☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » מחלוקת היעב"ץ ורבי יהונתן אייבשיץ

מחלוקת היעב"ץ ורבי יהונתן אייבשיץ

127 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1828
בלאט: 1 2 3

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 23, 2022 2:52 pm

· #492511
ס'איז זייער שווער, אויב נישט אוממעגליך פאר אונז אנשים פשוטים מכריע צו זיין ווער פון די צוויי גדולי ישראל זענען גערעכט. דעם חלק פון די אמת'דיגקייט פון ר' יהונתן אייבשיץ'ס אנעהנגיגקייט אין שבתי צבי איז נאכנישט גענוג אויסגעפארשט געווארן. דער אנדערע חלק פון ר' יעקב עמדין'ס מחלוקה אויף איהם איז יא ברייט באריכטעט געווארן. נאר ווי ס'זעהט אויס האט ר' יעקב עמדין א סאך מאל איבערגעטריבן אין זיין גרויס קנאות. ער האט געזעהן און אריינגעטייטשט זאכן וועלכע זענען בכלל נישט געווען.

אויך איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז טראץ ר' יעקב עמדין'ס באהויפטונג אז דער ספר הזוהר, אזוי ווי פרעזענטירט דורך משה די-ליאון איז נישט אויטענטיש פון ר' שמעון בר יוחאי האט ער דאך אריינגעלייגט די תפילה בריך שמיה אין סידור. (וואס איז א זוהר פ' ויקהל). אויך. א תפילה לכוונת הטבילה במקוה מיט שמות עפ"י קבלה איז אויך פארהאן אין דעם עמדין סידור. נאר דאס איז שוין מעגליך אריינגעלייגט געווארן שפעטער...!

היסטאריע » זונטאג יאנואר 23, 2022 7:00 pm

· #492541
עס איז דא אסאך קבלה אין סידור. פין אים אליין. דער יעב"ץ האט געגלייבט אין קבלה הונדרעט פראצענט. ער האט געהאלטן אז זוהר איז אוטענטיש. נאר אז אסאך דערפין איז הוספות און איז געווארן אויסגעמישט מיט דער אריגינעלער ספר. איך געדענק נישט אז דער יעבץ זאל אמאהל האלטען אז דיליאון איז געוועהן אינוואלווד. איר מישט א קאשע.

זוכער » דינסטאג יאנואר 25, 2022 12:47 pm

· #492793
האט עמיצער גענומען די מיה און געליינט ליינמאנ'ס פארש ארבעט איבער די מצבה קאנטראווערסיע.

1) האט דער יעב"ץ טאקע געשריבן א פראסטע פאבריקציע, וואס יעדער קען זיך איבערצייגן אז די מצבה איז אינגאנצן אנדערש?
2) האט מען געטוישט די מצבה נאכדעם וואס דער יעב"ץ האט "אויפגעדעקט" די שבתאות דערין?
3) פארוואס מאכן זיך די תלמידים פון רבי יונתן נישט וויסנדיג פון די אטאטקעס איבער די מצבה. זיי האבן דאך "לכאורה" געוואוסט אז ס'איז א פולנער שקר?
4) די קאפיע פון די מצבה וואס צונץ און אנדערע האבן געברענגט, מאכט בכלל נישט קיין סענס. ס'קלעבן נישט די שורות און די ווערטער.

עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ אין תש22 אזוינס.

היסטאריע » דינסטאג יאנואר 25, 2022 2:57 pm

· #492809
1. ער וואלט נישט געשריבן א מילתא דעבידא לגלויי
2. קען זיין.
3. ווייל אפילו אויב עס איז אמת, מיינט עס גארנישט. געטראפען דארט אפאר צירופים וואס האבן זיך געקענט מאכן פין זיך אליין.
4. זאג וואס קלעבט נישט.

זוכער » דינסטאג יאנואר 25, 2022 4:04 pm

· #492819
היסטאריע
1. ער וואלט נישט געשריבן א מילתא דעבידא לגלויי
2. קען זיין.
3. ווייל אפילו אויב עס איז אמת, מיינט עס גארנישט. געטראפען דארט אפאר צירופים וואס האבן זיך געקענט מאכן פין זיך אליין.
4. זאג וואס קלעבט נישט.


די מצבה דא <!-- l --><a class="postlink-local" href="http://www.kaveshtiebel.com/download/file.php?id=39525&t=1">download/file.php?id=39525&t=1</a><!-- l -->
איז נישט די מצבה וואס דער יעב"ץ שרייבט אז ס'איז שבתצאות.

הימל און ערד.

