א שוואכע פראדוקציע, די יסוד פונעם שאו איז טאקע געבויעט אויף דעם אז א שוואכער כאראקטער טרעפט זיך אין א גורלדיגער ראלע, אבער די שאו אליין איז אויך שוואכליך געשריבן און שוואך צאמגעשטעלט.
די ערשטער עפיזאד איז נאך נישקשה אבער דער צווייטער עפיזאד איז פלעין שלעכט, ספרובירט אפצומאלן דברים העומדים על הפרק וויאזוי טעראר און פאליטיק עפעקטן race אבער סווערט דא געטון אויף א שוואכן אינטעליגאנטער אופן.
די עקטינג איז אויך שוואך, סאוטערלענד כבודו במקומו מונח, ער איז קיינמאל קיין ערנסטע עקטער נישט געווען און דא איז ער זיכער נישט בכח צו טראגן דעם געוויכט. די פורסט לעידי איז מעגליך א גוטער עקטער אבער איר כימיע דא ארבעט נישט. מעגי פון ניקיטע איז גאנץ פיין אבער האט נאך נישט באקומען עפעס ערנסט מיט וואס צו ארבעטן, די אנדערע עקטערס זענען אויף יוצא צו זיין, נאטינג ספעשל.
חבל על הזמן, לדעתי.
וואס איז יא אינטערעסאנט איז דער נושא וואס די שאו שטעלט פאר, און אין ריעל לייף איז די מעשה גארנישט אזוי פשוט, Who’s In Charge of America After a Catastrophe? Who Knows? Television’s 'Designated Survivor' imagines a hapless cabinet secretary becoming president. The truth about succession is way less certain: <a class="postlink" href="http://www.politico.com/magazine/story/2016/09/designated-survivor-president-succession-doomsday-plans-214271">http://www.politico.com/magazine/story/ ... ans-214271</a>
יאפ דער נייער שחור קומט נישט צו צי ר' יאנקל'ס קנעכל אבער איי געסס מען האט עס פילמירט אין אבאמא'ס צייטן איז פאליטיק קארעקט צו נוטצן א שווארצער נאו מעטטער ווי שוואך.
Modern Family גייט קומען צו אן ענדע אין 2020 <a class="postlink" href="https://www.usatoday.com/story/life/tv/2019/02/05/abc-comedy-modern-family-end-2020-final-season/2778039002/">https://www.usatoday.com/story/life/tv/ ... 778039002/</a>
מענין לקנין ולבנין, האב איך שוין לאנג געוואלט וויסן אן ענטפער צו א פראגע וואס עגבערט מיר און איז נישט ראוי לפתיחת אשכול מיוחדת, דעריבער ווידמע איך די ארט פאר מיין פראגע אט דא: יעדן טאג, שוין יארן און זאגאר דורות לאנג, וואס עס קומען ארויס נייע פילמען, מאוויס, איינס נאכן צווייטן חדשים לבקרים, צום שטוינונג און וואונדער פון אלעמען. אפגערעדט וויפיל כוחות, געלט און האראוואניע עס גייט אריין נאר אויפצופילמען און דאקעמענטורין בלויז א מינוט (איך רעד נישט פון ערפארנוג) קאסט דאס אלעס זיכער אפ א הון תועפות און נאך. איז מיין פראגע: וואס איז די מטרה ווען איינער פאבלוצירט א פילם, ווער פינאנצירט דאס? וואס האט ער דערפון? וואס לוינט אים דאס? אוודאי איז דער ענטפער דערויף אז פונקט ווי אנדערע ענינים און וועלכע מען לייגט אריין ממון ודמים, כוחות און ענערגיע, א שטייגען ווי גרויסארטיגע שפילן למיניהם, און דאס אלעס בברענגט גרויס כבוד, פאפאלעריטעט פאר די אקטיארן און שפילער. אבער ווער פינאנצירט דאס און ווער איז נייגעריג צו אינוועסטירן דערין? וועלכע רווחים ברענגט דאס? איז פארהאן אן ארגעניזאציע וועלכע צאלט אויס די אלע סארט פילמען פון שעות ע"ג שעות?!
