☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דרשות ואגדות חז"ל

דרשות ואגדות חז"ל

483 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2713
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 13, 2013 12:51 am

· #79359
מוח שליט,
די האסט פארגעשלאגן די עולם זאל ברענגען רענדעם מאמרי חז''ל כדי מיר זאלן קענען זען ווי חזל האבן געזען בהכרח און פסוק זייערע
דרשות.
כהאב פונקט דעם דבת געלערנט די מחלוקה ב'ש ב''ה און יבמות לגבי ווען א מענטש איז פטור פון מצוה פריה וריביה.
זכר ונקבה אדער זכר זכר איז גענוג. ב''ה לערנען עס ארויס פון בריאת העולם ב''ש פון משה רבינו.
ווי אזוי איז מען מסביר די גמ' אסמכתא ,אגדתא , אדער זיי לערנען עס באמת ארויס פון דא?

ווער קען קאפיען די גמ' דא סא:?

יאיר » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:28 am

· #79391
איך מיין אז דארט איז עס תלוי בסברא, די ראיה פון משה איז אז ער האט זיך אפגעשטעלט נאך שני בנים (עי' רש"י), און די ראיה פון בריאת העולם איז אז בן ובת הייסט א גענוגנדע בריאה, אזוי ווי בריאת אדם וחוה. מען קען זען די גמרא אויף ויקיטקסט.

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:42 am

· #79393
יאיר
איך מיין אז דארט איז עס תלוי בסברא, די ראיה פון משה איז אז ער האט זיך אפגעשטעלט נאך שני בנים (עי' רש"י), און די ראיה פון בריאת העולם איז אז בן ובת הייסט א גענוגנדע בריאה, אזוי ווי בריאת אדם וחוה. מען קען זען די גמרא אויף ויקיטקסט.

די גמ' זאגט קלאר ''מאי טעמיהו דב''שילפינן ממשה' פון די לשון איז קלאר אז די שרייבערס מכון איז געווען אז פון דא לערנן זיי עס ארויס.
אויב איז עס ווי דא זאגסט אז סאיז תלי בסברה און די ראיה פון משה און בריאת העולם איז נאר א שיינע אסמכתא. פארוואס פרעגט די מסדר הגמ' אויף ב''ש פארוואס זיי לערנען נישט ארויס פון בריאת העולם,און די זעלבע פרעגט די גמ' אויף ב''ה פארקערט.
איך בין מסכים אז ב''ש און ב''ה האבן זיך געריקט און סברא. אבער די שפעטערע דורת די מסדר הגמ' האבן געהאלטן אז סקומט פון פסוק.
שפעטערע דורת מיין איך דער וואס רעדט און גמ' סתם, ב''ש און ב''ה זאגען נישט דא זייער טעם יארן שפעטער טרייעט מען דאס אויסציגעפינען.

יאיר » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:50 am

· #79395
מיין כונה איז אז עס איז א סברא'דיגע לימוד, אויב משה האט זיך מפריש געווען נאך שני בנים, מוז זיין אז שני בנים איז גענוג, און אויב דער באשעפער האט באשאפן בן ובת און דאס גערופן בריאת האדם, כל שכן אז פאר'ן מענטש איז דאס גענוג.

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 13, 2013 4:04 am

· #79401
אבער וואס איז די יסוד? סהאט זיך געמאכט א שאלה און ביתמדרש. וואס דארף מען האבן צי מקיים מצוה פיריה ורביה.
וואס האבן די ב''ש געטאן? גענומען טראכטן מסברא, אדער גענומען זוכען פון ווי קען מען ארויס לערנען עפעס?
אויב האט זיך עס אנגעהויבן מיט ריין שכל ,זיי האבן אריינגעטראכט און געקומען צי א שכלדיגע מסקנא צוויי קונדער נישט קיין נפק''מ אונגעל מיידל,און סתם סומך געווען אויפן פסוק שטימט נישט די שקליא ותריא און די גמ'.
אלא מאי זיי האבן.עס גענומען סטריקטלי פון פסוק . קענסטו מיר מסביר דו האלטסט אז ביידע פון זייערע ראיות זענען גענוג שטארק?
מיר זעט עס אויס גאנץ שוואכע ראוית.
ביי דע וועי .איז נישט די גאנצע זאך אז משה האט זיך פורש געווען פון זיין ווייב אן אגדתא? שטייט עס קלאר און די תורה אוך געדענק נישט.

יאיר » זונטאג יאנואר 13, 2013 4:09 am

· #79403
אויב דו פרעגסט מיר, איך האלט אז די ביידע ראיות זענען פיל שטערקער ווי רוב דרשות חז"ל, די ראיה פון משה איז א פשוט'ע ראיה הגיוני, און פון בריאת אדם וחוה איז אויך גאנץ כמעשה. דאס אז משה האט זיך פורש געווען איז א דרש פון ואתה פה עמוד עמדי, און משה אליין האט אנגעבליך גענוצט א קל וחומר, ממילא איז דאס זיכער א הלכה'דיגע דרש.

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 13, 2013 4:29 am

· #79408
יאיר
אויב דו פרעגסט מיר, איך האלט אז די ביידע ראיות זענען פיל שטערקער ווי רוב דרשות חז"ל, די ראיה פון משה איז א פשוט'ע ראיה הגיוני, און פון בריאת אדם וחוה איז אויך גאנץ כמעשה. דאס אז משה האט זיך פורש געווען איז א דרש פון ואתה פה עמוד עמדי, און משה אליין האט אנגעבליך גענוצט א קל וחומר, ממילא איז דאס זיכער א הלכה'דיגע דרש.

משה רבינו איז געווען א ספיציעלע מצב וועס מאכט זיך נישט יעדען טאג.(איך ווייס די גמ'פרעגט עס)
אויב פון משה?ווער זאגט מ'דארף צוויי? ער האט פונקט דעלמאטס געהאט צוויי . אפשר ווען ער האט ווען איינס וואלט ער זיך אויך פורש געווען.
פון ווי ווייסען חז''ל.אז משה האט געמאכט א קל וחומר? איז עס א געסינג געם?
דו גאנצע פורש זיין זעט אויס ווי אן אגדתא. סאיז א קל וחומר מופרך .די אידן האבן זיך פורש געווען איין טאג משה רבינו פאר א גאנץ לעבן.

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 13, 2013 11:24 am

· #79446
די שמועס ווערט טיפער און ברייטער, ס'כדאי ביידע צדדים זאלן מסכם זיין און אויסקלארען זייערע שיטות ביז אהער.

כ'וועל נישט מאריך זיין, ווייל דער עולם גרייט זיך צו פארן צום רבי'ן אויף שבת, כידוע מפי חסידים, מצוה בא יותר מבשלוחו.

בנוגע די מליצות און שיינקייט פון די פסוקים. ס'טאקע זייער שיין. זעה 'תפארת ישראל' אויף די ערשטע משנה אין פרק 'חלק'. אבער יש מקום להעיר, אז אונז זעהן נאר די שיינקייט דערפון ווייל מיר זענען שוין צוגעוואונט צו דער שפראך. אונז זענען אויפגעוואקסען מיט די תורה, און קענען שוין די פסוק "השומר אחי אנכי" נאך איידער מיר האבען געהאט א מושג וואס פאעטרי איז בכלל.
בענין דרשות חז"ל, פון וואו זיי נעמען די רשות און power ארויפצוצווינגען אויף אונז זייערע דרשות. איך הייב נישט אן צו פארשטיין די קשיא, און היות קלוגער זאגט אז איך בין 100% נישט גערעכט, גיבט מיר ביטע דעם רשות הדיבור:

חז"ל פרעגן אויף דעם פסוק 'תענו את נפשותיכם', יכול ישב בחמה או בצינה כדי שיצטער? – די תורה וויל מ'זאל זיך פייניגען אין 10'טען פון 7'טע חודש, פרעגן די חכמים, 1000 יאר נאך מתן תורה, וואס מיינט "תענו", זיך פייניגען דורך וואס? שוויצען? זיך פארקילען? – תלמוד לומר 'וכל מלאכה לא תעשו', מה מלאכה שב-ואל-תעשה, אף עינוי נפש שב-ואל-תעשה. די גמרא איז נאך אלץ נישט זיכער ביי זיך, און איז ממשיך אז לפי זה, שב ואל תעשה, קומט אויס אז דער מענטש מוז בלייבן א גאנצען טאג, איינמאל אין יאר, אויף די איין פאזיציע, היץ אדער קעלט: ואימא, איך וועל זאגן, היכא דיתיב בשימשא וחיים ליה, אין פאל ער זיצט אין די זין און ס'איז אים הייס, לא נימא ליה 'קום, תוב בטולא', גייען מיר אים נישט זאגן 'שטיי אויף, זיץ אין די שאטן'; יתיב בטולא וקריר ליה, אויב זיצט ער אין די שאטן און ס'איז אים קאלט, לא נימא ליה 'קום, תוב בשימשא', גייען מיר אים נישט זאגן 'שטיי אויף, זיץ אין די זין'. – דאס איז ריכטוג אפגעטיישט 'שב ואל תעשה', א בחינה פון "אלעס בלייבט ביים אלטען". איר קענט זיך פאָרשטעלן דער מצב בשעת מעשה – די שרעקעדיגע שרעקליכע רגעים – אין בית-מדרש אין ציפורי. די יונגע תלמידים זענען בלאס געווארן פאר גאנצע עטליכע מינוט, נישט קענענדיג גלייבן אז אין די קומענדיגע יום-כיפור וועט מען דארפען זיצן אין קלאָצען אויף איין פלאץ היץ אדער קעלט! נאך-א-מזל, איינע פון די עלטערע חכמים האבן געטראפן א וועג ארויס פון די כמעט גע'חתמ'טע גזירה. ברוך השם.

צום סוף, נאך אזא שווערע טאג מיט פלפולי דאורייתא, זענען אלע תנאים געווען ביים מיינוג, אז כוונת התורה איז צו אסר'ן יעדע געזונטע גדול בישראל, מאן און פרוי, מיט: אכילה, שתייה, רחיצה, נעילת הסנדל, און מאחורי הפרגוד. – ס'איז באמת א פלא גדול וויאזוי אזא מאדענע תקנה איז נתקבל געווארן אין כלל ישראל. מילא רחיצה, נעילת הסנדל ותשה"מ איז נישט געווען אזא גרויסע חידוש, ווייל כבר נשמע כמוהו באבלים, על אף ס'איז א דרבנן, אבער ס'איז געווען א מקובל'דיגע זאך אויף דער וועלט, אז ווען מ'קלאגט אויף א נאנטען איז מען זיך מונע פון רחיצה וכו'. אבער נישט עסען און נישט טרינקען? זייט ווען איז דאס געהערט געווארן? וואו אין די תורה זעהט מען אזא מושג בכלל?
ווען ה' זאגט פאר משה "וזבחת מבקרך ומצאנך אשר נתן ה' לך 'כאשר צויתך'" – זאגן חז"ל, מלמד שנצטווה משה על השחיטה. וואו אין די תורה שטייט די צענדליגע הלכות וואס חז"ל דרשנ'ן אין מסכתות חולין, זבחים ועוד בדיני שחיטה?

די תורה זאגט מ'זאל שניידן די "ערלה"! ווייסט איינער ערלה מ'רעדט דא? ערל שפתים? ערלת הלב – אפשר?

און בכלל, פארוואס האט ה' געגעבן א תורה וואס איז געווען כספר חתום ביז חז"ל האבן גע'דרש'נט און צום ערשט מסביר געווען די פשטות תנאי המצות?

ליבע פריינד, חז"ל האבן נישט מחדש געווען די חמשה עינויים, דיני שחיטה, ועוד ועוד, זיי האבן סך-הכל געזוכט א רמז, בדרך דרש, וואו אין די תורה ס'איז מרומז דער הלכה למשה מסיני.
אמאל זעהט מען ווי חז"ל געבען זיך א גוטע דריי-ארויס מיטן אויסרייד "הלכה למשה מסיני". יא יא, האסט נישט קיין מקור, האסט נישט קיין דרש, דאן די בעסטע תירוץ איז "הלכה למשה מסיני"! – תא שמע. אין 'הלכה למשה מסיני' ליגט אלעס אלעס וואס איז נוגע צו פארשטיין די תורה און אירע מצוות. די חמשה עינוים פון יום-כיפור איז געווען אַן הלכה-למשה-מסיני אלע יארן ביז חז"ל האבן דאס דורש געווען פון א פסוק און געזאגט "דא שטייט דאס". אלע אנדערע הלכות, שיעורין חציצין ומחיצין וואס חז"ל האבן נישט דורש געווען פון פסוקים, איז געבליבן א פשוטע הלכה למשה מסיני, אזוי ווי מ'האט געהאט מקובל איש מפי איש עד משה רבינו.
די אלע זאכן זענען פשוט מאוד מאוד. ולא כתבתי אלא להסביר למי שרוצה להבין ענין "דרשות חז"ל" לאמיתן.

כל זה בנוגע דרשות חז"ל ארויסצולערנען הלכות וואס זענען געווען נתפשט ביי כלל ישראל מיום נתינת התורה. – בנוגע דרשות אין אגדה, דארף מען פארשטיין אז חז"ל האבן אסאך מאל גערעדט בלשון גוזמא, כדי ארויסצוברענגען דעם רעיון, על אף ס'איז נישט ממש געווען אזוי במציאות. איר מיינט טאקע אז רב אשי, דער מסדר התלמוד, האט אריינגעלאזט אין מסכת בבא-בתרא די מאדנע געשענישן וואס רבה דער זון פון דער זון פון חנה (און קורצען: רבב"ח) האט פארציילט, אן דעם וואס ער – רב אשי – האט פארשטאנען די כוונה? יתכן אז בשעתו איז געווען קלאר וואס די מעשיות מיינען, און זיי זענען געשריבן געווארן בדרך רמיזה בדוקא, צוליב סיבות ידיעות, און יעדער האט געוואוסט אז ס'איז נאר א משל. - און אנדערע ווערטער די מפרשי האגדה זיכען נישט צו מאכן א cover-up כדי אוועק צו נעמען פון די attention די תמהיות וואס pop'ען up בליקענדיג אין די סארט מאמרים. נאר וואס דען? יעדער ווייסט אז מתחילה האבן די מאמרים באדייטעט א רמז וואס איז געווען ידוע בשעתם, און פאר אונז זענען די מאמרים open פאר דרוש, רמז, סוד, יעדער לויט זיין געשמאק.

