☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שושנים #11: טב למיתב ארמלו מלמיתב טן דו‎

שושנים #11: טב למיתב ארמלו מלמיתב טן דו‎

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7946

אפטעמיסט » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:34 pm

· #242007
שושנים #11: טב למיתב ארמלו מלמיתב טן דו‎
אמאל געווען א בחור
צו גאט און צו לייט,
געהאצקעט און געלערנט —
אביסל אויף די זייט.

פחדים געוועזן
דער טאטע געציטערט,
קיין נחת געזען
די מאמע ערשיטערט.

טראצדעם געשטויסן
דעם תורת אמך,
גע'טענה'ט מיט רעכט
שמח בחור בילדתך.

ערענסט גערעדט —
נישט געווען געפערליך,
דער בחור געלערנט
אויך געווען ערליך.

מחיה דאס לעבן
אלס מיט א שמייכל,
געריקט אן רחמנות
און געבויט א בייכל.

יובל'ט געהוליעט
קיין קאנסעקווענצן,
איינער אליין
קיין מיינונגס-דיפערענצן.

ס'איז אבער געקומען
א טאג א שיינעם,
דער בחור געוואלט
אין זיין לעבן נאך איינעם.

טלית, רבינו תם
און די אלע צוגעהערן,
אויך פון מאחורי
האט ער אנגעהויבן קלערן.

חס ושלום, ניין!
א בת-קול איז מאיים,
בחור די מאכסטעך
חרוב בידיים!

זע, אבער ווי יעדער
טראכט ער צו זיך,
יעדער הייראט
און וואו בין איך?

קוים געזען
גארנישט געטראכט,
א האלבע בישאו
און טעלער געקראכט.

ווער האט געהייסן
די גלעזל צוטרעטן,
למה ואמאי
ווער האט מיר געבעטן?

נישט קיין לאוו ווי וואסער
ווי געווען איבערגעצייגט,
נישט קיין עזר-כנגדו
און מאחורי זייגט.

תלוש וואס איך בין
געוועזן א גראף,
יעצט ווי א שוטה
געווארן א שקלאף.

חמרמרו מעי
על שבר סתם עמי,
מרו מריתי
והדמעות לא יתמו.

זכרים טייערע
וואס זענען נאך סינגל,
טראכט גוט
פאר איר געט די רינגל.

קען טאקע זיין
ס'וועט זיין צוקער,
קען אבער זיין
זי וועט זיין שיכור.

איחוד פעלד » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:48 pm

· #242010
שיכור איז בעסער ווי צוקער...

פישלע העררינג » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:52 pm

· #242013
הא הא הא...

זיס ווי צוקער און מיט א רייכע פעדער. @אפטעמיסט בתפארתו!

געדאנק: 5 כוכבים

אריגענעלקייט: 5 כוכבים

הומאריסטיש: 5+ כוכבים

גראמען אויסשטעל: 5 כוכבים

אויסדרוק: 5 כוכבים

קונסט: 2 כוכבים

נערעיטיוו: 1 כוכב

איינשטימיג: 0 כוכבים...

אוועראלל: געוואלדיגע ארבעט!

אפטעמיסט » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:56 pm

· #242014
שכויח פאר די קאמפלימענט. אבער וואס פאלט דיר ביי ס'איז מיר, האסט א ראיה?

פישלע העררינג » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:58 pm

· #242015
אפטעמיסט
אבער וואס פאלט דיר ביי ס'איז מיר, האסט א ראיה?

מיר ווייסן אז מרת אפטע רופט דיך מיסט, סאו ס'מאכט סענס...

יין שרף » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 1:00 pm

· #242018

ישמעאל הכהן » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 1:01 pm

· #242019
I'm back's אפדרוקן. ס'איז גאר גוט, הצחקתי

אפטעמיסט » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 1:07 pm

· #242021
מיר זעט עס אויס ווי לית דין בר נש'ס סחורה

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 1:22 pm

· #242022
די ראיה איז אז דו האסט נישט געלייקט. אה שיעור פארגעסן, און אז די הומאר איז צו פלאצן און לויז און די גראמען טייט.

לעיקוואד » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 2:56 pm

· #242036
אקעי, א שיינע שיר מחאה/תלונה אויף בחורים וואס באנארישען זיך און האבען חתונה סתם טב למיתב אן זיך בארעכענען וואס דאס מיינט. אבער צו ווייניג ניאונס פאר מיין טעיסט. ער קריכט נישט אריין אין די געפילען פון בחור וואס מאכט ער טאקע. און די פארשידענע אינטרעסאנטע זאכען וואס מקען דא אריינגיין. און די מיידל, זי עקזעסטירט סתם אזוי נישט אין בילד, וועם גייט אן וואס אירע חלומות זענען. שוין. סך הכל געזאגט א נקודה וואס יעדער ווייסט מיט שיינע גראמען. טאקע שיין.

אפטעמיסט » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 3:30 pm

· #242041
לעיקוואד, כ'האב געטראכט אקוראט די זעלבע, עד שדרשה בן זונה אז מ'מוז לכאורה איינזעצן אז דער מחבר איז געווען געצוימט צו געוויסע אותיות און א א צאל שורות צוליב טעכנישע סיבות.

שמעקעדיג » מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 6:22 pm

· #242050
אפטעמיסט
עד שדרשה בן זונה

😂

אפטעמיסט » דינסטאג יאנואר 6, 2015 3:37 pm

· #246337
איז יא, ווי מען האט שפעקעלירט בין איך געוויס דער וואס שטייט אונטער דעם אנטי-הייראט פאעמע "טב למיתב". ס'איז מיר אן עהרע אז כ'האב עס בכלל געמאכט צו די פיינעלס און איך פאנג אן אריינקלערן צי כ'זאל אויפטרעטן ביי איינע פון די אמעריקען איידעל אדער אמעריקע'ס גאט טעלענט שאוס. דאס איז טאקע נישט קיין מורא'דיגע קונסט פאעזיע, אבער דער אמת און אויפריכטיקייט, און דאס קוראזש פון אפטע זיך נישט צו לאזן פון די פאליטיקל קארעקטענס נאר ארויסגיין אן קיין מורא קעגן דאס הייראט צוואנג אין אונזער געזעלשאפט, האט געברענגט די רעזולטאטן. קלאפטס מיר אלע אין ריקן!

פישלע העררינג » דינסטאג יאנואר 6, 2015 4:02 pm

· #246354
זאפטיג און גוט! אפטע, ביזט פיינע נייעס! (קרעדיט: אפטעמיסט)

פישלע העררינג » דינסטאג יאנואר 6, 2015 4:03 pm

· #246356
איך גלייב נישט!!!

האסט מרמז געוועהן דיין נאמען און קיינער האט עס נישט באמערקט???!!!

ונבנתה העיר » דינסטאג יאנואר 6, 2015 4:11 pm

· #246360
אפטעמיסט
לעיקוואד, כ'האב געטראכט אקוראט די זעלבע, עד שדרשה בן זונה אז מ'מוז לכאורה איינזעצן אז דער מחבר איז געווען געצוימט צו געוויסע אותיות און א א צאל שורות צוליב טעכנישע סיבות.

אפטעמיסט » דינסטאג יאנואר 6, 2015 4:14 pm

· #246363
יא יא, דער עולם איז געווען פארנומען לערנען. נישט צוגעלייגט קיין קאפ.

לית דין בר נש » דינסטאג יאנואר 6, 2015 4:46 pm

· #246386
אפטעמיסט
מיר זעט עס אויס ווי לית דין בר נש'ס סחורה

איי לאוו יו