☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » געמישטע שווימען פאר א פרוי

געמישטע שווימען פאר א פרוי

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14301

טייערע ברודער » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 7:01 am

· #461528
געמישטע שווימען פאר א פרוי
איך ווייס נישט צו ס'איז שוין דא אן אשכול אויף דעם.

אונז מענער ווייסען אז שווימען מיט פרויען איז א הארבער איסור פון פריצות און הסתכלות אסורות.
וואס איז דער הלכה וועגן א פרוי שווימען מיט מענער. אויב ס'איז אידען איז זי מכשיל זיי מיט זעהן וואס זיי טאר'ן נישט, אבער ס'איז בלויז גוים וגויות וואס וואלט געדארפט צו זיין דעם איסור?

ישעיה » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 12:46 pm

· #461552
ס'נישט אידיש.
און אויך, גענוג גויים וועלן קענען באשטיין צו ארויסגיין מיט א אידענע, דאכצעך.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 1:47 pm

· #461555
ווען מ'פרעגט אזא שאלה דארף מען קלאר מאכן וואס מ'וויל, צו דו ביזט א פרוי וואס וויל זיך ענדשויען אביסל און זוכט א היתר, צו דו ביזט איר מאן אדער טאטע וואס פארגינט איר נישט אז זי קען יא גיין און ער נישט און זוכט אן איסור.

אויב דו זוכטס א היתר איז די תשובה אז מ'מעג, וועגן אפאר טעמים. 1) גוים זענען נישט מצווה אויף ולא תתורו אחרי עיניכם. 2) זי ווערט בטל בששים און מ'דארף נישט חושש זיין אז פון אלע מאדעלן וואס דרייען זיך ביים ים וועט איינעם אנכאפן צו פאנטאזירן פונקט אויף איר, סיידן אז זי איז עפעס אויסטערליש שיין. 3) די איסור פון ולא תתורו איז נאר ווען מ'פאנטאזירט ממש און ס'איז זייער נישט שכיח אז א מאן זאל פאנטאזירן אויף סתם א פרוי אויפ'ן גאס, העכסטנס איז ער עובר אויף המסתכל אפילו באצבע קטנה של אישה כדי ליהנות בה וואס דאס איז נאר א דרבנן, און ביי דרבנן'ס איז נישט קלאר צו סדא די איסור פון ולפני עוור לא תתן מכשול, וספק דרבנן להקל. 4) אפילו אויב א גוי וועט וועלן שלאפן מיט איר קען זי אלץ זאגן ניין. 5) אפילו אויב זי וועט נישט קענען זאגן ניין איז עס נאר אסור דרך חתנות. 6) אפילו אויב זי וועט זיין געצווינגען צו חתונה האבן מיט איהם איז עס מותר ווייל זי איז קרקע עולם (אזויווי אסתר און אחשורוש).

ווידער אויב זוכסט אן איסור איז די תשובה אז ס'איז אסור, וועגן אפאר טעמים. 1) ס'נישט אידיש. 2) פאר הונדערט יאר צוריק פלעגן אפילו די גויים נישט טוהן אזעלכע זאכן. 3) אפשר איז דא צווישן די גוים ביים ים א איד און מ'איז איהם מכשיל מיט ולא תתורו אחרי עיניכם. 4) זי ווערט נישט בטל בששים ווייל א בריה ווערט נישט בטל. 5) אפשר איז דא צווישן די גויים דארט א איד א תלמיד חכם צו סתם אזוי א דערהויבענע גוי וואס ס'האט איהם אנגעכאפט א שוואכע מינוט און ער וועט זיכער פאנטאזירן אויף איר ווייל כל הגדול מחברו יצרו גדול הימנו. 6) מ'דארף חושש זיין אז פון אלע פרויען ביים ים וועט א גוי וועלן שלאפן פונקט מיט איר און זיי וועט איהם נישט קענען אפזאגן ווייל ער וועט זיין א מאפיאנער מיט א רעוואלווער.

ס'דא נאך אסאאאאך צדדים לאיסור ולהיתר, כ'האב עס נאר אנגערירט אויפ'ן שפיץ גאפל.

למעשה גערעדט דארף מען געדענקען אז ברעכן די יצר הרע פון אומפארגינערשאפט איז דוחה אפילו א דאורייתא. (בבא מציעא לב:)

לך לך » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 1:56 pm

· #461556
כוואלט געזאגט, גיי אריין צו סאַכדעס פרעג זיי אן כדת מה לעשות...
לאז אונז וויסן

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 3:23 pm

· #461564
אבער דער גאלאנטער איז שוין נישט דארט, די שאלע איז אויב איצא קען אליינס פסקנן אזא שווערע ספק.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 4:11 pm

· #461578
לך לך
כוואלט געזאגט, גיי אריין צו סאַכדעס פרעג זיי אן כדת מה לעשות...
לאז אונז וויסן

זיי וועלן מסתמא מחלק זיין אויב זי טראגט דעם פריצות'דיגן בעידינג סוט וואס רביה"ק האט גע'אסר'ט אפילו אין די קאנטרי וואו מען קען נישט אנטלויפן פון השי"ת...

