דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
269 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3873
די מעשה אז ער איז אריין צום בעלזער רב און באותו רגע איז געווען עפעס א שינוי איז די ווייניגסטע קראנטע חלק פון די מעשה און אויף דעם איז די מערסטע מיתוסים ארויפגעלייגט. עס זעהט נישט אויס פון די עדויות עס זאל האבען בכלל געשעהן אזא דראמאטישע זאך, מער וייניגער איז געווען עפעס אן אנאמאליע אז ער האט זיך אנטוויקעלט שנעלער ווי מהאט זיך פארגעשטעלט פאר זיין יארגאנג, נישט אז ער איז געווען עפעס אן עילוי נפלא נאר פשוט ער האט געהאלטן א יאר צויי שנעלער ווי זיינע חברים, און במשך די זמן האט זיך עס פשוט נארמאלאזירט און עס איז שוין נישט געווען קיין חילוק פון עם און זיינע חברים.
דווקא די חלק פון די מעשה איז א שטארקע הוכחה לשלילה, וויבאלד אפילו זאלכן מיר גלייבען אין א נייע טעאריע שלא שמעתה אוזן מעולם אז די אגדה פון די מלאך שמלמד כל התורה כולה איז כפשוטו ממש , און צולייגען אז עס איז מעגליך אזא מין מאדנע זאך אז די מלאך זאל פארגעסן, וואס די צויי הנחות האבען נישט קיין שום מקור אין גאנץ יידושקייט. למשל די מהר"ל איז קלאר מסביר די גאנצע נקודה פון בא מלאך וסטרו על פיו ע"פ דרכו נישט כפשוטו, עכ"פ אפילו מיר זאלן אלץ גלייבען, איז נאך א קוואנטום ליפ פון דארט צו גלייבען אז ר' אהרן רוקח האט געהאט די כח וואס א מלאך האט נישט און האט געקענט מאכען דער יונגעל פארגעסן דאס גאנצע, און בכלל איז דאך שווער פארוואס עם צו מאכען פארגעסן, ס'איז פשוט א שאד סיי פאר עם און סיי פאר גאנץ כלל ישראל וואס וואלט געקענט הנאה האבען פון אזא גאון און מוואלט דאך געקענט מברר זיין ביי עם אן א שיעור וויכטיגע זאכן, אחוץ פון די מורא'דיגע חיזוק וואס די אמונה וואלט באקומען, אין עצור פארציילט איינער אז דער יונגעל, וואס האט געהערט די מעשה די זעלבע פלאץ וואס מיר האבען עס געהערט, כנ"ל, האט גאר טענות היינט הלמאי מ'האט פון עם צוגענומען זיין כח.
אלא מאי איז דא אן אנדערע תירוץ אויף די אלע קשיות. קען זיין דער בעלזער רב האט מתוך מענטשליכקייט, [עס איז ידוע אז אחוץ די אלע מאדנע און הימלישע זאכען וואס מפארציילט אויף עם, איז אין למעשה'דיגע זאכען האט ער געגעבן גאר פראקטישע עצות און האט געהאט גאר א פשוטע און פראקטישע בליק אויפ'ן לעבן, ס'איז נישט נאר געווען דארט פעירי טעילס ווי די מעשה ביכלך מאכען עס, פרעג זיך נאך ביי די וואס האבען זיך שואל עצה געווען ביי עם, אויב גלייבסטו נישט מעשיות איז דא פארשריבען, ובעיני ראיתי חבילת מכתבים ששלח הגבאי לאחד החסידים בחו"ל וואס פלעגט שיקען קוויטלעך מיט שאלות און ר' שלום פויגל פלעגט ענטפערן מיט בריווען, ווי ער גיט איבער גאר פלעינע תשובות און עצות. אביסעל אין ר' נתן אורטנער'ס ביכל זעהט מען די חלק פונ'ם רב ז"ל וואס רוב אנדערע ביכלאך פארציילען נישט און מאכען כאילו אלץ איז געווען מיט מלאכים ושרפים ולית דין בר נש, עד כדי כך אין ר' יצחק לנדו'ס ביכל בקדש פנימה, וואס ווען נישט אז ער שרייבט יעדער פאר שורות "ואין לנו השגה", וכל מיני אזעלכע לשונות, וואלט זיך געדאכט אז דאס האט געשריבען א מתנגד וואס וויל פשוט ליצנות מאכען פון דער יוד און עם מאכען אויסזעהן פאר א טאטאלער משוגענער, עכ"פ, איז דא דארט א מאפע פון בעלזער רב'ס דירה אין תל אביב, און, הפלא ופלא, איך זוך ווי איז די בית כסא, און איך טרעף נישט. זעהט אויס דער רב ז"ל איז ווי פרעה קיינמאל נישט געגאנגען אין בית הכסא. דאס אלץ איז די תוצאה פון א מוגזמ'דיגע הערכה צו א מענטש וואס מפארגעסט ער איז געווען א בשר ודם בכלל, רבותי, בעלזער רב האט געהאט קינדער (וד"ל, עי' מאחוה"פ), געגאנגען אין בית כסא, וכו' וכו'. שוין, וואס האב איך זיך דא פאררעדט, בעק טא די סטארי] איז אז ער האט געזעהן אז די עלטערן זענען צוטראגען האט ער זיי געמאכט פילען גוט עשה מה שעשה און זיי האבען זיך בארוהיגט. קען אפילו זיין אז וויבאלד די גאנצע זאך איז געווען אן איינרעדעניש פון די עלטערן, פארשטייט זיך אליינס אז נאכ'ן גיין צום בעלזער רב אין וועם זיי האבען געגלייבט איז די איינרעדעניש בטל געווארן, מדין פלאסיבו.
