קדמות ספר הזוהר
231 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4749
קדמות ספר הזוהר
אפגעטיילט פון דא
יאיר ביזט שיין מרמז דאס גאנצע ענין פון קדמות הזהר ס'איז באקאנט דעם חיבור פון יעב"ץ מטפחות ספרים וואס אגב דער חתם סופר לויבט שטארק אויס אין א מיסטריעזע תשובה אזוי אויך איז באקאנט וואס די תשובה מאהבה שרייבט און וואס זיין רבי די נודע ביהודה וואס האט געלערנט אין בראדער קלויז אויף וועם ר'חיים צאנזער שרייבט ראה יחזקאל במעשה מרכבה האט אין שפעטערע יארן געטענה'ט אין לי עסק בנסתרות סאיז דא אסאך צו רעדן דערוועגן ואכמ"ל.
ר'
@יאיר, כ'וואלט נישט געגלייבט אז איר גלייבט דעם וויין-פעלשער. דער קשר פון קבלה צו גנאסטיקס איז פונקט אזוי שטארק (שוואך) ווי דער קשר פון סיי וועלכע מיסטישע תורה צו סיי וועלכע אנדערע. אז מ'וויל זיך ארויפכאפן איז זייער גרינג, מיסטיקה לאזט זיך בטבע זייער גרינג פארדרייען און צושטעלן, (איר ווייסט געוויס אז איוב און דניאל קען מען אויך זייער גרינג אפסטעמפלען אלס גנאסטיק). דאס איז שוין חוץ מזה אז ס'פרעגט גארנישט אפ. אה"נ, די זאכן וואס זענען די זעלבע אין גנאסטיקס ווי קבלה זענען טאקע אמת (עפ"י קבלה), בלעם האט אויך געזאגט אמת. ס'איז נישט שווער צו טרעפן קערנדלעך פון אמת און שטוינענדע ענליכקייטן אין די תורות פון די pagans, shamans, און אנדערע אזעלכע מיסטישע גרופעס, אריינגערעכנט אזעלכע וואס האבן בכלל נישט געהאט קיין השפעה איינס אויפן צווייטן (אינדיאנער אינעם אמאזאן וואלד מיט די Celts, למשל), דאס ווייזט נאר אויפן עירוב טו"ר ושכינתא בגלותא.
אין קדמות הזוהר וועל איך נישט אריינגיין, אבער מעודי נתקשיתי וויאזוי איז שייך עס ארויפצולייגן אויף ר' משה די-ליאון, זיינע שיטות אין קבלה שטימען בכלל נישט מיטן זוהר, אסאך מאל ווען ער ברענגט נאך דעם זוהר (אין זיינע שפעטערדיגע ספרים) מאכט ער קלאר א טעות אין הבנה. מילא די גדולי אותו הדור וואס האבן אזוי חושד געווען, זיי האבן אפשר נישט דורכגעאקערט רמד"ל'ס ספרים, אבער וויאזוי קומט אזא טעות צו א חוקר הקבלה? עד שמצאתי את שאהבה נפשי, ר' מענדל קאשער האט געשריבן א גאנצע מאמר דערוועגן אינעם ספר היובל פון סיני, וואו ער צוטרענצלט גרשום'ס שיטה אויף פיצעלעך, ארויסברענגענדיג זיינע טעותים און פארדרייענישן, א טייל פון מיינע טענות שטייען אויך דארט.
איינער וואס קוקט אהן דעם ספר הזוהר מיט אויגן פון א חוקר וואלט געדארפט זעהן קלאר אז ס'איז נתחבר געווארן שטיקעלעך שטיקעלעך, אסאך מחברים אין אסאך תקופות (און א שיינע צאל חוקרים זענען טאקע געקומען צו די מסקנא). לכל היותר האט רמד"ל צוגעלייגט קטעים דא-דארט, אבער צו זאגן אז אלעס איז מעשי ידיו איז פשוט מופרך. אז שלום איז אנגעקומען צו די מסקנא ווייזט דאס אביסל ווי אביעקטיוו ער איז געווען, לייגט צו זיינע באוויסטע מערכות אז מער-ווייניגער יעדער גדול בישראל איז געווען מכת ש"ץ, מיט די אפענע אגענדא ארויסצוברענגען אז די אפיקורס'ישע שיטות זענען "אן אינטעגראלע חלק פון מחשבת ישראל", (און ליינט דערנאך ר' חיים ליבערמאן'ס מאמר "כיצד חוקרים חסידות בישראל"), ווערט דאס בילד ערגענצט.
סאיז נישט קיין נפק"מ גענוי וועמענס ארבעט דאס איז, די עיקר באווייזען שאין עליו תשובה איז אז דער זוהר איז נישט געשריבן אויפן אראמיש פון בזמן חז"ל, סאיז פיל מיט מאמרים פון געדאנקען וואס איז ערשט שפעטער נתחדש געווארן און איז אפילו פול מיט בעלי מאמר פון שפעטערדיגע.
סאיז נישט קיין נפק"מ גענוי וועמענס ארבעט דאס איז, די עיקר באווייזען שאין עליו תשובה איז אז דער זוהר איז נישט געשריבן אויפן אראמיש פון בזמן חז"ל, סאיז פיל מיט מאמרים פון געדאנקען וואס איז ערשט שפעטער נתחדש געווארן און איז אפילו פול מיט בעלי מאמר פון שפעטערדיגע.
ריכטיג. אבער כ'זעה נישט וויאזוי דאס פרעגט אפ דאס געשריבענע, אז ס'איז נתחבר געווארן דורכאויס לאנגע תקופות. (גראדע איז עס נישט "פול" מיט שפעטערדיגע געדאנקען, רעלאטיוו צום גרויסן חיבור איז עס גאנץ ווייניג). ווי געשריבן גיי איך נישט אריין דא בענין זה, כ'וויל נאר ארויסברענגען דאס פאלשקייט און פארדרייטקייט פון שלום, ובכן קומט שוין איינמאל אריין דא צו רמד"ל האט געקענט מחבר זיין גאנץ זוהר (כדברי ג"ש) אדער נישט.
אמאליגע "חוקרי קבלה" זענען געווען פארקויפט פאר שלום, ווי די חכמי ימי הביניים פאר אריסטו, אבער פאר היינטיגע אויפגעקלערטע פאסט דאס נישט, די היינטיגע חוקרי הקבלה הייבן זיך שוין אן אפצושאקלען פון זיינע חלומות.
נישט אריינגייענדיג בענין מחבר הזוהר, אעתיק מדברי בעל הסולם (בהקדמה לספר הזוהר), ודבריו קילורין לעינים:
נט) והנה כל המצויים אצל ספר הזוהר הקדוש, כלומר המבינים מה שכתוב בו, הסכימו פה אחד שספר הזוהר הקדוש חיברו התנא האלקי רבי שמעון בן יוחאי. חוץ מהרחוקים מחכמה זו, שיש מהם המפקפקים ביחוסו זה, ונוטים לומר על סמך מעשיות בדויות ממתנגדי החכמה הזו שמחברו הוא המקובל ר' משה די ליאון או אחרים הסמוכים לו בזמן.
ס) ואני כשאני לעצמי, הרי מיום שזכיתי באור השי"ת להתבונן מעט בספר הקדוש הזה, לא עלה על לבי לחקור ביחוסה. והוא מטעם פשוט, כי לפי תוכנו של הספר עלה בלבי מעלת יקר התנא רשב"י לאין ערך יותר על כל התנאים הקדושים, ואם היה מתברר לי בבירור גמור שמחברו הוא שם אחר, כגון ר"מ די ליאון ז"ל וכדומה, הרי אז היה גדל אצלי מעלת האיש ר"מ די ליאון ז"ל יותר מכל התנאים הקדושים וגם רשב"י בכללם. אמנם באמת לפי מדת עומק החכמה שבספר, אם הייתי מוצא בבירור שמחברו הוא אחד ממ"ח הנביאים היה זה מקובל על לבי ביותר מליחסו לאחד מהתנאים, ומכ"ש אם הייתי מוצא שמשה רבינו קבל אותו מהר סיני מהשי"ת עצמו, אז היתה שוככת דעתי לגמרי כי לו נאה ולו יאה חיבור כזה.
יאיר, ווי געווענטליך קען אפאר אינאסענט הערות אויפברענגן אן אויסברוך פון אינפארמאציע איבערפלוס וואס מיר אלע זענען נהנה דערפון. איך האב ביז היינט נישט געוואוסט פון דער גרשום שלום אדער זיין וויין מסחר... ער זעהט אויס ווי גאר אן אינטערעסאנטע פיגור צו מאכן אן עקסטרע שמועס, און אינאיינוועגס - פארשטייט זיך - די נושאים וואס ער האט שטודירט און באשריבן.
שליח, דו שרייבסט דיינע ווערטער מיט א סארט זיכערקייט וואס בעצם פאסט אויב מען קען אויפווייזן מיט ראיות והוכחות. למעשה פון וואס דו שרייבסט דא זעהט מיר אויס אז דיינע הנחות זענען השערות אדער העכסטענס אמונות.
איך וואל געוואלט בעטן די גבאים אפשר אויב מען קען אפטיילן די לעצטע פאר תגובות, (אדער מצטט זיין) אין א באזונדערע אשכל אין די ריכטיגע אפטיילונג כדי די שמועס זאל נישט פארלוירן ווערן. ישר כח.
דא האב איך געשריבן אביסל וועגן גלייבן אין קדמות הזוהר להלכה <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/23998">viewtopic.php?p=23998#p23998</a><!-- l -->
הוגה
שליח, דו שרייבסט דיינע ווערטער מיט א סארט זיכערקייט וואס בעצם פאסט אויב מען קען אויפווייזן מיט ראיות והוכחות. למעשה פון וואס דו שרייבסט דא זעהט מיר אויס אז דיינע הנחות זענען השערות אדער העכסטענס אמונות.
אוודאי איז מעגליך אז כ'בין זיך טועה, אבער כפי קוצר דעתי וידיעתי שטיי איך אונטער יעדן ווארט וואס כ'האב געשריבן, מיט ראיות וואס די שוואכסטע פון זיי זענען שטערקער פון שלום'ס שטערקסטע.
כרגע האב איך נישט קיין צייט (און חשק) מרחיב צו זיין, אבער מ'קען אנהייבן מיט קאשער'ס מאמר (און ליבערמאן'ס אויך, צו די זייט). איך פארמאג נישט קיין סקענער, אבער כ'בין כמעט זיכער אז ביידע דארפן זיך צו געפינען אין אוצר החכמה. אויב איינער דא האט אוצר החכמה וועט ער א טובה טון פארן עולם אויב וועט ער זיי אפירזוכן (קאשער'ס אין סיני סופר יובל, ליבערמאן'ס אנהייב אהל רח"ל) און ארויפלאדענען.
@שליח, א גרויסן דאנק פאר די תוכנ'דיגע הערות, איך וועל זיך מצרף זיין צו הוגה'ס בקשה אז כבודו הרמה זאל מער מאריך זיין אין די פרטים, אפשר אן אנדערס מאל, אין א באזונדערע אשכול.
באמת, איך האב נישט געצילט צו ברענגען גרשם שלום מיט די כונה אז איך האב אים אנגענומען אלס תורה מסיני ממילא קען איך שוין נישט גלייבן אנדערש. נאר מיין פוינט איז געווען עפעס אנדערש. איינמאל מען הייבט אן קוקן מיט א פארגרעסערונג גלאז אויף די זאכן וואס זענען געווען פשטות ווען מיר זענען אויפגעוואקסן, איז שוין נישט קיין גרויסע נפקא מינא גענוי ווער ס'איז גערעכט, ווייל ווען מ'באקומט א סייענטיפישע בליק אויף די נושאים ווערט אלעס אינגאנצן אנדערש. למשל, אפילו אויב איך וועל יעצט ווערן איבערצייגט אז רבי שמעון האט געשריבן דעם זוהר, וועל איך שוין זיך נישט האלטן מחוייב צו גלייבן אז וואס שטייט דארט איז אמת, ווייל הדברים מצד עצמם זעען מיר נישט אויס צו זיין באזירט אויף ראציאנעלע ראיות נאר אויף פירות פון א דמיון מפותח פון א געהויבענער איד. איך זע נישט קיין שום סיבה פארוואס איך זאל דאס אפקויפן פאר גוט געלט אן קיין זאכליכע ראיה אז דער מחבר האט געוואוסט וואס ער רעדט , איינמאל עס האט פארלוירן דער 'הייליגקייט' אז מען טאר עס נישט צורירן, דארף איך שוין ווערן איבערצייגט נישט נאר אז עס איז אויטענטיש, נאר אז דער מחבר איז טאקע געווען אין די עולמות עליונים און האט געזען וואס טוט זיך דארט, (דהיינו, פארקערט ווי דער בעל הסולם שרייבט). דוק כי קצרתי.
לעצם הענין, איז בעיני כמעט ברור אז 1) ר' שמעון האט נישט געקענט זיין דער מחבר פון זוהר, 2) עס איז פרי יצירתם פון איינער אדער מערערע פון די מקובלי ספרד, בערך אין די תקופה פון די ליאון, 3) די ליאון האט ארומגעפאטשקעט דערמיט.
דאס איז אויך מער ווייניגער די מיינונג פון רוב היינטיגע חוקרים. סיי צוליב די פילאלאגישע ראיות (לדוגמא: דער אראמיש קען נישט זיין פון א תנא, עס איז פיל מיט טעותים און מאדנע ווערטער), סיי צוליב די מחודש'דיגע געדאנקען וואס שטימען נישט מיט תקופת התנאים (א קליין דוגמא: די זכר ונקיבה אין די שכינה), און סיי צוליב די אנאכראניזם (לדוגמא: די מאדנע געמיש פון תנאים ואמוראים אין באזונדערע תקופות). ממילא זע איך נישט פארוואס איך דארף זיך באציען דערצו מיט מער כבוד ווי צום ספר הרימון אדער צו די ספרים פון אברהם אבולפיה.
