☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #3694

אשכול אן א טיטל #3694

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3694

— » מאנטאג מאי 6, 2013 12:37 pm

· #112278

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

הוגה » מאנטאג מאי 6, 2013 12:53 pm

· #112283
האסט א נקודה. זאל מען אריינגיין אין א פיליזאפישע געשפרעך און זעהן אויב היטלער איז טאקע אזא נאצי ווי מען מאכט אים. כ'מיין סך הכל האט ער געוואלט אז די וועלט זאל זיין יודנריין, יעדע בר בי רב פארשטייט דאס.
😂
איך שרייב עס האלב ליצניש, אבער באמת, וויפיל איז די שיעור פון טיפשות.

סיריעסלי ספיקינג, דאס גייט אריין אינעם גדר פון דער וואס שרייט העכער געווינט די דעבאטע.

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 6, 2013 12:54 pm

· #112284
ווען נישט די ציונים וואלט נישט געוועהן קיין נאציס עי' הקדמה לספר ויואל משה

זר זהב » מאנטאג מאי 6, 2013 1:01 pm

· #112287
יוטוב

זר זהב » מאנטאג מאי 6, 2013 1:07 pm

· #112290

זר זהב » מאנטאג מאי 6, 2013 1:10 pm

· #112291
דאס האט מיר יידל אויסגעלערענט, אסאך מאל דארף מען זיך ארומשפילן מיט'ן לינק אז ס'זאל ארויפקומען. אין די פאל דא (https://www.youtube.com/watch?v=HNJZJw1ZE9A) האט מען געדארפט אראפנעמען דעם S וואס כאב געהיילייט.

יואב » מאנטאג מאי 6, 2013 1:14 pm

· #112294
_

קינות גירושין » מאנטאג מאי 6, 2013 1:14 pm

· #112296
איך האב גארנישט געוויסט אז חיים וואלדער גייט מיט אזאלכע גרויסע האר איך גיי שוין ארויסווארפען זיינע ביכער פון מיין הויז

Atgan » מאנטאג מאי 6, 2013 1:19 pm

· #112297
קופערניקוס טייערע, אויב האסטו נישט פארשטאנען חיים וואלדער'ן כתבה, זייזשע מוחל ליין עס איבער.
ער ברענגט ארויס זעהר קלאר, אז ער חלילה נישט מדמה, אבער צו "קלינגט דען נישט אין אויער אזעלכע ווערטער"?
"האט מיר דען נאכנישט געהערט ענליכס צו דעם"?

און צו דיין ארטיקל קען מען אויך מדמה זיין........ ווי דו גיסט אזוי לעגיטימאציע, פאר איינער פון די סאמע גרעסטע שונאי ועוקרי הדת.

יאיר לפיד, איז א ריינע שונא חרדים, אויפגעוואקסן ביי א ריכטיגע רשע אין שטוב, יעצט זיך גענומען די עול, פון וועלן מסדר זיין און צורייסן יעדעס ביסל אידישקייט וואס איז נאר דא אין ארץ ישראל.

איי, וועסטו פרעגן: ער וויל עפעס צורייסן אידישקייט? ער וויל פשוט נארמאליזירן!
וועל איך דיר געבן צו פארשטיין וואס זענען זיינע אינטערעסן.

האסטעך אליינס געזאגט, מיר האבן א טריליאן קינדער, איז ער דעך א קליגע אינגאטש, נעמט ער ארויס זיינע צעהן פינגערס, און ציילט. בערך אין יאר תשצ"ג אויב ח"ו וועט משיח נאכנישט דא זיין, וועלן די פרומע האבן א רוב אין די מדינה! (עכ"פ די פרומע פארטייען), יעקב משה וועט זיין פרעמיער מיניסטער, און זרח וועט זיין אין שאַץ קאמער (דארט ווי יאיר זיצט איצט) און חייקל'ן וועט זיין פרעזידענט.
נישט נאר דאס: מ'וועט ארויפצווינגן תוכנית ליב"ה 2: אלע מוסדות בלי יוצא מן הכלל, מוזן מאכן א חומש סעודה ביי פינף יעריגע קינדער. ביי זיבן מוז מען 'קענען' ביז שלישי מיט רש"י. וכו' וכו'...... אויב נישט שניידט מען די תקציב!

