☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ולשמחה מה זה עושה? פארוואס טאנצט מען ביי א חתונה?

ולשמחה מה זה עושה? פארוואס טאנצט מען ביי א חתונה?

86 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15129
בלאט: 1 2

בת קול » מיטוואך פעברואר 9, 2022 10:03 am

· #494571
אינטערעסאנט אז דו פרעגסט נישט פארוואס גוים טאנצן ביים חתונה.
זעהט אויס דו פארשטייסט אליין אז עס קומט פשוט פון שמחה, און עס איז נאטורלעך אזוי אויסצוגעבן די געפילן.

נאר וואס דען, איך פארשטיי נישט פונקטלעך די שמחה פון אונזערע חתונות.
איך פלעג ווערן זייער מרוגש ווען די חתן כלה פלעגן אריינקומען צום טאנצן, און עוד ישמע האט אנגעהויבן שפילן.

היינט זינקט מיין הארץ איין ווען איך זעה די יונגע צומישטע ציטערידיגע מיידל אריינקומען, וואס ציטערט פון וואס קומט נאכן חתונה, און איז מחונך געווארן מיט די רשעותדיגע מהלך, אז זי מוז זיך לאזן רעיפן די נאכט פון די חתונה דורך א מאן וואס איז גענצליך פרעמד צו איר.
און יעדער טאנצט צו איר עקידה. וואס קען זיין מער איראניש ווי דעם.

מי אני » מיטוואך פעברואר 9, 2022 10:10 am

· #494572
דאס האב איך געשריבן אין אנהויב אין מיין צווייטן פאראגראף [עמפאסיס יעצט צוגעלייגט]:
מי אני
הגם די שאלה איז אויך שווער אויף אלע קולטורן איז אבער אויף די סעקולארע וועלט [גוים אדער פרייע] וואלט מען געקענט זאגן אז ער און זי פרייען זיך אויף מאכן אפיציעל דעם בונד צווישן די צוויי אשר אהבה נפשם מקדם. דאס קען מען פארשטייט זיך נישט זאגן אויף אונזער געזעלשאפט וואו די חתן כלה בדרך כלל קענען זיך בעצם ניטאמאל בכלל.

ולגבי די חלק הרעיפּ איז דאס א סמך צו מיין געדאנק אז דאס אלעס ארום שמחת החתונה איז א קולטוראלע סאציאלע קאַנסטראָקט וואס דאס איז פאר זיי קובע די רעאליטעט ממש. והיינו, ווייל ווי @בענדזשאמין פרענקלין איז מעורר איז די טראמא פון רעיפּ מקושר מיט די קאנטעקסט און אומשטענדן וכו' וכו' וואס נעמט דאס ארום. ביי ליל החתונה, הגם מ'קען עס באטראכטן ווי א (כעין) רעיפּ כנ"ל, איז אבער די סאציאלע/קולטוראלישע וכו' עקספּעקטעישאנס פון איר און וואס זי שעירט מיט אנדערע פון איר געזעלשפט לגבי דעם, דאס איז טאקע קובע (פאר איר און די ארומיגע) אז דאס איז נישט בעצם קיין רעיפּ און דעריבער טאקע נישט אזוי ווייט טראָמעטיק פאר איר; עכ"פ נישט ווי א "געהעריגע" רעיפּ במובן הפשוט. (לכאורה בכלל דאס צו פארגלייכן און צו זאגן אזוי וואלט לכאורה געווען אן אינסאָלט און א פאטש אין פנים פאר א פרוי וואס איז ל"ע טאקע א וויקטים פון רעיפּ, ואפילו א וויקטים פון געהעריגע מעריטעל רעיפּ.

בנוסף לזה האט מיין ווייב מיר מעורר געווען נאכ'ן דאס ליינען אז אויב רעכענט מען דאס ווי "רעיפּ" קען עס אויך פונקט אזוי באטראכטן ווערן ווי א רעווערס רעיפּ - דער חתן איז פונקט אזוי מוכרח דערצו דורך (זיין עסאָמפּשען אויף/איבער) איר די כלה. הגם מ'קען מחלק זיין אז פאר אים איז עס תענוג און נישט א פיזישע צער ווי פאר איר מחמת הבתולים דעמאלטס, וממילא איז זי (מער) געצוואונגען ווי ער.

וכמובן אויב זאגט זי "ניין", אדער איז נישט מרוצה, איז דאך אסור לו לבעול, ועיין באו"ח סימן רמ סעיף ג ובמ"א שם ס"ק ז.)

צב"ש מיין ווייב האט אסאך מער ענדזשויט די יום החתונה ווי מיר (סיי דעמאלטס און סיי און רעטראָספּעקט) און איז געווען אסאך רואיגער ווי מיר בנוגע הבעילה. און איך גלייב אז דאס איז, עכ"פ א חלק דערפון, צוליב דעם אז זי איז געווען אסאך מער פאר"סיסטעמ"ט ווי איך, והיינו אין די סאציאלע עקספּעקטעישאנס און עסאָמפּשענס דערין לגבי דעם וכנ"ל.

ולכאורה היינו טעמא נמי פארוואס (עכ"פ ווי עס זעהט אויס) זענען א גרויס חלק חתנים וכלות "אויף א היי און אין די וואלקענעס" (היפך טראמא) נאך די חתונה בתוך השבעת ימי המשתה - דאס איז די קאַנסטראָקט און עסאָמפּשען אויף די סארט קאנטעקסט פון זייער געזעלשאפט און דערפאר איז דאס טאקע די רעאליטעט פאר זיי דעמאלטס.

בת קול » מיטוואך פעברואר 9, 2022 12:42 pm

· #494595
אין מיין אפיניען איז עס פונקט אזוי הארבע ווי מעריטאל רעיפ כאטש די מיידלעך ווייסן אז זייערע מענער קענען פילן זייער שלעכט דערוועגן און ווילן נישט באמת וויי טוהן.
די עצם געדאנק אז מען פראגראמט אז מען מעג נישט זאגן ניין, קלאפט רוב מאל אויס מיט געפערליכע תוצאות.

קען זיין דיין ווייב איז בכלל געווען מער אויפגעקלערט און אפען צו די געדאנק שוין פאר א שטיק צייט פריער.
פאר א מיידל וואס ווייסט פון גארנישט צו זאגן, איז דאס א געפערליכע טראומא וואס האט נישט קיין זין.

טשעסטער » מיטוואך פעברואר 9, 2022 1:55 pm

· #494602
מען טאנצט און מען פריידט זיך ווייל מ'פרייט זיך אז די דורות ציען זיך ווייטער!
מיט דעם וואס מ'שטעלט צוזאם היינט נאכט דאס נייע פארפאלק עפענט מען דעם טיר פאר א פרישע משפחה אין כלל ישראל!

די גמרא זאגט (נדה יג:) אמר רבי יוסי, אין בן דוד בא עד שיכלו כל הנשמות שבגוף, קומט אויס אז מיט יעדע קינד וואס ווערט געבוירן ווערט נתקרב ביאת המשיח במהרה בימינו' און די שליסל דערצו איז די חתונה נאכט!

איינע פון די סגולות צו האבן הצלחה אין סיי וועלכע ענין איז, אז די התחלה פון די זאך זאל זיין פרייליך און גוטמוטיג, און ווי מזאגט 'מיט די רעכטע פיס'. ממילא ביי א חתונה וואו ס'איז די התחלה מאכט מען א מצב פון שמחה כדי ס'זאל זיין א שטוב מיט שמחה און מ'זאל זיין צופרידען איינער פונעם צווייטן.

די מציאות איז אז 95 % איז דער חתן און כלה פרייליך חתונה צו האבן (די תורה זאגט שוין אז "לא טוב היות האדם לבדו"). ממילא טאנצן די חבירים זיך מיטצופרייען מיט זייער חבר'ס/חברטע'ס שמחה.

איינע פון די גרויסע מצוות איז טאקע צו אויסלויבן די כלה פארן חתן "אומרים לפניו כלה נאה וחסידה", כדי די חתן זאל באקומען א גוטע בליק אויף איר. בדרך כלל ווען מ'באמערקט שפעטער חסרונות (אזויווי יעדע מענטש פארמאגט מעלות און חסרונות זייט די חטא הקדמון), טראכט מען צוריק אבער יענער און יענער האבן דאך געזאגט וואספארא גוטע מידות צו גוטע הארץ אדער וכו', זי האט, סאוי קומט דאך אויס אז אנדערע זענען ארגער.... נו לאמיר שוין בלייבן מיט דעם!...

כהיום יום ווען מטאנצט איז עס אין א געוויסע בחינה ווי זאגן כלה נאה וחסידה, די חתן טראכט, אויב בין איך חלילה אריינגעפאלן פארוואס פרייען זיך מיינע חבירים? אלא מאי מוז זיין אז איך האב באקומען א גוטס! וכה"ג אצל הכלה!