אליהועיני » מוצ"ש פעברואר 12, 2022 4:26 pm

· #494788
כרם זית
ראיתי לפנות עצמי מעמלי להודיע לו דעתי בקצרה דברי שוחר טובתו. וה' ינחני בדרך אמת ושלום לכל ישראל ושלומו דמר יסגה וירבה ויחזירה למקום איתן מושבו במהרה ולמרום שבת יעלה ויבוא כחפץ אוהבו הטרוד יהונתן

גימטריא "שבתאי צבי"

קהל'ס נער » מוצ"ש פעברואר 12, 2022 7:51 pm

· #494797
אליהועיני
כרם זית
ראיתי לפנות עצמי מעמלי להודיע לו דעתי בקצרה דברי שוחר טובתו. וה' ינחני בדרך אמת ושלום לכל ישראל ושלומו דמר יסגה וירבה ויחזירה למקום איתן מושבו במהרה ולמרום שבת יעלה ויבוא כחפץ אוהבו הטרוד יהונתן

גימטריא "שבתאי צבי"


און אויב די גימטריא שטימט נישט, צווינגט מען אריין א אל"ף אין שבתי.

כרם זית » מוצ"ש פעברואר 12, 2022 8:24 pm

· #494799
Re: מחלוקת היעב"ץ ורבי יהונתן אייבשיץ
היסטאריע
עס איז דא אסאך קבלה אין סידור. פין אים אליין. דער יעב"ץ האט געגלייבט אין קבלה הונדרעט פראצענט. ער האט געהאלטן אז זוהר איז אוטענטיש. נאר אז אסאך דערפין איז הוספות און איז געווארן אויסגעמישט מיט דער אריגינעלער ספר. איך געדענק נישט אז דער יעבץ זאל אמאהל האלטען אז דיליאון איז געוועהן אינוואלווד. איר מישט א קאשע.
למען הפינקליכקייט: דער יעב''ץ האט געהאלטן אז זוהר איז , פארפאסט געווארן בזמן הגאונים, נישט דורך רמד''ל.

יאסל ראקאווער » מוצ"ש פעברואר 12, 2022 10:46 pm

· #494810
ברם זכור לטובה די גרויסע יעב"ץ אז ער האט פארצייכנט זיינע געפינסען אויף די זוהר. ווען נישט וואלט מען געווען א certified אפיקורס ביי היינטיגע חרדים אין די זעלבע שיסל צוזאמען מיט אלע מענטשען וואס גלייבען נישט אין די אמת פון קריעת ים סוף.

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 12, 2022 10:55 pm

· #494813
יאסל ראקאווער: איך ווילל זייער שטארק וויסן דיין מיינונג אין די תגובה. נאר די ווערטער זענען אריינגעקומען ..."שלא כסדרן"...(דזשאמבל'ד, בלע"ז). ביטע שרייב עס איבער אויף א קלארן אופן אז אפילו די אומוויסנדע (כמוני) זאללן אויך קענען פארשטיין...!

אליהועיני » זונטאג פעברואר 13, 2022 6:57 am

· #494834
קהל'ס נער
אליהועיני
כרם זית
ראיתי לפנות עצמי מעמלי להודיע לו דעתי בקצרה דברי שוחר טובתו. וה' ינחני בדרך אמת ושלום לכל ישראל ושלומו דמר יסגה וירבה ויחזירה למקום איתן מושבו במהרה ולמרום שבת יעלה ויבוא כחפץ אוהבו הטרוד יהונתן

גימטריא "שבתאי צבי"


און אויב די גימטריא שטימט נישט, צווינגט מען אריין א אל"ף אין שבתי.


דער אל"ף אין נאמען שבתאי איז כלל נישט געצוואונגען. ווער דער כבוד פון ר"ר יונתן איז איהם טייער מוז זיין געצוואונגען צו זאגן אז די גימטריא איז געצוואונגען. מסתבר אז סיי יעב"ץ און סיי ליפמן כהן זענען נישט פון זיי.

היסטאריע » זונטאג פעברואר 13, 2022 2:07 pm

· #494859
הכל מודים אז פונקט ווי די בודקים פין פירות זעהן איבעראל ווערים, האט דער יעב"ץ געזעהן שבתאות ווי אימער. ווער עס קוקט אין זיינע ספרים וועט עס זעהן גאנץ שנעל. אבער עס מיינט אויך נישט אז איז איבעראל געוועהן ראנג.

אליהועיני » זונטאג פעברואר 13, 2022 3:59 pm

· #494876
זוכער
האט עמיצער גענומען די מיה און געליינט ליינמאנ'ס פארש ארבעט איבער די מצבה קאנטראווערסיע.

1) האט דער יעב"ץ טאקע געשריבן א פראסטע פאבריקציע, וואס יעדער קען זיך איבערצייגן אז די מצבה איז אינגאנצן אנדערש?
2) האט מען געטוישט די מצבה נאכדעם וואס דער יעב"ץ האט "אויפגעדעקט" די שבתאות דערין?
3) פארוואס מאכן זיך די תלמידים פון רבי יונתן נישט וויסנדיג פון די אטאטקעס איבער די מצבה. זיי האבן דאך "לכאורה" געוואוסט אז ס'איז א פולנער שקר?
4) די קאפיע פון די מצבה וואס צונץ און אנדערע האבן געברענגט, מאכט בכלל נישט קיין סענס. ס'קלעבן נישט די שורות און די ווערטער.

עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ אין תש22 אזוינס.

צוערשט איז כדאי צו וויסן דאס וואס דער יעב"ץ שרייבט עטליכע מאל אין זיינע ספרים אז ער פלעגט כמעט נישט ארויסגיין פון הויז, אפשר איינס אדער צוויי מאל א יאר, א בית מדרש און מקוה האט ער געהאט ביי זיך אין הויז און אזוי אויך דער דרוק, וכן זיינע אלע געשעפטן פלעגט ער פירן פון דארט ניטאמאל ארויסגעגאנגען. אזוי קען מען זיך פארשטעלן אז ער איז נישט אליין געגאנגען אויפן בית החיים נאכפארשטן, נאר באקומען דעם נוסח מפי השמועה, דער מעתיק האט לכאורה אויך נישט מפענח געווען אלעס וואס שטייט אויף די מצבה, דאס קען מסביר זיין פארוואס אינעם העתק פעלן ווערטער, און אפילו כמעט א גאנצע שורה.
קען אויך זיין אפילו אז אין האנט פון יעב"ץ איז אריינגעפאלן א טיוטא פון די מצבה און ער האט געבויעט אויף דעם. דאס קען מסביר זיין דעם פאקט אז די שורות שטימען נישט למעשה, ווייל בפועל האט מען נישט אויסגעשטעלט ווי יענער טיוטא.
אבער לאמיר זעהן, עפעס איז פארט דא א שטיקל הסבר, צוערשט דער שי"ן פון שירה, האט שוין דער יעב"ץ אליין געפרובט מסביר זיין ווייל עס האט איהם נישט אזוי געשטימט. ווייטער אז מען מעיין אין דעם נוסח זעהט מען אז זענען פארהאן ווערטער וואס קוקן אויס ווי זיי נוצן פאר א זייטיגער תפקיד, זיי וואלטן נישט ארייגעקומען נאטורליך. לדוגמה דער ווארט "קוטר" ושלשלת היחס, ווען נישט מען ברויך האבן דעם ק' פון קוטר וואלט מען מסתמא דעם גאנצן ווארט נישט גענוצט, אזוי אז מען קען לייגן הנחה אז דאס נוצט פאר דעם ק' פון "עלקיל", און אויב ק' איז דער ערשטער פון חרוז, קען מען שוין זאגן אז דער ת' פון בת וואס שטייט פריער האט אויך עפעס א משמעות. אזוי אויך דער ווארט "לקוחה" לאשה, דאס איז נישט דער ערשטער ווארט וואס מען האט געזאלט נוצן כדי צו שרייבן ווער איר מאן איז, און אזוי ווייטער על זה הדרך. וואס איך מיין צו זאגן איז אז דער יעב"ץ האט זיך נישט געבויעט אויפן סדר השורות בפועל, נאר לויט א געוויסער רציונאל וואס ער האט געקלערט צו געפינען. אזוי אז די קשיא ווערט קלענער - איך יוכל החי להכחיש החי.

היסטאריע » מיטוואך פעברואר 16, 2022 8:43 am

· #495193
דיין טעאריע אז ער איז נישט ארויס פין שטוב, קען זיין, אבער אויף לוויות איז ער מן הסתם יא געגאנגען, ממילא אין בית החיין איז ער געוועהן. די שאלה איז אין וועלכע שטאט איז דער מצבה?

ודברת בם » מיטוואך פעברואר 16, 2022 11:44 pm

· #495263
יאסל ראקאווער
ברם זכור לטובה די גרויסע יעב"ץ אז ער האט פארצייכנט זיינע געפינסען אויף די זוהר. ווען נישט וואלט מען געווען א certified אפיקורס ביי היינטיגע חרדים אין די זעלבע שיסל צוזאמען מיט אלע מענטשען וואס גלייבען נישט אין די אמת פון קריעת ים סוף.



ס'איז דא זאכען וואס אפילו מען טרעפט גדולי עולם האבען אזוי געהאלטן אמאל, איז אבער היינט אז איינער גלייבט אין דע זעלבע מיינונג, גרעניצט עס מיט מינות כגון אינו מאמין בביאת המשיח אף דמצינו מ''ד בגמ' דס''ל כן אבל בימינו אלה שנתקבל דעת החולקים ובפרט דהנשר הגדול הרמב''ם פסק דאם אינו מאמין בביאת המשיח הרי זה מין לא שייך עוד לדון על זה!
וכ''כ דהאר'י הק' דדבריו הם קרובים בנאמונתם לכל הפוסקים הבאים אחריו כדברי נבואה ולדעתו הזוהר הקדוש הוא מרשב''י אין שייך עוד לדון בזה
וכמו שכתבת להו''א זהו הוא הוא האמת. דהיינו שכל מי שחושב ודורש שהזוהר אינו מיד קדשו של רשב"י הוא אפיקורס גמור.

