☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » סיפורי צדיקים

סיפורי צדיקים

187 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11203
בלאט: 1 2 3 4

חכם המדות » דינסטאג יאנואר 3, 2017 9:56 pm

· #358758
סיפורי צדיקים
זייענדיג א מאטעמאטיקער שטויס איך זיך אפט אן אין געשיכטעלעך און אנעקדאטן איבער אמאליגע מאטעמאטיקער, פיזיקער, און וויסנשאפטלער. אן אינטערעסאנטע זאך וואס כ'האב באמערקט איז אז די מעשיות טראגן א שטארקע ענדליכקייט צו מעשיות וואס מ'וואלט פארציילט אויף גדולי ישראל, בפרט די פונעם ליטווישן חדר.... כ'האב געוואלט מפרסם זיין א ליקוט פון אזעלכע סארט געשיכטעס, און ווער עס קען זאל צולייגן כיד ה' הטובה עליו (מיט א מקור אויב מעגליך).

----
די פאלגנדע געשיכטע פארציילט מען וועגן פאול סעמיולסאן'ס דיסערטעישאן דיפענס. (ווען מען ענדיגט א PHD דארף מען זיך שטעלן פאר א קאמיטע פון פראפעסארן זיי צו קאנווינסען אז דער PHD קאנדידאט איז אויפגעקומען מיט א חידוש הראוי לכדי PHD). סעמיולסאן איז געווען איינער פון די קלוגסטע סטודענטן וואס האט נאר אמאל געמאכט א PHD אין הארווארד, און זיין דיסערטעישאן איז געווען א מעכטיגער אויסטרעף אין מאטעמאטישע עקענאמיקס וועלכע האט דראמאטיש גערוקט דעם פעלד פאראויס. ער האט שפעטער געווינען א נאבעל פרייז אין עקענאמיקס פאר זיין ארבעט וועלכע ער האט אנגעהויבן אין זיין PHD דיסערטעישאן.

נאך וואס ער האט געענדיגט זיין דיפענס האט ער פארלאזט דעם צימער ווי עס איז די שטייגער כדי צו געבן די געלגענהייט פאר די קאמיטע צו דיסקוסירן פריוואט די שטארקייטן אינעם שוואכקייטן פונעם סטודענט'ס ריסוירטש. סעמיולסאן'ס הויפט עדווייזאר האט זיך אויסגעדרייט צו זיינע קאלעגעס און געפרעגט "well, did we pass?"

מקור

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 3, 2017 10:40 pm

· #358768
נאך א מעשה'לע וואס איך האב געהערט פארציילן אויף דעם גרויסן מאטעמאטיקער און סייענטיסט אלבערט איינשטיין. אז ווען ער איז אמאל ארויפגעגאנגען אויף א באס אין די שטאט בערלין. און דער באסדרייווער האט איהם געגעבן טשענדזש. האט ער זיך אזוי געשפיעלט מיט די טשענדז. און עס געווארפן פון איין האנט צו די צווייטע. זייענדיג שטארק פארמוח'ט אין זיין טעאריע פון רעלאטיוויטעט. ביז דער באסדרייווער האטציך אנגערופן..."ס'זעהט אויס אז דער מענטש קען נישט רעכענען"... 😂

בן אדם » מיטוואך יאנואר 4, 2017 12:39 am

· #358783
א קאצקע ווארט פון דעם רבי ר' אלבערט ז"ל:

There are two things that are infinite, the universe and man's stupidity..... And I am not sure about the universe.” – Albert Einstein

ובהסברו של אחד הרבנים
I find it's a clever way of saying people are crazy. Rabbi Stephen Baars

חכם המדות » מיטוואך יאנואר 4, 2017 8:27 pm

· #358933
[ציטאט אראפגענומען]

יא, א באקאנטע געשיכטע מיט נארבערט ווינער. ער איז געווען א פראפעסאר אין MIT און כאטש ער איז געווען א גאון עצום איז ער געווען גאר עבסענט-מיינדעד.

די געשיכטע גייט אז זיין משפחה האט זיך אריבערגעצויגן צו א נייע אדרעס און זיין ווייב וויסנדיג אז ער וועט נישט געדענקן דעם אדרעס האט אויפגעשריבן די אדרעס אויף א שטיקל פאפיר און אים עס געגעבן אינדערפרי אזוי אז ער זאל געדענקן וואו ער וואוינט. מה עשה הקב"ה? אינמיטן טאג האט אים איינער געפרעגט א הארבע פראגע און מתוך התלהבות האט ער ארויסגעצויגן דעם שטיקל פאפיר פון טאש און אנגעהויבן פירקלן דערויף מאטעמאטישע חשבונות. אינמיטן האט ער זיך געכאפט אז ער האט געמאכט א טעות, האט ער צוקנייטשט דעם פאפיר און דאס אוועקגעווארפן.
סוף טאג ווען עס איז געקומען צייט אהיימצוגיין האט ער זיך געכאפט אז ער האט נישט דעם אדרעס פון זיין נייעם הויז. איז ער אויפגעקומען מיט א פלאן: ער וועט אהיימגיין צו זיין אלטן הויז און זיין ווייב, ווען זי וועט זען אז ער קומט נישט אהיים וועט זי אים גיין זוכן דארט. אנקומענדיג צו זיין אלטן הויז האט ער געטראפן דארט א קליין מיידל שטיין ביים טיר, האט ער איר געפרעגט "זאג נאר מיידעלע, דו ווייסט אפשר וואו עס וואוינט די משפחה וואס פלעגט דא וואוינען?"
די קליין מיידעלע האט אים געענטפערט "עס איז בסדר, טאטי. מאמי האט מיך געשיקט איך זאל דיך אויפפיקן"...


מקור

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 4, 2017 8:34 pm

· #358934
אויפ'ן טשימפ'ער רב (איך ווייס נישט ווער ער איז געווען.) פארציילט מען א סאך אזאלכע מעשיות...! אבער א סאך פון די מעשיות לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. אפילו פאר אן עבסענט מיינדעד דזשיניוס...!

חכם המדות » מיטוואך יאנואר 4, 2017 8:38 pm

· #358938
berlbalaguleh
אויפ'ן טשימפ'ער רב (איך ווייס נישט ווער ער איז געווען.) פארציילט מען א סאך אזאלכע מעשיות...! אבער א סאך פון די מעשיות לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. אפילו פאר אן עבסענט מיינדעד דזשיניוס...!

ריכטיג, דעריבער ברענג איך עס. עס זענען דא אן א שיעור אזעלכע מעשיות אויף מאטעמאטיקער ממש ווי זיי וואלטן געווען עפעס גדולים... 😂

אגב, אויף די מעשה מיט ווינער, הייסט עס אז מ'האט געפרעגט זיין טאכטער אויב עס איז אמת און זי האט געזאגט אז די חלק אז ער האט פארגעסן זיין נייעם אדרעס איז אמת, אבערדי חלק אז ער האט איר נישט דערקענט איז נישט אמת.

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 5, 2017 12:28 am

· #358974
דער באוויסטער פיסיסיסט-מאטאמטישן-סייענטיסט וואן-ניומאן פלעג קענען אנשלאפן מיט א קאמפלאצירטע קשיא און זיך אויפוועקען אידערפרי מיט אן ענטפער. ממש ווי די צדיקים להבדיל וואס די בעלי תוס' אדער אריה"ק האט זיך מגלה געווען בחזיונם...

אויך איז ער געווען א באוויסטע געפערליכע דרייווער. ער האט רואיגערהייט געדרייווט א קאר בשעת ליינען א בוך, דער פראבלעם איז אבער געווען אז די מענטשען אויף די סיידוואק האבן נישט רואיגערהייט איבערגעלעבט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 5, 2017 3:11 am

· #358985
Re: סיפורי צדיקים
איך האב געהאט א רבי׳ן, וועמענ׳ס נאמען איך וויל נישט ארויסגעבען אבער נישט קיין באקאנטען, וואס איז געווען פון די צדיקים פון דער סארט.

פאר׳ן אריינגייען אין ביה"כ פלעגט ער זיך ארומדרייען עטליכע מינוט ארויסצוציען זיין קאפ פון דברי תורה.

