☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » א נאכט פארברענג מיט גאט

א נאכט פארברענג מיט גאט

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15500
בלאט: 1 2

שמן למאור » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:21 pm

· #507712
מתבודד
לאמיר זיין זייער קלאר, איך האב נישט געמיינט מיט דעם באשרייבונג פון מיין חלום צו זאגן אז "דאס" איז וויאזוי עס גייט צו דארטן אויבן. פארקערט גאר, איך האב ארויסגעברענגט מיטן ארטיקל טאקע דאס וואס די זאגטס צעווישן דיינע אייגענע ווערטער, אז "קיינער קען נישט וויסן" וואס עס קומט פאר דארטן.
פון דיין ארטיקל, טאקע מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט, קוקט נישט אויס אזוי.
איז אדער פרובירסטו צוריקדרייען דאס רעדל, אדער האסטו זיך נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט אינעם ארטיקל.
פארוואס זאגסטו אזוי? ווייל איך לייג פאקטיש אראפ א קעגנזייטיגע סיפור? וואס דען האסטו געוואלט אז איך זאל פארציילן? אז איך קום ארויף און איך ווייס נישט וואס איך זע? איך מיין.. פארגעס נישט דאס איז בלויז א חלום סאו זיכער קען מען דאך נישט וויסן. עס איז בלויז א חלום פון א מעגליכע סענעריאו...
אפילו ביים ליינען מיינע ארטיקלען דארף מען ניצן די שכל. 😉

שמן למאור » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:24 pm

· #507713
סמבטיון
אונז ווייסן מיר טאקע נישט פינקטליך , אבער דאס ביסל וואס אונז ווייסן יא, קומט פון הייליגע פארלעסליכע מקורות וואס איך גלייב אז זיי האבן יא געוויסט פינקטלך וויאזוי עס זעט דארט אויס. קענסט ניצן דיין אייגענע שכל ווי דו ווילסט און וויפיהל דו ווילסט, אבער א טראפ אמונת צדיקים וועט דיר נישט שאטן.
1000 פראצענט! איך האב הנאה אז די ניצט דיין שכל אפציווענדן מיין ארטיקל און זיך באפעסטיגן מיט אמונת חכמים...
אבער ביטע ניץ נאר אמונת חכמים אויף וויפול דיין שכל און לאגיק ערלויבט... שטיפ עס נישט ווייטער...

מתבודד » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:37 pm

· #507715
עצי שטים
מתבודד
לאמיר זיין זייער קלאר, איך האב נישט געמיינט מיט דעם באשרייבונג פון מיין חלום צו זאגן אז "דאס" איז וויאזוי עס גייט צו דארטן אויבן. פארקערט גאר, איך האב ארויסגעברענגט מיטן ארטיקל טאקע דאס וואס די זאגטס צעווישן דיינע אייגענע ווערטער, אז "קיינער קען נישט וויסן" וואס עס קומט פאר דארטן.
פון דיין ארטיקל, טאקע מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט, קוקט נישט אויס אזוי.
איז אדער פרובירסטו צוריקדרייען דאס רעדל, אדער האסטו זיך נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט אינעם ארטיקל.
פארוואס זאגסטו אזוי? ווייל איך לייג פאקטיש אראפ א קעגנזייטיגע סיפור? וואס דען האסטו געוואלט אז איך זאל פארציילן? אז איך קום ארויף און איך ווייס נישט וואס איך זע? איך מיין.. פארגעס נישט דאס איז בלויז א חלום סאו זיכער קען מען דאך נישט וויסן. עס איז בלויז א חלום פון א מעגליכע סענעריאו...
אפילו ביים ליינען מיינע ארטיקלען דארף מען ניצן די שכל. 😉
צוויי אהאלב בלעטער פון תגובות אויף דיין שטיקל ווייזן אז רוב הציבור האט יא אנגענומען אז די קומסט צו צי א, לכה”פ טיילווייזע מסקנא. סוי כנ”ל קענסט זאגן אז די האסט גארנישט געוואלט מסכם זיין אויף למעשה, אבער וואלסט געמעגט עס קלארער ארויסברענגן.
(און הער אויף נוצן די טענה אז האסט נאר נאכגעשריבן די חלום. ס’איז דאך נאר א חלום אז ס’א חלום..)

שאלתיאל » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 2:03 pm

· #507719
'שכל' איז לכאורה די מערסט אפעקטיווע ''ארבעט-געצייג'' מיט וועלכע גאט האט אונז 'אויסשטאפירט' און צוגערישט דא אויף אונזער וועלט. לעת עתה האבן מיר נישט עפעס בעסערס און אלץ איז געבויעט אויף דעם. דא עקא, אונז האבן מיר נישט קיין אנונג צו די דאזיגע טאל פירט אונז טאקע צום ריכטיגע וועג, זיכער ביי די פארנעפלטע, מיסטישע, רוחניות'דיגע עניינים. און אונז האבן נישט קיין מושג צו דאס איז טאקע די ריכטיגסטע טאל אין די נושאים.
אויב וואלט שכל געווען אזוי אקוראט און גענוי לגבי אידישקייט אזוי ווי ער איז אין אנדערע תחומים ווי לאגיק, סייענס וכדומה דאן וואלט נישט געווען די אלע טויזענטע פארשידענארטיגע שיטות, דעות, מהלכים, קרייזן און גרופעס מיט וואס אידישקייט איז געבענטשט מיט.

