☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » דארווין

דארווין

258 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6933
בלאט: 1 2 3 4 5 6

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:16 am

· #222045
דו קירוב קליפ וואס כעלם'ר האט גע'לינקט האט מיר מעורר געווען מער שאלות וואו ס'האט פארענפערט.
ער האט געוויזען א גרויסע stack אין נאר ארויס גענימען עטליכע בילדער פין דעם stack און דאס האט געדארפט צו דינען אלס א באווייז אז טויש גייט אן אגאנצער צייט.

ווער זאגט אז ס'דא בכלל אזא stack, איז מעגליך אז די stack איז נאר א דמיון?
דו זאגסט אז ס'דא change נאר וואס? ווייל ס'איז זייער שטייט קען איך דאס נישט אפווענדען. אויף דעם זאג איך אדער יא אדער ניין!

די האסט דאך שוין יא געקיקט און אדרך געטין די סיגיא פארוואס ביזטו נישט מסביר
אויב ווילסטו זאגן אז עוועליאציע איז א פאקט דארפסט די דאס קענען ווייזען אין א וועג וואס איך זאל דאס נישט קענען אפפרעגן, און אפילה דו זאלסט האלטן אז איך מיין לקנטר

די זאגסט אז אידער זאך האלט אין איין ווערן אנדערש און איז נשתנה למעליתא (אדער נאר די וואס זענען בעסער זענען מאריך האלטען זיך)
ok דו ווילסט דאס נישט ריפען micro און macro אבער מיט די אויגן זעהן מיר micro און macro און די דארפסט קענען ווייזען וואו אזוי פין macro-A איז געווארן א קליינער micro טויש און נאך א micro טויש ביז ביז די קענסט מיר ווייזען א א macro-B

צי קימען און זאגן אז א macro טויש איז א straw man ארגיאמענט איז א חוצפה. די גאנצע טעריא זאגט דאך אז במשך הזמן ווערט macro אוועליציע. קימען די קריעשעניסטען אין זאגן ברענג א באווייז דעראויף אז במשך הזמן געשעט דאס.

יאיר, דו וויינסט אז אויף א יעדער פישל וועל איך דיר זאגן אז דאס איז א מין בפני עצמו
you bet אז איך וועל דאס זאגן אין די burden of proof איז אין דיין קארט
וואו אזוי דען קען עוועליאציע ווערן פאלסעפייד?

כדי אוועליציע זאל ווערן אויפגעוויזען אלס א פאקט, אז דאס האט פאסירט, דארף דאס די פאסיל רעקארד באשטעטיגן
יאיר זאגט אז ליידער ליידער די פאסילס ווערען נעלם מקושי הגלות, אין איך קען דאס הערען.
מיין רבי האט אויף דעם געזאגט א תירוץ האסטו אבער אן עם הארץ בלייבסטו

וואס יאיר האט נישט פארציילט איז אז ווען זאלסט יא קיקן אויף די פאסיל רעקארדס וועסטו זעהן אז יארן יארן וואס איז נישט דא קיין טויש (און פין די פאסילס טרעפט מען לרחצה) - אביסעל ארויף אביסל אראף - לאו דווקא בעסער. אין אויף איין מאל הננו ער איז דא! א נייער מין א נייער genre אן סיי וואספארא שפירן אז ער גייט ארויף קימען
איז מעגליך אז קודם איז באשאפן געווארן איין זאך און יארן שפעטער נאך עפעס.

דו סיבה פארוואס צו זאגן אז B איז אן אייניקל פין A איז ווייל עוועליציע זאגט אזוי - לדעתי איז דאס א פיינער circular reasoning

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 1:01 pm

· #222109
הקטן, ערשטענס דארף מען פונאנדערשיידן דארווינ'ס עוואלוציע (די בוים פון לעבן) וואס זאגט בלויז די טעאריע אז אלע באשעפענישן קומען פון איין איינציגע מקור.
און מאקרא/מיקרא-עוואלוציע (נאטורליכע/אומנאטורליכע סעלעקציע/מיוטאציעס/וואריאציעס גענע סוויטשעס וכו') וואס דאס געט זיך אפ מיט די מעכאניזם ווי אזוי פון "איינע" ווערט אזויפיל אנדערע מינים. די לעצטע קומט בלויז נאכן הנחה אז די ערשטע טעאריע איז פעסטגעשטעלט, און אויב עפעס שטימט נישט דערמיט מיינט דאס נישט אז די ערשטע איז אפגעוואנדן. קוק אהער, דארווין האט בכלל נישט געוואוסט די "מעכאניזם פון גענע טויש" דאס האט אים בכלל נישט געמאכט ספק'נען אויף עוואלוציע גופיה, ווייל דאס איז צוויי באזונדער שמועסן.

למשל; אויב זעט מען אז הומענ'ס און שימפאנזיע'ס האבן 99% די זעלבע גענעס, און זענען "פערצופאל" אויך די נאנסטע אין ענדליכקייטן. ועוד, די איין פראצענט גענע וואס איז נישט גלייך, איז ממונה אויפן מוח מיטן האנט פלאך, וואס דארט שטעקט טאקע רוב חילוקים פון די צוויי מינים. דאס איז א שטארקע סיבה צו זאגן אז זיי שטאמען פון די זעלבע אנסעסטערס, פונקט ווי מ'פארשטייט אז אויב ס'דא א ספק אויף א קינד'ס עלטערן, איז א "פעטערנעל טעסט" גענוג הוכחה פאר יעדן רעכטדענקיגן מענטש, און ס'איז זינלאז צו שרייען "דו ווייסט פאר א פאקט אז זיי זענען טאקע די עלטערן".

אבער ווען ס'קומט צו די צווייטע, איז טאקע דא א געוואלדיגע הוכחה אז די איינע פראצענט גענע איז אויך געווען אמאהל די זעלבע ביים קאמאן אנסאסטער אבער ס'האט פאסירט א מיוטאציע וואס האט דאס געטוישט. יעצט אפילו לאמיר זאגן אז ס'שטעלט זיך ארויס אז ס'איז נישט געווען פונקט דאס, פאלט אבער נישט אוועק די באווייזן אז די צוויי שטאמען פון די זעלבע עלטערן.

יעצט לגבי דיין שאלה פון "מיססינג לינקס" לאמיר פרובירן מסביר זיין אזוי: צוריק צום פריערדיגען משל דארפן מיר נישט אונטערזוכן אלע טשימפס פעסטצושטעלן אז ממש אלע האבן גענוי די זעלבע ווי די ערשטע. די פאקט איז אז ווען און וואו מ'טרעפט פאסילס, שטימט דאס גענוי מיטן טעאריע, אלזא איז פארשטענדליך אנצונעמן - ווילאנג ס'איז נישט אויפגעוויזן פארקערט - אז לעבן האט עוואלווד.

איה"נ דו מעגסט שרייען אז ס'איז דא מיססינג גענעראציעס וואס איז נישט אויפגעוויזן געווארן בהכרח אז זיי שטאמען פון פריערדיגע, אבער סייענטיסטן וועלן דיר ענטפערן "דאס איז א גאט פון די געפס טענה" די האסט נאך אפילו איינמאל נישט אויפגעוויזן אז ס'האט זיך געמאכט ספאנטאנישע לעבן, סך הכל זאגסטו "איך זע לעבן איך ווייס נישט ווי אזוי און פון וואו, מוז דאך בע"כ זיין אז זיי זענען אזוי פונדאסניי באשאפן געווארן.

מיר האבן באווייזן פון א יעדע פאסיל וואס מיר טרעפן אז דאס בוים פון לעבן איז איינס, (ווי אזוי דאס גייט צו איז נישט קיין נפק"מ) אלזא מיר האבן דאס פולע רעכט אנצונעמן אז אלע לעבנ'ס און פאסילס וואס גייט נאך געטראפן ווערן איז גענוי די זעלבע, ווילאנג ס'איז נישט אויפגעוויזן פארקערט.

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 1:59 pm

· #222131
מאטי
הקטן, ערשטענס דארף מען פונאנדערשיידן דארווינ'ס עוואלוציע (די בוים פון לעבן) וואס זאגט בלויז די טעאריע אז אלע באשעפענישן קומען פון איין איינציגע מקור.
און מאקרא/מיקרא-עוואלוציע (נאטורליכע/אומנאטורליכע סעלעקציע/מיוטאציעס/וואריאציעס גענע סוויטשעס וכו') וואס דאס געט זיך אפ מיט די מעכאניזם ווי אזוי פון "איינע" ווערט אזויפיל אנדערע מינים. די לעצטע קומט בלויז נאכן הנחה אז די ערשטע טעאריע איז פעסטגעשטעלט, און אויב עפעס שטימט נישט דערמיט מיינט דאס נישט אז די ערשטע איז אפגעוואנדן. קוק אהער, דארווין האט בכלל נישט געוואוסט די "מעכאניזם פון גענע טויש" דאס האט אים בכלל נישט געמאכט ספק'נען אויף עוואלוציע גופיה, ווייל דאס איז צוויי באזונדער שמועסן.

