שושנים #8: ימי בינה
49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7941
שושנים #8: ימי בינה
בינו בוערים בעם
יאורים אדומים מדם
חרוכי חמה בני חם
ויעקב איש תם!
והיה אם בִּין הכות
הטרם תדע לחכות
שבלים בלעו הדקות
ועיני לא"ה רכות!
בינה יתירה ניתנה
סיני משם ירדה שיטנה
בבת מלכים חיתנה
והנה תומים בביטנה!
ימי בינה ימי שמונה
מתמול שלשום שונא
כ"ד שעות העונה
והוא בן אש"ה זונה!
הבינה והברכה לח"י
התנבא כשואג מלאכי
אנכי מבקש את אחי
איך יכחיש את החי?!
אמרי בינה מכמורש ציר
כחלמיש כן הצור
תלתין ותלת וחדא בציר
והכרתי עזוב ועצור!
יאורים אדומים מדם
ס'איז אפילו יאיר'ר פון יאיר..
לדעתי לדעתי קען מען צעדרייט ווערן פון די פאעטישקייט פון יעדער שורה באזונדער. ממש חידושים נפלאים און אלץ אויף א הויכע און עלעקוואנטע נאראטיוו מיט רמזים און מליצות נפלאים.
מאטייאורים אדומים מדם
ס'איז אפילו יאיר'ר פון יאיר..
סהדי במרומים מיינע הענט זענען ריין פון דעם קונצליכן שיר. ולא עוד אלא רוב פון די מליצות פארשטיי איך נישט.
WOW! 👍
בתים משוקלים: 5 כוכבים
לשון הקודש צחה: 5 כוכבים
חרוזים בלתי לחוצים: 5 כוכבים
עמקות: 5 כוכבים
אינהאלט: 5 כוכבים
געדאנק: 5 כוכבים
אוועראלל: דערווייל נישט אזוי פארשטענדליך, אבער זעהט אויס פראפעסיאנאל.
אזוי ווי מיט "שושנים # 1" וועל איך באלד פראבירן שרייבן א שטיקל ביאור הנלענ"ד.
פישלע העררינג
הקדמה: מען ברויך פארשטיין אז טעג זענען באגרעניצט צו א צייט (ימי בינה...) און וואס איז באשערט פאר איין טאג קען נתהפך ווערן מארגען לטובה ולברכה.
בינו בוערים בעם
יאורים אדומים מדם
חרוכי חמה בני חם
ויעקב איש תם!
פארשטייטס, אומוויסענדע פון פאלק [אז צו אלעס קומט אן ענדע]
טייכן רויט פון בלוט [זענען צוריק געווארן קלאר מיט די צייט]
די שווארצע בני חם [זענען לבסוף אויסגעלייזט געווארן פון קנעכטשאפט]
און יעקב איז ארויס גאנץ [נאכ'ן ווערן פאריאגט פון עשו און לבן]
והיה אם בין הכות
הטרם תדע לחכות
שבלים בלעו הדקות
ועיני לא"ה רכות!
אפילו ווען איינעם איז נגזר געווארן שלעק
זאל ער זיך לערנען עס אויסציווארטן
אזוי ווי די מאגערע שבלים [זענען זאט געווארן] וועלכע האבן איינגעשלינגן די זאנגן
און לא"ה*) מיט די פארוויינטע אויגן [האט לבסוף חתונה געהאט מיט יעקב]
___
*) לא"ה = ל"ו נרות חנוכה, לרמז שגם נס חנוכה היה באופן זה
בינה יתירה ניתנה
סיני משם ירדה שיטנה
בבת מלכים חיתנה
והנה תומים בביטנה!
צו קלוג ברענגט טאקע מכאוב אבער מיט בינה יתירה קען מען בייקומען אסאך
זינט מתן תורה האבן אונז די פעלקער פיינט
אבער מיר האבן גוט חתונה געהאט
און מיר זענען זוכה לשתי עולמות
איך האב נישט קיין נערוון אויף מער מפרש צו זיין.
מאסיוו!!!