וואס יא?
איין באשעפער ווייסט.

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 2:17 pm

· #507721
שאלתיאל
'שכל' איז לכאורה די מערסט אפעקטיווע ''ארבעט-געצייג'' מיט וועלכע גאט האט אונז 'אויסשטאפירט' און צוגערישט דא אויף אונזער וועלט. לעת עתה האבן מיר נישט עפעס בעסערס און אלץ איז געבויעט אויף דעם. דא עקא, אונז האבן מיר נישט קיין אנונג צו די דאזיגע טאל פירט אונז טאקע צום ריכטיגע וועג, זיכער ביי די פארנעפלטע, מיסטישע, רוחניות'דיגע עניינים. און אונז האבן נישט קיין מושג צו דאס איז טאקע די ריכטיגסטע טאל אין די נושאים.
אויב וואלט שכל געווען אזוי אקוראט און גענוי לגבי אידישקייט אזוי ווי ער איז אין אנדערע תחומים ווי סייענס וכדומה דאן וואלט נישט געווען די אלע טויזענטע פארשידענארטיגע שיטות, דעות, מהלכים, קרייזן און גרופעס מיט וואס אידישקייט איז געבענטשט מיט.

וואס יא?
איין באשעפער ווייסט.
וואס יא? ס'נישט דא קיין יא. אזוי קומט עס, קרייזען און גרופעס זענען קעגנזייטיגע שכל'ס, ס'דוקא געזונט אזוי, מ'שארפט זיך אויס די שכל, והמשכילים ישכילו הזוהר הרקיע. דאס שיינט ביי יודישקייט, איין באשעפער ווייסט טאקע דאס, און ער וויל אונז זאל מיר דאס אויך וויסען.

שמן למאור » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 5:02 pm

· #507732
מתבודד
עצי שטים
מתבודד
לאמיר זיין זייער קלאר, איך האב נישט געמיינט מיט דעם באשרייבונג פון מיין חלום צו זאגן אז "דאס" איז וויאזוי עס גייט צו דארטן אויבן. פארקערט גאר, איך האב ארויסגעברענגט מיטן ארטיקל טאקע דאס וואס די זאגטס צעווישן דיינע אייגענע ווערטער, אז "קיינער קען נישט וויסן" וואס עס קומט פאר דארטן.
פון דיין ארטיקל, טאקע מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט, קוקט נישט אויס אזוי.
איז אדער פרובירסטו צוריקדרייען דאס רעדל, אדער האסטו זיך נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט אינעם ארטיקל.
פארוואס זאגסטו אזוי? ווייל איך לייג פאקטיש אראפ א קעגנזייטיגע סיפור? וואס דען האסטו געוואלט אז איך זאל פארציילן? אז איך קום ארויף און איך ווייס נישט וואס איך זע? איך מיין.. פארגעס נישט דאס איז בלויז א חלום סאו זיכער קען מען דאך נישט וויסן. עס איז בלויז א חלום פון א מעגליכע סענעריאו...
אפילו ביים ליינען מיינע ארטיקלען דארף מען ניצן די שכל. 😉
צוויי אהאלב בלעטער פון תגובות אויף דיין שטיקל ווייזן אז רוב הציבור האט יא אנגענומען אז די קומסט צו צי א, לכה”פ טיילווייזע מסקנא. סוי כנ”ל קענסט זאגן אז די האסט גארנישט געוואלט מסכם זיין אויף למעשה, אבער וואלסט געמעגט עס קלארער ארויסברענגן.
(און הער אויף נוצן די טענה אז האסט נאר נאכגעשריבן די חלום. ס’איז דאך נאר א חלום אז ס’א חלום..)
לויט ווי איך פארשטיי איז די עולם געטריגערט געווארן פון די בלויזע פאקט אז איך בין מטיל ספק אונעם טראדיציאנאלע אנגענומענע מהלך המחשבה, נישט דאס פאקט אז מען האט געמיינט אז איך צי מסקנות. איך זע נאכאלטס נישט ווי איך האב אראפגעשטעלט אז "אזוי איז עס"
מיטן שרייבן אז ס'איז בלויז א חלום מיין איך צו זאגן טאקע דאס, אז די ארטיקל איז בלויז געשריבן געווארן אין די קאנטעקסט פון א חלום, וואס אפילו איך אליין פארשטיי אז דאס איז בלויז א חלום און פאקטיש קען עס זיין אז די אמת איז אויף א צווייטע אופן.

סמבטיון » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 5:33 pm

· #507733
איינע פון די טריגגערס וואס האט מיר געטריגערט
" תחלית הטוב להטיב ב"ס.. אבי געזונט! "
אזוי שרייבט מען אויף אזעלכע הייליגע ווערטער פון רמח"ל?

