☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שושנים #16: ראדני

שושנים #16: ראדני

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7959

מאראנצןזאפט » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 2:27 pm

· #242181
שושנים #16: ראדני

טייערער ברודער
קומט מיט מיר ליבער
כאפט אן מיין האנט געגאנגען
אויף א שפאציר א לאנגען

באטראכטן מיט נייגער
מיין רוטין מיין שטייגער
אויב קיין פאראיבל
א בליק טון אין שפיגל

ווייזן שטארק כ'וויל עס
מיין יקום מיין מציאות
צייגן דא כ'וועל אייך
מיין רימע מיין קעניגרייך

*

הייזער און טעראסן
שפאצירער מאסן
געשעפטן פון די זייטן
געביידעס און קלייטן

שמייכלען אינאיינעם
אזעלכע פיינע שכנים
צעהלים און כונת הלב
באנדא'ס און וויי-עף

ביים ווינקל דער בוטשער
די שטריימל סענטער
חרדים און חבורה
צוועלף שולן אין א שורה

*

קיין שטאלצער קיין שטייפער
ואנוכי עפר ואפר
כ'טרייב נישט קיין שפאס
איך בין בלויז א גאס

אויף מיר מעג יעדער טרעטן
רשות מ'דארף נישט בעטן
עס איז וואר
איך בין בלויז טראטואר

אויף טאוולען דערקענט מען
"ראדני" איז מיין נאמען
קיין סוד ווער איך בין
א גאס אין ברוקלין

*

מיין ביכל א גלעטל
א מיש דעם בלעטל
הער'זשע ליבער
די געשיכטע ווייט פון פאריבער

טוב שם משמן
ס'טראגט ווייט גוטע נעמען
דער גרויסער שול
מיין אידענטיטעט ער וויל

גרינג פארדייען
קיין צרות עין
הארצן גערן
שותפים ווערן

*

קיין ליגן
א שותף געקריגן
ברוינפן און לקח
געשלאסן מקח

אין 'ראדני' א מנחה
גארגלען ממקומך
אין 'ראדני' א שנאר
קאלטע און הייסע בור

ברכו און קדושה
תיקון פרישע
א שמועס א טבילה
יארצייט און שלישי למילה

*

אין מיין קאנטע כ'וויל עס
די גאלדענע פעולות
וועמען ארט דעם שפיל
נישטא קיין השגת גבול

אין מיין לוין
צו טיילן מיין קרוין
דאס הארץ קוועלט
גוט דערוועלט

א מחי' קלאפט עס
ווייל בזכר זאת
אויף מיר רייטן
די פרעכטיגע טאטן

*
ביז יענעם אינדערפרי דעם ביטערן
אוי הענט און פוס ציטערן
א רעש א טומל
ס'איז ערד און הימל

אנשטאט מיט די תורה זיך פרייען
אזעלכע ווייען
אויף מיין נאמען ס'פאררופט זיך
ווען באו גוים נחלתך

אין 'ראדני' גייט מכות
ווער גלייבן קען עס
ערגער פון מינוט צו מינוט ס'ווערט
אין 'ראדני' שלעפט מען בערד

*

ס'פאלט פון מיר שטיקער
א סוף אזוי ביטער
עק וועלט ס'איז דאך
לאבל מחולינו נהפך

וויי ס'שטעכט
א מקום קדוש פארשוועכט
ס'איז א ביטער עסק זעסט דאך
לא מעוקצך ולא מדבשך

מיין זעל קאכט און זידט
קלאג איז מיין ליד
אויב שלאגן א צווייטן איד
דאן פונעם שפיל איך בין מיד

*

טובים האחד
בקהלם אל תחד
בעסער שווארצע פעך
ווי פאליטיק, פעך

ליבערשט בלייבן טראטואר
ווי פארטרערטע מארמויער
כוויל בלייבן עפר ואפר
ווי וויי טון א צווייטער

וואס פעלט מיר אויס די כנופיא
טרעפט אייך א צווייטער אכסניא
אולי שוין געקומען צייטן
צו די ביעמס זיך בייטן!

טייערע געסט
מיין אדרעס פארגעסט
מחני נא כ'בעט אייך
לטב ולחיין גייט אייך!

פישלע העררינג » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 2:32 pm

· #242182
נורא נוראות!

א מומחה עצום אין ארויסברענגען א מחשבה'לע פון א שטיין.

אפטעמיסט » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 3:29 pm

· #242202
כ'בין מסכים מיט דיר
טייערע גאס,
גיי, אבער שנעל —
וואו די שווארצע פעפער וואקסט.

