☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » עד לאן הגענו? - פארטיידיגן א טאטענ'ס רציחה פון זיין זון

עד לאן הגענו? - פארטיידיגן א טאטענ'ס רציחה פון זיין זון

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14544
בלאט: 1 2

קטלא קניא » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 1:21 pm

· #469471
עד לאן הגענו? - פארטיידיגן א טאטענ'ס רציחה פון זיין זון
הרב שמואל דוד גרוס, מראשי הדיינים פון גער, האט געשיקט א טרייסט בריוו צו דער משפחה פון דעם רוצח און דעם נרצח אינעם שוידערליכן מארד וואס א טאטע איז באגאנגען קעגן זיין אייגענעם 14 יעריגן זון. אונטן איז דער גאנצער בריוו איבערגעשריבן פון זיין כתב־יד אז קיינער זאל נישט זאגן אז איך האט אפגעריסן זיינע ווערטער פון זייער שייכות און קאנטעקסט.

דא רעדט זיך פון א טאטן וואס האט צום טויט געשטאכן זיין אייגן קינד. טאמער ווייסט רב גרוס נישט, איז לא תרצח פון די עשרת הדברות, מען איז דערויף חייב מיתה, ס'איז יהרג ואל יעבור און וואס יעדעס קינד ווייסט אז ס'איז פון די דריי הארבסטע עבירות. אויך איז עס די איינציגסטע עבירה וואס איז יהרג ואל יעבור נישט מכוח א דרש נאר פון קאמאן־סענס, מאי חזית דדמא דידך סומק טפי. אויסער אידישקייט, איז רציחה דער הארבסטער פארברעך אין כמעט יעדער קולטור און געזעלשאפט, ווייל אז מענטשן מעגן זיך הרג'נען, קען א ציוויליזאציע נישט האבן קיין קיום.

לכאורה איז דאס אלעס אזוי פשוט ביי יעדן איינעם אז מ'דארף עס גארנישט אויסרעדן. נאר זעט אויס אז נישט ווען ס'קומט צו א היימישן רוצח. איז אזא פאל קומט צו גיין א דיין, פון די הויפט דיינים אין גער און א ראש פון א בית דין וואס הייסט גאר "הישר והטוב", און שרייבט א בריוו צו דער משפחה וואס דארפן זיך נעבעך ספראווען אז ביידע זייטן זענען פון זייער אייגענע. עס איז טאקע א טרייסט בריוו און ס'איז נישט דער פלאץ צו פארדאמען רציחה, נאר ער גייט פיל ווייטער.

לאמיר לייגן אין א זייט דעם קנאפן לשון לימודים פון א הויפט דיין, זיינע זיסע תורה'לעך פון ליקוטי מוהר"ן און א מעשה'לע פונעם חפץ חיים, וואס אויב מ'גלייבט עס, האט א האלבע וועלט געדארפט שטארבן. לאמיר נאר קוקן וואס ער האט צו זאגן אויפן רוצח.

זאגט ער אזוי: עס איז נישט געווען בבחירה, ער איז געווען אן אונס, און ער פארגלייכט אים צו א מאמען וואס האט בטעות דערשטיקט איר קינד ווען זי איז איינגעשלאפן ביים געבן צו זייגן. ער שרייבט דער רוצח דארף נישט קיין תשובה. אויך פארגלייכט ער דעם רוצח צו אן אמורא פון דער אגדתא פליאה אז רבה האט געשאכטן ר' זירא וואס גאר אסאך מפרשים לערנען עס נישט אפ ווי פשוט פשט. ער שעלט דעם וואס פארדאמט דעם רוצח, ער זאגט קיינער איז נישט שולדיג, און ער לייגט צו אז טאמער האט מען נאר די ריכטיגע ברילן קען מען אלעס פארשטיין. אז דאס אלעס איז נישט גענוג, ענדיגט ער צו מיט אזא עיקר־שכחתי הוספה אז ס'איז נישט בלויז לחיזוק נאר להלכה.

אינעם לעצטן וועקער איז דא אן ארטיקל אויף די סיבות פונעם זלזול און קאראנא אין אונזערע קהילות, וואו ס'ווערט אויסגערעכנט ווי איינע פון עטליכע סיבות, "די געווענליכע דיעטע פון אותות ומופתים וואס כל־מיני ארגאניזאציעס פיטערן אונז דבר יום ביומו, נעמען אונז ארויס פון גלייכגעוויכט און מיר פארלירן אונזער אחיזה אין רעאליטעט." צום באדויערן, ווייזט אזא בריוו פון א הויפט־דיין אז מיר האלטן פיל ווייטער. מיר האבן אויך פארלוירן אונזער אחיזה אין אוניווערסאלע מאראלן און אין די פשוט'סטע ווירדן פון רעכט און אומרעכט.

דאס ווייסן מיר שוין פון לאנג, אז טאמער איז מען היימיש, קען מען גנב'נען, שלאגן, געוואלדיגן און לעסטערן קינדער און ערוואקסענע און מען וועט פארטיידיגן מיט כל מיני סברות שונות ומשונות. מ'וועט צאמשטעלן געלט, דאווענען פארן רודף און שעלטן דעם אמת'ן קרבן. מיר ווייסן אויך אז פאר דער קריוודע פונעם רבי'ן מעג מען אונטערצינדן א קימפעטארין־היים, נישט באגרארבן מתים און דירעקט אונטערצינדן אפילו א לעבעדיגן מענטש פאר דער עבירה אז ער וויל דאווענען אין א באזונדערן מנין.

וואס איז רעכט און אומרעכט ביי דער וועלט גייט ביי אונז נישט אן. ביי אונז אז מען געהערט, מען איז היימיש, משלנו, מ'גייט די שמונה בגדים, מ'האלט פונעם רבי'ן, וועגט עס אלעס איבער. כמעט יעדע באוועגונג ביי אונז לעבט אויף כל מיני גניבות און ליידער פיל יחידים אויך. ס'איז מעשים בכל יום וואס מען צייגט אן אויף דעם און יענעם בי"ד ווי לוקחי שוחד. ליגן זאגן איז ביי אונז אזוי מצוי און שכיח, נישט א ווייסער ליגן, נאר גראבע פעטע שקרים, אז ס'איז א ליצנות מוחה צו זיין, "כאילו דו ביסט אן איש אמת," אדער, "גיי אויפן עולם האמת," און אונזערע אנדערע צינישע אויסשפרעכן און אוועקמאכערייען.