קהל'ס נער » מיטוואך פעברואר 9, 2022 2:50 pm

· #494607
אפשר בלייבן טאקע 95% חתונה געהאט, אבער פארדעם טאנצט מען?! מען וואלט געדארפט זיצען שבעה פאר דעם, דו ווייסט וויפיל פון די ווילן זיך גט'ן נאר זיי קענען נישט מפני "הלחץ זו הפיער פרעשיר" אדער אימעדזש צי אנדערע נארישע סיבות.
גערעכט לא טוב היות האדם לבדו, אבער האסט פארגעסן א אנדערע פסוק "ומוצא אני את האשה מר ממות" אז איינער איז אין א שלעכטע מעריזדש איז עס ערגער פון טויט (אריין אין סוסייד אשכול)

אפילו אויב די זיווג גייט זיך יא אויסקימען טאנצט מען נישט פאר די קינדער, ווען יא וואלט מען געדארפט מאכן די טראסק ווען מען געבוירט די קינד.

בקיצור די אלע פשעטלעך זענען גיט פאר די עלטער פעטער זאל נערווירן די עולם ביי זיין שבע ברכות דרשה, אבער מיטן מציאות האט עס קיין קשר ניט.

אגב פרוביר ציגיין צי א חתן און עים זאגן "כלה נ** וחסידה".....

טשעסטער » מיטוואך פעברואר 9, 2022 3:04 pm

· #494609
[quote="קהל'ס נער"]
אפשר בלייבן טאקע 95% חתונה געהאט, אבער פארדעים טאנצט מען?! מען וואלט געדארפט זיצען שבעה פאר דעים, די ווייסט וויפיל פון דעים ווילן זיך גט'ן נאר זיי קענען נישט מפני "הלחץ זו הפיער פרעשיר" אדער אימעדזש צי אנדערע נארישע סיבות.
נישט אמת!
ממילא
גערעכט לא טוב היות האדם לבדו, אבער האסט פארגעסן א אנדערע פסוק "ומוצא אני את האשה מר ממות" אז איינער איז אין א שלעכטע מעריזדש איז עס ערגער פון טויט (אריין אין סוסייד אשכול)
'מצא' או 'מוצא' האט מען געפרעגט, ס'ווענט זיך אויב ס'איז שכינה שרוי' ביניהם וואס דאן איז עס 'מצא' א גוטע זאך
אפילו אויב די זיווג גייט זיך יא אויסקימען טאנצט מען נישט פאר די קינדער, ווען יא וואלט מען געדארפט מאכן די טראסק ווען מען געבוירט די קינד.
האבן מיר שוין געשריבן אז מגייט בתר ההתחלה
בקיצור די אלע פשעטלעך זענען גיט פאר די עלטער פעטער זאל נערווירן די עולם ביי זיין שבע ברכות דרשה, אבער מיטן מציאות האט עס קיין קשר ניט.
עס האט יא א קשר - און אויב ער נערווירט דיר מיט דברי תורה מוזטו אים נישט אויסהערן - קענטס טראכטן פון דיין ביזנעס בשעת די דרשה.
אגב פרוביר ציגיין צי א חתן און עים זאגן "כלה נ** וחסידה".....
קענסט אים זאגן אז דו הערסט אז ער האט געטראפן אזוינס און אזאלעכס... וכו' ולמצוה גדולה יחשב יעדע גוט ווארט וואס מ'זאגט פאר א חתן אויף א כלה אדער פארקערט[/quote]

מי אני » מיטוואך פעברואר 9, 2022 3:06 pm

· #494610
בת קול
אין מיין אפיניען איז עס פונקט אזוי הארבע ווי מעריטאל רעיפ כאטש די מיידלעך ווייסן אז זייערע מענער קענען פילן זייער שלעכט דערוועגן און ווילן נישט באמת וויי טוהן.
די עצם געדאנק אז מען פראגראמט אז מען מעג נישט זאגן ניין, קלאפט רוב מאל אויס מיט געפערליכע תוצאות.

קען זיין דיין ווייב איז בכלל געווען מער אויפגעקלערט און אפען צו די געדאנק שוין פאר א שטיק צייט פריער.
פאר א מיידל וואס ווייסט פון גארנישט צו זאגן, איז דאס א געפערליכע טראומא וואס האט נישט קיין זין.

נו, אין אזא פאל איז דאך דאס ניתן צו עמפּיריש אויפווייזן. והיינו, אויב זענען רוב כלות אין אונזער געמיינדע נישט טראמאטיזירט נאכדעם איז דאן לכאורה דאס נישט בגדר מעריטעל רעיפּ. און דאס איז לכאורה טאקע מהאי טעמא: די גאנצע געצווינגענקייט דערצו (אָננעמענדיג/עסיוּמינג אז עס איז טאקע אזוי) איז מכח סאציאלע נאָרמס, און די אונטערליגענדע שׁעירד סאציאלע עסאָמפּשענס און עטיטוּד(ס) דערצו מאכט אז דאס איז טאקע נישט טראָמעטיק מהאי טעמא. (ועכ״כ אז טאמער איז פארקערט און דער חתן טוהט עס נישט וועט זי מעגליך פונקט אזוי האבן טענות, און טאקע נאר מכח די עסאָמפּשענס.) פארשטייט זיך אז עס זענען דא אַוּטלייערס ואפילו עכ״כ וואו די חתן באצווינגט איר טאקע ממש, וואס איז טאקע מעריטעל רעיפּ לכל הדעות (ולהלכה). מאידך גיסא טאמער זענען טאקע רוב כלות טראמאטיזירט איז דאס טאקע בגדר (עכ״פ עקסידענטעל) מעריטעל רעיפּ.

איך בין אבער פולקאם מודה אז ס׳פעהלט אויס אסאך בעסערע סעקס עד אין אונזער געזעלשאפט מכח אסאך טעמים און דאס איז אויך איינע פון זיי.

נ.ב. מיין ווייב איז געוואור געווארן צום ערשטן מאל פון געשלעכטליכע באציאונגען וחיי המין צוויי וואכן פאר די חתונה.

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך פעברואר 9, 2022 3:13 pm

· #494611
אין מיינע אויגן איז עס א אווענט וואס מען אנערט דעם חתן און כלה. א בחינה ווי די באללן פון די אלטע פריצים.

ביי די חתונה סעלעברירט מען בעיקר די נאנטשאפט פון די געזעלשאפט צו די חתן כלה, און דאס איז אפילו נניח אז ביידע ווארטן שוין פאר די בעילה און דער עולם פרייט זיך מיט זייער שמחה איז ווייטער די חלק וואס דער עולם באשיינט די נאכט א סטעיטמענט פון פריינטשאפט און דאס איז די סיבה פארוואס מען טאנצט, צו ארויסווייזן נאנטשאפט און פריינטשאפט מחמת איזה סיבה שהיא.

ואגב, צו רחמנות האבן אויף די צומישטע מיידל איז סעלפיש סימפאטיע, רוב בחורים גייען פונקט אזוי דורך טראומא און אפילו שווערער פון די מיידלעך, זיי זענען געצוואונגענע תליינים

קידוש » מיטוואך פעברואר 9, 2022 3:55 pm

· #494616
איך האב היינט נאכט א חתונה פון א נאנטע קרוב אין די עולם האט מיר ארויסגענומען די טעם צו טאנצען,
איך האב מורא אז בשעת'ן מאכט די זיידע שפאציר ביים ערשטע טאנץ וועט מיין מוח זיין פארנומען צו חקרנ'ן צו איך מעג בכלל טאנצען יעצט לשיטת @בת קול אז מ'גרייט זיך יעצט אויף א הימעלשרייענדיגע פארברעכען

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך פעברואר 9, 2022 4:01 pm

· #494617
בת קול
אין מיין אפיניען איז עס פונקט אזוי הארבע ווי מעריטאל רעיפ כאטש די מיידלעך ווייסן אז זייערע מענער קענען פילן זייער שלעכט דערוועגן און ווילן נישט באמת וויי טוהן.
די עצם געדאנק אז מען פראגראמט אז מען מעג נישט זאגן ניין, קלאפט רוב מאל אויס מיט געפערליכע תוצאות.

קען זיין דיין ווייב איז בכלל געווען מער אויפגעקלערט און אפען צו די געדאנק שוין פאר א שטיק צייט פריער.
פאר א מיידל וואס ווייסט פון גארנישט צו זאגן, איז דאס א געפערליכע טראומא וואס האט נישט קיין זין.

איך פארשטיי נישט @ בת קול,
שטייט בפירוש אין די תנאים "ונשאלה את פיה ואמרה הן!"