לגבי גרשם שלום, איז שווער צו זאגן אז ער איז געקומען מיט נגיעות, וויבאלד ער אליין האט פרובירט אין אנהויב צו פעסטשטעלן אז דער זוהר איז יא געקומען פון פריערדיגע תקופות, און למעשה איז ער געקומען צו די מסקנה אז דאס איז אוממעגליך און דער מחבר איז געווען איין מענטש (מ'קען דאס קלאר זען לויט זיינע הערות וואס ער האט צוגעשריבן אויפ'ן זוהר, ווי אזוי זיינע שיטות האבן זיך דעוועלאפד מיט די יארן). לגבי די שינויים צווישן די ליאון'ס ספרים און דעם זוהר האלט ער אז דאס איז א דעוועלאפמענט פון מיינונגען וואס האבן זיך געטוישט מיט די צייט. היות איך געדענק נישט גענוי זיינע פונקטליכע ראיות און די ראיות אויף פארקערט, וועל איך דאס לאזן פאר א צווייטן מאל. די מיינונגען פון די חוקרים היינט איז דא לכאן ולכאן, א גרויס חלק האלטן ווי שלום אין דעם פרט פון דעם מחבר הזוהר. לגבי אנדערע פרטים איז מען מחולק מיט אים (ווי למשל די השפעה פון גנאסטיציזם אויף קבלה). אבער קיינער מאכט אים נישט אוועק במו ידים, און אודאי זוכט מען זיך נישט 'אפצושאקלען' פון אים, ס'איז נאר אז ער איז געווען דער ערשטער עכטער חוקר הקבלה (פון א סעקולערע שטאנדפונקט) און ווי פארשטענדליך האט ער נישט אלעס ריכטיג צוגעטראפן, און מ'פרובירט צו טשעלענדזשן זיינע מסקנות כסדר.
פאר מען הייבט אן דן זיין אינען עצם החיבור, איז די שאלה נישט פארוואס זאל מען נישט גלייבן אז דער ספר קומט פון רשב"י, נאר סאך ענדערש פארוואס אין די וועלט מען זאל יא גלייבן.
שטעלט אייך פאר אזא בילד. ר' יושע לייפער, דער לעגענדארער מהדיר פון עוז והדר, קומט ארויס איין טאג, והנה, ער האט געטראפן דעם חלק ש"ס וואס פעלט, ער האט געטראפן, ס'איז דא א בבלי אויף טהרות, נישט מער און נישט ווייניגער. די דרוקער פון עוז והדר אינאיינעם מיט די גראפיקער, האבן אהער געשטעלט א וואונדערבארע ארבעט, די הגהות, ציונים, ילקוט ביאורים און אפילו די מתיבתא מהדורת ובלכתך בדרך איז שוין אויך דא צו באקומען אויף די גמרא מסכת פרה, אנדערע מסכתות זענען אויפן וועג, כרגע ארבעט מען אויף נגעים ואהלות. ווירקליך, א תורה מפוארה בכלי מפואר ווי עוז והדר גלייכט זיך צו זעלבסט קלאפן אין די פלייצע.
די נייע מסכתות און גמרות זענען פארשטענדליך מרבה קנאת סופרים, טויזנטער לומדים בכל אתר ואתר זעצן זיך אראפ מיט א פרישקייט האקן שטיקער דערין. א קלייניגקייט?! צוויי טויזנט יאר וואס כלל ישראל האט נישט געהאט די זכיה, און פלוצלינג איז עס דא. "דאס ווייזט אויף אורו של משיח"! דרוקט זיך אויס מיט עקסטאז ר' גמליאל ראבינאוויטש. "ומלאה הארץ דעה את ה'. בדקו מדן ועד באר שבע ולא מצאו תינוק ותינוקת וואס האט נישט געקענט קיין טומאה וטהרה". אלע לומדים זענען זיך מייגע מיט א פלייס, ביי זיך אין בויך טראכט יעדער איינער, ווער ווייסט, אפשר וועט מיר געלונגען צו זיין דער רש"י פון ש"ס טהרות, הונדערטער יארן ארום וועט מען זיך מייגע זיין אויף מיינע פירושים.
אזוי וואלט אלס געווען פיין און שיין. מוז דאך אבער אלס זיין איין אויבער חכם, און ער איז נישט געווארן איבערגענומען פון די גאס' עקסטאז. אנשטאט, האט יענער פרובירט אליין חוקר ודורש צו זיין, פון וואו קומט דער ש"ס? מען קען זעהן דעם כתב יד? וואס זענען די הוחכות אז דאס איז טאקע דער ש"ס בבלי? פרובירט ער גיין צו ר' יושע, אבער ער רעספאנדט נישט. געטראפן? ערגעץ אין א הייל אין ווייטן מזרח. (וויאזוי זאל דער בבלי אנקומען צו דעם הייל? גוטע קשיא). מען קען זעהן דעם כתב? ניין. פארלוירן (אדער צוריקגעגעבן פארן קעניג וואס האט זיך געיאגט ווייטער צו זיין דעסטינאציע). אבער נישט געזארגט, שרייט אויס ר' יושע, איך האב טאקע נישט דעם אריגינעלן, און ניטאמאל א קאפיע פונעם כתב, איך אליין האב עס אבער איבער געזעצט אויפן קאמפיוטער, אות באות פונעם כתב יד.
אונזער אויבער חכם איז אבער נישט צופרידן, ער פרובירט רעדן צו ר' יושע'ס בני משפחה. למעשה, איז עס אים געלונגען. נישט קיין אנדערע ווי ר' יושע'ס אייגענע ווייב, דערציילט אים בפה מלא, אז ר' יושע מיט זיין גאנצער מכון אינאיינעם זענען געווען אין געפאר פון פינאנציעלער אונטערגאנג. געלט נעמט ער נישט פון די מדינה, די עקאנאמיע איז אין דער ערד, סאטמארע עשירים האבן נישט קיין געלט אדער זענען ברוגז פארן רופן רב אלישיב צום סיום, און דערווייל שטייט מענדל פאמעראנץ און שיסט ארויס באנד נאך באנד וואס זאמלען שטויב אויף די פאליצעס פון די ספרים געשעפטן און בתי מדרשים. נו, מען האלט ביי א פינאנציעלע קאטאסטראפע, וואס טוט מען דא? ווי גיט מען זיך אן עצה?
דערציילט די מרת לייפער, איין נאכט, איז מיין מאן געפאלן אויף א המצאה. נעמליך, ער וועט לאזן דרוקן דעם ש"ס טהרות בבלי. ער האט זיך אליינס אראפגעזעצט, און אויסגעארבעט דעם ש"ס מהחל ועד כלה. (אקעי, איך אגרי אז דער חלק משל שטימט נישט...). געשריבן, געמעקט, געקאפי'ט געפעיסט, ביז עס איז ארויסגעקומען א דבר השלם. און טאקע דערציילט די רעבעצין, ב"ה, דאס איז געווען א געוואלדיגע המצאה וואס האט אונז ממש געראטעוועט, די סעילס פונעם ש"ס זענען געווען סקיי ראקעטינג. מיר האבן זיכער געמאכט אז מיר זענען די קאפירייט האלדער'ס לנצח נצחים. קיין איין קאמפעטישאן, נישט וואגשאל, נישט מסורת הש"ס קענען דאס נישט צושטעלן. נו, וועלכער מחותן זאל זיין אזא נאר צו גיין קויפן פארן איידעם'ל א פעלעריגן ש"ס? אוודאי איז נאר דא איין עצה, קויפן א ש"ס ביי עוז והדר.
אפגערעדט אז מתיבתא געניסט פון א אומצווייפלהאפטיגער נצחון איבער ארטסקרול, ווייל כאטש ארטסקרול איז פיל א בעסערער פירוש, האבן זיי אבער נישט די קאפירייט רעכטן צו ארויסגעבן א פירוש אויף טהרות גמרות. טאקע, ווען א יחיד קויפט זיך א איינצלנעם באנד שטייט טאקע ארטסקרול העכער, אבער ווען עס קומט צו איינקויפן גאנצע סעטס, דער איז נאו וועי טו עוואויד עוז והדר - מתיבתא.
נו שוין, געהערט אזאלכע דיבורים מפורש יוצא מפי אשת חבר, האט אונזער אויבער חכם אנגעהויבן מאכן א טומל. ביז די זאך איז אנגעקומען צו ר' מענדל שאפראן, וואס האט מחליט געווען צו דערגיין דעם אמת, ער האט געלאזט רופן ר' מענדל פאמעראנץ, וועלכער האט געשוואוירן מיט א ספר תורה אין די האנט אז ער - וועלכער איז ר' יושע'ס רעכטע האנט - ווייסט נישט פון אזא זאך צוזאגן. ער האט טאקע נישט אליין מיטגעהאלטן דעם גאנצן עסק, אבער ר' יושע האט אים קיינמאל נישט דערציילט אז ער האט זיך אליינס אויפגעטראכט דעם ש"ס.
אז ר' מענדל האט געהערט אזא אפענע שבועה מפורש יוצא מפי הרב פאמעראנץ, און נאך א ארבעטער אין עוז והדר וואס האט פארציילט די זעלבע, האט ער שוין געוויסט וואס ער האט צוטון. ער האט ארויסגעגעבן א צעטל בכתב אז דער ש"ס איז אויטענטיש, וילמדו ענוים וישבעו. אומזיסט האט אונזער איינציגער אויבער חכם פרובירט אנצודרייען ווייטער, מען האט אים אמבעראל פארשריגן און ארויסגעווארפן פון אלע בתי מדרשים. דער עולם וועלכע האט געלעכצט נאך א סימן אז משיח איז שוין נאנט, און איז געווען אויסער זיך פאר עקסטאז אז ב"ה מען האט אפירגעזוכט דעם טהרות ש"ס, האט אפילו נישט געוואלט אויסהערן וואס דער אויבער חכם האט צו זאגן, און דער ש"ס איז פארבליבן הייליג ביי כלל ישראל, פרובירן זאל אן אפיקורס מפקפק צו זיין דערין.
דאס משל, דאס משל איז דאך דומה לנמשל...
איך מוז נאר צולייגן, אז להשלמת הענין, האב איך שוין לאנג גע'טענה'ט ווי דער סולם, ס'איז מיר געווען א הנאה צו זעהן אז ער שרייבט עס אויך. נעמליך, די גאנצע ענין פון קבלה / תורת הנסתר וואס מיר האבן בידינו, איז דאך אלעס ענינים וואס איז נתגלה געווארן דורך אנקאנווענשאנעל וועגן. דאס איז ברור פאר יעדן וואס גלייבט אין תורה שבע"פ, און אין תלמוד בבלי (אויף סדר מועד...) אז הוויות דאביי ורבא איז א דבר קטן, ס'איז רב הנסתר על הנגלה, כמים שאין להן סוף. די אלע ענינים וואס מיר ווייסן איצט, איז אויך נאר א פרעקשאן פון תורת הנסתר.
איצט קומט יאיר למשל, און האלט אז אלע ענינים וואס זענען נתגלה געווארן לאורך הדורות, צי דורך ר' שמעון, צי דורך רמב"ן, ר' --- בן הראב"ד, אר"י הק' ועוד זענען נאר רח"ל מהאי דעתא, א דמיון מפותח פון א געהויבענעם איד, עפ"ל. ווייל ער קוקט אויף זאכן מיט א א.ג. סייענטיפישע בליק, און סייענס פארשטייט נאך נישט וויאזוי אליהו הנביא אדער אחיה השילוני קענען זיך מגלה זיין אויף די וועלט (כאטש דאס איז מבואר אין בבלי וואס לכאורה גלייבט יאיר יא דערין, לפי זה אפשר די זאכן וואס אליהו האט מגלה געווען וועט ער יא גלייבן, וצ"ע) און אויך נישט וויאזוי צדיקים קדושים פון דא קענען משיג זיין זאכן פון יענער וועלט.
נו, ברוך הוא אלוקינו שהבדילנו מן התועים, ב"ה געווענליך ערליכע אידן קענען זיך יא ברענגען צו גלייבן אז רשב"י האט געקענט משיג זיין זאכן פון הימל, און אויך דער אריה"ק (כמבואר בחגיגה אז ר"ע וחביריו זענען ארויף ממש אין הימל הייסט דאס עס איז יא שייך צו משיג זיין ) און ממילא בנידון דידן, מה לנו צי רשב"י האט אליינס אראפגעשריבן דעם גאנצן ספר, צי א מקובל טויזנט יאר שפעטער וואס האט עס משיג געווען צי עס אים נתגלה געווארן די אלע סודות, צי ער האט עס אראפגעשריבן בציור מעשה ועובדא און אזוי קונצליך אריין געוועבט די רזין דאורייתא ווס איז אים נתגלה געווארן, צי ער האט מקבל געווען אלע עובדות אז ס'איז טאקע בפועל געשעהן. למעשה האבן די שרפי מעלה ווי דער אר"י הק' ועוד עס געגלייבט און מקבל געווען און געהאלטן - און משיג געווען, געזען אין הימל - אז דאס איז טאקע יא תורת אמת און מקור מקורם טהור פון ר' שמעון בן יוחאי, אלזא ווער עס גלייבט דעם אריה"ק זאל גלייבן, און ווער עס וויל זיין א סייענטישע געמיינדע מיטגליד זאל לאכן פון כל הקודש לנו.
ר'
@יאיר, כ'פארשטיי וואס איר מיינט, איינמאל א זאך ווערט אן אביעקט צו שטודירן קען עס פארלירן דעם רגש קדושה, אויב איז מען נישט גענוג געווארנט. וכנראה איז דאס די טעם פון די וואס האבן זיך מתנגד געווען צו ביקורת המקרא כאטש זיי זענען אפען געווען צו אלע אנדערע שאלות, ווייל אפילו אויב איז מען זוכה צוצוקומען צום אמת קען מען פארלירן די רגש פון מחויבות צו די תורה, רח"ל.