נאך וואו ס'האט געמאכט ספק'נען אויף עוואלוציע גופיה !!!:
The several difficulties here discussed, namely our not finding in the successive formations infinitely numerous
ransitional links between the many species which now exist or have existed;

the sudden manner in which whole groups of species appear in our European formations
the almost entire absence, as at present known, of fossiliferous formations beneath the Silurian strata, are all undoubtedly of the gravest nature.
דארווין פרק ט the origin of life

דארווין אליין פארבינד די צוויי צוזאמען און גיט נאר א זכית קיום פאר די ערשטע אויב די צווייטע איז אמת!
דו אויפגעקלערטע עולם דא איז פיל מער דארוויניען וואו דארווין אליין - נאך וואו ער אליין האט געהאט פייגליך אין קאפ

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 2:16 pm

· #222137
ביידע זענען נישט אנגאנצען ריכטיג, אבער די צווייטע מהלך איז קרוב יותר אל האמת. רוב changes ווי דו רופסט זיי, לאזן זיך אויס אין א קאטאסטראפע פארן מין שנשתנה אזוי צו זאגן, דאס זעהט מען עין בעין אין laboratories. אלעס וואס דו זעהסט היינט איז פון די געציילטע גליקליכע וואס זענען געלונגען.

וואס זעט מען קלאר ? אז עס לאזן זיך אויס אין א קאטאסטראפע ??

איך בין נישט זיכער וואס די פארלאנגסט, אויב איז עס א time travel ride אויף א time mashine איז דער ענטפער thanks, but no thanks

איך פארלאנג? דארווין פארלאנגט, oh מען לערענט נישט פין דארווין

חוצפה צי נישט חוצפה, אבער דאס איז עס. Kent Hovind האט פארלאנגט דווקא א כמו time travel ride זאל אים ווייזן ווי "נייע באשעפענישן" ווערן געבוירן
ווער האט דערמאנט Kent Hovind א טיפיקל straw man
בדך אגב kent Hovind פארלאנגט דאס נישט, ער פארלאנגט וואס צענדליגע סייענטיסטען וואס האבן נישט מורא צו טראכטן אליין פארלאנגען.
ווייז א מהלך וואו אזוי פין א ווייניגערע קאמפלעקס בל חי ווערט עפעס מער פארגעשריטן.

דא האסטו איינס
Ernst Mayr, Professor of Zoology at Harvard University:

“Paleontologists had long been aware of a seeming contradiction between Darwin's postulate of gradualism, confirmed by the work of population genetics, and the actual findings of paleontology. Following phyletic lines through time seemed to reveal only minimal gradual changes but no clear evidence for any change of a species into a different genus or for the gradual origin of an evolutionary novelty. Anything truly novel always seemed to appear quite abruptly in the fossil record.”

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 2:33 pm

· #222145
[ציטאט אראפגענומען]


lol' - דאס זאג איך!
בכלל - איז היינט דא באווייזען אז די jump וואס מיאטעשן קען מאכן איז פיל קלענער וואו מען האט אמאל געמיינט

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 3:36 pm

· #222179
מייער איז בכלל נישט אויף דיין זייט

פאר דעם ברענג איך אים. ער און פיל פיל אנדערע האבן א hard time מיט micro vs macro
דאס אנצישמירן אלס עפעס א לאני קעזאני straw man און נאר חדר אינגלעך באדערעד דאס, איז אדער עם הערצות אין די סיגיא אדער intellectual dishonesty

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 3:54 pm

· #222182
הקטן, דו האסט פריער געשריבן אז אינטעליזשענט דעזיין איז א מסתבר'דיגע מהלך ווי אזוי די ברואים זענען צושטאנד געקומען. דו ווייסט אז די גרעסטע פראפאנענטס פון אינטעליזשענט דעזיין, וועלכע טרומפייטערן מיט די לעכער אין די פאסיל רעקארד זענען איבערצייגט אין common descent?
זע לדוגמא די אינטערוויומיט מייקעל בעהי:
To a surprising extent prevailing evolutionary theory and intelligent design are harmonious. Both agree that the universe and life unfolded over vast ages; both agree that species could follow species in the common descent of life.
Darwin’s theory is an amalgam of several concepts: 1) random mutation, 2) natural selection, and 3) common descent. Common descent and natural selection are very well-supported. Random mutation isn’t.
In my view it is certainly not “beyond the pale” for a scientist to question anything. Questioning and skepticism are healthy for science. I have no solutions to the difficult problems pointed to by scientists who are skeptical of universal common descent: ORFan genes, nonstandard genetic codes, different routes of embryogenesis by similar organisms, and so on. Nonetheless, as I see it, if, rather than Darwinian evolution, one is talking about "intelligently designed" descent, then those problems, while still there, seem much less insuperable. I certainly agree that random, unintelligent processes could not account for them, but an intelligent agent may have ways around apparent difficulties. So in judging the likelihood of common descent, I discount problems that could be classified as "how did that get here?" Instead, I give much more weight to the "mistakes" or "useless features" arguments. If some peculiar feature is shared between two species which, as far as we can tell, has no particular function, and which in other contexts we would likely call a genetic accident, then I count that as rather strong evidence for common descent.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 4:11 pm

· #222188
הקטן

אבער פארוואס זיך אריין קוועטשן אין אז דוחק וואס האט נישט קיין קאנקלסיוו באווייז

און אויף Goddidit האסטו יא א באווייז?

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 4:47 pm

· #222206
יאיר, אויב פארשטיי איך וואס ער זאגן איז אז ער האט גארנישט דערקעגען קאמען דיסענט
species could follow species in the common descent of life.
און איך האב אויך גארנישט דערקעגען.
צו אזוי איז געווען צו נישט ווייס איך נישט, איך האב נישט קיין טיים מעשין - איך זעה נאר נישט קיין באווייז דעראויף.
אויב מעג איך זאגן אינטעלעטשנט דיזיין דארף איך נישט צוקימען דערצו.

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 5:04 pm

· #222211
האסט נישט געליינט די גאנצע זאך? ער זאגט קלאר אז ער נעמט אן קאממאן דיסענט. נאר אז דער אינטלעיזשענט דעזיינער האט "ארויסגעהאלפן" דארט וואו עס איז געווען אביסל צו שווער.
מיין פוינט איז אז די ראיות פון די פאסיל רעקארד, גענעטיקס, עמבריאלאגיע, זענען גענוג שטארק צו איבערצייגן אפילו מייקעל בעהי, וועלכער האלט אויך פון דיינע קשיות. אודאי דארפסטו עס נישט אננעמען צוליב דעם, איך ברענג אים נאר אזוי ווי דו ברענגסט פון ערנסט מעיר.
במשך די גאנצע שמועס מאכסטו א קוגל צווישן די דריי ענינים וואס בעהי דערמאנט, רענדאם מיוטעישן'ס, נאטורליכע סעלעקציע, און קאמאן דיסענט. אויף קאממאן דיסענט איז דא הארטע באווייזן, פון די פאסיל רעקארד (וואס כ'האב פריער דערמאנט, אז מער און מער קאמפליצירטע באשעפענישן באווייזן זיך אלס שפעטער און שפעטער, וועלכע ענדלען איינע און די צווייטע, און דו האסט בכלל נישט אדרעסירט די נושא), פון גענעטיקס (אפשר קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס דער בורא עולם האט באשלאסן צו באשאפן סיי מענטשן און סיי מאלפעס מיט א וויטאמין סי גענע וואס פונקציאנירט נישט?) פון עמבריאלאגיע (פיס אויף די וואלפיש), און אזוי ווייטער. קרעציאניזם קען בשום אופן "נישט" ערקלערן די אלע קשיות.
יעצט, ווי אזוי די באשעפענישן האבן זיך עוואלווד, וועלכע מעכאניזם זיי האבן גענוצט איז א באזונדערע נושא, רוב האלטן פון די modern evolutionary synthesis, אנדערע האבן אנדערע טעאריעס, טאקע צוליב די קשיות וואס דו דערמאנסט. אבער קיינער זאגט נישט אז צוליב עטליכע קשיות גייט מען צושטערן די גאנצע בנין פון עוואלוציע, וואס ווערט אונטערגעשטיצט מיט גענוג און נאך ראיות. דער קריאצאניסט קען נישט ערקלערן אפילו איין transition fossil מיט לאגיק, פארוואס מען טרעפט עס פונקט אויף די ריכטיגע פלאץ וואו עס שטימט מיט עוואלוציע, בעת קאממאן דיסענט פארענטפערט דאס זייער שיין. טראכט אריין, לויט קריעישאניזם זענען אלע חצי מאלפעס חצי בני אדם וואס מען טרעפט אין די פאסיל רעקארד צווישן מאלפעס און מענטשן, באזונדערע ספישיס, באשאפן פון דאסניי. האלטסט דאס מאכט סענס?

