☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » ענטפערס אין אמונה

ענטפערס אין אמונה

392 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14758
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

הקטן » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 8:58 am

· #480147
חתן בחור

אז די קוקסט די שפעטערע פאָר פסוקים מאכט עס אסאך מער סענס. די פסוק ברענגט עס קלאר ארויס: יעדע פאָר דורות האט גאט געשיקט א שופט אדער נביא מוסר׳ן און צוריקצוברענגען די יודען צו אים, און ווען די שופטפין איז געשטארבן זענען זיי געגאנגען דינען ע״ז, און גאט האט זיי געשטראפט, און זיי האבן געוויינט צו אים האט ער געשיקט א פרישע שופט/נביא. און ממילא איז עס כסדר געוועהן א סייקל צווישן א דור פון יודען וואס האבן געדינט הויה, און א דור וואסהאט געדינט ע״ז.

דער שופט\נביא ווען ער זאגט מוסר האט נישט פארציילט קיין נייעס אז ס'דא הויה
ער האט אויך נישט געדארפט צי פארציילן פין פריש וואס איז די דבר השם
קינד און קייט אלע האבן געוויסט פין תורת משה און יצאת מצרים

ליב צו וויסן

בלויז אין די פאר פסוקים אין שופטים:
דינען עבודה זרה, חתונה האבן מיט די גוים.
אבער דו טראכסט נאך אלס אז הלכות שעטנז און בשר בחלב האבן זיי יא געהאלטן... שיין שיין.

אליהו הנביא ווען ער זאגט מוסר די עובדי הבעל ברענגט ער ארויס די אייראני -
וַיִּגַּשׁ אֵלִיָּהוּ אֶל כָּל הָעָם וַיֹּאמֶר עַד מָתַי אַתֶּם פֹּסְחִים עַל שְׁתֵּי הַסְּעִפִּים, אִם ה' הָאֱלֹקִים לְכוּ אַחֲרָיו וְאִם הַבַּעַל לְכוּ אַחֲרָיו

דיני התורה און ידיעת ה' איז געווען נחלת הכלל... אויך אין די צייט פון עובדי הבעל, און אויך דורך די עובדי הבעל.

עוקר הרים » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:20 pm

· #480333
Re: ענטפערס אין אמונה
הקטן
י וְגַם כָּל-הַדּוֹר הַהוּא, נֶאֶסְפוּ אֶל-אֲבוֹתָיו; וַיָּקָם דּוֹר אַחֵר אַחֲרֵיהֶם, אֲשֶׁר לֹא-יָדְעוּ אֶת ה', וְגַם אֶת-הַמַּעֲשֶׂה, אֲשֶׁר עָשָׂה לְיִשְׂרָאֵל.
יא וַיַּעֲשׂוּ בְנֵי-יִשְׂרָאֵל אֶת-הָרַע, בְּעֵינֵי ה'; וַיַּעַבְדוּ, אֶת-הַבְּעָלִים. רע?!? תינוקות שנשבו!!!
יב וַיַּעַזְבוּ אֶת ה' אֱלֹקי אֲבוֹתָם, הַמּוֹצִיא אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם, וַיֵּלְכוּ אַחֲרֵי אֱלֹהִים אֲחֵרִים מֵאֱלֹהֵי הָעַמִּים אֲשֶׁר סְבִיבוֹתֵיהֶם, וַיִּשְׁתַּחֲווּ לָהֶם; וַיַּכְעִסוּ, אֶת ה'.
יג וַיַּעַזְבוּ, אֶת ה'; וַיַּעַבְדוּ לַבַּעַל, וְלָעַשְׁתָּרוֹת.
יד וַיִּחַר-אַף ה' בְּיִשְׂרָאֵל [ פארוואס עפעס??? - תינוקות שנשבו!!! וואס ווייסן בכלל נישט פין אֶת-הַמַּעֲשֶׂה, אֲשֶׁר עָשָׂה לְיִשְׂרָאֵל ], וַיִּתְּנֵם בְּיַד-שֹׁסִים, וַיָּשֹׁסּוּ אוֹתָם; וַיִּמְכְּרֵם בְּיַד אוֹיְבֵיהֶם, מִסָּבִיב, וְלֹא יָכְלוּ עוֹד לַעֲמֹד לִפְנֵי אוֹיְבֵיהֶם.
טו בְּכֹל אֲשֶׁר יָצְאוּ, יַד ה' הָיְתָה בָּם לְרָעָה, כַּאֲשֶׁר דִּבֶּר ה',[צי וועם? ווען? אפשר מיינט ער די ספר התורה וואס יאשיהו המלך האט געטראפן?!? ] וְכַאֲשֶׁר נִשְׁבַּע ה' לָהֶם [ווען?!?, נ"ך סירקולט כסדר צוריק צו תורת משה, און פרי-סעפאסט די ליינער ווייסט דערפין]; וַיֵּצֶר לָהֶם, מְאֹד.

נ"ך איז פיל דערמיט...

און דברי הימים ואתה שלמה בני דע את אלקי אביך ועבדהו, וואסערע גערעדעכטס איז דאס?
וואס מיינט דאס "דע"???
אויב דוד האט אים געזאט איז ער א "דע" ???
אפשר די זעלבע עזרא וואס האט געשריבען די תורה האט דא אריינגעריקט זאכן וועגען ה' אז די מעשה זאל שטימען בעסער?...[emoji848]

ליב צו וויסן » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:56 pm

· #480336
עוקר הרים

דער הקטן רעדט און רעדט און Missed טאטעלי די פאונט...

צו האלט דען איינער אז די שרייבערס פון נ"ך האבן געוואלט מיר זאלן האלטן אז די תורה איז נישט אמת???

די גאנצע נקודה דא איז צו עס איז דא א קלארע דירעקטע מסורה פון סיני אהער דורך "כלל" ישראל...

ס'איז קלאר פאר די וואס לערנען נ"ך אז אפילו די שרייבערס פון נ"ך האבן זיך נישט ערלויבט צו שרייבן אזוי.

מצפצף » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 1:45 pm

· #480338
צו ברענגען א ראי' פון נ"ך אז מ'האט יא געוואוסט פון תורה צו ה' איז לעכערליך, ווייל דאס איז דאך די כוונה פונעם כתב אז דו זאלסט טראכטן, נאר אויף פארקערט איז אינטערעסאנט.

הקטן » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 3:08 pm

· #480340
ליב צו וויסן

די גאנצע נקודה דא איז צו עס איז דא א קלארע דירעקטע מסורה פון סיני אהער דורך "כלל" ישראל...
ס'איז קלאר פאר די וואס לערנען נ"ך אז אפילו די שרייבערס פון נ"ך האבן זיך נישט ערלויבט צו שרייבן אזוי.
יא, אויב "אֲשֶׁר לֹא-יָדְעוּ אֶת ה'" מיינט נישט געוויסט ביסטו גערעכט.

וואס איך האב געשריבן ביז אהער דילד בכלל נישט מיט תורה יא אמת אדער נישט אמת.
וואס איך האב געשריבן ווייזט, דאס פין די פרעספעקטיוו פין נ"ך האט "כלל" ישראל אייביק געוויסט פין תורת משה, אויך די עבדי הבעל...
פארוואס פילסטו פאר וויכטיג צי פארדרייען די פאקטן פין ווא איך האב געשריבן?!?!?

ווער ס'לערענט נ"ך מיט אן אפענער קאפ זעט קלאר אז דאס איז געשריבן געווארן מיט די עסאמשען אז סיי די ליינער, און אזוי אויך פין וועם זיי רעדן, האבן געקענט גיט תורת משה...
דאס איז ביי זיי א דבר פשוט און א עפטער-טאט

א חצפה פין די נ"ך שרייבער'ס !!! קוק וואס זיי האבן אזוי אריין געריקט אין מיכה ו ה
עַמִּי זְכָר נָא מַה יָּעַץ בָּלָק מֶלֶךְ מוֹאָב וּמֶה עָנָה אֹתוֹ בִּלְעָם בֶּן בְּעוֹר מִן הַשִּׁטִּים עַד הַגִּלְגָּל

עַמִּי ער רעדט דא צי די פשטע "עמי" - "כלל" און נישט די עליט זְכָר נָא ער ערווארט זיי זאלן וויסען וואס איז געווען א 700 יאר פאר זיי, פין וואו זאלן זיי וויסען אויב נישט זיי האבן געהאט דאס קלאר במוסרה ? מַה יָּעַץ בָּלָק מֶלֶךְ מוֹאָב וּמֶה עָנָה אֹתוֹ בִּלְעָם בֶּן בְּעוֹר מִן הַשִּׁטִּים עַד הַגִּלְגָּל פיין האבן זיי געקענט תורת משה, מיט אלע אירע דיטעלס...
(עטליסט דאס איז די אימפרעשן וואס די שרייבר וויל דו זאלסט האבן)

ווילסט זאגן דאס איז אריינגעלייגט געווארן מען זאל אזוי מיינען, פיין! דאס איז אבער וואס שטייט אין נ"ך ...

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 10:45 pm

· #480371
כ׳מיין אז ס׳איז שוין צייט צו טוישן דאס קעפל פונעם אשכול, איינער וואס ליינט דעם קעפל ווערט שוין עקסיידעט אז ס׳קומט גוטע ענטפערס, ער גיבט א קליק אריין און אנשטאט ענטפערס באקומט ער נאכמער קשיות, געהעריג קליקבעיט. אבער אז מ׳האט שוין יא פארדרייט דעם שמועס איז אינטערעסאנט אנצוצייכענען אז ירמיה הנביא אין קאפיטל מ״ד האט נישט אנגענומען דעם מסורה טענה, ווען ער האט געזאגט פאר די אידן אז גאט לאזט נישט דינען עבודה זרה און די אידן האבן איהם צוריקגע׳טענה׳ט אז אידן האבן אלע יארן געדינט עבודה זרה און אז ער ירמיה איז א שגץ ווייל ער וויל משנה זיין פונעם הייליגן מסורה האט ער מודה געווען אז ער איז משנה פון די מסורה נאר וואס זאל ער טוהן אז גאט האט איהם אזוי באפוילן, זעהט אויס אז ער האט אפגעלערנט די פסוקים אנדערש פון הקטן.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 9:21 am

· #480388
י

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 9:25 am

· #480389
נאך קשיות <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/473492">viewtopic.php?p=473492#p473492</a><!-- l -->

הקטן » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 8:35 pm

· #480417
זאג איך ענק מיינע ברידער אין אמעריקע, עטץ זאלטס האלטן שבת וועט עס גוט זיין!!!
שרייט דער מונקאטשער און בעט פין די אידן אין אמעריקע

חאא חאא חאא האבן די אמעריקאנע יענקיס געלאכט:
"מיר גיין ווייטער מחלל שבת זיין כאשר עשינו אנחנו ואבותינו...
אינזער עלטערן ווען זיי האבן יא געהאלטן שבת זענען זיי געווען אויף צרות, פארלוירן די פרנסה א יעדע וואך.
האבן זיי אויפגעגעבן דעם שבת און אלעס איז פיין געווען. מיר זענען דא אין די גאלדענע מדינה און מיר ווילן טיען די זעלבע מיר ווילן אויך האקן א לעבן.
מיר ווייסן פיין שבת, טייל פין אינז מאכן א יעדער וואך אויך סעדות שבת, און גייען אויך דאווענען - אבער אזוי איז אינז אסך בעסער"

איינפאכע מומרים לתיאבון ...
------

ירמיה הנביא אין קאפיטל מ״ד שרייט צי די אידשע פרויען אין מצרים, "טוט תשובה אויב נישט וועט זיין צרות"
זיי ענפערן נישט מי ה' אשר אשמע בקולו

זיי האבן זייער גוט געוויסט פין וואס מען רעדט...
דא רעדט מען פין אידען וואס זייער עלטערן זענען אויך נישט געווען אזוי איי איי איי

זיי מאכן פשוט דער חשבון, און זאגן דאס קלאר, ס'לוינט נישט צי פאלגן ירמיה
ונשבע לחם ונהיה טובים ורעה לא ראינו

איינפאכע מומרים לתיאבון ...
-----

די מלבי"ם איז מסביר דאס איז אויך נישט געווען לשם ע"ז נאר לשם סגילה
טז-יז) "הדבר" וכו' "כי עשה נעשה", הם הכחישו גוף הראיה שלו שהוכיח שהקיטור היה סבה להרעות שבאו עליהם, והם אמרו בהפך שהלא בימי אחז ומנשה שהתמידו בע"א לא באה הרעה רק בימי צדקיהו שאז לא התמידו בע"א כי רוב העם עבדו את ה' ושמעו לדברי הנביאים ולמה באה הרעה בימיו, מזה הוכיחו להפך שהקיטור היה מועיל ומגין בעדם ובעת התרשלו ולא הקטירו למלכת השמים באה עליהם הרעה, כי הקיטור היה אצלם כעין טלמסאות שהוא מסוגל להוריד על ארצם שפע הכוכבים והמזלות ממגד שמים מטל וגשמי ברכה וחשבו שע"י שהניחו מלקטר חסרו כל, וז"ש "כי עשה נעשה" וכו' "לקטר למלכת השמים כאשר עשינו ונשבע לחם, ומאז חדלנו לקטר חסרנו כל",

זאת שנית טענו שהם אינם משתחוים למלכת השמים לשם אלהות כי מאמינים בה' ובהשגחתו ובנביאיו, רק שזה מועיל לדעתם בענין סגוליי, וז"ש "כי עשה נעשה את כל הדבר אשר יצא מפינו לקטר למלכת השמים" ולא לשם אלהות רק "כאשר עשינו אנחנו ואבותינו בערי יהודה" שהיה רק "לקטר למלכת השמים" קיטור סגוליי לבד וכעין מלאכה להוריד השפע מצד שהשמש היא המולכת בשמים, וממנה תבא התבואה והפירות, שהנסיון הוכיח שמועיל כי "ונשבע לחם", שעי"ז בא שפע הטל והמטר והפראת התבואה, ובכ"ז "ונהיה טובים" ר"ל טובים לאלהים, כי לא היה בזה הכחשה לאל ממעל ולכן "רעה לא ראינו":

אויבערפלעכליך עס-יאזעל

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 9:34 pm

· #480420
ס׳איז פאני אז דו האסט נישט געכאפט אז דער מלבי״ם זאגט נישט ווי דיר, אזוי קוקט מען אויס ווען מ׳טראללט ארום מכל הבא ליד אן אריינטראכטן וואס מ׳שרייבט. לגבי די עצם מלבי״ם אליינס כאפ איך נישט די חילוק צווישן עבודה זרה און סגולה, ביידע זענען לכאורה פונקט אזוי אסור, יעדנפאלס איז דאס נישט קיין סתירה מיט וואס איך האב געזאגט.