אבער דער פריערדיגען כלל, אז חז"ל האבן גארנישט מחדש געווען, נאך סך הכל "מראה מקום אני נותן לך", איז אויך גילטיג ביי אגדה (אמנם בהלכה זה יסוד מוצק, ובאגדה זה כלל שיש חוץ מן הכלל). בפרט אין נ"ך ווי חז"ל נעמען ארויס די פשוטע ווערטער און זענען דאס ממתיק אז "ס'איז נישט ממש אזוי, ס'איז נאר צוליב... וועגן דעם שטייט אזא לשון", ותמצא כזה הרבה.

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 13, 2013 11:48 am

· #79453
און יעצט Let us take a break, לאמיר זיך אריינלייגען אין עולם הדמיון:

הנני מגלה דעת, שאין כוונתי חלילה לליצנות על גדולי ישראל חלילה וחס. אבל עת לעשות לה' הפרו תורתיך. מנסה אני בזאת להסביר בדרך משל דרכי רבותינו באופן פרשנותם את פסוקי התנ"ך, אשר לפעמים נראים כדוחק וכבלתי מוכרח. משתמש אני בתולדות ימי קהילת סאטמאר, כיון שהם ומעשיהם מפורסמים לכל. אם אתה, קורא יקר, משתייך לקהילת סאטמאר ב', ומידתך נוח לכעוס וקשה לרצות, אציע את מעלתך לשתות קפה באשכול אחר.

Ready?

אין יאר ה'תש-"-, איז אפיר געקומען קיין ברוקלין א נביא השם, פון ארץ ישראל פאשטייט זיך. רבנים דאהי האבן באשטעטיגט אז יא, דער איז אן עכטער נביא, אע"פ ער איז מאחב"י הספרדים, צו בחירות איז ער קיינמאל נישט געגאנגען, ער האט איין עלטער-פעטער וואס איז געווען פון די מקורבים, וכו' וכו'. ער איז כשר. און דער נביא קומט מיט א קליינעscroll געשריבן אין אשורית, מיט די נאמען "ספר יואל ב'" – דארט שרייבט דער נביא בשם ה', אין צוויי קורצע קאפיטלעך, די בראשית יארן פון אמעריקא! אמת'ע מעשה.
אינעם באשטימטען צייט און פלאץ, ערשיינט דער נביא בפני קהל ועדה, און ער ליינט פאָר ספר יואל ב' מילה במילה! – איבער דעם מצב אין שוהל בשעת מעשה וועל איך נישט מאריך זיין, ס'איז געווען טישען אויף בענק, פון ווייבער שוהל האט מען געהערט בכיות פון התרגשות, עלטערע אידן זענען געווען שאקירט, אינגע האבן גע'חלש'ט, בקיצור, ס'איז געווען א מעמד נורא ואיום.
איך וועל נאר מצטט זיין נאר די ערשטע 20 פסוקים פון דעם ספר, וואס זענען נוגע לעניננו, און די דרשות חז"ל אויף דעם.
א. וַיְהִי דְבַר ה' אֶל יֹואֵל בְּצֵל תּוֹמֵר בְּאֶרֶץ אֶדוֹם:
ב. אֶת עַמִּי יִשֹרָאֵל לֹא כִּלִיתִי, וְאֶת בְּרִיתִי זָכַרְתִּי:
ג. וְאֶעֶשֶֹה אוֹתְךָ לְגוֹי גָדוֹל וְעָצוּם, בְּאֶרֶץ חַדָשָּׁה לֹא זְרוּעָה:
ד. כֹּה (כא כתיב) אָמַר ה', אַל תִּירָא וְאַל תֵּחָת (תחש כתיב), אָנֹכִי אֶהיֶה עִמְּךָ:
ה. וַיְהִי יוֹאֵל מֶלֶך בְּיִשְֹרָאֵל, עַל פִּיו יֵצְאוּ וְעַל פִּיו יָבוֹא לַמִלְחָמָה:
ו. עוֹבְרֵי דֶרֶך אֶצְלָם יֹאכְלוּ, אֶבְיוֹנִים וְדַלִּים שָּׁם יִתְּמְכוּ, ורב טוב עשה בישראל:
ז. ויוכיח יואל את אַגֻדַּת יִשְֹרָאֵל, ויאמר להם אל תפנו אל עובדי אלילים ובמשכנותיהם לא תשבו:
ח. ויקרא ליוסף האשכנזי לאמר, האספו לי עבדי, נתן יוסף עזריאל:
ט. ויקם ממטתו ויאמר להם, תש כחי והנני הולך בדרך כל הארץ:
י. ואתם מצאו חן בעיני, זכרו תורת משה, ולא תשקרו בשמי לשקר: ס
יא. אחרי הדברים האלה, ויאסף יואל אל עמיו אל ישראל הכואבים:
יב. ויצעק משה בן אחי יואל אל ה', שלח נא ביד תשלח:
יג. וירבו הרוצחים בישראל, ולא חמו על דל והאלמנה:
יד. ויצעק משה אל ה', נקום נא את דמי הנשפך:
טו. ויאמר ה' אל משה, הנה אנכי עמך, ושונאך בבור אשים: ס
טז. ויהי כי זקן משה ויקרא לבניו לאמר, בני בכורי אהרן:
יז. והסריסים אשר על לחמו אמרו, אין למלך אם טוב ואם רע:
יח. והאיש משה הולך וגדול, ממימיו שתו ומלחמו אכלו:
יט. ומשק ביתו הוא אליעזר, צוה על הצעיר אדרת שער:
כ. ויהי בחודש האביב, ויחלף כוס הבכור לפני הצעיר.


(sorry פארן נישט צוענדיגען די ניקוד. מיינע אויגן קלעבן שוין)

100 יאר נאך די גילוי פון דעם כתב-יד דורך דער ספרדישער נביא, איז ערשינען א פירוש רש"י מלוקט פון מפרשים וואס געדענקען און האבן במסורה די היסטוריה פון די בראשית יארן.

(א) בצל תומר. אמר רבי יצחק, וכי יש תמרים באינטרלאנד, והלא לולבים ממצרים הביאו. אלא לרמז על שמו, וזכות אבותיו, וזה שאמר הכתוב, בצל תומר, בזכות אבותיו למשפחת התמרים. – בארץ אדום. וכי בארץ אדם היה והלא באירופא היה, אלא ארץ שכולו דמים על ידי גרמניא הרשעה ששפכו דם ישראל בכל ארצם, ועתיד הקב"ה לעשות נקמה בגוים.
(ב) את עמי ישראל. לאמר לו, אע"פ שעתיד אתה להוכיח את ישראל, מכל מקום בני הם והליץ בעדם זכות ויושר, כדי לקיים את בריתי שהבטחתי לאבותם אברהם יצחק ויעקב.
(ג) גדול ועצום. לרבות שבטי סאטמאר שעתידים להיקרא על שמו, בני יואל, אהרונים וזלונים שאפראן ועוד. – בארץ חדשה. וכי חדשה היה, והלא כבר היו שם תורה ודעת. אלא לומר לך, תורה ודעת היה אבל תורה ויראה לא היה עד שבא יואל והחזירם למוטב. דבר אחר, גוי אחת גדול שתים ועצום ארבע, לרמז לו על ארבעה בנינים גדולים מעל גשר וואשינגטאן בלע"ז שתחת יד תלמידו.
(ד) כה. כא כתיב לרמז על יום כ"א כסלו, יום הצלתו. – אל תחת, תחש כתיב לרמז על שנת תש"ח, והזהירו הקב"ה שלא ירא מפני העם שיעמדו נגדו, והבטיחו הקב"ה שלא יעזבנו.
(ה) מלך בישראל. והלא באותה תקופה לא היתה יד ישראל תקופה. אלא לומר לך כמלך, מה מלך משרתים רצים לפניו אף כאן וכו', מה מלך אין מלך בלא עם, אף כאן וכו', כמו ששנינו במושיען של ישראל. למלחמה. – והלא לא היו להם כלי זיין, אלא על מלחמתו של תורה ואמונה. ומאי יצאו ויבוא, אחד למאנהעטן ואחד לוואשינגטאן.
(ו) עוברי דרך. דרש רבי נחמן, למה כתב מדת החסד בין שני תוכחות (למלחמה בפסוק ה, ויוכיח בפסוק ו) ללמדך צדקתו של אותו צדיק, שאע"פ שלא חס על כבודו והוכיח בשער, הרבה לעשות עמהם חסד וצדקה. והיינו דאמר קרא עוברי דרך, אע"פ שלא הלכו בדרך הישר. – אצלם. אצלו אין כתיב כאן אלא אצלם, הוא ואשתו, ששניהם שקולים במצות צדקה. – יתמכו. יתמוכו אין כתיב כאן אלא יתמכו. לשון הפעיל, שהפעיל על אחרים לתת צדקה. – ורב טוב. אמר רבי ליפא, רמז על הצלת יהודי פרס.
(ז) עובדי אלילים. כאן קורא להם אלילים, ולמעלה כתיב אגדת ישראל, אלא ודאי ישראל היו, אלא ללמדך ששוה בחירות במדינה כעובד אליל. וכל כך למה, מפני שתומכין בתי תיפלתם מעלה עליהם הכתוב כאילו תמך בם. – ובמשכונתיהם, לשון רבים, הן משכן התחתון והן משכן העליון, קאליציע בלע"ז.
(ח) האשכנזי. וכי אחרים ספרדים היו, אלא כך שמו. – עבדי, וכי לא יודעים שנתן יוסף ועזריאל עבדיו היו, אלא לרבות אלו שני העבדים, לייבוש סענדר. - נתן יוסף עזריאל. אמר רבי זלמן, כך מקובלני, נתן יוסף ועזריאל שני אנשים היו, נתן יוסף תופס ישיבה, ועזריאל משרת. והקדים נתן יוסף לעזריאל, מפני כבוד התורה.
(ט) תש כחי – אמרו רבותינו, אותה שנה תשכ"ח היה.
(י) תורת משה – יש מרבותינו אמרו, זה משה בן דודו, ואמר להם שהוא יכהן אחריו. ויש אומרים כי על ספרו מסר להם, שלא ישכחו את תורתו שבכתב. – ולא תשקרו בשמי. וכי חשד בהם חלילה, והלא מצאו חן בעיני, אלא צפה ברוח קדשו שעתידים ישראל לשקר בשמו ולזה הזהירם כי יעמדו בפרץ ויתנו יד למשקרים.
ולמה פרשה זו חלוקה בס', לומר לך כי מעת ההוא עד יומו האחרון, נסתמו לבן של ישראל, ולא באו אל אוהל מועד כבראשונה.
(יא) אל עמיו אל ישראל – וכי עמיו לא בכלל ישראל הם, אמר רבי פפא, לרבות ישראל שלא מעמיו. באותו היום הודו כולם כי לשם שמים נתכוון אותו צדיק ובאו לחלוק לו כבוד האחרון. – הכואבים. רמז על יום פטירתו, כ"ו לחודש אב.
(יב) ביד תשלח – אמר משה לה', לא עלי להנהיג את ישראל כי אם ביד בני אהרן. צעיר הוא, ואנכי אחזיק את הכסא עד כי יגדל. וזה הרמז נא-ביד, נוטריקן: נהיגת דודי ימלא בני אהרן.
(יג) הרוצחים – וכי סלקא דעתך רוצחים ממש היו, אלא לומר לך שהשרים בבית המלכות נטלו את משרתם של מרביצי תורה בישיבה ונתנוהו לקרובים שלהם, ועי"ז סבלו הראשונים חרפת רעב, ועני נחשב למת. אמר רבי נתן, וכולם נענשו.
(יד) את דמי. את לרבות דמי בניו.
(טו) בבור אשים, זו משפחה חשובה בישראל, שהרבו במחלוקת, וסופם שנתפסו על ידי המלכות.
(טז) בני בכורי אהרן – התחיל לומר להם דברי צוואה, והופסק על ידי סריסיו. וזה המשך הכתוב, והסריסים וגו'. –
(יז) אשר על לחמו. לחמו ממש, כי כל הונו ורכושו גזלו ונתנוהו על שמם. אין למלך אם טוב ואם רע, כלומר, אין המלך ראוי לומר טוב, מפני הזקנה והשכחה. ואם רע, ויו המחלק, כי דברים רעים כן אמרו בשם המלך.
(יח) והאיש משה, זו משה גבאי. - ממימיו שתו וגו', אמר רבי יהודאי בן בלאטאי, וכי פזר נתן לאביונים, אלא לרמז על כתביו ועיתוניו, וכל העם קוראים אותו עד שהתחילו להאמין בהם.
(יט) אליעזר. זה אליעזר עץ-ערמון, שהטיל מלאי בכיסו של משה גבאי. – צוה על הצעיר, זה זלמן לייב. – אדרת שער, לבוש מלכות.
(כ) חודש האביב. פסח היה. – כוס הבכור, זו כוס של קידוש. ומפני כבודו של אותו צדיק שנכשל בברכה לבטלה, שינה הכתוב. – לפני הצעיר, מתוך שלא מחה מעלה עליו הכתוב על שמו.

200 יאר נאך דעם וואס דער פירוש איז געווען מקובל אין כלל ישראל, זענען אפיר געקומען מבקרי המקרא:

האט איר באמערקט וויאזוי יעדע דרש איז עפעס אזוי אריינגעקוועטש אין דער פסוק אזוי בדוחק? פארוואס זאל "גוי גדול עצום" מיינען די 4 גרויסע בנינים, העכער די דז'ארדז' וואשינגטען בריק וואס געהערט פאר מענדל שווימער?
אפשר "אצלם" איז א טעות, און ס'דארף עכט שטיין "אצלו"? פון וואו נעמט רש"י אז די רביצין איז געווען א בעלת חסד?
מהיכי תיתי אז "רוצחים" מיינט נישט רוצחים כפשוטו? אלץ קומען חז"ל און פארדרייען די פשט, כדי ס'זאל אויסקוקען אביסעל בעסער!
מ'קען יעדע רש"י דא צולייגן און אפרעגען. Big deal, שטייט עבדי נתן יוסף עזריאל. וואס איז שלעכט צו זאגן אז "עבדי" גייט ארויף אויף די צוויי וואס ווערן אויסגערעכנט גלייך דערנאך אין פסוק. מהיכי תיתי אז לייבוש און סענדער, וואס ווערן קיינמאל נישט דערמאנט אין גאנץ ספר יואל, זענען געווען צווישען די גערופענע?
ווער זאגט אז משה גבאי האט נישט געטיילט צדקה, אז דער פסוק מוז ווערן פארדרייט דורך רבי יהודא"י אז דאס איז א רמז אויף א צייטונג מיט די נאמען "דער איד". – אזא קרומע פשט!
און אזוי ביז די לעצטע פסוק, פון וואו ווייסט רש"י אז חודש האביב מיינט דער סדר נאכט?

