☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שושנים #28: און גאט האט געשוויגן

שושנים #28: און גאט האט געשוויגן

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7983

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 7:22 am

· #242866
שושנים #28: און גאט האט געשוויגן
איך דארף ערלויבעניש
וויסן יא - אדער נישט?
איך פרעג אים אויב
ער וויל א קלאג אדער א לויב
אין וועלכע גיסטע
ביסטו? איך האב א ליסטע
גרייט, אפשר גאר א ניגון
דו גלייכסט, און גאט האט געשוויגן

און זיין שווייגעניש האט אפגעדונערט
אין חלל, ווי טויזנט האמערס גענידערט
אויף מיין צארט זעהל, און מיין
ווייך הארץ פארוואנדלט אין שטיין.

אין זיין שתיקה איך הער
זיין חוזק טאן. ער
קוקט אויף מיר פון אויבן
אראפ - ווער דארף דיין לויבן?
און דיין קלאגן, ווי נאריש
עס הערט זיך, ווי קינדעריש
איך בין מיט וויכטיגע
ענינים פארנומען, מיט ליכטיגע
שטערנס ספעיס אנצופילן
און מיט'ן לויתן זיך צו שפילן
ווייסע מלאכים'לעך קוקן
אויף מיר, גרייט ארויסצושיקן
אויף קריטישע שליחות'ן
איך דארף ערלעדיגן

און מיטאמאל
איך הער א קול
דממה דקה
נו, ווילסט דוקא?
זאג שוין אבער זייער
שנעל, מיין צייט איז טייער
איך קען ערצייגן פיתום
ורעמסס מיט איין אטעם
האלט מיך נישט צוריק
איך דארף גיין מאכן א ביג
בענג, און עסן אויף לאנטש
אן אפגעקילטע ביג קראנטש
עס אינטערעסירט
מיר גאנץ ווייניג, עס בארירט
מיר נישט דיינע קרעכצן
און געזאנגען, דיינע לעכצן
און בענקענישן. פאר מיר
האב איך פון קלעי פארמירט
די מוחות פון באך, בלעיק,
שיללער, מאצארט און ביאליק

און גאט האט געשוויגן
און פון זיין פנים האט זיך געוויזן
א פארצויגענע מאנא ליסא שמייכל
פארגלאצט אין חלל פון אקעאנען
און פלאנעטן, שווארצע לעכער
און ניי געבוירענע שטערנס
עס וואלט שוין געווען‎ בעסער ווען
זיין שווייגעניש זאל זיך פארציען
און עס זאל בכלל
נישט געהערט ווערן זיין קול

טראכטנדיג א פאראומערטער
הייב איך אן פארשטיין וואס ער
האט געצילט מיט פערצן
ביליאן יאר צוריק, די שמערצן
פון א גזיליאן באשעפענישן
אויף זיי זיינע שווייגענישן
אויסצוגיסן, און זיי, ווי א שמאטע
דערנאך איינזאפן זיין תמ'וואטע
שאלה פון "אייכה?"
וואס הילכט אפ ווי א ציללאזע עכאו

אלי וויזעל האט
מיר געלערנט אז גאט
קען מאכן קולי קולות
מיט זיין שווייגעניש
וואס קיינער הערט נישט
ווייל דער וואס הערט בלייבט
אויף אייביג פארטייבט.




נ. ב. האלהות האמיתית האינסופית הינה למעלה ממשוגי הגוף, והדמות המתואר בשיר הזה אינו בורא אלא נברא בדיוני, בצלם אדם בראתי אותו.

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 9:35 am

· #242874
זייער ארגינעל, פאעטיש. חרוזים נפלאים.

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:34 am

· #242905
קיינמאהל נאכנישט געזעהן אזא מהלך אין גראם! אפשר ביי רעפ. דער סענטענס פארט ווייטער ווי די גראם, ס'גיסט זיך אריבער צום נעקסטע שורה.

זייער קונסטלעך. גוטע ווערטער אויסוואל. ער האט פון קלעי אויך אויסגעמאלען דער רשב"א מיט דער ריטב"א (באגייסטערן מיך מער ווי מאצארט וכו'). מיט דעם פארשטייט מען "לך דומיה תהילה".

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:36 am

· #242908
הערליך!

מאטי
זייער ארגינעל, פאעטיש. חרוזים נפלאים.


און איך האב גלייך געטראכט ס'איז מאטי. אפשר איז מאטי מקיים ואהבת כמוך.

ונבנתה העיר » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:56 am

· #242912
נורא.