אביסל א נאאיווע שאלה, ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט. יעדע פאפולערע פילם קען מען זען אויף וויקיפידיע וויפיל געלט די פילם האט פארדינט, אפטמאל גרייכט עס אין די שווערע הונדערטער מיליאנען דאלארן. די געלטער קומען מיינסטנס פון טעאטער טיקעטס אזוי אויך פון פארקויפן דערנאך די די.ווי.די. גיין זען א פילם אין טעאטער איז אן ערפארונג, מ'נעמט ארויס די פלוניתטע אין א וויקענד, מ'קויפט א פאפקארן און מ'פארברענגט אייניגע שעה אין מאווי טעאטער, אפילו מענטשן קענען זען דעם פילם פונדערהיים (רוב מאל נישט, עס נעמט חדשים לאנג פון ווען א פילם קומט ארויס ביז מ'קען עס פאקטיש גנבען אדער אפילו קויפן לעגאל צו סטרימען אדער די דיווידי.) ווילן זיי נאך אלס די ערפארונג. #וואס_פארשטייט_א_איד
עולה על כולם, אין די גרויסע וועלט פון ענטערטעינמעט איז דא א ריזן פלאטפארמע פון מערערע קאמיסיעס וואס אווארדן און שעצן טאלאנט. ווי צום ביישפיל: די אסקערס, די גרעמיס, די גאלדן גלאובס, און נאך. ס'איז נישט ווי די אידישע ענטערטעינמעט אינדוסטרי ווי מ'שוויצט א דריי יאר פאר אביסל נארישע עדווערטייזמענט, און אפאר טויזנט דאלער מער א נאכט, און אלס אויף וואס, אפאר אידעלעך אין כולל ביי לאנטש זאלן דיסיידן צו דיין סידי איז עפעס...
נאר צו ווערן נאמינירט פאר אן אווארד, מאכט העדליינס חדשים פריער געווינען אן אווארד? אן איבערקערעניש, די גאנצע סטאטוס פון יענעם אקטיאר/פראדוסער/זינגער טוישט זיך, די וויקיפידיע פעידזשעס, די אינסטעגרעם אקאונטס, ווערן אפדעיטעד, ווען מ'רעדט פון דעם מענטש רעדט מען פון זיינע געווינסן, בקיצור ס'איז א פרעסטידזש צו זיין סוקסעספול, ... "there's what to look forward to"
אן אינטרעסאנטע ארטיקל פון דר. זעינעפ טופעקי פארוואס די ערשטע פאר סעזאנס פון Game of Thrones און די סעריע The Wire זענען געווען אזוי פיין. דהיינו, ווייל אין אלגעמיין שרייבט מען און מען פארציילט א מעשה פון אן אינדיווידואלן פסיכאלאגישן שטאנדפונקט; דעם מענטשן׳ס [בדרך כלל דער פראטאגאניסט׳ס אדער אנטאגאניסט׳ס] פערזענליכע געפילן וכו׳. משא״כ די צוויי שאוס האבן פארציילט זייערע געשיכטעס פון א סאציאליסטישע פערספעקטיוו; די פאקוס איז געווען אויף די אינסטיטוציעס וכו׳ וואס נעמען ארום די כאראקטארן ווי איידער די פערזענליכע געפילן ממש וכו׳ פון די כאראקטארן. (איך האב גראדע דאך הנאה געהאט פון דעם לעצטן סעזאן, הגם איך בין מודה אז עס איז געווען א היבשע letdown.)
די בארימטע סיטקאם (situation comedy) שאו "פרעינדס" מאכט א ריוניען מיט א פרישע ספעשל און אויך אלע 236 עפיסאודס פון די באליבטע שאו עוועליבל צו סטרימען אויף HBO Max ערווארטעט דעם מאי 2020
דעס קומט נאכדעם וואס נעטפליקס האט אויפגעגעבן די רעכטן צו סטרימען די שאו ענדע פון 2019 קוועלער געבן אן אז Warner Media (די ארגינעלע בעלי בתים פון פרעינדס) האבן די לעצטע 5 יאר געצאלט 425 מיליאן דאלער צוריקצוקויפן די רעכטן פאר זייער אייגענע שאו! נעטפליקס האט געצאלט קרוב צו הונדערט מיליאן דאלער צו האלטן די סטרימינג רעכטן פאר 2019 און איז עווענטועל געווארן איבערגעשטיגן דורך Warner Media
די נייע סטרימינג סערוויס HBO Max וועט קאסטן 15 דאלער א חודש און וועט האבן ארגינעלע פראגראמען ווי אויך וועלט בארימטע קאמעדי סעריעס ווי "ביג בענג טיערי" און "סאוט פארק" און דאס איז אין צוגאב צו די עקזעסטירנדע פלאטפארמעס HBO Go און HBO Now
כ'האב אנגעהויבן The Morning Show אן ארגינעלע סעריע אויף Apple TV ס'רעדט זיך פון א פראמינענטע זשורנאליסט וואס האט געהאט עפעירס מיט co workers און פארלוירן דעם פאסטן, און וויאזוי ס'אפעקטירט די גאנצע נעטווארק, זיין שותף אן די עיר איז Jennifer Aniston אנדערש ווי פרענדס איז איר כאראקטער דא גאר אן ערנסטע מיט אסאך טשעלענדזעשס. ס'איז רעיטעד TV-MA
האלט מיר ביים דריטן עפיסאוד ביזדערווייל איז עס משוגע צו ווערן איז דא איינער וואס האלט עס מיט?