למעשה, כשאני לעצמי פיהל איך ב"ה אקוראט די זעלבע ווי דער בעל הסולם. כ'וואלט זיך געשפירט מחויב צום זוהר, און איר געשטעלט אין ספרים-שאנק נעבן די ספרי חז"ל, אפילו ווען דער מחבר וואלט קלאר געווען א היינטיגער (אפשר וואלט איך דאן נישט געהאט די שכל אריינצוקוקן מעיקרא, אבער אויב וואלט איך געוויסט איבער דעם וואס כ'ווייס ב"ה היינט וואלט איך קלאר אזוי געטון). ווען איך פאר זיך שרייב דאס קענט איר מיר אנקוקן ווי עפעס א פאנאטישער מאמין וואס טראכט מיט הארץ אנשטאט מוח, וואס האט זיך פארגלייבט אין עפעס א כמו-אראמישע טעקסט און קען עס נישט אפלאזן. דערפאר האב איך געברענגט דברי בעל הסולם, וואס אויף אים זאגט זיך דאס נישט אזוי גרינג, ער איז געווען אן ענק הרוח און א אפענער מוח, וואס האט טיעף דורכגעטון אלע פילאזאפיעס און אידאלאגיעס אויף די וועלט (וכבר נתבאר קצת
כאן בדברי שליח עניא והרב לעיקוואד). דאס איז פון די זאכן וואס מ'קען נישט אויפווייזן, מ'מוז אליינס דורכטון, און נישט דורך אזעלכע בורות נשברים ווי ג"ש וחביריו, נאר טאקע אליינס מיטן גאנצן נשמה (מערקט אז כ'שרייב נישט הארץ). אויב ווארט איר אויף הוכחות, ווייזט מיר מקודם אויף אז יחזקאל'ס נבואות זענען נישט סתם עפעס UFO-like מחזות פון א דמיון מפותח (רח"ל).
אז איר שרייבט אייער אני מאמין וועל איך מוזן שרייבן מיינס, אויפן סדר פון ווי זיכער כ'בין.
1) רמד"ל איז בלי שום ספק רציני נישט געווען דער מחבר, עורך, און אפילו נישט ערנסט ארומגעפאטשקעט דערמיט. די רעדע איז נישט פון אזעלכע זאכן ווי שינוי דעת, נאר קודם כל איז ער פשוט נישט געווען מסוגל דערצו, כאילו איר זאלט זאגן אז איבראנער רב האט געשריבן רמב"ם, צווייטנס ברענגט ער נאך שטיקלעך אין זיינע שפעטערדיגע ספרים וואס ער האט קלאר נישט פארשטאנען פירוש המילות, דריטנס פרעגט ער קושיות אין זיינע שפעטערדיגע ספרים וואס ווערן שוין געפרעגט אין זוהר (אהן זיך וויסנדיג מאכן), און ער ענטפערט מיט דוחק-תירוצים בעת וואס אין זוהר זענען די תירוצים הערליך, ס'איז נישט באוויסט אז ער האט געליטן אויף אמנעזיע, ועוד ועוד. מערסטענס וואס ס'קען זיין איז אז ס'איז אנגעקומען לידו נישט מסודר, און ער האט פרובירט אביסל מסדר צו זיין, און אפשר אויך במקומות מועטים ביותר צוגעלייגט און אראפגענומען.
2) א ריזן חלק איז שוין געווען געשריבן שפעטסטענס בתקופת הגאונים. שלום אליין ווארפט אריין, אזוי צופעליג, אז א גרויסע חלק פון זוהר איז געשריבן געווארן מיט אויסגעצייכנטע אראמיש, וואס פאסט פאר חכמים וואס אראמיש לעבט נאך ביי זיי (ד.מ. זיי נוצן עס טאג-טעגליך). אבער ער איז זיך נישט מטריח מסביר צו זיין וויאזוי דאס איז טאקע מעגליך. (ס'זענען דא נאך אסאך ראיות, אפס קצתם תראה במאמר המצורף, כ'האב נאר אנגעכאפט די ראי' ווייל דער עולם דא האט זיך ארויפגעכאפט אויפן אראמיש).
3) צו דאס קערנדל איז געשריבן געווארן דורך רשב"י, זענען דא בערג מיט טענות לכאן ולכאן, זיי דורכצוטון וועט נעמען צייט און כח און מח, און וויבאלד כאמור איז מיר עס נישט צופיל נוגע, ברענט מיר נישט צו אינוועסטירן אזויפיל אויף צו געוואויר ווערן די היסטארישע אמת. אין פשוטערע ווערטער: איני יודע. אבער ס'איז מיר פשוט באקוועמער אנצושטעלן א סעטינג ביי מיר אין מח אז דאס קערנדל איז מסתמא יא פון רשב"י, פשוט ווייל דאס איז געווען די אנגענומענע מיינונג ביי רוב גדולי ישראל (ווי רב אשלג שרייבט, ביי די וואס האבן פארשטאנען חכמה זו), און כ'האב דערווייל נישט געטראפן קיין compelling reason צו קריגן.
לגבי ג"ש'ס נגיעות, כ'האב נישט געמיינט דוקא לגבי די נושא, אבער סייווי פארשטיי איך נישט אייער ראי'. אויב זעה איך איינעם אויפן אינטערנעט וואס האלט אין איין פאוסטן זיינע שיטות בעניני אמונה, ער הייבט אהן ווי א חרדי און ענדיגט - נעבעך - ווי א כופר הכל, איז מוכרח פון דעם אז ער אנגעקומען צו דעם דורך אביעקטיווע טענות? אוודאי איז עס אויך מעגליך, אבער ס'איז פונקט אזוי מעגליך אז זיינע תאוות נטיות ונגיעות האבן אים צוביסלעך מער און מער פארפירט, ער איז געווארן שוואכער און שוואכער ביי זיך עומד צו זיין בנסיון. און אויב זעה איך אז אין זיינע לעצטע פאוסטס איגנארירט ער גענצליך די ראיות פון זיינע ערשטע פאוסטס, איז מער מסתבר די צווייטע צד ווי די ערשטע. לענינינו, ג"ש האט מפרסם געווען אפאר מאמרים מיט ראיות אז רמד"ל האט נישט מחבר געווען ספר הזוהר, און שפעטער איגנארירט ער זיי גענצליך! צינדט דאס נישט אהן קיין רויט לעמפעל ביי אייך?
כ'האב זיך נישט ריכטיג אויסגעדריקט אז מ'פרובירט זיך שוין אפצושאקלען, איר זענט לכאורה גערעכט אז ס'האלט נאכנישט ביי דעם. אבער בעת וואס אמאל איז מען געווען פאר'שיכור'ט פאר אים, ער האט געקענט שרייבן די גרעסטע שטותים און מ'איז נאכגעטאנצען קדוש קדוש קדוש אויף יעדע ווארט (עי' במאמרי תשבי, אדער בעסער זייט נישט מעיין 😉 ), האט מען שוין היינט איינגעזעהן אז נישט יעדע נארישקייט ווערט אויטאמאטיש קלוג ווייל ס'קומט פון דעם גורף ביבין'ס פה מפיק מטלניות.
@דעת תורה, איר לייגט זייער גוט אראפ די טענות פון די מערערים, אבער די טענות אויף פארקערט זענען פיל שטערקער. למשל:
דעת תורהער האט זיך אליינס אראפגעזעצט, און אויסגעארבעט דעם ש"ס מהחל ועד כלה. (אקעי, איך אגרי אז דער חלק משל שטימט נישט...).
דער חלק נמשל שטימט נאך אסאך ווייניגער.
ווי געשריבן, איז מסתבר אז ס'איז אנגעקומען צו רמד"ל נישט מסודר, ער האט עס מסדר געווען, און ארומגעטוישט אויף געציילטע פלעצער וואו ס'האט אים געשמעקט. דערפאר האט ער נישט געוואלט ארויסגעבן דעם כת"י (אויב האט ער עס טאקע נאך געהאט), מ'זאל אים נישט כאפן רויט-האנטיג. וויבאלד ער האט אריינגעלייגט אסאך ארבעט לפי ערכו, האט ער זיך אין א שוואכע מינוט מעגליך בארימט פאר זיין רביצין אז ס'איז אלעס מעשי ידיו, (ווי דער מדרש אז שלמה המלך האט געהערט א פויגל זיך בארימען אז ער קען חרוב מאכן דאס ביהמ"ק, ווען שלמה האט געפרעגט וויאזוי האט דאס פויגל געענטפערט אז פאר זיין ווייב מעג ער זיך בארימען און ס'איז קיינעם'ס נישט עסק). בקיצור, יעדע קושיא האט א תירוץ, און די קושיות קענען נישט מכריח זיין אז רמד"ל האט געטון אין מערסטענס זעקס יאר א זאך וואס ער וואלט נישט געקענט באווייזן במשך כל ימי חייו.
אבער ווי איר פירט אויס (און ווי געשריבן אויבן), ס'איז נישט צופיל נוגע צו דער מחבר האט געהייסן ר' שמעון בר יוחאי, רב חמאי גאון, ר' משה די ליאון, אדער אפילו ר' יהושע לייפער. איינמאל מיר ווייסן וואס מיר ווייסן איבערן חיבור איז דער מחבר נתלה אין זיין חיבור, נישט פארקערט.
שליח
כרגע האב איך נישט קיין צייט (און חשק) מרחיב צו זיין, אבער מ'קען אנהייבן מיט קאשער'ס מאמר (און ליבערמאן'ס אויך, צו די זייט). איך פארמאג נישט קיין סקענער, אבער כ'בין כמעט זיכער אז ביידע דארפן זיך צו געפינען אין אוצר החכמה. אויב איינער דא האט אוצר החכמה וועט ער א טובה טון פארן עולם אויב וועט ער זיי אפירזוכן (קאשער'ס אין סיני סופר יובל, ליבערמאן'ס אנהייב אהל רח"ל) און ארויפלאדענען.
א גרויסן דאנק פארן חשובן חבר וואס האט זיי צוגעשטעלט, תשוחח"ל. ויותר ממה שאמרתי לפניכם כתוב כאן. (כ'שפיר זיך אבער פארפליכטעט צוצולייגן אז כ'בין נישט מקבל אחריות אויף זייערע ווערטער, כ'האב עס נישט יעצט איבערגעליינט. ומצד השני, כפי זכרוני אנטהאלטן זיי נישט אלע מיינע טענות).
כשרליברמןשליחלמעשה, כשאני לעצמי פיהל איך ב"ה אקוראט די זעלבע ווי דער בעל הסולם. כ'וואלט זיך געשפירט מחויב צום זוהר, און איר געשטעלט אין ספרים-שאנק נעבן די ספרי חז"ל, אפילו ווען דער מחבר וואלט קלאר געווען א היינטיגער (אפשר וואלט איך דאן נישט געהאט די שכל אריינצוקוקן מעיקרא, אבער אויב וואלט איך געוויסט איבער דעם וואס כ'ווייס ב"ה היינט וואלט איך קלאר אזוי געטון). ווען איך פאר זיך שרייב דאס קענט איר מיר אנקוקן ווי עפעס א פאנאטישער מאמין וואס טראכט מיט הארץ אנשטאט מוח, וואס האט זיך פארגלייבט אין עפעס א כמו-אראמישע טעקסט און קען עס נישט אפלאזן. דערפאר האב איך געברענגט דברי בעל הסולם, וואס אויף אים זאגט זיך דאס נישט אזוי גרינג, ער איז געווען אן ענק הרוח און א אפענער מוח, וואס האט טיעף דורכגעטון אלע פילאזאפיעס און אידאלאגיעס אויף די וועלט (וכבר נתבאר קצת
כאן בדברי שליח עניא והרב לעיקוואד).
אלץ איינער וואס איז קאמפלעט איגנאראנט אינעם ענין, אפשר קלערט איר מיר אויף וואס איר מיינט, וואס איז אזוי מורא'דיג מיטן ספר הזוהר? איך פרעג מחיסרון ידיעה, נישט לקנטר.
@שליח איך האב הנאה אז דו האסט ארויס מיין כונה. עס זעט אויס אז מיר ביידע זענען דן דעם זוהר מצד דעם חיבור, נאר משום איזה סיבה האבן מיר די פארקערטע הרגשה. איך קלער אז דער חילוק איז פשוט אז איך האב בעיקר געלערנט דעם נגלה חלק, וואו ווען איך עפן נאר דעם זוהר באגעגן איך זיך מיט דברים מוזרים ומשונים מאוד, מאחורי ראיתים ולפני לא יראו, ולפעמים דברים שכמעט שאסור להעלותם על הדעת. אבער אין דער חלק הנסתר שבו האב איך ווייניג געלערנט, און וואס יא פארשטיי איך נישט וואס דער מחבר וויל. ממילא איז מעגליך אז דאס איז אונזער סלע המחלוקת. כ'טראכט גאר צו אפשר האט אן אנדער מחבר אדער אפילו די ליאון (אפילו לדבריך) צוגעלייגט דוקא אינעם חלק הנגלה שבו, ווייל נאר דאס איז ער געווען ביכולת. בכל אופן זע איך בכלל נישט קיין גרויסע גדולה מיט דעם חלק הנגלה, און איך מיין אז יעדער יודע ספר מיט א חוש הדמיון מפותח וואלט דאס געקענט מחבר זיין. ממילא שטעל איך זיך פאר אז דו רעדסט נישט פון דעם. איך האב אבער נישט געלערנט די ליאון'ס ספרים ממילא קען איך נישט צופיל זאגן דערוועגן.
אבער חוץ מזה, איז דא א גרויסע חילוק צווישן זען א טיפע חכמה אינעם זוהר און עס שטעלן נעבן ספרי חז"ל. איך זע אויך א גרויסע חכמה אין איינשטיינ'ס ביכער און פונדעסטוועגן באלאנגט דאס נישט צווישן ספרי חז"ל, און אודאי מיינט דאס נאכנישט אז וואס שטייט דארט איז אמת, און די עולומות זענען זיך טאקע משתלשל גענוי ווי דער בעל הזוהר לייגט עס אראפ.
לגבי ג"ש'ס נגיעות, כ'האב נישט געמיינט דוקא לגבי די נושא, אבער סייווי פארשטיי איך נישט אייער ראי'. אויב זעה איך איינעם אויפן אינטערנעט וואס האלט אין איין פאוסטן זיינע שיטות בעניני אמונה, ער הייבט אהן ווי א חרדי און ענדיגט - נעבעך - ווי א כופר הכל, איז מוכרח פון דעם אז ער אנגעקומען צו דעם דורך אביעקטיווע טענות? אוודאי איז עס אויך מעגליך, אבער ס'איז פונקט אזוי מעגליך אז זיינע תאוות נטיות ונגיעות האבן אים צוביסלעך מער און מער פארפירט, ער איז געווארן שוואכער און שוואכער ביי זיך עומד צו זיין בנסיון. און אויב זעה איך אז אין זיינע לעצטע פאוסטס איגנארירט ער גענצליך די ראיות פון זיינע ערשטע פאוסטס, איז מער מסתבר די צווייטע צד ווי די ערשטע. לענינינו, ג"ש האט מפרסם געווען אפאר מאמרים מיט ראיות אז רמד"ל האט נישט מחבר געווען ספר הזוהר, און שפעטער איגנארירט ער זיי גענצליך! צינדט דאס נישט אהן קיין רויט לעמפעל ביי אייך?
