☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שושנים #23: והמבין יבין...

שושנים #23: והמבין יבין...

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7975

מוזיקאנט » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:06 pm

· #242700
שושנים #23: והמבין יבין...
מען רעדט צו דער טאכטער און מ'מיינט די שנור,
אריינגעפליקט כמו שצריך כאילו מ'מיינט נישט איר,
מ'שמייכלט זיך זיס ואין היא והיא יכולין לדור,
והמבין יבין...

פון די פראטעסט בימה אויפ'ן שטאק,
שרייט ער מיט אן איינגעהאלטענעם בת שחוק,
נישט ווארפן די אייער פון יענע געלע טראק,
והמבין יבין...

מוזט נישט באמת מקיים זיין וברכתיך בכל אשר תעשה,
לעב אויף פעטער סעם'ס פעטע קאסע,
אדווערטייז נאר להלכה ולא למעשה,
והמבין יבין...

האלט א לאנגע דרשה,
ואני שלום, דער אנדערער גאר איז דער רשע,
אז מ'עט פאלגן נאר למראית העין איז אויך ניש'קשה,
והמבין יבין...

שלא בפניו אין חבין,
אבער נעם אן פאר תקלין טבין,
אז קיינער איז נישט קיין טערק אדער יוון,
און זיי זיכער אז המבין יבין!

אפטעמיסט » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:12 pm

· #242701
שיין, שיין! זייער שיין!

רב"צ האט א ניק דא?!

פישלע העררינג » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:27 pm

· #242703
אריינשיקן גאנץ "פאעזיא" פארום אין צימעס אריין?...

דער נעמט זיך צו זיין שוויגער, סאטמאר, באבוב, און אנקל סעם אין איין אטעם! 😂

גאטס: 5+ כוכבים

חידוש: 5 כוכבים

מ'ווייסט נישט וועלכעס איז דער משל און וועלכעס איז דער נמשל: 5 כוכבים

גראם אויסשטעל: 4 כוכבים

עמקות: 1 כוכב

אוועראלל: נעם דיך אויף די ביכער 5 כוכבים, עסט מיך צוריקגעבן אונטער'ן טיש... והמבין יבין!

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:35 pm

· #242707
פישל'ע העררינג

אוועראלל: נעם דיך אויף די ביכער 5 כוכבים, עסט מיך צוריקגעבן אונטער'ן טיש... והמבין יבין!


😂

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 6:01 pm

· #242767
איך גלייך עס אויך אבער איך קען נישט לייקן איינער וואס פארצימעסט דעם פארמעסט.

לעיקוואד » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:03 am

· #244233
כשרון און צאמשטעל, a+. זייער באטעמ'ט אויסגעשטעלט די שורות ממיט'ן פזמון.פאר די דוגמאות גיי איך נישט דווקא.

פישלע העררינג » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:11 am

· #246216
המבין יבין,
האסט'עך געטוהן prove'ען,
שוויגער, באבוב, סאטמאר interwoven,
איך זאג פאר you win!

מוזיקאנט » דינסטאג יאנואר 6, 2015 2:50 pm

· #246322
מיט א טיפע געפיהל פון איבערבעטן צו מיין שוויגער, יא, איך בין זעך מודה. והמבין יבין!