מ׳פלעגט איהם זע׳ען לאכען צו זיך הויך אינמיט׳ן לערנען, און איך האב איהם געזע׳ען ווי ער קוקט אין א סידור ביי די מוסף פון ראש השנה א וואך פאר ר"ה, א פשוט׳ן סידור אן קיין מפרשים, און ער לאכט צו זיך. זעט זיך אויס ער האט עפעס געכאפט דארט.
אלס יונגער בחור האט מען איהם געפרעגט שאלות אין גאנץ ש"ס און ער פלעגט ענטפערען. איין טאג האט ער מחליט געווען ׳עד כאן׳ און ער האט אויפגעהערט ענטפערען. נאר זיין קינדער האט ער צומאל געלאזט פארהערען, ווייל זיין ווייב האט עס פארלאנגט. זיי פלעגען נעמען גמרות און ווייזען אן עק פון א דף און ער האט געזאגט וועלכע דף וכדו׳.

איך פערזענליך בין מער נתפעל געווארען פון זיין לויטערע מדות, וואס על אף זיין שווערע נאטורליכע באציאונגען מיט אנדערע צוליעב זיין אויסגעצייכענטקייט, האט ער פון זיך גארנישט געמאכט און פראבירט יענעם מכבד צו זיין און מיטצופיהלען.
אבער דאס באלאנגט שוין נישט אין די אשכול

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

טאמבל סאס » דאנערשטאג יאנואר 5, 2017 12:14 pm

· #359006
איינשטיין אמאל ,אויף די וועג צו א וויכטיגע קאנפרענץ זאגט מען, רופט אן זיין פרוי, דיסאריענטירט און פרעגט איר: וואו בין איך און וואו דארף איך זיין?

מי אני » פרייטאג נאוועמבער 22, 2019 12:50 pm

· #438950
סיפורי צדיקים
ס׳איז דא די באקאנטע (אבער נישט זיכער אמת׳ע) מעשה מיט ארכימידוס ווען ער איז אויפגעקומען מיט זיין ארכימידוס פרינציפ. די פרינציפ לויטעט אז ווען מ׳לייגט אריין א זאך אין וואסער וועט די וואסער ארויפשטיפן [די בויאנט פארס] כפי די וואג פון וויפיל וואסער די זאך האט אוועקגעשטופט פון פלאץ. איז א זאך וואס האט מער מקום/וואליום אבער וועגט נישט אזוי סאך ווי וואסער לעומת זה הוואליום ווייל עס איז נישט אזוי דענס [איר מאסע איז נישט אזוי קאנצענטרירט, צו ווייל אירע אטאמען זענען מער צושפרייט וכו׳], וועט די וואג פון די וואסער אין פונקט די וואליום וואס איז אוועקגעשטופט געווארן מחמת די זאך זיין מער, וממילא וועט די בויאנט פארס זיין מער און די זאך וועט נישט זינקן און שוועבן על פני המים.

די מעשה לויטעט אז דער קעניג פון סירעקיוס (וואו ארכימידוס האט געוואוינט) האט אריינגעגעבן א שטיק גאלד צו א שמיד זאל אים מאכן א קרוין. דער קעניג האט דערנאך חושד געווען דער שמיד אין אויפטוישן אביסל פון די גאלד און אריינלייגן אין דעם אנשטאטס אן אנדערע ביליגערע מעטאל, און הגם עס האט געוואויגן די זעלבע מעיקרא האט ער דאך מורא געהאט אז אפשר האט ער צוגעלייגט אזויפיל פון די אנדערע מעטאלן כדי אז עס זאל אזוי וועגן. האט ער געפרעגט דעם חכם ארכימידוס צו ער קען מברר זיין צו אין דעם קרוין איז דא די גאנצע גאלד וואס ער האט געהאט געגעבן (אן עס דארפן צושמעלצן כמובן). אין אנדערע ווערטער, וויבאלד גאלד איז גאר דענס (לעומת אנדערע מעטאלן, מחמת דעם אז אירע אטאמן אליין פארמאגן מער פרויטאנס און ניוטראנס) וועגט דאס מער ווי אן אנדערע מעטאל מיט די זעלבע וואליום/גרויס. איז אויב האט דער שמיד אויפגעטוישט צו א ביליגערע מעטאל איז כדי אנצוקומען צום זעלבן וואג פון די גאלד וואס איז אים געגעבן געווארן מעיקרא האט ער געמוזט פארמערן מער מעטאל, וממילא וועט עס זיין א גרעסערע וואליום ווי מעיקרא וכנ״ל. און דאס האט דער קעניג געוואלט וויסן: ווי אזוי קען מען מברר זיין די פונקטליכע וואליום פונ׳ם קרוין לעומת א פשוט׳ע גראדע שטיקל גאלד מיט די זעלבע וואג.

ווען ארכימידוס איז אריין אין באד איז אים בייגעפאלן דעם פרינציפ, וואס א (פשוט׳ע) חלק מזה איז אז מער וואליום וועט אוועקשטופן מער וואסער. וממילא זאל מען אריינלייגן אין וואסער סיי אזא שטיק גאלד וואס דער קעניג האט געגעבן און סיי די קרוין. דאדורך וועט מען אויב איז די קרוין מער אין וואליום ווי סתם א שטיקל גאלד מיט די זעלבע וואג. ער איז געווארן אזוי איבערגענומען אז ער איז ארויסגעלאפן נאקעט אויף די גאס און אויסגערופן ״יוריקא [איך האב עס]״.

די מעשה ענדיגט זיך אז דער שמיד האט למעשה יא געהאט אויפגעטוישט פון די גאלד.

***

יעקב טראכטענבערג [א אידישע מאטעמאטיקער], כדי צו באשעפטיגן און אונטערהאלטן זיין מח בשעת׳ן זיין א העפטלינג ביי די נאציס אין קאנצענטראציע לאגער, איז אויפגעקומען מיט דעם טראכטענבערג סיסטעם פון רעכענען אריטמעטיק אין קאפ.

***

די אינדיאנע פרוי שאקונטאלא דעווי איז געווען באקאנט אלס ״די מענטשליכע קאמפיוטער״. דער פסיכאלאג ארטור דזשענסען האט איר בוחן געווען אויף די קיוב רוט פון 61,629,875 [וועלכע נומער מאל די זעלבע נומער מאל די זעלבע נומער קומט אן צו די נומער וואס איך האב געפרעגט; איין מאל מער ווי א סקווער רוט, עיין כאן] און די זיבעטע רוט [כנ״ל נאר זיבן מאל] פון 170,859,375. זי האט געגעבן די ענטפערס [395 פאר׳ן ערשטן און 15 פאר׳ן צווייטן] פאר דזשענסען האט געקענט אראפשרייבן די שאלות אין זיין בוך.

זי האט אויך געגעבן די 23 רוט [כנ״ל נאר 23 מאל די נומער] פון א נומער מיט 201 דידזשיטס. זי האט געגעבן דעם תירוץ אין 50 סעקונדעס. מ׳האט געדארפט מאכן א ספעציעלע פראגרעם צו מברר זיין איר ענטפער.

ווען מ׳האט איר געפרעגט 7,686,369,774,870 × 2,465,099,745,779, האט זי געגעבן די ענטפער, 18,947,668,177,995,426,462,773,730, אין 28 סעקונדעס.

***

דער בריטישער מאטעמאטיקער דזשעאפרי העראלד הארדי איז געגאנגען באזוכן דעם אינדיאנער מאטעמאטישן עילוי סריניוואסא ראמאנוזשאן אין שפיטאל. ווען ער איז אנגעקומען האט ער אים פארציילט אז די נומער אויפ׳ן טעקסי איז געווען א ״בארינג״ נומער 1729 און האפענטליך נישט אי׳מזל׳דיג. האט אים ראמאנוזשאן געענטפערט אז עס איז גאר אן אינטרעסאנטער נומער. עס איז די קלענסטע נומער וואס איז די סומע פון צוויי קיובס אין צוויי אנדערע וועגן. דהיינו, 3^1 + 3^1 אדער 3^10 + 3^9. די נומער ווערט אנגערופן די [טעקסיקעב] הארדי-ראמאנוזשאן נומער.