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 5:05 pm

· #222214
געפילטע פיש
הקטן

אבער פארוואס זיך אריין קוועטשן אין אז דוחק וואס האט נישט קיין קאנקלסיוו באווייז

און אויף Goddidit האסטו יא א באווייז?

לאמער זעהן וואס דער חזון איש, ניין, דארווין זאגט:

“There is grandeur in this view of life, with its several powers, having been originally breathed by the Creator into a few forms or into one; and that, whilst this planet has gone cycling on according to the fixed law of gravity, from so simple a beginning endless forms most beautiful and most wonderful have been, and are being, evolved.”

ודפח"ח

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 5:34 pm

· #222222
יאיר, צו מייקעל בעהי איז איבערצייגט צי נישט ווייס איך נישט, אבער אזוי וואו די זאגסט ס'איז נישט נוגע (יכול ליהות ער וויל פשוט נישט האבן די ארגימענט איבער דעם, אדער וויל ער זיך געבן א מער ציוועלעזירטי אויסקוק אפשר זיין בייעס צי פארשטיין עקדעמיע מאכט אים דאס האלטן, גיי ווייס )

כ'האב פריער דערמאנט, אז מער און מער קאמפליצירטע באשעפענישן באווייזן זיך אלס שפעטער און שפעטער, וועלכע ענדלען איינע און די צווייטע, און דו האסט בכלל נישט אדרעסירט די נושא

בנוגע די זמנים פין ווען די פאסילס זענען, איז אויך שטארק שנוי במחלוקת. און ס'דא וואס זאגן, אז למשל די פאסיל אינדעקס וואס ווערט געניצט צו זאגן וואו אלט דער שטיין וואו מען האט געפינען די פאסיל , איז ריין סרעקיאלער ריזעניג. (רעדיא-עקטיוו מעשערמענט ארבעט נישט אויף אלטע סחורה) וועגן דעם האב איך זיך נישט באצויגן דערצו
איך דארף עפעס ארבטען אויך - ס'האט זיך נאך נישט געמאכט ביי מיר אין באנק אז 1ערס זאלען ווערן 100ערס

אפשר קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס דער בורא עולם האט באשלאסן צו באשאפן סיי מענטשן און סיי מאלפעס מיט א וויטאמין סי גענע וואס פונקציאנירט נישט? פון עמבריאלאגיע (פיס אויף די וואלפיש), און אזוי ווייטער.

מיין appendix און טאנצעלס, וואס דו האסט, נישט צו לאנג ציריק, נישט געוויסט פארוואס ער איז דא, האלט אינמיטען ווערן וואס?
(איך ווייס אז איך האב דא געמישט צוויי זאכן but you get the drift)
מיר ווייסען אזוי ווייניג וואס עווילאציע אדער דער בורא האט אלס געטון, און פארוואס. אמת אויב איז דאס רענדעם אדער סעלפאיש ,וואו אנדערע האבן דערמאנט נעכטן, דארף דאס נישט קיין הסבר.

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 9:31 pm

· #222311
פארוואס ביסטו אזוי ווילד, ער איז אייער'ס א קרוב?

ניין, ער ניצט נישט די ווערטער macro און micro איך ווייס נישט ווער ס'ניצט דאס צום ערשט, אבער דאס איז נאר סעמענטיקס.
ער פארשטייט אבער אז ס'דא א זאך וואס אלע וועלען זאגן אז דאס איז evolutionary novelty און gradualism קען זיין א סברה אבער קיין באווייז איז אויף דעם נישט דא.
אין נישט נאר וואס ס'איז נישט דא קיין באווייז די פאקט אז א יעדער חידיש באווייזט זיך אין די פאסיל רעקארדס פליצלינג-abruptly נויגט צו זאגן אז gradualism איז א דימון אן א דעקאנג

זאל איך דיר געבן נאך איינס? פארוואס נישט?
A. H. Clark, Biologist, Smithsonian Institute, Washington, D.C.

“No matter how far back we go in the fossil record of previous animal life upon earth, we find no trace of any animal forms which are intermediate between the various major groups of phyla.”33

“Since we have not the slightest evidence, either among the living or the fossil animals, of any intergrading types following the major groups, it is a fair supposition that there never have been any such intergrading types.”

יאיר, וואס האט ער אקעגן דיין פיש? פארוואס קוואלעפייד דאס נישט פאר א intergrading type?

און נאך איין:
Richard B. Goldschmidt, Head of the Genetics Department, Kaiser Wilhelm Institute for Biology, Germany; Professor at the University of California, Berkeley

The facts of greatest importance are the following. When a new phylum, class, or order appears, there follows a quick explosive (in terms of geological time) diversification so that practically all orders or families known appear suddenly and without any apparent transitions.

new phylum, class, or order = mmaaccrroo

Lecomte du Nouy, Head of the Biophysics Division of the Pasteur Institute

In brief, each group, order, or family seems to be born suddenly and we hardly ever find the forms which link them to the preceding strain. When we discover them they are already completely differentiated. Not only do we find practically no transitional forms, but in general it is impossible to authentically connect a new group with an ancient one


יאיר, דער רעדט שוין פין זמן אויך
James W. Valentine, Professor of Biology at the University of California, Berkeley,
and Cathryn A. Campbell, Professor, Department of Geology, University of California, Davis:

The abrupt appearance of higher taxa in the fossil record has been a perennial puzzle. Not only do characteristic and distinctive remains of phyla appear suddenly, without known ancestors, but several classes of a phylum, orders of a class, and so on, commonly appear at approximately the same time without known intermediates


יאיר ומאטי, אויב דיין זיידע איז נאך אוועק אלס בחור וואו אזוי האט ער איבער געלאזט אייניקלעך - מען קען דו צוויי זאכן נישט טיילן אחוץ אז דו האסט אן אנדערע מהלך.
אבער וואו מער די דארפסט ציברעכן די טעאריע פארלירט דאס איר בעיאטי און וועט מער אבסערד

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:04 pm

· #222320
דא שטייט נישט אז מיין זיידע איז געשטארבן אלס בחור, דא שטייט אז מ'טרעפט בעיביס אין סאבוועי סטאנציעס, און מ'ווייסט נישט פון וואו זיי קומען.

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:13 pm

· #222324
קוקט נישט אויס אז דיין זיידע איז געווען סנדק ביים ברית

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:16 pm

· #222325
לאמיר דיר פרעגן א זייטיגע זאך, אויב ביסטו איבערצייגט אז מינימום קאממען דיסענט איז אמת, דאן האסטו א פראבלעם מיט דיין רעליגיע?

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:28 pm

· #222332
מאטי
לאמיר דיר פרעגן א זייטיגע זאך, אויב ביסטו איבערצייגט אז מינימום קאממען דיסענט איז אמת, דאן האסטו א פראבלעם מיט דיין רעליגיע?

איך זעה נישט וואו אזוי אוועלאציע זאל זיין א פראבלעם פאר רעליגיע - גאט האט דער רעכט צו באשאפן זיין וועלט וואו אזוי ער וויל
זעה די שטיקל פון דארווין אליין וואס איך האב געברענגט, זיין לשון איז זייער פאעטיש

There is grandeur in this view of life, with its several powers, having been originally breathed by the Creator into a few forms or into one; and that, whilst this planet has gone cycling on according to the fixed law of gravity, from so simple a beginning endless forms most beautiful and most wonderful have been, and are being, evolve
d

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:51 pm

· #222343
אקעי, ס'האט זיך מיר געדאכט פון דיין רילענטלישע פארטיידיגונג קעגן די טעאריע, אז ס'באדערט דיך דער פאקט. כ'מיין אז פרשת בראשית איז נישט דאס בעסטע פריינד פון עוואלוציע מילד גערעדט.

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 12:08 am

· #222361
מאטי
כ'מיין אז פרשת בראשית איז נישט דאס בעסטע פריינד פון עוואלוציע מילד גערעדט.

וואו אזוי גייט קבלה מיט בראשית?
דאס איז אן אשכול פאר זיך.

מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 12:17 am

· #222362
יא יא איך פארשטיי, כ'האב דיר מסביר געווען מיין הו"א.

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 8:33 am

· #222392
הקטן
ניין, ער ניצט נישט די ווערטער macro און micro איך ווייס נישט ווער ס'ניצט דאס צום ערשט, אבער דאס איז נאר סעמענטיקס.


[ציטאט אראפגענומען]

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 8:46 am

· #222393
מאטי
אקעי, ס'האט זיך מיר געדאכט פון דיין רילענטלישע פארטיידיגונג קעגן די טעאריע, אז ס'באדערט דיך דער פאקט.