ממילא אידעך א הימל געשריי, זוכט מען "לשלב את החרדים" דאס מיינט אין אידיש: אראפפירן די חרדים פון זייערע איר אלטע מסורה מער ווייניגער, אזוי אז זייערע קינדער, וועלן שוין זיין כאחד החילונים. (כדוגמת המזרחי).

בקיצור ער איז פוסטער רשע, וואס וויל נישט נארמאליזירן, מיינט נישט אונזערע גוטס.

יואב » מאנטאג מאי 6, 2013 1:20 pm

· #112298
Well, The Natzi's were kinda like Humon, they were looking just to wipe out the Jewish Nation, While the Tziyonim are just like the Greeks, they want to destroy the core of Judaism, the soul, that's why they are bigger devils. Lol. * And the pious religious once, are like the Musyavnim

היימישער » מאנטאג מאי 6, 2013 2:10 pm

· #112304
איך פארשטיי נישט וואס די ווילסט ארויס ברענגען

עס איז דא 2 שלעכטע קרענק, איינער זאגט אז דאס איז ערגער און איינער זאגט אז דאס איז ערגער
לפיד ימ"ש זאגט אז דער עיקר איז די גוף, און די צדיקים זאגען אז דער עיקר איז די נשמה, עס איז דא צדיקים (וואס זיי אלען האבען ציבראכען זייער גוף) און וואס קענען אפילו זאגען א כפרה פארן גוף, נאר די נשמה זאל בלייבען לויטער און ריין

געוואלד געשריגן » מאנטאג מאי 6, 2013 2:28 pm

· #112308
קופערניקוס איך עגרי. די ריכטערס, מידיע, פאליטישענס..אלע האבן פיינט אידן, בפרט חרדים.. אפשר. אבער קיינער וויל נעמען פאראנטווארטליכקיייט און זאגן אפשר אפשר, מ'דארף טוישן א פאר זאכן.

Reevaluation of the system.

עס ארבעט נישט.

איחוד פעלד » מאנטאג מאי 6, 2013 2:59 pm

· #112315
אויב איז עס אזוי אמת אז לפיד וויל נאר אויסגלייכען די חסרונות, וואלט ער צוגעשטעלט אז די פרומע זאלען קענען גיין אין מיליטער און בלייבען הונדרעט פראצענט פרום.

כל זמן דאס ווערט נישט געטוהן, מיינט אז זיי ווילען נישט באמת דאס, זיי ווילען פארקערט, זיי ווילען אז די חרדים זאלען גיין אין מיליטער, און ווערען פרייער אויף וויפיל זיי קענען.

עסקן בדברים » מאנטאג מאי 6, 2013 3:51 pm

· #112325
פארוואס זאגסטו אז זיי ווילן עס נישט צושטעלן? זענען זיי נישט גרייט זיך אראפצוזעצן מיט די פרומע און אויסארבעטן וואס זיי פארלאנגן אויב די פרומע וואלטן געהאט א הוה-אמינא זיך פראבירן צוצושטעלן?

איחוד פעלד » מאנטאג מאי 6, 2013 4:13 pm

· #112331
זיי ווייסען פונטקלעך וואס די פרומע ווילען, נישט פין היינט און נישט פין נעכטען, זיי האלטען דאס נישט ביים געבען, ווען זיי וואלטען צוגעשטעלט פאר די פרומען צו קענען גיין און נישט זיין אויסגעשטעלט צו נסיונות בעל כרחם, וואלטען די פרומע בחורים שוין לאנג געגאנגען, אנגערעדט צו די רבנים לאזען יא אדער נישט, ווייל זיי ליידען גאר אסאך פין נישט גיין.

לעיקוואד » מאנטאג מאי 6, 2013 4:39 pm

· #112340
[ציטאט אראפגענומען]

מענטשליכער טפשות האט נישט קיין שיעור, און טיפשות, שקר, בלאף, און רשעות, פון חיים וואלדער וחבריו האט זיכער נישט קיין שיעור.
א שאד זיך צו טענה'ן און זיך צו רעגן. נישטא וואס צו טוהן. ווער עס פארשטייט נישט פון ליינען די ווערטער פון די א"ג חרדישער ווארטזאגער'ס אליינס ווי נאריש חסרי דעת שכל ומענטשליכקייט זיי זענען, וועט נישט העלפען קיין שום הסברים. סאיז שווער זיך צו חוזק מאכען פון איינער אזוי גוט ווי זיי מאכען חוזק פון זיך אליינס. אדער האלטען זיי אז דער עולם האט טאקע אן איי קיו פון דרייסיג, אדער איז דאס קלאר א קאנספירציע פון וולדר, וואס איז פון די שטאקע לינקע גורמים אין די חרדישע בני ברק'ע געזעהלשאפט, טאקע מאכען לעג וקלס פון די מהלך.