שוין, וואס האב איך זיך דא גערעדט, מעג א יוד אזוי רעדן ? עניוועיס, שיק.
איך האב געהערט פון ר' שלמה גראסס, דומץ בעלזא בארא פארק, אז בעלזער רב האט סך הכל געזאגט פאר דאס קינד מער נישט צו רעדן, דהיינו, זיך לאזן פארהערן, און אזוי איז די פרשה אראפ פון טיש.
נו, לעיקוואוד איז גערעכט, א פראקטישע עצה.
צו די מעשה מיט די שנעלקא שמעלקא איז אמת ווייס איך נישט אבער אז קינות דארף חיזוק אין אמונה איז כדאי צו דערמאנען הב' יוחנן פריעד ע"ה וואס איז געקומען אין חלום צו זיין פעטער ר' וואלף דער אדמיניסטראטאר פון אלכסנדר מיט פונקטליכע אינפארמאציע ער זאל באצאלן א חוב פון 3 דאלער פאר'ן סטאלינער שמש (כ'מיין אז דאס זענען די פרטים) און דערביי איבערגעגעבן א נוסח המציבה.
זיין פעטער האט זיך נישט געקענט אויסטראכטן וויפיל און פאר וועם ער איז שולדיג און די מעשה קען מען מאמת זיין ביים משמש, דער פעטער האט אפילו איבערגעגעבן וועלכע סדרה ער האט באקומען אן עליה.
ס'איז גוט. ברענג נישט קיין ראיות ביטע פון די מעשה.
מ'טאר נישט בויען די אמונה אויף מעשה'לעך...
איך פלעג האבן אוועקגעשטעלט מיין אמונה אויף די מעשה וואס די 50-יעריגע-תשובה-משפיעים (וואס ביז די 40 האבן זיי טועם געווען כל דבר אסור, און ווען ס'שוין נמאס געווארן, קומען זיי מיר אויפווייזען ווי גליקלעך איך בין...) פארציילען כסדר, איבער א איד וואס האט איבערגעלאזט זיין פארציע אויפן פליגער, און א גוי האט דאס פארטוישט וכו'.
למעשה, בין איך געוואר געווארן אז די מעשה, - און די נאמען פון די ראש ישיבה וואס מ'פארציילט דאס אויף - איז להד"ם, און ס'שטימט נישט הן מיט די מציאות און הן מיט די הלכה.
מ'טאר נישט מיט חקירה. נישט פון מופתים.נישט פון מעשיות.
וואס בלייבט איבער???
הן לא יאמינו לי וגו'.
איך האב אמאהל געגהערט פון אן אלטע איד, אז ער איז געוועהן דארט אדער ער האט עס געהערט פון איינע וואס איז געוועהן דארט אז דער בעלזער רב זצ"ל האט איהם סך הכל געהייסען זאגען די א"ב און דא האט זיך עס געענדיגט, זיי זענען נישט געוועהן אין צימער נאר עס געהערט אנידרוויסען פונעם טיהר.
kligerמ'טאר נישט מיט חקירה. נישט פון מופתים.נישט פון מעשיות.
וואס בלייבט איבער???
אינטואיציה, אן אינערליך געפיל.
איך האב באמת נישט פארשטאנען וויאזוי אידען האבען געטון די עגל און אלע אנדערע עבירות וואס ווערט אויסגערעכנט אין תנ״ך
יעצט נאכען דורך ליינען די הסבר פון לעקוואד אויף די ילד הפלא, פארשטיי איך שוין אלעס, איך וואלט מסתם אויך געווען פון די ערב רב, און איך וואלט זיך מסתם געבוקט צו די עבודה זרה אפי איך וואלט געזעהן מן פאלען פון הימעל ,עני באדי מיט א געשליפען צינגעל אדער גוטע פעדער קען דיך מאכען טראכטען פארקערט פון די מציאות, איטס דעט איזי!
איז גרינגער צו מאכן איינעם סקעפטיש מיט א געשליפן צינגל, אדער צו מאכן איינעם גלויביג?
איך ווייס נישט אויס עס איז בכלל מעגליך צו מאכן איינעם גלויביג, ווייל "גלייבן" מיינט ווען מען פארשטייט עס נישט, און אויב דו ווייזט עס אויף מיט ראיות ברורות איז עס שוין נישט קיין "אמונה".
אלע אותות ומופתים קען מען אפפרעגן מיט חכמות, עס בלייבט נאר איבער די פשוטע אמונה.
רבי נחמן ברסלבער זאגט אז אפילו מתן תורה האבן די אידן אויך געקענט אפפרעגן מיט חכמות, און דאס איז געווען זייער גרויסקייט אז זיי האבן אוועקגעלייגט זייערע חכמות און געגלייבט בפשיטות ותמימות.
ליקוטי מוהר"ן ח"א, קכ"ג:
וישראל בעת קבלת התורה היו להם חכמות גדולות כי אז היו עובדי עבודה זרה שבימיהם שהיה טעותם על פי חכמות וחקירות גדולות כידוע ולולי שהיו ישראל משליכין מעצמן החכמות לא היו מקבלים התורה כי היו יכולים לכפר בכל, חס ושלום ולא היה מועיל להם כל מה שעשה משה רבנו עמהם ואפלו כל האותות והמופתים הנוראים שעשה לעיניהם לא היה מועיל להם כי גם עתה נמצאים אפיקורסים הכופרים על ידי שטות וטעות חכמתם אך ישראל עם קדוש ראו האמת, והשליכו החכמות, והאמינו בה ובמשה עבדו ועל ידי זה קבלו התורה "עם נבל ולא חכם", עמא דקבילו אוריתא ולא חכימו, כי עיקר קבלת התורה היה על ידי ולא חכימו הינו על ידי שהשליכו מאתם כל החכמות כנ"ל.