עס דערמאנט מיר עפעס פון דעם ניגון.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:19 pm

· #242917
עפעס בין איך נישט קלאר דא. כ'כאפ נישט וואוהין ער צילט. ער ברענגט ארויס אז מיר מענטשעלעך זענען אזא גארנישט אינעם יוניווערס אז אונזערע תפלות זענען ווערטלאז? דעם שפלות עצמו?
אבער די ספרים זענען דאך פול אז יעדע תפלה איז חשוב ומקובל ומרוצה לפניו ית', הקב"ה מתאווה לתפלתן של צדיקים, לו לבדו ראוי להתפלל, און ביי די ענינים דארף מען נוצן דעם גאוה דקדושה...
קען מיר איימיצער מסביר זיין דעם פוינט פון די פאעזיע?

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:53 pm

· #242939
איך ווייס אויך נישט וואס ער וויל דערווייל, און דערפאר האב איך איהם נישט גערעיטעד. איך ווייס נישט צו ער איז אן אפיקורס אדער גאר א עומד ומשתאה!

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:57 pm

· #242943
ניין שמעקעדיג, ער מאכט חוזק פון די מענטשן וואס מאלן זיך אויס אין מחשבה א גאט וואס איז א שטארקע הויעכע סנאב מיט א בלוטיגע פאסיק.

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:57 pm

· #242944
פישל, ס'נישט קיין נפק"מ וואס ער איז, ס'איז א נפק"מ וואס דו זעהסט אין דעם.

ונבנתה העיר » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 1:00 pm

· #242946
פישל'ע העררינג
איך ווייס נישט צו ער איז אן אפיקורס

ער איז דער לעצטער קאנדידאט אויף אפיקורסות.

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 1:02 pm

· #242948
ונבנתה העיר
פישל'ע העררינג
איך ווייס נישט צו ער איז אן אפיקורס

ער איז דער לעצטער קאנדידאט אויף אפיקורסות.

שוין, ברויך איך עס איבערליינען בכובד ראש. איך ליין בכלל שווערליך אידישע חרוזים ווייל עס דערמאנט מיך פון פרויערישע נערישע גראמען פון דער "מעלות", און ס'ברעכט זיך פון זיך אליינס.

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 1:53 pm

· #242974
פישל'ע העררינג
קיינמאהל נאכנישט געזעהן אזא מהלך אין גראם! אפשר ביי רעפ. דער סענטענס פארט ווייטער ווי די גראם, ס'גיסט זיך אריבער צום נעקסטע שורה.

דאס ווערט גערופן enjambment.

פישל'ע העררינג


זייער קונסטלעך. גוטע ווערטער אויסוואל. ער האט פון קלעי אויך אויסגעמאלען דער רשב"א מיט דער ריטב"א (באגייסטערן מיך מער ווי מאצארט וכו'). מיט דעם פארשטייט מען "לך דומיה תהילה".

האסט שוין אמאל געלערנט מאצארט בעיון?

קינד_אן_קייט » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 3:10 pm

· #242995
ונבנתה העיר
פישל'ע העררינג
איך ווייס נישט צו ער איז אן אפיקורס

ער איז דער לעצטער קאנדידאט אויף אפיקורסות.

שווער צו שווייגן נאך אזא אינהאלטסרייכען שטיקל, ולולא דמסתפינא, וואלט כ׳געזאגט בפה מלא אז דאס איז ׳ונבנתה׳ מאטעריאל.

גאר שטארק.

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:49 am

· #244505
אינטרעסאנט אפגעהאקט די שורות און שטיקלעך, איך וואלט עס אביסעל אנדערש מסדר געווען, איך ווייס נישט אויב דאס איז בכוונה אדער באשמת המעתיק.

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 9:11 am

· #244522
(איך האב בעיקר נישט געמיינט די נקודה נאר די פאראגראפן. הכלל דער שטיקל פאדערט מער יישוב הדעת).

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 8:02 pm

· #245156
איך וויל בעטן ברחמים אלע חברים, ידידים און גוטע פריינט בתשח"י, ביטע גיבט איינע פון אייערע שטימען פאר אט דעם וואונדערליכן באשעפעניש.

נ.ב. איך ווייס נישט ווער דער מחבר איז, ווען נישט דער 'ממשוגי' וואלט איך געזאגט יאיר.

נהורא נפישא » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 8:18 pm

· #245163
ממושגי הגוף

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 9:52 pm

· #245205
ונבנתה העיר


נ.ב. איך ווייס נישט ווער דער מחבר איז, ווען נישט דער 'ממשוגי' וואלט איך געזאגט יאיר.

