☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #3772

אשכול אן א טיטל #3772

143 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3772
בלאט: 1 2 3

תורה ומדע » מיטוואך יוני 1, 2016 6:21 pm

· #335812
ליטוואק פון בודאפעסט
דער וואס דארף א תירוץ צו זיין עגזיסטענטיאלישע שאלות, ווערט נישט בארואיגט מיט דעם אז ע צווייטע האט שוין דער תירוץ. (איינער אין דער וועלט איז בארואיגט מיט'ן אויסדרוק 'דער היתר ליגט ביים ווינער רב אין שיפלאד?')
מי לנו גדול פון משה רבינו אליינס, שלמה המלך דער חכם מכל אדם ועוד? דער מענטש דארף דער תירוץ פאר זיך, נישט פאר אינוועסטירונג סבות.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מיין נקודה איז בכלל נישט אז ער וועט זיך סומך זיין אויף יענעם. נאר ער וועט ווערען אינספירירט פון קומען אין קאנטאקט מיט גדלות אז אלע יסורי ספק פאללען אוועק ממילא. איי ער וואס האט ביי געוואוינט רוח הקודש ביי א ג-טליכער מענש דארף נישט קיין סאך איבערווייזונגען. אויב פארשטייט איהר נישט וואס איך רעד, בין איך אייך ממליץ דורך צו לערנען דעם ״בקודש פנימה״.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 1, 2016 6:29 pm

· #335815
פון וועלכע קרייז קומט דער 'בקודש פנימה'?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

בן אדם » מיטוואך יוני 1, 2016 8:18 pm

· #335842
אני כשלעצמי ווער מער נתפעל פון סיפורים איבער די געוואלדיגע עבודה און מסי"נ פון צדיקים מער ווי מופתים, נעמענדיג אין באטראכט אז רוב מופתים (בעיקר פון די לעצטערע צייטן) קען מען אפווענדען.

איש חזון » מאנטאג יוני 6, 2016 1:27 pm

· #336787
בן אדם
נעמענדיג אין באטראכט אז רוב מופתים (בעיקר פון די לעצטערע צייטן) קען מען אפווענדען.

אפשר זענט איר מרחיב אין דעם נקודה?

מי אני » פרייטאג דעצעמבער 13, 2019 7:22 am

· #439933
על ראשי שכינת אל? איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק?
[ציטאט אראפגענומען]

מ׳קען זאגן אז דאס איז וואס דער רלב״ג זאגט אין מלחמות ה׳ (מאמר א ריש פ״ד). דהיינו, ער זאגט אז עוסק זיין אין די חכמות העיוניית וואס איז נישט תכליתם למעשה ברענגט מער שמחה און ערבות פאר א מענטש ווי עוסק זיין אין חכמות שתכליתן למעשה ע״ש. הגם מ׳קען זאגן אז וואס ער מיינט מיט ״אין תכליתם עד למעשה״ מיינט ער למעשה בפועל, אבער במחשבה דארפן אפילו די חכמות עיוניית יא צוברענגען צו א מסקנא אמיתית למעשה (וכעין מאמר העולם דאין שמחה כהתרת הספיקות), אבער לכאורה מיינט ער אויך אפילו די סארט חכמות [חקירות] עיוניית וואס מען קומט למעשה נישט צו צו ממש אן אמת על בוריה (וע״ש בריש פ״ג), ווייל ער דרוקט זיך אויס אין די שמחה פון די סארט חכמות אפילו די וואס ברענגען נישט צו צו הצלחה נפשיית ע״ש.

*

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6176">viewtopic.php?f=13&t=6176</a><!-- l -->

*

Fundamentalists live life with an exclamation point. I prefer to live my life with a question mark.

Amos Oz

*

(דער מגלה עמוקות (אופן רלח) זאגט אז דער מלאך פון בנימין (ווער איז, אגב, געשטארבן אן א שום חטא, ב״ב יז.) איז מיכאל...)

מי אני » זונטאג פעברואר 9, 2020 10:37 am

· #442746
מי אני

Fundamentalists live life with an exclamation point. I prefer to live my life with a question mark.

Amos Oz

לפי״ז האב איך געטראכט אז מ׳קען זאגן אז וועגן דעם איז די סימבאל פאר א פעקטאריעל אין מאטעמאטיקס א !. דהיינו, ווען מ׳מאלטיפלייט א נומער ביי די נומער אונטער עס, און דערנאך די נומער אונטער יענץ, און אזוי ווייטער ביז מ׳גרייכט איינס. למשל:
!4 = 1*2*3*4

ווייל א ! ווייזט אויף פאנדאמענעאליזם כנ״ל, וואס טענה׳ט אז מ׳דארף צוריקגיין צום שורש ממש, וואס מ׳קען באטראכטן 1 ווי שורש המספרים...

רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 9, 2020 7:55 pm

· #442769
איך האב קיינמאל נישט געהאט די אלע ספיקות, מיך אינטערעסירט א בוידעם וואס די תכלית איז, צו סאטמאר 2020 איז גערעכט צו רמב"ם 1120 צו אלישע בן אביוה גאר. איין זאך ווייס איך, מ'דארף אריינכאפן ווי מער מ'קען, א בלאט גמרא, א דאווענען, א מעדיטאציע, א שטיקל בשר, א געשמאקע שטיקל פילאזאפיע. זיין גוט אויסגעשלאפן, גוט אנגעגעסן, פארייכערן א ג'וינט ווען ס'פעלט זיך אויס, זיך ארומדרייען אביסל אויפ'ן באשעפער'ס וועלטל, זיך צוזינגען א ליד'ל און לאכן פון די איבעריגע עולם וואס קענען זיך נעבעך נישט ארויסזעהן פון זייער באבל און פלאנטערנישן. אכול ושתה כי מחר נמות, שמח בחור בילדותיך ויטיבך לבך בימי בחורותך והלך בדרכי לבך ובמראי עיניך, ואם לא שמחת והלכת בדרכי לבך דע כי על כל אלה יביאך האלקים במשפט...

Obviously, it all exists for this moment. It is a dance, and when you are dancing you are not intent on getting somewhere… The meaning and purpose of dancing is the dance. - Alan Watts

<a class="postlink" href="https://youtu.be/rBpaUICxEhk">https://youtu.be/rBpaUICxEhk</a>

cictim » מאנטאג פעברואר 10, 2020 1:23 am

· #442783
Christians want to know
<a class="postlink" href="https://youtu.be/axrVC3N2ZTY">https://youtu.be/axrVC3N2ZTY</a>

מי אני » זונטאג פעברואר 7, 2021 4:20 pm

· #466511
מי אני
מי אני

Fundamentalists live life with an exclamation point. I prefer to live my life with a question mark.

Amos Oz

לפי״ז האב איך געטראכט אז מ׳קען זאגן אז וועגן דעם איז די סימבאל פאר א פעקטאריעל אין מאטעמאטיקס א !. דהיינו, ווען מ׳מאלטיפלייט א נומער ביי די נומער אונטער עס, און דערנאך די נומער אונטער יענץ, און אזוי ווייטער ביז מ׳גרייכט איינס. למשל:
!4 = 1*2*3*4

ווייל א ! ווייזט אויף פאנדאמענעאליזם כנ״ל, וואס טענה׳ט אז מ׳דארף צוריקגיין צום שורש ממש, וואס מ׳קען באטראכטן 1 ווי שורש המספרים...