וזה עיקר העבודה, להיות תם וישר ירא אלקים וסר מרע, בלי שום חכמות ושלמה המלך, עליו השלום, אחר שכתוב בו (מלכים א ה) "ויחכם מכל האדם" אמר (משלי ל) : "כי בער אנכי מאיש ולא בינת אדם לי" וכן אמר אסף (תהלים ע"ג) : "ואני בער לא אדע בהמות הייתי עמך" (משלי כ"א) : "אין חכמה ואין תבונה ואין עצה לנגד ה".
איך האב געהערט פון א מגיד האט ער נאכגעזאגט בשם זיין זיידן (כ'מיין אז דער זיידע איז געווען אן עד ראי') אז בעפאר'ן קריג איז געווען א וואונדער קינד וואס וואו מ'האט אים אויפגעמישט האט ער געזאגט תורה.
האט איינער גענומען א סידור און געגעבן א מיש אויף און ס'איז אנגעקומען צו המלאך הגואל אותי מכל רע.
האט ער געזאגט: מלא"ך איז בגימטריא הוי"ה אדנ"י און דורך די צוויי שמות האט מען א שמירה פונעם חטא וואס ווערט אנגערופן רע (כ"כ האר"י). האט מען אים געפרעגט ווייטער הוא יברך את הנערים, האט ער געזאגט דורך דעם איז דא אשמירה אויף די קינדער ווייל ער ועונן זענען געשטארבן פון דעם חטא. ער האט געוואלט זאגן ווייטער האט אים זיין פאטער אוועקגעשלעפט וועגן עיה"ר.
כ'מיין ס'איז עמעיזינג!
באלד וועט זר זאגן אז ער איז דארט געווען
ביי מיר אינדערהיים איז פארהאן א קליינע בלויע ספר'ל, עס ווערט דארט געברענגט שיינע און אינטרעסאנטע מעשיות, ווי אויך עטליכע מאדנע סיפורים (עכ"פ אין אונזערע אויגן), די משעיות דארט זענען זייער קראנט, געשריבן נאר דארך עדי ראי'.
ווערט דארט געברענגט א מעשה פון א אייזל וואס האט זיך גענומען רעדן.
וואנדערבאר!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
עיין במדבר, כב, כא-ל
אויב גלייבט איר נאך אלץ נישט איז דא א ראי' לדבר.
א קלארע עדות
גענומען פון דא
<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%AA%D7%95%D7%A0%D7%95_%D7%A9%D7%9C_%D7%91%D7%9C%D7%A2%D7%9D">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7% ... 7%A2%D7%9D</a>


יידלkligerמ'טאר נישט מיט חקירה. נישט פון מופתים.נישט פון מעשיות.
וואס בלייבט איבער???
אינטואיציה, אן אינערליך געפיל.
יעדער האט א געפיהל וויאזוי ער וואקסט אויף נישט אזוי?
ברסלב'עראיך ווייס נישט אויס עס איז בכלל מעגליך צו מאכן איינעם גלויביג, ווייל "גלייבן" מיינט ווען מען פארשטייט עס נישט, און אויב דו ווייזט עס אויף מיט ראיות ברורות איז עס שוין נישט קיין "אמונה".
אלע אותות ומופתים קען מען אפפרעגן מיט חכמות, עס בלייבט נאר איבער די פשוטע אמונה.
רבי נחמן ברסלבער זאגט אז אפילו מתן תורה האבן די אידן אויך געקענט אפפרעגן מיט חכמות, און דאס איז געווען זייער גרויסקייט אז זיי האבן אוועקגעלייגט זייערע חכמות און געגלייבט בפשיטות ותמימות.
און פארוואס זאל מען טאקע גלייבן די אמונה פשוטה? ווייל עס לוינט זיך דיר? ווייל עס האט נישט קיין ראיות? ווייל מ'איז אזוי אויפגעוואקסן?
אגב, אויב מען נוצט די אמונה פשוטה ווען עס קומט צו אידישקייט, פארוואס זאל מען אויפהערן צו נוצן אמונה פשוטה ווען עס קומט צו אפיקורסות און זאגן אז מען דארף גלייבן באמונה פשוטה אז עס איז נישטא קיין גאט?
איך זוך אודאי נישט צו אוועקנעמען דיין פריוואטע אמונה פשוטה, אויב דיר איז דאס לעבן באקוועמער אזוי וועל איך דאס נישט צושטערן. אבער צו זאגן פאר א צווייטן אז אידישקייט אז באזירט אויף אמונה פשוטה איז אביסל סכנה'דיג אין א דור פון אינפארמאציע.
איפכא מסתברא, אין א דור פון גרינגע צוטריט צו מיס-אינפארמאציע, ווען די גאנצע אינפארמאציע וואס איז פארהאן ווערט מער ווייניגער מאניפולירט דורך אום גלויביגע מענטשן צו זייער וואוירלד וויו, ווען גאר ווייניג פון די "אינפארמאציע מענטשן" זענען מאמינים, איז אמונה פשוטה לכאורה די איינציגסטע אויסוועג.
שטותים דארף מען טאקע זען צו אויסמיידן פאר יעדן פרייז. אין א אינפארמאציע עפאכע, קען א קליין שטות'ל וואס א טאטע האט איינגערעדט פאר א קינד, - וואס מיט איין גוגל סוירטש זעט ער בלי ספק אז עס איז שטותים מיט הוכחות וראיות ברורות שאי אפשר להסתפק בדבר כלל, - זיין דער גורם אז דאס קינד'ס אמונה זאל חלילה נתרופף ווערן. לולי דמיסתפינא, וואלט איך געזאגט אז דער געפאר איז עקווילאנט צו די געפאר פון "איין דרוק מיטן קנעפל".