זרחי » מיטוואך פעברואר 9, 2022 4:27 pm

· #494618
רבותי קריכטס אראפ פון בוים אין חלום לאנד און גייטס צוריק צו ריאליטעיט.

מי אני » מיטוואך פעברואר 9, 2022 6:46 pm

· #494629
אחרי עיון שוב קען מען טענה׳ן אז אפילו טאמער איז יא דא טראמא קען מען נאך אלס לכאורה נישט רופן און קלאסיפיצירן ליל החתונה ביי חרדים אלס ״רעיפּ״. דאס איז מכח ווייל ביי רובא דרובא דרובא איז:

1). קיין מעלעוואָלענט אינטענט מצד דעם חתן דעם ״רעיפּיסט״ לגמרי נישט דא. פארקערט גאר - ער קען גאר זיין א רחמנות אויך

2). פון איר זייט דא קאָנסענט. טאקע מכח אינדאַקרינעישאן ואפילו בטעות אבער פארט קאָנסענט (מ׳רעדט דאך ווען ס׳איז נישטא קיין הלכה׳דיגע פראבלעם: זי זאגט נישט ״ניין״ וכדומה). עכ״פ פון א לעגאלן שטאנדפונקט איז דאס לכאורה זיכער בגדר ״קאָנסענט״

די ביידע פאקטארן זענען אויסדרוקליך נישט דא ביי רעיפּ אדער מעריטאל רעיפּ. והא ראיה אז עס איז נישט עולה על הדעת צו קלאסיפיצירן ליל החתונה ביי חרדים אלס ״סעקשועל עסאָלט״.

טא, פארוואס איז ״טראמא״ דאס קובע אלס מעריטאל רעיפּ? די טראמא איז לכאורה פשוט פון דאס פעהלער אין אונזער געזעלשאפט׳ס סעקס עד אין דאס׳ן זיי צוגרייטן בכלל צו געשלעכטליכע באציאונגען, וואס גייט דאך קעגן די געדאנק פון צניעות און פּרוּדישקייט מיט וואס זיי זענען אויפגעצויגן געווארן מיט ביז אהער. אבער ביז מעריטאל רעיפּ איז פאלג מיר א גאנג.

איך ווידערהאל אז צו פארגלייכן ליל החתונה ביי חרדים צו מעריטאל רעיפּ איז, לענ״ד, א חוצפה, בגידה, און אינסענסיטיוויטי צו די פרויען וואס האבן דאס ליידער יא מיטגעמאכט.

קהל'ס נער » מיטוואך פעברואר 9, 2022 7:03 pm

· #494630
זרחי
רבותי קריכטס אראפ פון בוים אין חלום לאנד און גייטס צוריק צו ריאליטעיט.

זעיט אויס אז האסט געסקיפט א עקסיט.

בת קול » מיטוואך פעברואר 9, 2022 7:52 pm

· #494633
מי אני
אחרי עיון שוב קען מען טענה׳ן אז אפילו טאמער איז יא דא טראמא קען מען נאך אלס לכאורה נישט רופן און קלאסיפיצירן ליל החתונה ביי חרדים אלס ״רעיפּ״. דאס איז מכח ווייל ביי רובא דרובא דרובא איז:

1). קיין מעלעוואָלענט אינטענט מצד דעם חתן דעם ״רעיפּיסט״ לגמרי נישט דא. פארקערט גאר - ער קען גאר זיין א רחמנות אויך

2). פון איר זייט דא קאָנסענט. טאקע מכח אינדאַקרינעישאן ואפילו בטעות אבער פארט קאָנסענט (מ׳רעדט דאך ווען ס׳איז נישטא קיין הלכה׳דיגע פראבלעם: זי זאגט נישט ״ניין״ וכדומה). עכ״פ פון א לעגאלן שטאנדפונקט איז דאס לכאורה זיכער בגדר ״קאָנסענט״

די ביידע פאקטארן זענען אויסדרוקליך נישט דא ביי רעיפּ אדער מעריטאל רעיפּ. והא ראיה אז עס איז נישט עולה על הדעת צו קלאסיפיצירן ליל החתונה ביי חרדים אלס ״סעקשועל עסאָלט״.

טא, פארוואס איז ״טראמא״ דאס קובע אלס מעריטאל רעיפּ? די טראמא איז לכאורה פשוט פון דאס פעהלער אין אונזער געזעלשאפט׳ס סעקס עד אין דאס׳ן זיי צוגרייטן בכלל צו געשלעכטליכע באציאונגען, וואס גייט דאך קעגן די געדאנק פון צניעות און פּרוּדישקייט מיט וואס זיי זענען אויפגעצויגן געווארן מיט ביז אהער. אבער ביז מעריטאל רעיפּ איז פאלג מיר א גאנג.

איך ווידערהאל אז צו פארגלייכן ליל החתונה ביי חרדים צו מעריטאל רעיפּ איז, לענ״ד, א חוצפה, בגידה, און אינסענסיטיוויטי צו די פרויען וואס האבן דאס ליידער יא מיטגעמאכט.

וויאזוי איז דאס נישט רעיפ, ווען זיי ווייסן נישט פון קאנסענט, רעיפ אדער אז מען מעג בכלל זאגן ניין?
די גאנצע וועזן אירע שרייט ניין, נאר זי ווייסט זי מעג עס נישט ארויסזאגן, די עקספיריענס איז רעיפ, א גוטע סעקס עד אדער נישט.
(און צו גוט קען עס נישט זיין אויב מען האט קיינמאל געלערנט איבער קאנסענט.)

וויפיל פעלער זענען דא פון כלות וואס האבן יא געשריגן "הער אויף, עס טוהט וויי" און די פרישע חתן ווייסט נישט פון קיין מעשיות, נאר אז זיין מדריך האט אים געזאגט ער זאל איר נישט פאלגן?

איך קען נאך גענוג פעלער פון פרויען וואס ווילן נישט/ האבן נישט הנאה/ אדער האבן גאר פיזישע ווייטאג, און זיי ווייסן נישט עד היום צו זאגן ניין.
דאס אליין ברענגט געווענטליך אז די פראבלעם זאל נישט קענען געלייזט ווערן, ווייל צומאל דארף מען נאר א ברעיק עס צו קענען solven.

כ'בין גענצליך פארפארן דא. אנטשולדיגט פאר interrupten דיין אשכול.

תוהו ובוהו » מיטוואך פעברואר 9, 2022 8:13 pm

· #494635
מי אני
אחרי עיון שוב קען מען טענה׳ן אז אפילו טאמער איז יא דא טראמא קען מען נאך אלס לכאורה נישט רופן און קלאסיפיצירן ליל החתונה ביי חרדים אלס ״רעיפּ״. דאס איז מכח ווייל ביי רובא דרובא דרובא איז:

1). קיין מעלעוואָלענט אינטענט מצד דעם חתן דעם ״רעיפּיסט״ לגמרי נישט דא. פארקערט גאר - ער קען גאר זיין א רחמנות אויך

אפילו קענסט אים נישט רופן א רעיפיסט קען זי נאך אלס ווערן גערעיפט, פונקט ווי א מאן וואס צומאל הייבט נישט אן צו פארשטיין אז ער בא'עוול'ט א פרוי איז זי נאך אלס גערעיפט געווארן.
מי אני
2). פון איר זייט דא קאָנסענט. טאקע מכח אינדאַקרינעישאן ואפילו בטעות אבער פארט קאָנסענט (מ׳רעדט דאך ווען ס׳איז נישטא קיין הלכה׳דיגע פראבלעם: זי זאגט נישט ״ניין״ וכדומה).

רעיפ איז אפשר א גרויס ווארט לשבר את האוזן.
אבער איך וואלט עס פארגליכן צום קאנסענט וואס איז פארהאן אין א סעקס קאלט, מ'פראגמירט אריין פון אלס קליין קינד אז מ'דארף טוהן וואס מ'הייסט און וואס יעדער טוט, און צוויי וואכן פאר די חתונה לערנט מען אויס אז דאס דארף מען יעצט טון, א ניין פאלט זיי ניטאמאל ביי.
מי אני
עכ״פ פון א לעגאלן שטאנדפונקט איז דאס לכאורה זיכער בגדר ״קאָנסענט״

ווי קומט אריין לעגאל?!
מי אני

נו, אין אזא פאל איז דאך דאס ניתן צו עמפּיריש אויפווייזן. והיינו, אויב זענען רוב כלות אין אונזער געמיינדע נישט טראמאטיזירט נאכדעם איז דאן לכאורה דאס נישט בגדר מעריטעל רעיפּ.