איך זיך א tv show וואס איז אזוי גוט און ציענד ווי 24 און prison break איינער מוט עפעס אן איידיע??
Sent from my SM-A105F using Tapatalk
עוקר הרים: עפעס ליגט מיר אין זיכרון איבער די מעשה..."פריזאן ברעיק"...איבער א רעוואלט אין א מאקסימום סעקיוריטי סטעיט פריזאן. און איינער פון די גארדס האט עכט געהאלפן פאר די פריזאנערס. אבער זיין לעבן איז געווען אין סכנה. ווייל די אנדערע ארעסטאנטן האבן נישט געוואוסט פון דעים. און איינער פון די קרימינאלן מיט וועים ער האט צוזאמענגעארבעט האט איהם אין די לעצטע מינוט. פאר די רויבערס האבן זיך אריינגעבראכן אין זייער פארמאכטן יוניט אלס א טייל פון די רעוואלט, האט איהם זיין פריינט, דער ארעסטאנט צוגעווארפן א יוניפארם פון אן ארעסטאנט. און געראטעוועט זיין לעבן....ס'איז זייער דראמאטיש...! איך בין נישט זיכער.ס'קען זיין אז איך רעד אין די וועלט אריין...!
כ'האב אנגעהויבן The Morning Show אן ארגינעלע סעריע אויף Apple TV ס'רעדט זיך פון א פראמינענטע זשורנאליסט וואס האט געהאט עפעירס מיט co workers און פארלוירן דעם פאסטן, און וויאזוי ס'אפעקטירט די גאנצע נעטווארק, זיין שותף אן די עיר איז Jennifer Aniston אנדערש ווי פרענדס איז איר כאראקטער דא גאר אן ערנסטע מיט אסאך טשעלענדזעשס. ס'איז רעיטעד TV-MA
האלט מיר ביים דריטן עפיסאוד ביזדערווייל איז עס משוגע צו ווערן איז דא איינער וואס האלט עס מיט?
כ'האב אנגעהויבן The Morning Show אן ארגינעלע סעריע אויף Apple TV ס'רעדט זיך פון א פראמינענטע זשורנאליסט וואס האט געהאט עפעירס מיט co workers און פארלוירן דעם פאסטן, און וויאזוי ס'אפעקטירט די גאנצע נעטווארק, זיין שותף אן די עיר איז Jennifer Aniston אנדערש ווי פרענדס איז איר כאראקטער דא גאר אן ערנסטע מיט אסאך טשעלענדזעשס. ס'איז רעיטעד TV-MA
האלט מיר ביים דריטן עפיסאוד ביזדערווייל איז עס משוגע צו ווערן איז דא איינער וואס האלט עס מיט?
למעשה האלט קיינער נישט מיט דעם שאו?
"קיינער? קיינער נישט?..." - שלמה שמש
כהאב באקומען יעצט א יאר פריי Apple TV האביך געקוקט The Morning Show, א דאנק דיר.
איך שטום צו אז סאיז משוגע צו ווערן... ווען קומט ארויס די נעקסטע סעזאן?
Breaking Bad איז גאר גוט. איך האב ליב צו פארשטיין די פערספעקטיוו פון מענטשן וואס איז שווער צו פארשטיין זייער קוק ווינקעל. (רוצחים, מאפיו, רבנים, פאליטישענס, וכדומה). די סעריע נעמט דיר אויף אן עמאצינאלע רייד אזש דו טרעפסט דיך אויף די זייט פון די "שלעכטע", איך האב עס גאר שטארק ענזשויט.
אין די טעג האב איך געוואטשט די סדרה 'צייד המרגלים' וואס איז מבוסס אויף די זכרונות פון אברהם וואלפינזון שליט''א און איז גאנץ אינטרעסאנט. עס איז אויך שטארק אובייקטיוו און גיבט איקוועל ספעיס פאר די וואס טענה'ן אז יענער איז נישט געווען קיין שפיאן.
עס זענען ארויס פיהר פרקים איבער די פרשיות פון זאב אבני, אהרון כהן, קורט סיטה און ישראל בר, וואס יעדע איינע פון די פרשיות האט בשעתם צושאקעלט די יונגע מדינה.