תוהו ובוהו » דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:11 am

· #495268
Re: מחלוקת היעב"ץ ורבי יהונתן אייבשיץ
ודברת בם

וכמו שכתבת להו''א זהו הוא הוא האמת. דהיינו שכל מי שחושב ודורש שהזוהר אינו מיד קדשו של רשב"י הוא אפיקורס גמור.

''א''א ולמה קרא לזה אפיקורס וכמה גדולים וטובים ממנו הלכו בזו המחשבה''.

ווי האט יענער געזאגט: 'אפיקורס' איז איינער וואס גלייבט נישט, 'אפיקורס גמור' איז א איד א מאמין וואס האלט נישט ווי מיר.

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 7:47 am

· #495281
ודברת בם
ס'איז דא זאכען וואס אפילו מען טרעפט גדולי עולם האבען אזוי געהאלטן אמאל, איז אבער היינט אז איינער גלייבט אין דע זעלבע מיינונג, גרעניצט עס מיט מינות כגון אינו מאמין בביאת המשיח אף דמצינו מ''ד בגמ' דס''ל כן אבל בימינו אלה שנתקבל דעת החולקים ובפרט דהנשר הגדול הרמב''ם פסק דאם אינו מאמין בביאת המשיח הרי זה מין לא שייך עוד לדון על זה!
וכ''כ דהאר'י הק' דדבריו הם קרובים בנאמונתם לכל הפוסקים הבאים אחריו כדברי נבואה ולדעתו הזוהר הקדוש הוא מרשב''י אין שייך עוד לדון בזה
וכמו שכתבת להו''א זהו הוא הוא האמת. דהיינו שכל מי שחושב ודורש שהזוהר אינו מיד קדשו של רשב"י הוא אפיקורס גמור.

עס איז אינטרעסאנט אז דו פארגלייכסט עס צו העיקר באמונה בביאת המשיח וואס אונז טרעפן אז דער עיקרים איז חולק אויפ׳ן רמב״ם און האט דאס נישט געהאלטן פאר אַן עיקר אמונה. (ועיין שם לעיל.) און, ווי אראפגעברענגט פונעם רמב״ם ור׳ שמואל הנגיד, איז סתם אזוי שווער צו פסק׳ענען א זאך וואס איז נאר תלוי בדעות.

הרב דר. מלך שפירא האט געשריבן א מאמר אין דעם, צוגעברענגט דא אין שטיבל, צי ס׳איז א חיוב צו גלייבן אז דער זוהר איז נתחבר ע״י רשב״י, און ווי אסאך גדולי ישראל האבן ל״ד געהאלטן אזוי. (ועיין ג״כ במה שהביא תלמיד החת״ס מרבו בזה.) ועיין באשכול זו.

‏דא הא׳מיר אראפגעברענגט די מאמר פון הרב דר. נתן סליפקין איבער׳ן געדאנק צי נאך א הכרעה בעניני אמונות איז שייך א פסק דערין וכו׳, וואו ער דערמאנט די געדאנק פון ר׳ הילל בביאת המשיח (וואו ער ברענגט טאקע צו דער שו״ת חת״ס בסוף חלק ב יו״ד סימן שנו ״כיון שרבו עליו חכמי ישראל דלא כוותיה״ וכו׳. און אז מ׳דערמאנט שוין דעם שו״ת חת״ס איז דאך אין ח״ו סימן נט איז ער מרמז צו וואס דער יעב״ץ האט געזאגט בנוגע הזוהר ע״ש).

היסטאריע » זונטאג פעברואר 20, 2022 12:44 am

· #495415
מען זעהט אז ווען איינער איז נוטה צו האלטען אנדרעש ווי דער אנגענומענער דעה ביי כלל ישראל היינט, ווערט ער אנגערופען איינער וואס מען דארף מרחק זיין. עס איז באקאנט די תשובה אין דברי חיים וועגן דער מלמד מיט דער אור החיים.
די שאלה הייבט אהן ווערען, ווען דער כלל הייבט אהן האלטען אזעלכע שיטות אז מען דארף זיך טאקע פורש זיין פין זיי. עס האלט נישט אזוי ווייט פין דעם.

יאסל ראקאווער » זונטאג פעברואר 20, 2022 1:30 am

· #495418
סתם אזוי כדאי צו באמערקן אז פאר טראכטען אז תורה לא מן שמים איז מען נישט קיין אפיקורס. נאר אז איינער פארפלייצט די ענין פאר די עולם. אבער אז איינער האלט פאר זיך אז דאס איז די אמת איז נישט שייך צו זאגן אויף אז ער איז נישט בארעכטיגט צו זיין מיינונג. און פאר דעים זאגט די הלכה: ואלו שאין להם חלק לעולם הבא האומר אין תחיית המתים מן התורה ואין תורה מן השמים ואפיקורס. מ'דארף זיין א אומר, א חושב איז גארנישט שלעכט. א מענטש טראכט וואס ער פארשטייט איז אמת .