מ'קען אפשר אויסברייטערן די "רמז" נאך מער. ווייל כידוע איז א גרויס חלק פון פאנדאמענטאליזם צוצולייגן חומרות על גבי חומרות און אזוי (פאראדאקסיש) צוקומען צוריק צום שורש. אבער דאס קלאפט זיך אריין אינעם געדאנק פון כל המוסיף גורע. יעצט, די סימבאל פון !! [צוויי מאל], א דאפלטע פעקאטריעל, באדייט אז מ'מאלטיפלייט די נומער נאר מיט די נומערן אונטער עס וואס האבן די זעלבע פּעריטי, דהיינו אויב די נומער איז איִווען דעמאלטס מאלטיפליי איך עס נאר ביי די נומערן אונטער עס וואס זענען אויך איִווען און אויב די נומער איז אַדד דעמאלטס מאלטיפליי איך עס נאר ביי די נומערן אונטער עס וואס זענען אויך אַדד (מ'קען עס באטראכטן ווי אזא סארט התבדלות...). אין אנדערע ווערטער, מ'האט צוגעלייגט נאך אן ! און דאס האט גאר גורע געווען פונעם ענדגילטיגן מספר.

פאר אינטאעסאנטקייט קען דאס גיין נאך ווייטער מיט מאלטיפעקאטריעלס. למשל, דריי מאל !!! מיינט אז איך גיי איבערהיפן צוריקצווועגס דריי נומערן און אזוי עס מאלטיפלייען, פיהר מאל דעמאלטס פיהר נומערן, וכן הלאה. טאמער נעם איך די געהעריגע פעקאריעל פון א נומער, איך דיווייד דאס ביי אוילער'ס נומער [2.718...], און איך לייג צו דערצו 1/2 באקום איך די סאָבּפעקטאריעל פון דעם נומער. א סוּפּערפעקטאריעל פון א נומער איז ווען איך נעם די פעקטאריעלס פון די נומערן אנגעהויבן פון 1 ביז דעם נומער און איך מאלטיפליי זיי אלע צאם [נאכ'ן נעמען דעם פעקטאריעל פון יעדעס איינס]. די הייפּערפעקטאריעל פון א נומער איז ווען איך מאלטיפליי צאם אלע נומערן אנגעהויבן פון 1 ביז יענעם נומער, וואו יעדעס נומער איז מקודם געהעכערט צום עקספאנענט פון יענעם נומער גופא די בעיס [למשל פאר 3 אן עקספאנענט פון 3, דערנאך פאר 4 אן עקספאנענט פון 4] ביז מ'קומט אן צום נומער פונעם הייפערפעקטאריעל וואס צו יענעם נומער געב איך יענעם עקספאנענט.

עוקר הרים » מאנטאג פעברואר 8, 2021 9:32 pm

· #466642
<a class="postlink" href="https://www.healthline.com/health/what-is-purpose-anxiety-do-you-have-it">https://www.healthline.com/health/what- ... ou-have-it</a>
כ'זעה ס'איז שוין אפילו דא א ווארט פאר דעם purpose anxiety

מי אני » דינסטאג מערץ 9, 2021 7:48 am

· #468260
וואס א פעקטאריעל בעצם טוהט איז אז עס ווייזט מיר אלע מעגליכע אויסשטעלונגען און אנדערע סדרים וואס עס איז שייך צו מאכן אין א געוויסע סעט מיט א צאל עלעמענטס דערינען; א פּערמיוּטעישאן (ווי איידער סתם א קאמבּינעעשאן וואו די סדר גייט מיר נישט אן). א סאָבּפעקטאָריעל באדייט ווען איך איך וויל טאקע וויסן אלע פארשידענארטיגע סדרים וואס איך קען שאפן חוץ די וואו עני פון די עלעמענטן זענען נאך אויף זייערע אריגינעלע פלעצער. דאס ווערט נאטירט מיט׳ן לייגן דעם ! פאר׳ן נומער, ווי איידער ביי א געהעריגע פעקטאריעל וואו מ׳לייגט עס נאכ׳ן נומער.

דאס קען מען רעכענען אזוי: מען רעכענט 1- צו די עקספּאנענט פון 0 (וואס יעדע נומער מיט אן עקספּאנענט פון 0 איז 1) און איך דיווייד דאס ביי די פעקטאריעל פון 0 (וואס א פעקטאריעל פון 0 איז אויך 1). דערנאך טוה איך דעם זעלבן זאך נאר מיין עקספּאנענט און פעקטאריעל זענען 1. דערנאך די זעלבע זאך וואו די עקספּאנענט און פעקטאריעל זענען 2. און אזוי ווייטער ביז איך קום אן צו די נומער פון דעם סאָבּפעקטאָריעל. דערנאך עדד איך דאס אלעס צאם און איך מאָלטיפּליי דאס ביי די געהעריגע פעקטאריעל פון דעם נומער. עס ווערט נאטירט אזוי: 📎 2035A739-0C57-456A-AB1B-34C108F7FD60.jpeg

מי אני » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 3:30 pm

· #479329
מי אני

Fundamentalists live life with an exclamation point. I prefer to live my life with a question mark.

Amos Oz

מאידך גיסא האט דער רומענישער-פראנצויזישער שרייבער און פילאזאף עמיל סיארען געזאגט:
If I were asked to summarize as briefly as possible my vision of things, to reduce it to its most succinct expression, I should replace words with an exclamation point, a definitive !

moody » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 10:39 pm

· #482735
[ציטאט אראפגענומען]

וויאזוי קען מען זיין אזוי זיכער אז די "מימיני מיכאל" אידן, וויאזוי דער פותח האשכול רופט זיי, זענען נישט גערעכט מיט זייער לעבענס שטייגער? ביי מיר איז עס א חלק פונם ספק,
למעשה זענען זיי דאך די מערסטע "חרדים", ציטערערס פין עבירות. די מערסטע ענליך צום דרך פון שערי תשובה/ראשית חכמה/קו הישר וואס עקזיסטירט. אויב גייט מען פולקאם מיט די "עולם הזה דומה לפרוזדור" דאקטרינא, זעזען זיי היפש גערעכט.

פון די אנדערע זייט ווי קען מען זיכער זיין אז די חברה וואס האקען א לעבן די "משמאלי גבריאל'ס" פארפאסן עפעס אויב איז תורה ומצות אין חלק פו די ספק עקוועדשן?

רביה''ק זי''ע
איך האב קיינמאל נישט געהאט די אלע ספיקות, מיך אינטערעסירט א בוידעם וואס די תכלית איז, צו סאטמאר 2020 איז גערעכט צו רמב"ם 1120 צו אלישע בן אביוה גאר. איין זאך ווייס איך, מ'דארף אריינכאפן ווי מער מ'קען, א בלאט גמרא, א דאווענען, א מעדיטאציע, א שטיקל בשר, א געשמאקע שטיקל פילאזאפיע. זיין גוט אויסגעשלאפן, גוט אנגעגעסן, פארייכערן א ג'וינט ווען ס'פעלט זיך אויס, זיך ארומדרייען אביסל אויפ'ן באשעפער'ס וועלטל, זיך צוזינגען א ליד'ל און לאכן פון די איבעריגע עולם וואס קענען זיך נעבעך נישט ארויסזעהן פון זייער באבל און פלאנטערנישן. אכול ושתה כי מחר נמות, שמח בחור בילדותיך ויטיבך לבך בימי בחורותך והלך בדרכי לבך ובמראי עיניך, ואם לא שמחת והלכת בדרכי לבך דע כי על כל אלה יביאך האלקים במשפט...

