☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » אשכול אן א טיטל #11033

אשכול אן א טיטל #11033

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11033

— » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 2:27 pm

· #352693

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שבת אחים » זונטאג אקטאבער 23, 2016 8:46 am

· #352847
זייער גיט ארויסגעברענגט איין סברא פארוואס חסידים טאנצן אויף טראמפס פארענטשע און כדרכו בקודש זעהט מען אויף יעדע ווארט פונעם ארטיקל קטלא׳ס פינגער אפדרוקן מיט זיין רייכע און מליצה׳דיגע שפראך וואס איז שווער צוטרעפן נאך אזאנס אין אונזער דור דעה, אבער לאמיר לייגן אלע וויצן אין די זייט, די סיבה פארוואס היינטיגע חסידים זעהן אויג צו אויג מיט די קריסטליכע קאנסערוועטיווען ווייל זיי האבן די זעלבע רעליגעזע שטאנדפוקטן און ווידרדן ווי די קריסטן להבדיל, און זייער געטריבנע אגענדעס ווי אבאראושען, בירט קאנטראל, סטעמפ צעל ריסערוטש, הומאסעקסיואלס, ליגעלייזן מאריכוורנא, ועוד ועוד, און שטייצעך ביידע זענען גרויסע פאטריאטן פאר די אידישע מדינה וואס לויט די קריסטן וועט יוזעל אויפשטיין תחיית המתים נאר נאכדעם וואס אלע אידן וועלן וואוינען אין די הייליג לאנד.

הגם טראמפ אליינס איז ווייט פון א קריסט זעלבסט ווי איידער א אפערטוניסט איז ער דאך זייער פארטרעטער ווילאנג ער בארעדט און באשמיצט די לינקע מיט זיינע גרויסע טיפע חידושים , דעס אליינס איז גענוג פאר די רעכטע שמאלע קעפ, מ׳דארף נישט זייי גרויסער חכם צו פארקויפן לאקשן פאר מענשטען וואס גלייבן נישט אין קיין סייענס (אפילו זיי נוצן יעדע מעדעצין און טעכענעלאגיע וואס קומט דערפון),מענשטען וואס זענען נישט עדיוקעטיעט און נישט געבילדעט איז אזא פרומע מארמאן ווי גלען בעק א גאנצע מאן דהוא, און אזא צווריידטער ביגאט ווי ראוש לימבא ממש א גאון הגאונים.

אלזא פאר אלע אידן וואס שרייבן אויף אין גראסערי און אין פיש געשעפט און קענען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די טייערע ניו יארקע רענט שטיצן אויטמאטיש א פארטיי וואס ווען זיי וואלטן געקענט וואלטן זיי אנגעטוישט אלע פוד סטעמפס און בענעפיטס וואס די ארימע באקומען פאר נאך אפאר טאנקן פאר די אמעריקענע ארמיי ווייל לויט ווי איר ווייסט דאך אלע שטייט אייסעס ביי די אמעריקאנע טויערן און ס׳וועט נישט נעמען צו לאנג און די צוואנציג טויזענט יונגען מיט זייערע קעמעלעך וועלן איבערנעמן אמעריקע מיט א פן ירבה, און היות אמעריקע האט נאר 200 מילטערישע באזעס ארום די גאנצע וועלט און גענוג ארטילערי חרוב צו מאכן די גאנצע מיליקי וועי גאלאקסי פלאס רוסלאנד, אלזא זענען די רעכטע און די אומגעלערנטע קאנווינסט אז דער טראמפ וועט זיין די ריכטיגע ישועה פאר אמעריקא און צוריק נעמען די מאכט פון די ליבעראלען וואס האבן איינגעפירט ״סדום געזעצן״ ווי למשל הומאס זאלן מעגן חתונה האבן איינער מיטן צווייטן, און אז מ׳וועט דארפן מאכן אן אבאראושן וועט מען דארפן דרייווען טויזענט מייל ארויף דעם בארג צו די ליבעראלע קאנאדא.