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 5:37 pm

· #507734
עצי שיטים: מיר האט געשטערט פארוואס דו האסט נישט אנגעטון קיין סיעט בעלט. דו וואלסט (האפנטליך) אדורכגעלעבט דעם קראך מיט דעם הערש.

גם אני בחלומי. נאר ס'איז עכט געווען בהקיץ. ווייל מיט בערך א צוויי יאר צוריק האט א הערש אריינגעקראכט אין מיין קאר. בחסדי השם איז קיינער אין קאר נישט געשעדיגט געווארן. די קאר איז שטארק געדעמעדזשט געווארן. נאר די פיעלינג וואס א מענטש האט ווען א הערש קראכט אריין אין קאר קענמען נישט אראפמאלן. נאר איינער וואס האט עס אדורכגעמאכט פארשטייט עס. איך האב בשעתו געהאט א פיעלינג ווי איך האב אריינגעקראכט אין אן אייזערנעם שטאנג.

קהל'ס נער » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 7:09 pm

· #507749
סמבטיון
איינע פון די טריגגערס וואס האט מיר געטריגערט
" תחלית הטוב להטיב ב"ס.. אבי געזונט! "
אזוי שרייבט מען אויף אזעלכע הייליגע ווערטער פון רמח"ל?
די רמח"ל זאגט עס אלץ א פאקט, זאגט עצי אז די פאקט איז מנל"ז, וואס איז דער פראבלעים?
(ובפרט אז די מהלך פון רמח"ל שטימט מילא נישט, ווייל לשיטתיה קען דער אייבערשטער נישט מאכן קיין נהמי שאינה כיסופא, וואס זאגט אז גאט איז נישט קיין כל יכול)

שמן למאור » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 7:26 pm

· #507751
קהל'ס נער
סמבטיון
איינע פון די טריגגערס וואס האט מיר געטריגערט
" תחלית הטוב להטיב ב"ס.. אבי געזונט! "
אזוי שרייבט מען אויף אזעלכע הייליגע ווערטער פון רמח"ל?
די רמח"ל זאגט עס אלץ א פאקט, זאגט עצי אז די פאקט איז מנל"ז, וואס איז דער פראבלעים?
(ובפרט אז די מהלך פון רמח"ל שטימט מילא נישט, ווייל לשיטתיה קען דער אייבערשטער נישט מאכן קיין נהמי שאינה כיסופא, וואס זאגט אז גאט איז נישט קיין כל יכול)
און בכלל איז אויסגעקומען פון דעם אשכול אז די ווערטער פון די רמח"ל (נישט פארמישן מיטן מלנ"ז) זענען זיך לכאורה סותר מיטן מציאות פון גיהנם. והבוחר יבחר...

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 11:55 pm

· #507769
חדשים
בְּתוֹךְ עַמִּי
בסך הכל זאגן ענק ביידע אז מ׳טאר זיך פון ׳שכל׳ קיינמאל נישט אוועקרירען, אפילו עס טוט וויי, אפילו עס פייניגט, ווייל דאס איז די אלטימעט. אויף דעם זאג איך אז דאס איז א ׳רעליגיע׳ א ׳געטשקע׳ וואס פייניגט די מענטשהייט מער פון עני רעליגיע וואס עקזיסטירט בעולם און כ׳וויל דעם געטשקע נישט דינען.

כ׳קען פארשטיין אז א מענטש דארף טון וואסיז ריכטיג אפילו עס טוט וויי, מיין ארגיומענט איז אבער אז ווער זאגט אז מיין טריקענע אנאלעטיקל שכל דארף זיין די אלטימעט קובע? ס׳איז פארהאן מערערע טיפערע און העכערע מעטאדן וויאוזי א מענטש קען צו צוקומען צום אמת פון דעם... שכל איז די טאקע די ערשטע ׳קאנטשוס׳ כח בנפש, אבער ס׳דא טיפערע ׳לעגיטימע׳ כוחות בנפש אויך...

מער פון דעם איז שווער צו מסביר זיין מיט ׳ווערטער׳ וואסיז בעצם א ׳כלי׳ צו דעליווערן ׳שכל׳.
איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז שכל קען פייניגן און וויי טון. אפשר וואלסטו געקענט בעסער מסביר זיין וויאזוי? איך פארשטיי אז פאקטן קענען וויי טון, אבער וויאזוי טוט שכל וויי?
נאך א שאלה, וואס זענען די טיפערע לעגיטימע כוחות בנפש וואו מען קען אוועלויפן ווען שכל פייניגט? יענע כוחות פייניגן נישט קיינמאל?
וואס האסטו אזוי מורא ווען עפעס טוט דיר וויי אדער פייניגט דיר? איז נישט ווערן געפייניגט דיין געטשקע?
וואס האט דיר די אשכול געפייניגט?
אנטלויפן פון פעין (און נאכלויפן תענוג) איז יוניווערסעל, ס׳האט מיט רעליגיע אדער געטשקע קיין שום שייכות, כל אשר נשמה באפו איז כל כלו עוסק בזה... יעצט, איז דא מענטשן וואס האלטן אז ׳שכל׳ איז די איינציגסטע און בעסטע GPS און וועגווייזער צו טרעפן דעם אוצר של תענוג.