איך וויל צוריק גיין צו פסוק ו', רש"י זאגט דארט: רב טוב. רמז על הצלת יהודי פרס. – כולו מקשה. זייט ווען האט דער נביא זיך באשפעטיג מיט דעם? ועוד, לויט א פרישע מחקר פון University of Old Williamsburg איז נישט דא קיין איין משפחה אין סאטמאר וואס ציעט יחוס קיין פרס! ע"כ איז זייער שווער צו זאגן אז דער "דרש" איז ריכטיג. – אבער דער מהרש"א אויפן פלאץ איז שיין מסביר: דער ר' ליפא איז דער זעלבער וואס איז געווען א גבאי, ווי מ'זעהט שוין אויף אן אנדערע פלאץ, ער האט מאריך ימים געווען, און ער האט עדות געזאגט אז אין די תקופה וואס איז געווען שווער פאר די אידן אין איראן, האט דער נביא יואל מייסד געווען א מוסד מיט דער נאמען "רב טוב", וואס האט זיך אפגעגעבן מיט הילף וואס פעלט אויס ארויסצוברענגען פליטים פון דארט קיין וויען וכו'.

דער צל"ח השני (ציון לנפש חיה – ר"ת ח'יים י'הושע ה'לברשטאם איידעם פון ר' משה ט"ב) ברענגט צו וואס ער האט געהערט פון אן אלטע גאלאנטע אייניקעל וואס געדענקט אז זיין זיידע דער גאלאנטע רב איז געווען פון די רבנים אין "רב טוב" – חכם יצחק אבטיל אין "מאמר צל"ח המזויף" פרעגט דאס אפ בכל תוקף, ער ווייזט אויף אז גאלאנטע רב איז אוועק ביים צווייטען וועלט קריג! און די פראבלעמען פאר די איראנ'ע אידן האט זיך ערשט אנגעהויבן אין די מיטעלע ת"ש יארן, וכו' וכו', מתוך כך קומט ער צו צו דער מסקנא אז א תלמיד טועה האט געשריבן דעם ספר צל"ח השני מהחל ועד כלה אין דאס תולה געווען באילן גדול. שלמה קורמאן אין מאמר "כשהלברשטאם נעשה טייטלבוים" קומט צו צו דער זעלבער מסקנה אבער פון אן אנדערע נקודה, לדעתו, איז הרב הלברשטם געווען א באבוב'ער און אין דעם גאנצען ספר ווערט קיינמאל נישט דערמאנט רביה"ק מבאבוב, נאר רביה"ק מסאטמאר, וכו'. ע"כ איז א הכרח אז רב הלברשטאם האט נישט געשריבן דעם חיבור בכלל.

אויף די ווארט "הכואבים" זאגט רש"י, רמז על יום פטירתו, כ"ו לחודש אב. פראפעסער מייק לערנער וועט שרייען חי וקים, אז ס'איז קיין שום ראיה פון דעם פסוק, צוליב דעם וואס די לשון איז נאר א מליצה, גענומען פון פרשת שכם בן חמור. – דא האט זיך שוין ארייגעמישט א גרויסע שטערן בעולם הkiruv, און מיט די כוח פון "סיני" וועט ער אפפרעגן דעם "עוקר הרים". ער האט געטראפן אן אינטערוויאו אויף קול מבשר (די ערשטע אידישע ראדיא סטעשיען אין אמעריקא) וואס דארט הערט מען קלאר אז די פטירה פון נביא איז געווען ביום כ"ו אב.
אויך זעהט מען בחוש, טענה'ט פראפעסער מייק לערנער, אז דער נביא האט מורא געהאט פון די ליטאים (און וועגן דעם האט ער נישט געשטיפט צו מאכן אן עירוב אין ברוקלין) און דערפאר האט ער מוכיח געווען די חסידים, אגודת ישראל, און נישט די ליטאים פון דגל התורה. ערשט אין די תקופת פון נביא משה, ווען סאטמאר איז שוין געווען גרויס און שטראק, זעהט מען לראשונה רמזים פון הוכחה א קעגן די ליטאים אויך. – וועט קומען צו גיין איינע פון די אלטע סאטמארע אמוראים און זאגן: שעפלע, אין די צייטען פון נביא יואל איז נאך נישט געווען א פארטיי "דגל התורה". – ווען קומען אן אויפגעקלערטע בעלזא'ער און זאגן: דע סאטמארע וועלן אויסדרייען פסוקים רעכטס און לינקס, אבי ס'זאל שטימען.
--
איך פאָר אוועק פון די מכוון. ס'איז 3 אזייגער, איך פאל שוין צוזאם. - איך וויל צוקומען צו איין זאך. די אלע רמזים פון רש"י דא זענען אמת ויציב. איך האב געשריבן די אלע פסוקים מיט די דרש אין קאפ בשעת מעשה. אז כ'האב געזעהן אז א פסוק האט נישט קיין דרש'לע, האב איך געטוישט דער פסוק, צוגעלייגט א "את", ארויפגערוקט און אראפגערוקט. ס'איז נישט שייך צו זאגן אז די דרשות האט רש"י, אדער די מדרש פון וואו רש"י איז מצטט, איז אבי גערעדט. ווייל איך, קאווע טרינקער האט געשריבן ביידע, סיי די מדרש און סיי די פסוק, אין די זעלבע שעה.
אז איינער וויל זיך עשק'נען אין זאגן אז די נבואה צו נביא איז געווען אונטער א תמר בוים ממש, כל הכבוד, געזונטערהייט, ס'טוישט נישט היסטוריה. אבער אמת איז דאס נישט. נישט דאס האב איך געמיינט מיט "בצל תומר".

להבדיל מיליון הבדלות.

חכמינו זכרונם לברכה האבן געהאט מקובל די מעשה מיט די פרטי הסיפור, אסאך מער מפורש ווי ס'געשריבן אין תנ"ך. במשך זייער תקופה האט יעדע בעל דרשן געטראפן אין די פסוק א רמז (א רמז מיינט אנצוצייכענען) און א זכר אינעם פסוק צו יענע-און-יענע פרט פון די לאנגע מעשה.
---
איך בין אויסגעשעפט, איך זעה שוין נישט גראד. לאמיר ענדיגען.
אתה הראת לדעת וואספארא גרויסע טיפשים די מבקרי המקרא זענען. און ווי אומוויכטיג ס'איז זיי אפצופרעגן. איך און דו ווייסען גאנץ גוט אז אלע דרשות און רמזים אין ספר יואל ב' זענען אמת ויציב. איי ס'שטימט נישט, און מ'וועט בהכרח מוזן איינזעצען אז ס'איז געווען "תרי רבני גאלאנטע הוה", איינס פארן קריג און איינס נאכן קריג. - ס'זעהט אויס ווי די גמרא האט נישט קיין פראבלעם צו באשאפען רבנים וכו' אבי ס'זאל שטימען. אין פאקט האבן די אויבענדערמאנע חוקרים פערזעהן געוויסע אינפארמאציע. ווי למשל אז ר' חיים יהושע ה"ש האט סערווירט א סאטמערע עולם, און פאר זיי האט משפיע געווען פון תורת רביה"ק מסאטמאר. - גראדע האט דער סעמינער ערכים לעצטענסט געטראפן א שטיקל דרשה פון ר' חיים יהושע, געזאגט געווארן אין באבוב, ביי א יום-עיון, מ'זעהט דארט קלאר ווי תורת מהר"ש מבאבוב איז רגיל על לשונו. אין אנדערע נייעס, איז אויף קאווע שטיבל געמאלדען געווארן דורך יידל אז מ'האט געטראפן אין ניו יארק (א שטאט אין אמעריקא) אלטע פאפירן מיט די נאמען "דער איד", וואס דאס באשטעטיג די רש"י אין ספר יואל! מה אהבתי תורתיך! - אבער פראפעסער נולד-מאוחר ווייזט אויף אז ס'ווערט קיינמאל נישט דערמאנט אז דער צייטוג איז געווען בבעלות משה גבאי, ועוד, צייכענט kliger אהן, אז דער איד איז געווען אן ארגען פון אומאפהענגינגען קהילות, דאס הייסט אז אפילו אנדערע קהילות האבן דאס געליינט. ע"כ איז יידל'ס אויפטרעף נישט סטאביל.

יא יא, אזוי קוקען מיר אויס.

איך בין שוין לאנג צוגעקומען צו דער מסקנה, אז "היסטוריה" איז מלא וגדוש מיט שקרים וכזבים, ס'איז כמעט אומעגליך צו וויסען דעם אמת. – והראיה, אז מידי שבוע בשבוע קומען ארויס פון דרוק צייטונג מיט הוילע שקרים און גוזמאות אן קיין מסגרת!
אז איינער פון אונז וועט זיין בין החיים אין 100 יאר ארום, זאל ער נישט זיין surprised צו ליינען אינעם המודיע אין אידיש אן ארטיקל מיטן טייטל "דאס לעבן אין שאפן פון אידן אין אמעריקא צווישען דער צווייטער און דריטער וועלט קריג", וואס בתוך הדברים וועט שטיין אזוי:
דער טיפישער בעל-הבית, אפילו נישט דער תלמיד-חכם, האט געהאט א טעגליכע שיעור אין רמב"ם, תניא, חפץ חיים, בנוסף צו די עטליכע שיעורי גמרא ווי דף היומי, עמוד יומי, און ישראל ואורייתא. – דאס זעהט מען וואס דעם וואס די טעגליכע בלעטלעך, לוח המודעות, דבר יום ביומו, לוח הציבור, גוט מארגן וכו, אלע אלע האבן געפילט פאר וויכטיג צו שענקן - אין די געצוימטע פלאץ אויפן צעטעל – די סדר הלימודים לויט די אויבנדערמאנטע שיעורים. די סיבה פארוואס "דער בלאט" און "דער איד" האבן נישט באריכטעט שיעורים אין דף היומי איז צוליב דעם וואס זיי זענען ערשינען נאר איינמאל א וואך.

אין דער שטאט בארא פארק, עטליכע קילימעטער פון 500 בעדפאורד, האבן געוואוינט אידען אין מעכטיג ריזיגע גרויסע הייזער. אזוי ווייט, אז דער ווערדאנע רבי (עלטער זיידע פון היינטיגען ווערדאנער-מאנסי רבי) האט געפראוועט, אלץ גאסט אין שטאט, פרייטאג צו נאכט'ס אין זאל פון בית יעקב (היינט א קלויסטער ל"ע) און שאלאשידות האט ער געפראוועט אין הויז פונעם אכסניא. – ס'איז נאר א פלא פארוואס ער האט נישט געפראוועט דארט, אין די אכנסיא, פרייטאג צו נאכט. לויט ווי אן אייניקעל, וואס כ'האב גערעדט מיט, גיט איבער דעם מערכת, איז דער סיבה דערצו געווען כדי נישט צו שטערן די שכנים פונעם בעלי אכסניא, משא"כ שבת נאכמיטאג איז דער חשש נישטא. ודפח"ח ושפתים ישק פה אל פה.

היסטוריה איז אינטערסאנט צו ליינען, אבער צוויי שרייבער קענען אראפלייגן צוויי אנדערע images פון די זעלבע קהילה אין די זעלבע תקופה, און ביידע וועלען האבן שטארקע מקורות.

יידל » זונטאג יאנואר 13, 2013 12:00 pm

· #79457
דיין הערה איבער היסטאריע איז אן אלטער מחלוקת הפוסקים, זע מער באריכות <a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Philosophy_of_history">http://en.wikipedia.org/wiki/Philosophy_of_history</a>

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 13, 2013 12:05 pm

· #79460
קאוע דיין מהלך איז די רמב''ם'ס מהלך?
לויט דעם ווען סדא א מחלוקה צי מדארף האבן א זכר ונקבה אדער שני זכרים, איז.א מחלוקה וואס איז מקובל . ב''ש.שרייעט מיין קבלה איז אזוי ב''ה שרייעט מיינס איז אזוי.
פארוואס קומט דאס קייממאל נישט ארויס און גמ' אזוי? דו גמ' נוצט די וערטער מנלן און ברענגט א ראיה פון פסוק.
וועסטו טנעהן סאיז נאר אן אסמכתא .אויב אזוי פארוואס פרעגט די גמ' פארוואס די צווייטע מד' לערענט נישט ארויס פון די פסוק?
ס'איז דאך סך הכל אן אסמכתא. וואס פרעגסטו פארוואס איך ניץ נישט מיין בר פלוגתא'ס אסמכתא?

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 13, 2013 12:13 pm

· #79463
איך האב שוין אויבן געזאגט, אז לויט געוויסע, האבן חז"ל געהאט די כוח פון טוישען זייער קבלה - על זמן ס'שטימט מיט די י"ג מידות שהתורה נדרשת בהן. בפרט ווען א צווייטער שטייט און שרייט אז זיין קבלה איז אנדערשט. ממילא, שמאי שרייט צו הלל: דו זעהסט נישט אז מיין קבלה איז ריכטיג? קוק נאר אריין אין די פסוק! הלל האט זיך נישט געלאזט, און אפילו נישט מטיל ספק געווען צו טוישן זיין מסורה, הן ווייל ער האט אויך א פסוק אויף זיין זייט, והן שמאי'ס פסוק איז נישט קיין הכרח אויף דעם לימוד.
ועוד, מהיכי תיתי אז ס'איז געווען א מסורה בנוגע די מצוה פרו ורבו? יתכן אז מ'האט פארגעסען מיט די צייט, ס'איז נישט געווען נוגע למעשה ווייל מ'האט מקיים געווען ולערב אל תנח, ס'איז נישט געווען קיין שובבים שיעורים. שטארק מעגליך אז ס'איז נישט געווען א קלארע דין. ע"כ רייסען זיך ארום שמאי און הלל וואס די כוונת התורה איז.