אינדיבידואל » מוצ"ש אוגוסט 28, 2021 10:05 pm

· #480594
Re: ענטפערס אין אמונה
רביה''ק זי''ע
מן הסתם קען ער יא מסביר זיין נאר ער וויל נישט, אויב ווייסט ער טאקע נישט קען ער גיין צו א גוטע פסיכאלאג וואס וועט אפשאצן פארוואס זיין נאטור ציעט צו סאטמאר.

און אז מ׳רעדט שוין פון פסיכאלאגיע און אמונה. איך מיין אז וואס שטערט באמת דעם פותח האשכול (ביז ממש לעצטנס האט עס מיר אויך געשטערט) איז וויאזוי קען זיין אז טויזענטער מענטשן, צווישן זיי זייער קלוגע מענטשן, קענען זיך אזוי שווער מאכן דאס לעבן אין נאמען פון גאט פאר גארנישט און פאר נישט, ס׳מוז זיין אז ס׳ליגט עפעס דערין. און אפילו ער ווייסט מיט א הונדערט פראצענטיגע קלארקייט אז ס׳נישט דא קיין שום סיבה זיך צו פירן אזוי וועט איהם אבער דיעס קשיא אלץ נודשען אין קאפ און נישט לאזן קיין מנוחה. לעצטנס אבער האב איך גערעדט מיט א מענטש, גראדע א היימישער איד, וואס האט מיר מסביר געווען די ענין פון comfort zone, און ער האט מיר אויפגעוויזן אז מענטשן וועלן ענדערש לעבן אין misery לנצח נצחים אויב דאס איז וואס איז familiar פאר זיי. דאס איז אויך די סיבה פארוואס אליעזר קרויס גייט נישט מצליח זיין, פארוואס מענטשן ווערן דערציטערט ווען ס׳קומט זיי אויף אויפ׳ן געדאנק אז למשל אפשר דארף מען נישט לייגן קיין תפילין, און נאך טויזענט זאכן. דער מענטש פילט פשוט וואו ער גייט אריין אין unexplored unfamiliar teritory and his subconscious automatically reatreats to its familiar comfort zone (ווערט געזוכט אן איבערזעצער 😃 ) ס׳האט מיר געדויערט א לאנגע צייט צו כאפן ווי ווייט דאס גייט, איינמאל מ'כאפט דאס ווערן אאאללעעעעעע קשיות פארענטפערט, נישט נאר אין אידישקייט.

אליעזר קרויס שרייט אויף מענטשן וואסערע טפשים זיי זענען אז זיי ווילן נישט קומען מיט איהם קיין פלארידע, פארוואס לעבט עטץ אין misery אינעם פארשטינקענעם ניו יארק מיט די קראנקע לינקע, קומטס מיט מיר קיין פלארידע וואו מ'צאלט קיין income tax, נישטא קיין קראנקע ליבעראלע געזעצן, אינוועסטן אין ריעל עסטעיט איז פיל גרינגער, קענסט ארבעטן אביסל און קויפן אפאר רענטעל פראפארטיעס און לעבן ווי א מלך מיט גענוג געלט צו פליען קיין ניו יארק צו יעדע בר מצוה און חנוכה פארטי, יא יא, אויסער אפאר אויבערחכמים און adventure ליעבהאבער גייט קיינער נישט מיטגיין פאר די פשוט'ע סיבה ווייל ס'איז unfamiliar פאר מענטשן, די רעשט וועלן ענדערש עסן גארבידש און בלייבן סטאק מיט פוד סטעמפס און סעקשאן 8 ווי ארויסגיין פון זייער comfort zone. דער חכם וואונדערט זיך און פארשטייט באמת נישט, וואס ער כאפט אבער נישט איז אז ער איז פונקט אזוי סטאק אין זיין comfort zone מיט זיינע זאכן. די מענטשן וואס מאכן חוזק פון איהם מוטשען זיך מיט הויעכע רענט, ער מוטשעט זיך מיט'ן הוט און רעקל אין די זוממער, יעדער מיט זיין story אין קאפ.

כלפי מה דברים אמורים, רבינו הקדוש קען שרייבן וויפיל אשכולות ער וויל, שלום דין קען שרייבן וויפיל ביכער ער וויל, נעטפליקס קען ארויסגעבן וויפיל טעלעוויזיע סעריעס זיי ווילן, ס׳עט זיי גאאארנישט העלפן. קענסט אויפוויזן פאר א מענטש מיט אותות ומופתים אז ס׳נישט דא קיין שום סיבה צו פירן א חרדישע לעבנסשטייגער, אבער אויסער אפאר אויבערחכמים, adventurists, און מענטשן וואס האבן אסאך self esteem און גלייבן אז ס׳קומט זיך זיי א בעסערע לעבן ווי זייערע עלטערן וועט קיינער נישט ארויסטרעטן פון זייער comfort zone. מ׳וועט ענדערש בלייבן אינעם געטאו און פארפאטשקענען דאס לעבן מיט חקירות איבער גלילות קרית יואל און פרי שבת און קומען און גיין פון מחאות צו בר מצוות ווייל דאס איז וואס איז familiar, און ביז ס׳וועט נישט קומען דער מענטש וואס וועט ארויסשטופן די מענטשן פון זייער comfort zone וועט אלעס בלייבן ביים אלטן.
דו סיבה פארוואס מענטשן האבן א comfort zone , איז אייבוק ווייל דו מענטש האט א געוויסע פחד פין עפעס , געווענליך שפילט זיך אפילו נישט אויף אין מח, פין וואס דו מענטש האט מורה, נאר איז subconsciously, געווענליך דו זאך פין וואס דו מענטש האט מורה , איז אן עכטע זאך , אין נישט סתם אז עס איז נישט באקוועם , דו פראבלעם איז אבער אז אסאך מאל איז עס נאר א פחד , אין עס גייט נישט געשען, למשל מענטשן האבן א פחד פין וואקן אויפן גאס אן א הוט אין רעקל , ווען דו וועסט איהם פרעגן ,פארוואס וועט ער זאגן , עס איז funny צו וואקן אויפן גאס אן הוט אין רעקל, אין ווען דו מענטש וועט מעיין זיין וועט ער זען אז בעצם,האט ער אפילו נישט אזא פראבלעם אז מענטשן גיין איהם אנקיקן funny, ער האט א פחד פין עפעס וואס גייט געשען נאכדעם, אדער אז מען גייט איהם אייבוק אנקיקן funny, אדער אז זיין חבר וואס גייט מיט א היט אין רעקל וועט איהם זען, אין ער גייט מער נישט האבן דו זעלבע respect פאר איהם, ווען דו מענטש וואלט געווען 100 percent קלאר, אז עס איז נאר דו בליק וואס זיין חבר גייט איהם געבן, אין דארט גייט זיך עס ענדיגן, וואלט ער נישט געהאט א פראבלעם. יעצט אסאך מאל איז דו פחד א ריכטיגע, למשל מענטשן האבן מורה צו מאפן, איז קען אסאך מאל זיין אז יש דברים בגוי, למשל ער וויל זיין לעבן זיין משפחה, חברים, וכו, איז ממלא דאס וואס דו זאגסט אז מענטשן לעבן א רעליגיעזע לעבן, נאר וועגן comfort zone איז לדעתי נישט ריכטיג, ווייל אויב א מענטש גלייבט אין שכר ועונש, האט ער באמת מורה צו מחלל שבת זיין, אפילו אויב ער ווייסט נישט פינקטליך, וואס דו עונש איז אדער ווען וכו, איז עס אבער געניג ער זאל האבן א פחד, אין דו פחד איז א ריכטיגע, ווייל למעשה גלייבט ער אין דו תורה

Sent from my iPhone using Tapatalk

מיין אמת » מוצ"ש אוגוסט 28, 2021 10:46 pm

· #480600
אינדיבידואל

ממילא דאס וואס דו זאגסט אז מענטשן לעבן א רעליגיעזע לעבן, נאר וועגן comfort zone איז לדעתי נישט ריכטיג, ווייל אויב א מענטש גלייבט אין שכר ועונש, האט ער באמת מורע צו מחלל שבת זיין, אפילו אויב ער ווייסט נישט פינקטליך וואס די עונש איז אדער ווען וכו', איז עס אבער גענוג ער זאל האבן א פחד, און די פחד איז א ריכטיגע, ווייל למעשה גלייבט ער אין די תורה

יא אבער פארוואס טראכט ער נישט אז אפשר איז נישט דא קיין שכר ועונש? ווייל ס'איז צו שרעקעדיג און פרעמד.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש אוגוסט 28, 2021 11:34 pm

· #480603
באמת דארף מען נישט לויפן ביז כפירה בשכר ועונש אויפצוהערן פירן א וויליאמסבורגע לעבנסשטייגער ווי שוין אויסגעשמועסט מערערע מאל, נאר וואס דען? די עצם געדאנק אז די אלע פילפולים און טיפע השקפות און מחשבה אין וואס מענטשן חוש׳ן אריין זענען נישט מער ווי תירוצים וואס דער מח פראדוצירט צו בלייבן שטעקן אינעם comfort zone און נישט דארפן ארויסגיין אויסזוכן עפעס בעסערס דאס אליינס איז אויך פרעמד, שרעקעדיג, און unfamiliar פאר מענטשן און טוט שוין מערער זיין זייער שלוות הנפש און comfort zone דערפאר וויל זייער subconscious עס נישט פארשטיין און ס׳פרובירט מאכן ספינס אויף מיינע ווערטער כאילו די אישו דא איז אמונה אין שכר ועונש צו וואס אלץ צו פארענטפערן די אייגענע comfort zone. 😛 אבער נישט געזארגט, מיט אן אייזערנעם רצון קען מען אלעס דורכברעכן, כל התחלות קשות, ואם עתה תקבלו עליכם יערב לכם מכאן ואילך.

אינדיבידואל » זונטאג אוגוסט 29, 2021 2:22 am

· #480609
Re: ענטפערס אין אמונה
מיין אמת
אינדיבידואל

ממילא דאס וואס דו זאגסט אז מענטשן לעבן א רעליגיעזע לעבן, נאר וועגן comfort zone איז לדעתי נישט ריכטיג, ווייל אויב א מענטש גלייבט אין שכר ועונש, האט ער באמת מורע צו מחלל שבת זיין, אפילו אויב ער ווייסט נישט פינקטליך וואס די עונש איז אדער ווען וכו', איז עס אבער גענוג ער זאל האבן א פחד, און די פחד איז א ריכטיגע, ווייל למעשה גלייבט ער אין די תורה

יא אבער פארוואס טראכט ער נישט אז אפשר איז נישט דא קיין שכר ועונש? ווייל ס'איז צו שרעקעדיג און פרעמד.

וואס איך פראביר צו זאגן איז, אז עס העלפט נישט סתם צו זאגן פאר א מענטש אז עס איז פרעמד, למשל די דוגמא וואס דו ברענגסט אז חרדים האבן מורא צו טראכטן, איז נישט ווייל עס איז פרעמד, נאר ווייל ער גלייבט באמת אז מען מעג נישט טראכטן, אדער ווייל ער האט מורא אז ווען מען טראכט קומט מען אן נישט גוט, איז ווילאנג מען וועט נישט ארויפברענגען פון וואס פונקטליך דער מענטש האט מורא, וועט יעדער שרייען איינער אויף די אנדערע אז דו לעבסט אין comfort zone.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 29, 2021 2:27 am

· #480611
פונקט דאס האב איך אקוראשט געטוהן, כ׳האב ארויסגעברענגט פונקטליך פון וואס מ׳האט מורא, מ׳האט מורא פון די unfamiliar, אלע פילפולים און השקפות זענען נאר תירוצים צוצוקומען צום תכלית הנרצה נישט צו דארפן דיעלן מיט זאכן וואס פילן פרעמד, וואס האב איך אויסגעלאזט? יעדער שרייט איינער אויפ׳ן אנדערן דו לעבסט אין דיין comfort zone, און זיי זענען אלע גערעכט!

אן אויסגעצייכענטען ביישפיל פאר דעם געדאנק איז די אשכול איבער די פרייליכע סליחות באוועגונג, מ׳שיסט ווערטער ווי רעפארמער, וועד ארבע ארצות, און נאך נארישקייטן, איך הער אבער איין ווארט ״unfamiliar". האלאו, פאר מיר פילט די פרייליכע סליחות אויך מאדנע און פרעמד און דערפאר גיי איך נישט אהין, מיר איז פונקט גוט די סליחות מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן, און ווען איך האב נישט קיין נערוון גיי איך בכלל נישט צו סליחות, פארוואס אבער האסטו מורא צו זאגן דעם אמת וואס שטערט דיר? פארוואס דארף מען שיסן נארישע לופטיגע פראזן? לכאורה איז דער ענטפער ווייל מ׳איז אויפגעוואקסן מיט שקרים און דאס איז וואס פילט זיך familiar, מ׳איז שוין אזוי addicted צו שקר און בלאפערייען אז מ׳האט מורא צו זאגן דעם אמת ווייל ס׳פילט זיך funny און פרעמד...

הקטן » זונטאג אוגוסט 29, 2021 8:36 am

· #480615
אינדיבידואל
מיין אמת
ממלא דאס וואס דו זאגסט אז מענטשן לעבן א רעליגיעזע לעבן, נאר וועגן comfort zone איז לדעתי נישט ריכטיג, ווייל אויב א מענטש גלייבט אין שכר ועונש, האט ער באמת מורה צו מחלל שבת זיין, אפילו אויב ער ווייסט נישט פינקטליך, וואס דו עונש איז אדער ווען וכו, איז עס אבער געניג ער זאל האבן א פחד, אין דו פחד איז א ריכטיגע, ווייל למעשה גלייבט ער אין דו תורה

יא אבער פאר וואס טראכט ער נישט אז אפשר איז נישט דא קיין שכר ועונש? ווייל ס'איז צו שרעקעדיג אין פרעמד

דערנאך איז דא אזאלעכע וואס וועלן טון אלעס אין דער וועלט אבי צי דערשטיקן און נישט טראכטען אז אפשר איז יא דא שכר ועונש, אית דין ואית דיין.
ווייל ס'איז צו שרעקעדיג...

