☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שושנים #2: נהי בכי תמרורים, נהי

שושנים #2: נהי בכי תמרורים, נהי

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7766

אפטעמיסט » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:11 am

· #241377
שושנים #2: נהי בכי תמרורים, נהי
פארמאטערט
מ'קען נישט אניאגן,
לעבן איר זייגט,
אנטשולדיגט פאר'ן זאגן.

איין טאג און נאך איינס
אולי היינט,
פון שפאלט איך קוק
צי די זון היינט שיינט.

ניין מיין קינד
א קול שרייט ניין,
א יונג בלומעלע —
אוועק וועט גיין.

זאג וועלט,
יקום.
הערסטו נישט דאס געוויין
און די קולות וברקים?

געצווינגען אהער
מסודר.
אבער יעדן טאג,
ווידער?

וואס וואלט געווען
רעה,
ווען אומשולדיגע מענטשן
האבן הנאה?

וועלט, וועלט
עפן די טויערן,
ביסטו בלינד
מיט פארשטאפטע אויערן?

איך וויין, איך כליפע
אויף די רך בשנים,
צמרמורת,
אוי, אם על הבנים.

אז דו ווילסט דווקא
נו, גוט
אבער, ביטע, לאז ארויס
מיר פון די שמיט.


(געשריבן אין ליכט פון דער ביטערער טראגעדיע מיט דעם אומקום פון א קליין ניין יעריג מיידעלע אין בארא פארק.)

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:17 am

· #241379
[פון 1 (די ווייניגסטע) ביז 5 (די מערסטע) כוכבים]

א) געדאנק: 5 כוכבים

ב) אויסשטעל: 5 כוכבים

ג) אויסדרוק: 4 כוכבים

ד) חידושים: 2.5 כוכבים

ה) טיפקייט: 1 כוכב

אוועראלל - הערליך שיין, מ'זאל עס שוין מער נישט ברויכן.

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 7:04 pm

· #241580
דעם אמת געשמיסן אין פרצוף.
א פרעכטיגע קלאג ליד וואס מוטשעט אונז אלע פון מאל צומאל הערליך ארויסגעברענגט אין קונסט ווערטער.

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:10 am

· #241655
דער שיר איז טיף, אריגינעל און פאעטיש. גאר שיין. אן עכטע שטיקל פאעזיע.
פישל'ע העררינג
א) געדאנק: 5 כוכבים

ב) אויסשטעל: 5 כוכבים

ג) אויסדרוק: 4 כוכבים

ד) חידושים: 2.5 כוכבים

ה) טיפקייט: 1 כוכב

אוועראלל - הערליך שיין, מ'זאל עס שוין מער נישט ברויכן.

מיט'ן גרעסטן כבוד צום עדיטאר אין טשיף, פובליצירער, און גראפיקער פון דעם בארימטן קאווע בלעטער אויסגאבע, פארמאגסטו העכסט מאדנע פאעזיע סטאנדארטן. בכל אופן זע איך נישט וואס אזא שטומער ראטע פעלט אויס פאר יעדן פאעם.

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 8:18 am

· #241668
יאיר
מיט'ן גרעסטן כבוד צום עדיטאר אין טשיף, פובליצירער, און גראפיקער פון דעם בארימטן קאווע בלעטער אויסגאבע, פארמאגסטו העכסט מאדנע פאעזיע סטאנדארטן. בכל אופן זע איך נישט וואס אזא שטומער ראטע פעלט אויס פאר יעדן פאעם.

לאמיר זיך האלטן צו קריטיקירען די פאעזיעס זעלבסט, נישט די אנדערע מגיבים. עס איז א פארמעסט, און יעדער מעסט לויט ווי ער מעסט...

ברסלבער » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:08 am

· #241690
זייער שיין און הארציג. זאל דער רבש"ע שוין רחמנות האבן.

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:53 pm

· #244887
מחבר טייערע אונז ווארטן איר זאלט זיך מגלה זיין

אפטעמיסט » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:48 pm

· #244901
מיין ווייב'ס פאעמע.

א באנדע טיפושים. געהאט א געלעגענהייט זיך צו חנפ'ענען צו זי, און גארנישט; נאר 16 חברה האבן געהאט שכל.

אפטעמיסט » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 12:12 am

· #244906
דעפרעסט אביסל. ביטע נישט שיקן דאס בילד ווייטער משום גילוי
eGY2Y2IwMTI=_o_funny-man-singing-bamboleo.jpg

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 12:55 am

· #244918
אזוי קוקט אויס דיין ווייב?

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 2:18 am

· #244925
א הארץ רירנדער פאעמע, באשיידנ׳טערהייט אפגעמאלן דאס עקזיסטענץ אונטער׳ן איינדרוק פון טרויער.

@אפטעמיסט, ס׳שיינט אפשר ווי א סתירה צו דיין נאמען, אבער דאס איז דאך דער אפטעמיסט׳ס תפקיד, צו פארטרייבן די ווינטן פון צער, די כוחות פון לייד.

ייש״כ פאר׳ן בארירן מיין געפיל.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 2:21 am

· #244926
אויך איינע פון מיינע דריי אויסוואהלן