יא אבער לויטען שבט מוסר וועסטו פלאקערן אין גיהנום פאר ביטול תורה וכו'.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 11:32 pm

· #482739
איך קוק עס אן פארקערט, פלאקערן אין גיהנם וועל איך סייווי ווייל איך גיי נישט קיין תכלת, איך גלייב נישט אין די גאנצע תורה (למשל די פסוק וישכב ראובן את בלהה פילגש אביו), איך גלייב נישט אין יאשקע, איך דאווען נאך סוף זמן תפילה, איך האב אינטערנעט, מיין ווייב גייט א לעיס-טאפ שייטל, איך צלם מיך נישט איבער פאר׳ן עסן, איך נוץ שבת עלעוועיטארס, איך דאווען מוסף וואס איז לכאורה ברכות לבטלה (מיין שלא עשני גוי איז לכאורה אויך א ברכה לבטלה ווייל איך פריי מיך נישט דערמיט), איך פאסט נישט אום ראמאדאן, ביי קריאת שמע זאג איך נישט גוט ארויס די עי״ן און איך זאג ״ולאבדו בכל לבבכם״ אנשטאט ״ולעבדו בכל לבבכם״ וואס איז חירוף וגידוף כלפי מעלה, איך בין נישט מקריב קרבן פסח (איסור כרת!), איך לייג נישט קיין שימושא רבה און ראב״ד תפילין, ס׳נישט אין פלאן אז מ׳זאל מיר פארברענען נאכ׳ן 120 און אריינווארפן די אש אינעם גַּנְגֵּס, איך פאסט אויס יום כיפור פאר שעתיים (אמשינובער זמן), איך עס נישט אין סוכה שמיני עצרת, איך מאך נישט הקפות אין מֶכָּה, איך גיי שבת אין מקוה, איך בין יוצא קריאת התורה פון פסול׳ע ספרי תורה וואו ס׳שטייט ״פצוע דכה״ אנשטאט די אריגינלע ״פצוע דכא״, כ׳בין נישט יוצא די תרועה ראש השנה (אונזער תרועה איז נישט די אריגינעלע, די תימנים האבן עס יא), איך טוה נישט קיין דשיהאד, כ׳בין נישט מקפיד אויף זוגות, to name a few, איז אויב בין איך שוין סייווי אויפ׳ן וועג צו גיהנם לאמיך כאטש ענדשויען די וועג ביז אהין.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 9:20 am

· #482758
רביה"ק זי"ע: דו וואלסט נאך נאך (כמעט) די אלע זאכן וואס דו האסט דא אויסגערעכנט געווען אויפ'ן וועג צו גן עדן. אלעס קען איך דיר פארענטפערן. אויסער דעם אמשינאווער זמן פון יום כיפור. אז ס'שטייט אין די תורה אז מ'דארף פאסטן דעם 10'טן טאג אין תשרי און דו הייבסט ערשט אן פאסטן א טאג פאר ערב סוכות האביך א פראבלעם מיט דעם. מילא דער אמשינאווער רבי. ער איז דאך למעלה מן הזמן. אבער נארמאלע מענטשן דארפן פאלגן וואס ס'שטייט אין די תורה לפי פשוטו...!

איכ'ל דיר אויסזאגן א סוד. איך דאוון אויך א סאך מאל מוסף פאר שחרית. מ'מעג. ס'איז א בפירוש'ער רמ"א אין הילכות שבת.

איך פריי מיך גראדע יא ווען איך מאך די ברכה שלא עשני גוי. ווייל איך זעה וואס די גויים זענען (יא. איך בין א ראסיסט, מעיל שאוויניסט, פאשיסט,מיסאדזשעניסט, קאמוניסט און סאציאליסט...!

moody » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 12:07 pm

· #482764
אין אדערע ווערטער האסטו מייאש געווען צו טרעפן דעם אמת, סא א ברעסלעווער ביסטו זיכער נישט.
אדער האסטו אפגעמאכט אז ס'אלס שטותים.
כ'בין אבער נייגעריג וויאזוי די אנדערע וואס "זיכען" נאך יא ווייסען אזוי זיכער אז די כאניאקעס זענען טאטעלי אפף

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 12:32 pm

· #482765
moody
אין אדערע ווערטער האסטו מייאש געווען צו טרעפן דעם אמת, סא א ברעסלעווער ביסטו זיכער נישט.
אדער האסטו אפגעמאכט אז ס'אלס שטותים.
כ'בין אבער נייגעריג וויאזוי די אנדערע וואס "זיכען" נאך יא ווייסען אזוי זיכער אז די כאניאקעס זענען טאטעלי אפף

א חוץ מה שנתבאר כבר לעיל, מיין איך אז אין יעדע זאך איז ווען די האסט שטארק רעכט/עקסטרים אויף איין זייט און שטארק לינק אויף די צווייטע זייט איז דער אמת אדער עכ״פ די העלטי פונקציאלע וועג ערגעץ אינדערמיט, והבן כי עמוק עמוק היא עד מאד.

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 12:37 pm

· #482767
לגבי די געדאנק פון דא און ווייטער:
הוגה
איך האב דעם שבת געזעהן אין די משפחה מאגאזין א געוואלדיגע ווארט בשם רבי שלמה וולבה ע''ה, און איך האב געהאלטן אז עס פאסט גוט אריין מיט דעם שמועס.

Apikorsus isn't someone who started thinking heretically, it's someone who at some point stopped thinking

ודפח''ח.

הוגה
איך האב עס נישט געזעהן אין קאנטעקסט. איך האב אבער פארשטאנען אז די מימרא איז געזאגט געווארן צו פראמאוטען קשיות וספיקות. און נישט ווי די מנהג איז צו זאגן אז '' דאס איז אן אפיקורסישע קשיא''. נאר לעבן אין איגנארענץ אן קשיות איז אפיקורסות. כך הבנתי.

איז הא'מיר דא צוגעברענגט דעם שם טוב אין מו"נ ח"ג פנ"א:
כי המחשבה בדמיונות לא תקרא דעה אמנם תקרא העולה על רוחכם, ולכן מי שיחשוב וירבה לזכרו [הקב"ה] מבלי חכמה והוא נמשך אחר דמיון לבד או נמשך אחר אמונתו שנמסרה לו מזולתו הוא חוץ לבית ורחוק ממנו בלתי זוכר את השם באמת ולא חושב בו, כי הדבר אשר בדמיונו ואשר יזכור בפיו אינו נאות לשום נמצא כלל אבל הוא דבר בדוי שבדהו דמיונו, זה האיש ראוי שיקרא כופר כמו שביארנו בתוארים [ח"א פל"ו ופ"ס].
איך פארשטיי אז דאס איז בעיקר אין די קאנטעקסט פון אנטראפמארפיזם לגבי ג-ט.