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 29, 2021 10:33 am

· #480625
ש׳כח פאר׳ן פראוון מיין פוינט. 😂

ליב צו וויסן » זונטאג אוגוסט 29, 2021 7:03 pm

· #480663
הקטן
אינדיבידואל
מיין אמת
ממלא דאס וואס דו זאגסט אז מענטשן לעבן א רעליגיעזע לעבן, נאר וועגן comfort zone איז לדעתי נישט ריכטיג, ווייל אויב א מענטש גלייבט אין שכר ועונש, האט ער באמת מורה צו מחלל שבת זיין, אפילו אויב ער ווייסט נישט פינקטליך, וואס דו עונש איז אדער ווען וכו, איז עס אבער געניג ער זאל האבן א פחד, אין דו פחד איז א ריכטיגע, ווייל למעשה גלייבט ער אין דו תורה

יא אבער פאר וואס טראכט ער נישט אז אפשר איז נישט דא קיין שכר ועונש? ווייל ס'איז צו שרעקעדיג אין פרעמד

דערנאך איז דא אזאלעכע וואס וועלן טון אלעס אין דער וועלט אבי צי דערשטיקן און נישט טראכטען אז אפשר איז יא דא שכר ועונש, אית דין ואית דיין.
ווייל ס'איז צו שרעקעדיג...

"טון אלעס אין דער וועלט"
דהיינו??

קאסא גראנדע » מיטוואך מאי 24, 2023 5:24 pm

· #526005
ליב צו וויסן
Nanach
רביה''ק זי''ע
איך קען דיר פארענטפערן אלע דיינע קשיות אין אמונה אויב דו ווילסט, די שאלה איז נאר צו דו זוכסט טאקע תירוצים פאר די קשיות אדער דו זוכסט דעם אמת נאר דו מיינסט אז די אמת ליגט אין די תירוצים, אויב דו צווייטע איז וואר איז א שאד די צייט. איך זאג דיר קלאר אז דער אמת ליגט נישט דארט (זאקס און יאזעפאוויטש האלטן אויך אזוי), אבער אז דאס איז וואס דו זוכסט קען איך דיר צושטעלן די תירוצים.
עס איז נישט שייך צו אויפווייזן אז עס איז נישט דא א גאט (לא ראיתי אינו ראיה)
וואס איז זיין תורה, וואס וויל ער פון אונז קען מען זיך דינגען דא איז ווי איך האלט.
אז דו ווילסט קען איך דיר אביסל פארגרייטן וואס דו גייסט הערן (בנוגע אז תורתינו איז די "אמת'ע" ווארט פון גאט).

"נישט נאטורליכע" ראיות.. (אותות ומופתים)
פראבלעם: די זעלבע איז באדמת בני חם.. יעדע רעליגיע האט זיך אירע מופתים צו פארציילן אויף איר זייט..

Bible codes
פראבלעם: סיי וועלכע Book געשריבן אין א שפראך אן קיין Vowels קען מען טרעפן די זעלביגע, והא ראיה אז אפילו מיט די Bible codes זעלבסט וועט פאר יעדע איין Code וואס שטימט זיין מיליאן אנדערע Codes וואס שטימען נישט...

און דאן וועט קומען די באמבע..
אז די עכטע סיבה צו גלייבן אז "אונזער" תורה איז די "אמת'ע" ווארט פון גאט (Whatever he is), איז ווייל 600000 מענטשן האבן עדות געזאגט פאר זייערע קינדער אז זיי האבן "געזעהן און געהערט, פון גאט זעלבסט" אז דאס איז זיין ווארט..
דאס אז 600000 מענטשן זאלן זאגן די זעלבע זאך איז דאך גאר א שטארקע ראיה, און וויבאלד די 600000 מענטשן האבן עס געזאגט פאר זייערע קינדער און זיי פאר זייערע קינדער ביז היינט איז עס ממש א ראיה שאין עליו פירכה...
פראבלעם: אן אריינגיין אין די דעבאטע צו ס'איז שייך צו פאר'נער'ן מענטשן אז זאלן מיינען אז זיי הערן גאט זעלבסט, איז אבער די גאנצע ראיה געבויעט אויף א פאלשע יסוד..
די ראיה איז געבויעט אויף די הנחה אז ס'איז פאראן א דירעקטע מסורה קייט פון "סיני" ביז "Nebach" פון ק"ש, דאס איז אבער א "שקר גס"... ווי געזעהן מערערע מאל אין תנ"ך אז די מסורה איז פאר "הונדערטער" יארן געווען אפגעהאקט.

פאר די ראיות אז תנ"ך איז "נישט" זיין דירעקטע ווארט וועט מען דארפן עפענען א פרישן אשכול... ס'איז פאראן גאר אסאך...
זעה דא און דו ענטפער זיין קשיא. אדרבה אויב קען מען איינרעדן מענטשן אזא זאך דעמאלט איז זיין קשיא פיהל גרעסער פארוואס טאקע ?! הערט און האט הנאה
https://youtu.be/P2kt5wEQYsQ

קאסא גראנדע » מיטוואך מאי 24, 2023 5:41 pm

· #526010
בְּתוֹךְ עַמִּי
Nanach
בְּתוֹךְ עַמִּי
באמת האלט איך אז קיין שום טאטע (בדרך כלל) וויל נישט איבערגעבן די קינדער שטותים, נאר צוביסליך כאפט זיך אריין שטותים און עולם גולם כאפט ניטאמאל וואסערע שטותים זיי זענען מוריש לבניו. אבער באופן כללי האמיר א ריינע מסורה וואס איז נמשך איש מפי איש ביזן מעמד הגדול והנורא ביים הר סיני...
איך וויל נישט דא אויף א פאבליק פארום אריין גיין אין די קשיות דערויף באריכות, אבער נאר בקיצור די מעשה פון יאשיהו המלך האט געטראפען א ספר תורה מיט חידושים, עזרא ”הסופר” האט דערמאנט די תורה ביי הקהל, ווי ווערט דערמאנט אז רות א ארטאדאקסישע גיור, נ”ך איז פול מיט אזעלכע נעמען ווי אוריה ”החותי” אן קיין גיור מיט נאך אסאך אזעלכע זאכען וואס פאר אונז איז יסודות, די עיקר נקודה אז אין נ”ך איז דא א תקופה פון ארום 400 יאר וואס עס איז דא איין ספר שופטים אין עס איז איבערגעחזרט בקיצור אין דברי הימים, אבער די חתימות התנ”ך איז געווען בערך 600 יאר שפעטער
איך בין נישט באקאנט אין די זאכן וואס דו צייכנסט דא אן בקיצור, אויב ווילסטו מיר מסביר זיין מער באריכות וויל איך הערן. קענסט קומען אין אישי אויב ווילסט נישט דא ברבים...
דא איז א הערליכע לינק צאמגענומען די עניין פון עזרא ממש בפשטות מסביר געווען. עס איז דא נאך אסאך איך גלייב נישט אז דא וויל די עולם אריינגיין אין דעם אבער החוקר יגיע להכרה שלא שינה כלום. לך ותבדוק כל דבר על אופניו
http://www.aspaklaria.info/070_AYIN/%D7%A2%D7%96%D7%A8%D7%90.htm
אויך די לינק גייט מעניין לעניין די עלטצטע פעסטגעשטעלטע ארכיאולוגישע אידישע היסטוריה וואס איז נאך לאנגע וויכוחים לעצטע וואך געווארן הונדערט פראצענט קאנפירעמד אז עס איז א אידישע היסטוריה ליינט די 2 קומענדיגע לינקס. און שטינט
https://www.ynet.co.il/judaism/article/skryigcf5

https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%96%D7%91%D7%97_%D7%94%D7%A8_%D7%A2%D7%99%D7%91%D7%9C
אויך קוק נאך אין די קומראן (ים המלח) אנטדעקונג בריוון ווי זיי בעטן מען זאל זיי שיקן אתרוגים. אפילו אין די תורה שטייט נישט מער ווי פרי עץ הדר, און אויך תפילין וואס זענען געווען רינדיג זענען געווארן אוועקגעלייגט אין גניזה וכו' לאמיר נישט דא דורכגיין יעדע מצוה און מנהג און עבירה וכדו'. מען קען עפענען א באזונדערע אשכול ווי איך קען ענק אנפילן בעזה"ש אויף יעדע עניין.
דא איז נאך איין לינק ווי מען קען זעהן אז אידן איבעראל זענען געווען נזהר פון חזיר און אנדערע כשרות עניינים וכדו'. נישט נעמען פון דא וואס זיי זאגן די צעהן גרעסטע זאכן ווייל עס איז נישט די צעהן גרעסטע זאכן איך ברענגן עס דא ס"ה פאר די עניין פון כשרות
https://mida.org.il/2014/05/07/%D7%A8%D7%99%D7%91%D7%95%D7%A0%D7%95%D7%AA-%D7%91%D7%AA-3500-%D7%A9%D7%A0%D7%94-%D7%A2%D7%A9%D7%A8%D7%AA-%D7%94%D7%9E%D7%9E%D7%A6%D7%90%D7%99%D7%9D-%D7%94%D7%92%D7%93%D7%95%D7%9C%D7%99%D7%9D-%D7%A9/
לכו ונהנו

קאסא גראנדע » מיטוואך מאי 24, 2023 6:07 pm

· #526012
סתם מעניין לעניין צו נאכן מחליט זיין אז תורת משה איז מן השמים אבער האבן ספיקות אין מסורת הדיטעילס פון אנשי כנסת הגדולה צו חז"ל אדער ראשונים וכו'. וואלט איינעם זיך געלייגט אויפן שכל אדער געגליסט צוריקצוגיין צום שומרון אדער קראים שיטה. לויט די לינקס דא. ווער דא קען זיי אפילו פארעענטפערן? נאכן זעהן וויאזוי זיי פארטייטשן איז אונזער חז"ל אזוי זיס און שטימט אזוי גוט.
https://www.israelite-samaritans.com/religion/tefillin-mezuzot/#tefillin

https://youtu.be/dFeJXcsDVdc
ווייטער די אלע כיתות אין יהדות זענען זייער א אינטרעסאנטע סאבזשעקט און די פלאץ איז נישטא אבער איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן

קאסא גראנדע » מיטוואך מאי 24, 2023 6:20 pm

· #526014
נאך אלעם, דאס וואס טוט ענק אזוי וויי איז דאך א קלארע פסוק אין ישעיה ווי די נביא איז זיך אזוי מתמרמר אויף דאס וואס מען טוט מצוות אנשים מלומדה אן וויסן צו מען טוט טאקע א מצוה אדער חלילה פארקערט און מען טוט שוין יא א מצווה איז עס ווייל יעדער טוט אדער יענער זעהט וכדו', עס איז א ווייטאג און דאס איז פון די עקרי עבודת השם כמבואר בספרים. און דארט ווערן מענטשן פארלוירן מיינענדיג אז דאס איז אידישקייט. מען בלייבט דארט סטאק מיט די קינדערישקייטן צו מענערישע אדער פרויערישע נישט קיין נ"מ.
אבער אויף עזרא הסופר קען מען זיכער נישט האבן קיין טענות ער האט ס"ה זיך געזארגט אז דאס אידישע פאלק זאל זיין שיין און די יענער זאלן זיין העפי פון זייערע ווייבער און זאלן נישט וועלן זיך אויסמישן מי די נישט אידן ווי זיי תקנה אז פעדלערס זאלן ארומגיין די שטעיט אוןד דערפליך צו פארקויפן פערפיום און צירינג אז די פרויען זאלן זיין שיין ביי זייערע מענער און די תקנה נעמט אריין אז מען טאר נישט שטערן אזא פעדלערס.
אך ווי נעמט מען אזא מנהיג היינט וואס פארשטייט דעם עולם אזוי ווי עזרא הסופר? נאר אודאי אז דער עזרא מיט זיינע אלע תקנות לטובתנו כאפט אזוי אריין כאילו ער האט פארדרייט די תורה. סאו ווער איז שולדיג אז אונז האמיר נישט אזאנע מנהיגים?!
אבער נישט געזארגט דער באשעפער האט זיינע חשבונות פארוואס יעדע זאך דארף גיין אויף די אדער די דירעקשן און ער דערלייגט נישט אויפן געשעפט.
ער האט דאך געזעהן אז פון גלות מצרים זענען אידן נישט געווארן בעסער פון די שבעים נפש, אויך האט ער געזעהן אז נאך גלות בבל זענען אידן נישט געווען בעסער ווי ביים חורבן בית ראשון. און נאכאלץ האט ער עס געטוהן נאכאמאל. ווייל ביים סוף גייט ער פארדינען פונעם געשעפט.
ווער עס איז זיך מחולק מיט מיר דא קען עס טוהן אבער עס גייט אים סייווי נישט קיין סאך העלפן ווייל אונז זעמיר כחומר ביד היוצר ברצותו ....... גיי לערן אביסל איזביצא, רבי צדוק און דרך החסידות האמיתי פון בעש"ט און תולדות צו אין וויטעבסק וכדו' און אפילו אין נועם אלימלך אדער ישמח משה. איך האב דארט געזוכט די עונשים און שרעקעדיגע חלקים פונעם ראשית חכמה אבער נישט געטראפן אפילו נישט אין נפש החיים אדער פונעם גר"א די מערסטע איז די שער הגלגולים פון רבי חיים ויטאל וואס איז דאך נאר א טובה פאר דיר וואס האט נאכנישט מתקן געווען צו איבערגיין נאכאמאל אולי יחוס.

