דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג, אין זיין The Star of Redemption (ח״א פ״ג), זאגט (בנוגע זיין עקזיסטענסשילע פילאזאפיע) אז די קאנצעפט/עלעמענט פונ׳ם ״
זעלבסט״ (ווי אויך די קאנצעפטן/עלעמענטן פון ״
ג-ט״ און (די) ״
וועלט״) קומט(/קומען) ארויס און הייבן זיך אן פון ״
גארנישט״ (אין איר פילאזאפישן באדייט; יעדעס איינס פון די קאנצעפטן/עלעמענטן פון איר אייגענע ״
גארנישט״).
יעצט, עס זענען דא צוויי וועגן ארויס פון די ״
גארנישט״ וואס פון דעם ווערט(/ווערן) די קאנצעפט(ן) געשאפן:
1) א פאזיטיווע סארט וועג וואס זאגט אויף דעם ״
נישט-גארנישט״; דאס איז די וועג פון ״
יא״
2) די וועג וואס פרעגט/ווארפט אפ די ״
גארנישט״; דאס איז א וועג פון ״
ניין״.
די וועג פון ״
יא״ איז א חלק פון דאס הויה און וועזן פונ׳ם קאנצעפט/עלעמענט [עס איז מער א סארט אינפיניט], בשעת די וועג פון ״
ניין״ איז א חלק פונ׳ם אקטיווע קוואליטעט פונ׳ם קאנצעפט/עלעמענט [עס איז מער א סארט פיניט].
בנוגע די ״
זעלבסט״ קאנצעפט/עלעמענט איז די חלק ה״
יא״ די כאראקטער [וואס בלייבט/האלט אויס; enduring character] און די חלק ה״
ניין״ איז די כח הבחירה.
לפי״ז קען מען אפשר זאגן און (אביסל טיפער) טייטשן (קהלת ג יט) ורוח אחד לכל ומותר האדם מן הבהמה, דהיינו איינע פון די זאכן וואס א מענטש האט מער פון די בהמה איז אז ער האט דאך בחירה (לפי הרמב״ם ועוד), וואס ״רוח״ קען מיינען (די) רצון [וממילא בחירה] (עיין במו״נ ח״א פ״מ), משא״כ הבהמה (ועיין באוהחה״ק בבראשית לז כא, ובתניא סופל״ח וריש פל״ט ועוד), און די פסוק איז דערנאך ממשיך, ״אין״, דאס איז די חלק ה״
ניין״ [אין] וואס קומט ארויס פונ׳ם ״
גארנישט״ [אין] וואס דאס איז א חלק וואס מאכט דעם ״
זעלבסט״ קאנצעפט פונ׳ם אדם (וממשיך, כי הכל הבל, ועיין לעיל במצודת ציון (א ב) דתיבת ״הבל״ היינו דבר שאין בו ממש ע״ש; ״
גארנישט״).
וע״ע
כאן.