דו זעסט נישט די חורבנות אזוי אפן, הא? וואס איז, אינטערנעט זעט מען אויך נישט אפן, אבער מיר גלייבן (באמונה פשוטה...) אז סאיז שריפת נשמה וגוף קיים, אפילו פון דרויסן זעט ער אויס ערליך. טא, גלייב'זשע מיר אויכעט בנאמנות אז ליידער א גרויסער עולם, כאטש פון דרויסן זעט ער אויס א הונדערט פראצענטיגער מאמין, איז אבער פון אינעווייניג דער מצב נישט אזוי איי איי איי.
קאווע טרינקעראיך האב געהערט פון ר' שלמה גראסס, דומץ בעלזא בארא פארק, אז בעלזער רב האט סך הכל געזאגט פאר דאס קינד מער נישט צו רעדן, דהיינו, זיך לאזן פארהערן, און אזוי איז די פרשה אראפ פון טיש.
נו, לעיקוואוד איז גערעכט, א פראקטישע עצה.
לפענ"ד איז א שטיקל חילוק ווען איך בערל בעל עגלה אדער דו קאווע טרונקער זאגט און בעלזער רב זצ"ל זאגט.
יישר כח ברסלב'ער, א הערליך שטיקל רבי נחמן, האסט מחי' געווען א איד.
איך האב עס געלערנט מיט אביסל הארץ און דארט האב איך פארשטאנען, הגם איך קען נישט ענטפערן אויף יאיר'ס קשיות.
מ'דארף האבן א הרגש ווען מ'לערנט ספרי רבי נחמן, די נשמה דארף דערהערן.
דעת תורהאיפכא מסתברא, אין א דור פון גרינגע צוטריט צו מיס-אינפארמאציע, ווען די גאנצע אינפארמאציע וואס איז פארהאן ווערט מער ווייניגער מאניפולירט דורך אום גלויביגע מענטשן צו זייער וואוירלד וויו, ווען גאר ווייניג פון די "אינפארמאציע מענטשן" זענען מאמינים, איז אמונה פשוטה לכאורה די איינציגסטע אויסוועג.
שטותים דארף מען טאקע זען צו אויסמיידן פאר יעדן פרייז. אין א אינפארמאציע עפאכע, קען א קליין שטות'ל וואס א טאטע האט איינגערעדט פאר א קינד, - וואס מיט איין גוגל סוירטש זעט ער בלי ספק אז עס איז שטותים מיט הוכחות וראיות ברורות שאי אפשר להסתפק בדבר כלל, - זיין דער גורם אז דאס קינד'ס אמונה זאל חלילה נתרופף ווערן. לולי דמיסתפינא, וואלט איך געזאגט אז דער געפאר איז עקווילאנט צו די געפאר פון "איין דרוק מיטן קנעפל".
דו זעסט נישט די חורבנות אזוי אפן, הא? וואס איז, אינטערנעט זעט מען אויך נישט אפן, אבער מיר גלייבן (באמונה פשוטה...) אז סאיז שריפת נשמה וגוף קיים, אפילו פון דרויסן זעט ער אויס ערליך. טא, גלייב'זשע מיר אויכעט בנאמנות אז ליידער א גרויסער עולם, כאטש פון דרויסן זעט ער אויס א הונדערט פראצענטיגער מאמין, איז אבער פון אינעווייניג דער מצב נישט אזוי איי איי איי.
הרב דעת תורה, אלזא, דו וועסט מחנך זיין דיין קינד אז מ'דארף פאסטן יום כיפור און עסן בלויז הארטע מצה גאנץ פסח נישט ווייל דו האסט עס דרוכגעטון און דו ביסט געקומען צו די מסקנא אז דאס איז די ריכטיגע מהלך, נאר ווייל... אמונה פשוטה. (אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פאר א גוט יאר וואס אין די גיהנם דאס מיינט?).
דערנאך ווערט דיין זון עלטער און ער זעט אז עס זענען דא שיטות אין פילאזאפיע און אין סייענס וואס זענען געבויט אויף פעסטע ראיות און הנחות, און עס הייבט זיך אן א קאנפליקט וועמען ער זאל ענדערש גלייבן, זיין איגנאראנט-איך-גלייב-ווייל-איך-בין-א-נאר טאטע אדער דעם קלוגן סייענטיסט אדער פילאזאף וואס האט שטודירט צענדליגער יארן, וועמען ערווארטסטו ער זאל גלייבן?
און אויב האלטסטו אז מיט שכל איז טאקע נישטא קיין צופרידנשטעלנדע סיבה צו גלייבן אין אידישקייט, איז דאך דאס דער בראך. פארוואס אין דער וועלט גלייבסטו אין אידישקייט? ווייל דיין טאטע האט דיר אזוי געזאגט? ווען דיין טאטע וואלט געגלייבט אין ישו וואלסטו אויך געגלייבט?
אויב דו האסט א פראבלעם מיט דיסאינפארמאציע, איז די בעסטע עצה צו געבן קראנטע אינפארמאציע מיט גוטע רעפערענצן און מחנך זיין דיין קינד זיך צו פירן לויט'ן שכל און נישט לויט ווי אזוי דער טרענד דיקטירט. נישט שרייען אמונה פשוטה.
הערה צו לעיקוואוד שליט"א
אין דיין תגובה פון 7:59 עי. עמ. לייגסטו אראפ א וואונדערליכן הסבר (ראציאנאליזירונג). דו דראפעסט זיך אויף גראדע ווענט. אלעס כדי צו פארמיידן אנצונעמען א סברא אז דא איז געווען אן ענין רוחני ועל טבעי. און דער בעלזא'ער רב זצ"ל ברוב צדקתו האט עס מתקן געווען. איך בין זיכער אז ווען דו וואלסט געווען בשעת מאט'ן טעירע וואלסטו געזאגט אז די קולות וברקים און די בארג רייכערונג האבן די וועטער פאורקעסטערס און געאלאגן שוין פארויסגעזאגט אז ס'גייט זיין א וואלקעינא און ערד ציטערניש פון 10 אויפ'ן ריכטער סקעיל. ס'איז אלץ נאטורליך, און די חסידים זאלן אויפהערן האקן א טשייניק מיט מופתים און רעבעס...
