☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שושנים #13: נר לכל אחד ואחד...

שושנים #13: נר לכל אחד ואחד...

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7950

איך אויך » מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 9:35 pm

· #242077
שושנים #13: נר לכל אחד ואחד...

פאזיע איך קענישט
פארוואס זאל איך זיין פאנישט
כאטשיג לאטקעס עס איך און באקום הארצברעניש
ענדערש אייערקוכל געפילטע פיש און קרעמיש
סתם א אויגן פארבלענדעניש
און מאכט די צומישטע מער צומישט
סאו צואואס זאל איך זיך מאכן טעמיש
איך גיי נאך געלט געמיר צוויי רייניש
און דערנאך בינעך פינישט
באט אז דו ווילסט נישט אינישט

אלזא לאמיך דאך טרייען
כ'וועל מיך נישט לאזן שפייען
און א שטיקל בנין בויען
ווי נישט ווי קען איך קרייען
איך וועל אייך נישט דרייען די בייען
ליינטס אלע מענער און פרויען

ביז דא איז מיין הקדמה
והנה קמה נצבה אלומתי וגם קמה
ובני ישראל יוצאים ביד רמ''ה
סתם מיינען אז איך קען נישט אלמה
שלמה שלמה שלמה שלמה שלמה

וועל איך פראבירן פאזיע
אדער כאטשיג שמאזיע
לפחות טאנצן א רקידה'לע
און צובייסן א גלעזל משקה

פרייכט אייך יונג און אלט
ליינטס שושנים מיט שמאלץ
דאס וואס מיר האבן היינט וועט איר נישט האבן אלץ

איי מיין שטעטעלע ק''ש ווי איך האב מיינע יונגע יארן פארבראכט
נעמט אין אכט
זיץ און טראכט
נישט אלעמאל איז עס לייכט
די יארן דאס זייניגע ער מאכט
אמאל ווערן די אויגן אפילו פייכט

אלזא אכלו משמנים וסולת רבוכה
עסטס דאנאטס זה לזה סמוכה
נאר עס זאל זיין קריספי פרוכה

ווי קען איין מאגן אזופיל פארנעמען
הייבן זיך די אויגן ברעמען
טאקע עס טוט אכט טעג ברענען

אינדשויטס די פארטי ביים שוויגער
עס גייט שנעלער ווי מען מיינט פאראיבער


פארענטפערן דעם ב''י קשיא מ'מוז
אז נישט קען דער שווער כאפן א קריז
ער איז א הארטע לוז

פרייט אייך לכבוד דעם נס
רוקטס אריין א פרעס
אבער געדענק צו זאגן גאד בלעס

לעיקוואד » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 3:26 pm

· #242201
קיוט.

פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:37 am

· #242308
לא אמר כלום... אבער ער פראבירט כאטש!

נייס טריי: 5 כוכבים

זיס: 4 כוכבים

פאעזיע: 0 כוכבים

הודאה על האמת: 5 כוכבים

פארט מעניין לעניין שלא מאותו עניין: 5 כוכבים

אוועראלל: שמעקט שטארק אנאנים'יש, און זאגט זיך גענוי וואס ער האלט, מיט אן ענוות חן...

ישמעאל הכהן » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:45 am

· #242310
ניטאמאל ספעלן דאס ווארט 'פאעזיע' קען ער? אדער איז דאס כוכב'ס שולד?