ודי למבין » זונטאג אקטאבער 23, 2016 3:36 pm

· #352859
נאך א סיבה וואס איך טראכט איז פשוט ווייל ביידע לייקענען פאקטן און סייענס. טראמפ די סייענטיפיק פאולס און חסידים אלע אנדערע סייענס...

פידלער » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 1:23 am

· #352888
ודי למבין
נאך א סיבה וואס איך טראכט איז פשוט ווייל ביידע לייקענען פאקטן און סייענס. טראמפ די סייענטיפיק פאולס און חסידים אלע אנדערע סייענס...


איך זע נישט אז די אונטערשייד צום סוף זאל אויספעלן. טראמפ לייקענט אויך אלע אנדערע סייענס. Climate change, global warming, even the effectiveness of vaccinations...

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 1:43 am

· #352891
אנאנים: אזא ארטיקל ווי דו האסט דא אראפגעלייגט מוז מען לייקן., איינמאל איז נישט גענוג. נאר איך ווייס נישט ווער ס'האט געשריבן דאס ארטיקל. דו אדער קטלא קניא. אויב דו האסט עס געשריבן, ביסטו חוץ אלע אנדערע מעלות טובות שמנו חכמים. מאן חכמים חכמי ה'קאווע שטיבל, נאך אן עניוו אויכעט .
נאר פון איין סאבדזשעקט האסטו נישט גערעדט. פון זיין כל מקדש שביעי.....................און אויב דער אריגינאלער קטלא קניא האט עס געשריבן ביסטו, זאלסט מיר אנטשולדיגן א פלאגיאריזירער.(אפשר פון די שטאט פינסק.)

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 1:46 am

· #352892
אנאנים: אנטשולדיג מיר. די שורות האבן זיך מיר פארמישט אין מיין פריערדיגע תגובה. און איך קען עס נישט פאררעכטן. ס'איז אן ענין פון מעוות לא יוכל לתקון...! דו וועסט מוזן אליינס לערנען פשט אין מיינע דברי טוירעה...!

מי אני » מאנטאג פעברואר 17, 2020 3:49 pm

· #443065
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/443052">viewtopic.php?p=443052#p443052</a><!-- l -->

‏מ׳האלט דאך נישט אזוי ווייט פון נאכאמאל עלעקשאנס וואו ער לויפט נאכאמאל, און לכאורה האט זיך קיין סאך נישט געטוישט בנוגע היחס בין החסידים לטראמפ.

קאך_לעפל » דינסטאג פעברואר 18, 2020 8:15 am

· #443093
.

קאך_לעפל » דינסטאג פעברואר 18, 2020 8:35 am

· #443097
די פראגע פארוואס חסידים גלייכן טראמפ, איז אייגענטליך א שטארקע פראגע וואס עגבערט פאר א סאך מענטשן.

טראדיציאנאל, האבן אידן אין די פאראייניגטע שטאטן זיך אלעמאל אנגעהערט צו די דעמאקראטישער פארטיי. דער אורזאך דערפון איז נעמליך צוליב דעם, ווייל א טייל פון די ווירדן און אידיאלן פון די דאמאקראטן ענדלען אין א געוויסע זין צו די אידישע. אידן און דעמאקראטן צוגלייך - האבן א זייער א שטארקער געפיל צו אימיגראנטן און עטנישע ראסן, ביידע נעמען זיך שטענדיג אן פאר באקריוודעטע אין נויט און זיי וועלן אלעמאל העלפן נויטבאדערפטיגטע אין געברויך. אפילו ווען די דעמאקראטן האבן זיך אנגעהויבן צו טונקען אין אלערליי אומאראלישע שמוץ, א זאך וואס האט זעלבסטפארשטענדליך זייער נישט געשמעקט פאר אידן, ווארום אידן זענען דאך אן איידל און הייליג פאלק, האט דאס פארט נישט באוואויגן פאר אידן איבערצולאזן די פארטיי צו וועלכע זיי האבן זיך געטריי צוגעהאלטן פאר לאנגע גענעראציעס. אבער ווען בייזע ווינטן פון אפענע אנטיסעמיטיזים האבן זיך גענומען בוזשעווען אין די דעמאקראטישע פארטיי, הויפטזעכליך צוליב די פאלעסטינע און די מדינת ישראל קאנפליקט, האבן שוין יא מערערע אידן גענומען דעם וואנדער שטעקן אין די האנד און פארלאזט די פארטיי פאר גוט.

