שושנים #21: ערבוביא!
שפאציר
פאנטאזיר
שפעקוליר
דמיונות
חלומות
פתרונות
אה מחיה!
*
פאנאראמע
כוואליע
פאוואליע
ביימער
וועלדער
פעלדער
א רואיגקייט!
*
שטיינער
ביינער
קיינער
הייזקל
בודקל
אינדזל
בררר... וויסטקייט!
*
לופטל
געבעקסל
געוויקסל
פארגעבן
פארברענגען
פארמעגן
הממממ.... געשמאקייט!
*
נעכטן
געפעכטן
פאררעכטן
פארהוילן
פארלוירן
פארפרוירן
חושך!
*
מארגן
פארבארגן
אנע-זארגן
הצלחה
ברכה
הרווחה
אור!
*
היינט
פריינט
פיינט
רעאליטעט
פארקלעבט
פארזעט
ערבוביא!
פיינעלי האט
@כוכב אריינגעשיקט זיין אייגענס!
זייער א גוטע דזשאב! הערליך...
דאס באלאנגט נישט אינעם נאר איין ווארט אשכול...? הערליך שוין... כוכב זאגסטו?
Wow! מייסטערהאפטיגע שטיקל. אזוי ווייניג טינט און אזויפיל מחשבה. איי גאו נאטס פאר די בילדער עס פארבט.
שיין. אין נאטור איז א מחיה, ביי די וואסער רוהיג, אין וואלט וויסט, ביים לחיים געשמאק, נעכטן חושך, מארגען אור, און נאר היינט איז אן ערבוביא. אינטרעסאנט.
איך האב געשטימט פאר ערבוביא. קורץ, צום פוינט וואס געבן פירות פון מחשבה און בילדער פון נאטור. זייער טאלאנטפול!
און ווער איז דער מחבר פון אט דעם שיינעם ווערק?
אה, נישט באמערקט.
גיי ווייס ווער דאס איז, ס'טוט זיך דא אן ערבוביא מיט די ניקים.