פישעל'ע איך ווער משוגע פאר דיר. דו דעשיפרירסט דאס באהאלטענע ווי א זקן ממרא.
אקעי, לאמיר ווייטער מפרש זיין, כיד הפאנטאזיע עלי לטובה...
כוכב
ימי בינה ימי שמונה
מתמול שלשום שונא
כ"ד שעות העונה
והוא בן אש"ה זונה!
אין דעם אליינס אז דער יום טוב איז גאנצע אכט טעג ברויך מען זיך אויך מתבונן זיין
ווייל צוליב שה"י ופה"י האט מען אונז פון אייביג פיינט געהאט
אבער א פארפייניגטע טאג ["עונה" לשון נופל על לשון] קומט אלץ צו אן ענדע
אין זכות פון די יום טוב'דיגע קרבנות [אִשֵׁהּ] וועלכע ברענגען השפעות טובות
הבינה והברכה לח"י *)
התנבא כשואג מלאכי
אנכי מבקש את אחי
איך יכחיש את החי?!
אויב טוהט מען זיך אזוי מתבונן זיין זעהט מען איין אז דאס לעבן איז באמת א ברכה
אזוי ווי דער נביא מלאכי זאגט אין פרק ב' אז אויב מען איז נישט שם על לב ווערן די ברכות אפגעטייטשט ווי קללות - וְאָרוֹתִי אֶת בִּרְכוֹתֵיכֶם וְגַם אָרוֹתִיהָ כִּי אֵינְכֶם שָׂמִים עַל לֵב
יוסף האט געמיינט אז ביים זוכן די ברודער האט זיין פיטום אנגעהויבן גיין אראפ [דערווייל דארט האט אנגעהויבן די צמיחת גאולת מצרים]
ווי קען זיך א מענטש פארלייקענען א הזדמנות צו לעבן א גוט לעבן?!
___
*) לח"י איז בגימטריא מ"ח, לרמז אז א מענטשס גאנצע מח און געדאנקען-גאנג ווערט געבענטש און נארמאלעזירט פון אזוי טראכטן
אמרי בינה מכמורש ציר
כחלמיש כן הצור
תלתין ותלת וחדא בציר
והכרתי עזוב ועצור!
[אפילו אויב האלט מען נאכנישט דערביי למעשה] איז אבער רעדן פון דעם קלוגע יסוד אזוי ווי פאר אן ארימאן [כמו-רש] זאפט פון פיש/פלייש [ער ערלויבט זיך נישט מער ווי דעס אבער ער האט כאטש דער טעם אין מויל]
און אזוי ווי דער שטיין האט באוויזן מהפך צו זיין סדרי בראשית און געבן וואסער, אזוי זאל דער באשעפער - הצור תמים פעלו - פאר אזא איינעם מהפך זיין אלעס לטובה
אזוי בעט איך מיט'ן גאנצע הארץ [33 מינוס 1 איז ל"ב]
און איינמאהל פאר אלעמאל זאל פארשניטן ווערן די עזובת בת ציון און די עצירות אוצרות השמים!
שוין, דער מחבר גייט מיך שחט'ען פאר'ן דערהרג'ענען זיין פיוט...
פיינעלי עפעס ריכטיגע פאעזיע!
עס געפונען זיך גאונים צווישן אונז, איך האב אויך גלייך חושד געווען @יאיר, נו אז ער לייקנט שטיין און ביין מוז איך אים גלייבן.
כ'בין מוראדיג נייגעריג ווער דער גאונישער פייטן איז, העט מען מוזן ווארטן ביז נאכן פארמעסט.
ונבנתה העיר, הערשי איז אויף מיין קורצע ליסטע.
אויב איז עס טאקע
@יאיר, האט ער עס מרמז געוועהן אין "
יאורים". ווידער,
@הערשי האט געהאט א ברירה זיך מרמז צו זיין אין "
אדומים מדם" וואס דער בלוט אשכול איז זיין הויכפונקט אשכול, אבער הערשי קען לכאורה
בעסער ווי דעס.