קינות גירושיןאיך האב באמת נישט פארשטאנען וויאזוי אידען האבען געטון די עגל און אלע אנדערע עבירות וואס ווערט אויסגערעכנט אין תנ״ך
יעצט נאכען דורך ליינען די הסבר פון לעקוואד אויף די ילד הפלא, פארשטיי איך שוין אלעס, איך וואלט מסתם אויך געווען פון די ערב רב, און איך וואלט זיך מסתם געבוקט צו די עבודה זרה אפי איך וואלט געזעהן מן פאלען פון הימעל ,עני באדי מיט א געשליפען צינגעל אדער גוטע פעדער קען דיך מאכען טראכטען פארקערט פון די מציאות, איטס דעט איזי!
פונקט פארקערט, דארט איז געווען די מעשה אז די גאלדענע קאלב האט באוויזן מופתים, ער איז געשניצט געווארן פון א שטיק גאלד, און זיך גענומען עסן גראז! ממילא די פיינע אידן וואס האבן ליב צו גלייבן מכח מעשיות און מופתים זענען איבערגענומען געווארן, א אפענע מופת! און נישט די ערב רב, נאר פון די שענסטע ביז די בעסטע זענען אין דעם אריינגעפאלן.
לעיקוואד האט עפעס אזא מדה טובה אז ווען איינער קריטיקירט אים לייקט ער, און ווען איינער זאגט אים א גוט ווארט איגנארירט ער, אזויווי מאטי האט שוין פאראויסגעזאגט.
העמיר זען אויב דאס איז א קאמפלימענט. 😛
מאראנצןזאפטלעיקוואד האט עפעס אזא מדה טובה אז ווען איינער קריטיקירט אים לייקט ער, און ווען איינער זאגט אים א גוט ווארט איגנארירט ער, אזויווי מאטי האט שוין פאראויסגעזאגט.
העמיר זען אויב דאס איז א קאמפלימענט. 😛
די שאלה איז אויב בערל'ס הערה רעכנט ער פאר א קריטיק. 😂
מאראנצןזאפטלעיקוואד האט עפעס אזא מדה טובה אז ווען איינער קריטיקירט אים לייקט ער, און ווען איינער זאגט אים א גוט ווארט איגנארירט ער, אזויווי מאטי האט שוין פאראויסגעזאגט.
העמיר זען אויב דאס איז א קאמפלימענט. 😛
מרנצז"פ, דו מאכסט מיר דא אן ערנסטע דילעמע, to like or not to like, שוין, ווייסטו וואס, איך מאך א גורל, איני מיני מייני מו.. like.
ווי איז דער מאטי וואס זאגט אזוי פאר, פארוואס האב איך עס נישט געזעהן?
מבני משהביי מיר אינדערהיים איז פארהאן א קליינע בלויע ספר'ל, עס ווערט דארט געברענגט שיינע און אינטרעסאנטע מעשיות, ווי אויך עטליכע מאדנע סיפורים (עכ"פ אין אונזערע אויגן), די משעיות דארט זענען זייער קראנט, געשריבן נאר דארך עדי ראי'.
ווערט דארט געברענגט א מעשה פון א אייזל וואס האט זיך גענומען רעדן.
וואנדערבאר!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
עיין במדבר, כב, כא-ל
און ביי מיר אינדערהיים איז דא א קליינער וייסע ספר'ל, עס הייסט מורה נבוכים, וואס דארט איז ער מסביר אז סקען אוודאי נישט זיין כפשוטו אז אן אייזל זאל רעדן, נאר די גאנצע מעשה איז געווען בחלום ובמראה הנבואה.
עי' למשל <a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1558561&forum_id=1364">http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?w ... um_id=1364</a>
און ביי מיר אין שול איז דא אסאך אנדערע קליינע גרויסע, שווארצע און ווייסע און אפילו ברוינע ספרים וואס קריגן אויף דעם מורה נבוכים.
זייער ווייניג פון זיי זענען בכלל בר הכי בתורה ובחכמה זיך צו קריגען מיט דער מורה. די הכרעה איז לויט ווער ס'איז גערעכט און רעדט צו דער זאך נישט לויט ווער ס'האט מער ספרים.
בכל אופן, איינער איז מכחיש אז ס'דא א מחלוקת? אבער א רמב"ם קענסטו נישט אוועקמאכען, וכדאי הוא לסמוך עליו על כל פנים כלפי די בעלזער רב אז מזאל נישט ברענגען אזוינע נארישע ראיות פון אתונו של בלעם ביז אתונו של האדמו"ר מבעלז. אויב דער רמב"ם האט נישט געוואלט גלייבען מאדנע מעשיות אפילו אויב שטיין זיי אין חומש, מוז איך אוודאי נישט גלייבען אזוינע וואס שטיין סך הכל אין "הארץ".
לעיקוואדמאראנצןזאפטלעיקוואד האט עפעס אזא מדה טובה אז ווען איינער קריטיקירט אים לייקט ער, און ווען איינער זאגט אים א גוט ווארט איגנארירט ער, אזויווי מאטי האט שוין פאראויסגעזאגט.
