☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שושנים #35: ביני ובינך

שושנים #35: ביני ובינך

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8003

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:08 pm

· #243235
שושנים #35: ביני ובינך

ביני ובינך
וועט מען זיך אן עצה געבן
אבער: ביני ובינך
ביז צו דער קרעטשמע, דארף מען דאך אויך לעבן...


ביני ובינך
איז עס נישט קיין שבת׳דיגער שמועס
אבער: ביני ובינך
דארף מען זיך נעמען צו דער מלאכה, גארנישט קומט נישט צופוס...


ביני ובינך
קען מיר זיך באלד זעצן צו די גמרות
אבער: ביני ובינך
אויב מ׳כאפט, איז צרות...


ביני ובינך
לאמיר רעדן צווישן פיר אויגן
אבער: ביני ובינך
כ׳ווייס נישט וואס דו ווילסט, נישט געשטויגן און נישט געפלויגן...


ביני ובינך
ער איז דאך למעשה גערעכט
אבער: ביני ובינך
ס׳איז גארנישט מיט גארנישט, א שאד מאכן דערפון א גאנץ געפעכט...

ביני ובינך
וועלמיר זיך שוין דורכקומען
אבער: ביני ובינך
רוף מיר שפעטער, כ׳בין יעצט צו פארנומען...

ר׳ איד, אויב כ׳מעג
א קשיא כ׳פרעג
צווישן מיר און דיר
״ביני ובינך״, מה היא?

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:13 pm

· #243237
געוואלדיג!!

😂 😂

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:16 pm

· #243240
ביני ובינך
דאס איז א פיין שטיקל
אבער: ביני ובינך
איז עס צוקער זיסל

דאס איז די בעסט וואס איך קען סארי

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:18 pm

· #243241
לאווווו איט.

בד"וו, ביני ובינך איז א שוואכע אינטערנעט קאנעקשען..
אבער מ'וועט זיך שוין זעהן אין מקוה.

בן תמליון » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:20 pm

· #243242
קונסטליך מיט א היימישן טעם.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:33 pm

· #243244
מעכטיג, יעדנ'ס דאס טאג טעגליך לעבן אין א פאר זאצן!

פינגער פרינטס פון קאך לעפל אלל אווער איט.

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:39 pm

· #243245
ישמעאל ווי אזוי קענסטו דאס זעהן?
קאך לעפל איז דויך געבלאקט ביי דיר.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:48 pm

· #243248
ער איז נישט א נייער שרייבער דא. כ'געדענק זיין שריפט

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:08 am

· #244511
דערמאנט מיר פון דער 'המבין יבין' שטיקל, סיי דער זעלבער געדאנק מער ווייניגער סיי דער אויסשטעל. וזכרון אחד עולה לכאן ולכאן.

לית דין בר נש » פרייטאג יאנואר 2, 2015 11:03 am

· #245330
בעל מחבר?
געשטימט פאר דעם

קינד_אן_קייט » פרייטאג יאנואר 2, 2015 3:22 pm

· #245473
גם זאת נתפייט על ידי, חן חן למבקרים ולממליצים.

הצעיר באלפי ישראל,
קא״ק