מחזורים עם פי' "דג על דק" אין אידיש, וועט זיין צו באקומען אין אלע ספרים געשעפטן תיכף נאך חנוכה.
וואו, דאס איז ריין גאונות. די דאזיגע פאעמע קריגט מיין שטימע אלס א געווינער – דערווייל.
איך וואלט אויך געזאגט יאיר, הערשי אדער ונבנתה, מ'קען אבער קיינמאל וויסן וואספארא טאלאנטן ס'דרייען זיך דא אונטערן פוס.
הערשי גראדע האט אן אנדערן סטיל אביסל. מעררוועדיג איבער די פאנקטשועישן.
מאטיפישעל'ע איך ווער משוגע פאר דיר. דו דעשיפרירסט דאס באהאלטענע ווי א זקן ממרא.
די שאלה איז אויב איז מעגליך אז איינער וואס איז נישט דער מחבר אליינס וואס האט אריינגעלייגט די כוונות וואלט עס בכלל געקענט צוטרעפן עס זאל אזוי גוט שטומען ביז די לעצטע שטרעכלע.
וואס זאגט איר?
אפשר זאל א צווייטער שרייבען אן אנדערע פירוש אויף די גאנצער שיר זאל מען זעהן. איך האב גראדע עטליכע שטיקלעך פארשטאנען אנדערש פון פישעלע, אפשר זאל איך פראבירען?
לעיקוואדמאטיפישעל'ע איך ווער משוגע פאר דיר. דו דעשיפרירסט דאס באהאלטענע ווי א זקן ממרא.
די שאלה איז אויב איז מעגליך אז איינער וואס איז נישט דער מחבר אליינס וואס האט אריינגעלייגט די כוונות וואלט עס בכלל געקענט צוטרעפן עס זאל אזוי גוט שטומען ביז די לעצטע שטרעכלע.
וואס זאגט איר?
אפשר זאל א צווייטער שרייבען אן אנדערע פירוש אויף די גאנצער שיר זאל מען זעהן. איך האב גראדע עטליכע שטיקלעך פארשטאנען אנדערש פון פישעלע, אפשר זאל איך פראבירען?
@לעיקוואד, איך האב אויך געשריבן אויף שושנים 1 און אויף שושנים 9. דא האב איך געשריבן אויף די גאנצע צוליב די קלארע און ריינע אויסשפראך.
שוין א בעל כשרון ביזטו זיכער.. צו דו ביסט דער מחבר איז א ספק.. איך וועל באלד צושרייבען מיינע פירושים דא.
לעיקוואדשוין א בעל כשרון ביזטו זיכער.. צו דו ביסט דער מחבר איז א ספק.. איך וועל באלד צושרייבען מיינע פירושים דא.
ווען יעדער מפרש ש"ס וואלט געוועהן ראוי צו זיין רב אשי...
איז אזוי, עס איז געווארען דא א שטיקל חיבור פון פיוטים מיט חידות, דער עולם דא מיינט אז א פיוט מוז זיין אזא חידה פול מיט רמזים וואס מדארף פותר זיין א שטיקל צו א שטיקל זעהן וואס מרעדט זיך. לעולם ווענט זיך דאך וויאזוי דער מחבר האט עס געשריבען, למשל דער קליר שרייבט טאקע זיינע פיוטים אזוי, בשעת אנדערע שרייבען בעיקר שיין ארויסגעבן הרגשים בדרך שיר ופיוט און נישט אזוי מיט דברי חידות (למשל דער גוטע ווארט פון דער פארמעסט און אנדערע)
עכ"פ, איך האב פארשטאנען דער פיוט אינגאנצן אנדערש פון פישעלע, וועל איך אויסרעדן. איך טראכט אביסעל אנדערש פון עם איך האב נישט קיין פשט מיט רמז אויף יעדער ווארט, איך פראביר ענדערש פארשטיין בכללות דער שיר פון וואס עס רעדט זיך. איז קען זיין געוויסע ווערטער וועלן בלייבען בלי פירוש איך ווייס נישט אדער אפשר ווייסט דער מחבר אויך נישט.