מיין אבזערוואציע, די רילענטלישע פארטיידיגונג פאר די טעאריע קוקט אויס מער וואו רעליגיע און נישט וואו סייענס.
(איך רעד נישט פון שטיבל, איך רעד פין די world at large)

Karl Popper האב איך געזען אין די לינק וואס כעלעם'ר האט געברענגט האט געלאכט פין עוועלאיציע אלס א סייענס, סוף ימיו האט ער מסכים געווען דאס צו ריפען א סייענס (ווער זענען געווען די שטיב מענטשען און גבאים)

איך האב נישט קיין באווייז אויף דעם אבער לבי אומר לי אז דאס איז ווייל דו טעאריע העלפט האלטן גאט אינדרויסן פין די שפיל.

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 9:41 am

· #222399
[ציטאט אראפגענומען]


דא האסטו נאך פין חברה וואס האבן נאך קיין מאל נישט אביסל געהערט די מושג פון evolution, זייער ווערטער האט נישט קיין שום פשט
Stephen Jay Gould, Professor of Biology, Geology, and the History of Science at Harvard University

“All paleontologists know that the fossil record contains precious little in the way of intermediate forms; transitions between major groups are characteristically abrupt.”

“The extreme rarity of transitional forms in the fossil record persist as the trade secret of paleontology. The evolutionary trees that adorn our textbooks have data only at the tips and nodes of their branches; the rest is inference, however reasonable, not the evidence of fossils.”

“The fossil record with its abrupt transitions offers no support for gradual change…”

“The fossil record is full of gaps and discontinuities, but they are all attributed to the notorious imperfection of the fossil record. The fossil record is imperfect, but I think that is not an adequate explanation.”

“The fundamental reason why a lot of paleontologists don’t care much for gradualism is because the fossil record doesn’t show gradual change and every paleontologist has known that ever since Cuvier.”

“Studies that began in the early 1950s and continue at an accelerating pace today have revealed an extensive Precambrian fossil record, but the problem of the Cambrian explosion has not receded, since our more extensive labor has still failed to identify any creature that might serve as a plausible immediate ancestor for the Cambrian faunas.”

“The history of most fossil species includes two features particularly inconsistent with gradualism.
1. Stasis. Most species exhibit no directional change during their tenure on earth. They appear in the fossil record looking much the same as when they disappear; morphological change is usually limited and directionless.
2. Sudden appearance. In any local area, a species does not arise gradually by the steady transformation of its ancestors; it appears all at once and ‘fully formed


George Gaylord Simpson, Professor of Zoology at Columbia University, Curator of the Department of Geology and Paleontology at the American Museum of Natural History, Curator of the Museum of Comparative Zoology at Harvard University, and Professor of Geosciences at the University of Arizona:

“The earliest and most primitive known members of every order already have the basic ordinal characters, and in no case is an approximately continuous sequence from ne order to another known. In most cases the break is so sharp and the gap so large that the origin of the order is speculative and much disputed.”

“This regular absence of transitional forms is not confined to mammals, but is an almost universal phenomenon, as has long been noted by paleontologists. It is true of all orders of all classes of animals, both vertebrate and invertebrate.”

“Possibility for such dispute exists because transitions between major grades of organization are seldom well recorded by fossils.… It is thus possible to claim that such transitions are not recorded because they did not exist, that the changes were not by transitions, but by sudden leaps in evolution.”

“It is a feature of the known fossil record that most taxa appear abruptly. They are not, as a rule, led up to by a sequence of almost imperceptibly changing forerunners such as Darwin believed should be usual in evolution.”


איז מעגליך אז דיין קירוב קליפ איז פיל אף באל? (פעלט נישט אויף די וועב אזאלעכע קליפס, עטאיזעם איז א רעליגיע)
כעלעמ'ר מען מעג זיין א ביסל אויפגעקלעט - מען דארף נישט אלעס גלייבן נאר ווייל ס'שטייט אין א book אדער א וועב זייט און אזוי האלטן די גרויסע טאטעס. מע'מעג אויך אביסל ניצען די אייגענע god given שכל.

יידל » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 1:37 pm

· #222495
הקטן, ס'איז קענטבאר אז דו ציטירסט די אלע וועם דו ציטירסט ארויס פון קאנטעקסט. פון וועלכע סייטס גנב'סטו די ציטאטן? נישט פון די ביכער זעלבסט ווייל כמעט א יעדע ביכל וואס דו ציטירסט איז פרא-עוועלוציע, און די זאץ צוויי וועלכע דו ברענגסט איז געווענטליך ארויסצוברענגן א צווייטע נקודה, אין קאנטעקסט.

יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 1:46 pm

· #222500
הקטן

A. H. Clark, Biologist, Smithsonian Institute, Washington, D.C.

“No matter how far back we go in the fossil record of previous animal life upon earth, we find no trace of any animal forms which are intermediate between the various major groups of phyla.”33

“Since we have not the slightest evidence, either among the living or the fossil animals, of any intergrading types following the major groups, it is a fair supposition that there never have been any such intergrading types.”

יאיר, וואס האט ער אקעגן דיין פיש? פארוואס קוואלעפייד דאס נישט פאר א intergrading type?

איך ווייס פון די אלע שטיקלעך וואס זענען נאטאריאוס פאר זייערע מיסקוואוטס אין קריעשיניזם ליטעראטור, און איך גלייב אז דו ווייסט ניטאמאל דעם אריגינעלן מקור פאר זיי (ווער איז דער מר. קלארק בכלל? ער זעט יא אויס צו זיין א קריעשאניסט, אבער לדאבוני קען איך נישט טרעפן זיינע קרעדענטשעלס). בדרך כלל מיינען די סייענטיסטן צו זאגן אז עס זענען נישט פארהאן גענוג טראנזישען פאסילס כדי עס זאל ערלויבן פאר די גראדואליזם פון די נעא דארוויניען טעאריע, און דערפאר קומען זיי אויף מיט פארשידענע אויסבעסערונגען, ווי פאנק איק פון גאלד און האופפול מאנסטער פון גאלדשמידט. זיי רעדן אינגאנצן נישט פון די עצם טעאריע פון עוואלוציע. קיין איין אנערקענטער סייענטיסטן האלט נישט אז עס זענען נישטא קיין קלארע פאסילס לדוגמא צווישן מענטשן און מאלפעס, אדער פיש און טעטראפאדס.
איך וועל ברענגען איין קלארע ביישפיל פון גאלד, פון וועמען דו קוואוטסט אזוי אין גרויסן, ועל הכלל כולו יצא. (ביטע ליין די גאנצע איידער דו קאמענטסט).
The third argument is more direct: transitions are often found in the fossil record. Preserved transitions are not common—and should not be, according to our understanding of evolution (see next section) but they are not entirely wanting, as creationists often claim. The lower jaw of reptiles contains several bones, that of mammals only one. The non-mammalian jawbones are reduced, step by step, in mammalian ancestors until they become tiny nubbins located at the back of the jaw. The "hammer" and "anvil" bones of the mammalian ear are descendants of these nubbins. How could such a transition be accomplished? the creationists ask. Surely a bone is either entirely in the jaw or in the ear. Yet paleontologists have discovered two transitional lineages of therapsids (the so-called mammal-like reptiles) with a double jaw joint—one composed of the old quadrate and articular bones (soon to become the hammer and anvil), the other of the squamosal and dentary bones (as in modern mammals). For that matter, what better transitional form could we expect to find than the oldest human, Australopithecus afarensis, with its apelike palate, its human upright stance, and a cranial capacity larger than any ape’s of the same body size but a full 1,000 cubic centimeters below ours? If God made each of the half-dozen human species discovered in ancient rocks, why did he create in an unbroken temporal sequence of progressively more modern features—increasing cranial capacity, reduced face and teeth, larger body size? Did he create to mimic evolution and test our faith thereby?

Faced with these facts of evolution and the philosophical bankruptcy of their own position, creationists rely upon distortion and innuendo to buttress their rhetorical claim. If I sound sharp or bitter, indeed I am—for I have become a major target of these practices.

I count myself among the evolutionists who argue for a jerky, or episodic, rather than a smoothly gradual, pace of change. In 1972 my colleague Niles Eldredge and I developed the theory of punctuated equilibrium. We argued that two outstanding facts of the fossil record—geologically "sudden" origin of new species and failure to change thereafter (stasis)—reflect the predictions of evolutionary theory, not the imperfections of the fossil record. In most theories, small isolated populations are the source of new species, and the process of speciation takes thousands or tens of thousands of years. This amount of time, so long when measured against our lives, is a geological microsecond. It represents much less than 1 per cent of the average life-span for a fossil invertebrate species—more than ten million years. Large, widespread, and well established species, on the other hand, are not expected to change very much. We believe that the inertia of large populations explains the stasis of most fossil species over millions of years.