העמיר זען אויב דאס איז א קאמפלימענט. 😛
מרנצז"פ, דו מאכסט מיר דא אן ערנסטע דילעמע, to like or not to like, /quote]

לעיקוואד
און ביי מיר אינדערהיים איז דא א קליינער וייסע ספר'ל, עס הייסט מורה נבוכים, וואס דארט איז ער מסביר אז סקען אוודאי נישט זיין כפשוטו אז אן אייזל זאל רעדן, נאר די גאנצע מעשה איז געווען בחלום ובמראה הנבואה.
עי' למשל <a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1558561&forum_id=1364">http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?w ... um_id=1364</a>[/quote
לעיקוואד! יעצט האסטו אונגהויבן ווארפן בקיאות, און אז דא ווארפסט שוין יא, נא?! זאל זיין מיט א שלימות,
די נושא וואס די האסט יעצט אריין געברענגט איז א ברייטע מחלוקת הראשונים, און בראש שפאנט דער רמב"ן קעגן דעם רמב"ם.
עס וואלט ווערד געווען צו אנהייבן א נייע אשכול אויף דעם נושא אליין, דער ענין איז ווערד אן אכסניא פאר זיך, עס קוקט מיר אויס אז עטליכע פון די קאווע טרינקער דא אין שטיבל
(איך וועל נישט אויסרעכנען די נעמען כדי זיי נישט צו ברענגען צו יוהרא און גאוה חלילה), וואלטן געוואלט זאגן א מיינונג אין דעם נושא, אבער אזוי ווי דו האסט שוין אנגהויבן דא וועל איך שוין ממשיך זיין.
שיטת הרמב"ן ווערט געברענגט עטליכע מאל, ווי צום ביישפיל אנהייב פרשת וירא, בראשית י"ח א-ב, ברענגט ער צו דעם מורה נבוכים (ח"ב פמ"ב) אז די גאנצע פרשה איז א מראה וואס אברהם אבינו האט געזעהן, נישט אז בפועל איז געווען הייס און דריי מענטשן זענען געקומען, אא"וו, אבער דער רמב"ן פרעגט עם אפ מיט אפאר שטארקע קשיות, און איז חולק אויף עם.
ווי אויך איז דאס דער שיטת הרמב"ם ביי רוב אינטרעסאנטע מעשיות וואס ווערט געברענגט אין דער תורה, ביי יעקב אבינו והוא צולע על ירכו, (בראשית ל"ב כ"ה) און אזוי נאך, איך האב יעצט נישט די צייט און געדולד נאכצושרייבן ווארט ביי ווארט דעם רמב"ן'ס לשון, עס איז א היפש לאנגע שטיקל, אבער טאמער איך וועל טרעפן ערגעץ אראפגעברענגט (אויף מעדיע) לשון הרמב"ן וועל איך בלי נדר דאס קאפיען אהער,
ביז דערווייל זיי מוחל און בליק אריין אינעווייניג לשון הרמב"ן (אויב דו האסט אונדערהיים א קליין ווייסע מורה נבוכים'ל, שטעל איך זיך פאר אז דו האסט אויכעט עפעס ענליך צו מיין בלויע קליינע ספר'ל).
לעיקוואד. אויב דער רמב"ם האט נישט געוואלט גלייבען מאדנע מעשיות אפילו אויב שטיין זיי אין חומש, מוז איך אוודאי נישט גלייבען אזוינע וואס שטיין סך הכל אין "הארץ".
לעיקוואד זאלסט זיין געבענטשט!
האט דער רמבם געהאט א פראבלעים צו גלייבן מאדנע מעשיות וואס שטייט אין תורה?
ער האט געהאט א שיטה אז מראות וואס נביאים און די אבות האבן געזעהן איז נישט בפועל א מראה, נאר א מחזה וואס בלויז דער נביא קען דאס זעהן, א צווייטער וואס איז געשטאנען לעבן דעם נביא האט גאר נישט געזעהן,
והא ראי' אז אנדערע מאדנע מעשיות וואס האט נישט מיט נביאים אדער גרויסע לייט האלט דער רמבם אויך אז עס איז געווען בפועל, ווי צום ביישפיל די גאנצע געשיכטע אין סדום, די סדום'ר איינוווינער זענען בלינד געווארן, לוט'ס ווייב איז געווארן א שטיק זאלץ,
דער אויבנן דערמאנטן רמבן פרעגט טאקע איינע פון די קשיות מה נשתנה פאר וואס איז די מעשה ביי לוט יא געווען בפועל ממש? אבער דאס איז עים קלאר אז דער רמבם האט מודה געווען אז דיע מודנע מעשיות זענען יא געווען ממש.
איך קום נישט דא פארגלייכן דעם רמבם צו בעלזער רב, איך האב נאר געוואלט ברענגען א קראנטע מקורת'דיגע מעשה פלא שלא כדרך הטבע,
מבני, אוודאי האט דער רמב"ם געהאט א פראבלעם מיט מאדנע איבערנאטורליכע זאכן, און וואלט געקענט באשטיין אלעס מסביר צו זיין בדרך משל, נאר ווי פארשטענדליך נישט אלעס קען מען, ועל זה תפסוהו כל החולקים עליו אז אויב ביי געוויסע פלעצער און זאכן מוזטו בהכרח צוקומען אז עס איז געווען למעלה מדרך הטבע, האט דאך שוין נישט קיין לאגיק זיך צו גיין דריקן ביי אנדערע וואס מען קען יא מדחיק זיין אז עס איז בדרך משל, ווייל דיין ראציאנאליזם וועט מילא נישט שטימען מיט די אנדערע וואס דו ביסט אויך מודה.
