☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שושנים #20: דאגה בלב

שושנים #20: דאגה בלב

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7968

מצטמק ויפה » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 8:03 pm

· #242483
שושנים #20: דאגה בלב

שווער ווי א ברעט
ווי נאר איך טרעט
וואו אהין
וואס צו טוען

מיין אבידה נישטא
לא נודע כי בא
ביטער ווי זית
וועמענ'ס אחריות

זינט דער רינגל
געשפירט ווי א יונגל
פרעמד אליין
בדד ישב ווי א שטיין

אויך זוכה צו מיתה
נישטא דער חברותא
אויף שווארצע ברעקלעך זיצן
אויערן אויסצושפיצן

בלאזן דעם רויך
אויסקלארן דעם מוח
אויך נישט בנמצא
נאר ווי א מצורע

אן אוידיענץ
קיין דיפרענץ
באישון לילה
ווען אפילה

הינטער דיר
פארשפאר דעם טיר
א ווידער-קול הערן
זאלץ זיך מערן

ליידיג עס אויס
געב ארויס
לאז גארנישט איבער
מיש אריבער

עפעס געהערט?
וואס ווערד
שוין איינמאל א געווינס
נשתנה צורה א קונסט

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 8:04 pm

· #242484
גרוש?

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:23 pm

· #242540
שטארק! ליינט זיך ווי א ניגון און טראכט זיך ווי א קינה.

אפטעמיסט » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:40 pm

· #242541
אל בעל הקינה
תשובתי,
עולם הפוך —
ראיתי.

דער וואס
פארהייראט איז,
שרייט, גאט!
ארויס מ'מוז.

און דער וואס
אליין אידאך,
שרייט, גאט!
כ'ברויך א שידוך.

נו, אולי מאכסטע
א מקח מיט מיר,
לאמיר פשוט
ט-ו-י-ש-ן ש-י-ך!

יואב » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:43 pm

· #242542
וואוו! איי לאוו דיס!

מנחם » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:57 pm

· #242549
כפי הנראה, איז דער בעל הקינה פארהייראט און ער קלאגט אויף זיין א.ג. אבידה וואס ער האט געפונען נאך לאנגע יארן.
זינט דעם קידושין רינגל שפירט ער מער איינזאם ווי בעפאר, נישטא מער די חברותא מיט וועם צו שטיפן איבער די גמרא, קיין ציגערעטל קען ער שוין אויך נישט כאפן. דאס איינציגסטע וואס קלינגט אים אין אויער איז די פראזן ווי "שפאר צו די טיר" "ליידיג אויס די מיסט" וכו'.
ער ענדיגט צו אז דאס איינציגסטע קונסט פונעם גאנצן געשעפט איז ער איז נשתנה צורה.

#שטארק

לית דין בר נש » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 12:49 pm

· #242662
אפטעמיסט

דער וואס
פארהייראט איז,
שרייט, גאט!
ארויס מ'מוז.

נו, אולי מאכסטע
א מקח מיט מיר,
לאמיר פשוט
ט-ו-י-ש-ן ש-י-ך!

און וואס וועט זיין מיט א גלעט אויפן בארדע?

אפטעמיסט » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:13 pm

· #242668
פרעגסט דאך גוט, זעט אויס אז טאקע דערפאר האב איך ביז היינט נישט געטוישט.

כוכב » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 10:00 am

· #243993
ליינט דעם שיינעם ביאור.

די מחבר וויל נישט דא ארויסברענגען זיין אייגענע דאגה בלב. נאר ער רעדט צו דעם באטראפענער וואס האט נעבעך דעם דאגה בלב זאל עס זיין סיי וואס, אבער עס פעלט איהם נעבעך די ישחינה לאחרים, ער האט נעבעך נישט צו וועם צו רעדן. זיין אבידה ( די גמרא שטעלט צו א ווייב צו אן אבידה, דרכו של איש לחזור אחר אבידתו וכו' ) איז איהם ליידער נישט צום הארצ'ן, און שוין פון די ערשטע מינוט ביים געבן די קידושין רינגל זענען שוין זאכן נישט געווען איי איי איי מיט איר, ממילא זיך אויסרעדן פונקט פאר איר, מאן דכר שמיה?

ווידער האט ער אויך זוכה געווען צו מיתה מיט דעם וואס ער האט נישט קיין גוטע חבר ( או חברותא או...... ) צו וועם צו רעדן איבער א גלעזעל קאווע אדער ציגארעטעל. נו וואס זאל ער טוען צו וועם זאל ער גיין?!

אויף דעם קומט דער מחבר און זאגט: זארג נישט מיין קינד עס איז דא איינער וואס וועט דיר שטענדיג אויסהערן אונזער גרויסע טאטע אין הימל, דארפסט נישט קיין אודיענץ, נישט קיין חילוק ווען וואס אדער וואו, די גיסט דיך אויס גיס זאלץ(טרערען), פון איהם דארפסטו זיך נישט שעמען געב אלעס ארויס און וועסט זיך שפירן א נייע מענטש....

לעיקוואד » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:21 am

· #244220
יא, הגם דער ביאור וואס כוכב ברענגט איז שווער דער פאעם דערמאנט בכלל נישט שם שמים, קען דאך זיין ער רעדט זיך אויס צו'ם וואנט..

צו'ם סוף עפעס געהערט? -ער הערט טאקע נישט צוריק פון וואנט/ גאט, אבער למאי נפקא מינה, דער מטרה איז דען זיכען תירוצים, אז ער איז נשתנה צורה דאס איז א גרעסערע קונץ.