☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שושנים #6: אוי חנוכה אוי חנוכה

שושנים #6: אוי חנוכה אוי חנוכה

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7937

גנדי » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:34 pm

· #241776
שושנים #6: אוי חנוכה אוי חנוכה

געמיינט איך האב חנוכה ליב,
ווייל מ'גייט יעדע נאכט ארויס פון שטוב.
איך דארף באלד אויפנעמען א סעקרעטאר,
צו האלטן חשבון פון מיין פארטי-קאלענדאר.

צום סוף בין איך אזוי פיסט-אף,
די גאנצע צייט ביזי קויפן נאך א סקרעטש אוף.
מיין ווייב קויפט פאר איר מאמע אלעמאל די מתנה,
איך בין אבער שעמעדיג, און איך טו קיינעם נישט מאנען.

מיין כולל שוואגער זאגט קוויטלעך טאר מען נישט שפילן,
וישכחהו – וועלכער איד שפילט קוויטלעך וועט היסן און זיך פארקילן.
די לעדיס מאכן מאדנע סעלעדס מיט עגפלענט-פאמאזשאן,
איך בלייב הונגעריג, נישטא וואס אין מויל צו נעמען אריין.

אביסל דאס הארץ צו דערקוויקן,
אויף מיין אייפאון איך נעם זיך טוויטן.
מיין זון איז מוחה, ער האט א געברעינוואשט קעפל,
זיין רבי האט געזאגט, די היינטיגע יוונים זענען עפל.
מיין שווער'ס פליפ-פאון איז די פך השמן,
ווייל מען קען אויף דעם נישט "קענדי-קראש" געימען.
פארוואס שפילן די הייליגע רבי'ס דריידלעך,
און איך טאר נישט ווארפן ברויגז'דיגע פייגלעך.
גיי זיי מסביר אז די מכבי"ם זענען געווען ווי צה"ל,
נישט ווי די קליינע הייפעלע אידן אשר לא כרעו לבעל.

צו די רביס לעכט צינדן מוז איך לויפן,
און זיין חדר'ס ראפל מוז איך קויפן.
ווייל ס'איז געווארן א מצב ליידער,
ווער ס'שטעלט זיך נישט צו, פליען זיינע קינדער פון חדר.

ווען איך פאר ארום אין די גאסן, קוק איך אריין אין פענסטער,
צו זען וועמענס דיינונג רום, איז די שענסטער.
איך אבער עפן נישט די פירהאנג, איך האב מורא וואס די שכנים וועלן זאגן,
"זיי זענען זייער יאנטשי! לויט די מאגערע טשענדעלעיר וואס זיי פארמאגן".
אמאל האט די "טעלזע ישיבה" מיט קאלירפולע ליכט אונז באזארגט,
יעצט האמיר נאך רויטע פון די שכן געבארגט.

מיין טאכטער קוקט אויף די ליכט כסדר,
אויסהייליגן אירע אויגן פון בארבי'ס אומ'צניעות'דיגע קליידער.
מיין ווייב ביי די ליכט א גאנצע צייט שטייט,
זי האט די עקסטינגווישער פאר א פייער גרייט.

מיין קליינע ראָצער'טע הערט אויף נישט האקן אין קאפ,
לאטקעלע לאטקעלע האפ האפ האפ.
איך דארף אזוי א האלבע שעה זיצן.
אין די בעקיטשע און שטריימעל שוויצן.

צו נאך א פארטי זיך איילן מ'דארף,
ווייל מ'האט אנגעזאגט די פראגראם פאנגט זיך אן שארף.
די אפגעפארענע קאזינטע איז געקומען פון דערווייטנס צו גאסט,
אוי איז איר קליידל שמאָל און געפאסט.

נאכדעם איז נישט קיין וואונדער,
אז מנשה פילאפ ווארנט מען דארף פראווען מענער און פרויען באזונדער.
איך פריי מיך ווען די פארטי אין ניטל נאכט געפאלט אויס,
אזוי מיין שווער לאזט מיר פון די פלפול אויסגאבע ארויס.

ביינאכט קום איך אהיים אינגאנצען אנגעהוצט,
פון אלע וואס זענען געווען אזוי אויסגעפוצט.
איך הער א "ניין" מיט א פנים א שטרענגען,
זי וויל נישט נאך א יוזל אויף דער וועלט ברענגען.

אזוי גיי איך איינזאם אריין אין בעט,
ווען אין קאפ טראכט איך פון א גט.

אוי חנוכה פארטיס, אוי חנוכה פארטיס, אזויפיל שיינע,
ליסטיגע און פרייליכע זיי זענען נישט דיינע.
אלע נאכט מיט דמיונות שפילן מיר,
הייסע פאנטאזיעס וועבן זיך אין מיר.

אוי חנוכה, א יום טוב א געמיינע,
ווייל אפילו מיין אייגן ווייב איז נישט מיינע.

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:39 pm

· #241780
זייער גוט
פון מיין מח צו דיין פעדער!

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:17 pm

· #241787
איי איי, מליבא לפומא לא גליא....

כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:36 pm

· #241793
הדא דכתיב סדנא דארעא חד הוא, יעדן קוועטשט די זעלבע פראבלעמען ענד גרעיט מיינדס טהינק עלייק...

מאטי » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:48 pm

· #241795
ערשטע האלב איז "פליקער'דיג" צווייטע האלב איז טאמבלסוס'יש

לעיקוואד » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:49 pm

· #241796
איך בין מוחה. קיינער ענדזשויט נישט חנוכה?
ממעג קאמפלעינען אויך, אבער אלו ואלו דברי אלוקים חיים.