דעת תורהמבני, אוודאי האט דער רמב"ם געהאט א פראבלעם מיט מאדנע איבערנאטורליכע זאכן, און וואלט געקענט באשטיין אלעס מסביר צו זיין בדרך משל, נאר ווי פארשטענדליך נישט אלעס קען מען, ועל זה תפסוהו כל החולקים עליו אז אויב ביי געוויסע פלעצער און זאכן מוזטו בהכרח צוקומען אז עס איז געווען למעלה מדרך הטבע, האט דאך שוין נישט קיין לאגיק זיך צו גיין דריקן ביי אנדערע וואס מען קען יא מדחיק זיין אז עס איז בדרך משל, ווייל דיין ראציאנאליזם וועט מילא נישט שטימען מיט די אנדערע וואס דו ביסט אויך מודה.
און אז מען מוז מאכן אפאר יוצאים מן הכלל וואס זענען אומראציאנליסטיש, מיינט דאס נאכנישט אז מען דארף גענצליך אויסלעשן דעם ראציאנעלן מוח און מסביר זיין יעדן פסוק אויף די מערסט מאדנע, אומראציאנליסטישע אופן און אננעמען יעדע מדרש און בעל שם'סקע מופת דברים כהווייתן.
אגב, דער רמב"ם האט געהאלטן אז גאט טוט נאר ניסים ווען עס איז דא א וויכטיגער צורך, נישט סתם אין די וועלט אריין צו ווייזן ווי שטארק און מעכטיג ער איז. און ויבאלד עס איז נישטא קין צורך אז אן אייזל זאל רעדן מוז ער דאס מוקים זיין שלא כפשוטו. אויך מוז ער סייווי זאגן אז בלעם'ס אייזל איז שלא כפשוטו ווייל ער האלט אז א מענטש קען נישט זען קיין מלאך, און דערפאר נעמט ער אויך אן אז די ערשטע חלק פון פרשת וירא און די מלחמה מיט יעקב און דעם מלאך זענען חלומות.
יאיר
יאיר, דעת תורה, פארוואס טראכט איר אז א מענטש (דער נביא) וואס זעהט זאכן וואס זענען נישט פארהאן, און עס איז נישט קיים במציאות, דאס איז ווייניגער מאדנע ווי ווען עס שפילט זיך אפ א מאדנע מעשה שלא כדרך הטבע?
דער נביא אדער ווער עס זאל נאר זיין וואס זעהט א מחזה דאס איז אויך שלא כדרך הטבע, איז א נפק"מ דעם באשעפער וואס פארא זאך שלא כדרך הטבע ער מאכט,
דאס וואס דער רמבם האט אין געוויסע אופנים געטייטש א מחזה שלא כדרך הטבע ענדערש ווי א מעשה בפועל שלא כדרך הטבע, איז געווען מחמת א שיטה וואס ער האט געהאט אויס געבויעט בנוגע צו די מראות הנבואה, און נישט מטעם מודנע.
בדרך אגב ביי די מעשה פון די סנה הבוער באש מיט משה רבינו (שמות ג' א'), האלט אויך דער רמבם אז עס איז געווען נאר א מחזה, פונדעסטוועגן יעדע זאך וואס האט זיך אפ געשפילט דארט ביי די סנה האט זיך אפ געשפילט שפעטער ביי אזעלעכע אופנים וואס דער רמבם איז מודה אז עס איז געווען בפועל ממש,
צום ביישפיל דער שטעקן וואס איז געווארן א שלאנג (שמות ד' ד'), האט זיך איבער געשפילט ביי פרעה (שמות ז' י'), ווי אויך די סנה וואס האט געברענט (שמות ג' א'), ביים בארג סיני האט זיך די זעלבע איבער געשפילט, "וההר כולו עשן מפני אשר ירד עליו הוי' באש, ויעל עשנו כעשן הכבשן וכו' "(שמות י"ט י"ח), עיין אוה"ח הק' "פירוש ששלט האש בגופו של הר ונשרפו אבניו", אבער די בלומען וואס זענען ארויף געוואקסן אויפ'ו בארג זענען נישט פארברענט געווארן, אזווי עס ווערט פארציילט און מדרש: "כשירדה השכינה על הר סיני באש, לא שרפה האש את כל הסביבה, (נאר די אבנים כשיטת האור החיים הק'), אלא החיתה אותה, וכל ההר התכסה בירק, בדשא ובפרחים", און די מעשה פון מתן תורה איז דער רמבם מודה אז עס איז געווען בפועל ממש, זעסטע ווי דער רמבם האט א מהלך אז זאכן וואס זענען פארגעקומן ביי די נבואים, זענען געווען מחזות, זאכן וואס האט זיך אפגעשפילט אלגעמיין, איז געווען בפועל ממש, אפילו מאדנע זאכן.
מבני משהאויב גלייבט איר נאך אלץ נישט איז דא א ראי' לדבר.
א קלארע עדות
גענומען פון דא
<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%AA%D7%95%D7%A0%D7%95_%D7%A9%D7%9C_%D7%91%D7%9C%D7%A2%D7%9D">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7% ... 7%A2%D7%9D</a>
גראדע איז רעמבראנדט'ס בילד מער אויסגעהאלטן פון די וואס מ'טיילט אין חדר (מיט רשות?) פון "א הילף פאר'ן קינד."
איך באציה זיך נישט צום רוימישן פארהאנג אויפ'ן מלאך, נאר ווייל אין די 'הילף פאר'ן קינד' בילד טראגט שוין בלעם א לאטע אויפ'ן אויג (אויב מיין זכרון דינט מיר ריכטיג). פאקטיש איז בלעם ערשט געווארן א שְׁתֻם הָעָיִן נאכ'ן זאגן "ומספר את רובע ישראל" (עיי' רש"י הק'). דא איז בלעם ערשט געווען אויפ'ן וועג קיין מואב, נאך היבש איידערן בענטשן\שעלטן.
פרעגט זיך דאך די קשיא: לאטע זו על שום מה?