איך זוך נישט דא צו פארטיידיגן א פרייען חוקר, אבער לתרץ את דברי, כ'האב טאקע געמיינט ארויסצוברענגען אז עס איז נישט גלייך צו דיין משל, ווייל שלום האט נישט געהאט קיין נגיעות דא, ווען יא וואלט ער מתחילה געזוכט ראיות אויפצואווייזן אז די ליאון איז דער מחבר. עס איז גלייך צו א פרומער איד וואס שטודירט א היסטארישע נושא וואס האט גארנישט מיט אידישקייט צו טון, און קודם האט ער איין מסקנא, דערנאך טוישט ער צו א צווייטע. שלום האט קיינמאל לכאורה נישט געגלייבט אין זוהר, און עס האט אים בלויז אינטערעסירט אלס א חוקר. נאכמער, ער האט שטענדיג געשעצט קבלה, ער האט זיך קיינמאל נישט באצויגן מיט א זלזול דערצו. ווען ער וואלט געווען א פרומער איד וואלט געווען מסתבר אז די נגיעות האבן אים שפעטער צוגעפירט.
אבער עס איז סייווי נישט קיין נפק"מ, דו האסט א רעכט צו האלטן אז ער איז געווען א חולם חלום יעוף בכל אופן.
געפילטע פישאלץ איינער וואס איז קאמפלעט איגנאראנט אינעם ענין, אפשר קלערט איר מיר אויף וואס איר מיינט, וואס איז אזוי מורא'דיג מיטן ספר הזוהר? איך פרעג מחיסרון ידיעה, נישט לקנטר.
זייער א גוטע שאלה, און כ'פיל שלעכט אז כ'גיי אייך ענטפערן א boring תירוץ, כ'האב אבער נישט קיין ברירה.
ערשטענס, לענינינו איז גענוג אז אזעלכע ריזן ווי דער אריה"ק, ר' יהונתן אייבשיץ, רמח"ל, גר"א, רב אלישיב הראשון (בעל הלשם), ובעל הסולם (און נאך א גרויסע ליסטע) האבן אזוי געוויסט און משיג געווען. פונקט ווי א בלינדער וועט בכלל נישט זיין קלוג אויב וועט ער פרובירן אליינס צו דערגיין וועלכע פון צוויי בילדער זענען שענער מיט זיינע חושים וואס ארבעטן, ווייל פונקט דער חוש וואס פעלט אויס פארמאגט ער נישט, אזוי דארפן מיר פארשטיין אז די ריזן האבן געהאט דעם חוש פון משיג זיין קדושה, און איינער וואס פארמאגט עס נישט וועט אים נישט העלפן קיין שום התחכמות בעולם.
איך, למשל, פארשטיי בכלל נישט צו וויין (פיזישע וויין, נישט די סארט וואס ג"ש האט מחמיץ געווען...). אויב וויל איך דערגיין צו א פלעשל וויין איז ווערד איר פרייז, האב איך דריי וועגן אין וואס בוחר צו זיין: איינס, זיך איינרעדן אז כ'בין א חכם עתיק, נישט איינזעהן אז ס'פעלט מיר דעם חוש, און זיך נעמען אויספראבירן אויף אלע וועגן; שמעקן, לעקן, שלינגען, שפייען, און פארשטייט זיך ארויסקריכן מיט גארנישט. צוויי, כ'קען גיין צו איינעם וואס פארשטייט צו וויין, פרעגן צו ער רעקאמאנדירט דאס. דריי, כ'קען גאר טענה'ן אז די גאנצע אזויגערופענע וויין מומחיות איז סתם א בלאף, מענטשן מאכן זיך ווי זיי ווייסן וואס זיי רעדן בעת וואס ס'איז בכלל נישטא וואס צו וויסן. די ערשטע וועג איז זיכער נאריש, ווי געשמועסט, אבער וועלכע פון די אנדערע צוויי זענען מער שכל'דיג? פשוט, אויב זענען דא צווישן די וויין מומחים קלוגע און אויפריכטיגע מענטשן, מוז זיין אז יש דברים בגו, זיי וואלטן נישט גענארט זיך און די וועלט.
די אלע אויבנדערמאנטע גדולים זענען געווען ריזיגע מוחות און ברייטע קעפ, א גרויס חלק פון זיי אויך בקי אין פילאזאפיע ושאר חכמות העולם, זיי צו גלייבן אז זיי האבן באמת משיג געווען איז די מערסטע שכל'דיג.
אויב רעדט איר אבער פון מיר, כ'בין ליידער נישט אין די מדריגה משיג צו זיין און זעהן בעולמות העליונים די גרויסקייט פון א חיבור, פארט קען איך שפירן (מיט די נשמה, נישט מיט די הארץ) אז ס'איז נישט סתם אבי נאך א ספר. יעדעס ווארט שניידט אריין, ווי א מלאך וואלט עס אריינגעשעפשעט אין די אויערן פונעם נרנח"י. יעדע שטיקעלע טראגט וואג, ס'פלאמט מיט אמת. ווער רעדט נאך ווען מ'זעצט זיך לערנען מיט עיון, און מ'זעהט ווי אומבאגרייפליך טיעף, הויעך און אויסגערעכנט יעדעס ווארט איז. מיין כח הדמיון איז נישט גענוג שטארק אויף זיך אויסצו'משל'ן א מענטש וואס איז אזוי אויסטערליש קלוג, אזא מבהיל'דיג ריזיגער מוח, אזא נשמה נשגבה, און אזא קדוש אלקי, אויף צו זיין דער מחבר.
כ'ווייס, כ'האב למעשה גארנישט געענטפערט, אבער וואס קען איך טון? ס'איז פשוט א זאך וואס איז נישט געמאכט פאר ווערטער. וויאזוי שרייבט נאר 'דער איד'? הדרא דלא אפשר למפרט בשפוותא. אבער אין דעם פאל איז עס דורכאויס אמת. כ'קען אייך בלויז עצה'ן ווי געשריבן:
שליחדאס איז פון די זאכן וואס מ'קען נישט אויפווייזן, מ'מוז אליינס דורכטון, און נישט דורך אזעלכע בורות נשברים ווי ג"ש וחביריו, נאר טאקע אליינס מיטן גאנצן נשמה (מערקט אז כ'שרייב נישט הארץ).
ככתוב, טעמו וראו כי טוב.
---
יאיר האקט, לאמיר ענטפערן אין קורצן.
ווען איר וועט ארויסהאבן אביסל דעם חלק הנסתר וועט איר אנהייבן צו פארשטיין הנסתר שבנגלה. (ס'זענען טאקע דא אויך שוואכערע שטיקלעך, ווי דער אריה"ק אליינס שרייבט במקום א' אז דער שטיקל קען נישט זיין מרשב"י ווייל ס'איז נישט ריכטיג).
טיפע חכמה מיין איך נישט בלויז חכמה, כ'האף אז כ'האב זיך יעצט אביסל מער מסביר געווען (צופיל מער קען איך סייווי נישט).
כ'זאג נישט אויף זיכער אז ג"ש האט געהאט נגיעות אין די נושאים, אבער אויב וויל מען זאגן אזוי איז בכלל נישט שווער צו טרעפן הסברים. לדוגמא, אפשר האט ער געזעהן נאכן ארויסגעבן זיינע ערשטע מאמרים אז די שיטה איז נישט פאפולער, און ס'וועט זיך אים קיינמאל נישט איינגעבן אריינצוברענגען חקר הקבלה אלס פעלד אין מחקר אויב וועט ער נישט ארויסווייזן איבריגע אביעקטיוויזם?
שליחאויב רעדט איר אבער פון מיר, כ'בין ליידער נישט אין די מדריגה משיג צו זיין און זעהן בעולמות העליונים די גרויסקייט פון א חיבור, פארט קען איך שפירן (מיט די נשמה, נישט מיט די הארץ) אז ס'איז נישט סתם אבי נאך א ספר. יעדעס ווארט שניידט אריין, ווי א מלאך וואלט עס אריינגעשעפשעט אין די אויערן פונעם נרנח"י. יעדע שטיקעלע טראגט וואג, ס'פלאמט מיט אמת. ווער רעדט נאך ווען מ'זעצט זיך לערנען מיט עיון, און מ'זעהט ווי אומבאגרייפליך טיעף, הויעך און אויסגערעכנט יעדעס ווארט איז. מיין כח הדמיון איז נישט גענוג שטארק אויף זיך אויסצו'משל'ן א מענטש וואס איז אזוי אויסטערליש קלוג, אזא מבהיל'דיג ריזיגער מוח, אזא נשמה נשגבה, און אזא קדוש אלקי, אויף צו זיין דער מחבר.
אזעלכע דברי הפלגה מעומק הנפש היהודי האב איך שוין יארן נישט געהערט אויפ'ן זוהר אדער אויף סיי וועלכער ספר, און איך בייג מיין קאפ דערפאר.
איך וועל זיך יעצט מצרף זיין צו שליח און מכריז זיין: פאר מיר איז גענוג אז אזעלכע ריזן ווי דער אריה"ק, ר' יהונתן אייבשיץ, רמח"ל, גר"א, רב אלישיב הראשון (בעל הלשם), בעל הסולם, און @שליח האבן אזוי געוויסט און משיג געווען.
ומה אעשה שעונותי גרמו שלא זכיתי להיות במחיצתם.
ברוך ד׳ אשר לא השבית שליח, די ביסט טאקע די ריכטיגע שליח א יוד מיט א שכל הישר,א יעדע תגובה איז שפתים ישק,דיין ישרות צוזאמען מיט דיין חוש הביקור מיט דיין ביקוש האמת פארשיינט און באצויבערט דיינע מסקנות וואס די קומסט צו פון דיינע רייכע ידיעות.
שלא כדרך רוב שרייבערס וואס מאכען מסקנות און זיכען ידיעות, אך ורק צובאפעסטיגען זייערע אגענדאס,און צו בארואיגען זייערע אינערליכע צומישענישען.
ווען סקומט אבער צו שליח זעעט מען א ביקוש האמת און א נטיה חופשית,ער איז נישט משועבד צו טראכטען אלעס אויף איין ריכטונג, ער האט א ידיעה עצמית און די ענינים וואס ער שרייבט, ער איז נישט בלויז אן איבערטייטשער פון פיליזאפישע שרייבערס אזוי ווי רוב פון די שרייבערס, נור ברענגט אריין זיין אייגענע חכמה און הבנה און די זאך.
סבלייבט מיר נאר איבער צוזאגען ברוך ד׳ אז אונז זעמיר נישט באנקראט.
און צולעצט וועל איך מוסיף זיין חילא צו שליח
רבותי ווער סוויל טועם זיין טעם חיים זאל זיך מדבק זיין און די מקור מים חיים, די גר״א רמ״ק, תניא, מהר״ל,של״ה,רמח״ל, זענען געווען זייער ווייט פון בעלי חזיון זיי האבען געזעען און מגלה געווען די באר מים חיים פון די זוהר, ועל כגון דא זאגט זיך והנח להם לישראל אם וכ״ו בני נביאים הן , כלל ישראל בקדושתם האט זיך מדבק געווען און די ספר הזוהר און אין חכמת הקבלה.
הערה בעלמא -
ערגעץ דא אין שטיבל איז לעצטענס דערמאנט געווארן א אפשאצונג איבער שלמה מימון, דורך טאמבל סאס, און איך האב מיך טאקע גענומען די מיה אדורכצוליינען זיי חיי שלמה מימון דורך די אנגעגעבענע לינקס. - דארטן אין חיי שלמה מימון ווידמעט ער א גאנצע קאפיטל איבער'ן קדמות ספר הזוהר, ווי ער ערקלערט וויאזו - לפי דעתו - עס האט זיך געשאפן און פארשפרייט דער ספר הזוהר הקדוש. אזוי ווי איינגעמיירערט מיט שליח זאגן, איז זיין בליק פשוט איין צד וויאזוי צו קוקן אויף דעם ענין, אן נעמען א צד צו ער האט עס ארויסגעהאט צו נישט.
חכם באשי!! סאלעם אליייחחחעם...
שליח אויב רעדט איר אבער פון מיר, כ'בין ליידער נישט אין די מדריגה משיג צו זיין און זעהן בעולמות העליונים די גרויסקייט פון א חיבור, פארט קען איך שפירן (מיט די נשמה, נישט מיט די הארץ) אז ס'איז נישט סתם אבי נאך א ספר. יעדעס ווארט שניידט אריין, ווי א מלאך וואלט עס אריינגעשעפשעט אין די אויערן פונעם נרנח"י. יעדע שטיקעלע טראגט וואג, ס'פלאמט מיט אמת. ווער רעדט נאך ווען מ'זעצט זיך לערנען מיט עיון, און מ'זעהט ווי אומבאגרייפליך טיעף, הויעך און אויסגערעכנט יעדעס ווארט איז. מיין כח הדמיון איז נישט גענוג שטארק אויף זיך אויסצו'משל'ן א מענטש וואס איז אזוי אויסטערליש קלוג, אזא מבהיל'דיג ריזיגער מוח, אזא נשמה נשגבה, און אזא קדוש אלקי, אויף צו זיין דער מחבר.
[/quote
אקוראט ארויסגעברענגט וואס איך שפיר אויף דער ספר פון דער נביא
זארטוסטרא.
לעיקוואדשליח אויב רעדט איר אבער פון מיר, כ'בין ליידער נישט אין די מדריגה משיג צו זיין און זעהן בעולמות העליונים די גרויסקייט פון א חיבור, פארט קען איך שפירן (מיט די נשמה, נישט מיט די הארץ) אז ס'איז נישט סתם אבי נאך א ספר. יעדעס ווארט שניידט אריין, ווי א מלאך וואלט עס אריינגעשעפשעט אין די אויערן פונעם נרנח"י. יעדע שטיקעלע טראגט וואג, ס'פלאמט מיט אמת. ווער רעדט נאך ווען מ'זעצט זיך לערנען מיט עיון, און מ'זעהט ווי אומבאגרייפליך טיעף, הויעך און אויסגערעכנט יעדעס ווארט איז. מיין כח הדמיון איז נישט גענוג שטארק אויף זיך אויסצו'משל'ן א מענטש וואס איז אזוי אויסטערליש קלוג, אזא מבהיל'דיג ריזיגער מוח, אזא נשמה נשגבה, און אזא קדוש אלקי, אויף צו זיין דער מחבר.