דער יאפאנעזער מאטעמאטיקער מאסאהיקא פודזשיווארא האט געוואוזן אז די נומער איז איינס פון פיר פאזיטיווע אינטעדזשערס וואס די סומע פון אירע דידזשיטס ווען מ׳מאלטיפלייט עס ביי די פארקערטע, קומט צוריק צום אריגינעלעם נומער.

כזה: 19 = 9 + 2 + 7 + 1
1729 = 91 * 19

(די אנדערע דריי זענען 1458, 81, 1)

*

ובענין זה, פון אינטרעסאנטע נומערן פון אינדיאנע מאטעמאטיקערס, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען די נומער 6174 וואס ווערט אנגערופן די קאפרעקאר קאנסטענט על שם דער אינדיאנער מאטעמאטיקער דאטאטרעיא ראמטשאנדרא קאפרעקאר.

אויב מען וועט נעמען פיר דידזשיטס (וואס אמווייניגסטנס צוויי פון זיי זענען אנדערש; זעראס זענען אויך אין כלל און קענען זיין די נומער(ס) פארן נומער, למשל כזה 0019) און מען סעט דאס אויף פון דעם גרעסטן נומער וואס די דידזשיטס קענען מאכן און די קלענסטע, און דערנאך נעמט מען די חילוק פון די צוויי [subtraction] און דערנאך טוהט מען דאס נאכאמאל [מען סעט אויף די דידזשיטס פון די נומער וואס מען באקומט פון גרעסטע און קלענסטע, און דערנאך נעמט מען די חילוק צווישן די צוויי כנ"ל], גייט מען אנקומען צו 6174 אין מערסטנס זיבן מאל וואס מען טוהט די פראצעדור.

מי אני » זונטאג דעצעמבער 1, 2019 2:58 pm

· #439394
דער מאטעמאטיקער יעקב בערנאלי האט געוואלט מ׳זאל אויסקרוצען אויף זיין מציבה א לאגעריטמיק ספיירעל, וואס יעדע מאל עס דרייט זיך פארמערט זיך די ווייטקייט פון איין רינג צום דערנעבנדן אזויפיל מאל פון א געוואוסע צאל. דער פאכמאן האט אבער געמאכט א טעות און אויסגעקרוצט אן ארכימידיען ספיירעל, וואס מיט יעדע דריי פארמערט זיך די ווייטקייט פון איין רינג צום דערנעבנד די זעלבע.

*

ענליך צו דעם האט דער דייטשע מאטעמאטיקער קארל פרידריך גאוסס אויפגעוואוזען אז מ׳קען צאמשטעלן א העפטאדעקעגאן [א 17 זייטיגע שעיפ] מיט נאר א רולער און א קאמפעס. ער האט געוואלט אז דאס זאל מען אויסקרוצן אויף זיין מציבה לאחר מיתתו, אבער דער פאכמאן האט נישט געוואלט זאגענדיג אז עס וועט אויסזעהן ווי א געהעריגע עיגול.

(אסאך אנדערע וויסענשאפטלער האבן געלאזט אויסקרוצען אויף זייערע מציבות געוויסע פון זייערע וויסענשאפטליכע דערגרייכונגען.)

*

מ׳פארציילט אויך אויף אים אז ווען ער׳ז געווען א קינד אין חדר האט דער לערער זיך געוואלט אפרוהן און געזאגט פאר׳ן קלאס זאל צאמרעכענען צוזאמען אלע נומערן פון 1 ביז 100 צו וויפיל דאס קומט אויס, האפענענדיג אזוי זיך צו קענען אפרוהן ביז זיי קומען אן צום צאל.

גאוסס האט באמערקט אז יעדע פאר כעין א״ת ב״ש קומט אויס צו 101. דהיינו, 1+100=101, 99+2=101 וכו׳ וכו׳. קומט אויס אז ער וועט האבן דא פון דעם 50 מאל 101, וואס קומט אויס צו 5050. (דאס איז די לאגיק אונטער אזא סארט אריטמעטיק סעריס.)

מי אני » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2019 11:44 pm

· #439666
סיפורי צדיקים
דער מאטעמאטישן עילוי דר. טערענס טאוי, וואס ווערט פארעכענט לויט מאנכע אלס דער גרעסטער מאטעמאטיקער וואס לעבט, האט מיטגעהאלטן אוניווערסיטעט-לעוועל מאטעמאטיקס אלס 9-יעריג קינד.

📎 IMG_6160.jpg
שמועסענדיג אין מאטעמאטיקס מיט׳ן בארימטן מאטעמאטיקער דר. פאול ערדאש, זייענדיג 10 יאר אלט.

אגב, דער פאול ערדאש אליין האט נאר געלעבט פאר מאטעמאטיק. ער האט כמעט נישט פארמאגט קיין חפצים און פלעגט וואנדערן צוזאמצוארבעטן פון איין מאטעמאטישן חכם צו א צווייטן (צו וועמען ער פלעגט קומען און זאגן ״מיין מח איז אפען״. אזא כעין בחינה להבדיל, הריני כבן עזאי, אויף צוזאמצוארבייטן...), און לעבן ״ארויס פון רענצל״. ער פלעגט זאגן אז איינער וואס האט אויפגעהערט טוהן מאטעמאטיק איז ״געשטארבן״, בשעת איינער וואס איז טאקע געשטארבן איז ״אוועק״. (צווישן אסאך אנדערע אינטרעסאנטע קוריאזע מימרות.)

והאיש משה » זונטאג דעצעמבער 8, 2019 11:23 am

· #439681
א סיפור וואס האט געטראפן ביי מיין רבי'ן פאר איטליכער 35 יאר צוריק.

די רבי איז א פראפעסאר און כעמיע (Chemistry) בשעתו איז ער צוגעפארן צום University וואס געפינט זיך א קנאפע 2.5 מייל פון זיין היים כדי צו גיבן א לעקציע, מיטן קאר.
ווען די רבי געבט שיעור ליגט ער ראשו ורובו אריינגעטוהן אינעם סוגיא אזוי ווייט אז דענסטמאל פארנ'דיג און טראכטענדיג אין לערנען, האט ער גארנישט באמערקט ווי א בוים איז אים אנטקעגען געקומען... און טראךךךךך...... ער איז אריינגעפארן בכל כחו ואונו אינעם בוים, אין די קאר האט זיך צושפליטערט אויף שטיקלעך ס'איז נישט געבליבן קיין שריד ופליט, אבער דער רבי איז ארויס מיט ניסי נסים גאנצע ביינער און חוץ א שניט אויפ'ן שטערן און אביסל בלוט פון די נאז איז ער ארויס גאנצערהייט, ס'איז נאך געווען א האלבע מייל צו וואקען ביזן University איז די רבי ארויס פונעם קאר און צושפאצירט כדי צו גיבן דעם שיעור.

נאכ'ן שיעור קומט די רבי ארויס פון שיעור צימער און וואקט ארויס פונעם בנין און גייט צום פארקינג לאט און זוכט ארום זיין קאר, און קען עס בשום פנים ואופן נישט טרעפן... ער האט אינגאנצען פארגעסן אז ער האט איר איבערגעלאז קוים א שעה צוריק צושמעטערט ביי א בוים...
איינער פון די קאלעגן קומען צו, און פרעגן העפליך אפשר קען איך דיר העלפן? וואס זוכסטו? ענטפערט ער איך טרעף נישט מיין קאר, פרעגט אים יענער: וואס איז די בלוט אויפ'ן שטערן? צושמייכלט ער זיך אה איך דערמאן מיר שוין ווי די קאר ליגט, און ער האט יעמאלט אהיים געוואקט די 2.5 מייל צופיס...

די מעשה געהערט פון רבי'ן פערזענליך, אבער פונקט פאריגע וואך האביך געהאט א שמועס מיט'ן רבינ'ס זוהן האט ער מיר איבערגעחזר'ט די מעשה.

