטי פון די לבנה און די וועלטס ראטעישן טוהט טראנספירירן א חלק פון די ענערגיע אויף צו ״ארויסצוווארפן״ די לבנה פון איר גראוויטעישענאל פיעלד.

מי אני » מוצ"ש פעברואר 8, 2020 7:34 pm

· #442704
Re: אסטראנאמיע
מי אני
ס׳איז אינרעסאנט צו דערמאנען אז קעפלער האט געהאלטן פון דעם מוסיקא יוניווערסאליס (בקישור להפלעטאניק סאלידס), וואס איז אזא סארט מוזיקאלישע קאנצעפט אין דעם מהלך הגלגלים. (ועיין במו״נ ח״ב פ״ח.)

(וידוע התנחומא באחרי ט דהגלגלים מתנועעים עי״ז שאומרים שירה ע״ש.)

מיט דעם קען מען אויך זאגן ווייטער אז דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג זאגט, אין זיין The Star of Redemption (ח״ב פ״ב), אז די מאלערייען, סקולפטורס וכדומה פון ארט זענען בגדר ״מקום״, ווייל מ׳איז דאס קולט אלעס אויף איינמאל, משא״כ מוזיק פון ארט איז בבחינת ״זמן״, ווייל מ׳איז דאס נישט קולט אלעס אויף איינמאל, הגם אז עס איז דא אווערלעפ צווישן די צוויי סארטן ארט (וואס מקום וזמן זענען מקושר כנודע). יעצט, דורך די גלגלים דערקענט מען הילוך הזמן (ועיין בבראשית א יד) ולכן בא הרמז בהן בענין מוזיק וואס איז בבחינת זמן וכנ״ל.

מ׳קען זאגן נאך אז דער ב״י ברענגט אראפ אין או״ח סימן תכב בשם השבלי הלקט אז די 12 הללוהוס אין מזמור קנ אין תהלים זענען קעגן די 12 חודשים ע״ש. האלב פון די הללוהוס זענען מיט מוזיקאלישע אינסטרומענטן (מיט די זיבעטע, קעגן תשרי, בתקע שופר כידוע). קען מען אפשר זאגן אז דאס איז די רמז, וויבאלד מוזיק איז בבחינת זמן [וחדשי השנה] וכנ״ל.

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 6:18 pm

· #443218
אסטראנאמיע
נאך מער קען מען די צוויי [מוזיק וזמן] מקשר זיין, ווייל ביידע פון זיי, צייט און מוזיק, קען מען נישט געהעריג דעפינירן. אזוי ווי דער מוזיקאלאגיסט דר. זשאן דזשאק נאטיעז האט געזאגט, ״די גדר צווישן [וואס איז] מוזיק און [וואס איז סתם] נויז איז אייביג תלוי אין קולטור... עס איז נישט דא קיין סינגל יוניווערסאלע קאנצעפט און אינטער-קולטוראלע הגדרה וואס פונקטליך ״מוזיק״ איז״.

דער איטאליענער קאמפאזער לוטשיאנו בעריאו האט דעפינירט מוזיק אלס ״דאס וואס מ׳הערט אויס מיט די כוונה צו הערן מוזיק״. דאס איז ענליך צום צירקולאר דעפיניציע וואס קומט אויס אסאך מאל ווען מ׳וויל דעפינירן צייט/זמן.

מי אני » מוצ"ש פעברואר 29, 2020 10:33 pm

· #443505
Re: אסטראנאמיע
און מיט דעם אלעם קען מען אפשר אויך זאגן אז דאס איז א רמז אין די סמיכות אין כוזרי (מאמר ב אות סד) וז״ל, וכן מבלי ספק היתה אצלם ידיעת תקופת החמה וזולתה מהכוכבים אבל חכמת המוסיקא חשוב באומה וכו׳ ע״ש. ווייל, ווי ערווענט, (האט מען געהאלטן אז עס) איז דא א קשר צווישן הילוך הכוכבים וכו׳ און מוזיק (ווי אויך עפ״י א פארעם פון פילאזאפיע וכנ״ל).

