☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שושנים #30: יתגדל

שושנים #30: יתגדל

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7989

בן תמליון » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 2:10 pm

· #242978
שושנים #30: יתגדל

זיין נאמען איז הערש לייב
ליבט גאט מער ווי זיין ווייב
איין זאך טוט ער שטרעבן
דאס איז זיין גאנץ לעבן
נישט קיין כבוד אדער געלט
גאט'ס נאמען אויף דער וועלט
שרייט אז מכאן ולהבא
יתגדל ויתקדש שמיה רבא

מלכה בעטן זי טוט
הערש לייב גיבט קיין ש*ט
קינדער צעריסן צעשליסן
גאט קיין צרות זאל וויסן
די גאנצע שטאט גיבט מתנות
גאט איז זיין רחמנות
יתגדל גרויס און לעכטיק
שמיה רבא אזוי מעכטיק

בריקעס געטופעט קנאות
הייליגע קאמפן ווילדע מחאות
גאט'ן צו פארשפארן בזיונות
געפאכעט דעם טייוול אין פנים
מרה שחורה מיט מרה לבנים
נישט עולם הזה; עולם הבא
יתגדל ויתקדש שמיה רבא

*

עס איז שוין נאך אלעס
הערש לייב באדעקט מיט'ן טלית
די יורשים פון זיין ביסל דלות
קוקן פרעגן קיין שאלות
זאגן שטיל נישט קיין יעלות:
יתגדל ויתקדש שמיה רבא

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 2:12 pm

· #242979
הערש לייב צימערמאן בלע"ז

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 2:44 pm

· #242987
לדעתי ליגט א טיפע ארט אין די simplicity פון דער פאעזיע.

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 3:04 pm

· #242992
Awesome awesome awesome

אוי, איך שרייב אין די מילהאוויץ גע'אסערטע שפראך. לייב וועט מיר די פיטום אראפייסן, אבער כ'האב נישט א בעסערע ווארט.

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 3:08 pm

· #242993
כוכב
לדעתי ליגט א טיפע ארט אין די simplicity פון דער פאעזיע.


זאגסט גוט. און נאכמער, די פשוטע שפראך רעפלעקט זייער שטארק די גאנצע הלוך ילך פון די גברא.

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:54 am

· #244506
אה. עפעס. עס איז שיין און גאר שטארק, אן מאכען דער הירש לייב פאר א קאריקאטור. גיט ארויס עפעס וואס איז דא דארט. ווער עס פארשטייט אז דאס איז נאך אן אשכול חוזק געמאכט פון צימערמאן האט נישט פארשטאנען קיין ווארט.

בן תמליון » פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:26 pm

· #245440
דאס איז מיינס. דער הויכער ציפער שטימען איז מיר אן אנגענעמער סורפרייז. זעט אויס אז דער עולם האט כבוד שמים אויפן געדאנק. ייש"כ פאר די אנפירער אזוי איבערגעגעבן און געניט און גרוטעלאציעס פאר די געווינער. מיר קוקן שוין ארויס אויפן קומענדן קורצע געשיכטע פארמעסט וכדומה. והעיקר זאל שוין טאקע זייין יתגדל ויתקדש שמיה רבא אמן.

ישמעאל הכהן » פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:29 pm

· #245442
איך האב געוואוט פאר דיר, אנטלויף מיר נישט יעצט אווי אלע פאלעטישאנס.

יאיר » פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:51 pm

· #245462
טאקע פאעטיש. משום איזה סיבה האב איך עס נישט געהעריג דורכגעליינט פריער.

לעיקוואד » פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:53 pm

· #245465
פאסט טאקע פאר בן תמליון. וואלסט זיך געמעגט באווייזען דא אפטער ווי איינמאל א יאר זאגן קדיש.

ישמעאל הכהן » פרייטאג יאנואר 2, 2015 3:06 pm

· #245468
איך וואלט עס גראדע געקענט מדמה זיין צו דעם איד, ''זיין נאמען איז ר' שימל''...

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4195">viewtopic.php?f=50&t=4195&hilit=</a><!-- l -->