***

ולגבי:
[ציטאט אראפגענומען]

הא'מיר דא צוגעברענגט דעם מימרא פון דזשאן סטוארט מיל: "ס'איז בעסער צו זיין אן אומצופרידענער מענטש ווי איידער א צופרידענער חזיר; בעסער צו זיין סקראט וואס איז אומצופרידען ווי א נאַר וואס איז צופרידען. און אויב די נאַר, אדער די חזיר, האלט אנדערש איז עס ווייל זיי ווייסן נאר זייער זייט פון די שאלה".

***

בענדזשאמין פרענקלין
א חוץ מה שנתבאר כבר לעיל, מיין איך אז אין יעדע זאך איז ווען די האסט שטארק רעכט/עקסטרים אויף איין זייט און שטארק לינק אויף די צווייטע זייט איז דער אמת אדער עכ״פ די העלטי פונקציאלע וועג ערגעץ אינדערמיט, והבן כי עמוק עמוק היא עד מאד.

הגם איך פערזענליך בין בעצם ביסוד מסכים דערצו (למשל לגבי פאליטיק זוך איך די סענטריסט מהלך) דארף מען אבער אפבאכט געבן פון אן ארגומענט צו מאדערעישאן פאָלאָסי ווען ס'קומט צו א ספעציפישן אינדיווידואלן ארגומענט. וואו ס'האלט לכאורה יא מער אויס איז ווען מען נעמט אן עגערעגעיט פון אפאר ארגומענטן צוזאמען, וואס זענען מקושר, און אין דעם זאגט מען אז עס עוורידזשט אויס צו א סענטער.

לגבי מדות און געפירעכץ [די "העלטי וועג"] איז עס זיכער אזוי וכהרמב"ם עפ"י אריסטו בהל' דעות.

הוגה » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 3:54 pm

· #482773
מי אני
פון דזשאן סטוארט מיל: "ס'איז בעסער צו זיין אן אומצופרידענער מענטש ווי איידער א צופרידענער חזיר; בעסער צו זיין סקראט וואס איז אומצופרידען ווי א נאַר וואס איז צופרידען. און אויב די נאַר, אדער די חזיר, האלט אנדערש איז עס ווייל זיי ווייסן נאר זייער זייט פון די שאלה".


ס' דערמאנט אביסל פון די מימרא וואס מען זאגט נאך בשם רבי ישראל בער אודעסער ז"ל בשם רבי נחמן זצ"ל, "מוטב להיות משוגע ובשמחה מלהיות עצוב ונורמלי". 😃


.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 4:54 pm

· #482777
הוגה: דער צושטעל פון (אנגעבליך) ר' נחמנ'ס ווארט לערנט אונז עפעס אנדערש. אז ס'איז וויכטיגער אז דער מענטש זאלל זיין צופרידן און שלם בנפשו. אפילו די סאסייעטי איז נישט צופרידן מיט איהם. ווי איידער צו הייסן אז מ'איז אריינגעפאסט אין די חברותה. אבער דער נפש איז געפייניגט און אומבאלאנסירט...!

יעקב מענטש » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 5:06 pm

· #482780
בענדזשאמין פרענקלין
moody
אין אדערע ווערטער האסטו מייאש געווען צו טרעפן דעם אמת, סא א ברעסלעווער ביסטו זיכער נישט.
אדער האסטו אפגעמאכט אז ס'אלס שטותים.
כ'בין אבער נייגעריג וויאזוי די אנדערע וואס "זיכען" נאך יא ווייסען אזוי זיכער אז די כאניאקעס זענען טאטעלי אפף

א חוץ מה שנתבאר כבר לעיל, מיין איך אז אין יעדע זאך איז ווען די האסט שטארק רעכט/עקסטרים אויף איין זייט און שטארק לינק אויף די צווייטע זייט איז דער אמת אדער עכ״פ די העלטי פונקציאלע וועג ערגעץ אינדערמיט, והבן כי עמוק עמוק היא עד מאד.

פארוואס מוז זיין אז דער אמת איז אינדערמיט?

הוגה » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 6:13 pm

· #482784
berlbalaguleh
הוגה: דער צושטעל פון (אנגעבליך) ר' נחמנ'ס ווארט לערנט אונז עפעס אנדערש. אז ס'איז וויכטיגער אז דער מענטש זאלל זיין צופרידן און שלם בנפשו. אפילו די סאסייעטי איז נישט צופרידן מיט איהם. ווי איידער צו הייסן אז מ'איז אריינגעפאסט אין די חברותה. אבער דער נפש איז געפייניגט און אומבאלאנסירט...!


אמת. אבער די ננחס נוצן עס פאר א תירוץ צו טאנצן אויפן דאך פון א ספרעי פעינטיד קאר... 😃 דאס איז שוין א קליין טריט ווייטער ווי זיין שלם בנפשם.

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 6:14 pm

· #482785
יעקב מענטש
פארוואס מוז זיין אז דער אמת איז אינדערמיט?

גערעכט און טאקע אט דאס ווארענט טאקע די ארגומענט צו מאדערעישאן. אבער, כאמור, טאמער באציהט מען זיך צו אסאך פאזיציעס אויף אמאל, וואס זענען מקושר, דאן קען מען לכאורה אינוואָקען די צענטראלע לימיט טעארעם וואס זאגט אז ס׳עוורידזשד אויס צו אינדערמיט, ווי דערמאנט אויבן. פארשטייט זיך אז ווי מער פאזיציעס אלס מער דארף זיך עס אויסצועוורידזשען.

moody » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 9:09 pm

· #482798
דאס איז געזאגט געווארן ביי צוויי שיטות/פילאזאפיעס.
אבער איז אכול אכול כי מחר נמית (לגבי אידישקייט/חובת האדם בעולמו) א שיטה?
(משא"כ כאניקישקייט איז יא מער א "שיטה" ער האט שטיקל טשעק ליסט וואס יא אין וואס נישט)

ע"כ ווי שייך צו זאגן "אינדערמיט" אינדערמיט פוון וואס?

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 9:54 pm

· #482799
דיין שאלה איז געווען איבער כאניקישקייט ובלשונך הקדוש "כ'בין אבער נייגעריג וויאזוי די אנדערע וואס "זיכען" נאך יא ווייסען אזוי זיכער אז די כאניאקעס זענען טאטעלי אפף", אבער אפשר האסטו נישט גערעדט דוקא וועגן כאניקעס.
מיין פוינט איז נעם עני פארצווייגטע נושא וואס איז דא צוויי זייטן צו די מטבע, וואס ווען די וועסט עס געבן פאר עני רענדאם 100 מענטשן וועלן זיין א געוויסע פארצענט גאר רעכט א געוויסע פראצענט גאר לינק און א געוויסע פראצענט ערגעץ אינדערמיט וועט די אמת אדער ישרות זיין געווענליך ערגעץ אינדערמיט. עס איז אמת עס איז נישט בהכרח אבער בדרך כלל וועט עס אזוי ארבעטן און עס איז דא אפאר logical סיבות דערפאר.