דאן האט אויפגעשיינט די שטערן פון דאנאלד טראמפ. עס איז נישט קיין שום צווייפל ביי קיינעם אז דער פרעזידענט איז פון די קאָנטראָווערסיאַלסטע פיגורן וועלכע האבן נאר אמאל געשפילט א ראלע אין אמעריקאנער פאליטיק. יעדער געטרייער איד וועלכע פארמאגט ג-ט אין הארצן וואלט זיך ווען געברויכט אפשאקלען מיט אפשיי פון אזא סארט פיגור ווי טראמפ, אבער צום גרויס וואונדער איז געשען פונקט קאפויער. און די פראגע איז פארוואס?

דאס ענין קען פילייכט זיין אזוי:

וואו אימער מען בלעטערט נאר אינעם תנ''ך, שטויסט מען זיך נאכאנאנד אן מיט אזעלכע נאבאלע ווירדן ווי צדק, יושר, און משפט. גערעכטיגקייט און גלייכקייט זענען געווען אלעמאל געווען פון די פונדאַמענטאלע ווירדן וואס די הייליגע נביאים האבן אומאויפהערליך געפאדערט און געמאנט פונעם אידישן נאציאן. זייער פייערדיגע רייד האבן דורכגעדרונגען די הערצער פון די אידן, און דאס האט ווארשיינליך אויסגעפארעמט דאס גייסט פונעם אידישן פאלק אויף שטענדיג. דער הארץ און מוח פון א איד ווערט אויפגעשטורעמט ביז גאר ווען היפאקריטישע אומרעכטן ווערן באגאנגען קעגן איינעם, זייער איינגעבאקענעם אידיאל פון זיך אנצונעמען פאר א באקריוודעטער ווערט דאן אויפגעפלאקערט אין זייערע הערצער, אפילו ווען עס האנדלט זיך פון אזא סארט בר נש ווי פרעזידענט טראמפ.

נאך איידער טראמפ איז אריינגעשוואוירן געווארן אין אמט אלס פרעזידענט, האבן די דעמאקראטן שוין דעקלערט א זשיהאד קעגן אים. זיי האבן הייס פארשפראכן אז זיי וועלן אנווענדן אלערליי מיטלען אים צו שטערן אויף טריט און שריט, אפגעזען אז דאס וועט אריינווארפן דאס לאנד אין כאאס. זייער ווילדע משוגענע פיינטשאפט וואס זיי פארמאגן צו אים שטייט ביי זיי פיל העכער ווי די אינטערעסן פונעם לאנד. דאס פאקט אז ער איז געזעצליך ערוועלט געווארן דורך די אמעריקאנע באפעלקערונג אלס זייער פרעזידענט מאכט נישט אויס ביי זיי. און ווי נאר ער איז ווירקליך איינגעשוואוירן געווארן, האבן די רדיפות און רשעות זיך באלד אנגעהויבן אויף א מאסשטאבליכער פארנעם, און האלט נאך אן מיט א שטארקייט ביז צום היינטיגן טאג.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט די רוסישע קאנספיראציע. די העכסטע שישקעס אינעם יוסטיץ מיניסטעריום האבן לויט אנווייזונגען פון די העכסטע שישקעס פון די אבאמא אדמיניסטראציע, קאנספירירט אין געהיים צו פארעמען דעם אמעריקאנער פרעזידענט אלס אן אנגעבליכער רוסישער שפיאן. די פאסקודניאקעס האבן גלייך פון אנהייב גוט געוואוסט אז דאס איז בלויז א הויפן פון הוילע שטירן אפפאל, פארט האט דאס זיי נישט אפגעהאלטן אנצוגיין מיט זייערע ענדלאזע אויספארשונגען, נעמליך, זיי האבן מיט גרויס רשעות געהאפט אז מיטן נאכאנאנד פארשן די נאנטע מענטשן צום פרעזידענט וועלן זיי ענווענטועל געשטרויכעלט ווערן מיט ליגנד זאגן פאר די עף.בי.איי. אדער פאר קאנגרעס, ווי ס'האט טאקע ווירקליך פאסירט. און אויב איז דאס נישט גענוג געווען, האבן די דאזיגע רשעים אויך באשלאסן זיי צו פאראורטיילן מיט די הארבסטע טורמע טערמינען וואס עס איז נאר שייך לויטן געזעץ... און ווען דער יוסטיץ מיניסטער באר דרוקט אויס זיין אנטריסונג אויף זייער פרעכע רשעות, האבן זיי נאך די פרעכהייט צו רופן פאר זיין באלדיגע רעזיגנאציע...
ווען די רוסישע קאנספיראציע איז נאך צוויי יאר געגאנגען קראכן, האט באלד נאכגעפאלגט די אימפישטמענט חאזעריי... וועלכע האט זיך אייגענטליך גוט אויסגעלאזט.