[/quote
אקוראט ארויסגעברענגט וואס איך שפיר אויף דער ספר פון דער נביא
זארטוטסרא.
דברים כדרבונות. אין אנדערע ווערטער, אויב גייט איר מיט "געפיהל" אנשטאט מיט פארשונגען, דאן איז זארטוטסרא אויפ'ן זעלבן שטאפל - להבדיל - ווי דער זהר הקדוש.
זייער זייער א אינטערעסאנטע שמועס.
איך בין נישט באקאנט קיין סאך אין די נושא פון קבלה, פשוט, אידעעס וואס זענען נישט געבויט הארט אויף לאגיק, קען מיין מח נישט ארומנעמען און פארדייען,פאר דעם האב איך אויך נישט קיין געשמאק אין דרוש און אין פלפול, קען זיין עס איז א חסרון אין מיין מח, קען זיין עס איז א חסרון אין מחות פון די מענטשן וואס קענען יא "פארשטיין" זאכן וואס זענען בעצם היפוך פון אמת'דיג "פארשטיין", אדער קען זיין אז ביידע סארט מענטשן זענען וואליד.
ממילא אן אוועקמאכן אונזער טייערע
@שליח, מוז איך אבער זאגן אז זיינע ווערטער הערן זיך פוסט, לכל הפחות ביי אנשים כערכי,
@יאירוויס מיר דאך שוין פון לאנג אז ער האט עפעס א ספיריטואליזם אין זיך, הגם עס איז מיר שווער אויסצופיגערן צו ער מיינט ערענסט זיין תגובה.
אגב, עס קוקט אויס ווי שליח'ס און בעל הסולם'ס "געפיל" אויפן זהר איז נישט ממש יוניווערסאל, דער נודע ביהודה האט געהאט א היבש אנדערע געפיל דערין וז"ל "רבות רעות ושבושי דעות תסתעפנה מחלומות והבלים המקובלים והמה לנזקי בני האדם נזקי הגופות ונזקי הנפשות, ופקדו באזהרה גדולה שלא להביא ספרי קבלה".
*
מיר האט אבער שטארק געבאדערט לאגיש ווי אזוי לייגט מען צו א גאנצע נייע דימענשאן צו אידישקייט אויב עס איז נישט געווען מקובל מדור אחר דור, עס איז ממש נייע סארט באגריפן וואס ווען מען הערט עס ווען פון פון א אנדערע פלאץ וואלט עס אויסגעקוקט ווי די "טריניטי פון קריסטנטום" און אזוי אויך פארשידענע הגשמה זאכן ווי אבא אמא, קודשא בריך הוא ושכינתי, יחוד וזווג, וואס ווען נישט גדולי ישראל האבו עס אנגענומען וואלט עס געווען אסור לאומרם אין באטראכט ווי כפירה ממש, עס קוקט אויס ענליך צו אלטע פאגאנישע אידעען ווי אזוי די געטער פונקציאנירן און זייער שייכות צווישן זיך.
תורת ישו וואלט מען אויך געקענט אננעמען באופן אז עס איז נישט קיין סתירה מיט תורת משה, נאר ווי מען זעט אין מורה און אין אנדערע, עס איז מנוגד צו די מכוון פון "לא תוסיף ולא תגרע", דהיינו, דת משה וישראל איז פיקס און פערטיג, וואס עס איז נישט מקובל קען מען נישט צולייגן.
טא ווי אזוי האט מען אפגעקויפט דעם זהר? ווי אזוי האט מען געקענט אננעמען עפעס וואס איז נישט געגעבן געווארן מסיני אדער מקובל איש מפי איש אז עס איז פון סיני?
נאך מער, בעיני, שוואכט עס שטארק אפ די סאמע יסודות אויף וואס אונזער אמונה איז געבויט, נעמליך, מען זעט עפעס א גרייטקייט אין אננעמען נייע זאכן אן קייין שום קבלה און עס ארויפלייגן אויף איין שורה מיט זאכן וואס דארפן לכאורה זיין מקובל איש מפי איש מסיני.
לעיקוואדשליח אויב רעדט איר אבער פון מיר, כ'בין ליידער נישט אין די מדריגה משיג צו זיין און זעהן בעולמות העליונים די גרויסקייט פון א חיבור, פארט קען איך שפירן (מיט די נשמה, נישט מיט די הארץ) אז ס'איז נישט סתם אבי נאך א ספר. יעדעס ווארט שניידט אריין, ווי א מלאך וואלט עס אריינגעשעפשעט אין די אויערן פונעם נרנח"י. יעדע שטיקעלע טראגט וואג, ס'פלאמט מיט אמת. ווער רעדט נאך ווען מ'זעצט זיך לערנען מיט עיון, און מ'זעהט ווי אומבאגרייפליך טיעף, הויעך און אויסגערעכנט יעדעס ווארט איז. מיין כח הדמיון איז נישט גענוג שטארק אויף זיך אויסצו'משל'ן א מענטש וואס איז אזוי אויסטערליש קלוג, אזא מבהיל'דיג ריזיגער מוח, אזא נשמה נשגבה, און אזא קדוש אלקי, אויף צו זיין דער מחבר.
[/quote
אקוראט ארויסגעברענגט וואס איך שפיר אויף דער ספר פון דער נביא
זארטוסטרא.
אויב דאס איז וואס דו שפירסט דאן זאלסטו גלייבן באמונה שלימה אז יעדעס ווארט וואס זורתוסטרא האט ארויסגערעדט אדער לכל הפחות די געדאנקען וואס ליגן אונטער דעם זענען אמת ויציב ונכון.
הלואי איך קען דאס זאגן אויפ'ן זוהר.
סאיז דא א תשובה פון רבי משה ז"ל אין אגרות משה ווי ער פארווערט איינעם איבערדרוקען דעם ספר הציוני פון רבי מנחם ציוני ווייל סאיז מלא אפיקורסת (צוליב געוויסע קאבאליסטישע הסברים זיינע) hilarious.
אויך נישט פארגעסן פון רב קאפח וואס שניידט שטיקער אז די זוהר איז פול מיט כפירה
איך זע אז דער עולם מוטשעט זיך ארום אין שליח'ס ווערטער. כתלמיד הדן בקרקע לפני רבו, וועל איך פרובירן אפלערנען אביסל די טיפע רייד פון וואס שליח האט אונז געשיקט ווי גרשם שלום האט אפגעלערנט א שטיקל זוהר, ולהאריך במקום שאמר לקצר, ויה"ר שלא יכשל החלש לשלוח יד ולשכל אשכול ששלח השחל בהשכל.
ווי איך האב אביסל ארויסגעברענגען אין מיין 'גלייבן' אשכול, איז פשוט פאלש און אומלאגיש צו זאגן אז לאגיק דארף זיין דער מכריע אויף יעדע זאך, און עפעס וואס מען קען נישט מגדיר זיין ווי דער עומק ליגט דערפון איז אויטאמאטיש קען מען עס נישט גורס זיין (אפילו נישט בלי הבנה). על כרחך איז דא זאכן וואס מען קען נישט ערקלערן דער באדייט דערפון, גענוי ווי קיינער קען נישט ערקלערן פארוואס א געוויסע פעינטינג איז שיין. אבער אין די תחומים אויסער לאגיק איז פארהאן פארשידענע סארטן זאכן. איינע פון זיי איז געטליכקייט. דאס איז כולל פארשידענע סארטן מושגים אונטער איין דאך, צווישן זיי, אביעקטיווע חכמה און אמת, מאראל, און נאך עפעס וואס מען קען נישט עקספלעינען. ווען מען האנדלט פון אזא זאך איז פשוט נאריש צו נעמען די חיצוניות דערפון און עס אפ'מבינ'ען לויט דעם.
איך קען למשל קומען און אנהייבן לאכן פון זורתוסטרא'ס דרשות, א מין טפשות גערעדאכץ, אן אלטער מענטש מיט א שטריק טאנצער מיט א הייל. אסאך דא (ואני בתוכם) האבן טאקע נאכגעמאכט אויף א ליצנות'דיגער אופן זיין וועג פון רעדן און ארויסגעברענגט ווי נאריש עס הערט זיך. פונדעסטוועגן פארשטייט יעדער אז אונטער די אלע משלים ליגט טיפע חכמה און מושגים. וואספארא חכמה? נישט קיין לאגישע חכמה, נאר געטליכע חכמה, אינערליכע ווירדן, א בענקשאפט צו העכערקייט און טיפקייט, א גלוסטעניש צו עפעס טיפערס וואס מען קען גרייכן. איך שטעל זיך פאר אז אפילו הפילוסוף האלקי לעיקוואוד וועט דאס נישט קענען גענוי מסביר'ן.
ממילא איז קלאר אז אויב שליח טענה'ט אז ער זעט עפעס רעדט ער נישט פון די משלים, נאר וואס ליגט אונטער דעם. וואס גענוי ליגט דארט ווייס איך נישט. אבער איך שטעל זיך פאר אז די צורת הדברים ווי אזוי דער זוהר לייגט אראפ דער עירוב טוב ורע, דער שורש פון חכמה, די השתלשלות פון די פארשידענע סארטן מידות וואס מיר זעען אויף דער וועלט, רעדט עפעס מורא'דיג שטארק צו זיין הארץ, און ער שפירט אז דאס שטעלט פאר א געוואלדיגע אמת'דיגקייט. און ווי שליח האט איינמאל און נאכאמאל געזאגט, רעדט ער נישט פון די פשוט'ע הרגשות וואס ער שפירט ביים לערנען א געהויבן שטיקל זוהר וואס ברענגט ארויס די קדושת התורה, נאר פון גאנץ עפעס אנדערש. ער רעדט פון געטליכקייט. איינער קען מיר זאגן וואס איז אזוי מורא'דיג פון יחזקאל אדער פון ירמיה? אפאר משלים פון סיר נפוח'ס און מקל שקד'ס? אבער ניין, רוב מענטשן שפירן עפעס א העכערקייט ביים לערנען די נביאים. דאס איז געטליכקייט.
דא עקא אז וויבאלד עס איז נישט תלוי אין לאגיק, איז זייער גרינג צו ווערן פארנארט, עד כדי כך אז מענטשן קענען האלטן אז גאט וויל מען זאל הרג'ענען מענטשן וכדומה. אבער מען דארף קלאר שטעלן אז פון די אנדערע זייט אז פארשטענדליך אז די אלע זייטיגע זאכן מעגן שפילן עפעס א ראלע. למשל, די פאעטישקייט פון די נביאים, כאטש נישט דארט ליגט זייער עיקר כח, פונדעסטוועגן גיבט דאס אסאך צו צו ארויסברענגען די טיפקייט וואס ליגט דערין.
איז ווי קופערניקוס האט געפרעגט, ווי אזוי קען מען וויסן אויב מען נארט זיך? דער ענטפער איז פשוט, נעם אוועק די אלע זייטיגע צוגעהער, און זע אויב דער טיפקייט בלייבט נאך. לאמיר זיך פארשטעלן אז תנ"ך איז געשריבן געווארן דורך א קריסטליכער טעאלאג, אויף דער פראנצויזישער שפראך, אין דער טיים מאגאזין. און דאן לאמיר עס עפענען און ליינען. איך מיין די געדאנקען פון תנ"ך וואלטן געווען גענוג מיר צו באצויבערן אן די זייטיגע פרטים, כאטש זיי גיבן אודאי צו אן עקסטערע געשמאק דערין. פון די אנדערע זייט, מיין איך אז פאר אלגעמיינע אידן איז דער דערהויבנקייט פון זוהר בלויז דער צורת הדברים. נעם אוועק דער געלער פאפיר, די רש"י אותיות, דער אראמישער שפראך, און דער אויפגעבלאזענער סטיל, וועט נישט בלייבן קיין זכר פון די התעוררות. אבער מכותלי מכתבו של שליח ניכר אז ער רעדט דא פון די פנימית פון זוהר, ווי ער האט עטליכע מאל פרובירט ארויסצוברענגען. און היות מיר קענען אלע שליח'ן אלס א איד וואס האט שוין דערגרייכט די מ"ט שערי חכמה, קענען מיר זיין רואיג אז אויב ער זאגט אז שער נ' האט וואס צו פארקויפן, דאן ווייסט ער וואס ער רעדט.
כ'האף אז איך האב אביסל קלארער געמאכט דעם ענין.
למעשה האלט מען שוין ביי אנדערטהאלבן בלאט, און מ'האט נאכנישט אנגעהויבן רעדן איבער די נושא. אה, ווי פאסיג פאר אן אשכול איבער קבלה.
יישר כח רבינו יאיר המאיר עיני חכמים, כ'האב טאקע בערך דאס געמיינט, נאר מיין כח ההסבר און צייט קלעקט נישט.
(ס'איז געווען א שטיקל טעות דאס שרייבן מיין פערזענליכע עקספעריענס, דער עולם האט זיך ארויפגעכאפט אויף דעם. אבער וויפיל איז דען נוגע וואס איך מיין, טראכט, פיהל, בין מכיר וכו'? דער עיקר איז ווי הרב בעל דעת תורה האט בעסער ארויסגעברענגט, אז די גדולי עולם האבן נישט נאר מכיר געווען, נאר טאקע ממש משיג געווען, און זיי צו גלייבן איז פשוט שכל'דיג).
יעצט לאמיר פרובירן אביסל צו ענטפערן בקיצור נמרץ. ר' לעיקוואד, אויב שפירט איר טאקע דאס אין זארטוסטרא (דהיינו, נישט געפיל, emotions, נאר א געוויסע סוג הכרה), קען איך אייך טאקע גארנישט זאגן (הגם אני בעניי האב נישט אזויפיל געשפירט ביים לערנען א צייט צוריק, ווייזט אויס כ'האב עס נישט אזוי באלעבט ווי אייך). אבער למעשה בוי איך דאך נישט נאר אויף מיין הכרה, נאר אויך אויף די השגה פון די אויסגערעכנטע גדולים, דער חילוק איז מסתמא גרעסער ווי דער חילוק פון חוש הריח ביז חוש הראי'.
