בְּתוֹךְ עַמִּי #
אקעי. נאר כ'בין נישט אזוי קלאר אז אויב למעשה האט ער 'חשק' און 'געשמאק' דערין. פ"וו הייסט עס סעלפ'לעס? ער בכבודו ובעצמו וויל עס און האט הנאה דערין...
קען זיין ס'דברים פשוטים ביי ווער ס'האלט דארט, אבער פאר די וואס זענען נאך יא אבסעסד מיט זיך, וואלט געווען כדאי אויב איינער קענעס קומען אויסשמועסן און קלארער מאכן
דו גייסט דא אריין אין א גאר טיפע נושא, אין די שאלה צו עס איז בכלל שייך אזא מושג פון סעלפלעסנעס - ווי א מענטש טוט באמת פאר א צווייטן אדער טוט בלויז צו דינען די תכלית, ווארום כל זמן דער מענטש שפירט א קשר צו די זאך קומט אויב ער דינט נאך זיך אליין... עס איז באמת א ברייטע סוגיא סיי אין פילוסופיה און סיי אין תיאולוגיה, איך גלייב נישט אז דא איז דער פלאץ צו מאריך זיין אין דעם, און איך בין אויך נישט אליינס הונדערט פראצענט אויסגעקאכט אין דעם (אפשר וועט
@ מי אני קענען ארויסהעלפן...). איך מיין אבער אז וואס איז אונז נוגע, איז אז
אפילו אויב סעלפלעסנעס איז אויך א פארעם פון זיין פארנומען מיט זיך אליין... דאך איז דאס אויף א העכערע מדרגה פון זיין אריענטירט אויף זיך אליינס ווי די אנדערע וועג. דהיינו, אנשטאט נעמען הנאה און חשק בלויז פון וואס פארנעמט זיין אייגן סעלף, נעמט ער הנאה און חשק פון אויפטון פאר א תכלית וואס בענעפעטירט אים נישט אויף דירעקטן אופן, אדער פון טון א טובה פאר א צווייטען וכדו'. הנוגע לענייני, עס מאכט נישט קיין חילוק אויב עס איז באמת סעלפלעס צו נישט, מיין נקודה איז אויף א פראקטישע אופן, א מענטש קען נישט טרעפן א חשק אין די זאך אויב פארשטייט ער נישט אז מערידזש איז איבער זיך אוועקגעבן - אדער זיין א זיך וואס גיבט אוועק...