חסידים קוקן זיך צו מיט אפשיי צו די אומאויפהערליכע רשעות, די געמיינע טעטיגקייטן, די האר אויפשטעלנדע היפאקריטיע פון די דעמאקראטן, און עס רופט זיי ארויס בייז בלוט. אין רעזולטאט האבן זיי באקומען א שטארקע געפיל צום פרעזידענט. אין אנדערע ווערטער ווען די דעמאקראטן וואלטן נישט אנגעגאנגען מיט זייער אויסטערלישע רשעות וואלט ווארשיינליך קיין איין חסיד ווען נישט געשטימט פאר אזא מאן ווי דאנאלד טראמפ.... כנלע''ד.

מי אני » דינסטאג פעברואר 18, 2020 12:38 pm

· #443104
אויסצוקלארען, די היפאטעזיע מוז אננעמען אפאר פונקטן/הנחות/פרעמיסעס:

1). אז מ׳האט שוין געזעהן אז מ׳רודפ׳ט אים נאך פון פאר ער איז געווארן פרעזידענט; פון ווען ער האט אנאנסירט זיין קאנדידאטור (ווייל פון בערך דעמאלטס גייען די חסידים מיט מיט אים). דאס איז טאקע משמע אינ׳ם תגובה.

2). אז נאר די סארט אידן [חסידים או עכ״פ פרומע] וואס זענען שטארק דבוק אינ׳ם חלק הבין אדם למקום פון תנ״ך, נאר ביי זיי איז איינגעגעסן (דורי דורות) די בין אדם לחבירו אספעקט פון תנ״ך. ליבעראלע אידן [״דזשוס״] זענען ל״ד מיט מיט אים.

3). אז דאס וואס מ׳איז עובר קעגן אים בענין בין אדם לחבירו איז פראפארציאנאל מער ווי זיינע לאזונגען (צו מעשים) וואס זענען עובר אויף דעם געביט.

4). אז דאס וואס די צד שכנגד רודפ׳ט אים יעצט איז (פראפארציאנאל) מער ווי וואס עני צד שכנגד האט אלס גע׳רודפ׳ט וכו׳ דעם פרעזידענט פון דאס אנדערע פארטיי, ווי אויך אלגעמיינע היפאקריטיע וואס זי האט געטוהן וכו׳. דאס קען אריינגיין אין דעם געביט פון ראזי רעטראספעקשאן וכו׳ און אין אנדערע בייעסיס (ווענדנדיג זיך אינ׳ם אינדיווידואל׳נס פארטיי געהערעניש וכו׳), ועיין לעיל בהלינק בתגובתי הקודמת.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 18, 2020 1:35 pm

· #443108
דאס איז די ערשטע מאל איך הער אז חסידים קימערן זיך מיט נ"ך. האסט נאך א ביישפיל דערצו?

אישתישבי » דינסטאג פעברואר 18, 2020 1:46 pm

· #443109
און איך האב נישט געהערט אז חסידים זאלען קוקען מיט אפשיי אויף רשעות פין רודפ'ן א צווייטען.