למעשה, אויב ווילסטו וויסן אז דו ביזט אויסגעהאלטן 100% שכל׳דיג מאך דיר גרייט פאר אסאך טראבל, ווייל שכל טענה׳עט:
  • • איידער דו נעמסט אויף דיר דעם עול פון א רעליגיע פאָר די רעסט אף יאָר לייף דארפסטו וועריפייען שכל׳דיג אז ס׳איז טאקע א ריכטיגע, און אויב טרעפסטו קשיות דערויף מאכט נישט קיין ׳סענס׳ זיך צו קאמיטן דערצו.
  • (נאכן טרעפן מיליון קשיות אויף יעדע רעליגיע/שיטה שבעולם...)
  • • איידער דו ווארפסט פון דיר אראפ יעדן עול, מאך טאקע זיכער אז ס׳נישטא קיין יענע וועלט ח״ו כדי זאלסט נישט דערלייגן די מעסיוו צוגעזאגטע שכר/תענוגים
  • • איידער דו האסט חתונה און שטעלסט אויף א שטוב מיט קינדער, דארפסטו וועריפייען אז ס׳האט ערענסטע שאנסן צו מצליח זיין, ס׳מאכט נישט קיין ׳סענס׳ זיך אריינצולייגן און א סיטשועישן וואס קען דיר גורם זיין פיל ווייטאגליכע עגמות נפש.
  • • איידער דו קומסט ארויס פון בעט אינדערפרי, מאך זיכער אז די גאנצע זאך/וועלט מאכט עפעס ׳סענס׳, און ס׳נישט עפעס א סארט חלום ענליך צו די נאכט חלומות.
  • • איידער דו גיבסט דיין נעקסטן... אטעם, מאך זיכער אז דו טוסט עס ווייל ס׳מאכט ׳סענס׳ (ווי א סענסיבל יומען ביאינג) און נישט סתם ווייל ס׳גליסט דיר אזוי.
שוין גענוג פאר היינט. כ׳האף אין אן אנדערן געלעגנהייט ממשיך צו זיין בנוגע די ערווענטע טיפערע כוחות הנפש...

מתבודד » מיטוואך אוגוסט 31, 2022 2:41 am

· #507773
בתוך, שכל זאגט אויך ווי צו לייגן א גבול צום שכל און גיין ווייטער אויך אן פארשטיין.

עכ”פ אזוי זאגט מיין ’שכל’..

מי אני » מיטוואך אוגוסט 31, 2022 9:13 am

· #507786
די אלע… עםם… שכל׳דיגע קשיות דא זענען נישט קעגן ״שכל״ נאר קעגן (העלענישע) ראדיקאלע סקעפּטיסיזם. מיינענדיג, אז אויב נעמט מען א פילאזאפישע פאזיציע אז ביז איך בין נישט זיכער און עפעס ווארף איך עס אפ, דאן ווערן נולד אפאר פון די פירכות (חוץ די אטעמען וואס איז בע״כ; קיינער טוהט דאס נישט ווייל ״ס׳גליסט זיך״ (אחוץ טאמער באציהט מען זיך צום שאלה צי מ׳זאל באגיין זעלבסטמארד, וואס דאס האט טאקע אלבּערט קאמוס געשריבן איז טאקע ״די״ שאלה פון פילאזאפיע/חכמה/שכל)). דאס נעמט אָן בהנחה, אזוי ווי @‫בְּתוֹךְ עַמִּי‬ האלט, אז שכל דיקטירט נאר אָנצונעמען עפעס אין וואס מ׳איז 100% זיכער און טאמער נישט דאס נישט אָנצונעמען כלל. אבער ראשית כל איז שוין גארנישט זיכער אז דאס איז וואס ״שכל״ דיקטירט, ושנית כל אפילו לפי די סקעפּטיקס איז נישט דאס זייער פאזיציע.

ווייל אפילו לפי הסקעפּטיקס איז כמובן די ״שכל׳דיגע״ פירכא דערצו אז אין אבסאלוט גארנישט קען מען דאך בעצם נישט זיין זיכער (ועיין בחתימתי), וא״כ היאך יכול האדם להימצא ידיו ורגליו בזה העולם? וממילא איז וואס זיי טענה׳ן איז אז די מערסטע וואס מ׳קען טוהן איז א סארט probabilistic assent: מ׳גייט מיט מיט דאס וואס זעהט אויס פאר׳ן מענטש דאס מערסטע ״שכל׳דיג״ ריכטיגסטע לגבי זיין פערזענליכע לעבן אא״וו; עס באדארף נישט צו זיין א ראדיקאלע סקעפּטיסיזם. אבער בשו״א טראמפּייט מען דאס נישט אלס א (יוּניווערסאלן) ״אמת״ וכדומה. דאס איז וואס ״שכל״ זאגט אליבייהו. דאס מיינט אבער ווייטער נישט אז מ׳געבט נישט זאכן אונטער א כור המבחן בשכל - עס איז דא די probabilistic threshold פון ״מסתבר״ וואס זאכן דארפן נאכקומען צו געבן אפילו די סארט שוואכערע assent. און אויב עפעס קומט אפילו דאס נישט נאך דאן ווארפט מען דאס טאקע אפ לגמרי.

