שושנים #12: מיין בקשה, איך בעט
איך בין ביי אלעמען אין שטוב
יעדער האט מיר זייער ליב
ספעציעל נאך א טאג
וואס איז געווען פול מיט פלאג
בייטאג צי ביינאכט
שטיי איך גרייט
מיט'ן גאנצן פראכט
צו וואונטשן גו"ד ניי"ט
ווייך אדער הארט
ברייט איז די סטאנדארט
אבער צוויי, גאנץ שמאל
נוצט מען ביי כלל ישראל
מצות אויף מיר מ'טוט
צומאל לייגן אויף מיר די היט
די וועש זי לייגט צוזאם
אדער זיצן דערויף סתם
רויבער און בערן
טון זיך מערן
ווען מ'איז אויף מיר
דמיונות אן א שיעור
ווען איך בין קאלט
זיין פנים שטראלט
אבער איך ווער שנעל ווארעם
דאך בלייב איך אנגענעם
די בעסטע עצות
געטראכט אויף מיינע פלייצעס
שווער צו גיין אין מיר
אויסער אויב מ'הערט א שיעור
שווער ארויסצוגיין
ביז די צייט טוט פארגיין
ווען עס גיט א קלינג
ארויס דערפון שפרינג
אירע אויגן פארטרערט
אדער ווען ער קלערט
צו סתם אזוי צעטראגן
צו מיר טוט מען זיך יאגן
איך האב פיסלעך פיר
דאך יעדער ליבט מיר
אסאך וואג איך טאלעריר
שפרינגען אויף מיר פרוביר
פלאץ פאר איינעם אדער צוויי
אדער די מאמע מיט קינדער דריי
מיט תכריכים מיך איינהילן
ווען די קינדער טון שפילן
צו ליינען אויף מיר א בוך
אונטער מיר די שיך
א ביסל וואסער דערנעבן
זיך א וואש קענען געבן
די מאמע טוט שרייען
אבער די קינדער נישט גייען
דער טאטע דארט געשמאק זיך אויפהאלט
די מאמע אן כח אריין פאלט
מ'טוט זיך אין מיר אריינקנעטן
צומאל אפילו אנטרעטן
אין מיר טוט מען אפרעכטן
ווען עס געשעט דאס נעכטן
אויך די פוס געבן א קראץ
ווען איך ליג אויפ'ן מאטראץ
איך זע עס נעמט נישט קיין עק
יא! דאס בין איך דיין בעט...