לדמיוני איז דאס א שיר מחאה וועגן דעם וואס אידען און בכלל מענטשען גייט נישט אן די ראסיסטישע רציחות וואס פאליציי האבען ערמערדערט פון די שווארצע המכונים לפעמים בני חם.
בינו בוערים בעם
יאורים אדומים מדם
חרוכי חמה בני חם
ויעקב איש תם!
דא שרייט ער אויף די טיפשים פון פאלק (אידען) וואס קוקען זיך נישט אום אויף טייכען בלוט פון די שווארצע בני חם, און דער יעקב ער מאכט זיך אזוי תמימות'דיג כאילו עם איז דאס נישט נוגע.
והיה אם בין הכות
הטרם תדע לחכות
שבלים בלעו הדקות
ועיני לא"ה רכות!
דער שטיקל רעדט צו דער פאליציי און זאגט עם, יא טאקע אמאל דארף מען שלאגען, והיה אם בן הכות הרשע, קענסט אבער נישט פארשטיין ווארטען א מינוט צוויי, דערווייל די שבלים די פעסטע פאליציי שלינגען איין דארע שוואכע, און מען וויינט אויף דעם.
בינה יתירה ניתנה
סיני משם ירדה שיטנה
בבת מלכים חיתנה
והנה תומים בביטנה!
דא רעדט ער צו די אידען וואס האלטן זיך טאקע קלוגער פון די גוים, און ירדה שנאה, זיי זאלן אבער וויסען אז די חלק הרע איז אויך נולד געווארען פון דער זעלבער בטן.
וויייטער נלאיתי לפרש כל מילה, די נקודה איז ער טענה'ט פאר די חכמים וואס זענען טאקע בבינה יתירה, פארוואס פעלט זיי הארץ צו פארשטיין, אז יעדער מענטש קומט זיך לעבן, און מדארף שוקל זיין באריכות אז מאיז מזלזל אין איינעמ'ס לעבן נישט קאלטערהייט און שנעלערהייט הרגנ'ען און נישט רחמנות האבען.
פשיהא! וואונדערבאר! איך ציה צוריק מיין אייגן ביאור און טרעט אפ לכבודך! דיין פשט איז לכאורה די ריכטיגע. אזוי סימפל און רייך.
קען אבער זיין אז דאס מיינט טאקע ריכטיגע פאעזיא. א שטיקל פיוט וואס לאזט זיך טראגן א שלל פון פירושים. אזוי ווי א מאלעריי.
פיור דזשיניעס, די סגנון פונעם פיוט, און דער אינהאלט לויט לעיקוואוד'ס פירוש.
#מתוקמדבש
#phenomenal
פישל'ע העררינג
קען אבער זיין אז דאס מיינט טאקע ריכטיגע פאעזיא. א שטיקל פיוט וואס לאזט זיך טראגן א שלל פון פירושים. אזוי ווי א מאלעריי.
יא, דאס איז דער גאנצער פאן דא, מ'זאל ווייזען ווי שיין מקען מפרש זיין ווערטער בכל מיני אופנים, הלא כה דברי כאש..אזוי לערנט מען זיך אויכעט וויאזוי מען ארבעט מיט ווערטער און די משמעות זייערע, און וויאזוי עס ארבעט טאקע שרייבעריי מיט פייטנות. איך האף אויף נאך פאעמעס וועט מען זעהן אזוי פארשידענע פירושים זה אומר בכה וזה אומר בכה.
איך האב עס פארשטאנען צו דעם אפעקט.
זיצט זיך א תמימות׳דיגע בחור׳ל אין ישיבה=דער יעקב איש תם.
א וואוילע מיידעלע אין שולע, ווייסט ניטאמאל אויף וואס צו האפן, פארוויינט איבערן סידור׳ל.
קוים זיי צוויי חתונה געהאט און שוין ״והנה תואמים בבטנה״.
ניטאמאל ווייסט מען אויב מ׳גייט זיך ליבן, און שוין איז מען אייגעזעקלט...
איך בין נישט שולדיג אז צום סוף פארט ער אוועק פון מיין פשט...
