☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » נעשה NICE לשושנים...

נעשה NICE לשושנים...

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8011

יין שרף » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:21 pm

· #243474
נעשה NICE לשושנים...
וואס פאסירט?
איך האב דערשפירט
כ'בין אינפארמירט
איינער דיקטירט
כ'בין שאקירט
אידענטיפירצירט
מען ראוואלטירט
דעמאנסטרירט
אונז היפנטאזירט
האט פרובירט
און דורכגעפירט
אונז אלע גערירט
ביים נאז געפירט

אשכולות באמבאדירט
א פארום פאברעצירט
פאזיע פארמירט
אויבן אן פוגורירט
אויף אלעס באזירט
קיינעם בלאקירט
יעדעם טאלערירט
איינער דעבאטירט
צווייטער פאליטיזירט
יעדער רעאגירט
פיין צושמירט
אלעס סארטירט

פאראויס מארשירט
די שטיבל רענאווירט
און באצירט
שיין קאלירט
"קאווע שטיבל" שטאלצירט

מיין קנעפל געדריקט
א דאנק געשיקט
זיך אויסגעדריקט
אזוי אנציקט
אונז באגליקט
וויפל אריינגעריקט
פריקן צוריקט
אונז דערקוויקט
ווי מען האט געבליקט
זיך איינגעקוקט
נא נא ער ווינקט
א לייז זינגט
געפילן אים פארצוקט
די שנור אנגעפליקט
די זייגער זיך רוקט
צום בעט זיך געביקט

איינער וויינט
א בריוול געליינט
הייליג ער מיינט
אוי! חנוכה איז היינט
"למעשה" ערשיינט
פארברענען זיינע פיינט
ליבט זיין פריינט

בחורים מיט טאטעס
פילן ווי שמאטעס
א תירוץ אויף אלעס
אליין פארשטיי עס
זיין לעבן צומישט איז
פון יוונים רעבעס
א מוסד פארגעס
גאר א CPR פראצעס
ביים געבן א פרעס

צווישן מיר און דיר
געדאנקן אויף א פאפיר
אויפן גאס א שפאציר
א טרינק רואיג פרוביר
שווארצע צו דאס אידל? שפעקוליר
זיך נעמען דאס לעבן פרוביר

ג-ט קריצט ער
א גוט ווארט נוצט ער
אוי! באשעפער זיי א מוסטער
לייז אונז אויס אן אומזיסטער


אויפן טרעין ער גייט
אלעס ביי אים צו'דריי'ט!
מיינט גאר אידישקייט?
רעבעלעך ער פארשרייט
די פינגער ער דרייט
קוגעל ער קייט
אויפגעשטאנען אויפן לינקע זייט
ווי משוגע ער שרייט
ער גייט @כוכב ער גייט!!!

גוט שבת...

The one we all LOVE
יישר כח @כוכב

כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:28 pm

· #243476
😂
אנגעהויבן פונעם נייס קעפל ביזן לעצטן ווארט פuר גאונות.

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:45 pm

· #243481
גיימיר שוין נעמען א גלעזעל יין שרף לחיים לחיים
WOW unbelievable אזוינע כשרונות
אין מילים בפי, להודות ולשיר.

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:40 am

· #243508
אויסטערליש!
דאס זאל זיין דער קריעם אויף די שושנים קעיק!

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:45 am

· #244009
@יין שרף, יעדע ליין איז גאונות, טאלאנט, הומאר און קלוג. די טייטל איז גאלד.

לית דין בר נש » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 3:31 pm

· #244098
איך האלט אז דאס זאל אריין גיין אין די וואלן as well איך געב עס אסאך פאטענשיל צו זיין פון די פיר הויפט געווינערס