שושנים #22: העלע געדאנקען
שטראלן פון האפענונג צום אפטעמיסט זיך אנגעקערט
א ליכט אינמיטן טאג וואס איז זי ווערד
איז פאר'ן נאטור לייכטער זיך אומצוגיין פריי
פון יושר זיך פארהוילן, גיי פארשטיי
אויב בין איך פריי
פארוואס געבינדן איך שפיר
אז איך בין יעדן טאג פונדאסניי
פארוואס דעם עבר געדענקט זיך מיר
האט די נעכטן דאס היינט געברענגט
דאן ווי איז די נעכטן פארשוואונדן, אוי עס בענקט
די נעכטן פונעם היינט וואס טוט זיי פונאנדערשיידן
אויב אן אילוזיע פון צייט טוט זיי באקליידן
כ'האב פון מיין חומר אפגעריסן מיין געדאנק
אוי, כ'האב פארלוירן פארבינדונג מיט איר גאנג
זי טוט אין דער הייעך ארומשפאצירן
ווי א רעגנבויגן צעטיילט אירע קאלירן
איז האפענונג אן אילוזיע גלאט
דאן פארוואס קען מען פון איר נישט ווערן זאט
צי וואקסט האפענונג פון דער ערד
דאן וואס איז נארקאטיק ווערד
צי קען איך אנטלויפן פון מיר
דאן פארוואס איז פארמאכט די טיר
א שפאלט ארויסצולויפן איך זוך
נאר געוואויר צו ווערן אז איך בין איך
איז דאס לעבן פאר מיר אן איינמאליגער וואונדער
אדער לעב איך אין יעדן דור באזונדער
האב איך א פליכט זי אויסצופילן
אדער קען א צווייטער פאר מיר שפילן
אויב היסטאריע חזר'ט זיך איבער
דאן וואס איז ווערד די פלאג דעריבער
די וועלט'ס מיסטקאסטן וויפיל קען זי פארנעמען
אז אזויפיל אריינווארפן אין איר קען מען