מי אני » מאנטאג מערץ 9, 2020 3:11 pm

· #443733
אסטראנאמיע
ובענין זה פון מוזיק בנוגע הילוך הגלגלים קען דאס גיין נאך אביסל טיפער, ווייל ווי באטיאוס האט געהאלטן איז דא דריי סארטן פון מוזיק:

1). די מוזיק פון מהלך הגלגלים הנ״ל.

2). די מוזיק פון די הרכבה פון די ראציאנאלע חלק פונ׳ם נפש און די איראציאנאלע חלק (וגם הטעמפּערמענטס) בתוך גוף האדם.

3). געהעריגע מוזיק מיט אינסטרומענטן.

די צווייטע סארט מוזיק איז אויך מקושר צו דעם אלעם כנ״ל, אזוי ווי דער מו״נ (ח״א פע״ב) זאגט אז דער מענטשליכע גוף וכו׳ איז אן ״עולם קטן״ און דומה צו מהלך וכו׳ הגלגלים.

באטיאוס האט אויך געזאגט אז איינער וואס ״פארשטייט״ מוזיק [בטעאריע וכו׳ ווי אזוי דאס ווערט געמאכט, די חכמה וואס ליגט אונטער דעם, קען דאס איוועליוּעיטן וכו׳] איז חשוב׳ער ווי דער וואס האט סתם אזוי א חוש דערצו און קען דאס שפילן. דאס קען גיין אין איינקלאנג מיט וואס אונז טרעפן מיר טאקע ביי חישוב הילוך הגלגלים וכו׳, שהוא חכמתכם ובינתכם וגו׳; די חשיבות איז דאס אמת׳דיג צו פארשטיין.

מי אני » מיטוואך אפריל 22, 2020 8:06 pm

· #446524
Re: אסטראנאמיע
מי אני
ס׳איז אינרעסאנט צו דערמאנען אז קעפלער האט געהאלטן פון דעם מוסיקא יוניווערסאליס (בקישור להפלעטאניק סאלידס), וואס איז אזא סארט מוזיקאלישע קאנצעפט אין דעם מהלך הגלגלים. (ועיין במו״נ ח״ב פ״ח.)

(וידוע התנחומא באחרי ט דהגלגלים מתנועעים עי״ז שאומרים שירה ע״ש.)
ובענין זה אז ס׳דא א קשר צווישן די פּלעיטאניק סאלידס און מוזיק, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז ארטור שׁאָפּענהאוער האט געהאלטן אז די ציל פון מוזיק איז אנצוקומען צו פּלעיטאניק איידיעס (ועיין באשכול זו). דאס איז ווייל דורך פּעטערנס אין מוזיק קומט מען אן צו א הכרה פון די אמת׳ע פּעטערנס פון די (פּלעיטאניק) צורות און ריכטיגע ״אמת״ פון די וועלט. (ער האט געהאלטן אז מ׳קען יא צוקומען צו א הכרה פון די ריכטיגע ״אמת״ פון א זאך, ועיין כאן.)

גראף » מיטוואך אפריל 22, 2020 8:34 pm

· #446533
Re: אסטראנאמיע
איינער האט באמערקט אז מען זעט לעצטענס אין הימל א זייער לעכטיגע שטערן אדער איז עס א פלאנעט? עני אינפאו?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

קל וחומר » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 12:01 am

· #446563
Re: אסטראנאמיע
גראף
איינער האט באמערקט אז מען זעט לעצטענס אין הימל א זייער לעכטיגע שטערן אדער איז עס א פלאנעט? עני אינפאו?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דאכציך אז ס'איז venus
כ'האב עס באמערקט שוין פסח.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 4:22 pm

· #446609
דער פלאנעט נוגה. איז טאקע ווינוס. און ווער ס'איז א ביסל באקאנט אין די תורת הנסתר ווייסט אויך אז ס'איז פארהאן א קליפת נוגה...שוין. פאר מער אריכות ליין אין מאחורי הפרגוד...! (סיי וועלכן אשכול)...!