כמיין אז ער איז מרמז טיפע רמזים אויף דעם ענין פון נישט אנעמען קינדער און מוסדות און בחורים ישיבות וכו" הגם ס'שטימט מיר נישט יעדעס ווארט
כוכב
בינו בוערים בעם
יאורים אדומים מדם
חרוכי חמה בני חם
ויעקב איש תם!
בוערים א כינוי אויף די קנאים און פרומע וואס ברענען כאילו פאר יידיש קייט, אבער יאורים וכו, זיי האבען שוין פארגאסען אסאך בלוט ויעקב איש תם, זיי שטעלן אן א פנים ווי א תם אז איינער וואס איז נישט פונקט געשניטען נעמט אוועק פון דעם יעקב איש תם
והיה אם בין הכות
הטרם תדע לחכות
שבלים בלעו הדקות
ועיני לא"ה רכות!
מען פייניגט די קינדער אויס פאר גארנישט, שבלים וכו איז די מנהלי המוסדות ועיני וכו לכאורה א כינוי אויף די מאמעס וואס זייערע אויגען זענען אויסגעוויינט
בינה יתירה ניתנה
סיני משם ירדה שיטנה
בבת מלכים חיתנה
והנה תומים בביטנה!
ימי בינה ימי שמונה
מתמול שלשום שונא
כ"ד שעות העונה
והוא בן אש"ה זונה!
ברענגט ער ארויס אז מען האט די קינדער פייט, און מען איז מרחק מיטן זאגען הוא בן אש"ה זונה
הבינה והברכה לח"י
התנבא כשואג מלאכי
אנכי מבקש את אחי
איך יכחיש את החי?!
דא שרייט ער אז שפעטער זוכט מען די קינדער, וויזאוי לייקענט מען די פאקט אז עס פאלען נאר שטיקער פון דעם מהלך טוט גארנישט אויף נאר אדרבה
אמרי בינה מכמורש ציר
כחלמיש כן הצור
תלתין ותלת וחדא בציר
והכרתי עזוב ועצור!
@אחד העם, עפעס זאגסטו. לו יהא כדבריך פעלט נאך אביסל פיינ-טונינג, אבער ס'מאכט סענס.
Wow!! אזויפיל שיינע פירושים אויף איין איינציגע פאעזיע פון קורצע שורות מיט קלארע ווערטער!...
פישל'ע העררינג@אחד העם, עפעס זאגסטו. לו יהא כדבריך פעלט נאך אביסל פיינ-טונינג, אבער ס'מאכט סענס.
Wow!! אזויפיל שיינע פירושים אויף איין איינציגע פאעזיע פון קורצע שורות מיט קלארע ווערטער!...
איך האף שפעטער מער מסביר זיין,
לדעתי רעדט די פאעמע פון די לעצטיגע פאליציי מארדן איבער שווארצע, וכדרך שפירש לעיקוואוד.
כ'וואלט געוואלט בעטן די 29 וויילער, אויב ס'איז נישט צו א גרויסע טרחה, וכדי לזכות עולם גולם, אויב ס'וואלט מעגליך געווען צו ערקלערן די לעצטע צוויי דריטלען. למשל וואס טייטש "מכמורש ציר", וואס אנדייטן די גענזן פיס, די נומערן, וכדו'.
אז 29 האבן געוויילט, זענען לכאורה דא דאפלט וועלכע פארשטיין. איז אחד משישים קען מיר זיכער טון א חסד.
יישר כח מראש.
איך בין שאקירט אז די פאעזיע איז נישט א פיינעליסט.
די אלע ווערטער האבן א ביאור לויט מיין אפטייטש, כמבואר למעלה בביאורי.
מכמו-רש איז א נייע ווארט, א צאמשטעל פון "ענדליך צו אן ארעמאן". לא"ה איז 36. אש"ה איז באמת אִשֵׁה/א פייעראפפער.
גוגל ווייסט טאקע נישט פון דער ווארט אויזער דא אין שטיבל. א פלא.