כ'זעה נישט ווי רוב קומט דא אריין אדער זאל זיין א קובע.
ס'גענוג צו זאגן אז אונזער סיסטעם ערלויבט און איז גורם אז א געוויסע פראצענט (נישט קיין נפק"מ ווי סאך) זאלן אריבערגיין אן עקספריענס פון סעקסואלע אביוז.
מי אני
בנוסף לזה האט מיין ווייב מיר מעורר געווען נאכ'ן דאס ליינען אז אויב רעכענט מען דאס ווי "רעיפּ" קען עס אויך פונקט אזוי באטראכטן ווערן ווי א רעווערס רעיפּ - דער חתן איז פונקט אזוי מוכרח דערצו דורך (זיין עסאָמפּשען אויף/איבער) איר די כלה.

100%

בת קול » מיטוואך פעברואר 9, 2022 8:39 pm

· #494638
תוהו ובוהו

זייער גוט צונומען.
און נאר צוצולייגן אז רוב טערעפיסטן וואס ארבייטן מיט אזעלכע פעלער קוקן עס יא אן ווי רעיפ און ארבייטן דעראויף accordingly.
דאס מיינט נישט אז דער מאן איז א רעיפיסט. ער איז פונקט אזוי א וויקטים.

עס איז אנדערש ווי רעיפ וואס איז אן assault אבער ביידע ווערן גערעכנט ווי רעיפ אין די סייקעלאדשיקעל וועלט.

מי אני » מיטוואך פעברואר 9, 2022 8:53 pm

· #494643
בת קול
וויאזוי איז דאס נישט רעיפ, ווען זיי ווייסן נישט פון קאנסענט, רעיפ אדער אז מען מעג בכלל זאגן ניין?
די גאנצע וועזן אירע שרייט ניין, נאר זי ווייסט זי מעג עס נישט ארויסזאגן, די עקספיריענס איז רעיפ, א גוטע סעקס עד אדער נישט.
(און צו גוט קען עס נישט זיין אויב מען האט קיינמאל געלערנט איבער קאנסענט.)

צו זאגן אז ״עס הייסט נישט קאָנסענט״ ווייל זי ווייסט נישט צו זאגן ״ניין״ איז א לומדות דאס צו מאכן ״רעיפּ״ ווען למעשה איז זי מרוצה דערצו און דאס וויל זי למעשה. ווי געזאגט איז עס עכ״כ אז אויב דער חתן וועט זאגן ״ניין״ וועט זי זיך לכאורה פיהלן באקריוודעט. עס דארף אויך אָננעמען, כדי דאס צו באצייכענען אלס ״רעיפּ״, אז זי ״וואלט ווען״ געזאגט ״ניין״. א שווערע ארגומענט און די בּוּרדען אָוו פּרוּף איז אויף דעם וואס באשולדיגט דאס אלס ״רעיפּ״. און דאס איז שוין אויך אויב נעמט מען אָן אז זי ווייסט טאקע נישט אז זי קען זאגן ״ניין״. ווי מ׳זעהט שפעטער זאגסטו דאך אז זי זאגט ״ניין״ ווען עס טוהט איר וויי.

און סתם אזוי לפי דעם דארף דאך אויסצוקומען אז זייער חיי המין צוזאמען איז כסדר מעריטעל רעיפּ. א שווערע ארגומענט. חוץ טאמער זאגט מען אז נאר בליל החתונה האלטן זיי אז זיי קענען נישט זאגן ״ניין״. אויך א שווערע ארגומענט.
‏
בת קול
וויפיל פעלער זענען דא פון כלות וואס האבן יא געשריגן "הער אויף, עס טוהט וויי" און די פרישע חתן ווייסט נישט פון קיין מעשיות, נאר אז זיין מדריך האט אים געזאגט ער זאל איר נישט פאלגן?

הא׳מיר גערעדט אז אונז רעדן נישט ווען עס איז בפירוש קעגן הלכה. און א מדריך וואס לערענט אזוי אויס דארף מען מעביר זיין פון א הלכה׳דיגן שטאנדפונקט. און איז דאס טאקע א רוב? איך האב געהאט א שטארק פרומען מדריך און ער האט פשוט געזאגט אז מ׳דארף זיך גרייטן אז עס טוהט איר וויי און צוגיין דערצו מיט שכל מיט׳ן איר מרצה זיין. דאס איז ווי אזוי עס גייט צו ביי יעדן; גוים און אידן צוגלייך.

מי אני » מיטוואך פעברואר 9, 2022 9:04 pm

· #494646
תוהו ובוהו
מי אני
אחרי עיון שוב קען מען טענה׳ן אז אפילו טאמער איז יא דא טראמא קען מען נאך אלס לכאורה נישט רופן און קלאסיפיצירן ליל החתונה ביי חרדים אלס ״רעיפּ״. דאס איז מכח ווייל ביי רובא דרובא דרובא איז:

1). קיין מעלעוואָלענט אינטענט מצד דעם חתן דעם ״רעיפּיסט״ לגמרי נישט דא. פארקערט גאר - ער קען גאר זיין א רחמנות אויך

אפילו קענסט אים נישט רופן א רעיפיסט קען זי נאך אלס ווערן גערעיפט, פונקט ווי א מאן וואס צומאל הייבט נישט אן צו פארשטיין אז ער בא'עוול'ט א פרוי איז זי נאך אלס גערעיפט געווארן.
מי אני
2). פון איר זייט דא קאָנסענט. טאקע מכח אינדאַקרינעישאן ואפילו בטעות אבער פארט קאָנסענט (מ׳רעדט דאך ווען ס׳איז נישטא קיין הלכה׳דיגע פראבלעם: זי זאגט נישט ״ניין״ וכדומה).

רעיפ איז אפשר א גרויס ווארט לשבר את האוזן.
אבער איך וואלט עס פארגליכן צום קאנסענט וואס איז פארהאן אין א סעקס קאלט, מ'פראגמירט אריין פון אלס קליין קינד אז מ'דארף טוהן וואס מ'הייסט און וואס יעדער טוט, און צוויי וואכן פאר די חתונה לערנט מען אויס אז דאס דארף מען יעצט טון, א ניין פאלט זיי ניטאמאל ביי.
מי אני
עכ״פ פון א לעגאלן שטאנדפונקט איז דאס לכאורה זיכער בגדר ״קאָנסענט״

ווי קומט אריין לעגאל?!
מי אני

נו, אין אזא פאל איז דאך דאס ניתן צו עמפּיריש אויפווייזן. והיינו, אויב זענען רוב כלות אין אונזער געמיינדע נישט טראמאטיזירט נאכדעם איז דאן לכאורה דאס נישט בגדר מעריטעל רעיפּ.

כ'זעה נישט ווי רוב קומט דא אריין אדער זאל זיין א קובע.
ס'גענוג צו זאגן אז אונזער סיסטעם ערלויבט און איז גורם אז א געוויסע פראצענט (נישט קיין נפק"מ ווי סאך) זאלן אריבערגיין אן עקספריענס פון סעקסואלע אביוז.
מי אני
בנוסף לזה האט מיין ווייב מיר מעורר געווען נאכ'ן דאס ליינען אז אויב רעכענט מען דאס ווי "רעיפּ" קען עס אויך פונקט אזוי באטראכטן ווערן ווי א רעווערס רעיפּ - דער חתן איז פונקט אזוי מוכרח דערצו דורך (זיין עסאָמפּשען אויף/איבער) איר די כלה.

100%

איך האב צאמגעשטעלט ביידע תנאים וואס אויב זיי ביידע פעהלן קען עס בשו״א נישט ווערן גערופן ״רעיפּ״. און דאס איז וואס איך טענה: ״רעיפּ״ איז א געוואלדיגע שטארקע ווארט און words matter (ואפילו סעקס קאָלט איז לכאורה א פאלשע עקוויוועלענס וד״ל). און דעריבער קומט אריין א לעגאלע דעפיניציע צו מסביר זיין אז דא איז אויסדרוקליך נישטא קיין קרימינאלע אקט; מצד דעם יחיד זיכער נישט. א ״נישט קרימינאלע רעיפּ״ איז לכאורה א סתירה מיניה וביה.

די מערסטע וואס דו קענסט זאגן איז אז די געזעלשאפט איז נישט געזונט בנוגע איר געשלעכטליכע מהלך. וממילא קומט יא אריין רוב ורובא דרובא: מ׳וויל דאך טענה׳ן אז אט דאס איז די פועל יוצא פון די מהלך אין דעם פון די געזעלשאפט. אז ס׳איז מער א מועט שוואכט עס היפש אפ די טענה - די מהלך דערצו אין די סעקולארע וועלט קען מען אויך טענה׳ן איז גורם א פראצענט סעקסואלע עביוּז (על הכלל כולו); די באקאנטע רעיפּ קולטור. פארפירט מען אזוי קעגן דעם ווי קעגן דעם? אויב יא דארף דאס טאקע זיין אייניג פּראפּארציאנאל צו די פראצענטן.