סיסטעם » דאנערשטאג מאי 25, 2023 6:55 am

· #526077
איך האב שוין געהערט אסאך קשיות וואס מענטשן פרעגן אויף די תורה גראדע מיט תירוצים
אבער אזעלכע נערישע קשיות פון דעם אשכול דעס האב איך שוין נישט געחלומט אז עס זענען דא מענטשן וואס פרעגן

צקון לחש » דאנערשטאג מאי 25, 2023 9:50 am

· #526081
סיסטעם
איך האב שוין געהערט אסאך קשיות וואס מענטשן פרעגן אויף די תורה גראדע מיט תירוצים
אבער אזעלכע נערישע קשיות פון דעם אשכול דעס האב איך שוין נישט געחלומט אז עס זענען דא מענטשן וואס פרעגן
אויך א מהלך

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 25, 2023 10:27 am

· #526085
צקון לחש
סיסטעם
איך האב שוין געהערט אסאך קשיות וואס מענטשן פרעגן אויף די תורה גראדע מיט תירוצים
אבער אזעלכע נערישע קשיות פון דעם אשכול דעס האב איך שוין נישט געחלומט אז עס זענען דא מענטשן וואס פרעגן
אויך א מהלך
😂 😂 😂

היסטאריע האט באוויזן אז דאס איז די בעסטע מהלך, לעצטנס באנוץ איך מיך אויך דערמיט פאר מיינע זאכן 😃

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 25, 2023 1:32 pm

· #526120
קאסא גראנדע
ליב צו וויסן
Nanach
רביה''ק זי''ע
איך קען דיר פארענטפערן אלע דיינע קשיות אין אמונה אויב דו ווילסט, די שאלה איז נאר צו דו זוכסט טאקע תירוצים פאר די קשיות אדער דו זוכסט דעם אמת נאר דו מיינסט אז די אמת ליגט אין די תירוצים, אויב דו צווייטע איז וואר איז א שאד די צייט. איך זאג דיר קלאר אז דער אמת ליגט נישט דארט (זאקס און יאזעפאוויטש האלטן אויך אזוי), אבער אז דאס איז וואס דו זוכסט קען איך דיר צושטעלן די תירוצים.
עס איז נישט שייך צו אויפווייזן אז עס איז נישט דא א גאט (לא ראיתי אינו ראיה)
וואס איז זיין תורה, וואס וויל ער פון אונז קען מען זיך דינגען דא איז ווי איך האלט.
אז דו ווילסט קען איך דיר אביסל פארגרייטן וואס דו גייסט הערן (בנוגע אז תורתינו איז די "אמת'ע" ווארט פון גאט).

"נישט נאטורליכע" ראיות.. (אותות ומופתים)
פראבלעם: די זעלבע איז באדמת בני חם.. יעדע רעליגיע האט זיך אירע מופתים צו פארציילן אויף איר זייט..

Bible codes
פראבלעם: סיי וועלכע Book געשריבן אין א שפראך אן קיין Vowels קען מען טרעפן די זעלביגע, והא ראיה אז אפילו מיט די Bible codes זעלבסט וועט פאר יעדע איין Code וואס שטימט זיין מיליאן אנדערע Codes וואס שטימען נישט...

און דאן וועט קומען די באמבע..
אז די עכטע סיבה צו גלייבן אז "אונזער" תורה איז די "אמת'ע" ווארט פון גאט (Whatever he is), איז ווייל 600000 מענטשן האבן עדות געזאגט פאר זייערע קינדער אז זיי האבן "געזעהן און געהערט, פון גאט זעלבסט" אז דאס איז זיין ווארט..
דאס אז 600000 מענטשן זאלן זאגן די זעלבע זאך איז דאך גאר א שטארקע ראיה, און וויבאלד די 600000 מענטשן האבן עס געזאגט פאר זייערע קינדער און זיי פאר זייערע קינדער ביז היינט איז עס ממש א ראיה שאין עליו פירכה...
פראבלעם: אן אריינגיין אין די דעבאטע צו ס'איז שייך צו פאר'נער'ן מענטשן אז זאלן מיינען אז זיי הערן גאט זעלבסט, איז אבער די גאנצע ראיה געבויעט אויף א פאלשע יסוד..
די ראיה איז געבויעט אויף די הנחה אז ס'איז פאראן א דירעקטע מסורה קייט פון "סיני" ביז "Nebach" פון ק"ש, דאס איז אבער א "שקר גס"... ווי געזעהן מערערע מאל אין תנ"ך אז די מסורה איז פאר "הונדערטער" יארן געווען אפגעהאקט.

פאר די ראיות אז תנ"ך איז "נישט" זיין דירעקטע ווארט וועט מען דארפן עפענען א פרישן אשכול... ס'איז פאראן גאר אסאך...
זעה דא און דו ענטפער זיין קשיא. אדרבה אויב קען מען איינרעדן מענטשן אזא זאך דעמאלט איז זיין קשיא פיהל גרעסער פארוואס טאקע ?! הערט און האט הנאה
https://youtu.be/P2kt5wEQYsQ
קודם כל, ער ברענגט אינמיטן פון זיין רעדע א קשיא וואס א סטודענט האט אים אמאל געפרעגט. אז אפשר איז משה געווען גאר א קליגער און האט זיך אויסגעקענט מיט די שפעטערדיגע חכמות און ער (מיט עטליכע צוהעלפערס) האבן געסטעידזשט די מעמד הר סיני, זיי האבן געמאכט רויך, מיט קולות... און דער עולם איז אויך געווען אביסל אנגעטרינקען... בקיצור.. ער האט גוט אנגעשטעלט די מעשה און איינגערעדט דעם עולם?

אויף דעם ענטפערט ער אז אויב זאל דאס זיין די פאל, דאן וואלט משה נישט אריינגעשריבן אין די תורה אז קיין איין אנדערע רעליגיע וועט נישט נאכטון אזא זאך... ווייל ער ווייסט דאך אליין אז מען קען יא... ער האט דאך עס אליין געטון סאו אפשר וועט א צווייטע קינצלער דאס נאכטון. דאס אז די תורה שרייבט אז מעמד הר סיני איז אן איינמאליגע זאך וואס וועט מער קיינמאל נישט פארקומען, דאס איז א ראיה אז ס'איז געווען אן אמת'ע פאסירונג מיט די אנוועזנהייט פון גאט.

ס'איז נאר דא איין קליינע פראבלעם דערמיט. די תורה שרייבט קיינמאל נישט אז עס 'וועט' נישט זיין אזעלכע זאכן... נאר אז עס איז נאכנישט געווען.

לב כִּי שְׁאַל-נָא לְיָמִים רִאשֹׁנִים אֲשֶׁר-הָיוּ לְפָנֶיךָ, לְמִן-הַיּוֹם אֲשֶׁר בָּרָא אֱלֹקים אָדָם עַל-הָאָרֶץ, וּלְמִקְצֵה הַשָּׁמַיִם, וְעַד-קְצֵה הַשָּׁמָיִם: הֲנִהְיָה, כַּדָּבָר הַגָּדוֹל הַזֶּה, אוֹ, הֲנִשְׁמַע כָּמֹהוּ. לג הֲשָׁמַע עָם קוֹל אֱלֹקים מְדַבֵּר מִתּוֹךְ-הָאֵשׁ, כַּאֲשֶׁר-שָׁמַעְתָּ אַתָּה--וַיֶּחִי. לד אוֹ הֲנִסָּה אֱלֹקים, לָבוֹא לָקַחַת לוֹ גוֹי מִקֶּרֶב גּוֹי, בְּמַסֹּת בְּאֹתֹת וּבְמוֹפְתִים וּבְמִלְחָמָה וּבְיָד חֲזָקָה וּבִזְרוֹעַ נְטוּיָה, וּבְמוֹרָאִים גְּדֹלִים: כְּכֹל אֲשֶׁר-עָשָׂה לָכֶם ה' אֱלֹקיכֶם, בְּמִצְרַיִם--לְעֵינֶיךָ. לה אַתָּה הָרְאֵתָ לָדַעַת, כִּי ה' הוּא הָאֱלֹקים: אֵין עוֹד, מִלְּבַדּוֹ:

קיין ווארט נישט וועגן די עתיד אז קיינער וועט עס נישט נאכמאכן. ער טוט זיך יא אויף אז 'ביז' היינט האט קיינער פון ארום די גאנצע וועלט נאכנישט געטון אזא זאך, אבער קיין ווארט איבער עתידות. דער טוביה דרייט סתם מיט די ביצים כדרכו בקודש.

בנוגע די טענה אז היות קיינער האט עס טאקע נישט נאכגעמאכט איז עס א סימן אז מען קען נישט. און נאר אויב ס'איז טאקע אמת'דיג געשען וואלט מען געקענט מאכן מענטשן דאס גלייבן. די טענה איז אויך נישט אזא שטארקע, ווייל דער אמת איז אז ס'איז טאקע גאנץ א שווערע זאך צו איינרעדן מענטשן אז זייערע זיידעס האבן עפעס געזען.

אין א גרופע אדער סעקטע ווי עס צורקולירן שוין אזעלכע לעגענדעס און מעשיות מפה לאוזן קען שפעטער קומען א כריזמאטישע פירער און דאס אויך אריינשטעלן אין די געשיכטע... למה לא... די סיבה פארוואס די גרינדער פון אנדערע רעליגיעס האבן נישט געניצט דעם פאקטאר אז 'יעדער' האט געזען, איז פשוט ווייל עס פעלט נישט אויס, מענטשן וועלן פאלן פאר רעליגיעס זייער שיין אן דעם אויך, אזוי ווי מען זעט טאקע למעשה.

און באמת וואלט די גרינדער פון אידישקייט אויך נישט געדארפט אנקומען דערצו אז זיין רעליגיע זאל ארבעטן, נאר פינקט צו זיין מזל האט זיך שוין סייווי ארומגעדרייט לעגענדעס איבער א בארג סיני מיט א קבלת התורה, (צוזאמען מיט נאך לעגענדעס און סיפורים וואס פעלקער בימים ההם זענען געווען געוואוינט צו פארציילן און גלייבן, למשל מעשיות פון שמשון הגיבור, פילגש בגבעה, בלק און בלעם, נח מיט די תיבה, ועוד ועוד) איז געקומען דער כריזמאטישן פירער און צאמגעשטעלט די אלע סיפורים אין א בוך, און געריטן אויף די פאקט אז ס'איז שוין דא פון פריער אזא מעשה פון א מעמד הר סיני, און האט דאס צוגעפיצט און געניצט צו שטיפן זיין רעליגיע. שטעלט זיך פינקט ארויס היינט אז דער באשלוס איז פינקט געווען גאנץ א גוטע, ווייל אלע אפאלאגעטן רייטן דערויף.

סקעפטיקער » דאנערשטאג מאי 25, 2023 1:58 pm

· #526130
קאסא גראנדע
דא איז א הערליכע לינק צאמגענומען די עניין פון עזרא ממש בפשטות מסביר געווען. עס איז דא נאך אסאך איך גלייב נישט אז דא וויל די עולם אריינגיין אין דעם אבער החוקר יגיע להכרה שלא שינה כלום. לך ותבדוק כל דבר על אופניו
http://www.aspaklaria.info/070_AYIN/%D7%A2%D7%96%D7%A8%D7%90.htm
ביסט נישט קלאר וועלכע ענין דו ווילסט דא מסביר זיין, זיי מפרט
קאסא גראנדע
אויך די לינק גייט מעניין לעניין די עלטצטע פעסטגעשטעלטע ארכיאולוגישע אידישע היסטוריה וואס איז נאך לאנגע וויכוחים לעצטע וואך געווארן הונדערט פראצענט קאנפירעמד אז עס איז א אידישע היסטוריה ליינט די 2 קומענדיגע לינקס. און שטינט
https://www.ynet.co.il/judaism/article/skryigcf5
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%96%D7%91%D7%97_%D7%94%D7%A8_%D7%A2%D7%99%D7%91%D7%9C
פעסטגעשטעלט? הונדערט פראצענט? דאס אז נאך לאנג ווארטן האט גרשון גליל עס מפרסם געווען מאכט עס נאכנישט זיכער, זעה דא, דא, און דא, אפילו אויף אוצר החכמה איז די עולם סקעפטיש. מ'דארף אסאך דמיונען צו קענען זעהן עפעס שטיין דארט (און אפילו אויב יא צואווארפט עס ביז יעצטיגע השערות פון געוויסע חוקרים, אבער פארוואס ווייזט דאס אויף תורה מן השמים?)
קאסא גראנדע
אויך קוק נאך אין די קומראן (ים המלח) אנטדעקונג בריוון ווי זיי בעטן מען זאל זיי שיקן אתרוגים. אפילו אין די תורה שטייט נישט מער ווי פרי עץ הדר, און אויך תפילין וואס זענען געווען רינדיג זענען געווארן אוועקגעלייגט אין גניזה וכו' לאמיר נישט דא דורכגיין יעדע מצוה און מנהג און עבירה וכדו'. מען קען עפענען א באזונדערע אשכול ווי איך קען ענק אנפילן בעזה"ש אויף יעדע עניין.
קיינער איז נישט מסופק אז אין די צייטן פון די מגילת ים המלח (סוף בית שני) האט מען גענוצט אתרוגים (הגם איך בין נישט קלאר פון וועלכע בריוו דו רעדסט) און מ'איז געגאנגען מיט תפלין (וואס וואלט געווען פסול לויט אונזערע הלכות, עס האט געהאט אנדערע אדער צוגעלייגטע פרשיות), דאס ווייזט נישט אויף די אמת פון די תורה
קאסא גראנדע
דא איז נאך איין לינק ווי מען קען זעהן אז אידן איבעראל זענען געווען נזהר פון חזיר און אנדערע כשרות עניינים וכדו'. נישט נעמען פון דא וואס זיי זאגן די צעהן גרעסטע זאכן ווייל עס איז נישט די צעהן גרעסטע זאכן איך ברענגן עס דא ס"ה פאר די עניין פון כשרות
https://mida.org.il/2014/05/07/%D7%A8%D7%99%D7%91%D7%95%D7%A0%D7%95%D7%AA-%D7%91%D7%AA-3500-%D7%A9%D7%A0%D7%94-%D7%A2%D7%A9%D7%A8%D7%AA-%D7%94%D7%9E%D7%9E%D7%A6%D7%90%D7%99%D7%9D-%D7%94%D7%92%D7%93%D7%95%D7%9C%D7%99%D7%9D-%D7%A9/
לכו ונהנו
צו וואס דארף דאס זיין א ראי'? נניח אז חזיר האט שוין כלל ישראל נישט געגעסן פון 1200BCE, איז וואס? און אויב שוין ארכאלאגיע איבער כשרות, מחקר טוען: בארץ ישראל אכלו דגים טמאים

סקעפטיקער » דאנערשטאג מאי 25, 2023 2:11 pm

· #526135
קאסא גראנדע
סתם מעניין לעניין צו נאכן מחליט זיין אז תורת משה איז מן השמים אבער האבן ספיקות אין מסורת הדיטעילס פון אנשי כנסת הגדולה צו חז"ל אדער ראשונים וכו'. וואלט איינעם זיך געלייגט אויפן שכל אדער געגליסט צוריקצוגיין צום שומרון אדער קראים שיטה. לויט די לינקס דא. ווער דא קען זיי אפילו פארעענטפערן? נאכן זעהן וויאזוי זיי פארטייטשן איז אונזער חז"ל אזוי זיס און שטימט אזוי גוט.
https://www.israelite-samaritans.com/religion/tefillin-mezuzot/#tefillin
והיו הדברים האלה על לבבך מיינט ביי דיר אויך כפשוטו? זייער פשט (און די פשט פון רשב"ם) שטימט סך שענער, זעה דא
קאסא גראנדע
https://youtu.be/dFeJXcsDVdc
ווייטער די אלע כיתות אין יהדות זענען זייער א אינטרעסאנטע סאבזשעקט און די פלאץ איז נישטא אבער איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן
ווייס איך נישט וואס איז דיר שווער אין די ווידיא

סקעפטיקער » דאנערשטאג מאי 25, 2023 2:13 pm

· #526137
שמן למאור
בנוגע די טענה אז היות קיינער האט עס טאקע נישט נאכגעמאכט איז עס א סימן אז מען קען נישט. און נאר אויב ס'איז טאקע אמת'דיג געשען וואלט מען געקענט מאכן מענטשן דאס גלייבן. די טענה איז אויך נישט אזא שטארקע, ווייל דער אמת איז אז ס'איז טאקע גאנץ א שווערע זאך צו איינרעדן מענטשן אז זייערע זיידעס האבן עפעס געזען.