אגב נישט דאס איז די (עיקר) סיבה פארוואס איך בין א חסיד פון איהם (דהיינו איך שפיר זיך בטל און זיין געגנווארט) די עיקר גיי איך איך ארויס פון די כלים פון זיין עבודת המידות ריינקייט אין קנאה תאוה וכבוד, און ווער רעדט נאך פון זיין דביקות ה', הלואי זאל מען זיך אפלערנען אפס קצהו, אבער אז די עולם האט געשריבן אזעלכע סארט מעשיות האבעך אראפגעברענגט די מעשה, ווייל צו אלע זיינע מדריגות איז ער אויך א ערנסטע עילוי.

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 8:14 pm

· #439982
מי אני

די אינדיאנע פרוי שאקונטאלא דעווי איז געווען באקאנט אלס ״די מענטשליכע קאמפיוטער״. דער פסיכאלאג ארטור דזשענסען האט איר בוחן געווען אויף די קיוב רוט פון 61,629,875 [וועלכע נומער מאל די זעלבע נומער מאל די זעלבע נומער קומט אן צו די נומער וואס איך האב געפרעגט; איין מאל מער ווי א סקווער רוט, עיין כאן] און די זיבעטע רוט [כנ״ל נאר זיבן מאל] פון 170,859,375. זי האט געגעבן די ענטפערס [395 פאר׳ן ערשטן און 15 פאר׳ן צווייטן] פאר דזשענסען האט געקענט אראפשרייבן די שאלות אין זיין בוך.

זי האט אויך געגעבן די 23 רוט [כנ״ל נאר 23 מאל די נומער] פון א נומער מיט 201 דידזשיטס. זי האט געגעבן דעם תירוץ אין 50 סעקונדעס. מ׳האט געדארפט מאכן א ספעציעלע פראגרעם צו מברר זיין איר ענטפער.

ווען מ׳האט איר געפרעגט 7,686,369,774,870 × 2,465,099,745,779, האט זי געגעבן די ענטפער, 18,947,668,177,995,426,462,773,730, אין 28 סעקונדעס.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5128">viewtopic.php?f=4&t=5128</a><!-- l -->

מי אני » מיטוואך יאנואר 1, 2020 11:15 pm

· #440772
מי אני
דער מאטעמאטישן עילוי דר. טערענס טאוי, וואס ווערט פארעכענט לויט מאנכע אלס דער גרעסטער מאטעמאטיקער וואס לעבט, האט מיטגעהאלטן אוניווערסיטעט-לעוועל מאטעמאטיקס אלס 9-יעריג קינד.

ער האט זיך געהאט אליין אויסגעלערענט ווי אזוי צו ליינען, זייענדיג צוויי יאר אלט, דורכ׳ן וואטשן סעסאמי סטריט. (מקור)

מי אני » מאנטאג יאנואר 6, 2020 9:46 pm

· #441079
Re: סיפורי צדיקים
דער בריטישער ביאלאגיסט דזשאן העלדעין ווען ער האט זיך צוקלאפט/צובלוטיגט זיין קאפ זייענדיג פיר יאר אלט האט ער געפרעגט דעם דאקטאר, ״איז דאס אקסיהימאגלאבין [די מאלעקיול אין די בלוט הימאגלאבין ווען עס פארט זיך מיט אקסידזשען און טראנספארירט דאס צו די צעלן אינ׳ם גוף] אדער קארבאאקסיהימאגלאבין [ווען די הימאגלאבין פארט זיך אנשטאט מיט קארבאן מאנאקסייד וואס איז גרינגער זיך צו פארן מיט די מאלעקיול, וממילא נישט מיט אקסידזשען, וואס דאס איז די געוואלדיגע סכנה דערפון ווייל די הימאגלאבין אין די בלוט ברענגען דעמאלטס נישט קיין אקסידזשען צו די צעלן]?״

מי אני » זונטאג יאנואר 19, 2020 12:06 am

· #441750
אין די יאר וואס גאלילעיאו גאלילעי איז געשטארבן (אנהויב 1642 למספרם) איז אייזעק ניוטאן געבוירן (סוף יאר למספרם).

(מ׳קען אפשר, להבדיל, זאגן א שטיקל רמז בזה בענין (קהלת א ה) וזרח השמש ובא השמש (עיין בקידושין עב:), ווייל די צוויי האבן עוסק געווען אין די סייענס פון מהלך גלגלי הרקיע.)

ישעיה » מאנטאג יאנואר 20, 2020 9:51 am

· #441799
מי אני
אין די יאר וואס גאלילעיאו גאלילעי איז געשטארבן (אנהויב 1642 למספרם) איז אייזעק ניוטאן געבוירן (סוף יאר למספרם).

(מ׳קען אפשר, להבדיל, זאגן א שטיקל רמז בזה בענין (קהלת א ה) וזרח השמש ובא השמש (עיין בקידושין עב:), ווייל די צוויי האבן עוסק געווען אין די סייענס פון מהלך גלגלי הרקיע.)

וכן העיר הרב @פארוואס? כאן

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 8:26 am

· #442265
סיפורי צדיקים
נאסא׳ס $125,000,000 מארס קלימאט ארביטער איז פארלוירן געגאנגען אין 1999 ווען עס איז אנגעקומען און געגאנגען צו נאנט צו מארס. דאס איז צושטאנד געקומען וויבאלד איינע פון די קאמפיוטער סיסטעמען אויף די ערד פון לאקהיד מארטין (וואס האט דאס געבויט), וואס האט אויסגערעכענט די טראדזשעקטארי, וועג, כח, וכו׳ פונ׳ם מאשין, האט דאס אויסגערעכענט אין (אמעריקאנע) ענגלישע יוניטס, דהיינו (פרעשור אין) פונטן וכו׳. משא״כ נאסא׳ס קאמפיוטער וואס האט באקומען די נומערן/דאטא פון זיי אויף אויסצופירן די קארעקשנס וכו׳ האט זיך פארגעשטעלט/איז געווען אויסגעשטעלט/פראגראמירט אז דאס איז שוין אין די סטאנדארד סייענטיפישע מעטריק יוניטס [ניוטאנס]. מ׳האט געהאט געמאכט קארעקשאנס צו די טראדזשעקטארי 7 מאל, וואס יעדעס מאל איז די חילוק אין די טראדזשעקטארי גרעסער געווארן וויבאלד די חילוק צווישן די צוויי יוניטס איז מיט א פאקטאר פון 4.45 מאל אזוי סאך.

(עס זענען געווען וויניגסטנס צוויי ענדזשינעירס דארט וואס האבן יא עפעס באמערקט דעם דיסקרעפענסי פון פאראויס, אבער מען האט זיי נישט אויסגעהערט ווייל ״זיי זענען נישט נאכגעגאנגען די ריכטיגע פראטאקאלן ביים פיילן די פעיפערווארק״.)

זעה׳מיר דעם ענין אז חכמים דארפן ״משוה זיין מדותיהם״...

***

ווען דער אידישער-אונגארישער מאטעמאטישער עילוי דזשאן וואן ניומאן איז געווען זעקס יאר אלט האט ער געקענט דיוויידען צוויי אכט-דידזשיט נומערן און געקענט רעדן (אלט) גריכיש. ווען ער האט אמאל געטראפן זיין מאמע קלאצן האט ער איר געפרעגט, ״וואס טוהסטו יעצט אויסרעכענען?״ ווען ער איז געווען אכט יאר אלט האט ער שוין געקענט קאלקולוס.

אין יענע תקופה, ביים צווייטן וועלט מלחמה, זענען געווען אסאך מאטעמאטישע, פיזישע וכו׳ גאונים וואס האבן אימיגרירט פון אונגארן צו אמעריקע (ובתוכם דער דזשאן וואן ניומאן). ווען מ׳האט געפרעגט דעם אידישן-אונגארישן פיזיקער לעא סזילארד פארוואס מען זעהט נישט קיין אינטעליגענטע ברואים פון אנדערע פלאנעטן, האט ער גע׳ענטפערט, ״זיי זענען שוין דא צווישן אונז - מ׳רופט זיי נאר אונגארישע״. מ׳האט זיי דעריבער גערופן ״די מארשינס״ [בני מאדים]. דאס איז געגאנגען אין איינקלאנג מיט דעם אז זיי האבן גערעדט א שפראך וואס מ׳פארשטייט נישט, גערעדט ענגליש מיט א שטארקע אקסענט, און געקומען פון בערך די זעלבע ראיאן אין אונגארן.