און איצט שטעלט זיך דאס נישט אפ אפילו ביי רציחה ממש. נישט געפרואווט, געוואלט, כמעט, נאר א מארד פשוטו כמשמעו. נישט פון עפעס א מאפיא "קוואטער" אדער א סלאָם לאַנדלאָרד, נאר פון א יונג קינד ביי דער האנט פון זיין אייגן פאטער, א מארד וואס שרייט צום הימל און שוידערט אויף יעדן וואס האט א טראפ מענטשליכקייט און געפיל, נישט קיין חילוק צי איד אדער גוי, פריי אדער פרום, רעכט אדער לינק, און דאך, לפי אונזער דיין, "אין כאן אשמה על אף אדם." איר ליינט גוט? "קיינער איז נישט שולדיג." דאס בחור'ל האט זיך אליין געהרג'עט, אליין געשטאכן, א מלאך איז געקומען, דער מלאך המות זעלבסט, וועמען איר ווילט, נאר נישט דער וואס האט געהויבן דעם מעסער און אריינגעשטאכן.

דאס איז ממש ווי די מעשה פון שמעון בן שטח (עיין תוספתא סנהדרין ח, ב). דא ליגט א קערפער פון א יונג קינד, דא ליגט א פארבלוטיגטער מעסער און דא שטייט דער וואס האט אריינגעטריבן דעם מעסער. דארט האט שמעון בן שטח גערופן דעם רוצח, "רשע", און "לא זז משם עד שנשכו נחש ומת". דא אבער איז קיינער נישט שולדיג, מען דארף ניטאמאל קיין תשובה, און די קללה פון א שלאנג איז פאר דער וואס רעדט אויפן רוצח. אז דאס איז נישט סדום זאגט מיר בחרם וואס יא.

אזוי איז עס אבער ווען א געזעלשאפט ווערט קוים ערצויגן, רעדט זיך איין אז זיי זענען די בעסטע און קענען נישט הערן אפילו א האלב ווארט קריטיק אויף זיך (אויסער איבער טעלעפאנען און שייטלען און רעדן ביי חזרת הש"ץ וכדומה). פארדארבענע מנהיגים וואס די ערגסטע געוועלטיגן דורך כוח און געוואלד און די "בעסטע" האבן גע'ירש'נט זייער שטעלע און זענען מיט שוואכע פעאיגקייטן, א געזעלשאפט וואס ווייסט נישט פון קיין דין וחשבון צו זאגן אין קיין שום פעלד, אפילו נישט ווען עטליכע מענשט זענען צעדריקט געווארן צום טויט ביי א לוויה געהאלטן שפעט ביי נאכט. א וועלט וואס האלט זיך אין איין טוישן אויף ערגער אונטער א סלאגאן פון חדש אסור מן התורה וואס פארמיידט פון פארבעסערן, און א געזעלשאפט וואס טיילט איין פאר יעדן זייערע מדרגה אין אידישקייט, נאר פארבאט זיך אליין קוקן אין שפיגל.

לאמיך קלאר מאכן: איך האב נישט קיין אינסיידער אינפארמעישן און איך ווייס נישט מער ווי אנדערע, און לכאורה ווייניגער. דאך האב איך נישט געזען קיין באריכט אז דער חשוד איז א סקיצאפרעניק וכדומה, נאר פארקערט, מען האט באריכטעט אז ער איז א מוחזק פאר געוואלד. איך בין אבער א מענטש, א פאטער, א איד, און איך געהער צו א חסיד'ישער געזעלשאפט און איך בין בארירט ווי יעדער נארמאלער מענטש. איך געדענק ווי ערשטוינט און שאקירט מען איז געווען, און בצדק, ווען לייבי קלעצקי איז דערמארדעט געווארן און אנדערע גרויזאמע פארברעכן ביי אונז, און אויך וויאזוי מיר רעאגירן ווען מען קומט אויף מיט מענטאלע תירוצים פאר די וואס באגיין אזוינע פארברעכן קעגן אונז. איז ווי גרויס איז דער גרויל און הימל־געשריי אז א דיין זאל קענען אזוי שרייבן אויף א חשוד אין א קאלט־בלוטיגן מארד פון זיין זון.

ווען דער דיין זאל טרייסטן די פאמיליע און שווייגן איבער דעם רוצח, וואלט מען אים געקענט פארשטיין. ווען ער זאל אויסווארטן ביז נאכן געריכט, וואלט ער זיכער געווען בארעכטיגט. ווען ער זאל זאגן אפאר ווערטער אז דער ראש המשפחה געפינט זיך נישט דארט און מרמז זיין איבער דער משפחה'ס קלעם, וואלט דאס אויך געווען א גלייכע זאך. נאר ער זאגט דאס אלעס נישט, לא מיניה ולא מקצתיה.

איבער דער טראגעדיע האט ער תורה'לעך נאר איבער דעם רוצח רעדט ער קלאר און גראב. קיין האלב ווארט זאגט ער נישט איבער דעם כאראקטער פונעם בחור, דעם נרצח, נאר ער ווייסט אז דער רוצח דארף ניטאמאל תשובה טון. דער וואס האט געהויבן דעם מעסער און עס אריינגעשטאכן ביי זיין זון פון פערצן יאר אלט איז ווי די אומגליקליכע מאמע וואס האט שלאפנדיגערהייט דערווארגן איר קינד. נישט מיינע ווערטער נאר פון א דיין, רבונו של עולם. פון א בי"ד וואס הייסט "הישר והטוב". פון דעם פסוק ועשית הישר והטוב לערנט מען ארויס לפנים משורת הדין, נאר דער דיין איז נישט גורס והרשיעו את הרשע - בתנאי אז ער איז משלנו.

עד לאן הגענו?

הרב שמואל דוד גרוס
ראש כולל אוהבי תורתך
אב"ד ביה"ד הישר והטוב
רב חסידי גור - אשדוד

ב"ה כ"ג ניסן תשפ"א

לכב' משפ' שיליץ הדגולים והיקרים. האב החשוב וכל בני המשפחה

בימים קשים אלו אנסה לומר מה שנראה לי על ההסתכלות במה שקרה פה שודאי לא הי' במקרה או לדבר שתלוי בבחירה, אלא מהדברים שעליהם נאמר בחז"ל בהדי כבשי דרחמנא למה לך. ועל ר"ע שסרקו בשרו במסרקות ברזל ומשה רבינו שאל ומלאכי השרת שאלו את הקב"ה זו תורה וזו שכרה. וענה לו שתוק כך עלה במחשבה לפני ומסבירים זאת שהמדרש אומר שבתחילה רצה הקב"ה לברא את עולמו במדת הדין. וזה הכוונה כך עלתה במחשבה לפני.