<a class="postlink" href="https://www.google.com/webhp?sourceid=chrome-instant&ion=1&espv=2&ie=UTF-8#sourceid=chrome-psyapi2&ie=UTF-8&q=%D7%9E%D7%9B%D7%9E%D7%95%D7%A8%D7%A9">https://www.google.com/webhp?sourceid=c ... 7%A8%D7%A9</a>
פישל'ע העררינגדי אלע ווערטער האבן א ביאור לויט מיין אפטייטש, כמבואר למעלה בביאורי.
מכמו-רש איז א נייע ווארט, א צאמשטעל פון "ענדליך צו אן ארעמאן". לא"ה איז 36. אש"ה איז באמת אִשֵׁה/א פייעראפפער.
וואלט דאך געווען גענוג כמורש. וואס איז די איבריגע מ'? אפשר ווייל די מ' איז מרמז אויף 40.
אפילו דער תלמיד חכם וואס באהאלט זיך אין מיין אוצר החכמה ווייסט נישט צו זאגן פון דעם ווארט.
איך קלער אז דער מחבר האט זיך טועה געווען מיט מכמורת, והחליף ש' בת' בסוד חשופי ש"ת.
יאירפישל'ע העררינגדי אלע ווערטער האבן א ביאור לויט מיין אפטייטש, כמבואר למעלה בביאורי.
מכמו-רש איז א נייע ווארט, א צאמשטעל פון "ענדליך צו אן ארעמאן". לא"ה איז 36. אש"ה איז באמת אִשֵׁה/א פייעראפפער.
וואלט דאך געווען גענוג כמורש. וואס איז די איבריגע מ'?
אין מיין ביאור איז דער "מ" אויך מסודר על אופנו.
אמרי בינה מכמורש ציר
כחלמיש כן הצור
תלתין ותלת וחדא בציר
והכרתי עזוב ועצור!
[אפילו אויב האלט מען נאכנישט דערביי למעשה] איז אבער רעדן פון דעם קלוגע יסוד אזוי ווי פאר אן ארימאן [כמו-רש] זאפט פון פיש/פלייש [ער ערלויבט זיך נישט מער ווי דעס אבער ער האט כאטש דער טעם אין מויל]
און אזוי ווי דער שטיין האט באוויזן מהפך צו זיין סדרי בראשית און געבן וואסער, אזוי זאל דער באשעפער - הצור תמים פעלו - פאר אזא איינעם מהפך זיין אלעס לטובה
אזוי בעט איך מיט'ן גאנצע הארץ [33 מינוס 1 איז ל"ב]
און איינמאהל פאר אלעמאל זאל פארשניטן ווערן די עזובת בת ציון און די עצירות אוצרות השמים!
עפעס וואס מען פארשטייט נאכן זעקסטן מאל איבערליינען איז אינטערעסאנט. עפעס וואס נאך מאה ואחד פעמים דארף מען צוקומען צו רש"י, צו חסירי מחסרא, צו אם קבלה היא נקבל, איז נישט דוקא עפעס משוגע צו ווערן.
הערשי,
גאנץ קליר האסטו אזוי נישט מיך נישט דיך פארווארפן אונטער'ן באס. ביזט א גלגול פון אבן עזרא צו וואס?...
פישל'ע העררינגהערשי,
גאנץ קליר האסטו אזוי נישט מיך נישט דיך פארווארפן אונטער'ן באס. ביזט א גלגול פון אבן עזרא צו וואס?...
טאקע א צושטעל. דאס מיט קליר.
קליר בחייו האט אויך געהאט "מבינים" אזוי ווי דיך וואס האבן עס אוועקגעמאכט צוליב זייער קוצר המשיג. פאר'ן אבן עזרא האט געשטערט זיינע נייע ווערטער. יונגע פריצלעך פארשטייען נישט די יוצרות, אבער דער וואס קוקט זיך פאר ווי א מענטש פאר יום טוב שפרינגט פון הנאה. די איינציגע שטיקל יוצר וואס די יונגווארג פארשטייט איז די גראמעלעך אויף גאנץ מסכת פסחים שבת הגדול. מ'קען שוין מיינען. צו איין שטיקל קליר קומט עס נישט צו.
