☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שושנים #34: מעשה שיהיה!

שושנים #34: מעשה שיהיה!

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8002

גימפל » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:07 pm

· #243233
שושנים #34: מעשה שיהיה!

קושיות און ספיקות
געוואלד! אובד עצות
מאחרית לראשית
פרובירט מיין געביין
געבן צו פארשטיין
איך קען נישט אנגיין

דאס הארץ טוליעט
אן ענטפער ס'גלוסט
אלץ לער און פוסט
די סטרונעס שרייען
אנגעפילט מיט ווייען
עד אין סוף זיי גייען

מצדדי ימין ושמאל
זאגן אויף איינמאל
קורה בין עיניך טול
ברורות מוכיחות
בלי שום נגיעות
שיטותינו אמיתות

טיף אין די טונקל
צאנקעט א פינקל
א ליכטיגע שטיבל
מיט חריפות ועמיקות
חקירות אדער דרישות
למצוא את האמיתות

מאמרים מ'האקט
אשכולות מ'בראקט
די גייסט צעקלאפט
מאין יבוא העזרה
ס'הערשט א הסתרה
וואס איז די מסקנה?

והנה 'למעשה' הגיע
הדרך הישר השמיע
לנפש צמאה והומיה
שטראלן פון ליכטיגקייט
חכמה מ'פארשפרייט
טון 'למעשה' מ'גייט

נישט אויסגעלייזט
פארט א טרייסט
לחופש מ'שפרייזט
לגאולה בפרטיות
ועוד ענינו נטיות
לגאולה כלליות

על ראשינו ועל כתפינו
זאגן מיר אלע הננו הננו
'למעשה' לתפארתינו
אוועקלייגן די קשיות
ס'העלפט אויף חרוסת
'למעשה' בראש חוצות!

יואב » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:44 pm

· #243246
👍 נאט אייך אן אגודל, פאר הועווער דאס איז. באמת א שיין שטיקל.

ציל איז קלאר,
שניט איז שיין;
תוכן איז וואר,
שפראך איז ריין.

מצטמק ויפה » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:51 pm

· #243250
פון די אלע למעשה ארטיקלן
גארנישט געטוען אנטוויקלן
געכאפט א דרימל
איבערגעלאזט דעם טומל

ראובן צי אן די לייצעס
זיי נישט קייו אובד עצות
פון כוכב לערן זיך אפ
א מעסיוו דזאב ער לייגט אראפ
פון די זית אפיך אביסעל פארגעס
גיי אן מיט "למעשה" און דאנ'ט מע'ס

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:56 pm

· #243253
מצטמק ויפה
געכאפט א דרימל
איבערגעלאזט דעם טומל

מצטמק על אלה אני בוכיה

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:07 am

· #244510
א שיר שבח והודיה אויף ראובן'ס למעשה סעריע דא אין קאווע שטיבל. דער ערשטער פאעזיע דא צו זיך מתייחס זיין צו דער שטיבל גופא זיך אליינס אבזערווירען. וואס לדעתי קומט זיך עם אסאך מער צו טראכטען און קאמענטירען דערויף, נאר אפשר איז שווער דער קעמל צו קראצן די אייגענע רוקן.. וועט מען מוזען ווארטען אונזערע אייניקלעך זאלן אויף אונז שרייבען מאמרים חקירות ושירים. דא עקא, עס איז נישט דא אין דער שטיקל קיין סאך מער ווי א שיין שבח צוגעשטעלט צו דעם, נישט קיין נייע אבזערוואציעס אדער עמקים. אבער טאמער דער כותב שפירט טאקע דער הכרת הטוב אז דער למעשה סעריע האט עם געראטעוועט פון פוסטע קשיות און טענות און געגעבן למעשה וואס צו טוהן, איז עס טאקע שיין און ריכטיג דאס אזוי ארויסברענגען.

גימפל » פרייטאג יאנואר 2, 2015 12:51 pm

· #245390
זה חיבור שלי, הצעיר באלפי ק"ש.

ישר כח פאר די אלע וואס האבען געשטימעט פאר דעם.

א ספעציעלע דאנק פאר @קאווע טרינקער פאר מגיה און קורא שם זיין מיין פאועם.