עס איז א היפשע חילוק פון ארבעטן דערויף ״ווי כאילו״ א רעיפּ אלס די טראמא וואס איז דא דערין, ווי דאס קלאסיפיצירן אלס ״רעיפּ״. ופשוט היא לענ״ד.

לסיכום: ״רעיפּ״ איז א סארט סעקשועל עסאָלט, ופשוט היא לענ״ד אז דאס איז נישטא ביי דעם על הכלל כולו.

בת קול » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 12:50 am

· #494657
מי אני
בת קול
וויאזוי איז דאס נישט רעיפ, ווען זיי ווייסן נישט פון קאנסענט, רעיפ אדער אז מען מעג בכלל זאגן ניין?
די גאנצע וועזן אירע שרייט ניין, נאר זי ווייסט זי מעג עס נישט ארויסזאגן, די עקספיריענס איז רעיפ, א גוטע סעקס עד אדער נישט.
(און צו גוט קען עס נישט זיין אויב מען האט קיינמאל געלערנט איבער קאנסענט.)

צו זאגן אז ״עס הייסט נישט קאָנסענט״ ווייל זי ווייסט נישט צו זאגן ״ניין״ איז א לומדות דאס צו מאכן ״רעיפּ״ ווען למעשה איז זי מרוצה דערצו און דאס וויל זי למעשה. ווי געזאגט איז עס עכ״כ אז אויב דער חתן וועט זאגן ״ניין״ וועט זי זיך לכאורה פיהלן באקריוודעט. עס דארף אויך אָננעמען, כדי דאס צו באצייכענען אלס ״רעיפּ״, אז זי ״וואלט ווען״ געזאגט ״ניין״. א שווערע ארגומענט און די בּוּרדען אָוו פּרוּף איז אויף דעם וואס באשולדיגט דאס אלס ״רעיפּ״. און דאס איז שוין אויך אויב נעמט מען אָן אז זי ווייסט טאקע נישט אז זי קען זאגן ״ניין״. ווי מ׳זעהט שפעטער זאגסטו דאך אז זי זאגט ״ניין״ ווען עס טוהט איר וויי.

און סתם אזוי לפי דעם דארף דאך אויסצוקומען אז זייער חיי המין צוזאמען איז כסדר מעריטעל רעיפּ. א שווערע ארגומענט. חוץ טאמער זאגט מען אז נאר בליל החתונה האלטן זיי אז זיי קענען נישט זאגן ״ניין״. אויך א שווערע ארגומענט.
‏
בת קול
וויפיל פעלער זענען דא פון כלות וואס האבן יא געשריגן "הער אויף, עס טוהט וויי" און די פרישע חתן ווייסט נישט פון קיין מעשיות, נאר אז זיין מדריך האט אים געזאגט ער זאל איר נישט פאלגן?

הא׳מיר גערעדט אז אונז רעדן נישט ווען עס איז בפירוש קעגן הלכה. און א מדריך וואס לערענט אזוי אויס דארף מען מעביר זיין פון א הלכה׳דיגן שטאנדפונקט. און איז דאס טאקע א רוב? איך האב געהאט א שטארק פרומען מדריך און ער האט פשוט געזאגט אז מ׳דארף זיך גרייטן אז עס טוהט איר וויי און צוגיין דערצו מיט שכל מיט׳ן איר מרצה זיין. דאס איז ווי אזוי עס גייט צו ביי יעדן; גוים און אידן צוגלייך.

אויב וויל זי נישט סיי וועלכע אנדערע נאכט און מיינט זי האט נישט די רעכט צו זאגן ניין- איז עס פונקט אזוי מעריטאל רעיפ די אנדערע נעכט.
איך האב נאר ארויף געברענגט די ליל החתונה, ווייל מען רעדט דא פון די ליל החתונה.
די פראבלעם מיט וואס דער מדריך לערנט איז אז ער דערציילט נאר איבער ניצן די שכל א.ד.ג. און ער דערציילט נישט אז אויב זאגט זי ניין איז ניין.
No ifs buts or ands.

בת קול » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 12:57 am

· #494659
מי אני
איך האב צאמגעשטעלט ביידע תנאים וואס אויב זיי ביידע פעהלן קען עס בשו״א נישט ווערן גערופן ״רעיפּ״. און דאס איז וואס איך טענה: ״רעיפּ״ איז א געוואלדיגע שטארקע ווארט און words matter (ואפילו סעקס קאָלט איז לכאורה א פאלשע עקוויוועלענס וד״ל). און דעריבער קומט אריין א לעגאלע דעפיניציע צו מסביר זיין אז דא איז אויסדרוקליך נישטא קיין קרימינאלע אקט; מצד דעם יחיד זיכער נישט. א ״נישט קרימינאלע רעיפּ״ איז לכאורה א סתירה מיניה וביה.

די מערסטע וואס דו קענסט זאגן איז אז די געזעלשאפט איז נישט געזונט בנוגע איר געשלעכטליכע מהלך. וממילא קומט יא אריין רוב ורובא דרובא: מ׳וויל דאך טענה׳ן אז אט דאס איז די פועל יוצא פון די מהלך אין דעם פון די געזעלשאפט. אז ס׳איז מער א מועט שוואכט עס היפש אפ די טענה - די מהלך דערצו אין די סעקולארע וועלט קען מען אויך טענה׳ן איז גורם א פראצענט סעקסואלע עביוּז (על הכלל כולו); די באקאנטע רעיפּ קולטור. פארפירט מען אזוי קעגן דעם ווי קעגן דעם? אויב יא דארף דאס טאקע זיין אייניג פּראפּארציאנאל צו די פראצענטן.

עס איז א היפשע חילוק פון ארבעטן דערויף ״ווי כאילו״ א רעיפּ אלס די טראמא וואס איז דא דערין, ווי דאס קלאסיפיצירן אלס ״רעיפּ״. ופשוט היא לענ״ד.

לסיכום: ״רעיפּ״ איז א סארט סעקשועל עסאָלט, ופשוט היא לענ״ד אז דאס איז נישטא ביי דעם על הכלל כולו.

למעשה האלטן טערעפיסטן אנדערש ווי דיר, אז עס איז יא רעיפ.
איך מיין דו פארשטייסט פשוט נישט די הארבקייט און די violation דערפון.
דו גייסט מיט די מהלך אז רוב מיידלעך ווילן דאס זאל געשעהן אויפן חתונה נאכט, און דאס איז נישט ריכטיג.
רוב מיידלעך ווילן נישט אז א פרעמדער מאן זאל זיי אנרירן. זיכער נישט אינטעמיש, און אוודאי נישט די ערשטע טאג.
איך האלט דיין ווייב איז נישט honest מיט דיר.

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 1:39 am

· #494663
1). ווי געזאגט, טענה׳ן אז זי ווייסט בכלל נישט אז זי מעג אמאל זאגן ״ניין״ (בו בעת ווען דו זאגסט אז זי זאגט למעשה יא ״ניין״) איז א שווערע טענה און איך גלייב נישט אז דאס איז די מציאות - על הכלל כולו זיכער נישט (א מיעוט אפשר).

2). ״נוצן שכל מרצה צו זיין״ באדייט אז מ׳זאל מפתה זיין אז פון איר זאגן ״ניין״ זאל ווערן א זאגן ״יא״. טאמער זאגט זי למעשה נישט צום סוף א ״יא״ און דאך טוהט מען דאס איז דאך דאס בהדיא נישט ״מיט שכל״. וואס דען באדייט ״מיט שכל״? ווי איך האב געזאגט איז דאס פונקט אזוי ווי ביי די גוים ביים ערשטן מאל מיט בתולים ווי עס טוהט וויי און דאס גייט צו אזוי על זה הדרך מיט שכל און פארשטאנד.

3). לגבי טעראפּיסטנ׳ס דעפינישאן איז דאס ווייטער א קלעים וואס איך ווייס נישט אויב ס׳איז בארעכטיגט. קען זיין טעראפיסטן טריִטן די חלק הטראמא שבו, וואס קומט לכאורה מער מכח א פעהלער אינעם צוגרייט צו חיי המין און דאס שׁאק דערפון און צוגאנג דערצו בכלליות, ״כאילו עס איז אזוי ווי צושטאנד געקומען דורך רעיפּ״, אבער זיי האלטן אז דאס איז ״רעיפּ״? נאכאמאל, רעדענדיג על הכלל כולו. א שווערע טענה באזירט אויף די ראיות און דעפיניציעס דערפון. וואס? זיי האלטן אז עס איז סעקשועל עסאָלט? שווער צו גלייבן. געדענק דו ביסט מודה אז עס איז למעשה נישט דא קיין מעלעוואָלענט אינטענט און א (קען טאקע זיין בטעות) קאָנסענט מצדה איז אויך דא. מ׳רעדט דא על הכלל כולו אזוי ווי דיין ערשטע תגובה אויף די בלאט אין די נושא; נישט וואו ווען ער רעיפּט איר ווייטער ווען זי שרייט ״ניין״, וואס איך האלט איז א מיעוט און דאס איז נישט געווען דיין כוונה אין יענע תגובה.