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 10:05 pm

· #482801
לדוגמא די דאגמע פון חרדישע אידישקייט, (וואס אליבא דאמת חרידיזים אליינס קען זיין איז אויך געבויט אויף עקסטרימיזם), אבער אין די חרדישע קאנטעסט וואס מיינט צו זיין א חרדי וואס איז נארמאל און וואס איז נישט נארמאל איז געוונליך די ריכטיקייט ערגעץ אינדעמיט. אזוי איז מן הסתם מיט , גאן קאנטראל, פרי ספיטש, ליבערעל קאנסערוועטיוו, ראסיזים וכו' וכו'. אזוי איז מיר אויסגעקומען און יעדע נושא וואס איך האב פרובירט דורעך טוען, און ווי געשריבען אויבן איך מיין עס האט א פאר לאגישע סיבות (עס ארבעט ענליך צו סטאטיסטיקס... די עווריזש carries weight but not the outliers )

טמיר » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 10:14 pm

· #482802
moody

וויאזוי קען מען זיין אזוי זיכער אז די "מימיני מיכאל" אידען, וויזאוי דער פותח האשכול רופט זיי, זיי נישט גערעכט מיט זייער לעבענס שטייגער? ביי מיר איז עס א חלק פונם ספק,
למעשה זענען זיי דאך די מערסטע "חרדים", ציטערערס פין עבירות. די מערסטע ענליך צום דרך פון שערי תשובה/ראשית חכמה/קו הישר וואס עקזיסטירט. אויב גייט מען פולקאם מיט די "עולם הזה דומה לפרוזדור דאקטרינא, זעזען זיי היפש גערעכט.
פון די אנדערע זייט ווי קען מען זיכער זיין אז די חברה וואס האקען א לעבען די "משמאלי גבריאל'ס" פארפאסן עפעס אויב איז תורה ומצות אין חלק פו די ספק עקוועדשן?'


ס'איז נישט זיכער אז זיי זענען נישט גערעכט, אבער עס איז זיכער אז זייער "זיכערקייט" איז נישט גערעכט. אמער, האסטעך קיין פינגער אין קאלט וואסער נישט אריינגעלייגט דאס צי מברר, טא פון ווי נעמסטו דיין טראציגע זיכערקייט?

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk

טמיר » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 10:32 pm

· #482804
בן אדם
אני כשלעצמי ווער מער נתפעל פון סיפורים איבער די געוואלדיגע עבודה און מסי"נ פון צדיקים מער ווי מופתים, נעמענדיג אין באטראכט אז רוב מופתים (בעיקר פון די לעצטערע צייטן) קען מען אפווענדען.


תורה ומדע
מיין כוונה איז צו מען קען נוצען די עבודה פון צדיקים און זייערע סופערנאטיליכע כוחות אפצושטילען די יסורי הספק.

אט אזוי. דאס איז לכאורה די איינציגסטע וועג זיך צי האלטן פעסט. און איך מיין אז וועגן דעם טרעפט זיך נישט אזוי קיין "ספקנים" ביי די פריערדיגע דור וואס האבן געקענט די פריערדיגע צדיקים.

די שאלה איז נאר (אזוי ווי כהאב שוין געפרעגט אין אן אנדערע אשכול, דערווייל געבליבן הענגען) צי די גדלות'ן טרעפט מען אויך ביי אנדערע רעליגיעס? ס'איז באמת 2 באזונדערע זאכן, די גדלות הנפש פון זיי און די מופתים.

טמיר » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 10:47 pm

· #482805
כאפ אן לדוגמא די ערוגת הבושם (חוסט). ווער עס ליינט זיינע תוךדות איז נתפעל צי ווערן פון זיין גדלות. אלס יונג בחור האט ער צוזאמען מיט זיין התמדה געארבעט שווער צי אויסהאלטן זיין משפחה (ער איז געווען א יתום)!

ע"פ חשבון לויט די פאפולאציע, וואלטן די קריסטן געדארפט ארויסגעבן 1000 מאל אזאלכע גדולים. איז דאס טאקע אזוי??

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk

תוהו ובוהו » פרייטאג אקטאבער 8, 2021 12:09 am

· #482810
טמיר
כאפ אן לדוגמא די ערוגת הבושם (חוסט). ווער עס ליינט זיינע תוךדות איז נתפעל צי ווערן פון זיין גדלות. אלס יונג בחור האט ער צוזאמען מיט זיין התמדה געארבעט שווער צי אויסהאלטן זיין משפחה (ער איז געווען א יתום)!

ע"פ חשבון לויט די פאפולאציע, וואלטן די קריסטן געדארפט ארויסגעבן 1000 מאל אזאלכע גדולים. איז דאס טאקע אזוי??

ווען דו וואלסט באטראכט דעם ערוגת הבושם פשוט ווי א 'גוטער מענטש וואס נעמט גאר ערענסט זיין רעליגיע', וואלסטו נישט געהאט די פראגע, ס'דאך פשוט אז יעדע אנדערע רעליגיע וועט פארמאגן כפי ערך..
ס'איז ווי פרעגן צו ביי קריסטן איז אויך דא בייפאולער..

די איינציגסטע וועג צו פרעגן די שאלה, איז נאר מיט א אמונה אז מעגליך נאר אין אידישקייט קען מען האבן אזא איבערצייגטקייט, ''ווייל דאס איז דאך דער אמת''

טא אז דו ווייסט שוין פארוואס פרעגסטו?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 8, 2021 1:20 am

· #482812
moody
אין אדערע ווערטער האסטו מייאש געווען צו טרעפן דעם אמת, סא א ברעסלעווער ביסטו זיכער נישט.
אדער האסטו אפגעמאכט אז ס'אלס שטותים.
כ'בין אבער נייגעריג וויאזוי די אנדערע וואס "זיכען" נאך יא ווייסען אזוי זיכער אז די כאניאקעס זענען טאטעלי אפף

חכם איינער, איך זאג דיר דעם אמת זאגסטו מיר אז איך האב מיך מייאש געווען פונעם אמת. 🙄 😕 ❓ איך זאג איין זאך, זיין א פרומאק זיך צו באווארענען פון גיהנם אדער זיך פארזיכערן א פלאץ אין גן עדן איז א פארלוירענע געים ווייל מ׳קען סייווי נישט יוצא זיין אלעס וואס שטייט, בכלל איז טוהן זאכן פאר יענער וועלט א גרויסע נארישקייט ווייל דאן ביזטו געפאלן פאר׳ן הרוצה לשקר ירחיק עדיו. און דער אמת איז אז אפילו דער פרומאק טוט נישט וואס ער טוט וועגן יענער וועלט, ער טוט עס ווייל ער האט ליעב פרומקייט (the haunting fear that someone somewhere may be happy, אן אומפארגינערישקייט פאר׳ן מענטשליכן מין אדער יעדע זאכט וואס רירט זיך, אדער אן OCD, אן אומבאלאנצירטע נערוו אדער סתם אזוי איבעריגע ענערגיע וואס קומט ארויס אויף א קרומען אופן), יענע וועלט איז נאר א תירוץ, און דאס איז נישט נאר ביי פרומקייט נאר ביי יעדע רעליגיעזע ענין. זאלסט זיך נישט איינרעדן פאר א רגע אז דער יעניגער וואס האט געקויפט פתיחה צו נעילה פאר $20,000 האט זיך געשיידט פון זיין ערליך(?) פארדינט געלט פשוט פאר׳ן טעכנישע סיבה ווייל ס׳איז א סגולה פאר פרנסה ווייל אויב ס׳איז פשוט די פרנסה וואס האט איהם געבאדערט וואלט ער פונקט אזוי געקענט צאמנעמען צעהן אידן און צאלן פאר יעדעם א הונדערטער און מאכן אן אייגענעם מנין ביי זיך אינדערהיים און זיך שפארן $19,000, פארוואס ער האט עס יא געטוהן דארף איך האפענטליך נישט מסביר... 😃

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 8, 2021 1:38 am

· #482814
טמיר
כאפ אן לדוגמא די ערוגת הבושם (חוסט). ווער עס ליינט זיינע תוךדות איז נתפעל צי ווערן פון זיין גדלות. אלס יונג בחור האט ער צוזאמען מיט זיין התמדה געארבעט שווער צי אויסהאלטן זיין משפחה (ער איז געווען א יתום)!

