☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שושנים #36: וכל ישראל מראין באצבע!

שושנים #36: וכל ישראל מראין באצבע!

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8004

שפתים ישק » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:45 pm

· #243247
שושנים #36: וכל ישראל מראין באצבע!

דער פינגער / ווי א זינגער

א דריי א קנייטש / אן אנדערער טייטש

א כאפ א נייער / תנא ושייר

א סברא הוידל בוידל / דריי דעם אגודל

שאקלט מימין לשמאל / ווארנט צו זיין וואויל

דעם בעל קורא נוצבאר / דער פוינטער די אצבע

ווען טרעפן מ'דארף / אביסל זיעת אף

אסאך גרינגער / ווען מ'נוצט דעם פינגער

ביים רבי'נס טיש / קלאר מ'זעט נישט

מיט'ן פינגער שטופ די גלעזער / העכער די נעזער

א גוי אפ'פטר'ן / זאל ער גיין פלאטערן

נוץ יענע פונדערמיט, ער'ט כאפן אין א מינוט

די אוזניים אויספוצן / נוץ די קמיצה

די אגודל נאך א נוצן / פאר די וואס מאכן נאך אויף עס מציצה

מ'וויל איינעם שוין דא האבן / מיטן אצבע אויף ארויפוועגס גראבן

טאמבס אפ איים גוד / האסט מיך געמאכט א גוד מוד

אצבע על אגודל ושאר אצבעות כלפי מעלה / פשיהא עמעיזינג מיט יעדע מעלה

א דריי מיט'ן פינגער צום מח ארויף / זיי וויסן ס'פעלט דיך א שרויף

צוויי פינגער ווי א ווי / א סימן אויף וויקטארי

די אצבע מיט די קמיצה / אונטער'ן טיטשער'ס רוקן בדיצה

דער כהן / שפרענגט אויפ'ן בוהן

ווען ער בענטשט די אידן / א גראבע ווי פאר פרידן.

אצבע אלקים היא / זה קלי ואנוהו

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:51 pm

· #243251
פיין, פיין.
וואס איז מיט די שבכל הלילות סימבאל?..

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:52 pm

· #243252
נאדיר 👍

בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:07 pm

· #243263
און דעם פייג?

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:11 am

· #244512
אריגענעלער איידיע און סובייעקט. שיינע גראמען און ענין. מ'קען ווייטער טראכטען אויף דעם..

שפתים ישק » פרייטאג יאנואר 2, 2015 10:32 am

· #245317
דער פאעם איז די ארבעט פון מיינע 10 פינגער...

מי אני » מאנטאג יולי 20, 2020 9:34 pm

· #454791
Re: שושנים #36: וכל ישראל מראין באצבע!
דער רבינו בחיי אין סוף פ׳ צו זאגט אז די 5 פינגערס זענען קעגן די 5 חושים:

די אגודל איז קעגן דעם פה [דיבור]; מ׳נוצט דאס אויף אפצוווישן די מויל.

די אצבע איז קעגן די נאז [ריח]; יא יא...

די מיטעלסטע פינגער איז קעגן חוש המישוש; דאס נוצט מען זיך צו קראצן וכדומה. (און מיט דעם קען מען אויך פארשטיין די סימבאל פונעם ״מיטעלסטן פינגער״, דידועים דבריו של אריסטו אודות חרפת חוש המישוש.)

די קמיצה איז קעגן די עינים [ראייה].

די זרת איז קעגן די אזנים [שמיעה]; וידוע הגמרא בכתובות ה: (הגם דארט שטייט נישט אז ס׳איז דוקא די זרת ע״ש).