קען זיין דער מחבר'ס כונה איז די חרדישע סיסטעם.
דרא דייסא ודירה
א געזעלשאפט וואס די קאפ ליגט אין דריי זאכן: אכשר דרא, פרנסה און דירות.
שקרא שמעתתא ושמועה
פעיקן פאר יענעם, כולל, און נייעס.
לשון לבוש ולישה
מ'רעדט אידיש, מ'טראגט אידישע לבושים, און מ'לעבט אין א נאנטע געקנעטאכטס.
מקוה קוה ותקוה
מ'גייט אין מקוה, מ'טרינקט קוה, און מ'לעבט אויף האפענונג סטעיטמענטס.
מעות מעוות ומחלוקה
ליידער קריגט מען זיך איבער געלט, וואס ברענגט עוולות און מחלוקת.
דין דיינא ודינא
ווען ס'ווערט אבער געברענגט צו דין תורה, ברענגן די דיינים נאר דין אויפן וועלט מיט'ן זיין אומיושר'דיג.
הצנע צניעות וצנעה
אלעס איז שטיל - אינטירנעל אפפערס, ס'דא א שטארקע דגוש אויף צניעות, און אלע פראבלעמען האלט מען שטיל.
קנאי קנאה וקינה
זעלבסט דערקלערטע קנאים פירן מערכות פון קנאה און כבוד, וואס ברענגט נאר פראבלעמען.
בית ספר ספרא ספיר
ביי תלמוד תורה'ס איז א טייער דיימאנט נאר א קינד פון א חשובע מענטש.
מוקיר מכיר על קיר
מ'איז מכיר טוב מוקירים פונעם רעבין אדער מוסדות מיט פלאקאטן אויפן וואנט.
בנינים בנים בננים
אבער די אלע בנינים ברענגט ליידער שוואכע פארדרייטע פירות ווי באנאנעס.
כנופית כינים קנם
די רעביס פילן אן זייערע בארענטשעס/זייער נעסט מיט טויזענטער שווארצע פינטלעך ווי לייז.
שיר שירה ושרץ
די רבי זינגט, די עולם זינגט אין די רבי האט שרץ בידו ווייל זיין כונה איז כבוד.
ארז ארס על ארץ
מ'ווארפט פאשקווילן אויף די ערד סיי אויף ערליכע און סיי אויף נישט ערליכע.
למה למעלה מילים
פארוואס רעדט מען אזוי סאך דארט אויבן אויפן אויבנאן.
תכלית כלה ככלים
אבער קיין תכלית, ס'איז ליידיג ווי ליידיגע כלים.
כשר שקר וקשיות
מ'איז זייער ביזי מיט כשרות, אבער אויך מיט פאלטשקייט און הארטנעקיגקייט.
חוצפה חצופה וצפיות
מ'האקט אויף פרויען וואס גייען נישט בדרכי הצניעות, אבער יעדער קוקט אויף זיי.
דמעות דם בל מים
מענטשן ווערן באעוועלט זיי וויינען מיט בלוטיגע טרערן, אבער נישט דא קיין וואסער זיך צו דערכאפן.
חכימא חוכא בל חיים
די מנהיגים לאכן ווען א יחיד'ס לעבן סאקט.
חתן חסירות וחיתון
חתנים גייען צו די חופה, ווען ס'פעלט זיי בעיסק סקילס.
שטות שיטא ושיטין
דאס קען גורם זיין אז מ'איז באשעפטיגט מיט שטופן צייט, לעבן א שיט* לעבן, און א אפילו א גט.
הלצה צהלה הצל
יעדער האלט זיך אינטער מיט ווערטלעך און וואטסעפס, דער יחיד שרייט אבער הצל!
אלקים קום אל
גאט פון דין זיי מעורר אל - דיין מידת הרחמים.
גלות גאולה התגלות
זיי אונז גואל פון די גלות מיט דיין התגלות.
מבועל בעל ובעלות
פון די מנהיגים נביאי הבעל וואס פאק* אונז מיט זייער שררה.
עול עולם מעלם
נעם אראפ פון אונז די פאלטשע עול מלכות וואס זיי האבן אויף אונז ארויפגעלייגט.
כפר כפירה כלם
זיי אונז מוחל אויף די כפירה פון גלייבן אין א בשר ודם מער ווי אין דיר, און זיי מכלה די רעה בתוכינו.