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 13, 2013 12:26 pm

· #79468
איך בין צימישט. לויט דעם.זענען די פסוקים יא א שטארקער פעקטאר און די הלכה נישט סתם ארויף געשמירט אויפן פסוק לזיכרון בעלמא.
דעלמטאס מיזן די דרשות זיין גאנץ מוכרח.

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 13, 2013 12:28 pm

· #79469
די הלכות זענען געגעבן געווארן נאך פאר די תורה איז געגעבן געווארן.

יידל » זונטאג יאנואר 13, 2013 12:30 pm

· #79473
קאווע, איך קען יעצט נישט מאריך זיין אבער כ'מיין אז דיין מהלך איז א פראבלעם מצד די טויזענטע דרשות חלוקות וואס זענען פארהאן.

מוח שליט » זונטאג יאנואר 13, 2013 12:32 pm

· #79475
קאווע,
א Masterpiece ממש א געוואלד.
פארשטייט זיך אז איך וויל עס דורך לערנען בעיון פאר איך קאממענט אויפן תוכן. ס'איז שוין דא די בלויע גמרות אויף דעם? אדער גאר מהדורת אבן ישראל? 😃
מיט דיין הערליך שטיקל ארבעט ווערט ארויסגעברענגט במוחש ממש, ווי פשוט עס איז אז קלוגער געקינצלטער שרייבער שרייבט דוקא מיט צענדליגע רמזים, ניין? לפי"ז אפשר דארף מען אפי' נישט זאגען דאס וואס די זאגסט אין דיין פריערדיגער פאוסט, אז די חז"ל האבען אלע פאקטן געוויסט פאראויס, אין אז זיי האבען פשוט געטראפען רמזים כעין אסמכתא'ס אינעם פסוק. אפשר איינמאל מען פארשטייט אז עס איז געשריבן געווארן קינצלעריש געקיצעלט, מיט רמזים אין פאעזיע, קען מען זאגען אז חז"ל האבען טאקע געזוכט אט די דקותדיגע רמזים? אין פין די רמזים האבען זיי ארויסגעלערנט הלכות.
אין יעצט צוריק צו דיין שטיקל ארבעט.....

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 13, 2013 12:36 pm

· #79479
ייש"כ.
ברוך הנותן לקאווע דעת.

דאס איז מיר איינגעפאלן אויף שבת. איך האב געמוזט האלטן קאפ ביז מוצאי.

שבת, איז ביי מיר א "טראכטן טאג", הרהורים מותרים. א גאנצע וואך האב איך ניטאמאל צייט צו חלום'ען. ווי פריה איך זאל נאר אויפשטיין וועט דאס זיין שפעט. לערנען; דאווענען; שמועסען; טרינקן קאווע (נישט בחינם רופט מען מיך קאווע טרינקער); אויפשרייבן אין גראסערי; צוטיילן די קינדער פאר אלע מוסדות אין שטאט; קאמפלימענטן דאס ווייב פארן זיך אזוי שיין אנטוהן פאר איר באסס; און צום לעצט, טרעפן דעם ארט וואו איך האב אוועקגעשטעלט מיין אדעססי נעכטען נאכט – די אלע זאכן מוטשען מיך זייער אויס, איך בין שוין אויסגעארבעט נאך איידער דער ארבייט-זייגער קלאפט 9. ווער רעדט נאך פון די פרעשור ביים ארבעט זעלבס. איר מיינט טאקע ס'גרונג צו פירען געשעפטען און ליינען "נישט געליינטע הודעות" בהעלם אחת? צו מאכן א לאנגע טאג קורץ, גלייבט מיר, איך רילעקס כמעט נישט. ביינאכט ווען מיין רעכטע פיס איז שוין אין בעט, בין איך שוין נישט דאהי צו געדענקען ווען און וויאזוי די לינקע פיס איז אהער געקומען. אפילו פאר בערב-אל-תנח, האב איך קיין כוח.
ס'קומט אבער שבת, בפרט אין די ווינטער פרייטאג'ס, וואס איך בין זיך נוהג, כמנהג בית אבותי, צו מאכן פרי-שבת, אזוי אז זיבן-דרייסיג האלט מען שוין נאך די זופ, מיט פארקלעבטע אויגן. נאך א קורצע, אבער טיפע, דרימעל וועק איך זיך אויף צו א ליידיגער טיש, ס'שא שטיל. א פלעסטיג-גלעזעל מים-אחרונים-וואסער ווארט מיך אפ, מ'פארגעסט נישט צו זאגן די ברכה אשר נתן שבתות. די סעודה איז פארטיג, און מיין שבת הייבט זיך אן: איך לייג מיך אריין אין בעט, כ'דריי דעם גע'אסר'טן שבת-לעמפ, כ'עפען די גע'אסר'טע ספרי קודש, און מיט די גע'אסר'טע פאשקעס'עס פאווערע זיסע טשאקלעד אויף דער זייט, ווער דארף מער?

אז מ'רעדט שוין, וויל איך טאקע באדאנקען כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, פארן נישט פירן טיש, אזוי ארום בין איך פריי כאטש איינמאהל א וואך. Just kidding דער אמת איז, כ"ק שליט"א פירט יא א טיש, וועכענטלעך, ער פירט, אבער איך לאז זיך נישט פארפירען. רש"י אין בחוקותי זאגט קלאר, אז פרייטאג-צו-נאכטס איז א צייט וואס מענטשען בלייבן אינדערהיים! און אז רש"י – דער ר'בן ש'ל י'שראל – האט נישט געפירט טיש, דארפסטו נישט זיין קלוגער ווי רש"י. א חוץ אויב דו ביסט ר'בן ש'ל כ'ל ב'ני ה'ג'ולה.

יידל
קאווע, איך קען יעצט נישט מאריך זיין אבער כ'מיין אז דיין מהלך איז א פראבלעם מצד די טויזענטע דרשות חלוקות וואס זענען פארהאן.

ס'איז נישט מיין.
אדרבה, לאמיר מברר זיין דעם אמת.

kliger » זונטאג יאנואר 13, 2013 12:43 pm

· #79480
קאווע טרינקער
איך האב שוין אויבן געזאגט, אז לויט געוויסע, האבן חז"ל געהאט די כוח פון טוישען זייער קבלה - על זמן ס'שטימט מיט די י"ג מידות שהתורה נדרשת בהן. בפרט ווען א צווייטער שטייט און שרייט אז זיין קבלה איז אנדערשט. ממילא, שמאי שרייט צו הלל: דו זעהסט נישט אז מיין קבלה איז ריכטיג? קוק נאר אריין אין די פסוק! הלל האט זיך נישט געלאזט, און אפילו נישט מטיל ספק געווען צו טוישן זיין מסורה, הן ווייל ער האט אויך א פסוק אויף זיין זייט, והן שמאי'ס פסוק איז נישט קיין הכרח אויף דעם לימוד.
ועוד, מהיכי תיתי אז ס'איז געווען א מסורה בנוגע די מצוה פרו ורבו? יתכן אז מ'האט פארגעסען מיט די צייט, ס'איז נישט געווען נוגע למעשה ווייל מ'האט מקיים געווען ולערב אל תנח, ס'איז נישט געווען קיין שובבים שיעורים. שטארק מעגליך אז ס'איז נישט געווען א קלארע דין. ע"כ רייסען זיך ארום שמאי און הלל וואס די כוונת התורה איז.


סא פונקט אביי מיט רבא האבן געהאט 100,000 קבלות ממש פארקערט איינס פונעם צווייטען?
איז ביי דיין משל דא 10 וועגן אין א פסוק ממש פארקערט איינס פונעם צווייטען?
פארוואס שטייט נישט אייביג פון וועם ער זאגט עס נאך ,און אסאך פלעצער שטייט 5 א"ר ביז ארויף? אודאי איז דאס אייגענס!
(חוץ די 100ער לישנא אחרינא און איכא דאמרי)
איך קען ברענגען גאר אסאך ריאות אז דאס איז נישט ריכטיג,
ברענג נאר איין סמך אדער מקור צו דיין הנחה
עס איז א שיינע תירץ פאר בחורים און ישיבה

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 13, 2013 12:47 pm

· #79481
רוב מחלוקת צווישען אביי ורבא איז נישט "וואס מיינט די תורה", ממילא קומט נישט אריין די ענין פון קבלה און מסורה אהער. זיי זענען פשוט מחלוקת "וויאזוי זאל מען פסק'ענן?"

kliger » זונטאג יאנואר 13, 2013 12:52 pm

· #79482
הרב קאווע.
נאך אזא מייסטער ארבעט דארף איך ווען מער מאריך זיין (און איך האב גאר אסאך)
וואס זאל איך אבער טוהן אז טייפן איז מיר א גיהנם......

נאך איין זאך: פארוואס אסאך מאל ווען איינער קריגט זיך אויף א דרש זאגט ער אים כלך אצל אגדה?????
איז אגדה מער היתר ??

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 13, 2013 12:54 pm

· #79485
יא, ווייל אין אגדה מעגסטו צולייגען פעפער און זאלץ, ווייל ס'איז נישט נוגע למעש"ה, נאר פאר מעש"ה. - סך הכל לייגט ער בעסער אראפ די מכה פון צפרדע.

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 13, 2013 12:55 pm

· #79487
יידל
קאווע, איך קען יעצט נישט מאריך זיין אבער כ'מיין אז דיין מהלך איז א פראבלעם מצד די טויזענטע דרשות חלוקות וואס זענען פארהאן.

דער איז נא וואן סייז פיט אלל מהלך . ביי יעדע דרש שלעפט אפיר א צווייטער מהלך .רמב''ם מלבים ריטבא וכו.

kliger » זונטאג יאנואר 13, 2013 12:56 pm

· #79488
קאווע טרינקער
רוב מחלוקת צווישען אביי ורבא איז נישט "וואס מיינט די תורה", ממילא קומט נישט אריין די ענין פון קבלה און מסורה אהער. זיי זענען פשוט מחלוקת "וויאזוי זאל מען פסק'ענן?"

רוב מחלוקת זענען טאקע יא "וואס מיינט די תורה" ודו"ק

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 13, 2013 1:02 pm

· #79491
א מחלוקה אויב "דייסא" איז גוט פאר עירוב תבשילין, א מחלוקה אויב בשוגג מותר לו למוצאי שבת, צו מ'דארף ווארטן בכדי שיעשו, זענען מחלוקת וואס זענען נידון געווארן בכל דור ודור דורך די מו"צים אין אלע דורות, ס'האט קיין שייכות נישט מיט די תרי"ג מצות וואס חז"ל האבן געהאט א קלארע מסורה, עכ"פ ביי רובא דרובא פון די טאג טעגליכע מצוות. אלע אנדערע שאלות זענען געווען פונקט אזויווי די שאלות אין מנחת יצחק, ויען יוסף, קנה בושם, באר משה, חלקת יעקב, עמק תשובה. אין די תקופה פון רבי האט מען דאס מסכם געווען בצורת "משניות", דיונים וואס זענען פארזעהן געווארן זענען נסכם געווארן די אמוראים וכו'.

איידער רבנים האבן גע'פסק'נט ארויס פון פסקי תשובות, איז נישט געווען קיין מהלך אין הוראה? אוודאי יא, יעדע מורה הוראה האט געהאט זיין מסורה. ביז ס'געקומען די פסקי תשובות, און אז א בעל-בית כאפט א רב וואס ווייסט נישט פון ציץ-אליעזר'ס פסק, ווערט אן עם הארץ!

מוח שליט » זונטאג יאנואר 13, 2013 1:06 pm

· #79493
כ. ויהי בחודש האביב, ויחלף כוס הבכור לפני הצעיר.

ויהי. אין ויהי אלא לשון צער-חודש האביב. פסח היה. – כוס הבכור, זו כוס של קידוש. ומפני כבודו של אותו צדיק שנכשל בברכה לבטלה, שינה הכתוב. דבר אחר, שבחודש האביב החליף הכוס של בכורה, שהקהיל הקהל ליתן הבכורה לגדול האחים, אבל לבסוף לא נתנוה לו. ואע"פ שלא נתנה אז להצעיר, אבל כיון שחזר מנתינתו לו במעמד כה גדול, מעלה עליו הכתוב כאילו כבר נתנה להצעיר. ויש מביאין ראי' מפסוק זה שבאמת החליף הבכורה, אבל ישתקע הדברים ולא יאמר.

(איך בין נישט זיכער ווען די חוה"מ מעשה איז געשען. ווען נאכען ווארטן א פאר שעה פאר א דרשה, האט שלמה שמש געזאגט די קערצסטע דרשה אין היסטאריע, "א גיטען מועד". איז דאס טאקע געווען פסח?)

kliger » זונטאג יאנואר 13, 2013 1:06 pm

· #79494
נולד מאוחר
יידל
קאווע, איך קען יעצט נישט מאריך זיין אבער כ'מיין אז דיין מהלך איז א פראבלעם מצד די טויזענטע דרשות חלוקות וואס זענען פארהאן.

דער איז נא וואן סייז פיט אלל מהלך . ביי יעדע דרש שלעפט אפיר א צווייטער מהלך .רמב''ם מלבים ריטבא וכו.


דאס איז א גוטע משל..
ווען די ריטב"א רמב''ם ( און אפילו מג"א טו"ז מחצית השקל)זאגט אן אינטרעסאנטע פשט אין א גמ' להלכה, האט ער דאס געהאט בקבלה?

אזוי אויך פארדייט מען משניות ממש פארקערט

וויאזוי איז ער 100% זיכער צו זאגן די פשט???

פארוואס זאגט מען נישט "איני יודע"

kliger » זונטאג יאנואר 13, 2013 1:10 pm

· #79497
קאווע טרינקער
יא, ווייל אין אגדה מעגסטו צולייגען פעפער און זאלץ, ווייל ס'איז נישט נוגע למעש"ה, נאר פאר מעש"ה. - סך הכל לייגט ער בעסער אראפ די מכה פון צפרדע.