אין אנדערע ווערטער, די fallacy וואס מ׳באגייט דא איז אז מ׳טוהט טענה׳ן:
1). שכל ← ראדיקאלע סקעפּטיסיזם וואו מ׳ווארפט אפ יעדעס זאך ביז עס איז דייקא 100% מבורר

נישט דאס איז קיינעם׳ס טענה דא, ואפילו טאמער נעמט מען א סקעפּטישע שטאנד, אזוי ווי די… ״שכל׳דיגע״ פירכא דערויף. נאר כנ״ל.

ואגב, לגבי די, ווייטער ״שכל׳דיגע״, טענה פון פּאַסקאַל׳ס געוועט:
בְּתוֹךְ עַמִּי
‬איידער דו ווארפסט פון דיר אראפ יעדן עול, מאך טאקע זיכער אז ס׳נישטא קיין יענע וועלט ח״ו כדי זאלסט נישט דערלייגן די מעסיוו צוגעזאגטע שכר/תענוגים.
איז כידוע די פירכא דערויף אז דאס העלפט אבסאלוט גארנישט. וויבאלד איינמאל מ׳איז שוין נניח יא חושש אויף עוה״ב אא״וו, ווייסט מען דאך נאך אלס נישט וואס ברענגט אהין. די פארשידענארטיגע רעליגיעס בעולם טענה׳ן דאך פארקערטע זאכן דערויף: לויט׳ן קריסט איז דער מאָסלים און איד נישט זוכה דערצו ״צום מעסיוו צוגעזאגטע שכר/תענוגים״ און פארקערט פארקערט אא״וו; זיי זענען בעצם mutually exclusive אין דעם. (ווי אויך איז באקאנט אז דאס אליין איז א קשיא דערויף: דאס איז די צוגאנג וואס מ׳באדארף לגבי רעליגיע? ״העדזשען די בּעטס״ just in case?)

חדשים » מיטוואך אוגוסט 31, 2022 9:15 am

· #507787
בְּתוֹךְ עַמִּי
חדשים
בְּתוֹךְ עַמִּי
בסך הכל זאגן ענק ביידע אז מ׳טאר זיך פון ׳שכל׳ קיינמאל נישט אוועקרירען, אפילו עס טוט וויי, אפילו עס פייניגט, ווייל דאס איז די אלטימעט. אויף דעם זאג איך אז דאס איז א ׳רעליגיע׳ א ׳געטשקע׳ וואס פייניגט די מענטשהייט מער פון עני רעליגיע וואס עקזיסטירט בעולם און כ׳וויל דעם געטשקע נישט דינען.

כ׳קען פארשטיין אז א מענטש דארף טון וואסיז ריכטיג אפילו עס טוט וויי, מיין ארגיומענט איז אבער אז ווער זאגט אז מיין טריקענע אנאלעטיקל שכל דארף זיין די אלטימעט קובע? ס׳איז פארהאן מערערע טיפערע און העכערע מעטאדן וויאוזי א מענטש קען צו צוקומען צום אמת פון דעם... שכל איז די טאקע די ערשטע ׳קאנטשוס׳ כח בנפש, אבער ס׳דא טיפערע ׳לעגיטימע׳ כוחות בנפש אויך...

מער פון דעם איז שווער צו מסביר זיין מיט ׳ווערטער׳ וואסיז בעצם א ׳כלי׳ צו דעליווערן ׳שכל׳.
איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז שכל קען פייניגן און וויי טון. אפשר וואלסטו געקענט בעסער מסביר זיין וויאזוי? איך פארשטיי אז פאקטן קענען וויי טון, אבער וויאזוי טוט שכל וויי?
נאך א שאלה, וואס זענען די טיפערע לעגיטימע כוחות בנפש וואו מען קען אוועלויפן ווען שכל פייניגט? יענע כוחות פייניגן נישט קיינמאל?
וואס האסטו אזוי מורא ווען עפעס טוט דיר וויי אדער פייניגט דיר? איז נישט ווערן געפייניגט דיין געטשקע?
וואס האט דיר די אשכול געפייניגט?
אנטלויפן פון פעין (און נאכלויפן תענוג) איז יוניווערסעל, ס׳האט מיט רעליגיע אדער געטשקע קיין שום שייכות, כל אשר נשמה באפו איז כל כלו עוסק בזה... יעצט, איז דא מענטשן וואס האלטן אז ׳שכל׳ איז די איינציגסטע און בעסטע GPS און וועגווייזער צו טרעפן דעם אוצר של תענוג.