(גראדע זענען דא אויף די לבנה און מארס קרעיטערס וואס מ׳האט א נאמען געגעבן נאך א חלק פון זיי.)

*

מענין לענין באותו ענין, ווען די נאציס האבן ארויסגעווארפן פון די אוניווירזיטעט פון גאטטינגען די אידישע מאטעמאטיקער, האט בערנהארד רוסט, די נאצישע מיניסטער פון ערציאונג/עדוקעישן, געפרעגט די באקאנטע דייטשע מאטעמאטיקער דוד הילבערט, ״צו די מאטעמאטישע אינסטיטוט האט טאקע אזוי געליטען דורך דעם וואס די אידן זענען שוין נישט דארט?״ האט הילבערט גע׳ענטפערט, ״געליטען?! עס עקזיסטירט שוין נישט!״

(אגב, ערווין פלאנק, די זון פונ׳ם ״פאטער פון קוואנטום מעכאניקס״ מאקס פלאנק, איז געווען א קאלאבארירער אין שטאופענבערג׳ס 20 יולי אטענטאט פרואוו אויף היטלער, און די נאציס האבן אים גע׳הרג׳עט דערפאר.)

***

פונ׳ם פראנצויזישע מאטעמאטישע בורבאקי גרופע [״ניקאלאס בורבאקי״] קען מען אפשר זעהן די שטארקייט פון אחדות און ״כאיש אחד״ ביי חכמה.

***

בערטראנד ראססעל האט פארציילט אז אין אנהויב האט ער געהאלטן אז דער פילאזאף לודוויג וויטגענשטיין איז אינטרעסאנט און האט נישט געקענט אפמאכן אויף אים צו ער איז א גאון צו פשוט אן עקסענטריק. איינמאל האט אים וויטגענשטיין געפרעגט אויף זיך אליין צו ער האלט אז ער איז אן אידיאט אדער נישט. אויב ער איז אן אידיאט וועט ער ווערן א עיראנאט/פילאט און אויב נישט גייט ער גיין ווייטער אין פילאזאפיע. האט אים ראססעל געזאגט ער זאל אים שרייבן עפעס אין פילאזאפיע. נאכ׳ן ליינען דעם ערשטן זאץ האט אים ראססעל געזאגט, ״ווער נישט קיין עיראנאט״.

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 11:07 pm

· #442975
Re: סיפורי צדיקים
מי אני
ס׳איז דא די באקאנטע (אבער נישט זיכער אמת׳ע) מעשה מיט ארכימידוס ווען ער איז אויפגעקומען מיט זיין ארכימידוס פרינציפ. די פרינציפ לויטעט אז ווען מ׳לייגט אריין א זאך אין וואסער וועט די וואסער ארויפשטיפן [די בויאנט פארס] כפי די וואג פון וויפיל וואסער די זאך האט אוועקגעשטופט פון פלאץ. איז א זאך וואס האט מער מקום/וואליום אבער וועגט נישט אזוי סאך ווי וואסער לעומת זה הוואליום ווייל עס איז נישט אזוי דענס [איר מאסע איז נישט אזוי קאנצענטרירט, צו ווייל אירע אטאמען זענען מער צושפרייט וכו׳], וועט די וואג פון די וואסער אין פונקט די וואליום וואס איז אוועקגעשטופט געווארן מחמת די זאך זיין מער, וממילא וועט די בויאנט פארס זיין מער און די זאך וועט נישט זינקן און שוועבן על פני המים.

די מעשה לויטעט אז דער קעניג פון סירעקיוס (וואו ארכימידוס האט געוואוינט) האט אריינגעגעבן א שטיק גאלד צו א שמיד זאל אים מאכן א קרוין. דער קעניג האט דערנאך חושד געווען דער שמיד אין אויפטוישן אביסל פון די גאלד און אריינלייגן אין דעם אנשטאטס אן אנדערע ביליגערע מעטאל, און הגם עס האט געוואויגן די זעלבע מעיקרא האט ער דאך מורא געהאט אז אפשר האט ער צוגעלייגט אזויפיל פון די אנדערע מעטאלן כדי אז עס זאל אזוי וועגן. האט ער געפרעגט דעם חכם ארכימידוס צו ער קען מברר זיין צו אין דעם קרוין איז דא די גאנצע גאלד וואס ער האט געהאט געגעבן (אן עס דארפן צושמעלצן כמובן). אין אנדערע ווערטער, וויבאלד גאלד איז גאר דענס (לעומת אנדערע מעטאלן, מחמת דעם אז אירע אטאמן אליין פארמאגן מער פרויטאנס און ניוטראנס) וועגט דאס מער ווי אן אנדערע מעטאל מיט די זעלבע וואליום/גרויס. איז אויב האט דער שמיד אויפגעטוישט צו א ביליגערע מעטאל איז כדי אנצוקומען צום זעלבן וואג פון די גאלד וואס איז אים געגעבן געווארן מעיקרא האט ער געמוזט פארמערן מער מעטאל, וממילא וועט עס זיין א גרעסערע וואליום ווי מעיקרא וכנ״ל. און דאס האט דער קעניג געוואלט וויסן: ווי אזוי קען מען מברר זיין די פונקטליכע וואליום פונ׳ם קרוין לעומת א פשוט׳ע גראדע שטיקל גאלד מיט די זעלבע וואג.

ווען ארכימידוס איז אריין אין באד איז אים בייגעפאלן דעם פרינציפ, וואס א (פשוט׳ע) חלק מזה איז אז מער וואליום וועט אוועקשטופן מער וואסער. וממילא זאל מען אריינלייגן אין וואסער סיי אזא שטיק גאלד וואס דער קעניג האט געגעבן און סיי די קרוין. דאדורך וועט מען אויב איז די קרוין מער אין וואליום ווי סתם א שטיקל גאלד מיט די זעלבע וואג. ער איז געווארן אזוי איבערגענומען אז ער איז ארויסגעלאפן נאקעט אויף די גאס און אויסגערופן ״יוריקא [איך האב עס]״.

די מעשה ענדיגט זיך אז דער שמיד האט למעשה יא געהאט אויפגעטוישט פון די גאלד.
.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/7108">viewtopic.php?f=4&t=7108</a><!-- l -->

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 17, 2020 10:18 pm

· #443084
וואלווי
דער באוויסטער פיסיסיסט-מאטאמטישן-סייענטיסט וואן-ניומאן פלעג קענען אנשלאפן מיט א קאמפלאצירטע קשיא און זיך אויפוועקען אידערפרי מיט אן ענטפער. ממש ווי די צדיקים להבדיל וואס די בעלי תוס' אדער אריה"ק האט זיך מגלה געווען בחזיונם...

אויך איז ער געווען א באוויסטע געפערליכע דרייווער. ער האט רואיגערהייט געדרייווט א קאר בשעת ליינען א בוך, דער פראבלעם איז אבער געווען אז די מענטשען אויף די סיידוואק האבן נישט רואיגערהייט איבערגעלעבט.

Don't text and drive...!

מי אני » דינסטאג פעברואר 25, 2020 1:55 pm

· #443377
סיפורי צדיקים
עס ווערט פארציילט (אין די אנאלעקטס) אז ווען קאנפושעס האט געטראפן יאן הוּאי, פון זיינע גרויסע תלמידים, וואס איז אפגעטיילט געווארן פון אים בשעת זייערע מיטמאכענישן, האט ער אים געזאגט, ״איך האב געמיינט אז דו ביסט שוין געשטארבן״. האט ער אים געענטפערט, ״בשעת דער רבי לעבט ווי אזוי וואלט איך מיך געוואגט צו שטארבן״.

‏אפשר א שטיקל קנייטש אין דעם אז כל זמן שהתלמיד קיים כאילו הרב קיים (עיין ברש״י דברים לא כט)... [אז דער רבי לעבט נאך זיין צייט איז עס דורך די לעבן (ומעשים) פונ׳ם תלמיד]

*

מ׳דערציילט אז דער אראבישער חכם אל-פאראהידי איז געשטארבן ווייל ער איז געווען אזוי פארטראכט אין אויסחשבונ׳ען אז זיין משרתת זאל נישט ווערן בעוול׳ט, אז ער האט בטעות אריינשפאצירט אין א מאסק און זיך אריינגעקלאפט אין עפעס גאר שטארק.