לעיקוואד » מאנטאג מאי 6, 2013 4:47 pm

· #112342
איחוד פעלד
זיי ווייסען פונטקלעך וואס די פרומע ווילען, נישט פין היינט און נישט פין נעכטען, זיי האלטען דאס נישט ביים געבען, ווען זיי וואלטען צוגעשטעלט פאר די פרומען צו קענען גיין און נישט זיין אויסגעשטעלט צו נסיונות בעל כרחם, וואלטען די פרומע בחורים שוין לאנג געגאנגען, אנגערעדט צו די רבנים לאזען יא אדער נישט, ווייל זיי ליידען גאר אסאך פין נישט גיין.

אינו מן ענין.
א- זיי האלטן קלאר יא ביים עס געבן, זיי האבען געמאכט נחל חרדי ווי דארט איז מען מחוייב לויט די תקנות פון צה"ל צו דאווענען און לערנען, סנישטא קיין שום פרויען, וכו', און סאיז נישטא גענוג בחורים מיט וואס עס אנצופולען באשמת אונזערע הייליגע קנאים.
ב- סאיז נישט זייערע אחריות צוצושטעלן א פלאץ אן נסיונות. יעדער איינער וואס וואוינט אין די מדינה האט א חיוב מאראליש מענטשליך און תורה'דיג זיך משתתף זיין נארמאל אין די אחריות פון היטען אויף עס. אז דו ווערסט אנגערייצט פון זעהן מיידלעך צו נאנט איז דאס דיין פראבלעם, בינד זיך צו די אויגען מיט א שמאטע, ווייס איך וואס, פארוואס איז דאס די מדינה'ס קאפווויטאג צוצושטעלן?
ג- סנישטא אזא זאך א פלאץ אן נסיונות. אויך אין ישיבות הקדושות פעלט נישט קיין נסיונות. און אוודאי אין יעדער פלאץ אין די נארמאלער אמתער וועלט וועט זיין ניסיונות, און אפילו שווערע נסיונות. פעלט נישט קיין ארבעט'ס פלעצער וואס די נסיונות דארט זענען פילפאכיג מער פון ארמעי. ווילאנג עס איז אויפ'ן עולם הזה וועלן די חרדים אלץ קענען שרייען אז דאס איז "נסיונות בעל כרחם". סנישטא אזא זאך נסיונות בעל כרחם. יא, די ארמי איז אויפ'ן עולם הזה, אויפ'ן עולם הזה איז דא מיידלעך, סאיז דא בכלל א מאדערנער פרייער וועלט, און מדארף זיך ספראווען דערמיט.
ד- קיינער כמעט וועט זיך נישט דערוואגע בדרך כלל צו טוהן א זאך וואס די רבנים זענען פייער דערקעגן, און אין די גאנצע חברה איז עס אראפגעקוקט, דארף מען זיין נאריש צו טוהן אזא זאך.
עס איז גאר איראניש ווי אלץ הגנה אויף דרכי החרדים פארציילט מען אזעלכע מעשיות ווי אז בעצם וואלטן מיר געטוהן וואס מיר ווילען צו די רבנים ווילען יא צו נישט.

לעיקוואד » מאנטאג מאי 6, 2013 9:39 pm

· #112444
(מיין אינפארמאציע איבער'ן נחל האב איך טאקע באקומען פון יענער בוך, שקראתי ממנו לאחרונה. איך האף נאר אז וואס סשטייט דארט איז בערך אמת און איז נישט סתם הוילע פראפאגאנדע)

דעת תורה » מאנטאג מאי 6, 2013 9:40 pm

· #112445
לעיקוואד
(מיין אינפארמאציע איבער'ן נחל האב איך טאקע באקומען פון דער איד, שקראתי לאחרונה. איך האף נאר אז וואס סשטייט דארט איז בערך אמת און איז נישט סתם הוילע פראפאגאנדע)