ר' חכם באשי (בואכם לברכה!), דער נידון איז נישט געפיל קעגן מחקר, נאר הכרה קעגן גארנישט. אדרבה, איר האט א וועג חוקר צו זיין די גרויסקייט פון א ספר?
ר' ממרום שלח אש, קען אייער מח ארומנעמען אז האניג איז זיס און מרור איז ביטער? קענט איר אויפווייזן דער חילוק מיט לאגיק? איר ווייסט עס נישט מיט לאגיק, נאר מיט חושים, דא רעדן מיר אויך פון א חוש. כ'זע נישט וואו ס'קומט אריין דא דאס שרייבן קעגן די מקובלים, דער בעל הסולם האט אויך געפירט א מלחמה קעגן אסאך מקובלים, אז זוהר איז גרויס מיינט נאכנישט אז די וואס לערנען אין איר ווערן נישט משובש, (דאס איז שוין חוץ מזה אז ס'איז דאן געווען א צורך השעה אפצוקילן דאס התלהבות פון די מאסן צו קבלה און זוהר). וויאזוי מ'קען צולייגן די יסודות פון קבלה צו אונזער פארטיגע תורת משה איז טאקע א שאלה אין וואס מ'דארף נאך אריינגיין, (און די מקובלים זענען אסאך פארנומען דערמיט), דערווייל האט מען נאכנישט גערעדט דערפון.
אנאנים, איך זע ביידע (כמובן נאר נאכן לערנען בעיון), סיי חכמה וואס מ'קען איבערזאגן, און סיי דאס הכרה (נישט געפיל!) פון ערהאבנקייט און געטליכקייט וואס יאיר האט אזוי שיין גע'מסביר'ט. איבער אייער צווייטע שאלה, לאמיר אייך פרעגן, ווער קען בעסער אפשאצן פאעזיעס, דער וואס האט זיך געלערנט פאעזיע אדער דער וואס ווייסט נישט וואס די ווארט מיינט? ווענדט זיך, צו זאגן אויב ס'איז א געלונגען שטיקל קען נאר דער געלערנטער, ער האט זיך אנטוויקלט דער חוש און דער צווייטער נישט, אבער צו טרעפן גראמאטיק טעותים איז מסתמא דער צווייטער בעסער, ווייל דער ערשטער קען פארבלענדעט ווערן. דוק מינה ואוקי באתרין, אפצומאכן אויב זוהר איז הייליג איז נישט מעגליך פאר א סעקולארן חוקר, ער פארמאגט פשוט נישט דער חוש. נאכגיין היסטארישע פרטים קען ער מעגליך בעסער (אבער פארשטייט זיך מ'מעג בודק זיין אחריו און זעהן צו ער האט נישט קיין נגיעות אדער סתם טעותים). ואגב, נישט אלע פון די אויסגערעכנטע גדולים זענען נתחנך געווארן מנעוריהם בקדושת הזוהר. איבער ר' שלום שבדרון הראשון, ערשטענס, בלי למעט חלילה פון זיין מורא'דיגע גרויסקייט, איז א קנאפע ראי' פון וואס ער האט געגלייבט, ער האט געגלייבט נאך אסאך זאכן (בשמים רא"ש איינס פון זיי), כ'האב במכוון געברענגט גדולים מיט אן אנטוויקלטן חוש הביקורת. צווייטנס, גלייב איך נישט אז ער האט פרובירט צו שפירן הייליגקייט אינעם ירושלמי, ער האט זיך געזעצט לערנען ווי א יוד לערנט גמרא, און אז ס'שטימט שטימט עס. דריטנס, איז דאך ירושלמי המזויף פול מיט אמתע מאמרי חז"ל, מלוקט מכמה מקומות, אין זוהר איז די פראצענט אלטע סחורות פיל קלענער, כמדומה.
ר' נהורא נפישא, דוכט זיך אז ר' משה'ס תשובה איז איבער עניני הגשמה, נישט קבלה (כאטש מ'קען זיי גרינג פארטוישן, זענען זיי חלילה נישט די זעלבע זאך). רב קאפח מיינט איר רב קאפח הראשון, וואס מ'קען דן זיין צו מ'מעג אים רופן רב. שוין, כ'רעד שוין צופיל.
איבער די מ"ט שערים ושער הנ', מסאני דרב מכרעאי לא בעינא, אבל עי' בלשם ספר הדע"ה ח"ב דרוש ה' ענף ב' סי' ה', אז שער הנ' בטומאה איז באמת גארנישט, ס'איז חוזר חלילה. דאס גופא איז דער חילוק צווישן טומאה און קדושה, די הכרה אז ס'איז דא עפעס אונטער אלע הנחות, אז ס'איז שייך הכרה אויף וואס לאגיק בויט זיך.יאירלמעשה האלט מען שוין ביי אנדערטהאלבן בלאט, און מ'האט נאכנישט אנגעהויבן רעדן איבער די נושא. אה, ווי פאסיג פאר אן אשכול איבער קבלה.
not my fault, כ'האב דאך געברענגט א מאמר אויבן, ווייזט אויס דער פראבלעם איז ענדערש ביי די מתנגדי הקבלה 🙂 .
אויף דער הערה פין דעת תורה (פארראכטען - ייש"כ שליח),
אוי און וויי צום זוהר אז אזוי זעהן אויס זיינע ממליצים.
ווען מען דארף שוין זאגען אז נשמות זענען אראפ געקומען און מגלה געוועהן דער זוהר צו צדיקים, און פארדעם האבען שרייבערס געהאט א רעכט צו שרייבען אמר ר' שמעון, און ווען איינער הייבט אהן פרעגען אויף דעם מהיכי תיתי, ווערט ער שוין אן עפרא לפומיה, איז דער זוהר ביטער א וועלט.
כשלעצמי, פלעג איך אייביג אויך זאגען ווי קאווע טרינקערס לאנגע מגילה, די פראבלעם איז נאר איינס, אויב איז עס נישט באמת געשריבען געווארען דורך תנאים ואמוראים, נאר דורך ראשונים און באופן גילוי נשמות, פארוואס איז עס געשריבען "כאילו" תנאים ואמוראים האבען עס יא געשריבען?
זאל דער ראשון שרייבען, באישון לילה חזיתי, ר' המנונא סבא אומר כך ור' אבא אומר כך, וכו', פארוואס כאילו דאס איז די זאך אליין? דער קשיא איז מעורר תמהון גדול.
ווען אונז קליין קעפיקע מענטשען, זענען שוין גענוג קלוג צו זעהן אז דער שפיצעל איז נישט געלונגען, זאגט מען, נעה, דער שפיצעל איז דאך אמת. הדברים מדברים בעד עצמן, ועלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה.
ספרי אר"י זענען גאר שיין אריין צו קוקען, אהן קיין שקרים, קיינער בלאפט נישט, דער אר"י האט געזעהן, ר' חיים האט געשריבען, ווילסטו גלייבען גלייב, און אז נישט לערען נישט. ווידער זוהר, לערן איין שטיקעל, און עס הייבט אהן צו איבלען, דער מעשה איז יא געשעהן אדער נישט? דער נאמען פין דער בעל המאמר איז אן אמת'ע נאמען צו אן אויסגטראכטע נאמען פין א מעדיטעישען פין א ראשון וואס בדרך אגב איז נישט דוקא געוועהן א גרויסע תלמיד חכם. און אזוי פארען די שאלות ווייטער און ווייטער, און מען קען נישט לערנען זוהר אויב מען טראכט צופיל. ווער רעדט נאך ווען מען הייבט אהן אריין צו קלערען אין די שפראך וואס מען לערנט דא, פין ווי קומען די ווערטער? ווער האט זיי אויפגעמאכט? ווי האט מען דען אזוי גערעדט? אפשר איז עס נישט מער ווי א חלק פין דער גרויסע בילד, איינער צו אפאר וואס האבען געוואלט שרייבען עפעס וואס זאל אויסזעהן ווי אן אלטער זאך, האבען זיי געבלאפט אראמיש? ווען די ווילסט נאר שרייבען דיין חלום, פארוואס דער בלאף?
סתם להערה בעלמא, עס איז נישט ריכטיג צו זאגען אז סעקולארער חוקרים ווי גרשם שלם האבען נישט קיין חוש און געפיל צו קבלה. ווער עס איז מצוי ביי די כתבים פון שלם און אזוי זיינע ממשיכים ווי אידל, ליבס, אליאור, תשבי, ועוד. ווייסט אז זיי האבען גאר א שטארקע געפיהל און אהבה און חוש צו קבלה, און ווען נישט דאס וואלטען זיי מסתמא נישט בוחר געווען עוסק צו זיין אין דער תחום בכלל. נאר פארשטייט זיך גיין זיי צו צו דעם מיט אנדעער הנחות און מער א היסטארישע קוק וכדומה. אבער לגבי די עצם זיין פארכישופ'ט אינעם זוהר וקבלה איז אדרבה זענען זיי א ראיה אז עס איז נישט תלוי אין אמונה און דעות קדומות ווייל זיי גלייבען דאך נישט במובן הפשוט אז עס איז הייליג אדער מן השמים און דאך זענען זיי פארכישופ'ט דערין. (איך געדענק למשל א ביטוי פון שלם ווען ער מאכט אוועק קדמות הזוהר, ווי ער רופט איינע פון די 'טעותים' פון זוהר בפירוש מילות, beautiful misinterpretation .( ממילא די דמיון צו ווער עס האט נישט קיין געפיל צו פאעטרי איז נישט ריכטיג.
ר' איחוד פעלד, קאווע טרינקער האט דא געשריבן איין תגובה, וזה תוארה:
קאווע טרינקערחכם באשי!! סאלעם אליייחחחעם...
לויט אייערע טענות זעהט אויס אז איר באציט זיך צו דעת תורה'ס ווערטער, למעשה טרעף איך אבער דארט נישט ממש וואס איר ברענגט נאך.
אויב מעג איך אייך זאגן שטילערהייט, ווען כ'וואלט געלערנט א שטיקל זוהר מיט אזא דרגה פון כאפ-לאפיזם וואלט עס מיר מסתמא אויך געאיבלט.ר' לעיקוואד, איר זענט גערעכט, והאמת אגיד אז מעיקרא האב איך אראפגעברענגט אין מיין תגובה אויבן אזעלכע לשונות פון שלום און תשבי. כ'האב זיך אבער בארעכנט (מעגליך שלא בצדק) אז זיי רעדן פון געפיל, נישט דער סארט הכרה פון וואס מיר רעדן, און אוודאי נישט דער סארט השגה וואס איז באמת נוגע אהער.
(און קאנגראטולאציעס צום 1800'סטן תגובה, כה לח"י).
שליח
אויב מעג איך אייך זאגן שטילערהייט, ווען כ'וואלט געלערנט א שטיקל זוהר מיט אזא דרגה פון כאפ-לאפיזם וואלט עס מיר מסתמא אויך געאיבלט.
לאמיך דיך זאגען הויך, די אלע תירוצים בנוגע קדמות הזוהר, האבען א פנים ווי דיין תגובה, שלא לענין, און מיט א קיל דער מעסענדזער אטיטאד.
@איחוד פעלד, וואו האסטו געזען איינעם דא דעפענדן קדמות הזוהר (דהיינו שנכתב קודם תקופת הגאונים)?
אין די הערה פין דעת תורה ווי ער שרייבט עפרא לפומיה אויף דער וואס זאגט אז עס איז נישט פין ר' שמעון,
איחוד פעלדאין די הערה פין דעת תורה ווי ער שרייבט עפרא לפומיה אויף דער וואס זאגט אז עס איז נישט פין ר' שמעון,
האט דאך שוין שליח מעיר געווען אז דעת תורה האט נישט דאס געשריבן, נאר אויף איינעם וואס לייקנט אין אמיתית חכמת הקבלה.
@שליח, כ'האב ארויס געפרינט די צוויי מאמרים וואס דו האסט רעקאמאנדירט, עמיר עס אדורך ליינען איבער דעם קומענדע יום טוב. איך האב ב"ה געלייגט די האנט אויף
גרשום שלומ'ס בוך. איך בין מסכים מיט די טענה וואס איז דא ארויס געברענגט געווארן אז אנשטאט זיך טענה'ן איבער געפילן זאל מען ענדערש אדורך טון די עצם נושא.
איין זאך קען איך אייך זאגן, איך וואלט געלערנט זהר אפילו ווען עס וואלט מחובר געווארן דורך רבי דניאל פריש. די ספר הזהר איז א געוואלדיגע ספר (עכ"פ פון די ביסל וואס איך האב געזעהן), ווי עס באלייכט אזוי די וועג, עס מאכט קלאר אזוי פיל שוועריקייטן און אלעס איז געקניפט און געבונדן און אלעס שטימט. די טענה אז עס איז א תורה חדשה איז נישט אמת. מען קען זעהן אין חז"ל אז זיי האבן פארשטאנען אסאך זאכן ממש ע"פ קבלה והזהר, טראץ דעם וואס אפיציעל איז עס די פשטות התורה. מיין טעאריע איז - אן דעם וואס איך זאל וויסן וואס איך רעד - אז בימי חז"ל און מן הסתם דערנאך אויך, האבן אלע געלערנט און פראקטיצירט מיסטעסיזם. פאר עפעס א סיבה האט זיך עס אויפגעהערט (און מעגליך פארגעסן געווארן) אין א געוויסע תקופה פאר אפאר הונדערט יאר. צוליב דעם, ווען די זהר איז ארויסגעקומען האט עס אויסגעזעהן ווי א תורה חדשה. די תלמידי חכמים און געלערנטע האבן אבער באלד געזעהן אז דאס איז נישט קיין תורה חדשה נאר ענדערש א פארגעסענע תורה. דאס זאג איך אלץ אן וויסן, לאמיר זעהן וואס אנדערע דא האבן צו זאגן אויף דער טעאריע, אפשר איז שוין עפעס געשריבן אויף דער נושא.