כתוב בתהילים צדקתך כהררי קל משפטיך תהום רבה. חסד ה' גדול כהר, אך המשפטים נעלמים מאתנו כמו תהום.

בפ' השבוע מצינו מיתת בני אהרן. ומשה רבינו אמר לאהרן הוא אשר דבר ה' בקרובי אקדש ועל פני כל העם אקדש [אכבד]. בחז"ל אומר ומביא רש"י שמשה רבינו אמר חשבתי שבי או בך עכשיו אני רואה שהם גדולים ממני וממך. והדברים לכאורה תמוהים שהרי בני אהרן חטאו שהכניסו אש זרה. אלא שיש דברים נשגבים מבינתינו גזירה מלפני שיתקדש השם בגדולים ואז נוטלים מהאדם את הבחירה. ובתו"כ שם איתא שכיון שבא מעשה לידו א[מר] משה אהרן אחי לא מתו בניך אלא על קדושת שמו של הקב"ה שנא' ונועדתי שמה לבנ"י ונקדש בכבודי, כיון שידע אהרן שבניו ידועי המקום שתק וקבל שכר על שתיקתו. מכאן אמרו כל המקבל עליו ושותק סימן יפה לו עיי"ש בהמשך. זה ברור שבניכם נשמה טהורה שבאה לעולם וסיימה את תפקידה ורצון השי"ת שנשגב מאתנו הי' שכך יקרה. הגמ' במגילה ד' ז' מספרת רבה ור"ז עבדו סעודת פורים בהדי הדדי קם רבה שחטיה לר"ז וכו' והדברים מבהילים רבה האמורא הקדוש בשעה שקיים מצות היום ולא הי' בדעתא שחט את חברו ר"ז הקדוש. ורואים שדבר זה קורה אצל אמוראים ג"כ וודאי שאין על זה עונש. ובשו"ת חת"ס חו"מ סי קפ"ג דן באשה שהמיתה את בנה כשלקחתו להניק ונרדמה עם הילד ובקומה משנתה מצאתו ל"ע מת. ופוסק שלא צריכה תשובה היות והיה באונס וחז"ל פטרו מגלות כשהמיתו באונס. ובשו"ת מהר"ם מלובלין בסי' פ"ב, פ"ג, פ"ד, פ"ה ([עמוד] 2) דן שם על מקרים של חטאים דומים באונס וגם כותב בתוך הדברים שאין עליו דין רוצח ומי שיזלזל בכבודו ויבי[י]שו עונשו יהי' מאד קשה וינשכהו נחש בלחישה ואשר יהי' מהפך בזכותו ולעזרתו חושה יזכה לראות בנחמת ירושלים עיר הקדושה.

והנה ודאי שהאב וכל המשפחה צריכים לדעת שזו היא מן השמים לקחת את הנשמה ואין כאן אשמה על אף אדם. ובליקוטי מוהר"ן מזקינכם בתורה קי"ג כותב וז"ל ונפרעין מן האדם מדעתו ושלא מדעתו כי שמעתי בשם הבעש"ט כי קודם גזר דין שבעולם ח"ו מאספין כל העולם אם מסכימים לדין לההוא ואף את האדם בעצמו שנגזר עליו הדין ח"ו שואלין אותו אם הוא מסכים אזי נגמר הדין ח"ו והענין עמוק מאד איך שואלין כל אדם, עכ"ל. יש להאריך בזה עוד איך שראייתינו קצרה וכמו שאדם מבוגר צריך משקפיים אחרות לקריאה ואחרות לראי' מרחוק כי אנחנו מרחוק רואים אחרת את הדברים אבל אם היינו רואים מקרוב שם בשמים הכל אחרת לטובה ובודאי נשמתו של בנכם הצדיק היתה קרבן ציבור לכלל ישראל. ומספרים על הח"ח כשנפטר עליו חתנו בצעירותו בכתה מאד הרבנית. ואמר לה הח"ח אם חתנינו לא הי' נפטר הי' צריך חצי עולם למות ל"ע והוא כיפר במיתתו עליהם. בעל הנחמות ינחם אתכם משברכם בתוך שאר אבלי ישראל ותזכו יחד עם כל כלל ישראל לראות במהרה בנחמת ציון וירושלים. ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די. ויקיצו וירננו כל שוכני עפר.

שמואל דוד הכהן גרוס

מה שכתבתי זה לא רק לחיזוק אלא לפסק הלכה

(הערת המעתיק: שטארקער טעקסט (באָלד) איז מיינס. ביטע לאזט מיר וויסן אז איר באמערקט א טעות און איך וועל פאררעכטן.)
📎 ger1.jpg
📎 Ger2.jpg

רימון » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 1:39 pm

· #469474
לוי אראנ'ס פראבלעם איז נישט אז ער האט גע'הרג'עט אן אומשולדיג קינד, נאר ווייל ער גייט מיט קורצע ערמל און א פיר סלייס קאפל און אפשר איז ער נאך א ספרדישער אויך.
וואלט ער געווען א היימישער וואלט מען אים שוין לאנג געמאכט פאר א קדוש, משה מארגערעטן וואלט אויפגעטריבן מיליאנען אויף טשערידי פאר אים, לייביש ליש וואלט גענומען תלמוד תורה קינדערלעך פאר א ברכה ביי דעם געשעצטן ראול מאדעל און מסתמא וואלט ער שוין געהאט א גליון אויך ווי ער וואלט געגעבן חיזוק אין אמונה און בטחון און מוחה געווען אויף שמאלע געפאסטע קליידער.