נומער5 » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 5:24 pm

· #461583
איך וואלט געזאגט רביה"ק זאל ווערן א מו"ץ אין סאכדעס ער גיט מיר כאטשיק א טשויס

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 5:35 pm

· #461585
שמעקעדיג
זיי וועלן מסתמא מחלק זיין אויב זי טראגט דעם פריצות'דיגן בעידינג סוט וואס רביה"ק האט גע'אסר'ט אפילו אין די קאנטרי וואו מען קען נישט אנטלויפן פון השי"ת...

ווי זאגן מיר אלץ, פון די רבנים קען מען אנטלויפן, פון השי"ת פעלט נישט אויס צו אנטלויפן..

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:58 pm

· #461606
טייערע ברודער
איך ווייס נישט צו ס'איז שוין דא אן אשכול אויף דעם.

אונז מענער ווייסען אז שווימען מיט פרויען איז א הארבער איסור פון פריצות און הסתכלות אסורות.
וואס איז דער הלכה וועגן א פרוי שווימען מיט מענער. אויב ס'איז אידען איז זי מכשיל זיי מיט זעהן וואס זיי טאר'ן נישט, אבער ס'איז בלויז גוים וגויות וואס וואלט געדארפט צו זיין דעם איסור?

טייערע ברודער: עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ס'דא א גמ' אין מס' כתובות..."רוחצת עם האנשים תצא בלא כתובה"...!

נאכדעם איז דא נאך א פשט... "דו מיינסט אז ---'-, --- ------ --- ----...! לאל...!

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 10:11 pm

· #461607
Re: געמישטע שווימען פאר א פרוי
נומער5
איך וואלט געזאגט רביה"ק זאל ווערן א מו"ץ אין סאכדעס ער גיט מיר כאטשיק א טשויס
@רביה"ק האט דאך געגרינדעט התאחדות!

הרב שיף » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 1:22 pm

· #461626
דער גאלדענער אדלער
נומער5
איך וואלט געזאגט רביה"ק זאל ווערן א מו"ץ אין סאכדעס ער גיט מיר כאטשיק א טשויס
@רביה"ק האט דאך געגרינדעט התאחדות!

התאחדות הרבנים לחוד, וסאכדעס לחוד.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 9:14 pm

· #461646
איך אויך
אבער דער גאלאנטער איז שוין נישט דארט, די שאלע איז אויב איצא קען אליינס פסקנן אזא שווערע ספק.

איך אויך: ביי איצא שייגעץ ווענדט זיך עס ווער ס'געט מער שוחט געלט...לאל...!

אספקלריה » מוצ"ש אקטאבער 31, 2020 8:29 pm

· #461771
אויב געדענק איך גוט איז דא א תשובה פון ר׳ משה לאיסור

מה בכך » זונטאג נאוועמבער 1, 2020 1:23 am

· #461787
הרב שיף
דער גאלדענער אדלער
נומער5
איך וואלט געזאגט רביה"ק זאל ווערן א מו"ץ אין סאכדעס ער גיט מיר כאטשיק א טשויס
@רביה"ק האט דאך געגרינדעט התאחדות!

התאחדות הרבנים לחוד, וסאכדעס לחוד.

וכוחא דהיתרא עדיף ..

קהל'ס נער » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 10:18 pm

· #482130
ישעיה
ס'נישט אידיש.

אזוי ווי עס שטייט אין פסוק. השמר לך פן תעשה דבר אשר לא אידיש הוא:
ערנסט גערעדט, וועלכע מין איסור איז דאס "ס'איז נישט אידיש"

רביה''ק זי''ע » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 10:51 pm

· #482131
און ביז דארט פארשטייסטו יא, ס׳האט איהם אנגעפאקט צו זאגן אזוי און דאס איז עס.

דערהויבענע איד » זונטאג אקטאבער 3, 2021 11:09 am

· #482381
אספקלריה
אויב געדענק איך גוט איז דא א תשובה פון ר׳ משה לאיסור

און אויב איך געדענק גוט, זאגט ער א תשובה פאר א מאן וואס דארף עס פאר זיין געזונט להיתר.

מי אני » זונטאג אקטאבער 3, 2021 12:46 pm

· #482396
אין אבה״ע ח״א סימן נו אסר׳ט ער נאר ער זאגט אז דאס איז נישט בגדר ״יהרג ואל יעבור״ ונדחה מפני צורך (רפואה, פרנסה וכדומה). אבער אויב איז ער נישט בטוח שלא יבוא לידי הירהור דאן ״צ״ע לדינא״ (לגבי מיין תשובה על עניני הסתכלות בוועקער 15 רעדט ער אויך דארט ארום אז הסתכלות במקומות שדרכן להיות גלויים איז נאר דא ווען ס׳איז כוונתו ליהנות) ע״ש. און אין ח״ד סימן סב איז ער נאר מתיר פאר פרויען צו גיין שווימען וואו ס׳דא א מאן לייפגאַרד. זיין היתר איז געבויט אויף דעם אז ס׳איז א מקום קבוע לרחיצת נשים (וכן משמע בריש סימן הקודם) ע״ש.