לעיקוואד » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:51 pm

· #241798
(נמצא בספר שושנת חשמונאים שבימי החנוכה כולם יש דין עונת ת''ח זכר ליהודית, ובנטעי מתתיהו חלק קכ''ט דן אם זה דוחה איסור הולדת אותו האיש, ונהגו להיתר).

גנדי » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:04 pm

· #241805
מיר איז שווער. אויב יאשקע איז געבוירען אין ניטל. וואלט געדארפט זיין אן איסור אויף 9 חדשים פארדעם...

מאטי » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:34 pm

· #241812
גנדי
מיר איז שווער. אויב יאשקע איז געבוירען אין ניטל. וואלט געדארפט זיין אן איסור אויף 9 חדשים פארדעם...

דאס איז בלויז שווער לויט די שיטה אז מרים איז "נישט" געבליבן א בתולה...

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:09 pm

· #241828
מאטי
ערשטע האלב איז "פליקער'דיג" צווייטע האלב איז טאמבלסוס'יש

סיי די רישא סיי די סיפא זענען שטילע אינגערמאנ'ענדיג. ער איז דער "זיך-אפרעדן-אין-טשיף"...

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:22 pm

· #241832
[פון 1 (די ווייניגסטע) ביז 5 (די מערסטע) כוכבים]

אמת'ע געשיכטע: 5 כוכבים

נעגעטיוויטי: 5 כוכבים

זאפטיגע שפראך: 5 כוכבים

גראמען צאמשטעל: 5 כוכבים

חידושים: 4 כוכבים

טיפע רעיון: 1 כוכב

קונסט: 1.5 כוכבים

אוועראלל: בכלל נישט א שפיגל פון "מיין" חנוכה, אבער גוט אראפגעלייגט זיין אייגענע עקספיריענס.

אפטעמיסט » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:59 pm

· #241845
פישעלע, איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט דיינע נומערען, איך געב דעם מחבר הונדערט טויזענט כוכבים!

אזעלכע אמת'ע דיבורים! גיוואאאאאאאלד!!!

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 5:12 pm

· #241846
אפטעמיסט
פישעלע, איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט דיינע נומערען, איך געב דעם מחבר הונדערט טויזענט כוכבים!

אזעלכע אמת'ע דיבורים! גיוואאאאאאאלד!!!

איך פערזענליך אידענטיפיציר נישט מיט קיין איין זאך וואס ער שרייבט, וכדברי ידידינו @לעיקוואד. אבער אלץ פאעזיא קומט איהם די פולע 5 כוכבים פאר אויסדרוק.

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 6:09 pm

· #241858
איך וואוט פאר טאמביסאסדיג.

יואב » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 6:14 pm

· #241861
פאר שמאעזיע איז דאס לכאורה א געווינער.
זייער קלאר און דייטליך ארויסגעברענגט א פראבלעם וואס א סך מאכן מיט, בארייכערט מיט הומאר און גוטע פינטלעך.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 8:09 pm

· #241876
איך וואלט געזאגט כוכב אדער אפטעמיסט. כוכב שרייבט אבער קורצע שורות ביי גראמען. אפשר אפטעמיסט, ער שרייבט אבער אויך מער קורצליך. אפשר יין שרף'ס הומאר... ס'איז א אוסטרעלישע געלונגענע פאעזיע סיי פון די הומאר ביז די גרעפיקס אכשר דרא און גראמען... איך גיי עס שוין ליינען נאכאמאל.

פישעלע טוסט א געוואלדיגע ארבייט מיט די כוכבים, דא בין איך אבער שטארק מחולק.

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 8:46 pm

· #241884
צוקער זיס און מלא טעם. הומאריסטיש און קונצליך געשריבן.

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:01 pm

· #241926
דער דאזיגע קינה/פיוט שפילט הערליך אויף די ווערטער "אוי" פון "אוי חנוכה, אוי חנוכה". שיינע געדאנק...

יין שרף » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:39 pm

· #241937
פישל'ע העררינג
דער דאזיגע קינה/פיוט שפילט הערליך אויף די ווערטער "אוי" פון "אוי חנוכה, אוי חנוכה". שיינע געדאנק...


גענומען פון פרישער ז״ל

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:30 pm

· #244875
ווער איז די מחבר??? @כוכב

אפטעמיסט » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:43 pm

· #244880
געשטימט פאר דעם

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:45 pm

· #244882
איך האב אויך געשטימט פאר דעם
איך וויל וויסן ווער איז די מחבר?

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:50 pm

· #244885
איך ווארט דער מחבר זאל זיך ליבערשט אליין מגלה זיין.

גנדי » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:57 pm

· #244889
דאס איז מיין ערשטע פאזיע (י״א שמאזיע) אויף קאווע שטיבעל.

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:59 pm

· #244890
און די האסט סך הכל פארלוירן מיט איין שטימע כל הכבוד

יין שרף » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:01 pm

· #244891
דאס איז ווייל זיין ווייב האט נישט געשטימ"ט מיט אים

סאשי פיש » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:47 pm

· #244900
געשטימט פאר דעם

גנדי » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 12:20 am

· #244908
ווי געזאגט פריער. איז דאס מיין ערשטע פאזיע. איך בין האמבלעד און דאנקבאר פאר אלע וואס האבן געשטימט.

איך וויל שטארק באדאנקען כוכב און די מנהלים פון די שטיבל. א דאנק די שטיבעל האב איך באקומען קוראזש צו פרובירן אביסעל פאזיע.