למעשה, אויב ווילסטו וויסן אז דו ביזט אויסגעהאלטן 100% שכל׳דיג מאך דיר גרייט פאר אסאך טראבל, ווייל שכל טענה׳עט:
  • • איידער דו נעמסט אויף דיר דעם עול פון א רעליגיע פאָר די רעסט אף יאָר לייף דארפסטו וועריפייען שכל׳דיג אז ס׳איז טאקע א ריכטיגע, און אויב טרעפסטו קשיות דערויף מאכט נישט קיין ׳סענס׳ זיך צו קאמיטן דערצו.
  • (נאכן טרעפן מיליון קשיות אויף יעדע רעליגיע/שיטה שבעולם...)
  • • איידער דו ווארפסט פון דיר אראפ יעדן עול, מאך טאקע זיכער אז ס׳נישטא קיין יענע וועלט ח״ו כדי זאלסט נישט דערלייגן די מעסיוו צוגעזאגטע שכר/תענוגים
  • • איידער דו האסט חתונה און שטעלסט אויף א שטוב מיט קינדער, דארפסטו וועריפייען אז ס׳האט ערענסטע שאנסן צו מצליח זיין, ס׳מאכט נישט קיין ׳סענס׳ זיך אריינצולייגן און א סיטשועישן וואס קען דיר גורם זיין פיל ווייטאגליכע עגמות נפש.
  • • איידער דו קומסט ארויס פון בעט אינדערפרי, מאך זיכער אז די גאנצע זאך/וועלט מאכט עפעס ׳סענס׳, און ס׳נישט עפעס א סארט חלום ענליך צו די נאכט חלומות.
  • • איידער דו גיבסט דיין נעקסטן... אטעם, מאך זיכער אז דו טוסט עס ווייל ס׳מאכט ׳סענס׳ (ווי א סענסיבל יומען ביאינג) און נישט סתם ווייל ס׳גליסט דיר אזוי.
שוין גענוג פאר היינט. כ׳האף אין אן אנדערן געלעגנהייט ממשיך צו זיין בנוגע די ערווענטע טיפערע כוחות הנפש...
איז אזוי.

איך האב דיר געפרעגט וואספארא ווייטאג האט מען פון נוצן די שכל. קלאר? פארוואס קומסטו מיט 5 בולעט פוינטס וואס ברענגען ארויס די בענעפיטס פון נוצן די שכל?

די אנדערע כוחות הנפש, וואס דאס איז די עיקר פון די שמועס, איך וויל דאך וויסן די compare and contrast לייגסט אוועק פאר נעקסטיים. בעיסיקלי, איז נישטא צו וואס עס צו קאמפערן צו זען אויב דארט איז נישטא די אלע בולעט פוינטס.
נאכאמאל איך פארשטיי נישט וואס די בולעט פוינטס זענען א חסרון. אבער לשיטתך אז עס איז יא א חסרון, וואלט איך גענומען די פארקערטע פון שכל, וואס דאס איז געפיל, און געמאכט די זעלבע פוינטס.

למעשה, אויב ווילסטו וויסן אז דו ביזט אויסגעהאלטן 100% געפיליש׳דיג מאך דיר גרייט פאר אסאך טראבל, ווייל געפיל טענה׳עט:
  • • איידער דו נעמסט אויף דיר דעם עול פון א רעליגיע פאָר די רעסט אף יאָר לייף דארפסטו וועריפייען געפיליש אז ס׳איז טאקע א ריכטיגע, און אויב טרעפסטו א געפיל וואס דו האסט נישט ליב גייט דיך עס פייניגן זיך צו קאמיטן דערצו.
  • (נאכן טרעפן אלע געפילן אויף יעדע רעליגיע/שיטה שבעולם...)
  • • איידער דו ווארפסט פון דיר אראפ יעדן עול, מאך טאקע זיכער אז ס׳נישטא קיין יענע וועלט ח״ו כדי זאלסט נישט דערלייגן די מעסיוו צוגעזאגטע שכר/תענוגים
  • • איידער דו האסט חתונה און שטעלסט אויף א שטוב מיט קינדער, דארפסטו פילן אז ס׳האט ערענסטע שאנסן צו מצליח זיין, דו גייסט נישט פילן גוט זיך אריינצולייגן און א סיטשועישן וואס קען דיר גורם זיין פיל ווייטאגליכע עגמות נפש.
  • • איידער דו קומסט ארויס פון בעט אינדערפרי, מאך זיכער אז די גאנצע זאך/וועלט פילט גוט, און ס׳נישט עפעס א סארט חלום ענליך צו די נאכט חלומות.
  • • איידער דו גיבסט דיין נעקסטן... אטעם, מאך זיכער אז דו טוסט עס ווייל ס׳גליסט דיר אזוי.
נאך א נקודה, אוועקלויפן פון פעין און זוכן תענוג זענען צוויי אנדערע זאכן, survival vs. pleasure.

קהל'ס נער » מיטוואך אוגוסט 31, 2022 8:20 pm

· #507840
בְּתוֹךְ עַמִּי
חדשים
בְּתוֹךְ עַמִּי
בסך הכל זאגן ענק ביידע אז מ׳טאר זיך פון ׳שכל׳ קיינמאל נישט אוועקרירען, אפילו עס טוט וויי, אפילו עס פייניגט, ווייל דאס איז די אלטימעט. אויף דעם זאג איך אז דאס איז א ׳רעליגיע׳ א ׳געטשקע׳ וואס פייניגט די מענטשהייט מער פון עני רעליגיע וואס עקזיסטירט בעולם און כ׳וויל דעם געטשקע נישט דינען.