תוהו ובוהו » זונטאג פעברואר 20, 2022 1:59 am

· #495420
יאסל ראקאווער
אבער אז איינער האלט פאר זיך אז דאס איז די אמת איז נישט שייך צו זאגן אויף אז ער איז נישט בארעכטיגט צו זיין מיינונג. און פאר דעים זאגט די הלכה: ואלו שאין להם חלק לעולם הבא האומר אין תחיית המתים מן התורה ואין תורה מן השמים ואפיקורס. מ'דארף זיין א אומר, א חושב איז גארנישט שלעכט. א מענטש טראכט וואס ער פארשטייט איז אמת .

און וואס איז שלעכט מיטן פארשפרייטן וואס איך האלט איז ריכטיג?
נאר וואס'זשע דען? ס'איז טאקע נישט שלעכט און מ'איז פארט אן אפיקורס "נעבעך אפיקורס איז אויך אן אפיקורס".

(כמובן, אז מ'רעדט דא כלפי א.ג. "אמונות אמיתיות", ביי "אמונות הכרחיות" איז אוודאי די גאנצע עוולה די פירסום דערפון.)

מי אני » זונטאג פעברואר 20, 2022 7:24 am

· #495423
יאסל ראקאווער
סתם אזוי כדאי צו באמערקן אז פאר טראכטען אז תורה לא מן שמים איז מען נישט קיין אפיקורס. נאר אז איינער פארפלייצט די ענין פאר די עולם. אבער אז איינער האלט פאר זיך אז דאס איז די אמת איז נישט שייך צו זאגן אויף אז ער איז נישט בארעכטיגט צו זיין מיינונג. און פאר דעים זאגט די הלכה: ואלו שאין להם חלק לעולם הבא האומר אין תחיית המתים מן התורה ואין תורה מן השמים ואפיקורס. מ'דארף זיין א אומר, א חושב איז גארנישט שלעכט. א מענטש טראכט וואס ער פארשטייט איז אמת .

אטע דאס זאגט בעצם דער ר״ן ממרסיי (במעשה נסים פי"א).

מי אני » זונטאג פעברואר 20, 2022 10:06 am

· #495431
לכאורה. דאס איז דאך לכאורה וואס ער מיינט מיט'ן זאגן "ועל זה הצד" וכו' - אויפ'ן צווייטן סארט מיט וואס ער הייבט אָן: ער איז בעצם יא/אויך "[מ]אמין כמונו" אין דעם אז ס'איז "רבה התועלת". אויב איז ער אבער פון די ערשטע סארט מיט וואס ער הייבט אָן, וואס האלט/גלייבט אז "שאין בה תועלת", איז אויף וואס ארויף טוהט ער די מצות און האלט זיי איין בכלל? (ער איז אן אנוס ו"המאור שבה יחזירו"?) ער איז דאך טאקע נישט מאמין דערין אין די תורה מכל וכל. דאס אז ס'איז "רבה התועלת" (עכ"פ צו "עפעס"), אפגעזעהן פון ווי אזוי דאס איז צושטאנד געקומען, איז דאך לכאורה ע"כ אַן אמונה אמיתית לפי יהדות לכו"ע. (אחוץ טאמער גייט מען זאגן אז "יהדות" איז שייך אָן קיינע מעשים וציוויים. ובאנו למש"כ הרס"ג הידוע.)

מ׳זעהט דאך טאקע אז די גאנצע פראבלעם דערפון פון ״האומר״ איז טאקע וממש אטע דאס: מכח דעם אז עס וועט אונטערמינעווען די המון׳ס אָנהאלטן אט די מצות וכו׳ - אט די ״רבה התועלת״ (און וואס ברענגט זיי צו צום ״רבה התועלת״).

דאס איז ווי אזוי דר. חיים קרייסל איז מסביר דעם ר״ן:
Nissim believes that the heretic is not the individual who believes that these principles are not literally true, for one cannot be a heretic for not believing in what is not true; rather, the heretic is one who states publicly that these beliefs are not literally true. Such a public statement is heretical not because it is false, but because it would undermine the masses’ commitment to the Torah and have a detrimental effect on Jewish society

Nissim appreciates the necessity in preserving the masses’ naïve beliefs, for in this way Judaism is preserved. Yet ultimately the purpose of Judaism is to guide those who are capable of “handling the truth” to believe what is true. For Nissim it is certainly true that the Torah is unique ideal legislation, the product of the illumination of Moses’ intellect, and hence deserving of the epithet “divine” and of the obedience of the intellectual elite as well as the masses. It is not true, however, that God is its author

תוהו ובוהו » זונטאג פעברואר 20, 2022 3:13 pm

· #495446
ווי איך פארשטיי די ר"ן זאגט ער אז די 'רבת התועלת' איז א אמונה אמיתית און די 'בוכשטעבליכע תורה מן השמים' איז אן אמונה הכרחית.