ע"פ חשבון לויט די פאפולאציע, וואלטן די קריסטן געדארפט ארויסגעבן 1000 מאל אזאלכע גדולים. איז דאס טאקע אזוי??

יא! (איי פארוואס האסטו קיינמאל נישט געהערט פון זיי? וויפיל קריסטן קענסטו וואס האבן געהערט פונעם ערוגת הבושם?)

טמיר » פרייטאג אקטאבער 8, 2021 9:02 am

· #482839
רביה''ק זי''ע
טמיר
כאפ אן לדוגמא די ערוגת הבושם (חוסט). ווער עס ליינט זיינע תוךדות איז נתפעל צי ווערן פון זיין גדלות. אלס יונג בחור האט ער צוזאמען מיט זיין התמדה געארבעט שווער צי אויסהאלטן זיין משפחה (ער איז געווען א יתום)!

ע"פ חשבון לויט די פאפולאציע, וואלטן די קריסטן געדארפט ארויסגעבן 1000 מאל אזאלכע גדולים. איז דאס טאקע אזוי??

יא! (איי פארוואס האסטו קיינמאל נישט געהערט פון זיי? וויפיל קריסטן קענסטו וואס האבן געהערט פונעם ערוגת הבושם?)

אמת, איך קען נישט קיין סאך קריסטן, אבער וויפיל איך כ'האב פרובירט צי זיכן זייערע סיפורי צדיקים (פאר אינטערעסאנטקייט) האביך נישט געטראפן עפעס עקוויליענט צי דער דברי חיים למשל.

קען זיין איך ווייס פשוט נישט ווי צי זיכן. אבער קוק דאhttps://www.oca.org/fs האסטו די ביאגרעפיס פון אלע סעינטס (עקוויליענט צי להבדיל א רשכבה"ג? כ'ווייס נישט פונקטליך די טיטלען) און זאג מיר צי דו טרעפסט עפעס מורא'דיג

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 8, 2021 12:24 pm

· #482847
א. איך ווער נישט נתפעל פונעם דברי חיים׳ס ״גרויסקייט״ אויך נישט פארוואס פון א קאטוילישע סעינט זאל איך יא נתפעל ווערן? (א סעינט מיינט א פועל ישועות, רוב פון זיי האבן נישט געהאט קיין אפיציעלן פאסטן, די אידישע עקוויוואלענט צו א סעינט וואלט געווען דער ריבניצער אדער רבי ישעיה׳לע.)

ב. ווען דו זוכסט אינפארמאציע אויפ׳ן אינטערנעט איבער צעהלימער רב וועסטו אויך גארנישט טרעפן, אז דו ווילסט דווקא נתפעל ווערן פון א קאטוילישע סעינט דארפסטו זוכן א קאטוילישע משפיע וואס פארציילט סיפורי צדיקים מיט א ווארעמקייט.

ג. מ׳דארף נישט קריכן ביז אנדערע רעליגיעס, ס׳דא מענטשן וואס ווערן נתפעל פון נאפאליאנ׳ס ״גרויסקייט״ אויך, אנדערע ווערן נתפעל פון ליינען ביאגראפיעס פון גרויסע ביזנעסלייט וואס האבן זיך אליינס אויפגעבויט, יעדער מיט זיין story מיט וואס ער וויל זיך ברעינוואשן. וואו צו זוכן איז נישט אזוי וויכטיג ווי אפצומאכן וועלכע story מ׳וויל זיך פארציילן, איינמאל מ׳ווייסט אויף וועלכע קו מ׳וויל פארן קומט שוין דאס איבעריגע פון זיך, בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו.

תרמב » זונטאג אקטאבער 10, 2021 2:00 pm

· #482935
רביה''ק זי''ע
moody
אין אדערע ווערטער האסטו מייאש געווען צו טרעפן דעם אמת, סא א ברעסלעווער ביסטו זיכער נישט.
אדער האסטו אפגעמאכט אז ס'אלס שטותים.
כ'בין אבער נייגעריג וויאזוי די אנדערע וואס "זיכען" נאך יא ווייסען אזוי זיכער אז די כאניאקעס זענען טאטעלי אפף

חכם איינער, איך זאג דיר דעם אמת זאגסטו מיר אז איך האב מיך מייאש געווען פונעם אמת. 🙄 😕 ❓ איך זאג איין זאך, זיין א פרומאק זיך צו באווארענען פון גיהנם אדער זיך פארזיכערן א פלאץ אין גן עדן איז א פארלוירענע געים ווייל מ׳קען סייווי נישט יוצא זיין אלעס וואס שטייט, בכלל איז טוהן זאכן פאר יענער וועלט א גרויסע נארישקייט ווייל דאן ביזטו געפאלן פאר׳ן הרוצה לשקר ירחיק עדיו. און דער אמת איז אז אפילו דער פרומאק טוט נישט וואס ער טוט וועגן יענער וועלט, ער טוט עס ווייל ער האט ליעב פרומקייט (the haunting fear that someone somewhere may be happy, אן אומפארגינערישקייט פאר׳ן מענטשליכן מין אדער יעדע זאכט וואס רירט זיך, אדער אן OCD, אן אומבאלאנצירטע נערוו אדער סתם אזוי איבעריגע ענערגיע וואס קומט ארויס אויף א קרומען אופן), יענע וועלט איז נאר א תירוץ, און דאס איז נישט נאר ביי פרומקייט נאר ביי יעדע רעליגיעזע ענין. זאלסט זיך נישט איינרעדן פאר א רגע אז דער יעניגער וואס האט געקויפט פתיחה צו נעילה פאר $20,000 האט זיך געשיידט פון זיין ערליך(?) פארדינט געלט פשוט פאר׳ן טעכנישע סיבה ווייל ס׳איז א סגולה פאר פרנסה ווייל אויב ס׳איז פשוט די פרנסה וואס האט איהם געבאדערט וואלט ער פונקט אזוי געקענט צאמנעמען צעהן אידן און צאלן פאר יעדעם א הונדערטער און מאכן אן אייגענעם מנין ביי זיך אינדערהיים און זיך שפארן $19,000, פארוואס ער האט עס יא געטוהן דארף איך האפענטליך נישט מסביר... 😃

איך האב געקלערט לעצטנס אז מפטיר יונה איז נישט קיין סגולה פאר עשירות, ס’גייט פארקערט, עשירות איז א סגולה פאר מפטיר יונה..............

