שושנים #10: או חברותא
פאראומערט דאס הארץ
דערשלאגן די זעל
די וועלט געביטן שווארץ
און צום בונד געל
חלומות בייטאג
דאס קישן נאס
אינערליכע פלאג
ליבשאפט און כעס
געוויסן, צעריסן
שטיין אדער גיין
פרעגן און וויסן
אליין – יא צו ניין.
אין סוף,
ס'זעען נישט מיינע אויגן;
אין שום ייאוש,
שווער צו גלויבן
דער גוטמוטיגער נעכטן
ער שניידט ווי א מעסער
דער טונקעלער מארגן
קען גאר נישט זיין בעסער.
די פיין איך ליב איר
די שמחה איך האס
ווייל הינטער דער טיר
ס'שטייט דער דעת
אמת, זיי זאגן אין דער ערד;
שקר, איך זאג איך שפיר אים אומעטום.
דער אטעם האט באקומען א ווערד
קווענקלענישן האב איך געפינען אין תחום.
מיתה, ביזט גוט פאר מיין עבר
כ'האב א שותף אין מלחמה.
זי וואוינט צווישן די שוטים
אן אומגעהויערע נחמה.
די הערליכע פאעזיע האט געשטעלט מיין הארץ און מלחמה מיט מיין דעת. דער פאעזיע אין מיינע אויגן איז טאקע דאס. דער רושיגע געפיהלן פון די הארץ נעמט איבער די גאנצע מענטש, אזאש דער מענטש פארגעסט אדער זעהט נישט גארנישט חוץ זיינע געפיהלן און דעמאלסט איז צרות. כוכבים לאז איך פאר אונזער חשובער גבאי פישל, אבער אוועראל: דער שרייבער איז א כוכב.
נו, כברעך מיך קאפ.
פישל, לעיקוואד, די גדולי המפרשים זאלן אריינלערנען פשט.
לויט לעיקוואד מיינט עס זיכער וועגן שווארצע ראסיזם...
אויבנאויף האט דאס גרוש געשריבן. זיין ליבשאפט צו זיין געוועזן לעבן (ווייב/קינד) איז דער גורם צו זיין כעס. ער ווייסט נישט צו ער זאל ווייטער גיין און נאכאמאהל אריינשפרינגן אין א נייע לעבן מיט א נייע אנהייב. זיינע גוטע זכרונות פון זיין עבר איז שטעכעדיג, אבער ער האט נישט קיין קאנפידענס אריינצושפאצירן אינעם טונקעלע עתיד. הלואי ווען ער האט ווען א נביא וואס זאל איהם באגלייטן און זאגן וואס דער עתיד וועט ברענגען, אבער נבואה איז ביי די שוטים היינטיגע טעג.
כפי שכבר כתבתי בפיוטים אחרים, די כללותדיגע נושא פון דער שיר איז קלאר, און דאס איז דער עיקר געשמאק פון דאס ליינען, דאס דארף מען נישט ברעכן קאפ, א איד גיט ארויס פארשידענע הרגשים וועגן איינזאמקייט און ארום דער מאמר או חברותא או מיתותא, קינסטעליש ארויסגעברענט פארשידענע קאנפליקטעדע געפילען וואס ער האט ארום דעם. די טיפע געפילען פון א מענטש זענען נישט קלאר אזוי אדער אזוי, אלץ זענען זיי פארמישט און מסובך בהפכיהם אהער און אהין, עקוב הלב מכל ומי ידעהו, און דער קונסט פון שירה איז אז מען דארף זיך נישט מצטצמם זיין דאס ארינשטעלען אין קלארע פראזען ארטיוקלירען פונקט וואס מען שפירט, וואס דאס איז שוין א הסבר אויף וואס משפירט דאס איז נישט דאס וואס משפירט אליינס, נאר מלאזט די ווערטער אליינס זאגען וויאזוי זיי פילען. (הערסט @יאיר?)
באופן כללי רעדט ער ארום געדאנקען וועגן אויב איז עס גוט אדער שלעכט צו זיין אליינס (לאו דווקא בבחינה זוגית כפישעלע, אסאך פארהייראטע זענען אויך אליינס) ערגעץ דא האט מען אמאל געברענגט א שטיקל חובת הלבבות וואס רעכנט די מעלות פון זיין אליינס איינער געדענקט?