איך ברויך נישט דיין שול
אויך נישט דיין בשר,
גיי דיר קיין בלומינבערג
און דארט שריי'זשע אסור.

וויפיל צרות צרורות
וויפיל קישענעס נאסע,
יאג שוין פון שטח
דו בהמה גסה.

לית דין בר נש » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 3:42 pm

· #242205
אפטע Whats going on with you? דא שטייט א גאס און וויינט אז ער איז גיוועהן א שיינע איד איינער האט מיט אים געוואלט זיין א שותף און ער האט מסכים גיוועהן ליידער נאך אפאר יאר האט די שותפות אים גיברענגט בזיונות בעהט ער זיך שיין צום שותף לאז מיר אפ און גיי צו די בימ"ס קומסטו אהער און די שרייסט אים אהן בהמה גסה? גיי ווי די שווארצע פעפער וואקסט?
איך פארלאנג אן Apoligy דא ברבים!

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 3:52 pm

· #242208
אפטע איז כנראה מחולק מיטן גאס בעצם.
דער גאס קלאגט אז אלמלא די מחלוקת וואלט אלעס געווען פיין און וואויל; אפטע קריגט דערמיט, און זעהט אין דעם ראדני גאר אן אנדערן פראבלעם ווי וואס ער וויינט זיך אויס....

לעיקוואד » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 3:53 pm

· #242211
כ'האב נישט פארשטאנען קיין ווארט. ווער איז דאס דער ראדני און ווער פירט מיט עם פאליטיק און וואס קומט די תורה דא אריין אין בילד?

כוכב » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 5:59 pm

· #242236

ישמעאל הכהן » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:06 pm

· #242237
שמעקט פון זלמן זאפיר. נישט שלעכט גראדע, אריין אין צימעס.

ידען » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 12:46 am

· #242301
כוכב

he was sarcastic

פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:16 am

· #242304
דער פאעזיע איז שווער צו בא'כוכב'ען געהעריג. ביז דריי פערטל אריין איז עס פאזעטיוו, און עכט פאעטיש. א שטומע טראטואר מיט א מיינונג איבער זיך! צו וואס האט דער מחבר ממשיך געוועהן מיט דער נעגאטיווע אויספיר?

איך וועל זיך דערפאר מתעלם זיין פון דער סוף פאר א מינוט און נאר רעיטן די ערשטער חלק.

חידוש: 5 כוכבים

אויסשטעל: 5 כוכבים

ווערטער אויסוואל: 4 כוכבים

שיתוף הקורא בהמצב: 5 כוכבים

*
לגבי דער צווייטע חלק, איז אזוי.

צושטעל: 0 כוכבים

איינפאל: 3 כוכבים

מליצות: 4 כוכבים

*

אוועראלל: גאנץ א געשמאקע טשעינדזש אוועק פון די טיפיקעל הארץ סטרונעס בלא בלא בלא, אויף גאנץ א פאעטישע וועג.

כוכב » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:38 pm

· #244027
א מעסעזש פונעם פארפאסער:

די פאעזיע האט נישט געקריגן איר פארדינטע אנערקענונג און געוויס נישט לויט די כוחות עס איז אריינגעגאנגען אין איר. יעצט איידער די וואלן וויל איך אדוואקאטירן פאר איר.
מאנכע האבן עס אויסגעטייטשט כאילו עס האט א פאליטישע מאטיוואציע, וויל איך מוסר ומודעה זיין אז די כוונה פונעם מחבר איז געווען ריין ארט, אן קיין שום תערובות זר ופסולת, ארויסצוברענגען א מחשבה'לע פון אן אומעקזיסטירנדן דענקער, ווי אויך ליגט דערין אן אויטענטישע דעסקריפיציע פון דער פאקטישער ראדני גאס אין וויליאמסבורג, מיט אירע געשעפטן און בתי מדרשים. ליינט עס איבער און האט הנאה.
ודי בזה

בר דעת » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:44 pm

· #244028
באמת א וואונדער ווערק. עס האט זיך געשפירט ווי א פאעטישע טור ארום די הר הבית שבוויליאמסבורג, ראדני

יואב » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:50 pm

· #244031
זעענדיג די מסג פונעם מחבר האב איך דורכגעלייענט דעם שיר. ס'איז באמת טאקע אנדערש פון דעם ערשטן בליק וואס כ'האב געהאט, און כמובן האב איך געשאנקען זערא אויפמערקזאמקייט צו דער דאזיגער פאעמע מתחילה.

די באמערקונג פון אפטעמיסט איז נישט גערעכט און ממש נישט אין פלאץ, וכדברי לית דין בר נש.

דאס איז א שיין שטיקל.