מי אני » פרייטאג יולי 24, 2020 6:41 pm

· #455102
אסטראנאמיע
אין מאטעמאטיקס איז דא די העם סענדוויטש טעארעם. דאס לויטעט אז אויב האב איך דריי 3D אביעקטן [אין 3D ספעיס] קען איך אלס נוצן אן איינציגע 2D מעסער [פּלעין] זיי אלע דריי צו צוטיילן פונקטליך אין האלב אויף איין מאל, נישט קיין חילוק וואו די דריי זאכן געפינען זיך (פארשטייט זיך די מעסער דארף זיין גענוג לאנג...). דאס גייט אנגיין אין עני דיימענשאן. למשל, אין 2D אויב האב איך 2 זאכן קען איך זיי צוטיילן פונקטליך אין האלב מיט איין 1D מעסער [ליין] אויף איין מאל, נישט קיין חילוק וואו זיי געפינען זיך. אין 4D אויב האב איך 4 זאכן קען איך זיי צוטיילן מיט א 3D מעסער פונקטליך אין האלב אויף איין מאל, נישט קיין חילוק וואו זיי געפינען זיך. וכן הלאה.

מ׳האט אויפגעוואוזן אז עס קומט אויס פון דעם טעארעם אז בכל עת איז דא (למשל) אין אונזער סאלאר סיסטעם א פלאנעט, א לבנה, און אן עסטערויד וואס מ׳קען זיי אלע דריי צוטיילן מיט איין 2D פּלעין, און אזוי אז עס וועט אויסקומען אז די מאסע פון אלע פלאנעטן, לבנות, און אסטערוידס אינעם סאלאר סיסטעם זענען צוטיילט פונקטליך אין האלב.

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2020 11:25 pm

· #456033
אסטראנאמיע
ומענין לעינין באותו ענין אביסל ענליך צו דעם איז אינטרעסאנט אנצומערקן צום קנייטש און שנייד טעארעם. דאס לויטעט אז יעדעס שׁעיפּ, נישט קיין חילוק ווי מאדנע, אויב איז עס צאמגעשטעלט פון גראדע זייטן (לאפוקי קוּרווס), קען איך עס ארויסמאלן אויף א צעטל און דאס דערנאך קנייטשן אויף א סארט וועג (יעדעס שׁעיפּ מיט געוויסע קנייטשן) אזוי אז ווען איך גיי גיבן איין איינציגן גראדע שנייד אויפ׳ן צעטל זאל עס אויסשניידן די שׁעיפּ.

מי אני » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 8:53 pm

· #456724
אסטראנאמיע
מי אני

3). די לעצטע געזעץ איז א מאטעמאטישן חשבון וואס לויטעט אז ווען מ׳נעמט די יארן ווילאנג עס נעמט א פלאנעט ארומצוגיין די שטערן אינגאנצן און מען squared דאס [מ׳מאכט יענע נומער טיימס/מאל די זעלבע נומער], און דערנאך דיווייד מען דאס ביי איר ווייטקייט פונ׳ם זון [גערעכענט לויט האלב פון די לענגערע זייט פון די ארביט׳ס עליפס/אוועל], נאכדעם וואס מען cubed די נומער [די נומער מאל די נומער מאל די נומער; דריי מאל טיימס אויף די זעלבע נומער], וועט עס אלעמאל אויסקומען צום זעלבען נומער.

דאס איז אויך א פועל יוצא פון דעם אז ווי ווייטער מען איז פון די שטערן, אלס ווייניגער איז זיין כח פון גראוויטי פועל וממילא גייט די פלאנעט שטאטער ארום די שטערן. די געזעץ גייט אויך אנגיין אויף, למשל, לבנות וואס ארביטען א פלאנעט וכדומה.