על שם העתיד?
אנטשולדיגט מיר פארן אראפברענגן בלויז א לינק. כ'טראכט ס'עט אפשר אינטערעסאנט זיין פאר איינעם איבער דעם נושא:
<a class="postlink" href="http://onthemainline.blogspot.com/2009/02/christian-child-prodigies-with-hebrew_12.html">http://onthemainline.blogspot.com/2009/ ... ew_12.html</a>
וועלקאם הרב שמענדריג, מאין באת ולן אתה הולך?
קינות גירושיןוועלקאם הרב שמענדריג, מאין באת ולן אתה הולך?
איך שמעק אריין פון צייט צו צייט.
כְּגֵר בָּאָרֶץ וּכְאֹרֵחַ נָטָה לָלוּן
כ'האב געוואלדיג הנאה פון דעם מקום תורה ומדע.
מי יתן, הלוואי ווען איך האב מער צייט to participate
העי יו שלום עליכם אבער דער שמעקן פאזיציע איז שוין לאנג פארנומן דורך חברינו היקר מר. שמעקי.
ובכלל קומט עס נישט שמענדריק?
איך אויךהעי יו שלום עליכם אבער דער שמעקן פאזיציע איז שוין לאנג פארנומן דורך חברינו היקר מר. שמעקי.
ובכלל קומט עס נישט שמענדריק?
דו ביסט ווארשיינלעך גערעכט... ס'קומט לכאורה מיט א "ק." נאר פאר אזא קליינעם שמענדריק מאכט נישט אויס. קוף... גימל... שמענדריג בלייבט שמענדריג
לעיקוואדמאראנצןזאפטלעיקוואד האט עפעס אזא מדה טובה אז ווען איינער קריטיקירט אים לייקט ער, און ווען איינער זאגט אים א גוט ווארט איגנארירט ער, אזויווי מאטי האט שוין פאראויסגעזאגט.
העמיר זען אויב דאס איז א קאמפלימענט. 😛
מרנצז"פ, דו מאכסט מיר דא אן ערנסטע דילעמע, to like or not to like, שוין, ווייסטו וואס, איך מאך א גורל, איני מיני מייני מו.. like.
ווי איז דער מאטי וואס זאגט אזוי פאר, פארוואס האב איך עס נישט געזעהן?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/119040">viewtopic.php?p=119040#p119040</a><!-- l -->
moti107
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/119040">viewtopic.php?p=119040#p119040</a><!-- l -->
א פלא אז איך האב בכלל נישט געזעהן די תגובות וועגן מיר דארט עד היום. איך האב טאקע טויזנט לייקס? כ'האב בכלל נישט באמערקט, וועל איך שוין זעהן צו איך קען אויסטראכטען עפעס א דבר חכמה צו שרייבען דארט, און מחליט זיין צו איך זאל פראווען מאטי ראנג אדער נישט וכו'.
טאקע דאס האב איך געמיינט, דו מאכסט נאר שטארקער מיין פוינט, דאס האב איך פאראויסגעזאגט אז דו גייסט בכלל נישט באמערקן (אדער שפילן כאילו דו באמערקסט נישט) די תגובות, און אפילו נישט די לייקס......טיפיקעל לעיקוואד!!!!!! כ׳מיין איך ווער א פסייקיק.....
מבני משהיאיר
יאיר, דעת תורה, פארוואס טראכט איר אז א מענטש (דער נביא) וואס זעהט זאכן וואס זענען נישט פארהאן, און עס איז נישט קיים במציאות, דאס איז ווייניגער מאדנע ווי ווען עס שפילט זיך אפ א מאדנע מעשה שלא כדרך הטבע?
דער נביא אדער ווער עס זאל נאר זיין וואס זעהט א מחזה דאס איז אויך שלא כדרך הטבע, איז א נפק"מ דעם באשעפער וואס פארא זאך שלא כדרך הטבע ער מאכט,
דאס וואס דער רמבם האט אין געוויסע אופנים געטייטש א מחזה שלא כדרך הטבע ענדערש ווי א מעשה בפועל שלא כדרך הטבע, איז געווען מחמת א שיטה וואס ער האט געהאט אויס געבויעט בנוגע צו די מראות הנבואה, און נישט מטעם מודנע.
דו קריגסט זיך אויפ'ן רמב"ם? דער רמב"ם שרייבט בפירוש אז ער האלט אזוי מטעם מאדנע!
און וואס איז די ביג דיל מיט א מחזה, האסט קיינמאל נישט געהאט עפעס ענליכס?
סתם פאר מער אינפא. יענער זאגט מיר אז פאפא רב שרייבט דארט אז ער האט איהם פארהערט די משנה שש מעלות במקואות, און ער האט עס געקענט.
איך מיין אז א כתה א' יונגל זאל עס קענען איז מער ווי גוטע קאפ, פארוואס זאל ער קענען פונקט די משניות..
מיין קשיא איז פארוואס נאר ווען די רבי האט איהם אנגעפאנגן אויס צו לערנען א-ב האט ער אנגעפאנגן צו רעדן, און מען האט געוואר געווארן אז ער קען עס אויסנווענדיג, פארדעם ווען ער האט געהערט ווי זיין טאטע לערנט עפעס פארוואס האט ער נישט זיך גענומען זאגן אויסנווענדיג וואס די טאטע האט געלערנט, אויכט ווען די מאמע/רבי האט איהם אויס געלערנט די ברכות נהנין, פארוואס האט ער עס נישט געקענט אליינס ענדיגן?
כאפטס אריין תגובות אין דעם אשכול איידער די הנהלה נעמט א שטעלונג אז די מעשה איז פאלטש.
על צד אז ס'איז פאלש איז עס נאך אלץ נישט קיין נ"פ.