און וועגן איין משוגה האסטו געטוישט דיין מיינונג? 😂

יואב » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:37 pm

· #245217
כ'האב מתחילה געקלערט צו שטימען פאר דער דאזיגער פאעמע, אבער א מלאך האט אין דער שטים-בודקע גענייגט מיין האנט אויף א צווייטער פאעמע. כ'האב אביסל חרטה.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:52 pm

· #245222
איך האלט שוין פון לאנג אז ס'איז פארהאן עפעס א רשעות'דיגער מלאך וואס איז ממונה זיך צו דרייען ביי שטים בודקעס און פארדרייען מענטשן א קאפ. אנדערש קען איך נישט פארשטיין ווי אזוי וואלן מאכן סענס.
איך האב אפילו א שטיקל טעאריע אז צוליב דעם האט דער סאטמארער רב מורא געהאט פון די בחירות. ויש לי עוד ראיות לזה ואין מגלין אלא לצנועין.

יאיר » פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:02 am

· #245263
מען קען אפלערנען דעם פאעם אויף פארשידענע מהלכים. הצד השוה שבהן אז קיין איינער פון די מהלכים קען נישט זיין אפיקורסות, ווארום אן אפיקורס גלייבט דאך נישט אז גאט קען שווייגן אדער רעדן.
לאמיר זאגן איין פשט:
דער פאעט הייבט אן אז ער וויל דערוועקן זיין חלק אלוק ממעל פון אינעווייניג, זיך שפירן עפעס דערהויבן, און עס קענען אויסדרוקן דורך א קונסטליכע אויסדרוק. אבער עס גייט אים נישט. ער שפירט ווי די געטליכקייט פון די בריאה האט אים אנטוישט, און עס ערלויבט אים נישט צו ארויסנעמען זיין אינערליכע הייליגקייט. ער פילט ווי דאס געטליכקייט איגנארירט אים פשוט.
ער פילט זייער אראפגעקלאפט דערפון, דאס באנעמט אים ממש עד דכדוכה של נפש אז ער קען זיך נישט מקרב זיין צום אין סוף. ער פילט ווי ער איז צו קליין און נידריג פאר דעם ריזיגן, געטליכן אור אז עס זאל האבן פלאץ אין זיין הארץ.
אזוי בשעת'ן זיין אין די אומעטיגע געפילן הייבט ער צו שפירן עפעס א העכערקייט. דוקא דער שטארקער קלאפ האט אויפגעוועקט זיין ניצוץ אלקי. (אבוויעסלי, ווען נישט וואלטן מיר דאך נישט געליינט דעם פאעם...), אבער זיין ווייטאג איז שוין געווען צו שטארק. ער פילט ווי דער אין סוף טוט אים א טובה אז עס מאכט פלאץ פאר אים, אז ער איז באמת נישט ווערד דערצו נאר מען פארגינט אים א שטיקל אינסופית איינצושלינגען און זיך פארשטילן דעם הונגער. ער פילט ווי דאס געטליכקייט שפילט זיך ארום מיט אים, אז עס פארגינט דעם אינסופיות נאר פאר די גרויסע און חשוב'ע פענאמענע אין דער וועלט, ווי שטערנס און פלאנעטן, אדער עפעס גאר א געלונגענע מענטש וואס קען זיך מקשר זיין צו געטליכקייט ווען ער וויל נאר, ווי בארימטע פאעטן און מוזיקאנטן.
און פון גרויס צובראכנקייט, אנשטאט ער זאל אנהויבן לויבן דעם העכערקייט האט ער אנגעהויבן אריינשמייסן אין דעם, אין א בחינה פון אי מלכא אנא עד השתא אמאי לא אתית לגבאי. ער טראכט אז ס'איז שוין בעסער ער זאל בבכלל נישט האבן קיין געטליכקייט אין זיך ווי אז דאס געטליכקייט זאל זיך קענען ארומשפילן מיט אים. פון גרויס צער שפירט ער כאילו גאט האט בכונה באשאפן אביעקטן וואס פארמאגן נאר אביסל געטליכקייט אין זיך, אזוי אז ער זאל זיי קענען רייצן דערמיט און נאר ארויסווייזן ווען עס געפעלט אים.
דערמיט טרעט דער פאעט אביסל אריין אין דעם פעלד פון דעם פראבלעם פון שלעכטס, און דערביי דערמאנט ער אלי וויזעל, וועלכער אין זיינע ביכער דרוקט אויס אזעלכע סארט געדאנקען, ווי ער שפירט אז גאט האט אים פארראטן מיט'ן אייננעמען א שווייגעניש ביי די האלאקאוסט. דערמיט מיינט דער שרייבער אנצודייטן אז שווייגעניש פון גאט איז ערגער ווי שלעכטס פון גאט. אויב ר' אביגדור מיללער וועט זאגן אז גאט האט גע'הרג'עט זעקס מיליאן מענטשן ווייל זיי האבן אים נישט געפאלגט, איז ער אן ערליכער איד א מאמין, אבער אויב אלי וויזעל זאגט אז גאט האט אנגענומען א שווייגעניש און זיך בכלל נישט געקימערט אז מענטשן ווערן גע'הרג'עט, איז ער אן אפיקורס. פארוואס איז דאס אזוי? ווייל ווען א גוטער פריינט איגנארירט דיר איז עס די ערגסטע פארראט. בעסער שלאג מיך, זיי ברוגז אויף מיר, שריי אויף מיר. דאס ווייזט כאטש אז איך מאך א דיפערענץ אין דיין לעבן. אבער אויב דו קעירסט ניטאמאל גענוג צו זיין אויפגערעגט אויף מיר, דאן מיינט דאס אז איך בין דיר גענצליך איבריג.
ווי עס זעט אויס, איז דאס דער געפיל אין וועלכן דער שרייבער פון דעם פאעם האט זיך געפינען בשעת'ן שרייבן דעם פאעם, וועלכע איז, אגב, גאנץ ענליך צו א גאר אן אלטער פאעם וואס ליינט זיך ווי פאלגנד:
מיין גאט! מיין גאט! פארוואס האסטו מיר פארלאזט?!
דו ביסט ווייט פון מיין הילף און פון מיינע געשרייען.
איך רוף דיר בייטאג און דו ענטפערסט נישט
און ביינאכט ווען איך בין נישט שטיל
און דו ביסט דער הייליגער וועלכער זיצט
וועמען די אידן לויבן
אין דיר האבן זיך אונזערע עלטערן פארזיכערט און דו האסט זיי געהאלפן
צו דיר האבן זיי געשריגן און זיי זענען געווארן געראטעוועט
אבער איך בין א ווארעם, און נישט א מענטש
דער פארשעמונג פון מענטשן און פעלקער