4). לגבי וואס מיידלעך/כלות ווילן איז אויך אַן עמפּירישע קלעים וואס מ׳קען אויפווייזן דורך א סורוועי וכדומה וואס רוב מיידלעך ווילן טאקע. קענסט טענה׳ן אז זיי ווילן דאס מכח אינדאַקרינעישאן און איינרעדענישן און ווי געשמועסט די סאציאלע שׁעירד עסאָמפּשענס און נאָרמס (וואס איך בין מסכים און האלט אויך איז א חלק פון די נישט געזונטע צוגאנג צו געשלעכט בכלל און סעקס-עד בפרט אין אונזער געמיינדע, ווי געשריבן פריער אין פונקט 3), אבער דאס נעמט נישט אוועק פון וואס זיי ווילן למעשה דער חתן זאל טוהן.

די שאלה קען אבער יא זיין צי דאס איז רעיפּ ביי דיסעפּשאן פאר די קאָנסענט פונעם פרוי מכח דאס געזעלשאפט און דעם חתן בתוכה. אבער למעשה די וואס טוהן די "דיסעפּשאן", די געזעלשאפט און דעם חתן, גלייבן באמת אין דעם און זוכן נישט אויסצופאפּן וממילא הייסט דאס נישט "דעסיִווד". ולכאורה פשוט היא.

צום מערסטענסט איז דאס אפשר גרעי רעיפּ וואו קאָנסענט איז אומקלאר, וואס איז אליין קאנטראווערסיאנאל דאס צו רופן און טערמינען "רעיפּ". ווי זיי שרייבן:
The term “grey rape” has a lot of troublesome ideas behind it. Firstly it promotes, the miscommunication myth that sexual assault can sometimes be an “accident,” when in reality, it is always a deliberate act of violence. It also perpetuates the idea that there is a grey area where a person may be partially consenting on some level. However, as recognized by Canadian law consent or lack thereof is really clear and intuitive
מיינענדיג, עס האט שוין נישט קיינע געהעריגע הגדרות און אין אזא פאל קען מען זיך נישט היטן פון רעיפּ בכלל; ביזט קיינמאל נישט פארזיכערט אין קאָנסענט און עס מאכט בעצם יעדע מאנספערזאן וואס האט אינטימישע באציאונגען א ״רעיפּיסט״. און איך בין נישט זיכער אז דא ביי אונזער נידון גייט עס אָן בכלל וואו מ'קען טענה'ן אז זי וויל דאס פונקט אזוי מכח די נארמעס און וואו דער חתן איז מער-ווייניגער אין זעלבן פעקל וככל הנ"ל.

דאס אלעס פירט אריין צו:
5). ליהוי ידוע אז דעם ערשטן נאכט בין איך דער וואס האט געוואלט אויפגעבן ווייל עס איז מיר שווער געווען קישוי מחמת ענקזייעטי וכו׳. מיין ווייב איז דער וואס האט מיר געשטופט צו גיין ווייטער און ווייטער (דאכט זיך מיר אז ערגעץ האט שש אויך געזאגט אַן ענליכן עקספּיריענס ביי אים). און מיין ווייב איז אַן איידעלע מער שטילע מיידל. דאס איז א מציאות וואס איך בין דארט געווען. וואס איז שייך נישט זיין האנעסט?

קען זיין אז דיין (און דיינע פריינדינעס) עקספּיריענס(עס) איז געווען אנדערש אבער דאס איז פונקט אזוי ענעקדאָטעל ווי מיינס און מיינע חברים/קרובים/קרובות עקספּיריענסעס מיט וועמען איך האב גערעדט. און טאקע אסאך פארציילן אז זיי האבן עס ערשט געטוהן אינמיטן שבע ברכות צי נאך שפעטער. (איך גלייב אויך אז דו וועסט מודה זיין אז עס איז נאר א מיעוט וואס גייען צו די טעראפיסטן וועמען דו דערמאנסט. וועסט פשוט טענה׳ן אז מער ״דארפן ווען״ צו גיין.)

טשעסטער » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 4:43 pm

· #494704
כ'מיין אז כמעט יעדן טאג ווערט דא געפענט א פרישע אשכול אלעס מיט די פינסטערע ציל צו קענען רעדן פון ענינים שהשתיקה יפה להם.
הכל יודעין כלה למה נכנסה לחופה אלא שכל המנבל פיו...
ענק מעגן שוין סטאפן...

רובינזון קרוזו » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 4:55 pm

· #494705
טשעסטער
כ'מיין אז כמעט יעדן טאג ווערט דא געפענט א פרישע אשכול אלעס מיט די פינסטערע ציל צו קענען רעדן פון ענינים שהשתיקה יפה להם.
הכל יודעין כלה למה נכנסה לחופה אלא שכל המנבל פיו...
ענק מעגן שוין סטאפן...

מען רעדט פון טאנצן ביי א חתונה, און דיין קאפ פארט גלייך אריין אין גאטשע, אויב דעיס ברענגט דיך הירהורים איז סאמטהינג wראנג מיט דיך.

טשעסטער » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 5:17 pm

· #494707
רובינזון קרוזו
טשעסטער
כ'מיין אז כמעט יעדן טאג ווערט דא געפענט א פרישע אשכול אלעס מיט די פינסטערע ציל צו קענען רעדן פון ענינים שהשתיקה יפה להם.
הכל יודעין כלה למה נכנסה לחופה אלא שכל המנבל פיו...
ענק מעגן שוין סטאפן...

מען רעדט פון טאנצן ביי א חתונה, און דיין קאפ פארט גלייך אריין אין גאטשע, אויב דעיס ברענגט דיך הירהורים איז סאמטהינג wראנג מיט דיך.

דאס איז געווען די קעפל פון די אשכול. אבער די גאנצע המשך השמועס ביז אהער איבער די ענינים איז נישט ע"פ תורה.

זופ מיט מאנדלען » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 5:23 pm

· #494708
האחד בא לגור בתוכינו וגם שפוט ישפוט?

קל וחומר » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 8:47 pm

· #494722
Re: ולשמחה מה זה עושה? פארוואס טאנצט מען ביי א חתונה?
צוריק צום טאנץ

איך טראכט אזא לענ"ד סארט געדאנק...
מען טאנצט פשוט צו דיסטרעקטן דעם יונג פארל פון זייער דאגה (ווי מי אני האט אויבן דערמאנט דעם טרוד) און יתכן פאר דעם האבן חז"ל אזוי פיל דגוש געלייגט אויף שמחת חתן וכלה (כל המשמח כו' מותר להסתכל בפני כלה כל שבעה כדי לחבבה על בעלה).

דערנאך קומט די מצוה טאנץ כדי צו סעלעברירן די מצוה אבער דאן וויינט מען שוין (ווענד זיך ווער דער גראמער איז)

שמעקעדיג » מוצ"ש פעברואר 12, 2022 9:30 pm

· #494806
מיין פערספעקטיוו איז, אז מען סעלעברירט די מיילסטאון אז די חתן כלה ווערן אייגענע מענטשן פאר זיך, אז מ'האט האט זוכה געווען צו נעמען 2 פיצעלע בעביס און זיי זענען ענדליך אויפגעוואקסן און שטייען אויף די אייגענע פיס און זענען גרייט צו נעמען לייף צו די נעקסט לעוועל, דאס איז סיי עמאציאנאל דערהויבן און סיי זייער פרייליך. (אפגערעדט ביי היימישע אידן אויב דאס קינד וואקסט אויף ערליך, איז דאס א באזונדערע שמחה).

פארשטייט זיך צו דעם קומט צו דער פאקט אז די גאלדענע קייט גייט זיך ווייטער ציען, און מען גייט אויפשטעלן פרישע דורות בעז"ה, דאס מאכט דעם מענטש ממש טאנצן...

דאס איז די ביג פיקטשער, אוודאי קען מען טרעפן געוויסע זאכן וואס וואלטן געקענט/געדארפט זיין בעסער, אבער בכלליות איז עס א שמחה, ווייל אזוי גייט די וועלט, און מען טוט וואס מען דארף צו טון. איי עס קומען שווערע צייטן? אמת, אבער אזוי דארף עס גיין, אויפשטעלן א שטוב און ברענגען דורות איז אייביג געווען שווער, מען דארף פרובירן דאס בעסטע צו פארמיידן די שוועריגקייטן, אבער בכלליות איז עס א שמחה.