דאס איז א סתירה צו אויבן

"חכמינו זכרונם לברכה האבן געהאט מקובל די מעשה מיט די פרטי הסיפור, אסאך מער מפורש ווי ס'געשריבן אין תנ"ך. במשך זייער תקופה האט יעדע בעל דרשן געטראפן אין די פסוק א רמז (א רמז מיינט אנצוצייכענען) און א זכר אינעם פסוק צו יענע-און-יענע פרט פון די לאנגע מעשה"

אבער איך קען ענפערן א תירץ
אלא אי איתמר הכי איתמר......

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 13, 2013 1:15 pm

· #79498
איך האב קלאר געשריבן אויבן
אבער דער פריערדיגען כלל, אז חז"ל האבן גארנישט מחדש געווען, נאך סך הכל "מראה מקום אני נותן לך", איז אויך גילטיג ביי אגדה (אמנם בהלכה זה יסוד מוצק, ובאגדה זה כלל שיש חוץ מן הכלל). בפרט אין נ"ך ווי חז"ל נעמען ארויס די פשוטע ווערטער און זענען דאס ממתיק אז "ס'איז נישט ממש אזוי, ס'איז נאר צוליב... וועגן דעם שטייט אזא לשון", ותמצא כזה הרבה.


נאכאמאל.
ה' האט נישט געגעבן די תורה ווי א ספר חתום. אידן האבן פונטקליך פארשטאנען וואס "לא תעשה מלאכה ביום השבת" מיינט. משה האט זיי געזאגט די ל"ט מלאכות, די אבות מיט די תולדות.
אבער ווען דו פרעגסט אן היינט א רב עפעס א שאלה אין הלכות קידוש. אזא סארט שאלה וואס די פריעדיגע שו"ת ספרים ערוועינען נישט בכלל.
דער רב זעצט זיך אראפ ודאי עשה תשובה, ער ברענגט ראיות, הוכחות, אויף איין וועג ווערט שוין פארענטפערט א שטיקל סתירה ווער האט פונקט געטראפן וכדומה. קען מען זאגן אז דער רב האט במסורה בקבלה די פסק פון די שאלה? אוודאי נישט, ס'איז דאך א נייע שאלה. אין די צייטן פון די פריעדיגע רבנים איז נישט געווען אזא מציאות.
איי וויאזוי האט א בשר ודם צו מחדש זיין הלכות אן קיין מסורה, די תירוץ איז אז הא גופא איז רצון נותן התורה: דא האסטו מיין תורה, פון דעם לערן ארויס - לויט די כללי הלימוד - וויאזוי זיך צו פירען ווילאנג די וועלט שטייט!.

מוח שליט » זונטאג יאנואר 13, 2013 1:27 pm

· #79504
קליגער שרייבט,
אבער איך קען ענפערן א תירץ
אלא אי איתמר הכי איתמר......

אזעלכע תירוצים ענטפערט מען נאר:
ווען די כתבים וואס זענען איבערגעשריבען געווארן פין מימרות וואס זענען הונדערטער יארן אלט.
אין מיר געדענקן דאס נאר אדורך חזרה בעל פה. [אי אתה רשאי לכותבם],
אדער געשריבען פריוואט פאר זיך אין קיינמאל נישט געטשעקט מיט א צווייטען צו מען האט דאס ריכטיג גשריבען [מגילות סתרים]
וואס בהכרח איז דא לאין שיעור טעותים,
אין מען קען נישט טוישען דורך שיקען מעסס אימעילס פארן עולם.
מיז מען דעריבער בלייבן מיטן נוסח וואס איז געווארן אקצעפטירט [כענין משנה ראשונה לא זזה ממקומה], אין זאגן פשעטעלעך אינעם נוסח.

מ גפני » זונטאג יאנואר 13, 2013 5:17 pm

· #79584
מוח שליט
כ. ויהי בחודש האביב, ויחלף כוס הבכור לפני הצעיר.

(איך בין נישט זיכער ווען די חוה"מ מעשה איז געשען. ווען נאכען ווארטן א פאר שעה פאר א דרשה, האט שלמה שמש געזאגט די קערצסטע דרשה אין היסטאריע, "א גיטען מועד". איז דאס טאקע געווען פסח?)


נעוואדע!!

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 13, 2013 6:43 pm

· #79609
קאווע טרינקער
אכילה, שתייה, רחיצה, נעילת הסנדל, און מאחורי הפרגוד.

😂

יאיר » זונטאג יאנואר 13, 2013 11:22 pm

· #79704
מוח שליט
קליגער שרייבט,
אבער איך קען ענפערן א תירץ
אלא אי איתמר הכי איתמר......

אזעלכע תירוצים ענטפערט מען נאר:
ווען די כתבים וואס זענען איבערגעשריבען געווארן פין מימרות וואס זענען הונדערטער יארן אלט.
אין מיר געדענקן דאס נאר אדורך חזרה בעל פה. [אי אתה רשאי לכותבם],
אדער געשריבען פריוואט פאר זיך אין קיינמאל נישט געטשעקט מיט א צווייטען צו מען האט דאס ריכטיג גשריבען [מגילות סתרים]
וואס בהכרח איז דא לאין שיעור טעותים,
אין מען קען נישט טוישען דורך שיקען מעסס אימעילס פארן עולם.
מיז מען דעריבער בלייבן מיטן נוסח וואס איז געווארן אקצעפטירט [כענין משנה ראשונה לא זזה ממקומה], אין זאגן פשעטעלעך אינעם נוסח.

לויט ווי דו לייגסט עס אראפ, אויב פון די משנה דורכאויס די הונדערט-צוויי הונדערט יאר איז אריינגעפאלן אזויפיל אומצאליגע טעותים אז דער טעקסט איז שוין נישט צום דערקענען, ווי אזוי קען מען זיך בכלל פארלאזן אויף תורה שבעל פה, ווען עס איז איבערגעגעבן געווארן פאר איבער טויזנט יאר נאר פון אויסנווייניג, אן קיין שום כתבים?

גלעזעלע » זונטאג יאנואר 13, 2013 11:45 pm

· #79712
יאיר
לענינינו, זע איך אז דו האסט נאר פארענטפערט ר' שמעון. אבער דאס איז נישט דער טיפישער צוגאנג פון חז"ל, און נישט אויף דעם איז אונזער שמועס. אונזער שמועס איז ר' יהודה'ס דרשות. יעצט ווילסטו זאגן אז די סיבה פארוואס ר' יהודה דרש'נט די דרשות איז ווייל ער האט נישט געקענט גלייבן אז עס זאל מיינען כפשוטו. איך האלט אויך אזוי, אבער דעמאלט וואלט ער דאס געדארפט זאגן אפן און קלאר, און אין בעסטן פאל זיך ארויסדרייען אז דער פסוק מיינט על דרך משל, אדער אז אין יענע צייטן איז דאס יא געווען נארמאל, אזוי ווי אנדערע זאכן וואס זענען געווען נארמאל אין יענע צייטן, דאס וואלט געווען דער בעסטער צוגאנג פאר א ראציאנעלער געדאנקעגאנג, אבער אנשטאט דעם, רעזארט ר' יהודה צו דרשות אז ביידע מוזן האבן דעם זעלבן קול ומראה, דאס הייסט טעכניש האט ער זיך ארויסגעדרייט, אבער טעארעטיש נישט, ווייל לו יצוייר עס וועט זיין אזא מעשה מיט אלע פרטים, וועלן מיר דאך מקיים זיין סקילה, און דעמאלט וועט דעם נישט זיין שווער די קשיא, פארוואס קומט זיך אים מיתה?

.


פותחים בכבוד האכסניא. מח שליט, You truly amaze me. עס זענען דא נקידות וואס איך בין לאו דוקא מסכים מיט דיר. אבער עס איז שיין צו זעהן א שארף און קלארן מח וואס איז זיך נישט משטליט אויף די וואס טראכטן נישט גלייך מיט איהם, א דאנק.

יאיר, דיין טענה איז, לו יצוייר עס שטעלט זיך אויס אזא מעשה מיט אלע פרטים וכו. ביטע געדענק אז חז"ל זענען די וואס האבן שוין מחליט געווען אז ר יהודה איז מסכים צום מהליך פון לא היה ולא נברא. כמאן אזלא הא דתניא: בן סורר ומורה לא היה ולא עתיד להיות, ולמה נכתב - דרוש וקבל שכר, כמאן? כרבי יהודה. עס איז משמע אז די גמרא איז נישט מסכים צו דיין טענה," לו יצוייר". מח שליט האט געטראפן איטרעסאנט אז פונקט ווי ער האט חושד געווען אז ר יהודה דילט דא נישט נאר מיט די טעקנאקעליטיס ווי עס קוקט אויס במושכל ראשון . נאר מיט א ברייטערן נקודה פון לא היה ולא נברא. טרעפט ער אז חז"ל זענען מסכים צו איהם.

דרוש וקבל שכר מיינט לכאורה נישט בלויז צו מאכן די תורה אביסעל לענגער אז מען זאל האבן מער וואס צו לערנען. וויל אויב אזוי האט כביכול נאר געדארפט כאפן א דרימעל אויפן קיבארד אין עס זאלן פליען אותיות און די וועלט אריין און מיר וועלען באקומען שכר פארן דאס לערנען . נאר דאס מיינט אז תנ"ך האט איינגעקליידעט געוויסע נקידות אין א טעארעטישען דוגמא וואס קען לאו דווקא געשען אין ריאלעטי, אבער די נקידות זענען וויכטיג און מען האט שכר פארן דאס זיך אפלערנען. דאס שלאגט אפ דיין פראבלעם אז אויב אזוי האט ר יהודה זיך נאר ארויסגעדרייט טעכניש אבער נישט טעארעטיש, דאס איז אקוראט וואס לא היה ולא נברא מיינט, און טעארעטיש דארף דאס האבן א פשט אויך לויט ר שמעון.

מען דארף נעמען אין באטראכט אז צו זאגן אויף א חלק פונעם תורה אז לא היה ולא נברא אלא דרוש וקבל שכר. איז גאר א גרויסען טריט, און עס איז נישט אויסגעשלאסן אז טייל תנאים וואלטן פאר קיין פרייז נישט מסכים געווען דערצו. און מיר זעהן אז למעשה איז ר יהודה מסכים צו דעם גרויסען חידוש. טענהט מח שליט בסך הכל, אז עס איז מסתבר אז די אנדערע סברות האבן שוין געבושעוועט אין זיין קאפ און ער האט נאר געברויכט דעם לעצטען שטופ פון דעם רמז הקרא צו מסכים זיין דערצו. די אנדערע ברירה איז אנצונעמען אז נישט נאר איז ר יהודה אפירגעקראכן מיט עפעס א וואנדערבארן חידוש "קולן שווין", און אויב דאס איז נישט גענוג , נא דיר "מדקול בעינן שוין - מראה וקומה נמי בעינן שוין". ער איז גאר געווען אזוי משוכנע דערצו אז ער איז געווען גרייט לכבוד דעם מקריב זיין די גאנצע פרשה צום לא היה ולא נברא קאטערגאריע. איך קען פארשטיין אז מח שליט זאל דאס זעהן אלס א גרעסערן דוחק .

מוח שליט » מאנטאג יאנואר 14, 2013 12:05 am

· #79714
יאיר
מוח שליט
קליגער שרייבט,
אבער איך קען ענפערן א תירץ
אלא אי איתמר הכי איתמר......

אזעלכע תירוצים ענטפערט מען נאר:
ווען די כתבים וואס זענען איבערגעשריבען געווארן פין מימרות וואס זענען הונדערטער יארן אלט.
אין מיר געדענקן דאס נאר אדורך חזרה בעל פה. [אי אתה רשאי לכותבם],
אדער געשריבען פריוואט פאר זיך אין קיינמאל נישט געטשעקט מיט א צווייטען צו מען האט דאס ריכטיג גשריבען [מגילות סתרים]
וואס בהכרח איז דא לאין שיעור טעותים,
אין מען קען נישט טוישען דורך שיקען מעסס אימעילס פארן עולם.
מיז מען דעריבער בלייבן מיטן נוסח וואס איז געווארן אקצעפטירט [כענין משנה ראשונה לא זזה ממקומה], אין זאגן פשעטעלעך אינעם נוסח.

לויט ווי דו לייגסט עס אראפ, אויב פון די משנה דורכאויס די הונדערט-צוויי הונדערט יאר איז אריינגעפאלן אזויפיל אומצאליגע טעותים אז דער טעקסט איז שוין נישט צום דערקענען, ווי אזוי קען מען זיך בכלל פארלאזן אויף תורה שבעל פה, ווען עס איז איבערגעגעבן געווארן פאר איבער טויזנט יאר נאר פון אויסנווייניג, אן קיין שום כתבים?

די רעדסט פין די תושבע"פ וואס טייטשט אפ תורה שבכתב? עס איז דאך מעגליך אז זיי האבען דעמאלטס אפגעלערנט די רמזים פין פסוקים. נישט אז זיי האבען געהאט טויזענטער קבלות וואס זיי האבען געדארפט געדענקן.
די ביסט אבער גערעכט בנוגע תורה שבע"פ, אז עס האט געהערשט א געוואלדיגע שכחת התורה כמבואר בספרים. אין דערפאר האט רבי געזאגט עת לעשות לה' הפרו תורתיך, כידוע.
די גמרא שטייט אז ווען משה רבינו איז געשטארבען איז פארגעסן געווארן אסאך הלכות. [רוף עס הלכות אדער מושגים וואטעווער]. הונדערט פאכיג אזוי, איז געווען ביים חורבן הבית ווען דאס גאנצע פאלק איז פארטריבן געווארן. עס איז אוודאי פארגעסן געווארן גאר אסאך זאכען. אבער 'זה מה שיש'.
שטייט אין ילקוט שמעוני שמואל ב רמז קסא
אמרת ה' צרופה אמר רבא לא נתנו המצות אלא לצרף בהן הבריות וכי מה איכפת לו מי שהוא שוחט מן הצואר ומי שהוא שוחט מן העורף הוי אומר לא נתנו המצות אלא לצרף בהם את הבריות.
מען דארף האבען א לעגיטימער סיסטעם, עס איז נישט קיין נפק"מ צו מיר האבען ממש צוגעטראפען צום רצון ה'. אדרבא, תורה לאו בשמים הוא. יפתח בדורו כשמואל בדורו, אתם אפי' מוטעים, אפי' אומרים לך על ימין שהוא שמאל. דער עיקר אז מען טוט מיט א לאגישער מהלך אונטער די אומשטענדן וואס מען איז. כעין ווי דער גר"א טייטשט אויפען בת קול פין נצחינו בני וואס איז געקומען ווען די חכמים האבען זיך נישט צוגעהערט צום בת קול. אז נצחינו בני, זיין האבען געמאכט מיין תורה פאר נצחיות. ווייל זיי האבען אוועקגענומען איר אפהענגיקייט אין צוטרעפן צום אמתן רצון פין גאט, אין זיי האבען דאס געמאכט אינגאנצען תלוי אין די בעסט עפפארט וואס אינז מענטשעלעך קענען מאכען.