אין א גרופע אדער סעקטע ווי עס צורקולירן שוין אזעלכע לעגענדעס און מעשיות מפה לאוזן קען שפעטער קומען א כריזמאטישע פירער און דאס אויך אריינשטעלן אין די געשיכטע... למה לא... די סיבה פארוואס די גרינדער פון אנדערע רעליגיעס האבן נישט געניצט דעם פאקטאר אז 'יעדער' האט געזען, איז פשוט ווייל עס פעלט נישט אויס, מענטשן וועלן פאלן פאר רעליגיעס זייער שיין אן דעם אויך, אזוי ווי מען זעט טאקע למעשה.

און באמת וואלט די גרינדער פון אידישקייט אויך נישט געדארפט אנקומען דערצו אז זיין רעליגיע זאל ארבעטן, נאר פינקט צו זיין מזל האט זיך שוין סייווי ארומגעדרייט לעגענדעס איבער א בארג סיני מיט א קבלת התורה, (צוזאמען מיט נאך לעגענדעס און סיפורים וואס פעלקער בימים ההם זענען געווען געוואוינט צו פארציילן און גלייבן, למשל מעשיות פון שמשון הגיבור, פילגש בגבעה, בלק און בלעם, נח מיט די תיבה, ועוד ועוד) איז געקומען דער כריזמאטישן פירער און צאמגעשטעלט די אלע סיפורים אין א בוך, און געריטן אויף די פאקט אז ס'איז שוין דא פון פריער אזא מעשה פון א מעמד הר סיני, און האט דאס צוגעפיצט און געניצט צו שטיפן זיין רעליגיע. שטעלט זיך פינקט ארויס היינט אז דער באשלוס איז פינקט געווען גאנץ א גוטע, ווייל אלע אפאלאגעטן רייטן דערויף.
זאגסט דאך אזוי גוט, ווען אלע רעליגיעס זאלן דעמאלטס וויסן וויפיל מ'גייט היינט בויען אויף א מעשה וואס פארציילט אז מיליאן מענטשן האבן מיטגעהאלטן וואלטן זיי פארציילט די זעלבע, וואס זאלן זיי טוהן אז זיי האבן געלעבט פארן כוזרי?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 25, 2023 2:18 pm

· #526139
.

קאסא גראנדע » דאנערשטאג מאי 25, 2023 3:32 pm

· #526148
רביה''ק זי''ע
צקון לחש
סיסטעם
איך האב שוין געהערט אסאך קשיות וואס מענטשן פרעגן אויף די תורה גראדע מיט תירוצים
אבער אזעלכע נערישע קשיות פון דעם אשכול דעס האב איך שוין נישט געחלומט אז עס זענען דא מענטשן וואס פרעגן
אויך א מהלך
😂 😂 😂

היסטאריע האט באוויזן אז דאס איז די בעסטע מהלך, לעצטנס באנוץ איך מיך אויך דערמיט פאר מיינע זאכן 😃
תכלית גערעדט האסטו שוין פארדינט עפעס דערפון? איך האב שוין אויך פראבירט און געזעהן אז מען דארף זיין א בר מזל אדער מען דארף האבן סיעתא דשמיא אויף יעדענס פאל ב"ה עס האט מיר גענומען נישט מער פון צעהן יאהר עכטע ראוילי קאוסטער. און איך קען שוין נישט זאגן לא נהניתי מהעולם. אדרבה איך האב שוין געהאט אלע סארט אדער א גרויס חלק תעניגי עולם הזה (איך בין געווען סוקסעספול) און גארנישט האט מיר נישט געניצט איך האב ס"ה געקענט זאגן פאר מענטשן אז איך האב און אז איך בין צופרידן און תקופות וואס איך האב קיינעם נישט געדארפט זאגן... און למעשה וואס האב איך פארדינט?
עס לוינט ענדערש זיך צו פילן שלעכט ביים דורכפאלן אין א עניין רוחני ווי זיך צו שפירן גוט. סיי אלץ מים גנובים ימתקו (אוי איז די באשעפער א גוטער) און סיי ווייל אויב איז יא ריכטיג בריאות העולם און קבלת התורה און יציאת מצרים וכו'. דאן בין איך נאך פון דעם עם הנבחר און איך האב נישט אלעס קלאיע געמאכט. ואיך כאן המקום להאריך, כל שכן ווען זייענדיג דארט האב איך טאקע געזוכט דעם אמת (מיט א אמתדיגקייט אן קיין נגיעות) האב איך טאקע געטראפן "ובקשת משם את ה' אלוקיך ומצאת" אבער איך בין נישט גענוג א גוטע שרייבער עס ארויסצוברענגן בכתב אבער רבקה אימנו האט אויך געהאט ספיקות אין אמונה בשעת זי האט געווארט אויף יעקב מיט עשיו (עיין כלי יקר על המקום אין פרשת תולדות אז זי האט געהאט א ספק אין שתי רשויות ועדיין ברמב"ן פארוואס רבקה האט געפרעגט פון שם וכבר נישט פון יצחק וואס איז געווען גרעסער אין נביאה. נאר זי האט זיך געשעמט. {יא די גרויסע צדיקת רבקה האט זיך געשעמט מיט אירע ספיקות אין אמונה שאלות} אבער די האט געפרעגט ביי דעם ערליכער איד צו ביי א צווייטן און די האט באקומען די ענטפער). די חז"ל דערשרעקן זיך ניטש צו דערציילן פון אלישע בן אבויה "אחר" אז ער האט מחליט געווען אז עס איז דא חלילה שתי רשויות {און דא רעדט מען פון דעם גדול הדור דער בר פליגתא פון התנא האלוקי רבי עקיבא און דער רבי פון רבי מאיר}. סאו איך בין נייגעריג ווי האסטו מרוויח געווען פון אויך ניצן די מהלך.

קאסא גראנדע » דאנערשטאג מאי 25, 2023 3:48 pm

· #526150
סקעפטיקער
קאסא גראנדע
סתם מעניין לעניין צו נאכן מחליט זיין אז תורת משה איז מן השמים אבער האבן ספיקות אין מסורת הדיטעילס פון אנשי כנסת הגדולה צו חז"ל אדער ראשונים וכו'. וואלט איינעם זיך געלייגט אויפן שכל אדער געגליסט צוריקצוגיין צום שומרון אדער קראים שיטה. לויט די לינקס דא. ווער דא קען זיי אפילו פארעענטפערן? נאכן זעהן וויאזוי זיי פארטייטשן איז אונזער חז"ל אזוי זיס און שטימט אזוי גוט.
https://www.israelite-samaritans.com/religion/tefillin-mezuzot/#tefillin
והיו הדברים האלה על לבבך מיינט ביי דיר אויך כפשוטו? זייער פשט (און די פשט פון רשב"ם) שטימט סך שענער, זעה דא
קאסא גראנדע
https://youtu.be/dFeJXcsDVdc
ווייטער די אלע כיתות אין יהדות זענען זייער א אינטרעסאנטע סאבזשעקט און די פלאץ איז נישטא אבער איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן
ווייס איך נישט וואס איז דיר שווער אין די ווידיא
דו גלייכסט צו וקשרתם לאות און לטוטפת צו והיום הדבר על לבביך? און דאס איז דען די פשוט אין רשב"ם? די רשב"ם זאגט אז וקשרתם און טוטפת וועלן מאכן געדענקן הדברים האלה לזיכרון תמיד כאילו כתוב על ידך! אדרבה די קענסט מיר מסביר זיין וויאזוי די פשט פון רשב"ם איז מער פשוט?

קאסא גראנדע » דאנערשטאג מאי 25, 2023 4:07 pm

· #526153
[quote="שמן למאור"quote]
דו ביזט מודה אז דאס איז די בעסטע אפראויטש. און נאכאלץ אפילו רעליגיע איז אזא מעסיוו ביזנעס. און אפילו עס זענען דא רעליגיעזע פירער וואס האבן מיליאנין פולויערס. מיט דעם אלעס טוט עס קיינער נישט. אבער דו ביי דיינעם אז דא איז עס יא געשעהן און נאך בטעות צו זיין מזל האט שוין איינער פארציילט אזא בטבע מעשה האט ער עס געניצט.
אדרבה ווער איז געווען דער גרינדער? פארוואס האט ער נישט גענומען די כבוד פאר זיך צו כאטש ווערן ערגעצוואו דערמאנט אזוי ווי מוכאמאד אדער יאשקע אדער אלע אנדערע ערפינדערס פון עני רעליגיע? אדרבה וועסטו זאגן עס איז משה רבינו דעמאלט האט ער דאך נישט גענומען די מעשה פון א בוך. ווייל ער קען דאך נישט נעמען די מעשה פון א בוך און זאגן פאר זיינע פולויערס אז עכט בין דעיס איך און ענק זענען דארט געווען ווייל אויב יא קומסטו דאך צוריק צו טוביה זינגער.
לגבי וואס עס שטייט אין פסוק צו די טייטשסט עס בלשון עבר צו עתיד איז נישט קיין נ"מ די אנדערע קשיות זענען די עיקר פון די דעבאטע

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 25, 2023 4:15 pm

· #526154
סקעפטיקער
שמן למאור
בנוגע די טענה אז היות קיינער האט עס טאקע נישט נאכגעמאכט איז עס א סימן אז מען קען נישט. און נאר אויב ס'איז טאקע אמת'דיג געשען וואלט מען געקענט מאכן מענטשן דאס גלייבן. די טענה איז אויך נישט אזא שטארקע, ווייל דער אמת איז אז ס'איז טאקע גאנץ א שווערע זאך צו איינרעדן מענטשן אז זייערע זיידעס האבן עפעס געזען.

אין א גרופע אדער סעקטע ווי עס צורקולירן שוין אזעלכע לעגענדעס און מעשיות מפה לאוזן קען שפעטער קומען א כריזמאטישע פירער און דאס אויך אריינשטעלן אין די געשיכטע... למה לא... די סיבה פארוואס די גרינדער פון אנדערע רעליגיעס האבן נישט געניצט דעם פאקטאר אז 'יעדער' האט געזען, איז פשוט ווייל עס פעלט נישט אויס, מענטשן וועלן פאלן פאר רעליגיעס זייער שיין אן דעם אויך, אזוי ווי מען זעט טאקע למעשה.

און באמת וואלט די גרינדער פון אידישקייט אויך נישט געדארפט אנקומען דערצו אז זיין רעליגיע זאל ארבעטן, נאר פינקט צו זיין מזל האט זיך שוין סייווי ארומגעדרייט לעגענדעס איבער א בארג סיני מיט א קבלת התורה, (צוזאמען מיט נאך לעגענדעס און סיפורים וואס פעלקער בימים ההם זענען געווען געוואוינט צו פארציילן און גלייבן, למשל מעשיות פון שמשון הגיבור, פילגש בגבעה, בלק און בלעם, נח מיט די תיבה, ועוד ועוד) איז געקומען דער כריזמאטישן פירער און צאמגעשטעלט די אלע סיפורים אין א בוך, און געריטן אויף די פאקט אז ס'איז שוין דא פון פריער אזא מעשה פון א מעמד הר סיני, און האט דאס צוגעפיצט און געניצט צו שטיפן זיין רעליגיע. שטעלט זיך פינקט ארויס היינט אז דער באשלוס איז פינקט געווען גאנץ א גוטע, ווייל אלע אפאלאגעטן רייטן דערויף.
זאגסט דאך אזוי גוט, ווען אלע רעליגיעס זאלן דעמאלטס וויסן וויפיל מ'גייט היינט בויען אויף א מעשה וואס פארציילט אז מיליאן מענטשן האבן מיטגעהאלטן וואלטן זיי פארציילט די זעלבע, וואס זאלן זיי טוהן אז זיי האבן געלעבט פארן כוזרי?
זאת ועוד. אין ספר שמות ווי מען רעדט פון מעמד הר סיני, רעדט ער נישט מיט די באק ציינער וואס ער רעדט אין דברים, א שטייגער ווי כי שאל נא... אתה הראת לדעת... רק השמר לך ושמור נפשך מאור פן תשכח את הדברים אשר ראו עיניך... והודעתם לבניך ולבני בניך.. מען פארציילט נאר סתם די השתלשלות הדברים.