על אף ס'איז זייער מעגליך אינעם ר"ן דאס וואס @לעיקוואד האט שוין ערגעץ וואו געשריבן אז 'אמונה הכרחית' איז לאו דוקא א שקר וואס מ'פארשפרייט לשלוט בההמון נאר צומאל אן אמת וואס די סיבה וואס מאכט עס פאר א קריטישען אמת (מער ווי א פשוט'ן טועה) איז לשלוט בההמון.

לענינינו, דער ר"ן האלט מעגליך אז תורה מן השמים איז באמת בוכשטעבליך (ודלא כדר. קרייסל) אבער דאס איז נישט ממש נוגע ווייל די רגע וואס דו גלייבסט אז די תורה איז 'רבת התועלת' וועסטו דאך אנקומען צום ציל (סה"כ ביסטו א טועה), נאר די קריטישקייט דערפון און פ"וו מ'רופט אים אן א כופר, איז צוליב דעם "מביא לבני אדם להוסיף או לגרוע וכו' וכו'".

ודברת בם » דינסטאג פעברואר 22, 2022 7:45 pm

· #495567
מי אני
ודברת בם
ס'איז דא זאכען וואס אפילו מען טרעפט גדולי עולם האבען אזוי געהאלטן אמאל, איז אבער היינט אז איינער גלייבט אין דע זעלבע מיינונג, גרעניצט עס מיט מינות כגון אינו מאמין בביאת המשיח אף דמצינו מ''ד בגמ' דס''ל כן אבל בימינו אלה שנתקבל דעת החולקים ובפרט דהנשר הגדול הרמב''ם פסק דאם אינו מאמין בביאת המשיח הרי זה מין לא שייך עוד לדון על זה!
וכ''כ דהאר'י הק' דדבריו הם קרובים בנאמונתם לכל הפוסקים הבאים אחריו כדברי נבואה ולדעתו הזוהר הקדוש הוא מרשב''י אין שייך עוד לדון בזה
וכמו שכתבת להו''א זהו הוא הוא האמת. דהיינו שכל מי שחושב ודורש שהזוהר אינו מיד קדשו של רשב"י הוא אפיקורס גמור.

עס איז אינטרעסאנט אז דו פארגלייכסט עס צו העיקר באמונה בביאת המשיח וואס אונז טרעפן אז דער עיקרים איז חולק אויפ׳ן רמב״ם און האט דאס נישט געהאלטן פאר אַן עיקר אמונה. (ועיין שם לעיל.) און, ווי אראפגעברענגט פונעם רמב״ם ור׳ שמואל הנגיד, איז סתם אזוי שווער צו פסק׳ענען א זאך וואס איז נאר תלוי בדעות.

הרב דר. מלך שפירא האט געשריבן א מאמר אין דעם, צוגעברענגט דא אין שטיבל, צי ס׳איז א חיוב צו גלייבן אז דער זוהר איז נתחבר ע״י רשב״י, און ווי אסאך גדולי ישראל האבן ל״ד געהאלטן אזוי. (ועיין ג״כ במה שהביא תלמיד החת״ס מרבו בזה.) ועיין באשכול זו.

‏דא הא׳מיר אראפגעברענגט די מאמר פון הרב דר. נתן סליפקין איבער׳ן געדאנק צי נאך א הכרעה בעניני אמונות איז שייך א פסק דערין וכו׳, וואו ער דערמאנט די געדאנק פון ר׳ הילל בביאת המשיח (וואו ער ברענגט טאקע צו דער שו״ת חת״ס בסוף חלק ב יו״ד סימן שנו ״כיון שרבו עליו חכמי ישראל דלא כוותיה״ וכו׳. און אז מ׳דערמאנט שוין דעם שו״ת חת״ס איז דאך אין ח״ו סימן נט איז ער מרמז צו וואס דער יעב״ץ האט געזאגט בנוגע הזוהר ע״ש).


שכויעך פאר דיין תגובה.

הזוהר התקבל אף על ידי גדולי הדורות (המייצגים את כל הקשת ומשקפים את התפשטות המסורה), דוגמת האר"י, ה"בית יוסף", המהר"ל, הגר"א, הבעש"ט, החיד"א, הרמח"ל, בעל "אור החיים" הקדוש, ועוד. כל אלו ראוהו כמבטא את אמיתות התורה שבעל פה בנסתר, שמקורה בסיני, וממילא אין כמעט רלוונטיות לטענות ההיסטוריות כל עוד אין בהן משום הזמה גמורה של הנחת קדמות הזהר.

הרעיון האמור עובר כחוט השני בספר "מגן וצינה" של ר' יצחק א' חבר, תלמיד הרמ"מ משקלוב מבית מדרשו של הגר"א. טענתו העיקרית: המזלזל באריז"ל ובגר"א יזלזל גם במשה רבנו.