הרב גראס האט אייגנטליך געטון א טובה פאר'ן דור מיט'ן שענקען די קלארסטע עקסרעי אין אונזער געדאנקענגאנג ווי אלעס איז תורה'לעך און מעשה'לעך און חשדות און סופערסטישענס און פארדאמונג און מחאות, טפשות מיט סברות דוחקות מיט פאראנאויע און באבע תירוצים זענען משמשים בערבוביא, קם רבה ושחטיה לר' זירא שטייט אויפ'ן זעלבן ריכטערס וואג ווי ווען א טאטע מערדוועט זיין אייגן בלוט און פלייש וואס איז מסתמא די סאמע גרעסטע הומאנישע פארברעך וואס א מענטשליכע מח קען זיך מצייר זיין, א רב וואס זאגט אז אפשר זאל מען נעמען דעם וואקסין איז שוין א שטיקל משכיל ווייל וואס הייסט ר' דוד שמידל און ר' יעקב מאיר זאגן מ'זאל נישט נעמען און זיי זענען דאך קעגן גראבן די קברים און אז דו נעמסט די וואקסין ביזטו אזא שייגעץ ווי אברהם סלונים וכת דיליה און אפשר ביזטו שוין אנגעשטעקט אין קאממאן קאור אויך ווייל מ'קען דאך זען פון זייערע ביכער אז קאמאן קאר איז געצילט אריינצוברענגען לאגיק און קאמאן סענס אין קינדער און דאס איז דאך אסור במשהו ווייל אפשר וועט דאס קינד אנהויבן כאפן אז דרייוון א שייגעץ בייק איז נישט ביהרג ועל יעבור און פון דארט וועט ער זיך דערקייקלען צו חלילה קלערן אז אפילו מצאלט נישט קיין מעמבערשיפ פאר די קהלה קען מען אויך באקומען ערב פסח מצות און שאצער מצה בעקעריי פארקויפט גערן פאר יעדן, און פון דארט, ביז מער נישט קויפן התאחדות גראבע זאלץ נאר די זאלץ פון וואלאווע איז דאך שוין ממש א קאצן שפרינג ואחרותו מי ישגה.

קטלא קניא » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 1:52 pm

· #469477
רימון

דאס דארף מען ליינען בנשימה אחת און ווען מ'ענדיגט זאגט זיך פון זיך אליין, "עשרת..."

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 1:59 pm

· #469478
וואס unorthodox האט איבערגעלאזט האט גרוס ערלעדיגט, זאל איהם זיין צו מצוה.

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 2:18 pm

· #469481
וויפיל איך פארשטיי האלט מען אז דער טאטע האט געהאט א פסיקאטישע עפיזאד אדער עפעס אזוי און דאס מיינט דער רב בלשון נקיה וועגן ניטלה הבחירה וכו'. זיינע צושטעלעכצער זענען באמת אביסל מאדנע ער קען פשוט שרייבן השתגע אחזו קורדייקוס וכו'. אפשר וויל ער היטען אויפן כבוד פון איינעם מיט דעם. יש אומרים אז דאס האט געהאט צוטוהן מיטן נעמען נישט ריכטיגע פילן אדער דראגס און לכאורה דאס מיינט ער מיט די קם רבה וכו'.

מפיל קינד » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 2:22 pm

· #469483
און אפשר האט דער טאטע געהאלטן ביים זיך נעמען דאס לעבן נאכן קומען צו זיך, און ער האט דאס געשריבן אים צו בארואיגן?

למאי נפקא מינא הלכה למעשה די גאנצע בריוו? יא, ער איז א רוצח, פיין. וואס ווייטער? מ'דארף אים יעצט הרגנ'ען?

צונעמען די אנדערע קינדער דארף מען זיכער, אבער אויף דעם גייט דער בריוו גארנישט אויפטון.

אישתישבי » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 2:32 pm

· #469487
וואס איז דער נקודות הדיון דא?

אויב איז אמת דער טאטע איז משוגע געווארען צו דער פאונט אז ער ווייסט נישט בין טוב לרע און איז נישט אין קאנטראל פין זיינע מעשים, איז דער בריוו יא אין פלאץ אדער נישט?

איך פארשטיי אז דער אמת'ער וויכוח דא איז צו דער מעשה איז טאקע ווי מען לייגט אראפ. דער טאטע איז נארמאל, נאר א כעסן וואס האט זיך צולאזט. און אין זיין רוגזה געשטאכן.

אויב אזוי שפילן די גערער יא גוט.

רימון » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 2:45 pm

· #469492
לעיקוואד
וויפיל איך פארשטיי האלט מען אז דער טאטע האט געהאט א פסיקאטישע עפיזאד אדער עפעס אזוי און דאס מיינט דער רב בלשון נקיה וועגן ניטלה הבחירה וכו'. זיינע צושטעלעכצער זענען באמת אביסל מאדנע ער קען פשוט שרייבן השתגע אחזו קורדייקוס וכו'. אפשר וויל ער היטען אויפן כבוד פון איינעם מיט דעם. יש אומרים אז דאס האט געהאט צוטוהן מיטן נעמען נישט ריכטיגע פילן אדער דראגס און לכאורה דאס מיינט ער מיט די קם רבה וכו'.

ס'איז די טרענד פון נעבעך א רוצח, נעבעך א מאלעסטער, נעבעך א גנב, נעבעך נעבעך נעבעך וואס קען מען טון. ער פאשלט קינדער אין מקוה, ער איז א "רחמנות", מ'דארף אים העלפן, מ'דארף שנארן פאר אים אין קאנטינענטל, מ'דארף אים געבן שישי ווייל ער איז נעבעך א רחמנות.

ער איז א רוצח, נעבעך נעבעך, ער איז נישט אומשולדיג, קיינער איז נישט שולדיג, ס'איז העכערע זאכן, קם רבה ושחטי' לרבי זירא (בניגון הידוע), ווער עס טראכט אפילו אז אפשר האט דער פארברעכער, אדער די קאמיוניטי אדער זאל נישט אויסגערעדט זיין, אדער די פאמיליע וואס האט אפשר זיך נישט געאיילט צו נעמען שריט צוליב אזעלכע אויסריידן פון מסירה און מבשרך אל תתעלם, ווער עס דערוואגט זיך צו האבן א צל של הווה אמינא אפילו בלויז באישון לילה אז ס'איז דא איינער א יחיד אדער א רבים וואס דארף נעמען ריספאנסבילטי, אזא איינער איז פארווארפן בזה ובבא און וועט נידון ווערן מיט צואה רותחת מעתה ועד עולם.

אויף יעדן האבן אונז זאפטיגע תירוצים און מיר זענען eager צו פארטיידיגן און אינקלאדן נישט קיין חילוק אפילו פון א פארברעכן וואס תסמור שארות אנוש, זולת דער וואס וויל א טראפקעלע מאכן אייגענע באשלוסן אין לעבן און פירן א ווערטשאפט צו זיין אייגענע גיסטע, דארט איז נישטא קיין נעבעך, קיין "שוין וואס קען מען טון", קיין "מ'דארף אים העלפן", קיין "דו ווייסט נישט וואס טוט זיך ביי יענעם, אזא איינעם דארף מען רודפ'ן ביז צום דם התמצית.