ונבנתה העיר » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:55 pm

· #244033
באמת א שטארקע ארבעט, אבער, ווי כ'האב יענעם געשריבן ביי די נעכטיגע וואהלן, קודם גיב איך מיין שטימע פאר די וואס איך 'מוז'.

מן הסתם גיבט אויך צו די פאקט אז כ'בין נישט קיין היימישער אין יענע געגענט.

אפטעמיסט » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:57 pm

· #244035
איך ווער יעצט געוואויר אז מען קוקט אן מיין תגובה ווי א שטעך און אראפרייס ווען אין פאקט האב איך געענטפערט דעם מקונן הומאריסטיש אויפ'ן זעלבן סטיל ווי ער האט געשריבן זיין קינה.

די פאעמע איז הערליך שיין, זיס און זויער, און איז זאגאר געווען א פראנט ראנער מבחינתי צו שטימען פאר אים, מה לעשות אז די רבנים האבן גוזר געווען אז מ'קען נאר וועלן פאר דריי שטיק.

איך האלט אזוי שטארק פון מיין תגובה אז כ'האב געוואלט מעתיר זיין אז מ'זאל קענען וועלן פאר דעם אליין.

ישמעאל הכהן » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:59 pm

· #244038
ס'איז ארטפול און פאעזיש. איך וואלט עס קאנסידערט אויב ווייס איך קלאר אז ס'געשריבן געווארן דורך א סאטמאר'ן.

לעיקוואד » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 8:39 am

· #244210
כוכב
א מעסעזש פונעם פארפאסער:

די פאעזיע האט נישט געקריגן איר פארדינטע אנערקענונג און געוויס נישט לויט די כוחות עס איז אריינגעגאנגען אין איר. יעצט איידער די וואלן וויל איך אדוואקאטירן פאר איר.

בלי קשר, איז דאס כמעט א כלל ביי יעדער סארט יצירה. קיינמאל באקומט מען נישט אנערקעונג לויט די כוונה און לפי ערך הכוחות. און אלעמאל וועלן מענטשען אריינלערנען זייערע אייגענע פראבלעמען, בפרט ווען עס רעפערענסט פאליטישע נושאים. אויף דעם אליינס האט מען שוין געשריבען אסאך שירים..

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:18 am

· #245000
איך בין דער כותב פון ''ראדני''.
א ישר כוח פאר די אלע חברים וואס האבן געשטימט פאר מיין פאעזיע.

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:33 am

· #245011
מאראנצןזאפט? איך וואלט מיך געשוואוירען אז ס'איז אפטעמיסט. ראדני'ס ערשטע האלב איז ריין יום טוב ערליך. די וויליאמסבורגער שטיינער האבן "גערעדט".

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:49 am

· #245019
איך האב געשטימט פאר ראדני! ראדני איז ארטיסטיש געשריבען מיט אסאך פלעיוואר.

לית דין בר נש » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:50 am

· #245020
פישל'ע העררינג
איך האב געשטימט פאר ראדני! ראדני איז ארטיסטיש געשריבען מיט אסאך פלעיוואר.

גם אני

אפטעמיסט » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 12:59 pm

· #245028
פישל'ע העררינג
מאראנצןזאפט? איך וואלט מיך געשוואוירען אז ס'איז אפטעמיסט. ראדני'ס ערשטע האלב איז ריין יום טוב ערליך. די וויליאמסבורגער שטיינער האבן "גערעדט".

א שקרן איינער.

פישל'ע, האסט גוט צו געטראפן. ס'איז מיינס.

אפטעמיסט » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 1:01 pm

· #245030
ס'איז געשריבן אויף די זעלבע סטיל ווי "דער סבלן". מאכט סענס אז ס'איז מאראנצןזאפט'ס.

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 3:28 pm

· #245077
מאראנצן... ס'איז מיר א כבוד אז כ'האב צוגעטראפן צו דיין פאעם. כ'האב אין אמת'ן געוואלט שטימען פאר נהורא'ס "העלע געדאנקן" אבער ווי אנדערע האבן שוין געזאגט, נאך א ניכטערן בליק האט ראדני איבערגעוואויגן.

לית דין בר נש » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 3:35 pm

· #245079
מאטי וואס איז די סתירה? איך האב גיוועלט פאר ביידא ראדני און העלע געדאנקען.

כוכב » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 3:36 pm

· #245080
פאר דעם אליין האט דער פארמעסט געדארפט זיין אנאנים ווייל איינמאל מ'ווייסט ווער ס'איז דער מחבר טוישט מען מיינונגען וגדול כח הבייעס...

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 9:26 pm

· #245199
דערפאר האב איך געשריבן ''איך וועל אייך נישט דרייען די בייען''.