פאראומערט דאס הארץ
דערשלאגן די זעל
די וועלט געביטן שווארץ
און צום בונד געל
געל זה איני יודע מהו, אפשר אז די וועלט זעהט אויס שווארץ, אבער צו א קשר איז עס געל? צהבו פניו?
חלומות בייטאג
דאס קישן נאס
אינערליכע פלאג
ליבשאפט און כעס
נארמאל חלומ'ט מען ביינאכט, ער חלומ'ט אבער בייטאג, ווייל עולם חשך בעדו און עס איז טינקעל. ער ויינט אין קישן, ווארפט זיך צווישען ליבשאפט פון זיין אליינס און כעס אויף די וועלט וואס לאזט עם אליינס.
געוויסן, צעריסן
שטיין אדער גיין
פרעגן און וויסן
אליין – יא צו ניין.
ער איז צוריסען, זאל ער שטיין בלייבען דא אליינס אדער גיין זוכען קאמפעני, יא אדער ניין?
אין סוף,
ס'זעען נישט מיינע אויגן;
אין שום ייאוש,
שווער צו גלויבן
דער אין סוף איז עם ווייט, שווער צו גלייבען שאין יאוש.
דער גוטמוטיגער נעכטן
ער שנייד ווי א מעסער
דער טונקעלער מארגן
קען גאר נישט זיין בעסער.
ער האט ליב די חוסר תקווה מער ווי די זכרונות פון אמאל ווען עס איז געווען גוט.
די פיין איך ליב איר
די שמחה איך האס
ווייל הינטער דער טיר
ס'שטייט דער דעת
ער האט ליב די פיין פון זיין אליינס, די שמחה פון זיך דרייען מיט אנדערע האט ער פיינט, דארט טרעפט זיך נישט קיין דעת נאר אונטער א פארמאכטע טיר אליינס, זיצט און טראכט אליינס בעסער.
אמת, זיי זאגן אין דער ערד;
שקר, איך זאג איך שפיר אים אומעטום.
דער אטעם האט באקומען א ווערד
קווענקלענישן האב איך געפינען אין תחום.
שטייט אמת מארץ תצמח, דאס גלייבט ער פשוט, דער שקר איז זיכער אומעטום..דער אטעם זיינע באקומט א ווערט פון מברר זיין די קווענקעלנישען גופא, ער האט שוין א תחום עוסק זיין דערין.
מיתה, ביזט גוט פאר מיין עבר
כ'האב א שותף אין מלחמה.
זי וואוינט צווישן די שוטים
אן אומגעהויערע נחמה.
דא ענדיגט ער צו די צווייטער טייל או חברותא - או מיתותא, ער זאגט אז די מיתה איז גוט פאר'ן עבר ווען ער האט זיך באנאריש מיט חברים, דאס וויל ער טאקע זאל שטארבען, ער האט א שותף , צרת רבים נחמת שוטים, די שוטים טרעפן נחמה מיט אנדערע, ער גייט אנדערש טאקע די וועג פון געבן מיתותא פאר די חברותא און אליינס עולה זיין ביז אין סוף.
זעהט איר, מלייגט א מינוט צו קאפ פארשטייט מען שוין אלעס. דאס איז אויך א מעלה פון שירה, אז מען דארף צולייגען קאפ, דאס ליינען שטאט, עס לאזען אריינגיין אין מוח אין הארץ, דאס ברענגט צו אסאך א טיפערע קשר פון דער ליינער מיט דאס וואס מען וויל ארויסגעבן.
און צום בונד געל = צום ברית איז דאס קינד געווארן געל?
לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דער פאעט רעדט דא איבער די שוועריקייטן פון יוסיף דעת יוסיף מכאוב.
פאראומערט דאס הארץ
דערשלאגן די זעל
די וועלט געביטן שווארץ
און צום בונד געלחלומות בייטאג
דאס קישן נאס
אינערליכע פלאג
ליבשאפט און כעס
ער פלאגט זיך מיט זיינע ספיקות און מחשבות וואס לאזן אים נישט צורוה.