דאס שטימט מיט די טעאריע אז ספר דברים האט מען ערשט געשריבן מיט יארן שפעטער. ווען מען האט געשריבן ספר שמות איז די סיפור פון מעמד הר סיני געווען בלויז נאך א מעשה, ס'איז געשריבן געווארן ווי נאך א לעגענדע וואס מען שרייבט אפ. אבער ווי מער די יארן האבן זיך געריקט, רעליגיעס מיט הוכחות זענען געווארן מער א קאמען זאך, און מען האט דאס אנגעהויבן צו ניצן אלס א באווייז צו ווייזן פארוואס די אידישע גלויבן איז מער אמת, האט מען שוין אין די נייע ספר דברים אריינגעלייגט שטארקע דיבורים וואס הייבן ארויס דעם געוואלדיגן ראיה אז ענקערע זיידעס האבן עס אליין מיטגעהאלטן. ס'איז נישט געווען דערין קיין שום ריזיקעס ווייל די המון עם האט שוין סייווי געגלייבט דערין.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 25, 2023 4:16 pm

· #526155
קאסא גראנדע
סאו איך בין נייגעריג ווי האסטו מרוויח געווען פון אויך ניצן די מהלך.
די זעלבע וואס דו האסט מרוויח געוועהן, ועיין כאן https://www.urbandictionary.com/define.php?term=word%20salad

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 25, 2023 4:19 pm

· #526156
קאסא גראנדע
שמן למאור
דו ביזט מודה אז דאס איז די בעסטע אפראויטש. און נאכאלץ אפילו רעליגיע איז אזא מעסיוו ביזנעס. און אפילו עס זענען דא רעליגיעזע פירער וואס האבן מיליאנין פולויערס. מיט דעם אלעס טוט עס קיינער נישט. אבער דו ביי דיינעם אז דא איז עס יא געשעהן און נאך בטעות צו זיין מזל האט שוין איינער פארציילט אזא בטבע מעשה האט ער עס געניצט.
אדרבה ווער איז געווען דער גרינדער? פארוואס האט ער נישט גענומען די כבוד פאר זיך צו כאטש ווערן ערגעצוואו דערמאנט אזוי ווי מוכאמאד אדער יאשקע אדער אלע אנדערע ערפינדערס פון עני רעליגיע? אדרבה וועסטו זאגן עס איז משה רבינו דעמאלט האט ער דאך נישט גענומען די מעשה פון א בוך. ווייל ער קען דאך נישט נעמען די מעשה פון א בוך און זאגן פאר זיינע פולויערס אז עכט בין דעיס איך און ענק זענען דארט געווען ווייל אויב יא קומסטו דאך צוריק צו טוביה זינגער.
לגבי וואס עס שטייט אין פסוק צו די טייטשסט עס בלשון עבר צו עתיד איז נישט קיין נ"מ די אנדערע קשיות זענען די עיקר פון די דעבאטע
דו פרעגסט דא צוויי קשיות. 1) פארוואס אנדערע האבן עס נישט געטון 2) ווער איז געווען דער גרינדער?

אויף די ערשטע קשיא האב איך דיר שוין געענטפערט אז זיי טוען עס נישט ווייל עס פעלט נישט אויס, ס'מאכט סתם שווער צו ערפינדן די רעליגיע און מענטשן האבן די מיליאנען פון נאכפאלגערס אן דעם אויך. נאר אויב די לעגענדע'לעך זענען שוין אריינגעגעסן אין די קולטור קען מען עס צופיצן און אריינפאקן אין די מעשה.

דיין צווייטע קשיא ווייס איך נישט וואס איז שווער בכלל, ווייל מען ווייסט נישט ווער דאס איז געווען איז וואס? פארקערט דער גרינדער האט נישט געקומען זאגן אז ער איז 'דער ערפינדער' פון א נייע רעליגיע, ער איז בלויז געקומען מחדש זיין און אויפפרישן זאכן... און געברעגט א נייע 'ספר' וואס ער האט 'געטראפן'. ס'איז גראדע דא עטליכע טעאריעס ווער ער איז געווען, אבער דאס אז מען האט געטראפן ספרים ווערט געברענגט מער ווי איין מאל אין נ"ך.

ס'מוז אויך נישט זיין אז 'איין' ספעציפישן פירער האט אלעס מחדש געווען. זייער מעגליך אז דאס פאלק האט זיך געדרייט פאר לאנגע יארן פון איין מנהיג צום צווייטן, ס'איז כסדר צוגעקומען מעשה'לעך, לעגענדעס, מנהגים און מצוות. יעדע דור האט געהאט א צווייטע פירער, יעדער האט מוסיף געווען אדער מחדש געווען כפי ריחו. אמאל זענען געווען שטערקערע פירער וואס האבן מער מחדש געווען און אויפגעקומען מיט נייע רעוואליציעס, און אזוי איז די שנייבאל צעביסלעך געווארן גרעסער און גרעסער...

הקטן » זונטאג מאי 28, 2023 10:10 am

· #526194
קאסא גראנדע
לגבי וואס עס שטייט אין פסוק צו די טייטשסט עס בלשון עבר צו עתיד איז נישט קיין נ"מ די אנדערע קשיות זענען די עיקר פון די דעבאטע
אפילה זאלסט דאס ליטערלי טיישען נאר אויפן עבר, און ווען מושה זאגט, עד היום הזה, רעדט ער נאר לדורו - איז אבער קלאר דאס משה איז קאנווינסט דאס וועט מער נישט זיין
ס'איז זיכער נישט דאס מושה פארציילט סתם א פאקט אז ס'איז קיינאמאל נישט געווען - ס'איז זייער קלאר דאס ער ניצט דאס אלץ א באווייז דאס ס'איז אט-אף-די-ארדינערי
אויב באווייזט דאס איינער יארן שפעטער ציווארפט דאס זיין באווייז פין די עבר פינקט אזוי. קענסט זאגן דאס משה האט נאר געקערט לדורו, אבער דאס שטימט פשוט נישט

בנוגע די קינצען וואס משה מיט זיינע חברה האבן אלץ געקענט, לייג צו מאכן פאלען מן פין הימעל

הקטן » זונטאג מאי 28, 2023 10:48 am

· #526195
שמן למאור
1) פארוואס אנדערע האבן עס נישט געטון

אויף די ערשטע קשיא האב איך דיר שוין געענטפערט אז זיי טוען עס נישט ווייל עס פעלט נישט אויס, ס'מאכט סתם שווער צו ערפינדן די רעליגיע און מענטשן האבן די מיליאנען פון נאכפאלגערס אן דעם אויך. נאר אויב די לעגענדע'לעך זענען שוין אריינגעגעסן אין די קולטור קען מען עס צופיצן און אריינפאקן אין די מעשה.
פארוואס אנדער האבן דאס נישט געטון?
כאטש זיי האבן זיך געמיטשעט און נישט געהאט קיין מיליאנען נאכפאלגערס, און אסך דיסטרעקטערס, פין אנפאנג, און זענען און קיין פאל נישט געווען פארזיכערט מיט קיין סוקסעס
אויך האט זיי שוין משה רבינו אויסגעזאגט זיין סיקרעט-אינגרידיען איז די קלעם פין "אתם ראיתם"
דאך קענסטו זאגן פשוט, זיי האבן דאס נישט געטון - ווייל זיי האבן זעלסט האבן נישט געוויסט וואו אזוי דאס צו טון.
דאס זאגט בכלל נישט אז מען קען דאס נישט טון

וואס איז אבער יא אינטערעסאנט פין תורת משה נאך וואס ס'איז אים שוין געלאנגען טא-פאל-איט-אף און די סטאנט איז ב"ה געלאנגען,
לייגט ער צו די געוואגטע challenge צי אנדערע און זאגט קלאר דאס איז מיין differentiator
וואס זיכט ער זיך צרות?!? אפשר האט ער נישט געטראכט

סקעפטיקער » זונטאג מאי 28, 2023 1:39 pm

· #526213
קאסא גראנדע
סקעפטיקער
קאסא גראנדע
סתם מעניין לעניין צו נאכן מחליט זיין אז תורת משה איז מן השמים אבער האבן ספיקות אין מסורת הדיטעילס פון אנשי כנסת הגדולה צו חז"ל אדער ראשונים וכו'. וואלט איינעם זיך געלייגט אויפן שכל אדער געגליסט צוריקצוגיין צום שומרון אדער קראים שיטה. לויט די לינקס דא. ווער דא קען זיי אפילו פארעענטפערן? נאכן זעהן וויאזוי זיי פארטייטשן איז אונזער חז"ל אזוי זיס און שטימט אזוי גוט.
https://www.israelite-samaritans.com/religion/tefillin-mezuzot/#tefillin
והיו הדברים האלה על לבבך מיינט ביי דיר אויך כפשוטו? זייער פשט (און די פשט פון רשב"ם) שטימט סך שענער, זעה דא
קאסא גראנדע
https://youtu.be/dFeJXcsDVdc
ווייטער די אלע כיתות אין יהדות זענען זייער א אינטרעסאנטע סאבזשעקט און די פלאץ איז נישטא אבער איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן
ווייס איך נישט וואס איז דיר שווער אין די ווידיא
דו גלייכסט צו וקשרתם לאות און לטוטפת צו והיום הדבר על לבביך? און דאס איז דען די פשוט אין רשב"ם? די רשב"ם זאגט אז וקשרתם און טוטפת וועלן מאכן געדענקן הדברים האלה לזיכרון תמיד כאילו כתוב על ידך! אדרבה די קענסט מיר מסביר זיין וויאזוי די פשט פון רשב"ם איז מער פשוט?
יא, און יא! באמת איז מיר נישט קיין גרויסע נפק"מ אויב דאס איז טאקע פשט אין רשב"ם, ווייל איך האלט בכל אופן אז דאס איז פשט אין פסוק. אבער איך מיין אז עס איז קלאר אז דאס מיינט אויך די רשב"ם ער איז דאך עס מדמה צו "שימני כחותם על לבך", און אין אבע"ז קענסטו זעהן קלאר אז די פשט מיינט צו זאגן אז בפשטות איז נישטא קיין מצוה אנצוטוהן באמת עפעס א חפץ. יתכן אז די רשב"ם האט געהאלטן אז תפילין איז הלל"מ

שמן למאור » זונטאג מאי 28, 2023 2:26 pm

· #526221
הקטן
קאסא גראנדע
לגבי וואס עס שטייט אין פסוק צו די טייטשסט עס בלשון עבר צו עתיד איז נישט קיין נ"מ די אנדערע קשיות זענען די עיקר פון די דעבאטע
אפילה זאלסט דאס ליטערלי טיישען נאר אויפן עבר, און ווען משה זאגט, עד היום הזה, רעדט ער נאר לדורו - איז אבער קלאר דאס משה איז קאנווינסט דאס וועט מער נישט זיין
ס'איז זיכער נישט דאס משה פארציילט סתם א פאקט אז ס'איז קיינאמאל נישט געווען - ס'איז זייער קלאר דאס ער ניצט דאס אלץ א באווייז דאס ס'איז אט-אף-די-ארדינערי
אויב באווייזט דאס איינער יארן שפעטער ציווארפט דאס זיין באווייז פין די עבר פינקט אזוי. קענסט זאגן דאס משה האט נאר געקערט לדורו, אבער דאס שטימט פשוט נישט

בנוגע די קינצען וואס משה מיט זיינע חברה האבן אלץ געקענט, לייג צו מאכן פאלען מן פין הימעל
קוק איבער נאכאמאל די פסוקים... עס שטייט נישט עד היום הזה, ער דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן די עתיד בכלל, ניטאמאל ברמז. איך זע נישט וויאזוי דו ביסט קאנווינסט אז משה איז געווען קאנווינסט אז דאס וועט נישט פאסירן נאכאמאל, ער זאגט עס זיכער נישט. ער זאגט יא אז ס'איז עפעס אויסערארנטליך וואס האט זיך נאכנישט געמאכט 'ביז היינט' אבער דעטס אלל.

בנוגע דאס וואס דו זאגסט וועגן די מן... פארשטייט זיך אז דו וואס לייקענען אין די תורה וועלן נישט אננעמען אז אלעס וואס שטייט איז טאקע געשען. זיי וועלן זאגן אז אזוי ווי יעדע מעשה איז דא געוויסע פרטים און חלקים וואס זענען אמת, און געוויסע זענען צוגעלייגט, און מיט די יארן זענען די פרטים און דעטאלן געווארן מער פאנטאסטיש און האר אויפשטעלנד אזוי אז ביי די צייט וואס מען האט עס אפגעשריבן איז שוין געווען א באמבאסטישע רעדי מעשה. זיי וועלן זאגן אז ס'קען זיין אז ביינאכט האבן משה מיט זיינע שלוחים פארפרייט ברויטן, (און ס'טאקע נישט געשען פאר 40 יאר יעדע נאכט...) אדער קען זיין אז די גאנצע מעשה איז ארויסגעזויגן פון פינגער.

שמן למאור » זונטאג מאי 28, 2023 2:47 pm

· #526222
הקטן
שמן למאור
1) פארוואס אנדערע האבן עס נישט געטון

אויף די ערשטע קשיא האב איך דיר שוין געענטפערט אז זיי טוען עס נישט ווייל עס פעלט נישט אויס, ס'מאכט סתם שווער צו ערפינדן די רעליגיע און מענטשן האבן די מיליאנען פון נאכפאלגערס אן דעם אויך. נאר אויב די לעגענדע'לעך זענען שוין אריינגעגעסן אין די קולטור קען מען עס צופיצן און אריינפאקן אין די מעשה.
פארוואס אנדער האבן דאס נישט געטון?
כאטש זיי האבן זיך געמיטשעט און נישט געהאט קיין מיליאנען נאכפאלגערס, און אסאך דיסטרעקטערס, פון אנפאנג, און זענען און קיין פאל נישט געווען פארזיכערט מיט קיין סוקסעס
אויך האט זיי שוין משה רבינו אויסגעזאגט זיין סיקרעט-אינגרידיען איז די קלעם פין "אתם ראיתם"
דאך קענסטו זאגן פשוט, זיי האבן דאס נישט געטון - ווייל זיי האבן זעלסט האבן נישט געוויסט וואו אזוי דאס צו טון.
דאס זאגט בכלל נישט אז מען קען דאס נישט טון

וואס איז אבער יא אינטערעסאנט פין תורת משה נאך וואס ס'איז אים שוין געלאנגען טא-פאל-איט-אף און די סטאנט איז ב"ה געלאנגען,
לייגט ער צו די געוואגטע challenge צי אנדערע און זאגט קלאר דאס איז מיין differentiator
וואס זיכט ער זיך צרות?!? אפשר האט ער נישט געטראכט
ווי געשריבן, מען קען דאס נישט טון אויב איז נישט דא פון פריער אזא לאגענדע אריינגעבאקן אין די פאלקס געשיכטעלעך פון די פאלק אדער שבט. נאר אויב איז שוין דא אזא מעשה'לע קען מען ווייטער רייטן דערויף. מען קען נעמען די מעשה און שטארק רעדן פון דעם, מאכן פון דעם א עיקר, זיכער מאכן אז יעדער אן קיין אויסנאם גלייבט דערין, און ווער נישט ווערט באשטראפט... ביז עס ווערט א חלק און יסוד פונעם רעליגיע. מען קען נישט קומען פון איין מינוט אויפן צווייטן און פארציילן א מעשה וועגן 'ענקערע זיידעס' און פארלאנגען אז דער עולם זאל עס גלייך אפקויפן, עס גייט נישט אזוי. א כריזמאטישע פירער קען אפשר אפשרייבן אזא מעשה און אנפאנגען אזא לעגענדע אזוי אז און הונדרעטע יארן ארום ווען די מעשה איז שוין גוט אריינגעבאקן אין די געזעלשאפט און א חלק ניכר גלייבן שוין די מעשה אלץ א פאקט, וועט א צווייטער קענען ווידער רייטן דערויף, אבער כמובן אז ער האט נישט קיין סיבה צו טון אזאנס... אין אדם חוטא ולא לא. ביי אידישקייט איז שוין פונקט געווען אזא מעשה'לע אינעם סיסטעם...