ס'איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דער רלב"ג אין מלחמות ה' (מאמר ה ח"ב פ"ט) זאגט אז די סיבה פארוואס די פלאנעטן [כוכב] וואס זענען די ווייטסטע פון די וועלט ארביטן די שטייטסטע (זיין צוועלעפטע שוועריגקייט אויבן אין פ"ז) איז ווייל אין זיין (אריסטאטעלישע/דזשיאוסענטריק וכו') קאסמאלאגיע טוהן די כוכבים, גלגלים וכו' פועל זיין ממש אויף די וועלט. און ווי ווייטער א פלאנעט וכדומה איז אלס שוואכער איר פעולה. דעריבער איז עס אזוי אויסגעשטעלט אז עס זאל סובב זיין שטייטער, אזוי אז פראפארציאנאל זאל עס קענען גיבן די זעלבע אינטענסיטי אין איר פעולה ווי די נענטערע ע"ש. אין אנדערע ווערטער אויך אן ענין פון פראפארשען.

שפעטער אין ח"ג פ"י זאגט ער אז די רעישיאוס פון די מהלך הגלגלים וכו' איינס צום צווייטן איז א רעשאנעל נומער [יחס מדבר] און נישט אירעשאנעל. דאס איז וויבאלד זיי זענען שכלים וואס זענען ממש פועל על העולם און אן אירעשאנעל רעישיאו אין זייער מהלך איינס צום צווייטן וואלטן זיי נישט געקענט געהעריג משיג זיין זייערע מזוגות וואס זיי זענען פועל צוזאמען וכו' ע"ש.

(די גאנצע מאמר איז בעיקר אויף אסטראנאמיע/קאסמאלאגיע.)

מי אני » מאנטאג פעברואר 22, 2021 9:31 pm

· #467425
מי אני
אין מאטעמאטיקס איז דא די העם סענדוויטש טעארעם. דאס לויטעט אז אויב האב איך דריי 3D אביעקטן [אין 3D ספעיס] קען איך אלס נוצן אן איינציגע 2D מעסער [פּלעין] זיי אלע דריי צו צוטיילן פונקטליך אין האלב אויף איין מאל, נישט קיין חילוק וואו די דריי זאכן געפינען זיך (פארשטייט זיך די מעסער דארף זיין גענוג לאנג...). דאס גייט אנגיין אין עני דיימענשאן. למשל, אין 2D אויב האב איך 2 זאכן קען איך זיי צוטיילן פונקטליך אין האלב מיט איין 1D מעסער [ליין] אויף איין מאל, נישט קיין חילוק וואו זיי געפינען זיך. אין 4D אויב האב איך 4 זאכן קען איך זיי צוטיילן מיט א 3D מעסער פונקטליך אין האלב אויף איין מאל, נישט קיין חילוק וואו זיי געפינען זיך. וכן הלאה.

אביסל ענליך צו דעם איז דא פּפּוס׳ס העקסאגאן טעארעם. דאס לויטעט אז אויב זענען דא דריי פונקטן אויף א גראדע ליין און דריי פונקטן אויף אן אנדערן גראדע ליין און איך באהעפט זיי אלע דורכ׳ן מאכן ליינס פונעם אויבערשטן לינקן צום מיטעלסטן אונטערשטן, דערנאך צום אויבערשטן רעכטן, פון דארט צום אונטערשטן לינקן, דערנאך צום אויבערשטן מיטעלסטן, און פון דארט צום אונטערשטן רעכטן, וועלן די אלע פונקטן וואו די באהעפטענדיגע ליינס קומען זיך צאם זיין אזוי אז איך וועל קענען מאכן א גראדע ליניע דורך זיי - זיי זענען קאָליניער. כזה: 📎 D9E960AD-7968-42DE-A98E-45F8D1233D81.png