געוויסן, צעריסן
שטיין אדער גיין
פרעגן און וויסן
אליין – יא צו ניין.דער געוויסן איז אים צוריסן וואס צו טון. ער וויל וויסן אבער ערהאט מורא פון די תוצאות.
אין סוף,
ס'זעען נישט מיינע אויגן;
אין שום ייאוש,
שווער צו גלויבןער זעט נישט גאט אין זיין לעבן, ער פארלירט זיין אפטימיזם.
דער גוטמוטיגער נעכטן
ער שנייד ווי א מעסער
דער טונקעלער מארגן
קען גאר נישט זיין בעסער.די פיין איך ליב איר
די שמחה איך האס
ווייל הינטער דער טיר
ס'שטייט דער דעתפאראדאקסאליש האט ער אבער ליב זיין צער, נאכמער ווי דער אמאל ווען ער איז געווען blissfully ignorant. ווייל אונטער די טיר פון די שוועריקייטן איז דער דעת.
אמת, זיי זאגן אין דער ערד;
שקר, איך זאג איך שפיר אים אומעטום.
דער אטעם האט באקומען א ווערד
קווענקלענישן האב איך געפינען אין תחום.
ער הייבט אן שעפן זיין חיות דוקא פון זיינע ספיקות, און פון דעם וואס ער זעט אין וואספארא שקר ער לעבט.
מיתה, ביזט גוט פאר מיין עבר
כ'האב א שותף אין מלחמה.
זי וואוינט צווישן די שוטים
אן אומגעהויערע נחמה.דא בין איך געבליבן סטאק. ווען ער זאל נאר שרייבן זי וואוינט צווישן די חכמים, איז דאך פשוט אז ער רעדט פון
sophia, אדער ווי די פסוק זאגט אמור לחכמה אחותי את. אבער אז זיין שותף וואוינט צווישן די שוטים, פארשטיי איך נישט וואס ער מיינט לפי הבנתי. וצ"ע.
[/quote]
כפי שכבר כתבתי בפיוטים אחרים, די כללותדיגע נושא פון דער שיר איז קלאר, און דאס איז דער עיקר געשמאק פון דאס ליינען, דאס דארף מען נישט ברעכן קאפ, א איד גיט ארויס פארשידענע הרגשים וועגן איינזאמקייט און ארום דער מאמר או חברותא או מיתותא, קינסטעליש ארויסגעברענט פארשידענע קאנפליקטעדע געפילען וואס ער האט ארום דעם. די טיפע געפילען פון א מענטש זענען נישט קלאר אזוי אדער אזוי, אלץ זענען זיי פארמישט און מסובך בהפכיהם אהער און אהין, עקוב הלב מכל ומי ידעהו, און דער קונסט פון שירה איז אז מען דארף זיך נישט מצטצמם זיין דאס ארינשטעלען אין קלארע פראזען ארטיוקלירען פונקט וואס מען שפירט, וואס דאס איז שוין א הסבר אויף וואס משפירט דאס איז נישט דאס וואס משפירט אליינס, נאר מלאזט די ווערטער אליינס זאגען וויאזוי זיי פילען. (הערסט @יאיר?)
איך בין איינשטימיג מיט יעדן ווארט. דאס וואס איך האב זיך אפגערעדט אויף אנדערע פאעמס אז זיי זענען נישט קלאר, איז וויבאלד זיי זענען געשריבן אזוי ווי חידות מיט קאמפליצירטע מליצות, וואס דער עצם מעסעזש איז נישט קלאר. א פאעם דארף זיין געשריבן אזוי אז ווען א מענטש ליינט עס זאל ער באלד אריינגיין אין א געוויסער געפיל, דערנאך זאל ער דאס קענען אויסטייטשן און פארברייטערן ווי אזוי ער פארשטייט. אבער ווען מען ליינט א פאעם געשריבן ווי א חידה שפירט מען נישט קיין שום געפיל בדרך כלל, אפילו נאכדעם וואס מען פארשטייט עס.