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 2:49 pm

· #469493
איך פארשטיי נישט צו דעם נושא דאקטויריש אדער לעגאל אדער מאראליש אדער פאליטיש אדער סאציאלאגיש אדער וואס, אבער בפועל ביזדערווייל זעהט אויס אז דער טאטע איז פארשפארט אין משוגעים הויז און נישט אין תפיסה.

<a class="postlink" href="https://www.israelhayom.co.il/article/864635">https://www.israelhayom.co.il/article/864635</a>

<a class="postlink" href="https://www.ynet.co.il/news/article/HJvWJ7iBu">https://www.ynet.co.il/news/article/HJvWJ7iBu</a>

אישתישבי » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 2:58 pm

· #469495
סא דער שאלה איז נישט דא צו דער טאטע דארף ארויס פריי, דער שאלה איז צו דער גערער דיין איז גערעכט פאר זאגען אז דער טאטע האט נישט געוואוסט וואס ער טוט. למאי נפק"מ? צו אידן זענען רוצחים אדער נישט?

<a class="postlink" href="https://listverse.com/2019/10/01/fathers-slaughtered-families/">https://listverse.com/2019/10/01/father ... -families/</a>

מען קען זעהן אסאך מעשיות פין גוים וואס ווערען משוגע און הארגענען די משפחה.

לויט דער גערער זענען זיי אלע אומשולדיג אויף רציחה.
אבער וואס איז דער פאונט?
לאמיר זאגן ער איז פטור, מען גייט אים ממילא נישט הרג'נען.

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 3:00 pm

· #469497
ער זאגט דאך פונקט וואס ער וויל, מחזק זיין די משפחה.
אוודאי כדאי דער חיזוק זאל ארבעטן דארף ער שרייבען אז ער זאגט דאס נישט לשם חיזוק נאר ממש א פסק הלכה..

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 3:02 pm

· #469498
בקיצור, פאר די סעיק אוו חיזוק מעג מען זאגן וואס מ׳וויל ווילאנג מ׳רעדט נישט קעגן דעם סיסטעם, דויטשלאנד איבער אלעס.

איך אויך » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 3:09 pm

· #469499
[ציטאט אראפגענומען]

הרב שיף » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 4:11 pm

· #469503
בעצם ווייסט דער רב אז זיי תשובה האט נישט קיין האפט קיין תורה קיין אנושיות קיין הארץ. אבער בהדי כבשי דרחמנא למה לך סאיז דא זאכען וואס א מענטש האט נישט קיין בחירה, ער האט געשריבן באונס, סאיז געווען השבעת הקולמוס און סהאט געשריבן, סאיז לכאורה גווען א גזירה, מטרעפט עס שוין ביי די פריערדיגע אויכעט אז משרייבט נישט צו די זאך.

מי אני » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 4:37 pm

· #469510
עס דערמאנט ליידער פון די גמרא אין יומא כג: אז קשה עליהם טהרת כלים יותר משפיכות דמים. ווי אויך פון @קטלא קניא’ס אנאליז אין זיין ארטיקל ״ומשפטים בל ידעום״ אין שבת בלעטל 11 ווי עס פעהלט אין אונזער געזעלשאפט דאס מושג פון אקאַוּנטעבּיליטי. 😢

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 4:40 pm

· #469511
יאפ, קשה עליהם אמונות הכרחיות והחזקת הסיסטעם יותר משפיכות דמים...

ישעיה » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 5:39 pm

· #469515
רבותי, איך, גלייך ווי אנאנים און זיכער נאך, האב נישט געקענט נאכגיין די נייעס און באריכטן, אבער קאם אן, א טאטע הרג'עט זיין אייגן קינד, איז ער נארמאל???

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 5:51 pm

· #469516
Re: עד לאן הגענו? - פארטיידיגן א טאטענ'ס רציחה פון זיין זון
הוי דן את כל האדם לכף זכות גייט לכאורה ארויף נאר אויף אידן שומתומ"צ, ניין?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

קטלא קניא » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 6:48 pm

· #469520
לאמיר איבערשרייבן דער ספר תורה בהסכמת גדולי הדור שליט"א מיט א נייע פרשה פון עגלה ערופה ווען מען ווייסט יא ווער ס'האט גע'הרג'ט.

כִּי יִמָּצֵא חָלָל בָּאֲדָמָה אֲשֶׁר ה' אֱלֹקיךָ נֹתֵן לְךָ לְרִשְׁתָּהּ נֹפֵל בַּשָּׂדֶה וְנוֹדַע מִי הִכָּהוּ. ויצאו הזקנים והדיינים והמו"צים אשר לא עבדו ולא משכו בעול ומדדו פאותיו וזקנו של הרוצח. ונגשו האדמורי"ם כי הם בחרו בהעם לשרתם ואשר על פיהם יהיה כל ריב וכל נגע. ורחצו ידיהם על הבחור ההרוג וענו ואמרו ידי הרוצח לא שפכו הדם הזה הגם שעינינו ראו. אל תכפר לו הדם כי אינו צריך בתשובה ותתן דם נקי בישראל. ואתה תבער הצדק מקרבך כי תעשה "הטוב והישר" בעיני ה'.

יואליש » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 6:54 pm

· #469522
א געניט רבי וואלט כאטש איינגעקעשט פון אזא טראגעדיע א חול המועד מעמד עגלה ערופה מיט קאווער בילדער אין אלע רבישע מאגאזינען.

ס'איז א שאד צו פארפאסן אזא גאלדענע געלענהייט לחינוך און כשר ענטערטעינמאנט, חוץ אויב ס'איז אן הלכה'דיגע שאלה אויב מ'קען דא זאגן 'ידינו לא שפכו את הדם הזה' בשם ומלכות (אין ליכט פון דעם רוצח'ס רעקארד מיט דאמעסטיק וויילאנס) און ס'וואלט אויסקוקט ווי ווען דער רבי ציילט ספירה פארן עמוד אן א ברכה.

קרעקער » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 6:55 pm

· #469523
יעדער וואס טוט רציחה זנות און יעדע עבירה איז פסיכיש משוגא
דעס זאגט די גמרא אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות
און עם כל זה איז דא ד' מיתות בי"ד, און מנעמט נישט אן דעם ארגומענט

כגלייב דער רב האט עס געשריבן צו אביסל אראפנעמען די שרעקליכע ווייען און בושות פון די איבריגע קינדער זיינע

יואליש » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 6:55 pm

· #469524
קטלא קניא
לאמיר איבערשרייבן דער ספר תורה בהסכמת גדולי הדור שליט"א מיט א נייע פרשה פון עגלה ערופה ווען מען ווייסט יא ווער ס'האט גע'הרג'ט.