ולענין וואס מ'איז מחויב צו גלייבען אלץ איד, הנה אמונה בגדולי ישראל הן מיסודי הדת דבלי זה יכול כל אדם לסתור מה שלבו חפץ, והשמירה היחידה הוא גדולי ישראל אמיתיים ואמנותנו בהם ואם גדול בישראל כארי הקדוש אנו נאמר עליו שטעה ח''ו נפל כל אמונתינו בבירא, ולכן רק ידען כמלך שפירא שאין לו יראת שמים ומוכן לנגוע בעיקרי אמונה כהי''ג עיקרים ובדומה לו הן המה היה בעוכרינו ומהם המקור בזמנינו לעורר עוד הפעם ספיקות במאמנות הזוהר,

יאסל ראקאווער » דינסטאג פעברואר 22, 2022 8:24 pm

· #495570
חז"ל איז דורך און א דורך איין שטיק תורה וואס יעדע מחלוקת צווישען צוויי דעות איז inherently ווער ס'איז גערעכט, די אנדערע מאכט א טעות. צו די מחלוקת איז אויף פאקטן, צו אויף סברה אדער הלכה אדער אויף היסטאריע.

ווי איז שייך צו זאגן אז מ'טאר נישט פרעגען שאלות אויף די מציאות? און טאמער געפונט מען אויס הונדרעט פראצענט אז די ליואן איז די מחבר. ווייל מ'טרעפט זיינע כתבים צו וואס. דארף מען נאך אלץ גלייבען און קדמות הזוהר? און דאס זאג איך טאקע א שכויעך פאר די יעב"ץ אז ער האט געגעבן יעדע חרידישע איד א אילן גדול זיך אנצוליינען מיט אונזער רעכטען צו פרעגען שאלות אויף די זוהר'ס אויטענטישקייט.

דאס וואס איר זאגט אז ס'איז גארנישט נוגע פון ווען די זוהר איז. דאס איז און א געוויסע וועג אמת. אבער אפילו אויב די זוהר איז פון רבי שמעון בן יוחאי'ס פעדער, האט מען און פארשידענע קהילות זיך נישט געפירט מיט אירע פסקים. מילא ווי איז שייך צו זאגען אז ס'איז תורת אמת כמשה מפי הגבורה ווייל די אור החייים וכו' האבן זיך געפירט מיט אירע מנהגים. ס'איז דאך זיכער נישט מער ווי יעדע ענין וואס ס'איז דא חילוקי דעות אויף וכל אחד נוהג כמו שלבו חפץ.

צום לעצטנס מן הסתם קענט איר נישט פראפעסער דר. הרב שפירא. ווער ס'קען אים ווייסט אז ער איז ירא שמים לשמה. אן קיין סיסטעם אים צו אים דרייען א קאפ און אים האלטען אין די וויליאמסבורגע ראמען וכדומה, ואין לך ירא שמים גדול מזה. ער זיצט זיך במקום שאפשר ללבוש שחורים ואפשר לעשות מה שלבו חפץ, אנשטאט פארשפרייט ער פון דארט ערליכקייט און אידישקייט ארום די וועלט. ס'איז גאר אזוינע אידן ווי הרב מלך שליט"א וואס האלט הונדערטערע אינגעלייט ביי אידישקייט. כיוון שאנו חושבים שהוא איש אמת והוא מלא חכמה ועל תלמיד חכם שכמותו אפשר לומר שהוא חכמתני ובנתינו לעיני העמים. ומגלגלין זכות על ידי זכאי.

מי אני » דינסטאג פעברואר 22, 2022 8:48 pm

· #495571
ודברת בם
הזוהר התקבל אף על ידי גדולי הדורות (המייצגים את כל הקשת ומשקפים את התפשטות המסורה), דוגמת האר"י, ה"בית יוסף", המהר"ל, הגר"א, הבעש"ט, החיד"א, הרמח"ל, בעל "אור החיים" הקדוש, ועוד. כל אלו ראוהו כמבטא את אמיתות התורה שבעל פה בנסתר, שמקורה בסיני, וממילא אין כמעט רלוונטיות לטענות ההיסטוריות כל עוד אין בהן משום הזמה גמורה של הנחת קדמות הזהר.

הרעיון האמור עובר כחוט השני בספר "מגן וצינה" של ר' יצחק א' חבר, תלמיד הרמ"מ משקלוב מבית מדרשו של הגר"א. טענתו העיקרית: המזלזל באריז"ל ובגר"א יזלזל גם במשה רבנו.