איך גלייך די פאעמע. טיפע הרגשים שרייען פון יעדן ווארט; מחשבה קען מען אויך זען ארומטאנצן צווישן די שורות. דאס אז דער מחבר טוט ארום קרייזן דעם מאמר פון או חברותא או מיתותא איז זיכער מערקווערדיג. זיין פונקטליכן ציל, און נאכמער אזוי די דעטאלן זענען מיר היפש אומקלאר אדער בעסער געזאגט צוויידייטיג. יעדעס מאל איך לאז לויפן מיינע אויגן איבער די דאזיגע פאראגראפן דרייען זיי זיך אין אנדערע תחומים. אמאל היפש נאנט און אן אנדער מאל גאנץ ווייט. אז די גדולי השטיבל לעיקוואד און יאיר זעען די פאעמע אינגאנצן אנדערש, דאן וועל איך זיכער שטיין אין דער זייט.
בקיצור, א שיין-רירנדע פאעמע, אבער ווי זאגן זיי? די כוכבים וועט ר' פישל טיילן.
שמערלאון צום בונד געל = צום ברית איז דאס קינד געווארן געל?
לויט יאיר'ס פשט יש ליישב בדרך אפשר, אז פונקט ווי א בעבי וואס איז ניי צו דער וועלט, אויב איז ער געל דאן קאן מען דעם ברית נישט מאכן אין צייט. דאס קינד איז נאך פשוט נישט גרייט פאר דעם אות ביני וביניכם. די זעלבע זאגט דער מחבר: ער האט זיך געביטן געל צום בונד, כלומר, ער איז נאך נישט גרייט זיך צו לאזן שניידן פאר דעם באשעפער, ער ווייסט נאך נישט צו ער קען זיך שוין פארצייכענען א סימן צווישן עמען און דעם רבוש"ע בלויז ווייל זיין טאטע איז אזוי איבערצייגט.
דער פראבלעם אבער מיט יאיר'ס פשט, ווי ער אליינס ווייזט אן, אז אויב אזוי שטימען נישט אנדערע חלקים פון דער פאעמע.
רעיטינג:
געפיל: 5+ כוכבים
אויסדרוק: 5 כוכבים
טיפערע באדייט ווי די אויבנאויף ווערטער: 4 כוכבים
אטענטישקייט: 5 כוכבים
חרוזים: 5 כוכבים
ווערטער אויסוואל: 3 כוכבים
אוועראלל: עס זעהט אויס ווי א צעקת הלב פון איינער וואס מאכט מיט אסאך איינזאמקייט אויף א פערזענליכע לעוועל (נישט אלץ עם ישראל אין גלות בלא בלא בלא) און עס בא-איינדרוקט דאס הארץ זייער שטארק.
שטארק פאעטיש, סאיז ווי א רייזע אין די מוח קעמערלעך פון א ליידנדן.
אגב, דאס ווארט פאראומערט איז מיר אביסל פרעמד, מה טובו?
ליינט די וואונדערליכע פאעזיע פון
@יואבפילייכט רעדאגיר יעדן ערשטן תגובה פון די שושנים סעריע און לייגן אריין דעם שם המחבר, כמובן פון דיע וואס זענען מסכים?!
פישל'ע העררינגאויבנאויף האט דאס גרוש געשריבן. זיין ליבשאפט צו זיין געוועזן לעבן (ווייב/קינד) איז דער גורם צו זיין כעס. ער ווייסט נישט צו ער זאל ווייטער גיין און נאכאמאהל אריינשפרינגן אין א נייע לעבן מיט א נייע אנהייב. זיינע גוטע זכרונות פון זיין עבר איז שטעכעדיג, אבער ער האט נישט קיין קאנפידענס אריינצושפאצירן אינעם טונקעלע עתיד. הלואי ווען ער האט ווען א נביא וואס זאל איהם באגלייטן און זאגן וואס דער עתיד וועט ברענגען, אבער נבואה איז ביי די שוטים היינטיגע טעג.
יואב, בין איך ווייט פארפארען?
וואס איז יא דיין כוונה געוועהן? תורה היא וללמוד אני צריך...
נ. ב. דער רעיטינג אויף דעם שטיקל איז זייער גוט.