*

ס׳דא וואס זאגן אז דער דאנישער אסטראנאמער טייקא בראהי איז געשטארבן דורך דעם וואס ער האט זיך געדארפט איינהאלטן פון גיין אין ביה״כ ביי א סעודה מחמת אימת וכבוד המלכות, און דאס האט געשטאדט צו זיין בית השתן.

ער האט אויך געהאט פארלוירן א חלק פון זיין נאז אין א שווערד דיול מיט מאנדעראפּ פּארסבערג, וואס איז צושטאנד געקומען ווען זיי האבן זיך גע׳טענה׳ט איבער ווער ס׳איז דער גרעסערער מאטעמאטיקער. די דיול האבן זיי געהאט אין די פינסטער און דעמאלטס האט מאנדעראפּ אים אפגעשניטען/אפגעהאקט א חלק פון זיין נאז. פון דעמאלטס אן איז ער געגאנגען מיט א פראסטעטיק געמאכט פון אייזן [בראס]. פאר א יומא דפגרא זאגט מען אז ער האט געהאט א פראסטעטיק פון גאלד אדער/און זילבער.

מי אני » מיטוואך מאי 20, 2020 11:28 pm

· #449178
Re: סיפורי צדיקים
דער מאטעמאטיקער דר. גריגארי פּערעלמאן האט אויפגעוואוזן דעם פּוֺינקארעי קאנדזשעקטשור אין טאפּאלאגיע. דאס איז (געווען) איינע פון די 7 מילעניוּם פראבלעמען אויף וואס עס איז דא א באלוינונג אויף יעדעס איינס פון זיי פון $1,000,000 פאר דער וואס פארענטפערט/ווייזט זיי אויף. ווען מען האט אים געאפפערט דאס געלט האט ער עס אפגעזאגט, זאגענדיג אז זיין ארבעט איז דאך געווען מיוסד אויף די ארבייט [ריטשי פלוֺי] דערין פונעם מאטעמאטיקער דר. ריטשערד העמילטאן. (ער האט אויך אפגעזאגט די פיעלדס מעדאל, וואס איז אין מאטעמאטיקס ענליך צום נאבעל פרייז, וואס מ׳האט אים געוואלט גיבן דערפאר.)

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 21, 2020 2:07 am

· #449201
מי אני
עס ווערט פארציילט (אין די אנאלעקטס) אז ווען קאנפושעס האט געטראפן יאן הוּאי, פון זיינע גרויסע תלמידים, וואס איז אפגעטיילט געווארן פון אים בשעת זייערע מיטמאכענישן, האט ער אים געזאגט, ״איך האב געמיינט אז דו ביסט שוין געשטארבן״. האט ער אים געענטפערט, ״בשעת דער רבי לעבט ווי אזוי וואלט איך מיך געוואגט צו שטארבן״.

‏אפשר א שטיקל קנייטש אין דעם אז כל זמן שהתלמיד קיים כאילו הרב קיים (עיין ברש״י דברים לא כט)... [אז דער רבי לעבט נאך זיין צייט איז עס דורך די לעבן (ומעשים) פונ׳ם תלמיד]

*
וואלט מען איהם געקענט אנרופן ..."חצי נזק"...~ נאכ'ן אריגינאלן חצי נזק פון די שטאט מונקאטש...!
מ׳דערציילט אז דער אראבישער חכם אל-פאראהידי איז געשטארבן ווייל ער איז געווען אזוי פארטראכט אין אויסחשבונ׳ען אז זיין משרתת זאל נישט ווערן בעוול׳ט, אז ער האט בטעות אריינשפאצירט אין א מאסק און זיך אריינגעקלאפט אין עפעס גאר שטארק.

*

ס׳דא וואס זאגן אז דער דאנישער אסטראנאמער טייקא בראהי איז געשטארבן דורך דעם וואס ער האט זיך געדארפט איינהאלטן פון גיין אין ביה״כ ביי א סעודה מחמת אימת וכבוד המלכות, און דאס האט געשטאדט צו זיין בית השתן.

ער האט אויך געהאט פארלוירן א חלק פון זיין נאז אין א שווערד דיול מיט מאנדעראפּ פּארסבערג, וואס איז צושטאנד געקומען ווען זיי האבן זיך גע׳טענה׳ט איבער ווער ס׳איז דער גרעסערער מאטעמאטיקער. די דיול האבן זיי געהאט אין די פינסטער און דעמאלטס האט מאנדעראפּ אים אפגעשניטען/אפגעהאקט א חלק פון זיין נאז. פון דעמאלטס אן איז ער געגאנגען מיט א פראסטעטיק געמאכט פון אייזן [בראס]. פאר א יומא דפגרא זאגט מען אז ער האט געהאט א פראסטעטיק פון גאלד אדער/און זילבער.

מי אני » דאנערשטאג יולי 9, 2020 8:51 am

· #454133
Re: סיפורי צדיקים
אריסטו פארציילט איבער טעיליס (וואס ווערט פארעכענט ווי דער ערשטער גריכישער פילאזאף) אז ער האט שפאצירט קוקענדיג און באטראכטענדיג דעם הימל און מערכת השמים אז ער איז אריינגעפאלן אין א קוואל. א דינסט-מיידל איז דארט געווען און געלאכט פון אים. וואס מ׳לערענט זיך דערפון איז אז מ׳קען זיין אזוי פאָקוּסירט אויף העכערע/טיפע זאכן אז מ׳טוהט פעהלן צו אנערקענען די פשוט׳ע אמת ומציאות הנראה לעינים אפילו פאר די פשוטי עם.

מ׳פארציילט אויך אז ער האט אויסגע׳חשבונ׳ט די וועטער פון פאראויס אויף צו פּרעדיקטן ווען זיתים וועלן גוט וואקסן, און דערנאך איינגעקויפט אלע פּרעסעס אויף צו קאָרנערן די מארקעט. ווי אויך האט ער מיט חכמה צוטיילט א טייך (דורך א דעם וכדומה) אין צוויי, כדי עס זאל זיין נידעריגער אויף צו קענען גרינגער דורכגיין.

מי אני » מאנטאג יולי 13, 2020 10:55 am

· #454424
סיפורי צדיקים
מי אני

מ׳פארציילט אויך אז ער האט אויסגע׳חשבונ׳ט די וועטער פון פאראויס אויף צו פּרעדיקטן ווען זיתים וועלן גוט וואקסן, און דערנאך איינגעקויפט אלע פּרעסעס אויף צו קאָרנערן די מארקעט.

און ער האט שוין געהאט געלט פון פאר דעם. ער האט געזאגט אז ער האט דאס געטוהן כדי אויף אויפצוווייזן ווי גרינג ס׳קען זיין צו מאכן געלט ווען מען חשבונ׳ט אויס זאכן מיט שכל מעיקרא, ווי זיך צו פארלאזן אויף אבערגלויבן.

***

דייאדזשעניס פארציילט אז דריוש האט געשוקט א בריוו צו העראקליטוס וואו ער האט אים אויסגעלויבט אויף זיין חכמה און אים געבעהטן צו קומען קיין פרס ווייל ער וויל זיך טרעפן מיט אים. היראקליטוס האט אים אפגעזאגט זאגענדיג אז ער איז העכער פון סתם קנאה תאוה וכבוד וואס מענטשן האבן, וואס א חלק פון דעם איז דאס זיך לעכצן צו באקומען כבוד און אנערקענונג פון מלכים.

ער האט נישט געהאלטן פון דעם (ברכות ט:) לעולם ישתדל אדם לרוץ לקראת מלכי וכו׳...