אויב די גאנצע סיבה איז לצרף בהן את הבריות, איז דאך באמת נישט אזא גרויסע נפק"מ צו מען האט ריכטיג געכאפט די פרטים. די רמב"ם אין מורה חלק ג' כו' זאגט אז די ענין פין לצרף בהן את הבריות גייט אויף די פרטי המצוה. ממילא איז דאך רוב דיטעילס וואס מען איז פארנומען אינעם תושבע"פ נאר נוגע אז מיר זאלען טון אונזער בעסט עפפארט אפצוטייטשען וואס גאט וויל פין אונז. מיט דעם איז נתמלא די מטרה פין לצרף בהן את הבריות.

יאיר » מאנטאג יאנואר 14, 2013 12:06 am

· #79715
גלעזעלע
יאיר
לענינינו, זע איך אז דו האסט נאר פארענטפערט ר' שמעון. אבער דאס איז נישט דער טיפישער צוגאנג פון חז"ל, און נישט אויף דעם איז אונזער שמועס. אונזער שמועס איז ר' יהודה'ס דרשות. יעצט ווילסטו זאגן אז די סיבה פארוואס ר' יהודה דרש'נט די דרשות איז ווייל ער האט נישט געקענט גלייבן אז עס זאל מיינען כפשוטו. איך האלט אויך אזוי, אבער דעמאלט וואלט ער דאס געדארפט זאגן אפן און קלאר, און אין בעסטן פאל זיך ארויסדרייען אז דער פסוק מיינט על דרך משל, אדער אז אין יענע צייטן איז דאס יא געווען נארמאל, אזוי ווי אנדערע זאכן וואס זענען געווען נארמאל אין יענע צייטן, דאס וואלט געווען דער בעסטער צוגאנג פאר א ראציאנעלער געדאנקעגאנג, אבער אנשטאט דעם, רעזארט ר' יהודה צו דרשות אז ביידע מוזן האבן דעם זעלבן קול ומראה, דאס הייסט טעכניש האט ער זיך ארויסגעדרייט, אבער טעארעטיש נישט, ווייל לו יצוייר עס וועט זיין אזא מעשה מיט אלע פרטים, וועלן מיר דאך מקיים זיין סקילה, און דעמאלט וועט דעם נישט זיין שווער די קשיא, פארוואס קומט זיך אים מיתה?

.


פותחים בכבוד האכסניא. מח שליט, You truly amaze me. עס זענען דא נקידות וואס איך בין לאו דוקא מסכים מיט דיר. אבער עס איז שיין צו זעהן א שארף און קלארן מח וואס איז זיך נישט משטליט אויף די וואס טראכטן נישט גלייך מיט איהם, א דאנק.

יאיר, דיין טענה איז, לו יצוייר עס שטעלט זיך אויס אזא מעשה מיט אלע פרטים וכו. ביטע געדענק אז חז"ל זענען די וואס האבן שוין מחליט געווען אז ר יהודה איז מסכים צום מהליך פון לא היה ולא נברא. כמאן אזלא הא דתניא: בן סורר ומורה לא היה ולא עתיד להיות, ולמה נכתב - דרוש וקבל שכר, כמאן? כרבי יהודה. עס איז משמע אז די גמרא איז נישט מסכים צו דיין טענה," לו יצוייר". מח שליט האט געטראפן איטרעסאנט אז פונקט ווי ער האט חושד געווען אז ר יהודה דילט דא נישט נאר מיט די טעקנאקעליטיס ווי עס קוקט אויס במושכל ראשון . נאר מיט א ברייטערן נקודה פון לא היה ולא נברא. טרעפט ער אז חז"ל זענען מסכים צו איהם.

דרוש וקבל שכר מיינט לכאורה נישט בלויז צו מאכן די תורה אביסעל לענגער אז מען זאל האבן מער וואס צו לערנען. וויל אויב אזוי האט כביכול נאר געדארפט כאפן א דרימעל אויפן קיבארד אין עס זאלן פליען אותיות און די וועלט אריין און מיר וועלען באקומען שכר פארן דאס לערנען . נאר דאס מיינט אז תנ"ך האט איינגעקליידעט געוויסע נקידות אין א טעארעטישען דוגמא וואס קען לאו דווקא געשען אין ריאלעטי, אבער די נקידות זענען וויכטיג און מען האט שכר פארן דאס זיך אפלערנען. דאס שלאגט אפ דיין פראבלעם אז אויב אזוי האט ר יהודה זיך נאר ארויסגעדרייט טעכניש אבער נישט טעארעטיש, דאס איז אקוראט וואס לא היה ולא נברא מיינט, און טעארעטיש דארף דאס האבן א פשט אויך לויט ר שמעון.

מען דארף נעמען אין באטראכט אז צו זאגן אויף א חלק פונעם תורה אז לא היה ולא נברא אלא דרוש וקבל שכר. איז גאר א גרויסען טריט, און עס איז נישט אויסגעשלאסן אז טייל תנאים וואלטן פאר קיין פרייז נישט מסכים געווען דערצו. און מיר זעהן אז למעשה איז ר יהודה מסכים צו דעם גרויסען חידוש. טענהט מח שליט בסך הכל, אז עס איז מסתבר אז די אנדערע סברות האבן שוין געבושעוועט אין זיין קאפ און ער האט נאר געברויכט דעם לעצטען שטופ פון דעם רמז הקרא צו מסכים זיין דערצו. די אנדערע ברירה איז אנצונעמען אז נישט נאר איז ר יהודה אפירגעקראכן מיט עפעס א וואנדערבארן חידוש "קולן שווין", און אויב דאס איז נישט גענוג , נא דיר "מדקול בעינן שוין - מראה וקומה נמי בעינן שוין". ער איז גאר געווען אזוי משוכנע דערצו אז ער איז געווען גרייט לכבוד דעם מקריב זיין די גאנצע פרשה צום לא היה ולא נברא קאטערגאריע. איך קען פארשטיין אז מח שליט זאל דאס זעהן אלס א גרעסערן דוחק .

שלום עליכם, מיר האבן שוין לאנג נישט געהערט פונ'ם גלעזעלע!
צום ענין, זיי מדייק וואס איך האב געשריבן אין דעם תגובה וואס דו ביסט מעתיק:
יאיר
יעצט ווילסטו זאגן אז די סיבה פארוואס ר' יהודה דרש'נט די דרשות איז ווייל ער האט נישט געקענט גלייבן אז עס זאל מיינען כפשוטו. איך האלט אויך אזוי, אבער דעמאלט וואלט ער דאס געדארפט זאגן אפן און קלאר

דהיינו, איך אנערקען אויך אז די סיבה צו אזא מאדנע דרשה איז ווייל ער האט געהאלטן מסברא אז דאס קען נישט זיין כפשוטו, מיין פראבלעם איז מיט די סאלושען וואס ר' יהודה גיבט. מח שליט פרובירט עס צו מאכן ראציאנעל, און זאגן אז אין א טעקסט פון א בשר ואדם איז אויך יתכן אז מען וואלט אזוי אריינגעלערנט, מיין האמבל אפיניאן איז, אז די עצה פון באשאפן א תנאי פון קול ומראה שוה איז זייער נישט מסתבר, מהסיבות שכתבתי, און אויב וויל רבי יהודה זיך אן עצה גיבן, איז דא אנדערע אופנים, קען זיין אז בן סורר ומורה איז מער ווי סתם עסן און טרינקען, קען זיין אז דעמאלט איז עס געווען נארמאל, אזוי ווי לא תחיה כל נשמה איז געווען נארמאל, וכו'. דאס וואס ער אפפערט אזא מאדנע סאלושן ווייזט מיר אז ר' יהודה האט לכתחילה נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו שפילן מיט פסוקים און אריינלערנען סיי וואספארא דרשות ווייל דעם מהלך האט ער מקבל געווען איש מפי איש מפי משה בסיני (אזוי ווי ס'איז ניכר פון אנדערע דרשות חז"ל) און ממילא אז ער האט געהאט א פראבלעם מיט בן סורר ומורה איז אים געווען א געשמאקע עצה צו ארויסנעמען עטליכע דרשות פון בוזעם טאש, נישט קיין חילוק אויב ס'איז ראציאנעל אדער נישט, און פטור אן עסק, בן סורר ומורה איז אראפ פון טיש, לא היה ולא נברא.

נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 14, 2013 12:26 am

· #79720
דוד ווייס פון טענהט אז ביי חזל איז די מושג וואס מיר האבן אז טעקסט מיז מיינען וואס ס'שטייט, נישט געווען אנגעמומען.
ער ברענגט א ראיה פון די גמ' און שבת. איינער זאגט דארט ביז איך בין אלט געווען 22 יאר האב איך נישט געוויסט אז אין מקרא יוצא יוצא מידי פשוטו. ער ברענגט נאך א ראיה פון די אופן ווי חזל האבן אפגעלערנט יובם .
ער טענהט נאכמער אפי' דאס וואס חז''ל זאגט דארט אין מקרא יוצא ... איז אויך אוועק געגאנגען פון סטריקטלי פשט . כמיין ער רעדט פון די גמ' ויתד תיהי על אזנך לגבי צאות שבת אז ס'הייסט א תכשיט.
זיין ספר

מוח שליט » מאנטאג יאנואר 14, 2013 12:38 am

· #79724
יאיר שרייבט,
וייזט מיר אז ר' יהודה האט לכתחילה נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו שפילן מיט פסוקים און אריינלערנען סיי וואספארא דרשות ווייל דעם מהלך האט ער מקבל געווען איש מפי איש מפי משה בסיני (אזוי ווי ס'איז ניכר פון אנדערע דרשות חז"ל) און ממילא אז ער האט געהאט א פראבלעם מיט בן סורר ומורה איז אים געווען א געשמאקע עצה צו ארויסנעמען עטליכע דרשות פון בוזעם טאש, נישט קיין חילוק אויב ס'איז ראציאנעל אדער נישט, און פטור אן עסק, בן סורר ומורה איז אראפ פון טיש, לא היה ולא נברא.

הוא אשר דיברתי. די גייסט מיט דיינע פריקאנסיעווד איידיעס בשעת ווען דאס גופא איז אונטער אינוועסטיגעישען. איך פארשטיי אין רעספעקט אז די ביסט זייער קאנווינסד אין דיין קוק ווינקעל. אבער מיר דארפען קענען סאספענדען דזאדזמענט אין דן אויף די זאך כשלעצמו.
די ביסט דאך מסכים אז אויב מיר וועלן טרעפן פיפצען פלעצער ווי די דרשות מאכען סענס, וועלן מיר האבען אן אנדער קוק אויף דרשות חז"ל. נו, לעטס בי קריעיטיוו. לאמיר נישט זיין פין די הערד מענטאליטי אין נאכגיין עסטעבלישמענט. [איך רעד אקעדעמיע עסטעבלישמענט ווי למשל ווייס הליבני, אדער אנדערע]. Who knows, we might surprise ourselves.

אז אונזער אייגענע 'קאווע טרינקער' האט געקענט צאמשטעלן אפאר שורות אין איין שבת ביינאכט, וואס זאל מרמז זיין צו כמה וכמה ענינים, פארוואס קען מען נישט ענטערטעינען די איידיע אז די תורה שבכתב האט אויך דאס געטון? ברענג מיר ארויס די נפק"מ ביטע.

מוח שליט » מאנטאג יאנואר 14, 2013 1:40 am

· #79733
גלעזעל שרייבט,
פותחים בכבוד האכסניא. מח שליט, You truly amaze me. עס זענען דא נקידות וואס איך בין לאו דוקא מסכים מיט דיר. אבער עס איז שיין צו זעהן א שארף און קלארן מח וואס איז זיך נישט משטליט אויף די וואס טראכטן נישט גלייך מיט איהם, א דאנק

אדרבא, וואס ביסטו נישט מסכים מיט מיר. אויש, כ'האב שיעור פארגעסען צו שקויעך פאר די ווארימע ווערטער.