כִּי יִמָּצֵא חָלָל בָּאֲדָמָה אֲשֶׁר ה' אֱלֹקיךָ נֹתֵן לְךָ לְרִשְׁתָּהּ נֹפֵל בַּשָּׂדֶה וְנוֹדַע מִי הִכָּהוּ. ויצאו הזקנים והדיינים והמו"צים אשר לא עבדו ולא משכו בעול. ונגשו האדמורי"ם כי הם בחרו בהעם לשרתם ואשר על פיהם יהיה כל ריב וכל נגע. ורחצו ידיהם על הבחור ההרוג וענו ואמרו ידי הרוצח לא שפכו הדם הזה הגם שעינינו ראו. אל תכפר לו הדם כי אינו צריך בתשובה ותתן דם נקי בישראל. ואתה תבער הצדק מקרבך כי תעשה "הטוב והישר" בעיני ה'.

כ'האב געשריבן מיינס איידער כ'האב דאס געזעהן. יעצט האמיר שוין א תחינה פארן מעמד.

אישתישבי » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 7:40 pm

· #469527
קרעקער
יעדער וואס טוט רציחה זנות און יעדע עבירה איז פסיכיש משוגא
דעס זאגט די גמרא אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות
און עם כל זה איז דא ד' מיתות בי"ד, און מנעמט נישט אן דעם ארגומענט

כגלייב דער רב האט עס געשריבן צו אביסל אראפנעמען די שרעקליכע ווייען און בושות פון די איבריגע קינדער זיינע

פלוצלונג איז נישט קיין בושה צו האבן א משוגענער אין די משפחה.

בונה של טוב » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 10:21 pm

· #469534
קרעקער
יעדער וואס טוט רציחה זנות און יעדע עבירה איז פסיכיש משוגא
דעס זאגט די גמרא אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות
און עם כל זה איז דא ד' מיתות בי"ד, און מנעמט נישט אן דעם ארגומענט

כגלייב דער רב האט עס געשריבן צו אביסל אראפנעמען די שרעקליכע ווייען און בושות פון די איבריגע קינדער זיינע

‏

איז עס נישט איראניש? ער וויל אוועקנעמען די בושה פון א יחיד און ער מאכט דערווייל א בושה פאר׳ן גאנצן כלל און פון זיך בראש.
אנדערש ווי דער טאקטיק וואס די פאליציי ניצן ווען מ׳ברענגט רעקארדינגס פון שענדליכע מעשים וואס איינע פון זיי איז באגאנגען, פארענפערן זיי זיך אז ס׳בלויז איין פארפוילטע עפל...
דער בטלן אבער, קומט מגלה זיין פאר די וועלט: נישט נאר איין פארדארבענע עפל האבן מיר... ס׳נישט עפעס א זעלטענע זאך אז קינדער זענען אין סכנה און קיינער גיבט נישט קיין שיט וועגן זיי, ס׳איז מעשים בכל יום. רוצחים דרייען זיך ארום פריי און נישט קיין חילוק וויפיל די קרבנות וועלן וויינען און זיך בעטן וועלן די רבנים זיי קיינמאל נישט באשיצן. פארקערט. זיי וועלן גאר מאכן זיכער אז אפילו ווען די פאליציי האבן ענדליך געכאפט אזא פארשוין, וועט מען אים כסדר העלפן ער זאל חלילה נישט זיצן אין תפיסה
ער לאזט וויסן די וועלט אז די פירער אונזערע האבן קיינמאל זיך נישט געקימערט וועגן שפיכת דמים, פארקערט, זיי האבן ביז יעצט צוגעהאלפן דעם טאטן זאל קענען צוריקגיין צו זיין משפחה פייניגן און רצח׳ענען, און זיי וועלן ווייטער פארזעצן ארויסהעלפן דעם רוצח,
און ער טוט די מצוה בשלימות: ווייזט פאר יעדן די פול פּיקטשער: ס׳איז נישט גענוג אז פראטעקטן עביוזערס איז די איינציגע פּרייאריטי, אבער מ׳מיז אודאי אויך געז-לייטן די קרבנות און דערצו פארדאמען יעדן אינדיווידועל וואס וואגט חלומ׳ען זיך דערוואגן מאכן א ויצעקו וועגן אזא הימל געשריי. אזא איינער איז שוין פון פאראויס באזידלט אלס א נידערטרעכטיגער וואס גייט אנטקעגן זיין ״דעת תורא״

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 10:24 pm

· #469535
מי יגלה עפר מעיניך רבינו @מאך זיכער, אוי ביזטו גערעכט געווען, גור ברויך א שוועעעעעעעעערע תיקון... 😳 😳 😳

real fake news » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 10:28 pm

· #469536
לעיקוואד
ער זאגט דאך פונקט וואס ער וויל, מחזק זיין די משפחה.
אוודאי כדאי דער חיזוק זאל ארבעטן דארף ער שרייבען אז ער זאגט דאס נישט לשם חיזוק נאר ממש א פסק הלכה..

דו האלטס טאקע אז דאס איז וואס די משפחה וויל הערן?
זיין ווייב וויל מזאל זיך אננעמן פאר דער מערדער פון איר זון??

בונה של טוב » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 11:53 pm

· #469544
real fake news
לעיקוואד
ער זאגט דאך פונקט וואס ער וויל, מחזק זיין די משפחה.
אוודאי כדאי דער חיזוק זאל ארבעטן דארף ער שרייבען אז ער זאגט דאס נישט לשם חיזוק נאר ממש א פסק הלכה..

דו האלטס טאקע אז דאס איז וואס די משפחה וויל הערן?
זיין ווייב וויל מזאל זיך אננעמן פאר דער מערדער פון איר זון??