נאך א פוינט, איינמאל אידישקייט האט שוין געמאכט א שטיקל בראטל דערפון און ספר דברים, און משה (אדער סיי ווער... אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא...) האט דאס אפגעשריבן אלס א פאקטאר צו בויען די אידישע רעליגיע, וויסנדיג אז ביז דעמאלס איז נאכנישט פארגעקומען אזא ערשיינונג ביי אנדערע קולטורן, איז עס שוין יעצט פילפאכיג שווערער פאר אזא לאגענדע זיך אנצופאנגען און פארפרייטן ביי אנדערע רעליגיעס, ווייל די אידן וועלן זיך גלייך ארויפכאפן דערויף און פאקן דעם כריזמאטישן פירער ביי די מעשה... ווארום זיי פראבירן אונז נאכצומאכן... זיי קענען דיטעקטן ווער עס וויל אנקומען דאס נאכצומאכן...

הקטן » זונטאג מאי 28, 2023 2:49 pm

· #526223
שמן למאור
קוק איבער נאכאמאל די פסוקים... עס שטייט נישט עד היום הזה, ער דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן די עתיד בכלל, ניטאמאל ברמז. איך זע נישט וויאזוי דו ביסט קאנווינסט אז משה איז געווען קאנווינסט אז דאס וועט נישט פאסירן נאכאמאל, ער זאגט עס זיכער נישט. ער זאגט יא אז ס'איז עפעס אויסערארנטליך וואס האט זיך נאכנישט געמאכט 'ביז היינט' אבער דעטס אלל.

כִּי שְׁאַל-נָא לְיָמִים רִאשֹׁנִים אֲשֶׁר-הָיוּ לְפָנֶיךָ צו וועם רעדט ער נאר צו זיין דור אדער צי מיר און דיר, די אידן פין כִּי תוֹלִיד בָּנִים וּבְנֵי בָנִים... וְהֵפִיץ יְהוָה אֶתְכֶם בָּעַמִּים וְנִשְׁאַרְתֶּם מְתֵי מִסְפָּר בַּגּוֹיִם אֲשֶׁר יְנַהֵג יְהוָה אֶתְכֶם שָׁמָּה... בַּצַּר לְךָ וּמְצָאוּךָכֹּל הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה בְּאַחֲרִית הַיָּמִים צו וועם רעדט ער???

לְהוֹרִישׁ גּוֹיִם גְּדֹלִים וַעֲצֻמִים מִמְּךָ מִפָּנֶיךָ לַהֲבִיאֲךָ לָתֶת לְךָ אֶת אַרְצָם נַחֲלָה כַּיּוֹם הַזֶּה ועיין רש"י וגם לפי הרשב"ם לְהוֹרִישׁ גּוֹיִם גְּדֹלִים איז פרישע כמו שכבר התחלתם לירש את ארץ סיחון ועוג - ואכמ"ל

אין יעדען פאל ביסטו מודה ער זאגט יא אז ס'איז עפעס אויסערארנטליך, און ניצט דאס אלץ זיין ארגיאמעט, דאס ס'איז אמת
איז אויב ווערט דאס נאכגעמאכט ווערט נישט זיין תורה פלסתר?

שמן למאור
נאך א פוינט, איינמאל אידישקייט האט שוין געמאכט א שטיקל בראטל דערפון און ספר דברים, און משה האט דאס אפגעשריבן אלס א פאקטאר צו בויען די אידישע רעליגיע, וויסנדיג אז ביז דעמאלס איז נאכנישט פארגעקומען אזא ערשיינונג ביי אנדערע קולטורן, איז עס שוין יעצט פילפאכיג שווערער פאר אזא לאגענדע זיך אנצופאנגען און פארפרייטן ביי אנדערע רעליגיעס, ווייל די אידן וועלן זיך גלייך ארויפכאפן דערויף און פאקן דעם כריזמאטישן פירער ביי די מעשה... ווארום זיי פראבירן אונז נאכצומאכן... זיי קענען דיטעקטן ווער עס וויל אנקומען דאס נאכצומאכן...
יא אר מיסינג די פוינט
אויב משה האט דאס געשריבן פאר מיר און דיר און נישט נאר פאר זיי דור (דאס זעט מען קלאר פין די פסיקים) פון וואו האט ער גענימען די קאראש צי זיין זיכער דאס וועט נישט געשען?!?

אפשר מיינסטו צי זאגן משה האט דאס אריינגעשטעלט אזוי וועט זיכער קיינער נישט טרייען דאס נאך צו מאכן
ווייל זיינע אידן וואס ער זאגט פאר זיי וועלן דינען עץ ואבן וועלן זיכער נישט לאזען און וועלן האלטן א וואך אויג
אדער אויב ס'וועט יא געשען וועלן זיי זיכער אים פארענעפרן מיט עפעס אן פאלטשעטיק מהלך - אבער פארוואס זיך זיכען צרות
פין די אנדערע זייט מאכט דאס זיכער אן א רייטץ ביי אנדערע וואס ווילן אריינקימען אין די ביזנעס דאס טאקע יא נאכמאכן
זיין בעסטע אפשען וואלט געווען דאס נישט אליין צי שרייבן, און מאכן דערפין א ליטמיס טעסט, און לאזען זיינע אידן דאס אליין ניצען פין שמות

שמן למאור » זונטאג מאי 28, 2023 4:01 pm

· #526231
הקטן
שמן למאור
קוק איבער נאכאמאל די פסוקים... עס שטייט נישט עד היום הזה, ער דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן די עתיד בכלל, ניטאמאל ברמז. איך זע נישט וויאזוי דו ביסט קאנווינסט אז משה איז געווען קאנווינסט אז דאס וועט נישט פאסירן נאכאמאל, ער זאגט עס זיכער נישט. ער זאגט יא אז ס'איז עפעס אויסערארנטליך וואס האט זיך נאכנישט געמאכט 'ביז היינט' אבער דעטס אלל.

כִּי שְׁאַל-נָא לְיָמִים רִאשֹׁנִים אֲשֶׁר-הָיוּ לְפָנֶיךָ צו וועם רעדט ער נאר צו זיין דור אדער צי מיר און דיר, די אידן פין וְהֵפִיץ יְהוָה אֶתְכֶם בָּעַמִּים וְנִשְׁאַרְתֶּם מְתֵי מִסְפָּר בַּגּוֹיִם אֲשֶׁר יְנַהֵג יְהוָה אֶתְכֶם שָׁמָּה???

אין יעדען פאל ביסטו מודה ער זאגט יא אז ס'איז עפעס אויסערארנטליך, און ניצט דאס אלץ זיין ארגיאמעט, איז אויב ווערט דאס נאכגעמאכט ווערט נישט זיין תורה פלסתר?

שמן למאור
נאך א פוינט, איינמאל אידישקייט האט שוין געמאכט א שטיקל בראטל דערפון און ספר דברים, און משה האט דאס אפגעשריבן אלס א פאקטאר צו בויען די אידישע רעליגיע, וויסנדיג אז ביז דעמאלס איז נאכנישט פארגעקומען אזא ערשיינונג ביי אנדערע קולטורן, איז עס שוין יעצט פילפאכיג שווערער פאר אזא לאגענדע זיך אנצופאנגען און פארפרייטן ביי אנדערע רעליגיעס, ווייל די אידן וועלן זיך גלייך ארויפכאפן דערויף און פאקן דעם כריזמאטישן פירער ביי די מעשה... ווארום זיי פראבירן אונז נאכצומאכן... זיי קענען דיטעקטן ווער עס וויל אנקומען דאס נאכצומאכן...
יא אר מיסינג די פוינט
אויב משה האט דאס געשריבן פאר מיר און דיר און נישט נאר פאר זיי דור (דאס זעט מען קלאר פין די פסיקים) פון וואו האט ער גענימען די קאראש צי זיין זיכער דאס וועט נישט געשען?!?

אפשר מיינסטו צי זאגן משה האט דאס אריינגעשטעלט אזוי וועט זיכער קיינער נישט טרייען דאס נאך צו מאכן
ווייל זיינע אידן וואס ער זאגט פאר זיי וועלן דינען עץ ואבן וועלן זיכער נישט לאזען און וועלן האלטן א וואך אויג
אדער אויב ס'וועט יא געשען וועלן זיי זיכער אים פארענעפרן מיט עפעס אן פאלטשעטיק מהלך - אבער פארוואס זיך זיכען צרות
פין די אנדערע זייט מאכט דאס זיכער אן א רייטץ ביי אנדערע וואס ווילן אריינקימען אין די ביזנעס דאס טאקע יא נאכמאכן
זיין בעסטע אפשען וואלט געווען דאס נישט אליין צי שרייבן, און מאכן דערפין א ליטמיס טעסט, און לאזען זיינע אידן דאס אליין ניצען פין שמות
בפשטות רעדט ער צו 'יענע דור', ער זאגט זיי יעצט מוסר אז אויב זיי גייען זינדיגן וועלן זיי בלייבן מתי מספר צווישן די גוים, און ער זאגט 'זיי' שאל נא וכ' אז 'ביז היינט' איז נאכנישט געווען נאך א פאלק וואס קליעמט א מתן תורה. ער רעדט צו זיי און ער פארציילט וועגן וואס עס גייט פאסירן באחרית הימים. (זאכן וואס מען דארף נישט זיין קיין חכם צו פארשטיין אז דאס געשעט ממילא צו יעדע פאלק). איך זע ווי דו ווילסט לערנען אנדערש, אבער מען קען אויך לערנען אז ער זאגט עס נאר פאר יענע דור, אזוי אז אויב זאל זיך יא מאכן אז א צווייטער באווייזט דאס נאכצומאכן וועט מען אזוי לערנען פשט.

פון די פסוק הַעִידֹתִי בָכֶם הַיּוֹם אֶת-הַשָּׁמַיִם וְאֶת-הָאָרֶץ, כִּי-אָבֹד תֹּאבֵדוּן מַהֵר, מֵעַל הָאָרֶץ, אֲשֶׁר אַתֶּם עֹבְרִים אֶת-הַיַּרְדֵּן שָׁמָּה לְרִשְׁתָּהּ: זעט מען אז ער רעדט צו די אידן נאך איידער זיי זענען אריבער דעם ירדן (אדער האט דער שרייבער שוין זייענדיג אין ארץ ישראל יארן שפעטער 'אנדעקט' א ספר וואס איז נאך געשריבן פון דעמאלטס... און ער האט אויסגעשטעלט די לשון הכתיבה אויף אזא אופן) בכל אופן רעדט ער צו די אידן פון יענע דור און ער זאגט זיי עתידות, און שפעטער ווען ער רעדט פון הר סיני רעדט ער 'ביז זייער צייט'.

טאקע וועגן דעם ווערט שווער דעם פסוק , לְהוֹרִישׁ גּוֹיִם גְּדֹלִים וַעֲצֻמִים מִמְּךָ--מִפָּנֶיךָ; לַהֲבִיאֲךָ, לָתֶת-לְךָ אֶת-אַרְצָם נַחֲלָה--כַּיּוֹם הַזֶּה ווייל לכאורה ווי מען זעט אויבן האלט מען דא נאך פארן איינעמען ארץ ישראל, איז וואס זאגט די פסוק אז די באשעפער וועט אונז געבן ארץ ישראל 'כהיום הזה'? האט זיך די שרייבער (פון די אנדעקטע ספר וואס שרייבט עס איצטער שוין זייענדיג אין ארץ ישראל) פאררעדט? וועגן דעם לערנען די מפרשים אז עס גייט ארויף אויף די כיבוש פון סיחון ועוג... וואס דאס איז שוין יא פארגעקומען...
אלענפאלס, דער 'שאל נא' רעדט לכאורה נישט פון קיין צוזאג אז עס וועט קיינמאל נישט פאסירן בעתיד קיין צווייטע מתן תורה אדער גילוי אלוקית... ואגב, אויב יא, דאן כדבריך, איז שוין די תורה נעשית פלסתר ועיין כאן.

ער האט אויך פארשטאנען אז אזא פאנאמענאן מאכט זיך נישט יעדן טאג, און מען דארף נאך האבן דעם מזל אז די מעשה איז שוין אינעם סיסטעם -א זאך וואס ער האט געוויסט אז ביז דאן איז עס נאכנישט געשען... האט ער דאס ארויסגעברענגט און ארויסגעהויבן... אויב זאל זיך איבער די יארן מאכן אז איינער וועט עס נאכמאכן, וועלן שוין די מאמינים דרייען און פארענטפערן אזוי ווי זיי טוען אויף אלע קשיות... איך זע נישט מה כל הרעש...