הקטן » זונטאג אקטאבער 3, 2021 12:57 pm

· #482397
כוונתו ליהנות
די מישג פין כוונתו ליהנות ווערט דערמאנט אסך מאל
איז דא ערגעץ אין די מקורות א קלארע דעפענישען?


איז א יעדער הנאה פין שיינקייט בשרשו סעקסשעל? אפשר לויט פרויד יא
אויב איז דאס יא בשרשו סעקסשעל אבער האט נישט קיין שייכת מיט קיין עבירה ?

מי אני » זונטאג אקטאבער 3, 2021 1:15 pm

· #482399
אולי גייט דאס אויך אריין אין דעם באקאנטן כלל לגבי אַבּסעניטי (תרתי משמע?…). טאקע נישט פון די ״מקורות״.

הקטן » זונטאג אקטאבער 3, 2021 1:35 pm

· #482401
דאס איז די עפידעמי פין סאבדשעקטיוועטי
איך זיך דייקא פין די מקורת

רביה''ק זי''ע » זונטאג אקטאבער 3, 2021 6:51 pm

· #482429
שטייט ערגעץ אין די מקורות אז סובדשעקטיוויטי מקורות איז נישט קיין גוטע מקור?

הקטן » זונטאג אקטאבער 3, 2021 7:08 pm

· #482430
רביה''ק זי''ע
שטייט ערגעץ אין די מקורות אז סובדשעקטיוויטי מקורות איז נישט קיין גוטע מקור?

איך ווייס נישט אפשר איז דאס יא גוט אבער נישט דאס זוך איך

רביה''ק זי''ע » זונטאג אקטאבער 3, 2021 7:12 pm

· #482431
שטייט אין די מקורות אז מ׳זאל עס נישט זוכן אדער ס׳איז דיין אייגענע סובדשעקטיוויטי?

הקטן » זונטאג אקטאבער 3, 2021 7:37 pm

· #482433
ריין אייגענע סובדשעקטיוויטי
אויב דו ווייסט נישט פין קיין מקור איז אויך גוט, איך האב נישט קיין טענות - בליימער גיטע פרענדס

רביה''ק זי''ע » זונטאג אקטאבער 3, 2021 7:42 pm

· #482435
סובדשעקטיוו פרענדס אדער אבדשעקטיוו?

מי אני » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 10:07 am

· #482592
הקטן
די מישג פין כוונתו ליהנות ווערט דערמאנט אסך מאל
איז דא ערגעץ אין די מקורות א קלארע דעפענישען?

אונז טרעפן מיר ביי תפילה אז דער רמב״ם איז יא (עטוואס) מער מגדיר ״כוונה״. ער שרייבט דארט (הל׳ תפילה פ״ד הט״ז) וז״ל (קדשו…) ״כיצד היא הכוונה [בתפילה] שיפנה את לבו מכל המחשבות ויראה עצמו כאילו הוא עומד לפני השכינה״ עכ״ל. קען מען דאס אפשר אפלערנען צוויי וועגן:

1). פשוט אז דא איז ער מגדיר גדר ״כוונה״. און ביי ״כוונה ליהנות״ וועט עס אויך באדייטן אז מחשבתו איז פנוי פון עני אנדערע מחשבה און אט דאס וויל ער: אך ורק ליהנות.

2). אז אין אלגעמיין מיינט ״כוונה״ ממש מובן הפשוט. למשל ביי ״כוונה ליהנות״ = מ׳האט אינזין און מ׳וויל הנאה האבן דורכ׳ן אקט וואס מען טוהט. דאס אלעס. דא ביי תפילה האט עס דער רמב״ם מער געוואלט פאָרמעלי מגדיר זיין אז ס׳איז נישט גענוג סתם דאס אינזין האבן די אקט וואס מען טוהט אז ״מען רעדט צו ג-ט״, נאר ס׳דארף אויך זיין א ״שב ואל תעשה״ פון ״פניית לבו מכל המחשבות״ און זיך ממש זעהן ״כאילו עומד לפני השכינה״. (דאס קען אפשר גיין אין איינקלאנג מיט זיין פילאזאפישע מהלך אז דאס איז אלס לקנות ולדבק עצמו בהמושכלות וכו׳.)

הקטן » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 7:10 am

· #487015
ביי תפילה פעלט אויס שלימות הכונה וואס דאס איז נאר דערנאך וואס סדא "פניית לבו מכל המחשבות"