בכל אופן, איך ווייס נישט צו עס האט א פשט די גאנצע ויכוח. אויב אלע דעיטינג סיסטעמס זענען נישט באגלייבט, און די (ליטערעלי) טויזנטער ראיות פון גענעטיקס און עמבריאלאגיע ווערן באזייטיגט אלס מיסטעריעזע אפענדיקס איברים וואס סוד ה' ליריאיו פארוואס גאט האט זיי איינגעפלאנצט, דעמאלט איז באמת נישט פארהאן קיין שטארקע באווייזן אויף עוואלוציע. (כאטש טייל פון די באווייזן האלטן יא אן). איך שטעל זיך פאר אז דו ביסט פונקט אזוי סקעפטיש פון די ביג בענג טעאריע, וואס איז לכל הדעות סאליד סייענס. ממילא זע איך נישט פארווואס עס איז נויטיג זיך צו טענה'ן אויף רעלאטיוו אומוויכטיגע דעטאלן אין די פאסיל רעקארד, בפרט אויב עס ווערט געפירט אויף אן אויבערפלעכליכן אופן פון קוואוטן די סייענטיפישע ליטעראטור אן אפילו וויסן פון וואס די ארטיקלען רעדן זיך.

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 9:38 pm

· #222661
יאיר
איך שטעל זיך פאר אז דו ביסט פונקט אזוי סקעפטיש פון די ביג בענג טעאריע, וואס איז לכל הדעות סאליד סייענס.

יאיר, איז ריכטיג וואס איך באמערק? האט זיך אריין געכאפט א שפאלט אין דיין אמונה אין עוועליצאיע? דו ביסט גרייט מחלק צו זיין צווישען עוועליציע און להבדיל די ביג בענג.
איז נישט עוועלציע אמת אוואו 3=3=6?

יידל
הקטן, ס'איז קענטבאר אז דו ציטירסט די אלע וועם דו ציטירסט ארויס פון קאנטעקסט. פון וועלכע סייטס גנב'סטו די ציטאטן? נישט פון די ביכער זעלבסט ווייל כמעט א יעדע ביכל וואס דו ציטירסט איז פרא-עוועלוציע, און די זאץ צוויי וועלכע דו ברענגסט איז געווענטליך ארויסצוברענגן א צווייטע נקודה, אין קאנטעקסט.

איך האב דאס שוין געשריבן איך ברענג בעיקר נאר פין שטארק גלייביגע פרא-עוועלוציע וואס זענען גרייט זיך צוציקניישען וואו א פרעצעל אין מאכן דאס גענער פין זיי אבי אבי עוועלאציע.

אז דו ווילסט קענסט זאגן אז איך לאז אויס ווערטער און לייג צו אפענע שקרנות אבער זאגן אז ס'איז אינדרויסן פין קאנטעקטס? זאל דער ליינער מחליט זיין, ווען איך ברענג געניג לאנגע שטיקלעך

כעלעמר, ווען יאיר זאגט דארווין איז טאקע אביסל שווער לאמער טרייען neo-דארווין, קען איך הערן. ער האט זיך קיינמאל נישט קאמיטעט צו שטארק צו gradual change, ער האט אייביג געהאלטן אפען זיינע options קען ער ברענגען אזא quote
יאיר
I count myself among the evolutionists who argue for a jerky, or episodic, rather than a smoothly gradual, pace of change.


דו האסט אבער יא געלייגט אלע דיינע אייער אין איין בעסקיט און צי שרייבן אז דאס אלס וואס איך האב געברענגט איז נישט צום עינין קען איבער לאזען ביי אנדערע דו פארדאכט אז english איז נישט דיין strong point

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 9:57 pm

· #222668
יאיר
ווער איז דער מר. קלארק בכלל? ער זעט יא אויס צו זיין א קריעשאניסט, אבער לדאבוני קען איך נישט טרעפן זיינע קרעדענטשעלס

חס ושלום איך וועל דיך נישט מכשיל זיין מיט קיין ריין כפירה פין א קריעשאניסט - ער איז א פרא-עוולאציע און ער איז גרייט אריין צו לערנען פשט אין וואס די רבי האט געמיינט
דא האסטו א לינק צים ביך (כעלעמ'ר ס'איז א easy read) <a class="postlink" href="http://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=uc1.b4085937;view=1up;seq=197">http://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=u ... up;seq=197</a>
איך האב'ס שוין אויפגעמישט פאר דיר

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 10:06 pm

· #222672
יידל
הקטן, ס'איז קענטבאר אז דו ציטירסט די אלע וועם דו ציטירסט ארויס פון קאנטעקסט. פון וועלכע סייטס גנב'סטו די ציטאטן? נישט פון די ביכער זעלבסט ווייל כמעט א יעדע ביכל וואס דו ציטירסט איז פרא-עוועלוציע, און די זאץ צוויי וועלכע דו ברענגסט איז געווענטליך ארויסצוברענגן א צווייטע נקודה, אין קאנטעקסט.

נעמעס אלס א פרוידיען סליפ.
קלאר אז זיי ווילן זיך נישט ביי דעם אפשטעלן, זיי האבן א מישען, אבער פארט דארפן זיי אדרעסירען די טריקענע פאקטן.

יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 10:45 pm

· #222679
הקטן
יאיר
איך שטעל זיך פאר אז דו ביסט פונקט אזוי סקעפטיש פון די ביג בענג טעאריע, וואס איז לכל הדעות סאליד סייענס.

יאיר, איז ריכטיג וואס איך באמערק? האט זיך אריין געכאפט א שפאלט אין דיין אמונה אין עוועליצאיע? דו ביסט גרייט מחלק צו זיין צווישען עוועליציע און להבדיל די ביג בענג.
איז נישט עוועלציע אמת אוואו 3=3=6?

איך מיין צו זאגן אז עס האט נישט קיין טעם זיך צו קריגן איבער די ווארהייט פון עוואלוציע אויב מיר האבן פיל פריערדיגע שטאפלען וואו מיר זענען מחולק. איך גיי זיך נישט טענה'ן מיט איינעם איבער די ריכטיגקייט פון אלגעברא איידער איז מודה אין די ריכטיגקייט פון פשוט'ע אריטמאטיק, כאטש ביידע זענען פונקט אזוי אמת.
(אגב, ווי אזוי האט זיך דיין 3 עוואלווד אין א 6? 🙂 )
כעלעמר, ווען יאיר זאגט דארווין איז טאקע אביסל שווער לאמער טרייען neo-דארווין, קען איך הערן. ער האט זיך קיינמאל נישט קאמיטעט צו שטארק צו gradual change, ע

איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס מיינט. רוב נעא דארוויניסטס נעמען אן גראדואל טשעינזש, און קיינער גלייבט נישט היינט אין פרי מענדעליען דארוויניזם (אויסער אפשר דער מר. ניו עוואלושעניסט, כ'ווייס נישט). בכל אופן, איך האב זיך נישט קאמיטעד צו קיין שום זאך אין דעם גאנצן שמועס אויסער צו קאממאן דיסענט, עפעס וואס איך שרייב יעצט איבער צום צענטן מאל, אין א לעצטע פרואוו צו ערקלערן וואס מיין ציל איז דא.
הקטן
יידל
הקטן, ס'איז קענטבאר אז דו ציטירסט די אלע וועם דו ציטירסט ארויס פון קאנטעקסט. פון וועלכע סייטס גנב'סטו די ציטאטן? נישט פון די ביכער זעלבסט ווייל כמעט א יעדע ביכל וואס דו ציטירסט איז פרא-עוועלוציע, און די זאץ צוויי וועלכע דו ברענגסט איז געווענטליך ארויסצוברענגן א צווייטע נקודה, אין קאנטעקסט.

נעמעס אלס א פרוידיען סליפ.

הייסט אין פרויד גלייבסטו נאר אויף עוואלוציע האסטו נישט קיין עווידענס 😂.

קול דודי » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 11:28 pm

· #222690
דער טריקענע פאקט איז אז עוועלאשן איז אמת בלי שום צד ספק כלל וכלל, ווי עס איז קלאר פאר איעדן וואס טיט אין דעם נושא אין וויל וויסן דעם אמת לשם אמת אין איז נישט להוט אחר תאוות הנצחון אויפצוווייזן אז ״זיין זייט״ איז גערעכט. ס׳איז נעריש אפצוענטפערן יעדן פאלשע טענה עקסטער אדער לערנען פשט אין א ביך וואס דער לעצטער מהדורה איז ארויסגעקומען אין 1880. ווער ס׳וויל וויסן דעם אמת קען דאך לערנען דערוועגן פין חכמי אמת (אין נישט די נבואי השקר) ולא מעבר לים הוא. אין די וואס ווילן נישט וויסן דעם אמת זאגט דאך שוין דער חכם אל תען כסיל כאיוולתו.