רביה''ק זי''ע » זונטאג אקטאבער 10, 2021 2:12 pm

· #482938
אנדערע זאגן אז פארצייטענס האט מען געוואלט אז דער ראש הקהל זאל כאפן א הרהור תשובה פון די פסוקים וואס מ׳ליינט דארט אין פרשת אחרי האט מען איהם געזאגט אז ס׳איז א סגולה פאר עשירות אזוי וועט ער עס קויפן און האפענטליך פארשטיין וואס מ׳ליינט דארט...

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 10, 2021 3:14 pm

· #482949
רביה"ק זי"ע: אזוי ווי דער כיבוד פון ..."עוזר דלים"... אמאל האט מען זיך ארומגעווארפן דערמיט. היינט הרג'ט מען זיך עס צו קויפן...!

איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל. אין מיין ביהמ"ד האט מען מכבד געווען א פרישן אימיגראנט פון די פליטים פון אונגארן אין יאר '56. איז ער געווען אינגאנצן אויסער זיך. ער האטציך אפגערעדט צו א גוטן פריינט..."שטעל דיר פאר. (די חוצפה). זיי האבן מיר געגעבן עוזר ודלים...(כלשונו)...!

קהל'ס נער » זונטאג אקטאבער 10, 2021 5:00 pm

· #482966
berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: אזוי ווי דער כיבוד פון ..."עוזר דלים"... אמאל האט מען זיך ארומגעווארפן דערמיט. היינט הרג'ט מען זיך עס צו קויפן...!

איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל. אין מיין ביהמ"ד האט מען מכבד געווען א פרישן אימיגראנט פון די פליטים פון אונגארן אין יאר '56. איז ער געווען אינגאנצן אויסער זיך. ער האטציך אפגערעדט צו א גוטן פריינט..."שטעל דיר פאר. (די חוצפה). זיי האבן מיר געגעבן עוזר ודלים...(כלשונו)...!


בערל: עפ"ל האסטו פארגעסן.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 10, 2021 9:18 pm

· #482981
קהל'ס נאר: ס'איז שוין צייט אז דו זאלסט וויסן...די שיינע לשונות זענען רעזערווירט נאר פאר די ציונים, שר"י עפ"ל ימ"ש. פאר די פוילישע און אנדערע גויים טאר מען דאס נישט ניצן...!

שאאאא...! איך הער קולות. גייטס אוועק פון דא. פארוואס פארדרייט עטץ דעם אשכול???! גערעכט.

moody » זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:56 pm

· #483003
רביה''ק זי''ע
moody
אין אדערע ווערטער האסטו מייאש געווען צו טרעפן דעם אמת, סא א ברעסלעווער ביסטו זיכער נישט.
אדער האסטו אפגעמאכט אז ס'אלס שטותים.
כ'בין אבער נייגעריג וויאזוי די אנדערע וואס "זיכען" נאך יא ווייסען אזוי זיכער אז די כאניאקעס זענען טאטעלי אפף

חכם איינער, איך זאג דיר דעם אמת זאגסטו מיר אז איך האב מיך מייאש געווען פונעם אמת. 🙄 😕 ❓ איך זאג איין זאך, זיין א פרומאק זיך צו באווארענען פון גיהנם אדער זיך פארזיכערן א פלאץ אין גן עדן איז א פארלוירענע געים ווייל מ׳קען סייווי נישט יוצא זיין אלעס וואס שטייט, בכלל איז טוהן זאכן פאר יענער וועלט א גרויסע נארישקייט ווייל דאן ביזטו געפאלן פאר׳ן הרוצה לשקר ירחיק עדיו. און דער אמת איז אז אפילו דער פרומאק טוט נישט וואס ער טוט וועגן יענער וועלט, ער טוט עס ווייל ער האט ליעב פרומקייט (the haunting fear that someone somewhere may be happy, אן אומפארגינערישקייט פאר׳ן מענטשליכן מין אדער יעדע זאכט וואס רירט זיך, אדער אן OCD, אן אומבאלאנצירטע נערוו אדער סתם אזוי איבעריגע ענערגיע וואס קומט ארויס אויף א קרומען אופן), יענע וועלט איז נאר א תירוץ, און דאס איז נישט נאר ביי פרומקייט נאר ביי יעדע רעליגיעזע ענין. זאלסט זיך נישט איינרעדן פאר א רגע אז דער יעניגער וואס האט געקויפט פתיחה צו נעילה פאר $20,000 האט זיך געשיידט פון זיין ערליך(?) פארדינט געלט פשוט פאר׳ן טעכנישע סיבה ווייל ס׳איז א סגולה פאר פרנסה ווייל אויב ס׳איז פשוט די פרנסה וואס האט איהם געבאדערט וואלט ער פונקט אזוי געקענט צאמנעמען צעהן אידן און צאלן פאר יעדעם א הונדערטער און מאכן אן אייגענעם מנין ביי זיך אינדערהיים און זיך שפארן $19,000, פארוואס ער האט עס יא געטוהן דארף איך האפענטליך נישט מסביר... 😃


זעהט אויס אז די רבי זי"ע איז ממשך דרכו בקודש, דעם שפיזיגן צונג זיינעם, אופן עולם האמת, נאר איז עס אביסל ממתיק מיט עמוידשיס, נא, גדולים צדיקים...

די קנה מידה מיינע, עולם הבא, איז טאקע א שלעכטע וועג פון רעכענען, מיין נקודה איז, אז אלעס איז בגדר ספק,זאגטסו אז טאקע וועגען דעם איז אלעס אויס ספק. גיי פארשטיי

בנוגע צודעם פראלעבם אז מען קען נישט אלעס יוצא זיין, קלער איך שוין פון לאנג אז מ'מיז זאגן אז וויאזוי דער עולם פירט זיך, אריינגערעכענט אלע דינים און חיובים וואס דער עולם האלט נישט, איז בבחינת פסק הסנהדרין וואס איז נתפשט בכל ישראל וואס דעמאלס איז דאך אפי' אומר אל שמאול שהוא ימין וכו'.
וועגען דעם טאקע ווער איך נישט דערשראקן פון חשש תקרובת ע"ז ביי שיילעך, וויבאלד דאס איז דאך נתפשט בכל ישראל

רביה''ק זי''ע » זונטאג אקטאבער 10, 2021 11:14 pm

· #483007
moody
מיין נקודה איז, אז אלעס איז בגדר ספק,זאגטסו אז טאקע וועגען דעם איז אלעס אויס ספק. גיי פארשטיי
ניין, איך זאג אז אלעס איז בגדר וודאי איררעלעוואנט, און אפילו דער פרומאק האלט אזוי, ווען דער פרומאק האלט עס בגדר ספק וואלט ער כאטש פרובירט חושש צו זיין די זאכן וואס כ׳האב אויבן אויסגערעכנט. דער פרומאק איז נישט חושש צו גארנישט, ער טוט וואס שמעקט איהם און פערטיג, נאר זייענדיג א masochist שמעקט איהם פשוט אנדערע זאכן ווי דער באלעבאט.

moody
בנוגע צודעם פראלעבם אז מען קען נישט אלעס יוצא זיין, קלער איך שוין פון לאנג אז מ'מיז זאגן אז וויאזוי דער עולם פירט זיך, אריינגערעכענט אלע דינים און חיובים וואס דער עולם האלט נישט, איז בבחינת פסק הסנהדרין וואס איז נתפשט בכל ישראל וואס דעמאלס איז דאך אפי' אומר אל שמאול שהוא ימין וכו'.
וועגען דעם טאקע ווער איך נישט דערשראקן פון חשש תקרובת ע"ז ביי שיילעך, וויבאלד דאס איז דאך נתפשט בכל ישראל

ברוך שכיוונת לדברי הרעפארמער.

