☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שושנים #5: הארץ צווייפלענישן

שושנים #5: הארץ צווייפלענישן

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7935

מאטי » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:16 am

· #241673
שושנים #5: הארץ צווייפלענישן
מיין הארץ פארקלעמט פון זיך ספק'ן.
איראניש, ספק'ט זי אויך איר עקזיסטענץ זעלבסט.
קאלטע סייענטיסטן זיי לאכן פון איר.
ווארימע פילאזאפן זיי פלעגן איר.

ווער דען איז פארקלעמט, איך פרעג דעם סייענטיסט.
מיט קאלטע אויגן זיי קוקן מיר אן.
דיינע נירן יא דען א מיינונג זיי האבן ?

דיין מסורה טראך אוועק, זיי זאגן.
אלעס אלעגאריש, געשריבן פון אמאל.

צו געוועלטיגן איבער קלענערע, חזיונות פארעהרט.

אבער ...
א הארץ איז פארט א הארץ.

ס'גלוסט מיר א ווארימע מאמע'שע גלעט.
א בריווכלע זי שרייבט א מאמע.
ווארימע סטרונעס זי ברענגט ארויף
מעבר לים ווייט ווייט איך וויל זי שפירן.
ווייל א הארץ איז פארט א הארץ.

שכינה מה אומרת קלני מראשי.
א פארטרערטע די מאמע, פון דער אנדערער זייט וואסער.
וואו געפינסטו זיך מיין קינד, איך שפיר א ווייטקייט
בנים אתם לה' אלקיכם איך ענטפער.
דאס בין איך דיין קינד מאמע'שע.
א טוליע אין הארצן ערוועקט.

דאס עקספערימענטירט זיך נישט אין קיין מעבדה.
דאס גייט איבער אפשר נאך שנעלער ווי ליכט אליין.
דו הערסט דאוקינס.

א הארץ איז פארט א הארץ.

אפטעמיסט » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:23 am

· #241674
אנהייב פאעזיע האב איך געמיינט @פארוואס? איז דער פארפאסער, קומענדיג מער צום ענדע בין איך אבער איבערצייגט אז ס'איז מעשיו ידו להתפאר פון נישט קיין אנדערער ווי ר' @נאר„פרייליך...

דזאסט קידינג, ווער קען עס טאקע זיין? זייער שיינע פאעזיע.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:29 am

· #241675
הערליך שיין. מיין הארץ זאגט מיר איחוד פעלד. מיין שכל האט אבער נישט א clue.

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:35 am

· #241678
הפלא'דיגע איינפאל! אפילו ביי די וואס מוח איז שליט על הלב - א הארץ איז אבער פארט א הארץ!

[פון 1 (די ווייניגסטע) ביז 5 (די מערסטע) כוכבים]

טיפקייט: 2 כוכבים

קונסט: 1 כוכב

ווערטער שפיל: 3 כוכבים

אריגענעלקייט: 5 כוכבים

אטענטיש: 5 כוכבים

אוועראלל: א הערליכע מוסר פארציע פאר די חכמי השטיבל...

ברסלבער » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:18 am

· #241698
הערליך שיין! דברים היוצאים מן הלב ונכנסין אל הלב.

מאטי » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:56 pm

· #241801
שעפערישע געדאנק, טיפע נקודה, דאס הארץ צווייפלט אויב ס'איז פארהאן א הארץ.... אבער אביסל צו קורץ..

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:05 pm

· #241889
טיף, רירנד און פאעטיש. פון די איינציגסטע פאעזיעס אין דעם פארמעסט, דערווייל.

לעיקוואד » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:10 am

· #241949
אקעי, די מעסעדזש זעהט מיר דא אויס גובר צו זיין אויף די ארט, און דאס איז א מעסעדזש מיט וואס איך האב טיפע פראבלעמען, ממילא וועגט דאס אביסעל איבער וואס איך וויל זאגען איבער דער פיוט אויך. לעולם פאדערט דאס א גרויס אריכות, און איז זייער ניאונסד, אבער איך האב נישט ליב קיין אידישקייט וואס לעבט נאר אויף לב שליט על המוח. ווי כאילו לעולם וואלטען מיר געהאט כוח וואלטן מיר געווען קאלטע נירען פון סייענטיסעטן, נאר א מענטש איז א מענטש א הארץ איז א הארץ און די נאסטאלגיע אדער די ביקוש פאר א מאמע'ס קוש האלט עם ביי גאט. עפעס אזא מין מהלך אז אידישקייט איז פאר אזוינע געפילישע סארט וואס ווערן איבערגענומען פון די געפילען און קענען נישט טראכטן גלייך. וואס זאל איך טוהן דאס רעדט נישט צו מיין הארץ..

איך זעה נישט ער זאל מתאר זיין עקסטער דער קאנפליקט וואס קען זיין ביי די סארט נושא, וואס וואלט געגעבן כאטש א ארטיסטישע ערך דערצו, הגם ידידי @יאיר בארימט עפעס גאר שטארק די פאעטרי, ולא זכיתי. ממילא ווייסיך נישט.

יאיר » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 2:54 pm

· #242191
לעיקוואוד, דער פאעם דייט נישט אן אז געפילן איז עפעס א שוואכקייט וואס באהערשט דעם מוח, דאס זענען דיינע אייגענע הוספות. געפילן זענען פונקט אזוי לעגיטים ווי יעדער אנדערער פונקציע פון דעם מענטש, און טאמער אונזער פאעט פילט אז מיט זיין מוח האט ער נישט קיין קשר מיט אידישקייט נאר מיט די געפילן, איז זיין אידישקייט פונקט אזוי שטארק און לעגיטים ווי דעם רמב"ם'ס אידישקייט.
אויסער דעם, לויט ווי איך פארשטיי דעם פאעם מיינט ער לאו דוקא צו זאגן אז די געפילן דערהאלטן אים ביי אמונה, נאר ענדערש אז קאלטע אטעאיזם אדרעסירט בכלל נישט די רעליגיעזע עקספיריענסעס וואס די מאמינים פארמאגן.

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:34 am

· #242865
יאיר
געפילן זענען פונקט אזוי לעגיטים ווי יעדער אנדערער פונקציע פון דעם מענטש, און טאמער אונזער פאעט פילט אז מיט זיין מוח האט ער נישט קיין קשר מיט אידישקייט נאר מיט די געפילן, איז זיין אידישקייט פונקט אזוי שטארק און לעגיטים ווי דעם רמב"ם'ס אידישקייט.
.

כמדומה לי שזו הגזמה רבתי גם לדעתך. שטייצעך ווענדט זיך וואס דו רופסט "אידישקייט" ולמאי נפקא מינה. ויש להאריך ולא באתי אלא להעיר.

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:54 pm

· #244806
ליינט די וואונדערליכע פאעזיע פון @מאטי