פונדעסטוועגן, כדאי מ׳זאל נישט זאגן מדשתקי רבנן, דא איז א ליסטע פון טרענזישענעל פאסילס:
<a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_transitional_fossils">http://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_ ... al_fossils</a>

אין דא האט איר איין משל פון אומצאליגע וואס ווייזט ווי שטארק ס׳איז דער גענעטישער (וואס אגב, דארווין האט בכלל נישט געוויסט פון גענעטיקס) באווייז פאר עוועלאשן (טראכטן אריין וואס דאס מיינט אז פונקט אין קראמעזאם 2 זענען דא טעלאמירס אין מיטן, בשעת ס׳באלאנגט בכלל נישט דארט! ס׳איז דאך ברור הדבר כשמלה אז ס׳איז צאמגעקלעבט בטעות.)
<a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/Chromosome_2_(human">http://en.m.wikipedia.org/wiki/Chromosome_2_(human</a>)

ובזה יצאתי ידי חובתי, וישמע חכם ויוסיף לקח.

הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:41 am

· #222749
סתם נייגעריג - אויב נעם איך אן וואו פרויד, זאג איך אז די מאנקי האט אויך אן id, ego, superego אדער דאס איז ליידער געשען צוזאמען מיט די fusion?
יאיר
בכל אופן, איך האב זיך נישט קאמיטעד צו קיין שום זאך אין דעם גאנצן שמועס אויסער צו קאממאן דיסענט

דאס זאגט אז די נעמסט א שטעלאנג נאר און די וואס אין נישט אין די וואו-אזוי ?
smart move

מעג איך דיך שטיפען אביסל פאראויס? קאמען דיסענט - וואו-אזוי? עט רענדאם (שטאט אדער שנעל)
איך וועל דיר זאגן פארוואס ס'וויכטיג דאס צוצילייגן , ווייל נאר אז די לייגסט צי די "עט רענדעם" קענסטו ניצען דארווין אנשטאט גאט (נישט אז די מיסט ארויסשטיפן גאט, דארווין האט געהאלטן גאט אים ארויס ציהעלפן)

הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:55 am

· #222754
קול דודי
טראכטן אריין וואס דאס מיינט אז פונקט אין קראמעזאם 2 זענען דא טעלאמירס אין מיטן, בשעת ס׳באלאנגט בכלל נישט דארט! ס׳איז דאך ברור הדבר כשמלה אז ס׳איז צאמגעקלעבט בטעות.

לאמער אננעמען אווא דו זאגסט, אז ס'דא טעלאמירס אין מיטן קראמעזאם 2 וואו אזוי ווייסטו אז דא איז צאמגעקלעבט בטעות? ווייל אזוי שטימט דיין טעאריע??
זאגן אויף דעם "ברור הדבר כשמלה"???
איז דאס וואס דער פסיק מיינט מיט confirmation bias

אויב דער מאנקי זאל האבן 24 און דער מענטש 24 זעען מיר דאך פשוט - קאמען-דיסענט!
אויב דער מאנקי וועט האבן 24 אין דער מענטש 23 - נישט געזארגט, אינז וועמער זאגן fusion אין דאס נאך ניצען פאר א "ברור הדבר כשמלה"!!

אויב דו ביסט יא אזא גרויסער קענער -
יעצט נאכן סיקווענסען די גינאם רעקערד:
זעט מען טאקע קלאר וואו ס'דא טעלאמירס אין מיטן קראמעזאם 2 ?
(קענסט זאגן אז ספאלוירן געווארן במשך די יארן)
האבן אנדערע קראמסאנס אויך די שטריכען למחצה לשליש ולרביע?

הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:37 am

· #222771
הקטן
סתם נייגעריג - אויב נעם איך אן וואו פרויד, זאג איך אז די מאנקי האט אויך אן id, ego, superego אדער דאס איז ליידער געשען צוזאמען מיט די fusion?

אויב זאל איך זאגן אז דער מאנקי האט נישט דעם id, ego, superego וואו אזוי סערווייעד ער?
אפשר זאגט מען אז סערווייוועל אף די פיטעס מיינט נישט סערווייוועל ממש.

איך גלייב אז די נביאי האוועלציע האבן א וועג ארויס, איך בין פשוט נייגעריג וואס דאס איז.

הקטן » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:50 pm

· #223303
קול דודי

פונדעסטוועגן, כדאי מ׳זאל נישט זאגן מדשתקי רבנן, דא איז א ליסטע פון טרענזישענעל פאסילס:
<a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_transitional_fossils">http://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_ ... al_fossils</a>
ובזה יצאתי ידי חובתי, וישמע חכם ויוסיף לקח.


Ideally, this list would only recursively include 'true' transitionals, fossils representing ancestral species from which later groups
evolved, but most if not all, of the fossils shown here represent extinct side branches, more or less closely related to the true ancestor

(קרעדיט, לינק פין קול דודי)

טרענזישענעל פאסילס??? טרענזישען צו וואו? a bridge to nowhere
דו זעסט וואס דא גייט פאר - די זיידעס האבן נישט קיין שייכת מיט די אייניקלעך, אבער ער וויל זיי שטארק ריפען טרענזישענעל.

לויט נעטראל סעלעקשען, דארף ווען צו זיין פיל פיל מער פין די געלונגענע טרענזישענס וואו פין די extinct side branches אין ווינדער איבער ווינדער אז ביי most if not all טרעפט מען נאר פין די extinct side branches. האמער א בפירישע באווייז נישט וואו די תלמוד וואס זאגט כל דפריש מרובא פריש



וישמע חכם ויוסיף לקח!

הקטן » דינסטאג יוני 28, 2016 9:46 am

· #339315
גענימען פין אן אנדער אשכול
שבת אחים
הקטן
שבת אחים

און יא אז איינער קומט ארויס פון אונזער קאמיונטי און גייט זיין אייגענע וועג, איז א העלד! נישטא וואס צורעדן, צי דו ווילסט יא צי דו ווילסט נישט, דעס איז די מציאות אין די וועלט, ווען איך זאג פאר א געווענטליכע מענטש אויף די גאס אז איך בין עקס-חסיד און איך בין אוועק פון דארט קוקן זיי מיר אן אלץ א העלד וואס האט געטוהן א דרייסטע העלדישע זאך!

זעט אויס אז די "געווענטליכע מענטש אויף די גאס" זענען נאך נישט אפ-טא-ספיד אז אלע דיינע מעשים זענען דיטערמענט, און דו ארבעסט פשוט וואו א ראבאט אן קיין ברעקל בחירה חפשית.

דער מישוג "העלד" איז נאך פארבליבען פין די פרעמעטיווע פארגאנגענהייט וואס מען האט געמיינט אז מותר האדם מן הבהמה, ספאסט אפילה נישט פין דיר זאלסט נאך זאגן פין זיי



דא קימט געווענדליך "דו ווייסט נישט וואס דו סייענטיסטען זאגן, בלא בלא, גיי זעץ דיך לערנען ..."


דו רעדסט אסאך שטותים מיט הבלים, קיין איין ווארט קלעבט נישט מיטן צווייטן ס׳פאסט נישט פאר דיר, סייענטיסטן וואלטן געזאגט אז א ראבאט איז שוין קלוגער ווי דיר, דו רעדסט דאך אזעליכע שטותים וואס האט מען נאכנישט געהערט זייטן חרבן בית שני.

וואס זאגסטו וועגן א ראבאט 😂, די ראבאט איז א העלד 😛


איך האלט אויך אז דיטעמעניזעם איז שטותים מיט הבלים אבער דיינע רביס האלטן נישט אזוי

In response to a questioner, Dawkins concedes that if you take a deterministic or mechanistic view of the universe, it seems absurd to think we have free will and that we can go around blaming criminals and praising distinguished authors. The whole idea of blame and praise seems to go out the window.
It's like Basil Fawlty blaming his car for not running properly. And since there's likely no one alive who takes a more mechanistic view of human behavior than Dawkins, he should stop going around affirming free will and blaming and praising people.
But when asked why he doesn't stop, he says first, that it seems to us (???) that have free will and second, that life would be intolerable if we believed (???) otherwise. In another post, I've challenged the latter point, but that's not the concern here. Let's grant Dawkins those claims. Dawkins concludes that "this is an inconsistency we have to live with" and so we may continue to believe in free will and moral responsibility, and blame and praise people accordingly. (In his defense, he does seem slightly uncomfortable about the tension.)


גענימען פין can-atheist-believe-in-free-will

ביבער, טו אדרך די סיגיא ווייל דו ווייסט 0
ביבער
@הקטן,דארט שטייט נישט צו ער האלט פון דערטערמיניזם צו נישט, נאר אויב לויט דער שיטה דעמאלט זאגט ער וואס ער זאגט.
נישט אז איך ווייס וואס דוקינס האלט אבער דערטערמיניזם בכלל איז נאך א גרויסע מחלוקה, ס'נישט דירעקט פארבינדן מיט עיטיזים.