*

לסוף ימיו האט העראקליטוס געליטן פון עדימא. דאס איז ווען די גוף אנהאלט צופיל וואסער אין די מוסקלען. ער איז געגאנגען צו די חכמי הרפואה בימיו, אבער ער האט נישט געוואלט אננעמען זייערע עצות ווייל ער האט זיך געהאלטן קליגער ווי זיי. ער האט זיך אריינגעזעצט אין צואת השור חשבונ׳ענדיג אז ווען די זון וועט דאס אויסטריקענען וועט דאס אויך אויסטריקענען די איבעריגע וואסער אין זיין גוף (ער האט סתם אזוי געהאלטן אז אלעס איז בעצם יסוד האש). ער איז אבער געשטארבן דערפון.

‏בדרך צחות א שטיקל רמז צו (עירובין כא:) המלעיג על דברי חכמים [די חכמי רפואה בדורו] נידון בצואה רותחת...

***

הגם אנאקסעגאראס איז געווען רייך זענען דא וואס זאגן אז ער׳ט דאס אוועקגעגעבן כדי עס זאל אים נישט שטערן אין זיין קנין חכמה. ס׳דא וואס פארציילן דאס אז ער׳ז אמאל אוועקגעפארן און ווען ער׳ז צוריקגעקומען האט ער געזעהן אז אלעס איז חרוב געווארן. האט ער געזאגט, ״ווען נישט דאס זאל חרוב ווערן וואלט איך חרוב געווארן.״

***

די סאפיסטס און זייער חדר אין יון זענען ארויסגעהויבן דעם ענין פון ווערטער און ריכטיגע רעטאריק, און ווי אזוי מ׳דארף זיך ריכטיגערהייט צו טענה׳ן. דאס איז געגאנגען צוזאמען דערמיט וואס בעצם האבן זיי געהאלטן אז ״אמת״ איז בעצם רעלאטיוו צו יעדן איינעם עקסטער (עכ״פ ווי אזוי אפלטון האט זיי פארשטאנען), און די איינציגסטע זאך וואס איז בעצם שייך איז נאר אויפצוווייזן דעם אנדערן דיין פערספעקטיוו מיט ווערטער (ועיין כאן). למשל, אפלטון זאגט נאך בשם דער סאפיסט פּראטיקוס אז ״א מענטש זאל דעבאטירן, נישט טענה׳ן״.

פּראטאגאראס ס׳איז געווען איינע פון זיי. מ׳דערציילט אויף אים אז איינמאל האט איינע פון זיינע תלמידים נישט געוואלט צאלן די שכר לימוד, און זיי האבן געהאלטן פאר׳ן גיין אין געריכט. האט פּראטאגאראס אים געזאגט אז ער זאל אים צאלן ממ״נ: אויב געווינט פּראטאגאראס אין געריכט דארף ער דאך אים פשוט צאלן עפ״י הפסק. און טאמער געווינט די תלמיד ווייזט דאס דאך אז פּראטאגאראס זיין מלמד האט אים גוט אויסגעלערענט ווי אזוי זיך צו טענה׳ן...

ומאידך גיסא זאגט מען אז פּראטאגאראס האט געלאזט צאלן וואס אימער די תלמידים האבן געוואלט (אבער עכ״פ עפעס), ווייל אזוי זיכער איז ער געווען אין ווי נוצליך, גוט וכו׳ זיין לערע איז.

*

אויף אים פארציילט מען אויך אז מעיקרא איז ער געווען א טרעגער. איינמאל האט אים דעמאקריטוס (דער וואס האט גע׳טענה׳ט פאר אטאמיזם: אז אלעס קומט צום סוף אן צו באשטיינדלען וואס מ׳קען נישט צוטיילן) געזעהן שלעפן א בינטעל האלץ וואס ער האט צאמגעבינדן מיט מיט שטריק מיט א געוואלדיגע דזשיאמעטרישע מאטעמאטישע פונקטליכקייט. האט דעמאקריטוס דורך דעם איינגעזעהן זיין כשרון און אים גענומען תחת כנפיו אויף אים אויסצולערנען פילאזאפיע.

***

פילאסטראטוס זאגט בנוגע דער סאפיסט גארגיאס אז ער פלעגט אויך זאגן ענליך צו, להבדיל, אביי ״הריני כבן עזאי וכו׳״, מיט א זיכערקייט אז ער׳ט קענען ענטפערן אויף א שאלה אין וועלכע תחום נאר שייך.

***

דייאדזשיניס זאגט אז אפלטון׳ס עכטע נאמען איז געווען אריסטאקליס. מ׳האט אים גערופן ״אפלטון [פּלעיטאָ]״, וואס מיינט ״ברייט״ אין גריכיש, אדער על שם זיין געבויטע ברייטע גוף אלס רעסלער (און שטערן) אדער על שם זיין ברייטע ידיעה. (להבדיל כעין חכם וגיבור בנדרים לח.)

*

אפלטון איז דריי מאל אראפגעפארן צו די טייראנט דייאניסיאס און זיין זוהן פון סירעקיוס זיי איבערצורעדן צו פיהרן זייער מלוכה מיט יושר. דאס איז געווען סכנת נפשות און דאס ערשטע מאל האבן זיי אים פארקויפט אין צו קנעכטשאפט; מ׳האט אים אויסגעלייזט און ער׳ז געגאנגען נאכאמאל. (ס׳האט למעשה נישט געהאלפן.)

מי אני » מיטוואך יולי 22, 2020 10:39 am

· #454908
אפלטון׳ס תלמיד קזענאקרעטיס איז מיטגעגאנגען מיט אים דעמאלטס. ווען דייאניסיאוס האט געסטראשעט אפלטון מיט׳ן טויט האט קזענאקרעטיס זיך אנגערופן אז פריער זאל ער אים הרג׳ענען פאר זיין רבי׳ן.

פאר דעם האט מען געמאכט א פארמעסט ווער ס׳קען טרינקען די מערסטע אן ווערן שיכור. קזענאקרעטיס האט געוואונען און דערפאר האט ער באקומען א סארט גאלדענע קרוין [wreath] במתנה. אויפ׳ן וועג ארויס האט ער עס אבער אנגעטוהן פאר א סטאטוע צו ווייזן אז ער וויל נישט נהנה זיין.

***

דער פילאזאף דייאדזשיניס פון סינאָפּעי איז געווען פון די סיניק חדר. זיי האבן געהאלטן פון א הסתפקות במיעוט במאד מאד צו אן עקסטרעם, נישט דארפענדיג מער ווי וואס נאטור גיבט, ועכ״כ אז דער דייאדזשעניס האט געוואוינט אין א וויין פאס אויף די גאס און האט געהאט איין איינציג קלייד. אלכסנדר מוקדון האט זיך געוואלט טרעפן מיט דעם פילאזאף. ער איז צוגעגאנגען צו אים און אים געטראפן זיך זונבאדן ביי זיין וויין פאס. ער האט אים געפרעגט, ״וואס קען איך טוהן פאר דיר?״ האט ער אים געענטפערט, ״נישט בּלאַקן די זון.״

אלכסנדר מוקדון האט געהאט געזאגט, ״ווען איך בין נישט אלכסנדר, בין איך דייאדזשעניס.״

איינמאל האט ער געזעהן א קינד טרינקן פון א כוס. זייט דעמאלטס האט ער אויפגעהערט, ווייל ווי קען מען זיין אזא רחב לב ווי א קינד?

ער האט זיך אנגעהויבן פירן אזוי ווען ער האט זיך מתבונן געווען אין ווי אזוי א מייז לעבט. (ועיין כעין ענין זה, להבדיל, בעירובין ק:)

ער איז אמאל אריינגעקומען אין א רייכע הויז, זיך אומגעקוקט און געשפיגן דעם בעה״ב אין פנים זאגענדיג, ״איך גיי נישט שפייען אויף אלע אנדערע זאכן דא, ווייל זיי זענען כאטש שיין״.

