שושנים #3: א גוט ווארט
טינקל שווארץ
רוישיגע כוואליעס פון ים
א שטיין אויפ'ן הארץ
שטייט אזוי איינזאם
גרויע וואלקענעס שוועבן
פייפט א שטורעם ווינט
שווערע קרעכצן געבן
ווי א פארלוירן קינד
די לבנה אזוי בלאס
העולם חשוך בעדו
א פחד צו גיין אין גאס
פארקלעמט ער איז אזוי
פארטרערט
ער ווערט
פארשווערט
דאס הארץ אייטערט
א גוטע פריינט
זיך באווייזט
א גוט ווארט בא'חנ'ט
אים ער שפייזט
וואס מאכסטו
וויאזוי פילסטו
וואס טוסטו
וויאזוי שפירסטו
וואס ער פארמאגט
אים געגעבן
א גוט ווארט געזאגט
אים אויפצולעבן
א גוטן טאג
א גוטע נאכט
געגעבן א זאג
צוזאמען געלאכט
מחיה מתים געווען
די נשמה בלי גוף
צער שוין נישט געזען
כחלום יעוף
די גרויע וואלקענעס
זיך צושפרייט אנגענעם
רוישיגע כוואליעס
געווארן באקוועם
פונעם ווינט דעם שטורעם
אן אנגענעם בלאזל
קרעכצן דעם שווערן
שטיל ווי א האזל
די לבנה מיט פראכט
באשיינט די נאכט
די שטיין פון הארץ
שוין נישט אזוי שווארץ
זרח בחושך אור
עס איז אים א שפאס
פארגעסן פון זיין טרויער
ער גייט אליין אין גאס
ווי א זארגלאז קינד
אן קיין פלאג
לויפט געשווינד
צו א צווייטן געבן א זאג
א גוט ווארט
יענעם שענקען
איז אן "ארט"
מ'וועט אלעמאל געדענקען
אינעם הארץ דארט
ס'וועט אלעמאל בענקען
א מעדיצין א סארט
אלע וואונדן אפשווענקען
איינער פאריאגט
א צווייטער פארפלאגט
א גוט ווארט געזאגט
געמאכט יענעם'ס טאג
*
פונעם וועג דעם אידיש
איינער טוט גליטשן
מיט א ווארט א חידוש
א גוט ווארט דערפרישן
א צרה באטראפן
ער איז אין פיין
א גוט ווארט די וואפן
אים צו משמח זיין
איינער ח"ו קראנק
צו סתם א בעד מאד
גיב אים דיין געשאנק
א גוט ווארט גראד
די וועלט איז א בריק
דיין ווארט איז די שטריק
פאר'ן רעדן קוק
מיט א ריכטיגן בליק
די שטריק נישט צופליק
ער זאל קענען קומען צוריק
א ווארט לאזט אן אפדרוק
קען מאכן אן אומגליק
נאר א גוט ווארט שיק
ס'איז די בעסטע טאקטיק
צו מאכן דעם שטריק
זייער זייער דיק
א גוט ווארט געגעבן
נישט נאר דאס ווארט
נאר א שטיק לעבן
געשאנקען אויפן ארט