כ׳קען פארשטיין אז א מענטש דארף טון וואסיז ריכטיג אפילו עס טוט וויי, מיין ארגיומענט איז אבער אז ווער זאגט אז מיין טריקענע אנאלעטיקל שכל דארף זיין די אלטימעט קובע? ס׳איז פארהאן מערערע טיפערע און העכערע מעטאדן וויאוזי א מענטש קען צו צוקומען צום אמת פון דעם... שכל איז די טאקע די ערשטע ׳קאנטשוס׳ כח בנפש, אבער ס׳דא טיפערע ׳לעגיטימע׳ כוחות בנפש אויך...

מער פון דעם איז שווער צו מסביר זיין מיט ׳ווערטער׳ וואסיז בעצם א ׳כלי׳ צו דעליווערן ׳שכל׳.
איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז שכל קען פייניגן און וויי טון. אפשר וואלסטו געקענט בעסער מסביר זיין וויאזוי? איך פארשטיי אז פאקטן קענען וויי טון, אבער וויאזוי טוט שכל וויי?
נאך א שאלה, וואס זענען די טיפערע לעגיטימע כוחות בנפש וואו מען קען אוועלויפן ווען שכל פייניגט? יענע כוחות פייניגן נישט קיינמאל?
וואס האסטו אזוי מורא ווען עפעס טוט דיר וויי אדער פייניגט דיר? איז נישט ווערן געפייניגט דיין געטשקע?
וואס האט דיר די אשכול געפייניגט?
אנטלויפן פון פעין (און נאכלויפן תענוג) איז יוניווערסעל, ס׳האט מיט רעליגיע אדער געטשקע קיין שום שייכות, כל אשר נשמה באפו איז כל כלו עוסק בזה... יעצט, איז דא מענטשן וואס האלטן אז ׳שכל׳ איז די איינציגסטע און בעסטע GPS און וועגווייזער צו טרעפן דעם אוצר של תענוג.

למעשה, אויב ווילסטו וויסן אז דו ביזט אויסגעהאלטן 100% שכל׳דיג מאך דיר גרייט פאר אסאך טראבל, ווייל שכל טענה׳עט:
  • • איידער דו נעמסט אויף דיר דעם עול פון א רעליגיע פאָר די רעסט אף יאָר לייף דארפסטו וועריפייען שכל׳דיג אז ס׳איז טאקע א ריכטיגע, און אויב טרעפסטו קשיות דערויף מאכט נישט קיין ׳סענס׳ זיך צו קאמיטן דערצו.
  • (נאכן טרעפן מיליון קשיות אויף יעדע רעליגיע/שיטה שבעולם...)
  • • איידער דו ווארפסט פון דיר אראפ יעדן עול, מאך טאקע זיכער אז ס׳נישטא קיין יענע וועלט ח״ו כדי זאלסט נישט דערלייגן די מעסיוו צוגעזאגטע שכר/תענוגים
  • • איידער דו האסט חתונה און שטעלסט אויף א שטוב מיט קינדער, דארפסטו וועריפייען אז ס׳האט ערענסטע שאנסן צו מצליח זיין, ס׳מאכט נישט קיין ׳סענס׳ זיך אריינצולייגן און א סיטשועישן וואס קען דיר גורם זיין פיל ווייטאגליכע עגמות נפש.
  • • איידער דו קומסט ארויס פון בעט אינדערפרי, מאך זיכער אז די גאנצע זאך/וועלט מאכט עפעס ׳סענס׳, און ס׳נישט עפעס א סארט חלום ענליך צו די נאכט חלומות.
  • • איידער דו גיבסט דיין נעקסטן... אטעם, מאך זיכער אז דו טוסט עס ווייל ס׳מאכט ׳סענס׳ (ווי א סענסיבל יומען ביאינג) און נישט סתם ווייל ס׳גליסט דיר אזוי.
שוין גענוג פאר היינט. כ׳האף אין אן אנדערן געלעגנהייט ממשיך צו זיין בנוגע די ערווענטע טיפערע כוחות הנפש...
שכל איז דער ערגסטער מיטל צי אנאליזירן און צי אנקימען צי מסקנות, אחוץ אלע אנדערע מהלכים.

(קהל'ס)
באזירט אויף טשורטשיל'ס “Democracy is the worst form of government, except for all the others.”

בְּתוֹךְ עַמִּי » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 10:24 pm

· #507981
ווען איך רעד פון ׳שכל׳ רעד איך פון ׳אבסטראקט׳ שכל. פארשטייטסעך אז ווען שכל ווערט דיין טול, צו דינען דיינע אינטערעסן, וועט ער דיר זאגן דאס וואס דו ווילסט הערן... אבער דאס איז נישט בעצם ׳שכל׳ לשם ׳שכל׳.

למשל א ׳פערד׳ וואלטסעך קיינמאל נישט ארויסגעלאזט אויף א שפאציר צום רבי׳ן אויף יו״ט, דאס איז דער שטאנד פון א פערד... איי, ווען דער חסיד האט דערויף געריטן האט דער פערד יא געמאכט זיין וועג צום רבי׳ן? דאסיז נישט ער, עמיצער רייט דערויף און ער איז משעובד... כן הדבר הזה לדעתי.