עס איז נישט קיין ספק אז ווען עס וואלט נישט געווען א פארהייליגטע ספר נאר ענדערש א בוך פון אן אויפגעקלערטע און אפגעפרעגטע וואלטן מיר עס אלע אדורך געלערנט. איז וואס איז די זהר שולדיג אז זי איז פארופן געווארן אויף די נאמען פון די רשב"י. ממילא, איז נישט קיין נפקא מינה הלכה למעשה ווער עס האט עס געשריבן וכדומה, די ספר איז EITHER WAY א געוואלדיגע ספר. עס איז אבער יא אינטערעסאנט פון א היסטארישע און עדזשוקעישאנעל שטאנדפונקט. איז לאמיר זיך נעמען טון צו די זאך.
.
סתם געווארפען אפאר מראי מקומות.
מטפחת ספרים פון ר' יעקב עמדין. אין דער מהדורה איז דא אינטען תשובות 'עיטור סופרים'. עס איז גרינג צו זעהן אז די תירוצים איז ע"פ רוב פשעטלעך. ווי מען זאגט פון ר' הערשעלע זידיטושיבער (?) אויף די תשובות פון דער ספר
בן יוחאי, 'נאמנים פצעי אוהב ונעתרות נשיקות שונא', די קשיות פון הייליגער יעב"ץ זענען בעסער פון די תשובות זיינע. (אינטרעסאנט האב איך באמערקט אמאל אין זוהר חי ווי דער קאמארנער ברענגט א קשיא פון דער מטפחת בזה הלשון 'המשוגע הגאון הרעיש כאן וכו'' דאכציך ביי די נקודה פון פני האדון ה').
די צווי עיקר ספרים וואס פראבירען צו פארענטפערן (לענ"ד בדוחקים רבים) זענען דער רד"ל
קדמות ספר הזוהר און
מגן וצינה פון ר' אייזיק חבר.
א סיכום פון גדולי ישראל וואס זענען מפקפק אינעם זוהר האט מארק שפירא צאמגענומען
דא (ומסתמא כבר הובא בשטיבל).
די בעסטער סיכום פון דער נושא פון קדמות הזוהר לע"ע איז דער מבוא פון תשבי צו זיין ספר משנת הזוהר (ווער עס וויל עס אויף פי די עף קען זיך פארבינדען אין אישי). שלם רירט דאס אן אין major trends ושא"ס אבער ער איז נישט ריכטיג מפרש די אלע ראיות און צדדים.
די ספרים וואס פראבירען אנצוהאלטען קדמות הזוהר כפשוטו זענען אחרי המחילה גאר געפשעטעלט און שוואך. און פון די שוואכסטע גאר זענען די מאמרים פון כשר און ליברמן שצוינו למעלה. (ר' ראובן מרגליות האט אויך ערגעצוו א מאמר קעגן שלם).
אויב וויל מען גלייבען אין קדושת הזוהר אן צופיל אפאלעגעטיק, קען מען גיין מיט די מהלכים וואס ר' יהושע מונדשיין האט
דא צאמגענומען. און זעהט אויך דא אין פורום ספרים וסופרים
קדמות הזוהר ממבט אמוני.
אין פורום עצכ"ח איז דאס געווען פון די גרויסע נושאים, און דער מנהל מיימוני איז א גרויסער מתנגד פון קבלה און זוהר, למשל דער ריזזיער אשכול
קדמות ספר הזוהרדא האב איך געטראפען א שיינע סיכום פון דער גאנצער נושא, מיט התייחסויות פון רבני זמננו.
און יעצט איין הערה לגופו של ענין: מאנכע פראבירען דא צו פארענטפערן אז אמת דער זוהר איז אפשר נישט פון התנא רשב"י, און איז נישט באמת א חלק פון מסורת התושבע"פ, דאך איז דער אמת שבו מוכיח על עצמו, און דער הייליגקייט פון דעם שרייט ארויס פון דעם אליינס אפילו עס זאל ווען האעבן געשריבען געווארען דורך קוריוס דזארדזש.
איך מיין, לאמיר זיך נישט נארען, דאס איז א פיינע און ריכטיגע יסוד קבל את האמת ממי שאמרו, און אוודאי איינער א בעל דעת אמיתי רעכנט זיך קיינמאל מיט די מחבר נאר מיט די תוכן הדברים, און אז עפעס א ספר שרייט ארויס אז דאס איז חכמה אלוהית האלט ער עס הייליג אפגעזעהן צו עס האט עס געשריבען א נביא צו א גוי (ווי דער רמב"ם דריקט זיך אויס). [פונקט דערמאן איך זיך א לשון פון לשם וואס שרייבט אזוי אז קדושת הזוהר והאר"י האמת עד לעצמו וא"צ לראיות חיצוניות] איז אבער דער סארט מענטש א מיעוטא דמיעוטא, אזוינס וואס קען טאקע אננעמען ווי מיר אז זאראטוסטרא איז א געטליכע ספר (כאטש שליח פילט נישט אזוי, און אנדערע חברים צעקו עלי אז עס איז אוממאראליש), און ארויסנעמען פון דעם וואס עס זעהט עם אויס געטליך און ריכטיג. רוב מענטשען, אפילו קלוגע מענטשען תלמידי חכמים גאוני וגדולי ישראל, און אזוי ארבעט די מסורה, טראכטען נישט אזוי בכלל, און ביי זיי איז די ערשטער מבחן אויף א ספר דער מקור און דער מחבר.
איז לאמיר זיך נישט נארען, דאס וואס רוב פון אונז האבען אמאל געעפענט א זוהר, און דאס וואס ביי כלל ישראל איז דער ספר הייליג און טייער, קומט פון דעם וואס מיר גלייבען/האבען געגלייבט אז דאס איז א מורא'דיגע ספר פון א תנא אלוקי. ווען עס וואלט געשטאנען אויפ'ן שער זה ספר הזוהר מפי משה די ליאון, וואלטן עס אפאר מקובלים און טראכטער און אויבער חכמים אפשר געליינט, אבער רוב מנין ובנין נישט, און עס וואלט בכלל נישט געהאט די השפעה די קדושה און די שטארקייט. און כל שכן אז לגבי די מסורת העלפט נישט קיינע הרגשות, נאר ראיות ברורות.
די זעלבע איז ווען מ'ברענגט א ראיה פון דער אר"י ורמ"ק וואס האבען געגלייבט און געזעהן אין דעם קדושת הזוהר. אוודאי האבען זיי נישט נאר געגלייבט אז דאס איז א ספר פון תנאים נאר האבען טאקע געזעהן אין דעם גרויסע זאכען. אבער עס איז אויך פשוט אז פאר זיי האבען געזעהן האבען זיי אנגענומען אז דאס איז א ספר פון רשב"י. און דאס איז די עיקר סיבה פארוואס זיי האבען זיך אזוי פארקאכט און מתעמק געווען אין דעם. איז קען מען שוין נישט ברענגען א ראיה פון די קאך זייערע אויף קדושת הספר פון אן אבייעקטיבישער שטאנדפונקט.
בקיצור, דער וואס איז מסוגל צו רופען זאראטוסטרא ע"ד משל א ספר קדוש און עס צאמשטעלען אויף איין ראנג מיט דברי חז"ל (כמו שהמקובלים עשו לזוהר) על סמך דער אמת דערפון, ער האט א רעכט זיך צו ניצען מיט די סארט טענה לגבי דער זוהר, און דער וואס נישט (שזהו רוב כלל ישראל), העלפט עם נישט אזא טענה.
בקיצור לעיקוואד, אויב פארשטיי איך דיר גוט זאגסטו אזוי. בעצם איז די זהר נישט פון רשב״י, און בעצם גײַט עס אונז נישט אן ווייל די ספר הזהר איז קדוש מצד עצמה. נאר היות רוב המון עם איז נישט גרייט דאס מקבל צו זיין, און זיי וואלטן נישט אנגענומען די זהר אין אזא פארנעם, האט מען ערפינדען א ליגנט (כעין אמונה הכרחית) אז רשב״י האט עס געשריבן. דאס זאגסטו?
נישט דאס האב איך געזאגט, מען קען אזוי לערנען לאור די יסודת וואס איך האב געלייגט..
אבער מען דארף נישט אנקומען צו מיר, דאס האט דאס דער חתם סופר לכאורה געזאגט, [quote="
שו"ת חת"ס ח"ו סי' נ"ט"]ומ"ש שהרב אמר משם מורי זצ״ל, לא שמעתי מפיו, ואולי התיר הרב לעצמו על דרך שאמרו חז"ל הרוצה ליחנק יתלה באילן גדול, ואל תאשימהו עבור זה, הנה נמצא בשכנותך ספר "מטפחת ספרים" ומהריעב"ץ, תמצא שם, כי דבר גדול דיבר הנביא ז"ל בענין זה, הלא ישתוממו רואיו וד"ל. [/quote]
הוגה, לעיקוואוד זאגט אז די קדושה און העכערקייט וואס רוב מענטשן שפירן ביים לערנען זוהר קומט נישט פון אן אביעקטיווע בליק. איך בין גרייט צו מאכן א טעסט, זאל הוגה, דעת תורה אדער סיי ווער מעתיק זיין א שטיקל זוהר וואו ער שפירט א דערהויבנקייט און העכערקייט, איך וועל איבערטייטשן דער תוכן דערפון אויף פראסט אידיש און מיר וועלן זען אויב עס פארמאגט נאך דער העכערקייט. דער וואס איז ממשיך צו זען א העכערקייט דערין קען וויסן אז ער נארט זיך נישט.
לעצם הענין, כלעיקוואוד ועוד האב איך נישט געטראפן קיין חידושים אין כשר'ס מאמר, אויסער אז ער האט א חיבור וואס דארטן איז ער מבאר אלע זיינע טענות. די איינציגע חידוש וואס איך האב געטראפן איז געווען זיין פירכא אויף שלום'ס ראיה פון ויהי ביום כלת משה עיי"ש. אויסער דעם האט ער אפאר נארישקייטן, ווי למשל אויף די מאדנע ווערטער ענטפערט ער אז די פריערדיגע ספרי קבלה זענען אויך פיל מיט אומפארשטענדליכע שמות פון מלאכים...
ודבר בעתו מה טוב, כל נדרי ביינאכט האב איך געטראכט צו זיך צו די אלע הייליגע אידן וואס זאגן דעם התעוררות'דיגן מאמר פתח ר' שמעון אויף כל נדרי טראכטן אמאל אריין אז כל נדרי איז ערפינדן געווארן סוף תקופת הגאונים. דער יעב"ץ ברענגט אן ענליכע ראיה אויף איחור הרעיא מהימנא וויבאלד ער ברענגט איזהו מקומן וואס איז א שפעטערדיגע תקנה, און אודאי נישט מזמן ר' שמעון. עס איז מיר נאר א חידוש אז ער ברענגט נישט דאס וואס דער זוהר אליין שרייבט די כוונות פון זאגן קרבנות פאר'ן דאווענען.
--
לעיקוואוד האקט. דער יעב"ץ אליין זאגט עס אין מטפחת ספרים. אן אנדער תירוץ וואס ער האט איז אז עס איז געווען נאך א ר' שמעון בר יוחאי סוף תקופת אמוראים וואס האט פונקט געהאט א שווער מיט'ן נאמען ר' פנחס בן יאיר און פונקט געהאט א זון ר' אלעזר. talk about apologetics.
אצינד לאמיר דאס נעמען איין שטאפעלע ווייטער.
אז מיר וועלן אננעמען אז דער זוהר'ס קדושה איז די זעלביגע ווי דאס פון דער הייליגער ירושלמי אויף קדשים. וואס טוהן מיר מיט אזאלכע גדולי ישראל ווי דער אריז"ל, דער רמח"ל, דער גר"א, דער בעל שם, וכו' וכו'. זענען זיי אלע געווען ליגנערס און זייפנים, אדער זיי האבן געוואוסט דעם אמת און באהאלטן פון אונז, אדער גאר זיי האבן קיינמאל נישט געזאגט די אימרות און ציטאטן וועלכע ווערן צוגעברענגט משמם?
די קלענסטע קושיא איז דא אויף דעם גר"א, ווייל ער האט בפשטות זיך נישט פארנומען מיט איבערנאטורליכע כחות, ממילא האט ער נישט געוואוסט. די קושיא איז פארט אויף זיין נישט-הבחנה אז דאס איז נישט א געווענטליכער ספר מימי חז"ל, נו. אבער אויפן ארי"זל און בעש"ט ותלמידיו וועלכע האבן אנגעבליך געזעהן אין אלע עולמות, פארוואס האבן זיי דא עפעס גארנישט געזעהן.
ובאופן אחר: אויב איינער דראפט דעם זוהר מוז ער אויך דראפן דעם אר"י וכו' אדער ער קען דאס קאנסאלידירן באיזשהו אופן?
יאיר, דעם זעלבן טעסט קען מען דעמאלדס לכאורה אויך מאכן אויף סיי וועלכע פון די כתבי קודש. נעם א קאפיטל אין ישעיה אדער ירמיה און טייטש עס איבער אויף אידיש און זע אויב ס'כאפט דיינע הרגשים. על כרחך מוז מען צוקומען אזוי ווי שליח און הוגה האבן געזאגט, אז דאס הארץ פילט און די נשמה ברענט, ביי יענעם איז דאס הייליג.
לבונה זכהיאיר, דעם זעלבן טעסט קען מען דעמאלדס לכאורה אויך מאכן אויף סיי וועלכע פון די כתבי קודש. נעם א קאפיטל אין ישעיה אדער ירמיה און טייטש עס איבער אויף אידיש און זע אויב ס'כאפט דיינע הרגשים. על כרחך מוז מען צוקומען אזוי ווי שליח און הוגה האבן געזאגט, אז דאס הארץ פילט און די נשמה ברענט, ביי יענעם איז דאס הייליג.
שוין
געווען אמאל איינער וואס האט דאס געטון, און איך מיין אז ער האט נאר געמאכט רייכער די הרגשה ביים לערנען נ"ך.
היימישער ליטוואקאצינד לאמיר דאס נעמען איין שטאפעלע ווייטער.
אז מיר וועלן אננעמען אז דער זוהר'ס קדושה איז די זעלביגע ווי דאס פון דער הייליגער ירושלמי אויף קדשים. וואס טוהן מיר מיט אזאלכע גדולי ישראל ווי דער אריז"ל, דער רמח"ל, דער גר"א, דער בעל שם, וכו' וכו'. זענען זיי אלע געווען ליגנערס און זייפנים, אדער זיי האבן געוואוסט דעם אמת און באהאלטן פון אונז, אדער גאר זיי האבן קיינמאל נישט געזאגט די אימרות און ציטאטן וועלכע ווערן צוגעברענגט משמם?