איר קלערט אז אים גייט אין די לינקע פאה וואס זי וויל הערן? ער האט זיך זיין אגענדע וואס ער וויל זאגן צו קאנטראלירן די מאסן

דורש אמת » פרייטאג אפריל 9, 2021 12:15 am

· #469546
Re: עד לאן הגענו? - פארטיידיגן א טאטענ'ס רציחה פון זיין זון
און אלס כדי נישט צו שטעלן אין סכנה די קראנקע שידוכים סיסטעם…
ראטעווען די משפחה פון בושה? זייט ווען קימערן זיך רבנים וועגן אזעלכע נאבעלע זאכן? נארוואס דען? מ׳דארף מאכן זיכער אז דעי קינדער זאל מען קענען חתונה מאכן… אזויווי Abby Stein זאגט נאך פון איר טאט׳ן א גרויסער עסקן פאר ״בחורים וואס גליטשן״; אז אמאל אין א שמועס אויפ׳ן טעלעפאן מיט א צווייטן עסקן האט ער געזאגט: מ׳דארף זיכער מאכן ווי פריער אזא קינד חתונה צו מאכן, איינמאל ער האט חתונה געהאט איז עס א גוטע גאראנטי…

כרם זית » פרייטאג אפריל 9, 2021 10:09 am

· #469567
Re: עד לאן הגענו? - פארטיידיגן א טאטענ'ס רציחה פון זיין זון
דער ווייב איז לכאורה די הלכהדיגע גואל הדם פון איר זון׳ס בלוט...

Sent from my LM-X210(G) using Tapatalk

כרם זית » פרייטאג אפריל 9, 2021 10:11 am

· #469568
Re: עד לאן הגענו? - פארטיידיגן א טאטענ'ס רציחה פון זיין זון
רביה''ק זי''ע
מי יגלה עפר מעיניך רבינו @מאך זיכער, אוי ביזטו גערעכט געווען, גור ברויך א שוועעעעעעעעערע תיקון... 😳 😳 😳
ביז יעצט האב איך נישט געהאלטן אז עס איז עפעס פארבינדן מיט גור. אבער אייננמאל דער רב טוט עס לעגעטימען איז הוכיח סופו על תחילתו, יודיש בלוט זאל סיך גיסן ווי וואסער אבער גור דארף זיך נישט טוישן.

Sent from my LM-X210(G) using Tapatalk

קל וחומר » פרייטאג אפריל 9, 2021 4:29 pm

· #469595
Re: עד לאן הגענו? - פארטיידיגן א טאטענ'ס רציחה פון זיין זון
פארוואס די פרשה איז אנדערש ווי א געווענליכע מארד איז פשוט, א טאטע ווי שלעכט ער זאל נאר זיין, האט א שטארקע געפיל צום קינד, אברהם אבינו'ס ניסיון איז טאקע דאס געווען, אפילו מאסן מערדער סיריעל קיללער'ס וועלן נישט הארגענען די אייגענע קינדער.
ווען א טאטע טוט אזא עקסטרעמע זאך ברענגט דאס גלייך צו טראכטן אז עפעס איז דא נישט געווען אין ארדענונג מיט אים, פערצן יאר האט ער אויפגעצויגן די קינדער מיט ליבשאפט און דא שטעכט ער צום טויט!?
דאס איז כמעט זיכער אז זיין מח איז פארדרייט געווארן פון טראכטן גראד, די שאלה איז וויפול בחירה ער האט געהאט און וואס האט צוגעברענגט דערצו.
לענ"ד קומט נישט דעם דיין די פעטש וואס קטלא גיבט אים, ער האט געשריבן כפי מה שהסתבר, ואדרבה, אויב איינער קען אזוי גוט זיין און ערקלערן פארוואס א טאטע זאל טויטן א יונג קינד שלא טעם טעם חטא ווערט געבעטן זיך צו לאזן הערן.

לאמיר זאגן » זונטאג אפריל 11, 2021 12:45 pm

· #469684
קל וחומר

אז מען נעמט אראפ די באלד ווערטער, איז דיין קשיא מער נישט שווער.

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:11 pm

· #469949
כזע נישט וואס סשטופט דעם עולם אראפצורייסן דעם פאטער. איינער האלט טאקע אז א נארמאלער מענטש וואלט געשטאכן זיין זון צוליב בר מצוה געלט?

אנטיסעמיטיזם ברענגט מענטשן צו באגיין רציחה ניכטערערהייט אויכעט דערפאר אקצעפטירן נישט מענטשן קיין פסיכישע דיאגנאזן אויף שווארצע מערדער אבער אז א טאטע זאל הרגענען א זון אן קיין רעכטן סיבה אויף א וואנזיניגן אופן שטעלט זיינע טשאנסן צו זיין נארמאל אונטער זיראו.

שארפןקאפ » דינסטאג אפריל 13, 2021 7:12 pm

· #469967
הייסט אז א נארמאלע מענטש זאל הרגענען א צווייטן פארשטייטסע יא?

שארפןקאפ » דינסטאג אפריל 13, 2021 7:17 pm

· #469969
קען אפשר זיין עס איז ביידע משגה נאר ווען עס איז א טאטע איז עס מער משוגה! און אויב האלטסטו אז א יעדער מערדער קומט זיך צו ווערן אראפגעריסן קומט זיך עס פארן "משגענעם" טאטן אויך!

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך אפריל 14, 2021 2:46 pm

· #470084
אויב האלטסטו אז דער ווארט "משוגע" איז אן אבסאלוטער טערמין אן קיין אפציע פאר שטאפלען זענט איר טאקע "משגה"....

שארפןקאפ » מיטוואך אפריל 14, 2021 4:43 pm

· #470099
Re: עד לאן הגענו? - פארטיידיגן א טאטענ'ס רציחה פון זיין זון
זופ מיט מאנדלען
אויב האלטסטו אז דער ווארט "משוגע" איז אן אבסאלוטער טערמין אן קיין אפציע פאר שטאפלען זענט איר טאקע "משגה"....
משוגה האט שטאפלען, וואס מען פראבירט צו מסבר זיין איז משגה איז כמעט איעדר פארברער, נאר עס זענען דא מענטשן וואס זענען נישט נאר "שטארק" משגע נאר זענען איגאנצען נישט ביים דעת וואס די בעסטע טעראפי וועט זיי נישט העלפען, אויף זיי קען מען זאגען אז עס קומט זיך נישט תפוסה נאר א משגעים הויז כל ימיהם, אבער א טאטע וואס הארגעט זיין קינד וואס האט פאנקצינירט אלטס א נארמאלען פארשוין ביז ער האט געטהון וואס ער האט געטהון איז נישט די מסקנא אז ער איז "נעבך משוגה"

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

שארפןקאפ » מיטוואך אפריל 14, 2021 4:52 pm

· #470100
Re: עד לאן הגענו? - פארטיידיגן א טאטענ'ס רציחה פון זיין זון
זופ מיט מאנדלען
אויב האלטסטו אז דער ווארט "משוגע" איז אן אבסאלוטער טערמין אן קיין אפציע פאר שטאפלען זענט איר טאקע "משגה"....
ווי אזוי גייט דאס ניגון "נישט נישט משוגה נאר יא משוגה גיט "

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

גיב א שמייכעל » מיטוואך אפריל 14, 2021 4:54 pm

· #470101
שארפןקאפ
אבער א טאטע וואס הארגעט זיין קינד וואס האט פאנקצינירט אלטס א נארמאלען פארשוין ביז ער האט געטהון וואס ער האט געטהון איז נישט די מסקנא אז ער איז "נעבך משוגה"

וואס דען? איהר זאגט דאך אליינס אז ער איז געווען נארמאל ביז דאן... מיינט עס אז עפעס איז געשען מיט איהם ער זאל קענען דורכפירען אזא קראנקהאפטיגע רציחה!