מי אני » פרייטאג מערץ 13, 2020 3:31 pm

· #443815
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/13621">viewtopic.php?f=4&t=13621</a><!-- l -->

מי אני » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:18 am

· #456349
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/14103">viewtopic.php?f=4&t=14103</a><!-- l -->

מי אני » פרייטאג יאנואר 22, 2021 7:13 am

· #465904
📎 7CFBD495-FC97-4ADC-B3BC-586BF6A587BD.jpeg דאס טענה׳ט די פסיכיאטאר דר. בּענדי ליִ בנוגע איינע פון די פסיכאלאגישע טעמים פארוואס טראמפּיסטן ווערן צוגעצויגן צו אים און זיין פּערסאנעליטי. אולי קען דאס יא אויך גיבן א שטיקל השוואה בנוגע פארוואס חסידים ווערן צוגעצויגן צו אים, אין דעם פארוואס זיי פיהלן אז זיי מוזן האבן א רבי א פירער א טאטע פיגור צו ערגענצן די סטרעסעס וואס די געזעלשאפטליכע ערווארטונגען וכו׳ וכו׳ שטעלן אויף זיי.

זופ מיט מאנדלען » פרייטאג יאנואר 22, 2021 9:01 am

· #465909
דאס וואס מען האט געשריבן דא אז די סיבה פארוואס אידן נעמען זיך אן פאר טראמפ איז ווייל ער איז געווען דער נרדף איז לדעתי נישט אמת, ווייל אויב אידן נעמען זיך אן פארן נרדף מיינט עס אויטאמאטיש אז זיי זענען אנטי רודפים, דאס איז אמת אז טראמפ איז שטארק גערודפט געווארן אבער נישט דורך איין רודף, סגעווען א גאנצע חבורה פון רודפים וואס האבן לאוו דווקא געארבעט צוזאמען, יעדער האט געלייגט א פיס ווי ער האט נאר געקענט, משא"כ טראמפ איז לכאורה געווען דער גרעסטער רודף אין די היסטאריע פון אמעריקאנער פאליטיק, אפילו די דעמאקראטן האבן זיך געטראפן סקאנדאלן אויף טריט און שריט זענען זיי געקומען אונטערן נאמען פון צדק, משא"כ טראמפ האט גערודפט ווי א בולי אין חדר.

אין איין ווארט, אויב די אידן שטיצן נרדפים וואלטן זיי געוואוט פאר הילערי וויבאלד זי איז גערודפט געווארן פאר אירע אימעיל פארנאכלעסונגען.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 5, 2021 10:24 am

· #468022

הקטן » פרייטאג מערץ 5, 2021 11:21 am

· #468023
זופ מיט מאנדלען
דאס וואס מען האט געשריבן דא אז די סיבה פארוואס אידן נעמען זיך אן פאר טראמפ איז ווייל ער איז געווען דער נרדף איז לדעתי נישט אמת, ווייל אויב אידן נעמען זיך אן פארן נרדף מיינט עס אויטאמאטיש אז זיי זענען אנטי רודפים, דאס איז אמת אז טראמפ איז שטארק גערודפט געווארן אבער נישט דורך איין רודף, סגעווען א גאנצע חבורה פון רודפים וואס האבן לאוו דווקא געארבעט צוזאמען, יעדער האט געלייגט א פיס ווי ער האט נאר געקענט, משא"כ טראמפ איז לכאורה געווען דער גרעסטער רודף אין די היסטאריע פון אמעריקאנער פאליטיק, אפילו די דעמאקראטן האבן זיך געטראפן סקאנדאלן אויף טריט און שריט זענען זיי געקומען אונטערן נאמען פון צדק, משא"כ טראמפ האט גערודפט ווי א בולי אין חדר.

אין איין ווארט, אויב די אידן שטיצן נרדפים וואלטן זיי געוואוט פאר הילערי וויבאלד זי איז גערודפט געווארן פאר אירע אימעיל פארנאכלעסונגען.

טראמפ איז געווען די נרדף וואס האט זיך נישט געלאזט!!!
דאס האט אים פארפיינטעט נאך מער ביי זיינע רודפים, וואס האבן ערווארטעט זיין דיימייז

neumann249 » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 8:33 am

· #487023
someone has a pdf