ולענין וואס מ'איז מחויב צו גלייבען אלץ איד, הנה אמונה בגדולי ישראל הן מיסודי הדת דבלי זה יכול כל אדם לסתור מה שלבו חפץ, והשמירה היחידה הוא גדולי ישראל אמיתיים ואמנותנו בהם ואם גדול בישראל כארי הקדוש אנו נאמר עליו שטעה ח''ו נפל כל אמונתינו בבירא, ולכן רק ידען כמלך שפירא שאין לו יראת שמים ומוכן לנגוע בעיקרי אמונה כהי''ג עיקרים ובדומה לו הן המה היה בעוכרינו ומהם המקור בזמנינו לעורר עוד הפעם ספיקות במאמנות הזוהר,

דא זענען דא צוויי דיונים וואס זענען ל״ד איינס אָנגעוואנדן אינעם אנדערן:

1). צי תורת הזוהר ופסקיה וכדומה מהזוהר זענען ״אמת״ ממבט תורה ותושבע״פ ומחייבים

2). צי דער רשב״י האט באמת מחבר געווען דעם זוהר ממבט היסטורי

דאס אז אסאך, צי אפילו רוב, גדולים האבן געזעהן דערין ״אמת״ וכו׳ ממבט תורני קען טאקע אפשר ״מחייב״ זיין אויף אָנצונעמען די דאקטרינעס אא״וו, ואפילו זיי האבן זיך טועה געווען אין ווער דער מחבר איז ממבט היסטורי. אין אנדערע ווערטער, אויף די ערשטע פונקט קען מען טאקע טענה'ן אז זייער דעת איז קובע, וכעין די געדאנק פון הרב דר. נתן סליפקין איבער ״קענאָניקעל אטאריטעט״ (אזא סארט ״אתם ואפילו מוטעין״) - עס שאפט עס און געבט דאס דעם סטאטוס פון "תושבע"פ". משא״כ לגבי די צווייטע פונקט איז זייער זייער, בעסער געזאגט ״נאָר״, רעלעוואנט און נוגע די טענות היסטוריות.

ובסתם, הגם מ׳טרעפט א קיימו וקבלו וואס איז מחייב לגבי התלמוד שאין לחלוק עליה מעת חתימתה (עיין בכסף משנה הל׳ ממרים פ״ב ה״א), גלייב איך אבער נישט אז דער זוהר איז בגדר זה כלל, ולכאורה פשוט היא.

דעם ספר מגן וצינה האב איך נישט געלערענט אבער בדרך כלל איז א סליפּערי סלוֺיפּ טענה נישט קיין שטארקע טענה להאמת של דבר מה און זאגט גארנישט אויף די פאקטן פון איר התחברות. צום מערסטענסט איז דאס אולי א טענה פארוואס דאס זאל געהאלטן ווערן ווי אַן אמונה הכרחית; אָננעמענדיג אז די סליפּערי סלוֺיפּ חשש דא איז ריכטיג און טאקע אזוי. אבער אויף דעם צי ס׳איז טאקע אזוי איז אם ״קבלה היא נקבל״ (פּאָן נאַט אינטענדעד…) ואם לדון וכו׳.

קוקענדיג אביסל זעה איך אז אין פכ"א איז ער אויך מודה אז עס איז געשריבן געווארן כמה דורות נאך רשב"י און נאר אז ס'איז ממאמריו. און ער אליין שרייבט וז"ל:
גם זה נעשה בו הוספות רבות עד מאוד מן אחרוני האחרונים אחר שבאו בכתב וניתנו להעתיק ושלטו בו ידי רבים כל אחד מה שנראה בדעתו ומה שנתחדש לו יכתב בגליון על ספר הזוה״ק מן הצד ואח״ז בא ריעהו מעתיק מן המעתיק ומצא כתוב בגליון דברים רבים. ובמעט התבוננות חשב שזה היה חסרון בגוף ספר והכניסם בפנים, ומזה באו כמה מאמרים שנראה בעליל שהם מן האחרונים
ע"ש. און פון דענסטוועגן קען מען זאגן אז הסכמת החכמים איז דאס ״מחייב״ (צו אַן עקסטענט) אויף די גאנצע זוהר וואס אפילו אליביה איז נישט מרשב״י. איך גלייב נישט אז דו ביסט מחלק צווישן חלקי זוהר המצויה בידינו כהיום. עכ״פ זעה׳מיר ווייטער א חילוק צווישן די צוויי פונקטן הנ״ל.

דו נוצט אַן עד האָמינעם ״דזשוֺיקער״ טענה אויף הרב דר. מלך שפירא אים ״אפצופרעגן״ אָן זיך באציהען צו טענותיו וראיותיו כלל.

דו קענסט צום מערסטענסט זאגן אז ס׳איז ״מעיקרי הדת״ צו אָננעמען פסקי החכמים, ואפילו וואו ס׳איז מבוסס על הזוהר - דעם ערשטן פונקט (ואפילו בזה ביים זוהר איז אויך נישט אזוי פשוט). משא״כ לגבי די צווייטע פונקט איז קען מען אויסדרוקליך נישט איינעם רופן דערויף וואס גלייבט נישט אז הרשב״י האט דאס מחבר געווען, נישט קיין אפיקורוס און נישט קיין כופר, ועיין ברמב״ם בהל׳ תשובה (פ״ג ה״ח).

היסטאריע » דינסטאג פעברואר 22, 2022 11:40 pm

· #495579
איך פארשטיי נישט פארוואס איז עס אזא עסק, איז דא א דיון אויף מכילתא דרשב"י אויב עס איז פין אים אדער נישט?
בלאט: 1 2 3