שארפןקאפ » מיטוואך אפריל 14, 2021 5:27 pm

· #470105
Re: עד לאן הגענו? - פארטיידיגן א טאטענ'ס רציחה פון זיין זון
וואס דען פרעג איך אויך ,אין איך פרעג עס פון רוב מערדערס (לאו דווקא א טאטע ) אין די תירוץ איז עס אז רוב מענטשן אויף דער וועלט וועלן קיינמאל נישט פארשטיין וואס עס שפילט זיך אפ אין א מערדערס קאפ נישט קיין חלוק ווי "קראנקהאפטיג די מערדעריי איז" אבער דאס גיט נישט קיין תירוץ אז מען זאל אים נישט איינזעצן אדער אראפרייסן. (א חוץ אויב די האלטס אז עס קומט זיך נישט פאר קיין איין מערדער)

דאס מיינט אבער נישט אז עס קען נישט זיין אז ער האט געכאפט אן אטאקע נאר עס ליג אויף אים עס צו אויף ווייזן, ווייל אויב נישט קען דאס א יעדער מערדער שרייען

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

שארפןקאפ » מיטוואך אפריל 14, 2021 5:40 pm

· #470107
Re: עד לאן הגענו? - פארטיידיגן א טאטענ'ס רציחה פון זיין זון
<a class="postlink" href="http://jaapl.org/content/33/4/496#:~:text=Specific%20motives%20for%20filicide%20were,(5">http://jaapl.org/content/33/4/496#:~:te ... %20were,(5</a>)%20spouse%20revenge%20filicide.

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

כפתור » מיטוואך אפריל 14, 2021 11:00 pm

· #470141
דורש אמת
און אלס כדי נישט צו שטעלן אין סכנה די קראנקע שידוכים סיסטעם…
ראטעווען די משפחה פון בושה? …

ווילאנג די סיסטעם איז קראנק מיז מען זיך רעכענען דערמיט.
די קינדער האבן גענוג געליטן. זיי ברויכן נישט די סטיגמה וואס קומט מיט אזא מעשה.
ס'קומט זיי אביסל לייכטער צומאכן זייער מצב.
איך מיין אז די רבנים האבן שוקל געווען, און בוחר געווען רע במיעוטו

בן-עולם-הבא » מוצ"ש אפריל 17, 2021 4:24 pm

· #470349
זיצן ביים קאמפיוטער און קריטיקירן איז גרינג. די מאמע האט ביי אן אינטערוויו אויף קנאל 12 דערציילט די גאנצע געשיכטע און געזאגט אז איר מאן איז גארנישט שולדיק און זי האט אויף אים בלויז רחמנות און נישט קיין כעס.

תרמב » זונטאג אפריל 18, 2021 1:29 am

· #470424
וואס איז די גאנצע געשיכטע וואס זי פארציילט דארט?

ליב צו וויסן » זונטאג אפריל 18, 2021 9:49 am

· #470489
[ציטאט אראפגענומען]

נעה.. ס'וואלט זיכער געווען איין גערער דיין אינעם בי"ד...

אישתישבי » זונטאג אפריל 18, 2021 11:58 am

· #470497
אינטערעסאנט אז דווקא דער ווערסיע וואס דער גערער האבן ליב, באשולדיגט גער מער, ווייל מען פרעדיגט דארט קדושה אזויפיל, און דער שרעקליכע סכנה פין בחורים און משכב זכר מיט זרע לבטלה, האט דער טאטע זייענדיג טאקע משוגע געהרגעט זיין בחור על קדושת גער.

דורש אמת » זונטאג אפריל 18, 2021 8:05 pm

· #470565
Re: עד לאן הגענו? - פארטיידיגן א טאטענ'ס רציחה פון זיין זון
דער זוהר הקדוש האט אונז שוין מגלה געווען אז סע איז פארהאנען אידישע שדים ( שידין יהודאין. ).
מע האט געפרעגט רבי הערשעלע ליסקער
וואו זענען היינט אהינגעקומען די שדים? פארוואס הערט מען ניט מער פון זיי?
האט ער געענטפערט: די שדים זענען נתלבש געווארן אין מענטשן!
דער ׳תולדות׳ בשעתו האט שוין געטראפן תלמידי חכמים רבנים און ראשי בית דין וואס זענען אידישע שדים! (ת״ח שידין יהודאין)
אזא תלמיד חכם (שאין בו דעת) ווי אונזער שמואל דוד גראס איז מן הסתם איינער פון די היימישע חסידישע שדים וואס דרייען זיך ארום פראנק און פריי און לעבן זיך בכבוד גדול.
אפשר איז ער אפילו דער כהן גדול פון די חסידישע שדים היינט צו טאג.
נישט נאר וואס מע ברויך נישט קיין ראיות דערצו, דאס בריוו רעדט פאר זיך אליינס, נאר סע איז אפילו מרומז אין זיין נאמען
שמואל דוד הכהן גרוס
די ראשי תיבות פון שמואל דוד איז שד… הכהן גרוס=גרויסער כהן=כהן גדול!
וואס טראכט איר וועגן דעם? ווען דער ׳תולדות׳ לעבט ווען היינט צו טאג וועמען פון אונזערע רבנים וואלט ער געשענקט דעם בכבודיגן טיטל פון ׳אידישע שדים׳?

Sent from my iPad using Tapatalk

אונטער חכם » מאנטאג אפריל 19, 2021 2:23 am

· #470603
Re: עד לאן הגענו? - פארטיידיגן א טאטענ'ס רציחה פון זיין זון
[ציטאט אראפגענומען]
עס איז נישט געווען קיין התראה.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 19, 2021 8:54 am

· #470610
לויט רבי יוסי דארף נאר אן עם הארץ התראה.

זופ מיט מאנדלען » מאנטאג אפריל 19, 2021 9:00 am

· #470611

העיט לשם העיט.
בלאט: 1 2