מאראנצןזאפט » מאנטאג מאי 6, 2013 10:02 pm

· #112453
לעיקוואד
איחוד פעלד
זיי ווייסען פונטקלעך וואס די פרומע ווילען, נישט פין היינט און נישט פין נעכטען, זיי האלטען דאס נישט ביים געבען, ווען זיי וואלטען צוגעשטעלט פאר די פרומען צו קענען גיין און נישט זיין אויסגעשטעלט צו נסיונות בעל כרחם, וואלטען די פרומע בחורים שוין לאנג געגאנגען, אנגערעדט צו די רבנים לאזען יא אדער נישט, ווייל זיי ליידען גאר אסאך פין נישט גיין.

אינו מן ענין.
א- זיי האלטן קלאר יא ביים עס געבן, זיי האבען געמאכט נחל חרדי ווי דארט איז מען מחוייב לויט די תקנות פון צה"ל צו דאווענען און לערנען, סנישטא קיין שום פרויען, וכו', און סאיז נישטא גענוג בחורים מיט וואס עס אנצופולען באשמת אונזערע הייליגע קנאים.
ב- סאיז נישט זייערע אחריות צוצושטעלן א פלאץ אן נסיונות. יעדער איינער וואס וואוינט אין די מדינה האט א חיוב מאראליש מענטשליך און תורה'דיג זיך משתתף זיין נארמאל אין די אחריות פון היטען אויף עס. אז דו ווערסט אנגערייצט פון זעהן מיידלעך צו נאנט איז דאס דיין פראבלעם, בינד זיך צו די אויגען מיט א שמאטע, ווייס איך וואס, פארוואס איז דאס די מדינה'ס קאפווויטאג צוצושטעלן?
ג- סנישטא אזא זאך א פלאץ אן נסיונות. אויך אין ישיבות הקדושות פעלט נישט קיין נסיונות. און אוודאי אין יעדער פלאץ אין די נארמאלער אמתער וועלט וועט זיין ניסיונות, און אפילו שווערע נסיונות. פעלט נישט קיין ארבעט'ס פלעצער וואס די נסיונות דארט זענען פילפאכיג מער פון ארמעי. ווילאנג עס איז אויפ'ן עולם הזה וועלן די חרדים אלץ קענען שרייען אז דאס איז "נסיונות בעל כרחם". סנישטא אזא זאך נסיונות בעל כרחם. יא, די ארמי איז אויפ'ן עולם הזה, אויפ'ן עולם הזה איז דא מיידלעך, סאיז דא בכלל א מאדערנער פרייער וועלט, און מדארף זיך ספראווען דערמיט.
ד- קיינער כמעט וועט זיך נישט דערוואגע בדרך כלל צו טוהן א זאך וואס די רבנים זענען פייער דערקעגן, און אין די גאנצע חברה איז עס אראפגעקוקט, דארף מען זיין נאריש צו טוהן אזא זאך.
עס איז גאר איראניש ווי אלץ הגנה אויף דרכי החרדים פארציילט מען אזעלכע מעשיות ווי אז בעצם וואלטן מיר געטוהן וואס מיר ווילען צו די רבנים ווילען יא צו נישט.

מ'קען דאך זאגן דיין גאנצע קרעפל פשעטל אויך אויף גיוס בנות.
איז וואו איז דיין רויטע ליניע?

לעיקוואד » מאנטאג מאי 6, 2013 10:20 pm

· #112460
מאראנצןזאפט
[

מ'קען דאך זאגן דיין גאנצע קרעפל פשעטל אויך אויף גיוס בנות.
איז וואו איז דיין רויטע ליניע?

אפשר טאקע? מיינטס טאקע אז ווייל די מערכה אויף גיוס בנות איז געשעהן מיט פופציג יאר צוריק און טראגט א שטעמפל פון טויטע גדולים איז עס געווען באמת וייניגער לעכערליך ווי די היינטיגע מערכות?
ואכמ"ל.
אחוץ אויב האלטסטו אז סאיז טאקע דא א איסור ממש אויף גיוס בנות, וואס דעמאלטס פארשטייט זיך איז די פשעטל נישט רעלעוונט.