ס'איז אזוי ווי איינער זאל פרעגן פארוואס פרייעט מען זיך ווען א קינד ווערט געבוירן, עס איז דאך דא די חבלי לידה? יעדער פארשטייט אז א גוטע זאך קומט אן שווער. סוכ"ס וויל (כמעט) יעדער חתונה האבן, סיי די חתן כלה און סיי די עלטערן און אויך די קרובים, יעדער איז פאר'דאגה'ט אויב דער בחור אדער מיידל עלטערן זיך אליינס, טא פארוואס זאל מען נישט זיין פרייליך ווען די וואונטש ווערט מקויים און מען שטעלט אויף א שטוב אינאיינעם?

מי אני » מיטוואך אפריל 27, 2022 10:48 am

· #498655
מיט דעם האב איך געקלערט קען מען אפשר אויף זאגן פשט בהכתוב (קהלת ז ב) טוב ללכת אל בית אבל מלכת אל בית משתה באשר הוא סוף כל האדם והחי יתן אל לבו. והיינו, ווייל אויף בבית אבל פארשטייט מען טאקע טעם הצער והאבל שהיא על ההעדר והמיתה ממש. משא״כ ווען מ׳קלערט אריין בשמחת החתונה ובית המשתה וככל הנ״ל, ווערט טאקע ערוועקט דעם תמיהת קהלת בכלל: ״ולשמחה מה זה עשה?״

הגם דער אלשיך הק׳ דארט שרייבט:
כי הלא לזר יחשב כי מי זה חתן יצטרך ישמחוהו זולתו והוא ביום חתונתו וביום שמחת לבו.
ער זאגט דארט אבער טיפער אז ווען מ׳קלערט אריין איז דאך דאס גאנצע געדאנק והצטרכות פונעם חתונה לישא אשה איז כדי להוליד בנים ולהישאר אחריו שם ושארית באשר סוף כל האדם למות, וזוהי מה שרמז רב המנונא זוטי בשירתו בברכות לא. (און דאס איז שוין אפילו ווען אלעס אנדערש דערין ארבעט זיך אויס און איז מסודר.) און בהעלות זה על לבו יתעצב און דאס איז די סיבה אז מ׳דארף משמח זיין א חתן ביום חתונתו ע״ש.

מיין ברודער זאגט מיר אז דער תניא זאגט ערגעץ אין תורה אור אז ווי מער מ׳איז בשמחה וכו׳ ביי א חתונה, אלס מער איז מסוגל אז די פּאָר זאל האבן שלום בית.

אגב, דער אבן עזרא איז מפרש (שם ב ב) לשחוק אמרתי מהולל ולשמחה מה זה עשה:
ואמרתי כי הנוטה לשחוק שהוא מהולל [שוטה, רשב״ם] ואמרתי בעבור השמחה מה זה עושה מה תועיל ומה טוב תעשה.
עפ״י פסיכאלאגיע איז דאס נישט ממש אזוי, הגם עפ״י פילאזאפיע יא. ווי אויך איז לכאורה דאס זעלבע אויך פארקערט בנוגע עצבות ובכי.

מי אני » דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:37 pm

· #534032
דא (און אין נאך ערטער) האב איך געשריבן איבער דעם צי "תענוג" איז רעדוסיבּל צו "חכמה". איז אולי די שמחה דא אויב האלט מען ווי שפינאזע שרייבט אין זיין עטיקס (סוף פ"ד):
As concerning marriage, it is certain that this is in harmony with reason, if the desire for physical union be not engendered solely by bodily beauty, but also by the desire to beget children and to train them up wisely; and moreover, if the love of both, to wit, of the man and of the woman, is not caused by bodily beauty only, but also by freedom of soul
וכמובן האט דאס השלכות לגבי מיין חקירה דא.

עכ"פ גייט דאס אין איינקלאנג מיט חכמה וואס ברענגט צו תענוג ושמחה (ועיין בקהלת ט ט). אבער, כמובן, ווייסט מען דאך דאס נאר איינמאל עס איז שוין דורך א שטיק צייט און מ'איז מער זיכער דערין. משא"כ ביים חתונה גופא, וכנ"ל. פרייליך אויף א האפענונג? מאידך גיסא קען עס דאך חלילה זיין כל רעה ולא אשה רעה (שבת יא.); עס קען דאך זיין (ברכות ח. יבמות סג:) ומוצא אני מר ממות את האשה (קהלת ז כו) פונקט אזוי ווי (משלי חי כב) מצא אשה מצא טוב. (און זאגן אז אפ"ה וועט ער דאך דערפאר מעגליך נישט זעהן פני גיהנום, כבעירובין מא:, איז שווער. און ווי די גמרא אליין זאגט דארט איז די נפק"מ אינעם דאס וויסן, איז פשוט כדי ער זאל דאס מקבל זיין באהבה ע"ש.)

ואגב, האט שפינאזע אליינס קיינמאל נישט געהייראט, און ווי ער זאגט נאר אז הייראטן איז נישט (דוקא) בניגוד לשכל. און ניטשע האט דאך גע'טענה'ט אז א פילאזאף האט נישט צו הייראטן. (אבל ידוע עריק עריקסאן'ס זעקסטע סטעידזש אין זיין מאדעל פון פסייקאסאשעל דעוועלאפּמענט, אז עס פעהלט אויס פאר'ן מענטש'ס פסיכאלאגישע שלימות צו האבן א באליבטע ראמאנטישע שיתוף.)

מי אני » זונטאג אקטאבער 1, 2023 10:13 pm

· #536955
איך האב געקלערט אז די זעלבע געדאנק איז לגבי שמחה בחג. לדוגמא בשמחת תורה (ועיין במשנ"ב סימן תרסט ס"ק ו) איז דאס נישט דייקא אז וויבאלד מ'האט מסיים ומתחיל געווען די תורה, און מען פיהלט אז מ'האט א חלק אין דעם וכו', איז מען דערפאר בשמחה. נאר איידער אז מ'מאכט שוין א "vibe" פון שמחה און דערנאך זעהט מען אז דאס זאל חל זיין אויף דעם אז מ'האט מסיים ומתחיל געווען די תורה וכו'. און מיט דעם קען מען אפשר זאגן א רמז בזה אז די משנה זאגט (תענית פ"ד מ"ח) אויפ'ן פסוק (שיר השירים ג יא) ביום חתונתו זו מתן תורה ע"ש. והיינו, אז ביי די שמחה פון זיי צוויי זענען ביידע די זעלבע: צום ערשט ברענגט מען דעם שמחה, און דערנאך זעהט מען אז די מאורע זאל חל זיין אויף די געברענגטע שמחה.

ואגב, דער חינוך במצוה תפח שרייבט בשורש המצוה של שמחה בחג:
לפי שהאדם נכון על ענין שצריך טבעו לשמח לפרקים, כמו שהוא צריך אל המזון על כל פנים, ואל המנוחה ואל השנה, ורצה האל לזכותנו, אנחנו עמו וצאן מרעיתו, וצונו לעשות השמחה לשמו למען נזכה לפניו בכל מעשינו. והנה קבע לנו זמנים בשנה למועדים, לזכר בהם הנסים והטובות אשר גמלנו, ואז בעתים ההם צונו לכלכל החמר בדבר השמחה הצריכה אליו, וימצא לנו תרופה גדולה, בהיות שובע השמחות לשמו ולזכרו, כי המחשבה הזאת תהיה לנו גדר לבל נצא מדרך הישר יותר מדאי, ואשר עמו התבוננות מבלי החפץ בקטרוג ימצא טעם בדברי.

מי אני » מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 7:52 pm

· #538351

שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 9:23 pm

· #538357
Re: ולשמחה מה זה עושה? פארוואס טאנצט מען ביי א חתונה?
מי אני, אפשר קענסטו מסביר זיין ווי אזוי איז מען משמח א מענטש וואס האט מורא (צו גאר ער ווייסט שוין) אז ער האט זיך איינגעהאנדלט א "מוצא" און לאו דוקא איינס מיט האניג...

לויט די גמרא זאגט מען פאר'ן חתן "כלה נאה וחסודה"... דאס מאכט פרייליך אזא מענטש?

מי אני » מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 10:01 pm

· #538360
סתם אזוי וואלט איך געזאגט אז וויבאלד עס איז דאך, לע"ע, תלוי בספק, איז מען אים מסיח דעת פון קלערן בזה (מכח דעם ווייל מ'וויל דאך ער זאל גיין ווייטער דערמיט, ווייל די אינסטיטוט פון הייראט איז וויכטיג למען קיום המין), מיט'ן פשוט מאכן מיני שחוק ועניני שטות (טאקע דארט בכתובות יז.) לפניו.