וואס דאקינס האלט וועגען דיטעמעניזעם דארפסטו מיר נישט זאגן. (דאס אז דו ווייסט נישט דארפסטו מיר אויך נישט זאגן)
איך האב נישט געשריבן וואס איך האב געשריבן מכח דעם לינק, איך האב דאס פשוט אויפגעזיכט נאך וואס שבת אחים האט געזאגט אז איך ווייס נישט וואס איך רעדט און איך בין עוסק אין הבלים האב איך אפירגעזיכט עפעס צי ווייזען אז זיין רבי קאכט זיך אין דעם ביג-טיים

מיט עיטיזים איז גארנישט פארבינדען
דיטערמעניזעם איז אבער יא א דירעקטער ביי-פראדאקט פין דארוועניזעם.

שבת אחים » דינסטאג יוני 28, 2016 12:22 pm

· #339338
דיטערמעניזעם איז אבער יא א דירעקטער ביי-פראדאקט פין דארוועניזעם.
מאן יימר? אין פיזיקס און אין נאטור קוקט טאקע אויס ווי אלעס איז determined,אבער דעס מיינט נאכנישט אז אונז האבן נישט קיין בחירה אינגאנצן, רוב פילאסעפארס האבן אנגענומען די שיטה פון soft determinism וואס מיינט אז נישט אלעס איז predetermined למשל איך גיי באלד גיין שפאצירן אין א פארק כ׳ווייס נאכנישט אויף די מינוט אין וועלכע פארק, סקען זיין אז איך גיי גייען אין clove lake park אדער קען זיין אז איך גיי גייען אין ווילעברוק פארק דעס מיינט אז דער מענטש האט יא א בחירה.

דאוקינס איז נישט קיין הארד דיטערמינסט, און אפילו אויב לאמיר שוין זאגן אז יא איז עס מיר גארנישט מחייב, ער איז מיין רבי נאר אין די איין סובדזשעקט פון עוועלאציע, אלע זיינע אנדערע views האט מיט מיר גארנישט איינגעשטויסן, סאיז אזויווי א פיאנא טיטשער זאל זאגן פאר זיין סטודענט א מיינונג אין chemistry וואס איז נישט זיין פיעלד בכלל.

דעס אז מענטשען גייען סאוסייד וואלט לכאורה געדארפט זיין א שטארקע ארגעיומענט אקעגן הארד דיטערמיניזם, ווייל נאטירליך וויל יעדע באשעפעניש בלייבן לעבן און פייט פאר סורווייוועל, נישט אזוי?

הקטן » דינסטאג יוני 28, 2016 7:15 pm

· #339395
שבת אחים

דעס אז מענטשען גייען סאוסייד וואלט לכאורה געדארפט זיין א שטארקע ארגעיומענט אקעגן הארד דיטערמיניזם, ווייל נאטירליך וויל יעדע באשעפעניש בלייבן לעבן און פייט פאר סורווייוועל, נישט אזוי?

דאס איז אויך א שטארקע ארגעיומענט אקעגן דארוועניזעם בכלל - אזוי וואו איך האב געשריבן דערוועגן אין אנדערע אשכול
ס'איז זייער שווער צו זיין א אמתער דארוועניסט און מאכן פשרות מיט דיטערמיניזם

שבת אחים » מיטוואך יוני 29, 2016 12:31 am

· #339443
הקטן
שבת אחים

דעס אז מענטשען גייען סאוסייד וואלט לכאורה געדארפט זיין א שטארקע ארגעיומענט אקעגן הארד דיטערמיניזם, ווייל נאטירליך וויל יעדע באשעפעניש בלייבן לעבן און פייט פאר סורווייוועל, נישט אזוי?

דאס איז אויך א שטארקע ארגעיומענט אקעגן דארוועניזעם בכלל - אזוי וואו איך האב געשריבן דערוועגן אין אנדערע אשכול
ס'איז זייער שווער צו זיין א אמתער דארוועניסט און מאכן פשרות מיט דיטערמיניזם


ווייטער רעדסטו זאכן וואס איז לא הי׳ ולא נברא. סאיז דא פול מיט דארוועניסט וואס זענען סאופט דעטערמעניסט. כהאב נישט קיין כח צו רעדן מיט איינעם וואס האקט אין דער וועלט אריין

הקטן » מיטוואך יוני 29, 2016 7:41 pm

· #339552
שבת אחים
הקטן
שבת אחים

דעס אז מענטשען גייען סאוסייד וואלט לכאורה געדארפט זיין א שטארקע ארגעיומענט אקעגן הארד דיטערמיניזם, ווייל נאטירליך וויל יעדע באשעפעניש בלייבן לעבן און פייט פאר סורווייוועל, נישט אזוי?

דאס איז אויך א שטארקע ארגעיומענט אקעגן דארוועניזעם בכלל - אזוי וואו איך האב געשריבן דערוועגן אין אנדערע אשכול
ס'איז זייער שווער צו זיין א אמתער דארוועניסט און מאכן פשרות מיט דיטערמיניזם


ווייטער רעדסטו זאכן וואס איז לא הי׳ ולא נברא. סאיז דא פול מיט דארוועניסט וואס זענען סאופט דעטערמעניסט. כהאב נישט קיין כח צו רעדן מיט איינעם וואס האקט אין דער וועלט אריין


איך האב געשריבן "דאס איז אויך א שטארקע ארגעיומענט אקעגן דארוועניזעם " נישט קעגן דארוועניסטען
דארוועניזעם איז אן איידיע - סבאלאנגט נישט פאר קיינעם
דארוועניסטען זענען מענטשען
דארוועניסטען זענען מענטשן פיל מיט סתירות
מענטשן האבן אגענדעס

ס'איז שווער צו זיין אן אמתער דארוועניסט
אן אמת'ר דארוועניסט, אויב איז דא אזאנס איז דאס איינער וואס טראגט תורת דארווין ביז איר לעצטער אויספיר
אזא איינער מיז קימען צו א מסקנה, לדעתי, אז דו ביסט נישט מער וואו א ראבאט, א הירא זיכער נישט

אויב ביסטו גרייט צי ניצען דיין אייגען גאט-גיוען שכל, קען איך דיר מסביר זיין וואס איך שרייב, און מיר קענען עס אויך דיבעטען
איך האב נישט קיין פראבלעם זאלסט זאגן אז איך ווייס נישט וואס איך רעדט אויב ווילסטו מיך אפפרעגן מיט דברים של טעם

אבער סתם ווייל אזוי זאגט דער אדער יענער און דו קויפסט דאס האל-סעיל איז מיר נישט אינטערעסאמט (חאטש וועסט צילייגן אז דו פארשטייסט דאס מיט דיין אייגען שכל)

איך האב ליעב צו דיסקאסען "איידיעס" נישט "מענטשן"

נישט לאנג ציריק האט דא איינער געשריבן אז דאס אז דער וועלט איז צישטאנד געקימען דארך עוועלאציע איז א "פאקט"! והא ראי מען לערנעט דאס אין פאבליק סקול (איך געדענק נישט ווער האט דאס געשריבן)
דאס אז מען לערענט דאס אין אלע שולעס זאגט 0 אויף איר ווארהייט, ווידער שרייבן דאס זאגט זייער אסך אויף דעם מהלך המחשבה פין דעם שרייבער

אויך איז דא אנגעמימען צי שרייבן אז ס'מיז זיין אמת ווייל אלע סייענטיסטען האלטן אזוי - איך גיי נישט אריין אויב דאס איז אמת צי נישט, האלטן טאקע אויז אלע סיינעטיסטען? וויפיל האבן דאס דארך געטון מיט דו גרייטקייט צו זאגן פארקערט?
אויב עפעס ווייזט דאס מער אויף די יאמען-קאנדישען וואו אויף די ווארהייט פין עוועלאציע

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:37 am

· #339606
איך האב נאכנישט געליינט דיין תגובה ווייל איך האב נישט געדולט מעהר צו די נושא, און זיך צו טעהנ׳ן מיט אזא קטן ווי דיר.

האסט געזאגט אז דו ווייסט במילא פון פארויס וואס איך גיי שרייבן ווייל איך בין זייער פרידיקטעבל, און גראדע ווייס איך אויך וואס דו גייסט זאגן און וויאזוי דו גייסט פארדרייען מיינע ווייטער, איז אלזא זעה איך נישט קיין סיבה פארוואס אונז זאלן האבן א דילעקט און פארוואס מיר זאלן רעדן איינער מיטן צווייטן. יעדער ווייסט דאך במילא וואס יענער גייט זאגן פארויס.
חוץ מזה האלב פון די זאכן וואס איך שרייב דא (אפילו נאכן זיך איינהאלטן) מעקט מען במילא אויס, אייביג מיט אנדערע גיטע תירוצים און מ׳צענזירט מיינע תגובות כסדר איז וואזשע פעלט אויס די ארבעט פון קלאפן אויף א קאמפיוטער, א שאד די שפייכעץ, איך גיי בלייבן א דארוויניסט און דו גייסט בלייבן א קרעישאוניסט במילא.
גיט שבת
אפשר באלד וועל איך נעמען די מוה צו ליינען דיין תגובה און טאמער נישט רוף מיך צו די טאהש׳ער נתנה תוקף.