צומישט און צוחישט » זונטאג מאי 28, 2023 7:01 pm

· #526253
הרב אורי זוהר ז"ל האט געזאגט אז די זאך וואס האט עם די מערסטע אויפגעשאקלט און געמאכט טראכטען אז תורה מן השמים, איז ווען ער האט אריינגעטראכט אין כמה דיני התורה און געזעהן די פילע דקותדיגע דינים דערין, האט ער געטראכט וועלכע ילוד אשה וואס האט געוואלט שאפן א רעליגיע, וואלט געהאט א אינטערעסע צו מאכן א חילוק אז שבת אויב נייעט מען שתי תכופות איז מען חייב און ביי איינס נישט, און אזוי ווייטער נעם יעדע עשה אדער לא תעשה און קוק אין רמב"ם אדער סיי ווי, די פילע חילוקי דינים אין יעדע זאך, דיני איסור והיתר, דיני שינוי מקום ביי ברכות הנהנין, וכו' ווי פאלט ביי פאר א מענטש אזוינע מאדנע זאכן אין א רעליגיע, וואס וועט אים עס ברענגען כבוד אדער געלט??
אגב אני הקטן גלייך זייער שטארק לימוד העיון, און ווען ס'קומען די הרהורים פון דעם אשכול, לייג איך מיר אריין אין א סוגיא אין נשים אדער נזיקין, און ווען איינער אקערט דורך א סוגיא אהן איבערלאזן א שטיינדל אומאיבערגעקערט און ער נעמט עס צאם נאכדעם, ווער רעדט נאך אז ער קלארט עס אויס בכתב, איז נישט מעגליך נאכדעם צו לייקענען תורה מן השמים, מיינע ברודער איך בין ליידער נישט די גרעסטע יר"ש,, אבער די תורה איז עמוק עמוק מי ימצאנו, ס'נישט שייך בעולם די זאכן זאלן זיין מיוסד אויף מענטשליכע טראכטונגען,,

שמן למאור » זונטאג מאי 28, 2023 8:47 pm

· #526266
צומישט און צוחישט

אי משום הא דארף מען בלויז קוקן אין די ספרים פון אנדערע רעליגיעס און זען אז ביי זיי איז פונקט אזוי דא חכמות מיט געוואלדיגע טיפע שרייבווערק וואס איז אויך עמוק עמוק. אלע רעליגיעס האבן געהאט דורכאויס די יארן געוואלדיגע קעפ און טיפזיניגע דענקערס וואס האבן איבערגעלאזט נאך זיך א טיץ פון טיפזיניגע חיבורים. דא האט איר א בילד פון די בודאהיסטישע ש"ס, כ'בין נייגעריג אויב דו וואלסט געמאכט א שיעור עיון דערין, צו וואלסטו אפשר אויך צוגעקומען אז עס מוז זיין מן השמים.

נאך א זאך וואס איז כדי צו אריינצוקלערן דערין. די פסוקי התורה זענען נישט עפעס ספעציעל טיף, אזוי אויך די משניות זענען אויך נישט זייער טיף, ווי עס הייבט אן צו ווערן קאמפלעצירט איז ווען די אמוראים הייבן אן צו פרעגן קשיות מיט סתירות און מען מוז איינזעצן פשטים און פשט'לעך עס צו פארענטפערן, און דאן קומט תוספות מיט די מפורשים און פרעגן ווייטער וכ' וכ' וואס דארט איז ווי עס ווערט טיף. אבער דאס איז שוין ווייטער די טראכטונגען פון מענטשן. (פיין... קענסט זאגן אז כל מה שתלמוד עתיד לחדש... וכ' אבער דא זענען מיר דן צו פון די טיפקייט פון די ווערטער אליין מוז זיין אז עס קומט פון הימל... און אויף דעם זעט מען קלאר אז ס'איז די תוצאה פון גוטע קעפ וואס האבן געקענט גוט דרייען, שוין אפגערעדט פון די שפעטערדיגע טיפע אחרונים) און מיט דעם אלעם בלייבט אויף יעדע בלאט גמרא צענדליגע זאכן וואס מען מוז ווארטן אז תושבי זאל פארענטפערן...
📎 IMG_20230528_204208_811.jpg

שערי יושר » זונטאג מאי 28, 2023 9:00 pm

· #526270
Re: ענטפערס אין אמונה
די אמעריקאנע געזעץ איז אויך עמוק עמוק

מתבודד » זונטאג מאי 28, 2023 9:02 pm

· #526271
די בודהיסטן האבן דען אזויפיל חילוקי דינים בפרטי פרטים ווי אונז? אדער איז דאס רוב פונעם ש"ס 'אגדתא' מיט סיפורי מעשיות?
(כ'פרעג ווייל כ'ווייס נישט)

שמן למאור » זונטאג מאי 28, 2023 11:01 pm

· #526291
מתבודד
די בודהיסטן האבן דען אזויפיל חילוקי דינים בפרטי פרטים ווי אונז? אדער איז דאס רוב פונעם ש"ס 'אגדתא' מיט סיפורי מעשיות?
(כ'פרעג ווייל כ'ווייס נישט)
א גרויס חלק דערפון איז יא דינים, אזוי פיל ווי א דריטל. אבער נישט וועגן דעם האב איך דא אהערגעברענגט די בודהא סקריפטן. איך האב עס אהערגעשטעלט צו טשעלענדזשן די צווייטע חלק פון וואס @צעמישט און צעחישט האט געברענגט, אז היות עפעס איז אזוי טיף מוז עס זייט געטליך, אויף דעם האב איך אנגעוויזן אז ס'איז דא אסאך טיפע שרייבווערק ביי די גוים אויך.

אויף די ערשטע חלק אז ס'איז דא אזוי פיל דינים, פארשטיי איך בכלל נישט פארוואס דאס דארף צו צייגן אז ס'איז געטליך. אויב עפעס ווייזט עס אז דער גרינדער פון די רעליגיע איז געווען א גרויסע קאנטראל פריק, וואס האט געזיכט צו קאנטראלירן יעדע אספעקט פון זיינע נאכפאלגערס לעבן.

אז מהר"א וועט זען אז א פיצא סטאר אין זיין שטאט זאל זיין פארמאכט, און אז די פרויען מוזן זיך שערן די האר, און זיי טארן נישט דרייוון, און מוזן גיין שפיצלעך, און מען טאר נישט פארן קיין בייקס וכ' וכ' איז דאס א סימן אז זיין ווערסיע פון אידישקייט איז מער געטליך ווי די ווערסיע וואס מען האט אין פלעטבוש ווי מען מעג יא טון די אלע זאכן? פארוואס צייגט מער דינים אויף מער געטליך? אויב עפעס ווייזט עס אויף איינער וואס זיכט קאנטראל.

פארשטייט זיך אבער אז ממש א געוואלד פון זאכן איז שפעטערדיגע צוגעלייגטע זאכן פון די רבנן און קומט נישט דורעקט מסיני. נעם פאר א משל גאנץ הלכות תפילה מיט אלע אירע פיטשיווקעס, וויפיל פרטים און חילוקי דינים איז דא אין איר? סימנים אויף סימנים אין שו"ע זענען ביזי מיט אלע אספעקטן פון תפילה ווען מדאורייתא איז מען יוצא מיטן זאגן טענק יו האשעם און פארטיג. די גאנצע שמו"ע איז א אויסטרעף פון ערשט בערך 1,000 יאר נאך מעמד הר סיני אין די צייטן פון די אנשי כנסת הגדולה, זיי האבן געמאכט די גאנצע לשון פון סקרעטש! פאר הונדרעטע יארן האט גאנץ כלל ישראל נישט געדאוונט קיין שמו"ע!

אין דעם כלל גייט אויך אריין קריאת התורה, ברכות, נטילת ידים, מוקצה, ועוד הרבה, אזוי אז ווען מען קוקט גוט אריין דערין זעט מען אז רוב פון די אלע חילוקי דינים זענען יא מעשי ידי אדם. און אפילו דארטן ווי די עיקר דין איז יא א דאורייתא זענען געווענליך די פרטי הדינים און סייגים -די צוגעלייגטע זאכן פון די רבנן, דאס וואס מאכט עס קאמפלעצירט.

פון דעם אליין אז מקרא מגילה אדער נר חנוכה און אנדערע מצוות דרבנן האבן אזוי פיל פרטי דינים, און אויף דעם ווייסן מיר קלאר אז ס'איז געמאכט דורך מענטשן, פון דעם זעט מען דאך קלאר אז מענטשן קענען אויסטרעפן קאמפלעצירטע דינים און הלכות פון סקרעטש...

צומישט און צוחישט » זונטאג מאי 28, 2023 11:14 pm

· #526293
שמן למאור
צומישט און צוחישט
הרב אורי זוהר ז"ל האט געזאגט אז די זאך וואס האט עם די מערסטע אויפגעשאקלט און געמאכט טראכטען אז תורה מן השמים, איז ווען ער האט אריינגעטראכט אין כמה דיני התורה און געזעהן די פילע דקותדיגע דינים דערין, האט ער געטראכט וועלכע ילוד אשה וואס האט געוואלט שאפן א רעליגיע, וואלט געהאט א אינטערעסע צו מאכן א חילוק אז שבת אויב נייעט מען שתי תכופות איז מען חייב און ביי איינס נישט, און אזוי ווייטער נעם יעדע עשה אדער לא תעשה און קוק אין רמב"ם אדער סיי ווי, די פילע חילוקי דינים אין יעדע זאך, דיני איסור והיתר, דיני שינוי מקום ביי ברכות הנהנין, וכו' ווי פאלט ביי פאר א מענטש אזוינע מאדנע זאכן אין א רעליגיע, וואס וועט אים עס ברענגען כבוד אדער געלט??
אגב אני הקטן גלייך זייער שטארק לימוד העיון, און ווען ס'קומען די הרהורים פון דעם אשכול, לייג איך מיר אריין אין א סוגיא אין נשים אדער נזיקין, און ווען איינער אקערט דורך א סוגיא אהן איבערלאזן א שטיינדל אומאיבערגעקערט און ער נעמט עס צאם נאכדעם, ווער רעדט נאך אז ער קלארט עס אויס בכתב, איז נישט מעגליך נאכדעם צו לייקענען תורה מן השמים, מיינע ברודער איך בין ליידער נישט די גרעסטע יר"ש,, אבער די תורה איז עמוק עמוק מי ימצאנו, ס'נישט שייך בעולם די זאכן זאלן זיין מיוסד אויף מענטשליכע טראכטונגען,,
אי משום הא דארף מען בלויז קוקן אין די ספרים פון אנדערע רעליגיעס און זען אז ביי זיי איז פונקט אזוי דא חכמות מיט געוואלדיגע טיפע שרייבווערק וואס איז אויך עמוק עמוק. אלע רעליגיעס האבן געהאט דורכאויס די יארן געוואלדיגע קעפ און טיפזיניגע דענקערס וואס האבן איבערגעלאזט נאך זיך א טיץ פון טיפזיניגע חיבורים. דא האט איר א בילד פון די בודאהיסטישע ש"ס, כ'בין נייגעריג אויב דו וואלסט געמאכט א שיעור עיון דערין, צו וואלסטו אפשר אויך צוגעקומען אז עס מוז זיין מן השמים.

נאך א זאך וואס איז כדי צו אריינצוקלערן דערין. די פסוקי התורה זענען נישט עפעס ספעציעל טיף, אזוי אויך די משניות זענען אויך נישט זייער טיף, ווי עס הייבט אן צו ווערן קאמפלעצירט איז ווען די אמוראים הייבן אן צו פרעגן קשיות מיט סתירות און מען מוז איינזעצן פשטים און פשט'לעך עס צו פארענטפערן, און דאן קומט תוספות מיט די מפורשים און פרעגן ווייטער וכ' וכ' וואס דארט איז ווי עס ווערט טיף. אבער דאס איז שוין ווייטער די טראכטונגען פון מענטשן. (פיין... קענסט זאגן אז כל מה שתלמוד עתיד לחדש... וכ' אבער דא זענען מיר דן צו פון די טיפקייט פון די ווערטער אליין מוז זיין אז עס קומט פון הימל... און אויף דעם זעט מען קלאר אז ס'איז די תוצאה פון גוטע קעפ וואס האבן געקענט גוט דרייען, שוין אפגערעדט פון די שפעטערדיגע טיפע אחרונים) און מיט דעם אלעם בלייבט אויף יעדע בלאט גמרא צענדליגע זאכן וואס מען מוז ווארטן אז תושבי זאל פארענטפערן...
איך האב געשריבן צוויי נקודות, אויף די ערשטע חלק וואס כ'האב ארויסגעברענגט אז וועלכע מענטש האט געהאט א אינטערעסע אז ווען מ'קאכט א זאך שבת, אדער ווען מ'קאכט א איסור מיט א היתר, זאל ביי א כלי ראשון יא זיין א פראבלעם און ביי א כלי שני נישט,אדער די דין פון שומע כעונה, וכדומה ואטו כי רוכל ניזל ונחשוב, און איך רעד נישט פון א דין אליינס אויף דעם ברענגסטו זייער גוט די משל פון מהר"א, נאר איך רעד פון די פרטים אין די דין כנ"ל, נעם יעדע פון די זאכן וואס איז דא אויף יעדע פון זיי אזויפיל חילוקי דינים און שו"ת ספרים, איז שייך צו זאגן אז די אלע זאכן האט א מענטש געהאט א מבצע צו פאברעצירן? אויף דעם זעה איך נישט וואס דו האסט מיר געענפערט,

און לגבי די חלק פון טיפקייט, איך רעד נישט פון טיפקייט אין אידאלאגיע אדער גלויבונג, נאר פון טיפקייט אין דיני תורה, און מיין ראי' איז טאקע פון די משניות (וואס איז אגב יא טיף,כ'קען דיר פארהערן מס'כלאים, מקוואות,קנים,וכו' ?) און פון תלמוד בבלי, און אויף דעם די ראשונים, ווען מ'לערנט זייערע ווערטער זעהט מען אז די זאכן קענען נישט זיין געבויעט אויף לופט, דעיס איז מער געפיל ווי ראי' און א געפיל קען איך נישט אזוי גוט מסביר זיין, אבער איינער וואס האט שוין געלערנט אפאר בלאט גמ' תוס' בעיון שפירט אז דא ליגט עפעס העכערס,(כ'געדענק אז דער חזו"א אין די אגרות לייגט גוט אראפ די געפיל, כ'האב עס נישט ביי מיר יעצט מעתיק צו זיין,,) און איך מיין אז דו וועסט אפציילן אין אוצר החכמה וויפיל ספרים ס'דא נאר אויף ביאורים אין ש"ס און הלכה, -נישט חסידות אדער קבלה ,אמונה, וכדומה-וועסטו נישט טרעפן נאך א אומה ולשון וואס האט עס בכמות ובאיכות.

חדשים » מאנטאג מאי 29, 2023 12:12 am

· #526304
ווער האט געמאכט די אלע חילוקי דינים און שו”ת ספרים מיט גאנץ אוצר החכמה? האט דאס גאט געמאכט, אז עס ווייזט אויף געטליכקייט?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8