דער מאטעמאטיקער דר. גערהארד העסענבערג האט אויפגעוואוזן אז דאס וועט מכריח זיין דא דעסארג׳ס טעארעם. דאס לויטעט אז ווען איך האב צוויי אנדערע טרייענגעלס און זייערע דריי פונקטן רוף איך א׳ ב׳ און ג׳, דעמאלטס אז איך מאך א גראדע ליין וואס גייט דורך ביידע א׳ס, נאך א גראדע ליין וואס גייט דורך ביידע ב׳ס, און אן אנדערע גראדע ליין וואס גייט דורך ביידע ג׳ס, און זיי קומען אלע אן צו איין פונקט עווענטועל, דעמאלטס קען איך זיכער מאכן א גראדע ליין וואס גייט דורכגיין דארט וואו זיי טרעפן זיך אויב איך מאך גראדע ליינס ווייטער פון די ביידע א-ב ווענט פון די טרייענגעלס, דארט וואו זיי טרעפן זיך אויב איך מאך גראדע ליינס ווייטער פון די ביידע א-ג ווענט פון די טרייענגעלס, און דארט וואו זיי טרעפן זיך אויב איך מאך גראדע ליינס ווייטער פון די ביידע ב-ג ווענט פון די טרייענגעלס. דאס זעלבע להיפך: אויב ווייס איך אז די ליינס פון די ווענט וואו זיי אלע קומען זיך צאם קען איך דורך זיי מאכן א גראדע ליניע, דעמאלטס איז דא א פלאץ וואו אז איך מאך גראדע ליינס דורך אלע ביידע א׳ס, אלע ביידע ב׳ס, און אלע ביידע ג׳ס, אז זיי גייען זיך טרעפן. כזה: 📎 932424AD-17FD-4F27-9988-DD008D8D38FB.png

מי אני » דינסטאג מערץ 9, 2021 11:17 am

· #468265
און רעדענדיג פון העקסאגאנס און אסטראנאמיע איז אינטרעסאנט צו דערמאנען אז אויפ׳ן נאָרט פּוֺיל פון סעטורן [שבתאי] איז דא אן אויסשטעל פון וואלקענעס אין די פארעם פון א העקסאגאן. יעדע זייט דערפון איז גרעסער ווי די דיאמעטער פון די וועלט/ערד. (אביסל אן ענליכן פענאמענאן ווי די גרויסע רויטע ספּאַט שטורעם אויף דזשוּפּיטער, וואס איז גרעסער ווי די וועלט/ערד.) 📎 0A385C29-8C73-4BDB-8984-8CB657868BB6.jpeg

מי אני » דאנערשטאג אפריל 1, 2021 10:51 am

· #469146
בנוגע אָרבּיטס איז דא די געדאנק פון דעם ראָשׁ לימיט. ווי באקאנט טוהן די גראוויטי פון צוויי בּאַדיִס פועל זיין איינע אויף די אנדערע. דאס גיין אויך אויף אזוי ווייט אז עס שלעפט פון די אנדערע בּאַדיִ צו איר אייגענע צענטער. א באקאנטע משל דערצו איז די וואסער אויף די ערד. די ערד׳ס גראוויטי שלעפט עס צו זיך אבער די לבנה׳ס גראוויטי שלעפט עס ארויס פון די ספעיר שׁעיפּ צו זיך. די דיפערענץ דערין זענען די טיידס. דאס ווערט בכלליות גערופען די טיידעל פאָרס. דורכדעם ארבעט דאס פריערדערמאנטע טיידעל לאַקינג.