אדער קליר, אדער גראמעלעך. גארנישט אינדערמיט. די איינציגע אונטערשייד פון ימי בינה און אץ קוצץ איז צייט.
איך הער.
הא! וואס דו וואלסט בחייו געזאגט צו דעם אץ קוצץ בחייו פונעם קליר... כ'קען מיך פארשטעלן די חוזק רופן "פָּץ מוֹצֵץ"...
זעהט אויס דו האסט נישט דער געפיהל פאר אזא סארט ווערק, ס'געשעהט גארנישט.
פישעל'ע, נעם דיר נישט צום הארצן. יש אומרים אז הערשי איז גאר דער מחבר, און שפילט זיך מיט דיין מח.
ליינט די וואונדערליכע פאעזיע פון @פישל'ע העררינג
לעיקוואדמאטיפישעל'ע איך ווער משוגע פאר דיר. דו דעשיפרירסט דאס באהאלטענע ווי א זקן ממרא.
די שאלה איז אויב איז מעגליך אז איינער וואס איז נישט דער מחבר אליינס וואס האט אריינגעלייגט די כוונות וואלט עס בכלל געקענט צוטרעפן עס זאל אזוי גוט שטומען ביז די לעצטע שטרעכלע.
וואס זאגט איר?
אפשר זאל א צווייטער שרייבען אן אנדערע פירוש אויף די גאנצער שיר זאל מען זעהן. איך האב גראדע עטליכע שטיקלעך פארשטאנען אנדערש פון פישעלע, אפשר זאל איך פראבירען?
איי איי, פישל.
איך האב געשטימט דעם גאונישער פאעמע אלס מיין נומער איין שטיקל (ווייניגסטנס פון די ערשטע צוועלף, נאכנישט פארגליכן מיט די איבעריגע), אבער מיט לעיקוואד'ס פירוש דווקא.
איצט פרעגט זיך די שאלה, איז דיין פירוש געווען א שפיל, (אזויווי דיין 'שפעקולאציע' אז @יאיר אדער @הערשעלע זענען די מחברים), אדער איז עס טאקע געווען די כוונה פונעם מחבר?
אויב איז @לעיקוואד'ס פירוש יא ריכטיג קענסטו פארענדיגן דעם פירוש? איך בין נאך אלס נייגעריג.
מיין פירוש איז דער ריכטיגער, כמו שהסכימו כאן כל המבינים כולל פישעלע עצמו. אז דער מחבר אליינס האט דאס נישט געכאפט, נו האט ער נישט פארשטאנען, וואס האט דאס צוטוהן. און אז אפאר ווערטער שטימען נישט דערמיט, איז וואס, דארף מען מגיה זיין יענע שטיקלעך, וויאזוי פרעגט דאס אפ דער פשט וואס מזעהט קלאר אז עס איז דער פשט.
לעיקוואד'ס איז די ריכטיגע. א פולקאמע ביאור וועט נאכפאלגן אי"ה.
ונבנתה העירפישל'ע העררינגאנדערע וועלן האבן אנדערע פירושים. א מחבר פון קונסט וועט אבער קיינמאהל מפרש זיין וואס ער האט געמיינט.
עפעס א נייע רול זיך געמאכט? פארוואס סתם פייניגן? ס'איז דען א שטיקל כתובים?
גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם פיוט און איר אפגעגעבן מיין שטימע.
הגם כ׳האב נישט פארשטאנען אלע באהאלטענע רמזים (בדוקא נישט געלייענט קיין פירושים), אבער דער רייכער לה״ק און קונסטליכקייט איז דערפרישנד.
@פישל'ע העררינג, ייש״כ!
איך בין טאקע אנגעקומען דא נאך אלעם, אבער פטור בלא כלום אי אפשר
כ'האב נישט געגלייבט אז ס'איז דא היינט מענטשן וואס קענען שרייבן כאחד הראשונים
@פישלע, ביסט מאסיוו!
וואו איז
@שלום בערגער דאס אוועק צומאכן?