מוח שליט » מאנטאג יאנואר 14, 2013 3:53 am

· #79744
ר' יאיר,
מיין טענה איז אגאנצען צייט געווען אז די תורה איז פאעזיע אין אויך געקיצלעט אין געקינצלט, מיט רמזים אין נואנסעס.
וראה זה פלא כ'האב יעצט געטראפען א בוך וואס מען קען ליינען דא. עס קוקט אויס ווי אן ערענסטע אקאדעמישע שטודיע. ער טענהט אז אין די גאנצע תקופה פין די מיללענום לפני הספירה, [די טויזענט יאר פין לפני הספירה, איז בערך פין זמן מתן תורה ביז ימי המשנה, ועד בכלל] איז געווען די אנגענמונע מהלך פין פאעזיע צו שרייבען אין ליינען עס באופן אז עס זאגט דא riddles, וואס מען דארף כאפען וואס דער כותב מיינט. ער רעדט בכלל נישט פין די תוה"ק. ער רעדט בכלליות.
לדוגמא, קוק דארט פעידזש 35- 36, וואס ער ברענגט פין א פאפירוס צירקע 350 לפני הספירה. דער פאפירוס לערנט אפ א טעקסט וואס איז נאך עלטער, אין זאגט אזוי: וויבאלד דער טעקסט ניצט א ווארט וואס האט אין זיך צוויי פארשידענארטיגע משמעותן, חאטשיג אינעם פשוט פשט מיינט עס אויסדריקלעך נאר איין משמעות [דער אנדערער משמעות קומט לגמרי נישט אריין מצד'ן פשוט פשט], אפ"ה נעמען מיר אהן אז דער מחבר הטעקסט האט געמיינט מרמז זיין א נקודה וואס ברענגט זיך ארויס דוקא מיטן אנדערע משמעות.
אויך שרייבט ער בשם א סאך שפעטערן דענקער, פורפוירי [צירקע 250 לאחר הספירה (דאס איז שוין בימי אמוראים)] וואס איז אויך געגאנגען מיטן זעלבן מהלך אין פאעזיע, אין ער זאגט אז טאקע דוקא אויף א פלאץ וואס עס ברענגט זיך ארויס דער היפך פין קאממען סענס, דארטען דארף מען וויסען צו זיכען א רמז פאר א באהאלטענע נקודה.
קוק פעידזש 22- 23
For Porphyry here and, as we will see, for a long tradition
of reading different from the one to which Aristarchus belongs, the
critic should pay attention precisely to those places in the poem that are
unclear or obscure and that appear to run counter to our common
sense
. The strange elements in Homer’s narrative are proof not that he
was indulging in a flight of fancy but that he wished to convey some
hidden significance. Therefore, these passages will repay the efforts of a
diligent and careful interpreter.

אט דעי ספעציפישע נקודה האב איך געזאגט בנוגע איננו שומע בקולנו. אז דאס אבזורדיטי פין א טאטע מאמע קומען צו בי"ד אז מען דארף הרגענען זייער אייגן קינד, ווייל "איננו שומע בקולנו", זאגט מיר אז איך זאל זיכען טאקע אין דעי ווערטער א רמז פאר א באהאלטענע נקודה.

יא, עס קוקט אויס אז נאך בימי המקרא ביז מער ווי טויזענט יאר שפעטער פלעגט מען שרייבען אין פארטייטשען פאעזיע אויף א מהלך פין רמזים. איז דאך גאנץ פשוט אז די תורה איז געשריבען געווארען מיטן חכמהדיגער מהלך פין בימים ההם. אין מיט רעכט לערענט מען איר אפ אויף דעם אופן.
דאס וועט פארענטפערען יידל'ס שאלה פארוואס עפעס חז"ל זענען צוגעגאנגען מיט אזא מהלך. זיי האבען געטון די אנגענימענע מהלך פין אפלערנען חכמהדיגע געשרייבעכטס. ווייל דאס איז טאקע געווען די כוונה פין די חכמים שרייבערס נאך בימי המקרא.
עס איז כדאי צוזאמען מעיין זיין אין דעם בוך אין זעהן צו ער איז גערעכט מיט זיינע ראיות אז מען פלעגט שרייבען אין אפלערנען באופן פין riddles.

יאיר » מאנטאג יאנואר 14, 2013 4:13 am

· #79745
איך האב נאר געגעבן א בליק אויפ'ן בוך, ממילא קען איך נאכנישט זאגן קיין מיינונג, אבער עס זעט מיר אויס אז ער רעדט פון ריכטיגע גריכישע פאעזיעס, און ווען ער רעדט פון זאכן קעגן קאממאן סענס מיינט ער נישט עפעס וואס איז אוממאראליש אדער אומריכטיג, נאר א לעכערליכע אדער מוגזם'דיגע זאך, אזוי ווי די אגדות דרבב"ח, וואס צייגן אויף באהאלטענע "סימבאלן". אויב איז מיין אבזערוואציע ריכטיג, איז דאס נישט קיין פארגלייך צו אלגעמיינע אור אלטע געזעצן וואס זענען געשריבן אין זייער א סימפל שפראך, אזוי ווי די חמורבי קאודס. איך וועל שפעטער מער מעיין זיין דערין.

מוח שליט » מאנטאג יאנואר 14, 2013 4:34 am

· #79746
יאיר
איך האב נאר געגעבן א בליק אויפ'ן בוך, ממילא קען איך נאכנישט זאגן קיין מיינונג, אבער עס זעט מיר אויס אז ער רעדט פון ריכטיגע גריכישע פאעזיעס, און ווען ער רעדט פון זאכן קעגן קאממאן סענס מיינט ער נישט עפעס וואס איז אוממאראליש אדער אומריכטיג, נאר א לעכערליכע אדער מוגזם'דיגע זאך, אזוי ווי די אגדות דרבב"ח, וואס צייגן אויף באהאלטענע "סימבאלן". אויב איז מיין אבזערוואציע ריכטיג, איז דאס נישט קיין פארגלייך צו אלגעמיינע אור אלטע געזעצן וואס זענען געשריבן אין זייער א סימפל שפראך, אזוי ווי די חמורבי קאודס. איך וועל שפעטער מער מעיין זיין דערין.

פין די נקודה וואס איך צייכן צו אויף פעידזש 35-36, איז משמע אז דער פאפירוס פין 350 לפני הספירה האט געהאלטען אז דאס אליינס אז עס איז דא א ווארט וואס האט אין זיך צוויי דעפינישענס [1- עהרע, 2-אבר הזכרות], וואס איין דעפינישען האט לגמרי נישט קיין שייכות צום צווייטען. אין איין דעפינישען קומט אינגאנצען נישט אריין מצד'ן פשוט פשט. אבער וויבאלד מען האט דוקא אנגעכאפט א לשון וואס האט אויך דעי דעפינישען, לערן איך ארויס א כוונה מצד די דעפינישען אויך. דאכצעך מיר אז דאס איז קלאסיש חז"ל.

אפי' די זאלסט האלטן אז די תורה איז נישט פאעזיע, [איך דינג מיך מיט דעם], קענען מיר עכ"פ זעהן אז עס איז געווען א מהלך רגיל בימי המקרא עד בימי אמוראים ועד בכלל, צו שרייבען אין אפצולערנען געוויסע פאעטישע חכמהדיגע טעקסטס אויף דעם אופן פין רמזים אינעם טעקסט פונקט טאקע אויפען שניט פין דרשות חז"ל. דאס דארף אוודאי טוישען אונזער בליק אויפן גאנצען נושא.

דא האסטו נאך א דענקער [אדער 400 לפני הספירה, אדער 200-100 לפני הספירה] וואס שרייבט ווי פאלגענד: ער גייט ארויף אויף ווערטער פין דעם אור אלטען פייטן 'האומער' דער פייטן האט געשריבען אט די ווערטער
Many crafts he knew,
but he knew them all poorly”
דאס איז לכאורה פשוטע ווערטער וואס האט א פשוטע באדייט. קומט אבער דער דענקער פין אפאר הונדערט יאר לפני החורבן אין איז מדייק פין דקדוק הלשון אין לערנט פין דעם ארויס א גאנץ אנדערע פשט

For you don’t think, I suppose, that Homer, the most divine and wisest poet
does not know that it is impossible to know “poorly” . . . but he speaks
enigmatically, I think, bringing in the “poorly” to stand for “evil,” and
“knew” for “to know.” So if we put it together, letting the meter go, indeed,
but grasping his meaning, we get this: “Many crafts he knew, but it
was evil for him to know them all.”

דאס הייסט אז אנשטאט צו לערנען פשוט פשט אז 'ער האט געקענט אסאך חכמות אבער נישט גיט, דהיינו נישט גרונטליך', זאגט ער אז וויבאלד ער האט געוויסע טענות אויפן דקדוק הלשון, מיז זיין אז דא רעדט ער עפעס רמזדיג [enigmatic] אין די רמז איז אז "ער האט געוואוסט אסאך חכמות אבער צו וויסען אלעס איז נישט גיט". אן ענין פין סרס המקרא ודרשהו.
אזוי האט מען געשריבען אין פארשטאנען בימים ההם.

יאיר » מאנטאג יאנואר 14, 2013 11:21 pm

· #79954
גוטע דזשאב, מח 😉. איך האלט נאכאלס אז קול ומראה שוה איז א היבשער שפרינג פון די אויבנדערמאנטע דוגמה, אבער פאר א תנא דמסייע ליה איז עס זיכער גוט. אגב, די גמרא (יומא סא) לערנט ארויס אז די צוויי שעירים יום כיפור האבן געמוזט זיין שוין במראה, בגובהן, בדמים, בלקיחתן, ועוד, פון דעם פסוק שני שעירי, ווייל עס וואלט געקענט שטיין נאר שעירי און מיעוט רבים שנים. דו קלערסט אז מען קען דא אויך טרעפן עפעס א גוטער הסבר פארוואס מען קען נישט לערנען פשוט פשט?

מוח שליט » דינסטאג יאנואר 15, 2013 1:48 am

· #79991
יאיר
גוטע דזשאב, מח 😉. איך האלט נאכאלס אז קול ומראה שוה איז א היבשער שפרינג פון די אויבנדערמאנטע דוגמה, אבער פאר א תנא דמסייע ליה איז עס זיכער גוט.

שקויעך. די בוך איז דעפיניטלי זייער אינטערסאנט אין ווערט דורכצוליינען. איך וועל אי"ה געבן די היילייטס, דארט ווי ס'איז אין מיי פעיוואר שטייטסעך.
אין יעצט שוין ווייטער מיט מיינע שאלות. אויב די ביסט אין א לאנד אדער תקופה ווי חכמים שרייבן אלעס מיט רמזמליך אין riddles. אין די ווילסט יעצט שרייבען א חכמהדיגע בוך פאר דיין בני דורך. לו יצוייר אז אין דעם בוך ווילסטו שרייבען א טעארעטישער הלכה אבער די ווילסט אז די חכמים זאלען פארשטיין אז עס איז נישט למעשה. פארוואס וואלסטו דיך צוריקגעהאלטען פין ניצען בערך אזא רמז פין איננו שומע בקולנו?

יאיר » דינסטאג יאנואר 15, 2013 10:21 am

· #80033
ווייל איננו שומע קולינו איז גארנישט ספעציעל. עס איז סתם א שיינער שרייבערישער לשון וואס ווערט דערמאנט נאך עטליכע מאל אין תנ"ך. בפרט ווען איך וויל נאך מען זאל מרבה זיין אויך די מראה און קומה.

יאיר » דינסטאג יאנואר 15, 2013 6:56 pm

· #80145
מח שליט, יעצט איז מיין רייע צו פרעגן. שטעל זיך פאר ווען די חז"ל וואלטן געזאגט אז איננו שומע בקולנו מיינט כפשוטו, און די היינטיגע חוקרים קומען און זאגן אז חז"ל ווייסן נישט וואס זיי רעדן, נאר עס מיינט אז די עלטערן מוזן אויסזען די זעלבע און האבן די זעלבע שטימע, אן קיין שום באזיס, נאר ווייל אמאליגע צייטן האט מען געשריבן מיט רמזים. וואלטסטו דאן אויך געזאגט אז די חוקרים האבן א גערעכטע טענה?

מוח שליט » דינסטאג יאנואר 15, 2013 8:06 pm

· #80155
יאיר
ווייל איננו שומע קולינו איז גארנישט ספעציעל. עס איז סתם א שיינער שרייבערישער לשון וואס ווערט דערמאנט נאך עטליכע מאל אין תנ"ך. בפרט ווען איך וויל נאך מען זאל מרבה זיין אויך די מראה און קומה.


קודם דארפען מיר זיך פאראייניגען אביסל אויף די ווארט קול. ווי געשריבען אויבען, ווען מען ניצט קול אויף אויסהערן דאס רעדן פין איינעם איז עס א פאעטישער אויסדריק. דיבור איז דוקא נישט קול. קול איז ניטאמאל שטימע, עס מיינט sound. אין תנ"ך ווערט דאס טאקע גענוצט זייער אסאך, אבער דאס איז טאקע ווייל תנך איז פאעטיש. די פאעטישער טיפקייט פין די ווארט קול האב איך פרובירט צו זאגען אויבען. עס פירט איינעם אריין צו די פלאץ וואס איז העכער אין טיפער פין דיבור אין התחלקות. ווי דער רמב"ם טייטשט אויף מתן תורה "קול דברים אתם שומעים", א קול אהנע חיתוך פין דיבורים.

מיר גייען יעצט אז די חכם/פייטן טוט צוויי זאכען אויף אמאל. ער זאגט פאעטרי. אין ווייל ער האט די פלעקסיבילטי פינעם פאעטישען לייסענס, קען ער ארומדרייען מיט ווערטער אזוי אז טאקע מיט די שיינע פייטנותדיגע לשונות קען ער אויך מרמז זיין זיינע רמזימלעך.
די רמזימלעך דארף מען אפלערנען טעקסטואלי, אין קאנטעקסטואלי.

מיר האבען דא א הלכה וואס מאכט נישט קיין סענס לכל הדיעות. די לייענערס אוירען זענען שוין פאר דעם אליינס אנגעשפיצט צו זעהן עפעס א קליינע קיצעל.
מיר זעהן עפעס א קפידא אז מיר דארפען האבען א שטארקע קאאפערציא פין די מאמע. מיר דארפען עפעס א מין 'שניהם שעשאוה' ווי די פסוק זאגט "ותפשו בו אביו ואמו". איך פארשטיי ס'איז אלעס פאעטיש אבער מיר ווייסען אז טאקע מיט זיינע פאעטישע אויסדריקן זאגט ער רמזים בכלליות אין ביתר שאת דא. אפי' ווען א מאמע, א אשה, זאל האבען א מקום מכובד אינעם קאמיונטי לעבן וואלט אויך געווען אינטערסאנט די אויסדריק פין ותפשו בו אביו ואמו. עפעס איז דאך מאדנע אז מען וויל דעם שנים שעשאוה. אבער אסאך מער איז אינטערסאנט ווען מיר ווייסען דאך וואסערע מקום מכובד א פרוי האט אינעם קאמיונטי. מיר ווייסען ווי ווייט רחוק פינעם נארמאלען געזעץ אז א פרוי זאל גיין צו קאורט. בו בשעה וואס דער טאטע קען דאך אים ברענגען. אין נישט נאר אז די פרוי קומט אין טענהט, זי כאפט אהן דאס קינד צוזאמען מיטן טאטען, אין שלעפט אים צו די זקני העיר.