די קלענסטע קושיא איז דא אויף דעם גר"א, ווייל ער האט בפשטות זיך נישט פארנומען מיט איבערנאטורליכע כחות, ממילא האט ער נישט געוואוסט. די קושיא איז פארט אויף זיין נישט-הבחנה אז דאס איז נישט א געווענטליכער ספר מימי חז"ל, נו. אבער אויפן ארי"זל און בעש"ט ותלמידיו וועלכע האבן אנגעבליך געזעהן אין אלע עולמות, פארוואס האבן זיי דא עפעס גארנישט געזעהן.
ובאופן אחר: אויב איינער דראפט דעם זוהר מוז ער אויך דראפן דעם אר"י וכו' אדער ער קען דאס קאנסאלידירן באיזשהו אופן?
א גוטע קשיא, אבער הגע בעצמך, דער יעב"ץ אליין וואלט דאך אויך נישט ארויסגעגעבן זיין חיבור ווען נישט כת ש"ץ. ווער ווייסט וויפיל אזעלכע באהאלטענע חיבורים האבן זיך אמאל געפינען. ודון מינה ואוקי באתרא, פונקט ווי דער יעב"ץ האט געהאלטן אז די קדושה פון זוהר איז קביע וקיימא, אזוי האבן אויך די אנדערע גדולים געהאלטן.
בנוגע דעם גר"א, דאס איז דאך נישט קיין נידון פון איבערנאטורליכע כוחות, יעדער מיט א ידיעה אין תלמוד בבלי קען גלייך זען אז ר' שמעון האט נישט געקענט נאכזאגן זיינע מאמרים אין זוהר בשם רב המנונא סבא און רב ייבי סבא, און אז רב רחומאי האט קיינמאל נישט עקזיסטירט. אדרבה, איך וואלט געזאגט פארקערט, אויף דעם אר"י ותלמידיו איז נישט שווער ווייל זיי האבן געקענט זען אין די עולומות עליונים אז ר' שמעון האט זיך אנטפלעקט צו די שפעטערדיגע דורות, אדער אז ער האט פאראויסגעזען וואס מען וועט שפעטער זאגן. והשתא דאתית להכא, איז שוין אויפ'ן גר"א אויך נישט שווער.
@שליח איך האב נאר איין שאלה צו דיר, מאן יימר אז די פריערדיגע גדולים האבן טאקע ממש משיג געווען און ארומשפאצירט אין די קארידארן פון די עולמות עליונים און געזען באשיינפערליך וואו די פייפס לויפן, ווי די שפע גיסט זיך אריבער פון איין כלי צום צווייטן, און וואו די כלים האבן זיך צובראכן און מ'האט עס געדארפט פאררעכטן, אפשר האבן זיי פשוט געהאט די זעלבע הרגשה וואס דו האסט בשעת'ן לערנען זוהר און דערפאר האבן זיי עס געשטעלט צווישן ספרי חז"ל און זיך פארגעשטעלט אז דער מחבר ווייסט וואס ער רעדט?
ייש"כ ר' לעיקוואד פארן לינק פון מיילעך שאפירא כהאב נישט דורכגעליינט די גאנצע נאך צו ער זאגט עפעס וועגן ר' משה ז"ל
אלענפאלס כהאב א שטארקע חשד אז הגאון ר' משה פיינשטיין ז"ל איז אויך געווען א קנאפער מאמין אינעם זוהר צובש"פ ר' משה איז זיך שטארק מתנגד צום חומרא פונעם חת"ס ביי שערות נשים צוליב א זוהר
אויך געזעהן א ספר תפארת צבי אויפן זוהר פון א געוויסער שפיעלמאן וואס צייכענט צו מראי מקומות פון ש"ס און מדרשים און האט הסכמות פון מערערע פוסקים דוכט זיך אז כמעט יעדער איינער שרייבט אין זייערע הסכמות זוה"ק אבער ר' משה טראץ ער שרייבט ווי זיין שטייגער א ווארימע הסכמה צופייערט ער זיך נישט ריפענדיג דאס פשוט אן ספר הזוהר
נאך אן אינטערסאנטע באמערקונג, אין די בראשית יארן פון דעם זוהר, האט דאס גהייסט "ספר הזוהר". מיט די צייט האבן אסאך צוגלייגט דעם איבערגענוצטן "הקדוש", אבער איר וועט דאס געפונען נאר ביי אויסגעשפראכנע קבלה'סטן וכדומה. היינט קענסטו טרעפן אינמיטן א שמועס פון א נארמאלער מיינסטרים משגיח אדער ראש ישיבה "כתב הזוהר הקדוש".
היי ווייט ע מינוט, וואס טוט זיך מיט "כתב בגמרא הקדושה"?
פארוואס איז נאר רבי שמעון דער תנא האלקי, אפשר רבי יוחנן בן זכאי? רבי טרפון?
היימישער, ווי יאיר האט דיר שוין געענטפערט, עס גייט פארקערט, קבלה איז עלטער ווי דער זוהר, דער רמב"ן איז געווען א מקובל ועוד מבני דורו, דער זוהר איז ערשט ערפינדן / נתגלה געווארן פיל שפעטער, און זאגט גארנישט אויף דער עצם אמיתית חכמת הקבלה והמקובלים, דאס ווענדט זיך אין דיר צי דו גלייבסט אין זייער הייליגקייט/ העכערקייט / יכולת בהשגה. איך פאר מיר, טאקע ווייל איך זעה אז דער אר"י הק' האט דאס אנגענומען (און אויך אז עס קומט באמת פון ר' שמעון) איז דאס פאר מיר גענוג אנצונעמען אז עטליעסט דער גרעין, די ענינים און גילויים וואס שטייען אין זוהר איז ממקור קדוש יהלכון. צי די ציורים, משלים און לבושים וויאזוי עס איז אראפגעשריבן האט טאקע פאסירט בפועל, און צי טאקע ממש א תלמיד פון ר"ש האט דאס געשריבן צי הערשט אפאר הונדערט יאר שפעטער, ווייס איך נישט צי מען קען עפעס ארויסנעמען און מכריע זיין פון זייערע ווערטער.
היימישער ליטוואקנאך אן אינטערסאנטע באמערקונג, אין די בראשית יארן פון דעם זוהר, האט דאס גהייסט "ספר הזוהר". מיט די צייט האבן אסאך צוגלייגט דעם איבערגענוצטן "הקדוש", אבער איר וועט דאס געפונען נאר ביי אויסגעשפראכנע קבלה'סטן וכדומה. היינט קענסטו טרעפן אינמיטן א שמועס פון א נארמאלער מיינסטרים משגיח אדער ראש ישיבה "כתב הזוהר הקדוש".
היי ווייט ע מינוט, וואס טוט זיך מיט "כתב בגמרא הקדושה"?
פארוואס איז נאר רבי שמעון דער תנא האלקי, אפשר רבי יוחנן בן זכאי? רבי טרפון?
קודם זיי מסביר דעם של"ה, אוהח"ק ועוד.
און פשוט וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין, אז דער חיבור איז עוסק אין נסתרות און מעשה מרכבה, די "דבר גדול" ווי די גמרא רופט עס, אודאי איז עס מער הייליגע און העכערע ענינים.
איך פארשטיי נישט די קשיא פון תנ"ך, איינער דא האט געטענה'ט אז מיר גלייבען די תנ"ך איז הייליג ווייל ווען מ'לערנט עס פלאקערט די נשמה? כ'האב קיינמאל געהערט אזא זאך. מען גלייבט די תנ"ך איז הייליג ווייל מיר האבען בקבלה אז דאס איז דברי נבואה ורוח הקודש. און ווען נישט די קבלה וואלט קיינער עס קיינמאלנישט גענומען ערנסט בכלל. דאס איז ווייטער א ראיה אז קדושה ע"פ יהדות מעסט זיך נישט מיט הרגשים און הכרת הנשמה נאר דורך קבלה ומסורה איש מפי איש וואס איז הייליג.
@
@היימישער ליטוואקעס גלייבט זיך שווער אז עס איז אמאל געווען א תלמיד חכם וואס האט געלערנט זוהר און נישט געכאפט אז דאס איז א ספר וואס בויט זיך אגאנצע צייט אויף שפעטערדיגע ספרים און מושגים ווי ימי התנאים, ער ברענגט אפילו בפירוש גמרות און נעמען פון אמוראים און אין תיקונים אפילו גאונים. און די אלע ספרים רעדן דערפון. איז אדער נעמט מען אן אזא מין תירוץ אז ר' שמעון האט אלעס געשריבען מיט רוח הקודש, ווי ר' חיים וויטאל שרייבט אין הקדמה צו עץ חיים, און כעין זה ברענגט דער מאור עינים. א תירוץ וואס איז שווער צו גלייבען א ראציאנאלער מענטש האט אמאל גענומען ערנסט (אויף רח"ו ווייס איך נישט). אדער פארשטייט מען אז עס איז נישט פונקט אזוי, נאר מען האט עס עורך געווען במשך אסאך דורות נאך ר' שמעון וכו', ווי עס שטייט אין אנדערע ספרים, כמובא במאמרו של מונדשיין שציינתי, אדער זאגט מען ווי דעת תורה זאגט. (לגבי הגר"א נדמה לי ברור שידע שהזוהר הוא מאוחר לגמרא ויש רמזים לכך בכתביו).
הוגה
. די טענה אז עס איז א תורה חדשה איז נישט אמת. מען קען זעהן אין חז"ל אז זיי האבן פארשטאנען אסאך זאכן ממש ע"פ קבלה והזהר, טראץ דעם וואס אפיציעל איז עס די פשטות התורה. מיין טעאריע אי - אן דעם וואס איך זאל וויסן וואס איך רעד - אז בימי חז"ל און מן הסתם דערנאך אויך, האבן אלע געלערנט און פראקטיצירט מיסטעסיזם. פאר עפעס א סיבה האט זיך עס אויפגעהערט (און מעגליך פארגעסן געווארן) אין א געוויסע תקופה פאר אפאר הונדערט יאר. צוליב דעם, ווען די זהר איז ארויסגעקומען האט עס אויסגעזעהן ווי א תורה חדשה. די תלמידי חכמים און געלערנטע האבן אבער באלד געזעהן אז דאס איז נישט קיין תורה חדשה נאר ענדערש א פארגעסענע תורה. דאס זאג איך אלץ אן וויסן, לאמיר זעהן וואס אנדערע דא האבן צו זאגן
ווי זעהסטו אין חז"ל אז זיי האבן פארשטאנען זאכן על פי זוהר? דאס אז עס איז דא אזא מציאות ווי תורת הנסתר שטייט דאך הונדערטער מאל אין חז"ל, עס איז קלאר דא לכל הדיעות, אפילו מיימוני האט צו דעם אויך מודה געווען והדברים די פשוטים. די שאלה איז נאר, אויף די ספעציפישע תורת הקבלה שבידינו, וואס לפי הבנתי איז די עיקר נקודה און שפיץ דערפון אין איין ווארט די ענין פון די עשר ספירות, השתלשלות וצמצום, און אז יעדע זאך וואס מען טוט דא איז פועל - און איז מרמז - אויף גדולות ונצורות אויבן. אזוי אויך יעדע זאך אויף די וועלט, אריין גערעכנט דער מענטשליכער קערפער על כל הגשמותיו איז מרמז אויף העכערע הייליגע דברים נשגבים, איז לכאורה נתגלה געווארן דורך אחיה השילוני צו ר' יצחק(?) בן הראב"ד, און פון אים איז עס אנגעקומען ווייטער צו זיינע תלמידים ותלמידי תלמידיו, און דער זוהר הק' לויפט אויך אין די ריכטונג. איז אויב ווילסטו זיין ציניש, קענסטו טראכטן אז דאס האט איינער פון יענעם דור אכט ניין הונדערט יאר צוריק אויפגעטראכט מדעת עצמו דעם גאנצן תורת הקבלה, מסופקני צי עס איז בכלל שייך צו זאגן אזאנס אז מענטשן זאלן אליין אויסטראכטן אזא ברייטע חובק זרועות עולם'דיגע גראנדיעזע יצירה.
יעצט, איך האלט נאך אלס, און איך מיין אז אלע מקובלים זאגן אויך אזוי, אז בעצם דער חלק קבלה איז אויך נאר א טיפה מן הים פון דעם גרויסן תורת הנסתר. אפילו וואס מיר האבן פון אר"י הק' כוונות וכדומה איז דאך אויך נאר פון איין יאר, און א אנדערע יאר האט ער מכוון געווען גענצליך אנדערע זאכן, דערפאר טענה'ן אנדערע אז ס'איז זינלאז נאכצומאכן פונקט די כוונות ווייל אפשר מאכסטו נאר חרוב, אפשר היי יאר ברויך מען גאר מכוון זיין פונקט פארקערט. עס איז גאנץ מסתבר אז יונתן בן עוזיאל האט געלערנט פיל פיל מער פון זיינע רבי'ס ווי זוהר און קבלה, די שאלה איז נאר צי דער זוהר און קבלה שבידינו האט ער אויך געלערנט און עס איז תורת אמת. מיין פוינט איז אז ס'איז בלי ספק אז מען האט געלערנט בימי חז"ל מיסטיזם, און אלע מתנגדי הקבלה זענען נאר נישט צופרידן פון די ספעציפישע תורת המקובלים שבידינו.
לענין די תקופות הגאונים, א אינטערעסאנטע פענאמען איז שטארק אנמערקבאר אין די ספרים און תשובות פון די גאונים, יעדע צווייטע זאך איז א סוד וואס מען קען נישט און מען טאר נישט מגלה זיין. איך האב זיך שוין לאנג געוואונדערט וואס איז למעשה געווארן מיט די אלע סודות, פאר זייערע תלמידים די צנועים האבן זיי דאך עס יא מגלה געווען, און זיי מסתמא ווייטער פאר זייערע תלמידים, אלזא ווי האט זיך דאס אפגעשטעלט? מעגליך אז ס'איז דא נאך בינינו בדורינו אנו אזאלכע וואס האבן מקובל די סודות און מאכן א שווייג?