יאיר » זונטאג יאנואר 4, 2015 12:09 pm

· #245654
[ציטאט אראפגענומען]

יישר כח ראובן. I am humbled.
איך מוז אנמערקן אז א חלק פון די קרעדיט גייט פאר גאט.

לית דין בר נש » זונטאג יאנואר 4, 2015 12:11 pm

· #245656
יאיר
[ציטאט אראפגענומען]

יישר כח ראובן. I am humbled.
איך מוז אנמערקן אז די קרעדיט גייט פאר גאט.

פארראכטן

יאיר » זונטאג יאנואר 4, 2015 12:12 pm

· #245657
יישר כח, אוממענטש.

בשבילי! » זונטאג יאנואר 4, 2015 12:14 pm

· #245658
קוק וואו ביזט אנגעקומען מיט ''גאט'', יאיר. ער האט דיר נישט צוגעשטעלט א געווינס!
אפשר מיט'ן ''באשעפער'' אדער אפילו מיט ''ג-ט'' וואלסטו געווען צווישן די פיינעליסטן?...

יאיר » זונטאג יאנואר 4, 2015 12:16 pm

· #245660
מיינסט אז פאר א נארישע פאעם פארמעסט וועל איך אפלאזן מיין גאט און גיין דינען עבודה זרה?

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 4, 2015 8:14 pm

· #245832
יישר כח @יאיר, פיינעלי א פאעם וואס איך קען זיך אידענטיפיצירן דערמיט, שיין, טיפזיניג, קונצליך.

(אלע פאעטן און קאנדידאטן, ביטע זייט מיר מוחל, איך בין נישט פאריגע וואך נישט געווען אין די גיסטע פון לייענען פאעזיע, ווי נאר כ'האב פראבירט אנצוהויבן ליינען האבן די שורות אנגעהויבן שוועבן אויפן סקרין, די קאפ איז נישט געווען אויפן פלאץ. פונקט ווי שרייבען פאעזיע, מוז דאס לייענען אויך האבן א שטיקל השראה. איך האב פאר קיינעם נישט געוועלט, און כמעט נישט געלייענט, זייט מיר מוחל, און ווען כ'וועל לייענען וועל איך אי"גאט מגיב זיין.