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 30, 2017 3:52 am

· #361130
גאר א אינטערסאנטע דאקיומענטרי וועגן פּאלעאנטאלאגי און די גרובונגען אין סאוט אפריקע אינטער עקספלארער און פּאלעאנטאלאגיסט פראפעסאר ליע בערגער אין די Malapa Fossil Site וואס סייענטיסטן רופן די Cradle of Humankind,און אין ׳רייזינג־סטאַר הייל׳ ווי מ׳האט געטראפן פארשידענע ערליי פאסילס פון פרימיטיווע הומאנס.

Nova׃ Dawn of Humanity 2015
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=N4TenQxUVR4">https://www.youtube.com/watch?v=N4TenQxUVR4</a>

ליע בערגער׳ס פאַסיל געפינסן האבן געשאפן א רעוועלאציע אין די פיעלד און איבערגדרייעט די סייענטיפשע וועלט. ׳טיימס מאגאזין׳ אין 2016 האט אים געקרוינט אלץ איינע פון די The 100 Most Influential People

<a class="postlink" href="http://time.com/4302420/lee-berger-2016-time-100/">http://time.com/4302420/lee-berger-2016-time-100/</a>

שבת אחים » זונטאג פעברואר 5, 2017 10:48 am

· #361919
כהאב עס געוואַטשעט בשעתו ווען סאיז ארויסגעקומען און שטארק געגליכען, לעצטענס האב איך מיך נאכאמאל אנגעשטויסן אין דעם און עס איבערגעוואטשט. הויך רעקאמענדירט אויב גלייכט מען די נושא. געוועהן ווערט די צייט צו אפילו וואַטשען ״שתי פעמים״...
Evolution - What Darwin Never Knew - NOVA PBS Documentary
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=AYBRbCLI4zU">https://www.youtube.com/watch?v=AYBRbCLI4zU</a>

שבת אחים » זונטאג פעברואר 12, 2017 10:17 am

· #362554
א אינטערסאנטע קורצע דאקיומענטרי איבער עוועלאציע, וויאזוי צוויי ענגלישע נאטראליסטן אין די 1850 יאהרן, טשארלס דארווין און אלפערד רוסאל וואַלאַס זענען ביידע באזונדער צוגעקומען צו די זעלבע טעאריע נאכן ארומרייזן און עקספלאורן נאטור און לייף ארום די גלאוב אין באזונדערע רייזעס, דארווין און וואלאס האבן זיך געטראפן אין א מוזעאם און זיך באקענט געמאכט איינער מיטן צווייטן, און פון דארט און ווייטער איז ארויסגעקומען און געבוירן געווארן די טעאריע פון ״עוועלאציע״ דורך ״נאטרליכע סעלעקציע״ וואס האט געטוישט אונזער פארשטאנד אין נאטור און ביאלגיע אויף אייביג.

The Making of a Theory: Darwin, Wallace, and Natural Selection
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=XOiUZ3ycZwU">https://www.youtube.com/watch?v=XOiUZ3ycZwU</a>

הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:43 pm

· #382761
שבת אחים
איך האב נאכנישט געליינט דיין תגובה ווייל איך האב נישט געדולט מעהר צו די נושא, און זיך צו טעהנ׳ן מיט אזא קטן ווי דיר.

האסט געזאגט אז דו ווייסט במילא פון פארויס וואס איך גיי שרייבן ווייל איך בין זייער פרידיקטעבל, און גראדע ווייס איך אויך וואס דו גייסט זאגן און וויאזוי דו גייסט פארדרייען מיינע ווייטער, איז אלזא זעה איך נישט קיין סיבה פארוואס אונז זאלן האבן א דילעקט און פארוואס מיר זאלן רעדן איינער מיטן צווייטן. יעדער ווייסט דאך במילא וואס יענער גייט זאגן פארויס.
חוץ מזה האלב פון די זאכן וואס איך שרייב דא (אפילו נאכן זיך איינהאלטן) מעקט מען במילא אויס, אייביג מיט אנדערע גיטע תירוצים און מ׳צענזירט מיינע תגובות כסדר איז וואזשע פעלט אויס די ארבעט פון קלאפן אויף א קאמפיוטער, א שאד די שפייכעץ, איך גיי בלייבן א דארוויניסט און דו גייסט בלייבן א קרעישאוניסט במילא.
גיט שבת
אפשר באלד וועל איך נעמען די מוה צו ליינען דיין תגובה און טאמער נישט רוף מיך צו די טאהש׳ער נתנה תוקף.

האסט מיך געפרעגט וואו (בלייבן מיט די צינג אנדרויסן און אפציען פין שטח מיט טענות)
דאס איז איינס פין זיי, ס'איז דא בעסערס, איך וועל עס טרעפען

בן אדם » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:45 pm

· #382762
.

הקטן » זונטאג אוגוסט 27, 2017 7:38 pm

· #383487
קיינער האט נאך נישט געזען קיין מאקרא-עוועלאשן
הערט און האט הנאה

Ralph Seelke received his Ph.D. in Microbiology from the University of Minnesota and the Mayo Graduate School of Medicine in 1981, was a postdoctoral researcher at the Mayo Clinic until 1983, and has been an Associate Professor or Professor in the Department of Biology and Earth Sciences at the University of Wisconsin-Superior since 1989. An authority on evolution’s capabilities and limitations in producing new functions in bacteria,

הקטן » זונטאג אוגוסט 27, 2017 11:16 pm

· #383506
שבת אחים

עוואלציע קען מען זעהן בחוש. קוק אויף די ברידינג פון הונט. (וואס ווייסטו דערוועגן? וואס זאגט די רשבא?) ווי איז ״דיין סייענס״? וועלכע נארמאלע סייענטיסט, נאטראליסט, זואלגיסט, ביאלגיסט, זענען נישט קיין דארווינסטן? ווער??????? לאמיר הערן? קיינער נישט!

אפשר העלפסטו ארויס און דו צייגטס צי א מקור וואו אזוי מען זעט פין די ברידינג פון הונט מאקרא-עוועלאשען?
דו האסט געלייקט שטריימל ווען ער האט געשריבן אז א פארשער און סעביר האט געמאכט פון וועלף הינט, און 50 יאר, אבער ס'איז א "גראבע ליגענט", וואו דו ריפסט דאס

פאר די פאן אף איט וועל איך דיר ברענגען נאך א כופר אן עטיאיסט וואס שרייבט אז איין איינציגער cell וואס דאס האט אין זיך ג'ענעטיק הדרכה וואו אזוי צי מאכן פראטין קען נישט ווערן פארענפערט דארך דארווין און ער שרייבט
Hence the dramatic paradox of the origin of life: in order to attain the minimal complexity required for a biological system to get on the Darwin-Eigen spiral, a system of a far greater complexity appears to be required. How such a system could evolve, is a puzzle that defeats conventional evolutionary thinking,

Eugene koonin, Ph.D

בצר לו איז ער אויפגעקימען מיט multiverse
אבער multiverse איז נישט סייענס
מען קען דאס נישט אבזערווירען און מען קען דאס נישט אפפרעגן
אבער שא, וואו לאנג ער זאגט נישט ID וועט מען אים מוחל זיין
אזוי זעט אויס די גאט-אפ-דו-געפס פין אן עטיעסט וואס טראכט.

זאג שבת דו גייסט לאזן צוואה פאר דיינע אייניקלעך נישט צי גיין אינטער די מעסער פון א תלמוד וואס גלייבט און multiverse ?

שבת אחים » זונטאג אוגוסט 27, 2017 11:20 pm

· #383508
.

הקטן » זונטאג אוגוסט 27, 2017 11:21 pm

· #383509
איך ברענג פאקטן, אז דו ביסט מספוק און א פאקט אדער דארפסט א מקור, פרעג , ווארפען זאמד אין די אויגן מאכט דיך אויסקיקען שוואך
און דו ברענגסט פערסענאלעטיס מיט פאמיליע

איך ווארט נאך אויף דיינע הינט.

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 27, 2017 11:30 pm

· #383510
הקטן
איך ברענג פאקטן, אז דו ביסט מספוק און א פאקט אדער דארפסט א מקור, פרעג , ווארפען זאמד אין די אויגן מאכט דיך אויסקיקען שוואך
און דו ברענגסט פערסענאלעטיס מיט פאמיליע

איך ווארט נאך אויף דיינע הינט.

א שאד די צייט. אומעגליך זיך צו דינגען מיט א בלינדע גלויביגע. איינער וואס גלייבט און איז נישט גרייט צו הערן קען מען נישט איבערעדן..........

וואלט ער געווען אגנאסטיש וואלט ער אפשר מעגליך געהאט עפעס אן אויבערהאנט אבער אזויווי ער איז אזוי פארגלייבט איז עס שוואכע מעשיות.
בלאט: 1 2 3 4 5 6