מאראנצןזאפט » מאנטאג מאי 6, 2013 10:25 pm

· #112462
דעם חידושי הרי"ם האט מען שוין היינט מסדר געווען און יעצט איז עס טשעבינער רב מיט'ן חזון איש, ווער איז נעקסט?
אפשר שרייבסטו אפאר ווארעמע ווערטער לכבוד שבועות?
אפשר גיט איר אונז אביסל פון די בעיבי סטעפס פון וואס איר רעדט אין אייער חלום?

לעיקוואד » מאנטאג מאי 6, 2013 10:35 pm

· #112466
ביסט גערעכט.

בעיבי סטעפס?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/112464">viewtopic.php?f=24&t=3701&p=112464#p112464</a><!-- l -->

היימישער ליטוואק » מאנטאג מאי 6, 2013 10:56 pm

· #112477
גיוס בנות, לויט די אמאליגע השגות איז א מיידל אונטער אויפזיכט פון א מאנספערזאן וועלכער האט אלע רעכטן איבער איר - כמעט ווי יהרג וא"י.
היינט גלייב איך נישט אז א נארמאלער פוסק וואלט דאס גזאגט.
אגב: זייט מדייק פון אלע בריוו רעדט מען נישט פון דעם פאקט אז די ציוניסטישע ארמיי איז א צבא טמא און אז מ'טאר נישט זיך משתתף זיין מיט די ציונים וכו'. והמבין יבין.

מאראנצןזאפט » מאנטאג מאי 6, 2013 11:01 pm

· #112481
לעיקוואד
ביסט גערעכט.

בעיבי סטעפס?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/112464">viewtopic.php?f=24&t=3701&p=112464#p112464</a><!-- l -->

זע יידלס חתימה, א לינק צו דיין חלום וועגן בעיבי טריט, און זאג מיר נישט איך הארעווע אויף דיין תגובה און דו געדענקסט אפילו נישט וואס דו האסט געשריבן.

לעיקוואד » מאנטאג מאי 6, 2013 11:15 pm

· #112485
רבינו מאראנצןזאפט
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו טענה'סט דא. נא הסבר.

דבילה » דינסטאג מאי 7, 2013 9:55 am

· #112617
[ציטאט אראפגענומען]

ווי איז מיין קרעדיט?

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 7, 2013 10:22 am

· #112635
איחוד פעלד
אויב איז עס אזוי אמת אז לפיד וויל נאר אויסגלייכען די חסרונות, וואלט ער צוגעשטעלט אז די פרומע זאלען קענען גיין אין מיליטער און בלייבען הונדרעט פראצענט פרום.

כל זמן דאס ווערט נישט געטוהן, מיינט אז זיי ווילען נישט באמת דאס, זיי ווילען פארקערט, זיי ווילען אז די חרדים זאלען גיין אין מיליטער, און ווערען פרייער אויף וויפיל זיי קענען.

איך האב געזען בילדער פון גרויסע בערד אין מיליטער. איך הער נאך אז בערד, איז בעסער פאר קאמופלאזש.

טעפל » דינסטאג מאי 7, 2013 10:47 am

· #112647
ר' קופער ס'איז זייער גרינג זיך צו ווייקען אינעם סיר הבשר אין אמריקא און זאגען אז ר' יאיר לעמפל איז גערעכט, אמת מיר האט אויך אויפגעברויזט חיים וואלדער מיט זיין ארטיקל (וואס עולם גולם אין אמריקא לויפט נאך זיינע ביכער שוין צענדליגע יאר נישט וואסענדיג אז מ'רעדט פון א קראנקע מענטש וואס ליידט פון שיגעון גדלות) אבער פון דא ביז זאגען אז יאיר וואס איז נאך ערגער ווי זיין טאטע, וואס היינט אלע פרייע שרייען אז ער האט סתם פיינט די פרומע און רעדט נישט צום זאך, און וויל "גאר" שטארק כאילו העלפן די פרומע.
א לייק האסטו באקומען וויל דו שרייבסט צוקער זיס!!!

דבילה » דינסטאג מאי 7, 2013 10:51 am

· #112651
טעפל

'סעפעס עולם גולם.. זיינע ביכער זענען שיין און זיינע ארטיקלען זענען קראנק. ביכער לחוד וארטיקלען לחוד.