די טיידעל פאָרס פון איין בּאַדיִ ארבעט שטערקער אויף די נענטערע זייט פונעם אנדערן בּאַדיִ ווי די ווייטערע. ווי נענטער די צווייטע בּאַדיִ איז, וואס דעמאלטס איז דאך די כח פון גראוויטי שטערקער (וואס ווי ווייטער פאלט עס מיט א פּראפּארציע פון די סקווער פון די ווייטקייט, כידוע עפ״י ניוטאן), אלס מער ווערט די צווייטע בּאַדיִ אויסגעצויגן מיט דעם וואס עס ארבעט שטערקער אויף איין (די נענטערע) זייט ווי די צווייטע (די ווייטערע). די ראָשׁ לימיט איז ביי צוויי בּאַדיִס ווי איינע איז אסאך גרעסער פונעם צווייטן וממילא האט עס א שטארק שטערקערן טיידעל פאָרס אויפ׳ן אנדערן. די לימיט איז די נאנטקייט וואס דארט וועט די כח שוין זיין אזוי שטארק ווי עס וועט זיין שטערקער ווי די כח פון גראוויטי וואס האלט צאם די צווייטע בּאַדיִ (ווי דאס איז די כח וואס האלט דאס צאם) וממילא וועט די צווייטע קלענערע בּאַדיִ זיך צוברעכן דורך דעם גרעסער׳נס טיידעל פאָרס.

די לימיט רעכען איך דורכ׳ן רעכענען צוויי מאל די מאסע פונעם גרעסערן בּאַדיִ דיוויידעד ביי די מאסע פונעם קלענערן. דערנאך נעם איך די קיוּבּיק רוּט דערפון [וועלכע נומער ווען איך מאָלטיפּליי עס ביי זיך אליין איין מאל און דערנאך נאכאמאל וועט מיר געבן די נומער דא] און איך מאָלטיפּליי דאס ביי די רעידיאוס פונעם קלענערן בּאַדיִ [די ווייטקייט פונעם צענטער ״אינמיטן די בּאָלי״ ביז׳ן עק].

ביי שווארצע לעכער איז די טיידעל פאָרס אזוי שטארק אז עס איז גורם ״ספּאַגעטיפיקעישאן״. דאס הייסט אז ביים לימיט ציהט עס אויס די זאך אזש אז עס ווערט פלאך ווי א לאקשן.

***

‏דא הא׳מיר דערמאנט די העירי בּאָל טעארעם. עס איז אינטרעסאנט צו באטאנען אז אין אסטראפיזיקס איז דא די נוֺי העיר טעארעם. דאס לויטעט אז מ׳קען נישט ארויסבאקומען אינפארמאציע פון א שווארצע לאך סיידן אירע דריי דרויסענדיגע כאראקטעריסטיקס: איר מאסע, איר טשארדזש, און איר מאמענטום.

מי אני » פרייטאג יאנואר 21, 2022 10:00 am

· #492369
ועפ"י די נוֺי העיר טעארעם קען מען טאקע נישט פונאנדערשיידן צווישן א שווארצע לאך וואס איז צושטאנד געקומען פון א געוואלד מאסע כרגיל, און א קוגלבליץ וואס איז א שווארצע לאך וואס איז צושטאנד געקומען פון אן אומגעהוירע מאס ריין ענערגיע אויף/אין איין מקום (וואס כידוע מאיינשטיין זענען מאסע און ענערגיע בעצם דאס זעלבע).

מי אני » דינסטאג מאי 17, 2022 7:24 pm

· #500270
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז די עליפּטיקעל אָרבּיט פונעם ערד-קוגל ארום דעם זון ווערט אביסל ״וואַבּלי״ וויבאלד די לבנה ציהט דערויף. 📎 8EC5F9CE-FE31-4CE5-9316-E3368DF7DEB4.jpeg ווי אויך יעדעס 112,000 יאר טוהט זיך די גאנצע עליפּס אביסל רוקן; פּריסעשאן. 📎 5D4E5C53-38AB-46BF-83E2-2E4434459161.jpeg

שערי יושר » מיטוואך אפריל 26, 2023 2:09 pm

· #522818
Re: אסטראנאמיע
לויט די תורה איז די סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט באשאפן שטערנס איז ארויסציהעלפן די לבנה באשיינען די וועלט ביינאכט.

אויב אזוי פארוואס האט די אייבערשטער באשאפן ביליאנען געלעקסיס ווען צי אונזער וועלט קומט אן די ליכטיקייט פון די שטערנס פון קוים צוויי געלעקסיס?
בלאט: 1 2