מי אני » זונטאג אקטאבער 31, 2021 3:32 pm

· #484308
מי אני
מי אני

Fundamentalists live life with an exclamation point. I prefer to live my life with a question mark.

Amos Oz

לפי״ז האב איך געטראכט אז מ׳קען זאגן אז וועגן דעם איז די סימבאל פאר א פעקטאריעל אין מאטעמאטיקס א !. דהיינו, ווען מ׳מאלטיפלייט א נומער ביי די נומער אונטער עס, און דערנאך די נומער אונטער יענץ, און אזוי ווייטער ביז מ׳גרייכט איינס. למשל:
!4 = 1*2*3*4

ווייל א ! ווייזט אויף פאנדאמענעאליזם כנ״ל, וואס טענה׳ט אז מ׳דארף צוריקגיין צום שורש ממש, וואס מ׳קען באטראכטן 1 ווי שורש המספרים...

עס איז אויך אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין לאגיק איז אן אויסגעדרייטע קעפּיטעל/אָפּערקעיס E די עקזיסטענשאל קוואנטיפייער, מיינענדיג אז ״עס עקזיסטירן סאביעקטן וואס האבן דעם פּרעדיקעט״ וכו׳. כזה:
∃
אויב וויל מען זאגן אז עס איז נאר דא סאביעקט מיט דעם פּרעדיקעט, יוּניִקנעס, דאן איז די סימבאל דערפאר [דעם יוּניִקנעס קוואנטיפייער] אזא סארט סימבאל מיט א צוגעלייגטע !. כזה:
!∃
וזהו הענין של פונדאמענטאליזם: נאר איין וויוּפּוינט און אפטייטש וכו׳.

מי אני » זונטאג אפריל 23, 2023 10:17 pm

· #522311
מי אני
מי אני
Fundamentalists live life with an exclamation point. I prefer to live my life with a question mark.

Amos Oz
לפי״ז האב איך געטראכט אז מ׳קען זאגן אז וועגן דעם איז די סימבאל פאר א פעקטאריעל אין מאטעמאטיקס א !. דהיינו, ווען מ׳מאלטיפלייט א נומער ביי די נומער אונטער עס, און דערנאך די נומער אונטער יענץ, און אזוי ווייטער ביז מ׳גרייכט איינס. למשל:
!4 = 1*2*3*4

ווייל א ! ווייזט אויף פאנדאמענעאליזם כנ״ל, וואס טענה׳ט אז מ׳דארף צוריקגיין צום שורש ממש, וואס מ׳קען באטראכטן 1 ווי שורש המספרים...
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז הרב דר. מיכאל אברהם נוצט גאר א געדאנק פון פעקטאריעל קעגן א געדאנק פון עמוס עוז:
טענתו של עמוס עוז היא שמעמד הר סיני היה סוג של מפץ גדול שיצר חלל יהודי, ומאז אנחנו ממלאים אותו בעוד ועוד רהיטים ולא מוציאים שום דבר מהם החוצה. וכך, לטענתו, היהדות ההלכתית מתאבנת והולכת ולא מצליחה להתמודד עם שינויי הזמן והנסיבות, זאת בניגוד לספרות העברית החדשה שהחליפה אותה בהתמודדות הזאת.

הטעות היסודית שלו היא מתמטית. חשבו על לוח שחמט בן 64 משבצות. כעת אני נותן לכם רגלי אחד ומבקש מכם להניח אותו על הלוח. כמה אפשרויות יש לעשות זאת? 64 כמובן. כעת אני מוסיף לכם עוד פרש. כמה אפשרויות יש לסדר רגלי ופרש על לוח שחמט? 64X63 כמובן. כלומר פי 60 יותר. ואם אוסיף לכם עוד רץ? מספר האפשרויות יעלה עוד פי 60 (64X63X62). למרבה ההפתעה, ככל שמספר הכלים שבידי גדול, כך גדל מספר האפשרויות לסדר אותם על הלוח. כל אדם יכול לבחור אפשרות שנראית לו, ולבטא בכך את אישיותו ותפיסותיו. לעומת זאת, אדם שאמור לסדר לוח שחמט ללא כלים בכלל, מספר האפשרויות לכך הוא 1 בדיוק. אדם שמצויד במספר קטן של כלים מספר האפשרויות לסדר אותם הוא מצומצם. דווקא החופש יוצר מצב שהתוצאה יותר כפויה עלינו. גם אדם שיכול להכניס את כלי השחמט לסתם משטח בלי משבצות ובלי שום אילוצים, יכול אולי ליצור המון אפשרויות אבל זה ממש לא מעניין.

זהו תפקידם של כלל הז'אנר באמנות. דווקא כאשר פועלים בתוך כללי ז'אנר יש מקום לביטוי אישי של היוצר. יצירה ללא שום כללים וללא מסגרת, אינה משמעותית. היא לא אומרת מאומה לאחרים, ולכן אין כאן באמת ביטוי אישי של היוצר. ביטוי אישי מתקבל כאשר האדם יוצר בתוך מסגרת אילוצים נתונה בדיוק כמו כל היוצרים האחרים באותו ז'אנר, ובכל זאת מצליח ליצור משהו אישי וייחודי שמבטא אותו. כאשר אין עקרונות מחייבים אין קונוונציות ולכן אין גם ייחודיות ויוצאי דופן. בשביל לצאת מהדופן דרושה דופן.

ולענייננו, בדיוק כמו בדוגמת השחמט, ככל שמספר העקרונות שמחייבים אותך גדול, כך גדל מספר האפשרויות לפרש אותם ולסדר אותם בסדרים שונים. בתוך המערכת ההלכתית-תורנית מספר האפשרויות לסדר ולפרש את העקרונות שלה הוא עצום. יתר על כן, דווקא בגלל שמדובר במערכת מסועפת של נורמות מחייבות, ישנם ויכוחים ומחלוקות, וכל אחד מביא לידי ביטוי את עמדתו ואישיותו שלו בשונה מכל האחרים. זה מתאפשר דווקא בגלל שהכל נעשה בתוך אותה מסגרת שמקובלת על כולם. בעולם ללא עקרונות מחייבים כל אחד יכול לפעול כרצונו, אבל אין לכך הרבה משמעות, ואין כאן ביטוי אישי אמתי. בעולם שבו ניתן לעשות הכל ואין שום כללים, אין אפשרות לביטוי אישי משמעותי בשום דרך התנהלות שנבחר. הבחירה מקבלת את משמעותה מזה שהבוחר צריך לפעול בתוך אותה מערכת עקרונות שהוא פועל בתוכה.
ועיין באשכול זו.
בלאט: 1 2 3