קאך_לעפל » דינסטאג מאי 7, 2013 1:11 pm

· #112703
דינען אונעם ציניסטישען מיליטער האט 2 חלקים:

1 די אלע וואס האלטען אז יודן טארן נישט האבן קיין מיליטער ביז משיח וועט קימען, אשרי חלקם, לויט זיי פארשטייען מיר די שטורם קעגן גיוס בני ישיבות,

2 אבער פאר די אלע וואס האבן נישט קיין שום פראבלעם, מיט א יודישע מדינה, און מיט א אייגענעם מיליטער, פאר ביאת המשיח, פארוואס שרייט איר?

פארוואס דארפן די פרייע יא גיין און מיליטער, און פארטיידיגען דאס לאנד, און די פרימע דארפן נישט גיין? פארוואס? ביטול תורה? וואס פארא טענה איז דאס? און די צייטן וואס כלל ישראל איז געווען שרויים על אדמתן, און די יודן האבן געהאט א אייגענע מלוכה, איז ביטול תורה געווען א תירוץ נישט צי דינען און מיליטער? וואס פאר א תירוץ איז דאס ביטול תורה? יעדע ישראלישער בירגער האט א מאראלישער און א נאציאנאלע פליכט צו דינען און מיליטער!

די זעלבע איז מיט פרנסה,

עס קימען אהער קיין אמעריקא צענדליגע בני ארץ ישראל שנארן, מיטן טענה איך האב א שטוב מיט קינדער, און איך זיץ און איך לערן, איר הערט ווערטער?
איך האב א מאל געפרעגט אזא איינעם, אפשר טוישען מיר זיך? די גיי ארבייטען, און איך וועל זיצן און לערנען? פארוואס דארף איך ארבייטען, און דיר געבן געלט ווייל די האסט אפגעמאכט אז די ווילסט לערנען? אפשר גיי די ארבייטען און איך זעץ מיך לערנען?

די פרימע איזרעליס האבן לדעתי זייער א געמיינע מענטאלעטי,

ער וויל זיצען על מי מניחות, דינען און מיליטער, און פארטיידיגען דאס לאנד, זאלן די פרייע! פרנסה זאלן די אמעריקאנער זיי באזארגען, און ער וועט זיצען און ירושלים, און פרעסען פאלאפל מיט שווארמע, וואו איז דער יושר?

פרענטש וואנילע » דינסטאג מאי 7, 2013 4:58 pm

· #112787
קאך לעפל, איך ווייס נישט אויב איר זענט רעליגיעז, אויב יא נעם איך אויף דיין תגובה אלס סארקאזם..

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 7, 2013 10:04 pm

· #112861
פרענטש וואנילע
קאך לעפל, איך ווייס נישט אויב איר זענט רעליגיעז, אויב יא נעם איך אויף דיין תגובה אלס סארקאזם..

ער איז נישט נאר (בלויז) רעליגיעז. ער גייט אויך אין די שיטה. ער טענה'ט נאר לשיטתם פון די "פרומע" ציונים. וואספארא תירוץ איז "ביטול טעירעה"? אבער לפענ"ד איז דער אשכול אוועקגעפארן פון די אריגינאלע כוונה פונ'ם פותח האשכול. מ'דינגט זיך ווי שלעכט יאיר לפיד און די ציונים זענען. אבער ס'האט נאך קיינער נישט אויפגעוויזן אדער געברענגט א ראי' אז היטלער און די נאציס, ימ"ש זענען "נישט אזוי געפערליך" שלעכט. חוץ פארשטייצעך די נטורי קארטעניקעס ( די וואס קושן זיך מיט אראפאט און אכמעדינעזשאד( וועלכע האבן גאנץ שטארק ליעב די נאציס, און זענען אפיציעלע האלאקאוסט לייקענער.

מי אני » מיטוואך יולי 3, 2019 7:37 pm

· #432642
[ציטאט אראפגענומען]

<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Godwin's_law?wprov=sfti1">https://en.wikipedia.org/wiki/Godwin's_law?wprov=sfti1</a>

“Two things are infinite, the universe and human stupidity, and I am not yet completely sure about the universe.”
Albert Einstein

“One thing that humbles me deeply is to see that human genius has its limits while human stupidity does not.”
Alexandre Dumas

Sent from my iPhone using Tapatalk

ששון ושמחה » דאנערשטאג יוני 30, 2022 11:19 pm

· #503367
9 יאר צוריק האט חיים וואלדער געזאגט אז יאיר לפיד איז היטלער. יעצט איז וואלדער טויט פון זעלבסמארד, און לפיד איז ראש הממשלה.