סאוי, ווען מ׳איז הונגעריג מאכט ׳סענס׳ צו עסן? תירוץ; יא! אבער דאסיז נאר פון דיין פערספעקטיוו אז דו ווילסט שטילן דיין הונגער און דיין ׳שכל׳ שטעלט זיך צו צו דיר און זאגט דיר אז צו עסען איז די וועג וויזוי מ׳שטילט די הונגער. ס׳מיינט נישט אז שכל בעצם איז געקומען צו די מסקנה אז דאס איז וואס דו דארפסט יעצט טון. ׳שכל׳ האט נישט קיין פראבלעם מיט הונגער, ׳דו׳ האסט א פראבלעם דערמיט...

פאר דעם זאג איך אז אויב ווילסטו עקסעפטן בלויז וואס שכל דיקטירט, און דארפסט ׳אלעס׳ וועריפייען מיט שכל, ווערסטו משעובד צום שכל בבחינת עבד המשעבד את אדוניו.

הלכה למעשה: ווען ׳שכל׳ ווייזט דיר דעם וועג (וואס פירט דארט צו ווי ׳דו׳ ווילסט אנקומען) קלאָר און דייטליך, דאן וואסיז די פראגע? גאוי פאָר איט!
אבער און א פאל וואס דער ׳שכל׳ קען דיר נישט צושטעלן עפעס מער ווי קשיות און ספיקות, וואסיז די גדולה דערפון? אתמהה??

וואס מאכט יא ׳סענס׳ איז, אז דער בורא ב״ה וואס האט צוגעשטעלט פאר אלע בעלי חיים ספעציעלע און פארשידענע טולס צו באקומען זייערע באדערפענישן, האט פאר דעם מין האנושי וואס איז דאך אָן טאַפ אף די ליין זיכער צוגעשטעלט כלים פאר זיינע געברויכן... והיות, איינע פון זיינע געברויכן איז ׳בקשת האמת׳ מאכט ׳סענס׳ אז ער האט אויך אינסטאלירט די כלים עס צו טרעפן....

חדשים » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 11:04 pm

· #507984
לייג שכל אין די זייט א מינוט. לאמיר רעדן פון די אנדערע כוחות הנפש וואס דו נוצט. עס איז שווער צו האלטן א איינזייטיגע דיון.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 11:14 pm

· #507986
חדשים
לייג שכל אין די זייט א מינוט. לאמיר רעדן פון די אנדערע כוחות הנפש וואס דו נוצט. עס איז שווער צו האלטן א איינזייטיגע דיון.
פארוואס זאגסטו וואס ׳איך׳ נוץ. מיין ארגומענט איז, אז ׳יעדער׳ ניצט פארשידענע אנדערע כוחות, חוץ ׳שכל׳. אט האסטו א סייענטיפישע דוגמא:
According to cognitive neuroscientists, we are conscious of only about 5 percent of our cognitive activity, so most of our decisions, actions, emotions, and behavior depends on the 95 percent of brain activity that goes beyond our conscious awareness.
פון דא

חדשים » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2022 12:06 am

· #507995
וואס טוט די שכל בשעת’ן נוצן די סאבקאנטשעס?
ווער איז דער וואס מאכט אפ צו נוצן די סאבקאנטשעס?
איז די מענטש קאנטשעס בשעת’ן נוצן די סאבקאנטשעס?

בְּתוֹךְ עַמִּי » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2022 12:38 am

· #508013
חדשים
וואס טוט די שכל בשעת’ן נוצן די סאבקאנטשעס?
ווער איז דער וואס מאכט אפ צו נוצן די סאבקאנטשעס?
איז די מענטש קאנטשעס בשעת’ן נוצן די סאבקאנטשעס?
קיינער מאכט נישט אפ צו ניצן די סאבקאנטשעס, אט דאסיז דאך די געדאנק דערפון.

כ׳מיין אז מ׳קען צוגלייכן די ׳קאנטשוס-מיינד׳ (שכל) צו א וואטש-דאָג וואס זיצט און קוקט זיך אים, הגם ער פארשטייט נישט בעצם צופיל צו די גאנצע מצב, אבער אז עפעס זעט אים אויס פארדעכטיגט שרייט ער און וועקט אויף דעם בעה״ב....

א מענטש ווען אלעס גייט אים גוט, די לעבן פארט א באַן וועט ער בדרך כלל זיך נישט אפשטעלן טראכטן (נישט פון רעליגיע, נישט פון אנדער פיליזאפישע חקירות... גארנישט) עפעס אויסערגעוונעליך דארף פאסירן, דאן גיבט ער זיך א טרייסל, א וועק אויף....

חדשים » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2022 4:23 pm

· #508108
דו מיינסט אז א מענטש מאכט די החלטות נאך פאר דעם וואס ער איז אפילו באואוסטזיניג אן נוצן די שכל, אזויווי מי אני האט ערווענט דא?
בלאט: 1 2