א"י אז מ'איז אים מרמז בכלה נאה וחסודה אז אין יעדעס מענטש זענען דאך דא גוטע חלקים, אין אנדערע ווערטער אין יעדע פרוי אליינס קען זיין חלקים פון "מצא" און חלקים פון "מוצא", און ער זאל פאקוסן אויף די חלק פון "מצא" - אז ער וויל אין איר טרעפן (…) "מצא", וועט ער דאס טרעפן. אולי.

שפילער » מיטוואך נאוועמבער 8, 2023 3:45 pm

· #538916
Re: ולשמחה מה זה עושה? פארוואס טאנצט מען ביי א חתונה?
איך האב געזעהן א ווארט א שיינעם
פארוואס פונקט ביי דעי מצווה פון חתונה האבן טאנצט מען אזוי אלע אינאייינעם

נאר וואס דען מען טוט מתקן זיין אויף דעם עון וואס אדם הראשון האט געטון זאגן
האשה אשר נתתה עמדי האט ער געטון קלאגן

א כפוי טובה איז ער געווען
די טובה פון זיין חתונה געהאט האט ער נישט געזעהן

אויף דעם קימען אונדז מתקן זיין און מיר טון דעי זינד פארצייען
א פאר פאלק האט חתונה היינט נאכט טון מיר זיך פרייען

און מיר זאגן באשעפער מיר זענען נישט קיין כפוה טובה , א מענטש קען נישט זיין אליין
זיין חתונה געהאט איז גאר הערליך און שיין

מי אני » זונטאג נאוועמבער 12, 2023 7:26 pm

· #539053
מי אני #
איך האב גע׳טענה׳ט אז מ׳קען נישט נוצן דאס וואס רש״י ברענגט אראפ (בראשית ו ו) מהמדרש (ב״ר כז ד) לגבי לידת הבן אז הגם ער איז מיועד למות איז בשעת חדותא חדותא ובשעת אבלא אבלא ע״ש, ווייל דארט איז למעשה דאס געבורט פאר זיך כל כולו טוב און דאס אז עס ווערט אויס לאחר זמן טוהט נישט נעגעיטן דאס טוב פונעם געבורט מעיקרא; משא״כ ביי א חתונה ודוק. דאס האב איך מיר איבערצייגט ווען איך האב געפרעגט אין דעם נושא (מיט סענסיטיוויטי) מיין פעטער וואס האט ל״ע פארלוירן א קינד (דער וועמען איך האב דערמאנט אין מיין ארטיקל), און א טאטע וואס האט חתונה געמאכט א קינד און עס האט זיך ל״ע דערנאך נישט אויסגע׳ארבעט - דער ערשטער האט מיר געזאגט אז יעדעס מינוט וואס דאס קינד האט געלעבט איז געווען טוב און ב״ה ער איז אראפגעקומען אויף דער וועלט הגם ס׳איז טאקע א געוואלדיגע צער אז ער איז נישט געבליבן און געלעבט נאך לענגער, בשעת דער צווייטער האט מיר געזאגט אז הלוואי וואלט די חתונה ושידוך קיינמאל נישט פאסירט מעיקרא כלל וכלל.
איך האב געקלערט בדרך רמז אז מ'קען דאס אולי מרמז זיין בהגמרא בברכות לא.
מר בריה דרבינא עבד הלולא לבריה, חזנהו לרבנן דהוו קבדחי טובא, אייתי כסא דמוקרא בת ארבע מאה זוזי ותבר קמייהו ואעציבו. רב אשי עבד הלולא לבריה חזנהו לרבנן דהוו קא בדחי טובא אייתי כסא דזוגיתא חיורתא ותבר קמייהו ואעציבו.

אמרו ליה רבנן לרב המנונא זוטי בהלולא דמר בריה דרבינא לישרי לן מר, אמר להו ווי לן דמיתנן ווי לן דמיתנן, אמרי ליה אנן מה נעני בתרך א"ל הי תורה והי מצוה דמגנו עלן
ווי באקאנט זאגט דארט תוס' בד"ה אייתי, מכאן נהגו לשבר זכוכית בנשואין ע"כ. דער מהרש"א איז דארט מפרש לגבי שבירת הכלי זכיכות:
פירשו בו הרמז שהוא כלי חשוב מאד ועיקר יצירתו ועשייתו מעפר ושבירתו זהו מיתתו כן האדם נוצר מעפר ועומד למיתה תמיד לשוב להיות עפר וק"ל
עכ"פ קען מען זאגן אז אט דאס איז די רמז: אז ווען קבדחי טובא בשמחה ביי די נישואין, האט ער געשטעלט די רמז לגבי מיתה, אז דארט פארשטייט מען אז פונדעסטוועגן דאך אז דער מענטש איז מיועד למות, איז אבער דאך א שמחה בעת הולדו, וויבאלד ער קען אין יעדן טאג פון זיין לעבן מסגל זיין מצות וכו' און אויפטוהן; life is a gift. משא"כ בנישואין וואו דאס איז ל"ד כזה וככל הנ"ל.

אגב, דער מהר"ץ חיות דארט שרייבט:
עיקר השמחה בנישואין מפני שתכליתה לקיום המין, ואם היה האדם קיום באיש, לא היה צריך לנישואין לקיום המין אחרי שיש לו קיום באיש, ומפני זה אמרו "וי לן דמיתנן" ואין לנו קיום באיש ומפני זה הנישואין שבא לקיום המין הוא תכלית קיום בעולם וגדול במעלה מאד.
ועיין בע"ז ה. וואו ס'איז משמע אז אפילו בלא מיתה וואלט געווען א מעלה לנישואין ולהוליד בנים ע"ש.

אבער אחרי עיון שוב, קען זיין אז עס איז יא א דמיון. והיינו, דאס שמחה ביים געבורט פון א קינד על אף אז ער וועט עווענטועל דאך שטארבן, איז דומה צו א זיווג וואס איז יא עולה יפה מיט אהבה וריעות אבער וואו דערנאך גייט איינע פון די פּאָר ל"ע שטארבן. אין אזא פאל קען מען דאך ביי ביידע זאגן אז ווי לאנג עס איז אָנגעגאנגען איז דאס געווען גוט, און מ'איז יא צופרידן אז דאס איז למעשה צושטאנד געקומען מעיקרא. די דמיון פון א שידוך וואס ארבעט זיך נישט אויס ל"ע כלל, איז מער דומה צו א קינד וואס ווערט געבוירן און גייט ל"ע שטארק ארויס לתרבות רעה וואו ער איז סורר ומורה ומלסטם את הבריות וכדומה (שלעכט לכל הדיעות), וואס אין אזא פאל איז ער תוגת אמו און עס איז יתכן אז מ'וואונשט זיך פונקט אזוי אז ער איז קיינמאל געבוירן מעיקרא. וממילא טאמער איז די שמחה בעת לידת הבן/הבת אז מ'האלט ביים סטעידזש פון (עכ"פ פרובירן) עריקסאן'ס זיבעטע סטעידזש פון זיין מאדעל פון סייקאָסאָשעל דעוועלאפּמענט, וואו מ'געבט זיך איבער פאר אנדערע אויפציציהען און האדעווען וכו' דעם (אייגענעם) נעקסטן דור, איז דאס זעלבע די שמחה פון (עכ"פ פרובירן) עריקסאן'ס זעקסטע סטעידזש אין דעם מאדעל, פון (פרובירן צו) האבן א לעבן מיט א ראמאנטישע שותף באהבה.

מי אני » מיטוואך אפריל 17, 2024 12:58 pm

· #559460
לגבי דעם טענה אז ליל החתונה איז א רעיפּ, בו בעת ווען מ'איז מודה אז דער חתן איז אויך אין פעקל, איז אינטרעסאנט צוצוברענגען וואס דר. דוד פּענאַ-גוזמאן (וועלכער איז געי און ליבעראל) זאגט, אין א שמועס לגבי ס*קסואלע קאנסענט והגדרתה פון א פילאזאפישע מבט, לגבי ווען ביידע זענען שיכור און עס איז נישט געהעריג שייך קיין קאנסענט:
I remember when I was in college, there were all these discussions of what happens when both parties have had something to drink. Does that mean that they've committed mutual rape? Is that a coherent concept even?
אגב, איז אינטרעסאנט ווי דער ראב״ד ברענגט צו א דעה בספרו בעלי הנפש (שער הקדושה):
ויש מי שאומר מי שהופך שולחנו כיון שהיא מרוצה לתשמיש, אע״פ שהיא מוכרחת בהפיכת השולחן, מותר. משא״כ בבועל ושונה שלא מדעתה, שכל הבעילה על כרחה היא, ואסור מפני שהיא בעילת זנות.
בלאט: 1 2