צו דעם אלעם דארף מען געדענקען אז זי שלעפט נישט דאס קינד אין חדר אריין. זי שלעפט איר קינד צום תלי'. ווייל ער איז נישט א וואוילע. די תורה פאדערט אז די מאמע זאל שלעפן דאס קינד צום תלי' פארען נישט פאלגען איר. אין די תורה פארלאנגט דאס באופן שנים שעשאוה, עפעס א שטארקע אחדות דא.

דערנאך זעהן מיר דאס ניצען פינעם ווארט קול'דריי מאל דא. אפשר נאך א רמז אז איך וויל דיר עפעס זאגען מיט אט די ווארט.

דערנאך זעהן מיר דאס ווארט 'קלנו'. וואס לפי הדיקדוק איז דאך דאס א מאחד. ד.ה. מיטן ניצען דוקא דעי פאעטישע ווארט האט מען מאחד געווען אונזער רעדן אין געמאכט דערפין איין קול. די טייטש פין איננו שומע בקלנו איז he doesn't listen to our voice לשון יחיד. עס טייטשט נישט he doesn't listen to our voices, לשון רבים. פריער האט מען שוין אנגעהויבען אונז מאחד צו זיין אז אונז באופן אונז טוען מיר דאס שלעפען צוזאמען. אבער יעצט איז עס געלונגען אונז מאחד צו זיין אז מיר האבען פשוט איין קול.

ר' יהודה האט דא שוין נישט געדארפט מער. פינעם גאנצען פאזזעל זעהט ער אז די תורה וויל דווקא עס זאל נישט געשען. ער טראכט אז קען זיין די תורה האט נישט געקענט אויסרייסען אינגאנצען די נישט ריכטיגע מנהג פין דעם אז א טאטע איז אזא בעל הבית אויף זיין קינד עד כדי כך אז אויב ער פאלגט נישט קען ער אים הרגענען ווייל ער האט רעכטן אויף אים ווי אן עבד. אן אומרעכט וואס האט נאך אנגעהאלטען בימי הרומיים. ממילא האט די תורה בוחר געווען הרע במיעוטו אין לא דברה תורה אלא כנגד יצר הרע.
ר' יהודה האט פארשטאנען אז די תורה האט פלוצלינג געגעבן די מלוכה פאר די מאמע אויך, אין פארלאנגט אז עס מוז זיין אז די מאמע זאל ברענגען, שלעפן וכדו', נאר כדי דאס שווערער צו מאכען. ממילא האט ער שוין געכאפט דעם רמז מיטן אחדות דא.

יאיר » מיטוואך יאנואר 16, 2013 4:57 am

· #80219
מח שליט, איך גלייב אז עט דיס פוינט קען איך זאגן אז אונזער בליק אויף דער נידון איז היבש אנדערש. איך זע אין די תורה סימפל געזעצן געשריבן אויף א שיינע שרייבערישע וועג וואס טיילמאל גרעניצט עס זיך מיט פאעזיע, בעת דו זעסט באהאלטענע רמזים און קאודס וואס מען דארף דעשיפרירן. איך זע נישט מיט וואס איננו שומע בקולנו איז צופיל אנדערש פון וישמע ה' את קולנו, בעת דו זעסט יא, צוליב די סיבות וואס דו האסט אויסגערעכנט. איך האלט אז אפילו אויב דא ליגט יא עפעס א רמז איז דער דרש וואס חז"ל גיבן אונז זייער א ווייטע זאך און נישט מסתבר, בעת דו האלטסט אנדערש.

איך גלייב נישט אז מען קען ברענגען ראיות חותכות צו קיין איין צד, ווייל עס איז א דבר התלוי בשיקול הדעת, ממילא היות איך קלער אז מיר האבן נישט א קאממאן גראונד אין דעם נושא, ווייס איך נישט אויב עס האט א פשט צו פירן דעם ויכוח ווייטער צווישן אונז צוויי. אפשר זענען דא אנדערע וועמען דו קענסט נעמען אלס שותף אין דיין עקספערימענט - און איך זאג דאס מיט'ן פולן ערנסטקייט. איך אנערקען אז עס איז זייער מעגליך אז מיין שכל פארפירט מיר, אבער לדאבוני איז דאס די איינציגע שכל וואס איך פארמאג. אפשר אז more people will chime in וועט מען זיך קענען בעסער אדורכקומען.

אזויפיל זע איך יא אז דו ברענגסט גאנץ א פיינע קעיס אז חז"ל האבן נישט סתם געשאסן דרשות נאר האבן עס געגעבן עפעס א שטיקל צורה, כאטש איך בין ביי דער מיינונג צוליב אנדערע סיבות וואס איך וועל ברענגען שפעטער אז חז"ל אין אלגעמיין האבן יא געזאגט רמזים אן קיין שום גרעניץ, ממילא זע איך נישט פארוואס מיר זאלן בכלל זוכן סיבות וואס האט זיי באוואויגן צו דרש'נען די דרשות.

לאמיר דיר נאר אזויפיל פרעגן, לדעתך, וואס איז דער גבול ביז וואו ווייט דרשות קענען גיין. אויב חז"ל וואלטן צוגעלייגט אז ביידע עלטערן מוזן האבן דעם זעלבן געבורטסטאג און ליב האבן דעם זעלבן קאליר מעבל אדער חלומ'ן די זעלבע חלומות, דאן וואלטסטו מודה געווען אז דאס איז שוין צו ווייט? אויב יא, ביטע זיי מיר מסביר פארוואס, און אויב נישט, ביטע זאג מיר וואס וואלט יא געווען דיין גדר.

די סיבה פארוואס איך פרעג דאס איז, לויט דיין שיטה קלער איך אז די תורה איז כחומה פרוצה, מען קען דערמיט טון וואס מען וויל. איך קען למשל זאגן אז עס איז נישט מסתבר אז גאט זאל באפעלן צו הרג'ענען אלע כנענים, אריינגערעכנט אומשולדיגע פיצלעך קינדער, עפעס וואס איז לדעתי הענייה פיל ערגער ווי פארשטיינערן א בן סורר ומורה, א זולל וסובא. לויט דעם קלער איך אז מען קען זאגן אז ווען די תורה דרוקט זיך אויס לא תחיה כל נשמה, נוצט די תורה דוקא דער זעלטענער לשון "נשמה" וואס ווייזט אויף א רוחניות'דיגע חלק פונ'ם מענטש, צו ווייזן אז נאר די כנענים וואס זענען זייער ספיריטועל, וואס ביי זיי מיינט עס זיין אדוק אין זייערע עבודה זרות, נאר אזעלכע כנענים דארף מען הרג'ענען. גאנץ א געשמאקע פשט, און אראפ אן עול פאר אלע ארטאדאקסישע אפאלאגעטיקס. וואס קלערסטו, איך קען אריינגיין אין די ביזנעס פון דעשיפרירן די תורה קאודס?(pun intended).

לעיקוואד » מיטוואך יאנואר 16, 2013 5:11 am

· #80220
איך וויל זיך באדאנקען פאר אלע משתתפים אין דער חשובער שמועס, הגם איך האב (דערווייל)זיך נישט באטייליגט, מחוסר הפנאי, האב איך שטארק הנאה געהאט ווי די אלע צדדים ברענגען אזוי שיין ארויס זייערע מהלכים.

שלא להשאיר הנייר חלק, וועל איך נאר פרעגן איין שאלה פאר מח שליט, וואס איז מייצג די שיטה אז דרשות חז"ל זענען באיזה אופן דער אריגענעלער כוונת הכתוב, אויב אזוי, קענסטו אפשר קלאר מגדיר זיין די הגדרה וואסארא דרשה שטימט אין כוונת הכתוב, און וואס איז סתם נארישקייטן. מיט יעדער פון די כללי הדרש וי"ג מדות, קען מען דאך באשאפן דרשות וואס וועלן ברענגען גאר אנדערע מסקנות, איז מיט וואס וויזטו אז דווקא די דרשות וואס חז"ל האבן געדרשנט זענען ריכטיג.
למשל, דא האט איר א רשימה פון כלומר'שטיגע דרשות, ע"ד רז"ל. לענ"ד זעה איך נישט קיין שום חילוק אויף לפחות א חלק פון זיי וואס זאל קענען מגדיר זיין די חילוק פון זיי ביז דרשות רז"ל.

כעת ראיתי שיאיר שאל עד"ז מעלי.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 16, 2013 11:45 am

· #80274
ר' יאיר, ר' לעיקוואד,
וואס וואלסטו גטוהן ווען איינער געט דיר א דאקומענט אין זאגט דיר קלאר אז עס זענען דא גאר אסאך רמזים אין איר? אין אנדערערע ווערטער, וואס טוסטו אז די לעבסט אין יענע צייטן אין דיין חבר א חכם שרייבט דיר אזא חכמהדיגע דאקומענט, א דאקומענט אנגעפילט מיט "riddles", כלשונו הקדוש פין הרב פיטער סטראק [מחבר ספר Birth Of The Symbol In Ancient Greece]? אדער וואס טוסטו אז די לעבסט היינט אבער די דארפסט דעשיפרירן אזא דאקומענט? נניח אז די ביסט קלאר אז די דאקומענט האט מען טאקע געשריבען געקינצעלטע רמזים. רמזים אויפען זעלבען אופן ווי איך האב נאכגעברענגט אויבען פין די פארטייטשערס אין האומער. [למשל אז אויב איז דא א ווארט וואס האט צוויי באזונדערע טייטשען, חאטשיק ס'איז זיכער אז די מכווין מצד די פשוטע פשט מיינט מען איין געוויסע טייטש, וועט מען דאך זיכען וואס די אנדער טייטש איז מרמז. עי' לעיל אז אזוי פלעגט מען שרייבען אין אפלרערנען זאכען צירקע 350 לפני הספירה.]
וואס וואלט געווען דיינע הגדרות דערויף? כ'פארשטיי אז עטץ האט א פראבלעם מיט דעם אז עס איז open-ended אין עס לאזט זיך זאגען וואס מען וויל. נו, וואס וואלט געווען דיין עצה ווען די דארפסט דעשיפרירן אט אזא דאקומענט?
נאך א שאלה, פארוואס איז דיר אזא דבר רחוק צי זאגען אז די תורה איז טאקע אט אזא דאקומענט? אויב מיר ווייסען אז דאס איז געווען די מהלך הכתיבה של חכמים אין יענע צייטן. אדער עכ"פ מיר ווייסען אז געוויסע חכמים האבען אזוי געשריבען. איז דאך זייער מעגליך אז זיי האבען געהאט אזא טראדיציע, אז די תורה איז געשריבען אזוי.
איך דארף נאך ענטפערען אויף די אנדער נקודות פין יאיר, ועוד חזון.

לעיקוואד » מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:04 pm

· #80281
נו וואס טוט מען?

איך בין קנאפע משוכנע אז אין דער צייט וואס מהאט געשריבען די תורה איז געווען אנגענומען צו שרייבען ספרים אויף אזא אופן. (דער ספר וואס איר זענט מציין צייגט דאס אויף? ביטע גיב מער פרטים, עס איז גאר וויכטיג).

וואס איך וייס יא, איז אז אין די צייטען פון די חכמים איז געווען דער שטייגער מפרש צו זיין (געוויסע- קאנינישע, און רעליגיעזע) ספרים אויף אזא נוסח. דאס מיינט נאכנישט אז דאס האט מיט דער כוונת המחבר עפעס צוטוהן.

וואס ואלט איך געטוהן ווען מרעדט יא פון אזא ספר? איז אזוי, איין זאך וואלט מיר געווען זיכער, אז וויבאלד עס איז נישטא קיין זיכערע מעטאד מפרש צו זיין כוונת ספר כזה, איז אויב דער מחבר האט געזריבען אזוי, איז בהכרח קען ער באשטיין אז יעדער זאל עס מפרש זיין ווי ער וויל, אדער לפחות אז ער פרובירט ארויסגעבן טיפע מופשטדיגע רעיונות וואס איז שווער אויפכאפען אין ווערטער, און די עיר מכוון פון זיי איז עפעס א מאראל, וואס איז ממילא תלוי אין ווי יעדער וועט עס מפרש זיין. א דוגמא פון אזא ספר אין תנ"ך איז אפשר ספר משלי. און אין אלגעמיין נעם למשל די ספרים פון ניטשה, חלקם וואס ער האט געשריבען אויף אזא דרך פון משל ומליצה און מדינגט זיך עד היום פונקטליך וואס ער מיינט.

דאס וואלט מיר געווען זיכער אז דער מחבר האט נישט געמיינט אז מזאל קענען ארויסדרונגען פון דער ספר הלכות ביז פרטי פרטים וואס זאל אלץ זיין מחייב. הלכות און משפטים שרייבט קיינער נישט אויף אזא אופן , אויב וויל איינער שרייבען משפטים שרייבט ער אלעמאל אזא טרוקענער משפטדיגער לשון מיט מיליאן פרטים, טאקע וויל אנדערש איז נישט מעגליך מחייב זיין גארנישט, און אפילו אזוי מאכט זיך אפט שוועריקייטן.

איצט אויב פארשטייסטו אזוי דער חומש, און דו ווילסט פארשטיין אז אזוי האבען די חכמים פארשטאנען, וועסטו בהכרח אנקומען צו א סתירה, מצד אחד זעהט טאקע אויס אז די חכמים נעמען שטארקע ליבערטיס מיט די טעקסט, אבער מצד שני זענען זיי מחשיב יעדער פרט אלץ מחייב ביזן סוף. דאס איז א סתירה מיניה וביה. די איינציגסטע וועג ארויס לפי מהלך הזה איז זאגען אז אין הכי נמי, און די כוונת התורה איז טאקע געווען אז די חכמים ומפרשים זאלן האבען א פרייער האנט און מפרש זיין די תורה וויאזוי זיי ווילען, א שטייגער פון מסרו הכתוב לחכמים, און דאס וואס איז מחייב איז טאקע נאר מבחינת כל אשר יורוך, ובזמן הזה אלץ חתימת התלמוד, בכלל נישט ווייל זיי האבען צוגעטראפען צו כוונת הכתוב.

דאכצימיר אבער דאס איז נישט דיין מהלך. אפשר יא?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10