***

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/454981">viewtopic.php?p=454981#p454981</a><!-- l -->

מי אני » זונטאג יולי 26, 2020 3:54 pm

· #455148
סיפורי צדיקים
מי אני
אלכסנדר מוקדון האט געהאט געזאגט, ״ווען איך בין נישט אלכסנדר, בין איך דייאדזשעניס.״

ווען דייאדזשעניס האט דאס געהערט האט ער געזאגט, ״ווען איך זאל ווען נישט זיין דייאדזשעניס וואלט איך אויך געוואלט זיין דייאדזשעניס.״

***

ס׳דא א לעגענדע איבער דעם גריכישן פילאזאף פּיירהא פונעם סקעפּטישן חדר, וואס ער איז אונטערגעגאנגען אן אפעראציע בשעת׳ן זיין וואך אן קיין פּיפּס פון ווייטאג. דאס איז ווייל זיין פילאזאפיע איז געווען אז מ׳קען בעצם נישט מברר זיין קיין גלויבונגען לכאן או לכאן ולכן דארף מען זיך צוריקהאלטן פון פאסן גלויבונגען מעיקרא. דאס געפיל פון צער אליין איז אויך א גלויבונג. (הגם יש מקשין אז אננעמען די פילאזאפיע און הנחה איז אליין אויך א גלויבונג.)

*

איבער אים טרעפן מיר אויך די געדאנק פון ״חסיד שוטה״ לגבי זיין דאקטרין. די לעגענדע גייט אז ער איז דורכגעגאנגען א טייך וואו א מענטש האט זיך געהאלטן אינדערמיט פון דעטרענקען ל״ע אבער ער איז נישט גערירט געווארן אים צו פרובירן צו העלפן וויבאלד מאן יימר אז דאס וואס ער זעהט איז אלס ריכטיג און אמת?

***

דער רוימישער קייזער און פילאזאף מארקוס אורעליאוס האט צוגעגליכן זיין פארגייער אנטונינוס צו סקראט.

***

דער רוימישער פילאזאף סענעקא (דער אינגערער) פארציילט אויף אפלטון אז איינמאל האט ער אויפגעהויבן זיין האנט צו שלאגן זיין עבד מתוך כעס. ער האט זיך געכאפט און געלאזט דעם עבד גיין, און אזוי געהאלטן זיין האנט אין דער הייך פאר א לענגערע צייט. ווען א תלמיד האט אים געפרעגט פארוואס ער טוהט דאס האט ער געענטפערט אז ער טוהט יעצט שטראפן א מענטש וואס איז געקומען לכעס.

אן אנדערעס מאל האט ער געבעהטן א תלמיד זאל שלאגן זיינס אן עבד, ווייל ער קען נישט ווייל ער איז אין כעס.

פאליטיקאנט » זונטאג יולי 26, 2020 6:59 pm

· #455164
Re: סיפורי צדיקים
אונז קעמיר זיי נישט פארשטיין, ער איז געווען אזוי אויסגעארבעט אז ער האט נישט געוואלט אליין שלאגן ווייל ער איז אין כעס, אבער דאס אז זיין עבד קומט מכות איז עם געווען א דבר פשוט ממילא האט ער געבעטן זיין תלמיד....

מי אני » זונטאג יולי 26, 2020 7:52 pm

· #455170
Re: סיפורי צדיקים
אריסטו למשל, פאר אלע זיין גרויסקייט, האט געהאלטן (אין זיין פּאליטיקס) אז ס׳זענען דא מענטשן וואס זענען ״נאטורליכע קנעכט״ (פארשטייט זיך אז נישט די יוונים...). לשיטתו זענען, און קענען, די מענטש׳נס ראציאנאלע פאקולטיס נישט דעוועלאפּירט אזוי ווי ״נארמאלע״ מענטשן און זיי ״באדארפן״, עס ״פעהלט אויס״, און עס איז ״בעסער פאר זיי״ אז, אן אדון זאל זיי דיקטירן וכו׳ את הדרך אשר ילכו בה וכו׳; ״ערגענצן״ זייער פעלערהאפטיגע ראציאנאל. ער האט אויך געהאלטן אביסל ענליך לגבי פרויען.

נישט זיין בעסטע מינוט... פאר זיינע צייטן איז עס נישט געווען אזוי אויסערגעווענליך אזוי צו האלטן. דאך א שוואכע אמתלא, ובפרט פאר א חכם כמותו.

אישתישבי » מאנטאג יולי 27, 2020 8:23 am

· #455226
ענדלעך ווערט געברענגט פין איינער פין די טרעפונג טאטעס (founding fathers), וואס האט גע'טענה'ט אז איינמאל מען האט געמאכט די שווארצע פאר קנעכט, האט מען נישט קיין ברירה און מען מוז זיי אזוי האלטען, ווייל למשל ווען איינער כאפט א וואלף און ער האט אים געקייטעלט קען ער אים נישט עפענען, ווייל ער ווען אים דערהרגענען. אזוי אויך טאמער מען באפרייט אלע שווארצע וועלען זיי אונז אלע אויסראטן.

ליב צו וויסן » מאנטאג יולי 27, 2020 3:15 pm

· #455248
אישתישבי
ענדלעך ווערט געברענגט פין איינער פין די טרעפונג טאטעס (founding fathers), וואס האט גע'טענה'ט אז איינמאל מען האט געמאכט די שווארצע פאר קנעכט, האט מען נישט קיין ברירה און מען מוז זיי אזוי האלטען, ווייל למשל ווען איינער כאפט א וואלף און ער האט אים געקייטעלט קען ער אים נישט עפענען, ווייל ער ווען אים דערהרגענען. אזוי אויך טאמער מען באפרייט אלע שווארצע וועלען זיי אונז אלע אויסראטן.


זייער אסאך האבן דעמאלטס געהאלטן אז "קנעכשאפט" איז א פראבלעם, אבער "באפרייען" אלע עקזיסטירנדע קנעכט אויפאמאל וועט ברענגען א ראסע קריג.

דאס איז איינס פון די סיבות פארוואס אמעריקע האט זיך צוגעשטעלט צום אינטערנאציאנאלן קנעכט האנדל פארבאט צענדליגע יארן פאר די עצם קנעכשאפט איז געווארן אום לעגאל אין אמעריקע.

מי אני » זונטאג אוגוסט 2, 2020 12:26 am

· #455688
סיפורי צדיקים
פּאָרפירי דערציילט אויף זיין רבי׳ן פּלאטינוס אז ווען איינער האט אים געוואלט אפמאלן האט ער אים געזאגט, ״נישט גענוג אז איך דארף מיך ארומשלעפן בחיי מיט מיין חומריות׳דיגן געשטאלט, ווילסטו עס נאך פארצייכענען לדורות?״

***

פּראקלוס האט אדורכגעלערענט צום ערשטן מאל אלע אריסטו׳ס ווערק אין קארגע צוויי יאר. (דאס איז א געוואלד בכמות ובאיכות כידוע.)

***

יוּנעיפּיעס דערציילט איבער פּראָהעריסוס אז ער איז געגאנגען לערנען מיט א חבר און זיי זענען געווען אזוי ארים אז זיי האבן געמוזט שׁעירן א קלייד בשותפות, וממילא ווען איינער איז געגאנגען אין אקאדעמי צו לערנען איז דער אנדערער געבליבן אין בעט.

***

דער מאטעמאטיקער דוד הילבערט פלעגט ארומגיין מיט צוריסענע הויזן. זיין עסיסטענט ריטשערד קאָראנט האט אים געוואלט אויפמערקזאם מאכן דערויף בדרך כבוד, האט ער אים געלאדענט אויף א שפאציר צו רעדן מאטעמאטיקס וואס ער האט געוואוסט ער גלייכט. ער האט אים געפירט דורך דערנער און אים געזאגט, ״אה! קוק די דערנער האבן צוריסן דיינע הויזן.״ האט אים הילבערט געענטפערט, ״נעה! ס׳איז שוין אפאר טעג אזוי און איינער באמערקט נישט.״

**

א תלמיד זיינע האט אויפגעהערט קומען צו זיינע שיעורים ווייל ער האט געטוישט זיין מעידזשאר פון מאטעמאטיקס צו פאעזיע. ווען הילבערט איז געוואויר געווארן דערפון האט ער געזאגט, ״איך האב געוואוסט דאס גייט פאסירן. ער האט נישט גענוג imagination צו זיין א מאטעמאטיקער.״

כרם זית » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 9:51 pm

· #455897
מי אני
פּאָרפירי דערציילט אויף זיין רבי׳ן פּלאטינוס אז ווען איינער האט אים געוואלט אפמאלן האט ער אים געזאגט, ״נישט גענוג אז איך דארף מיך ארומשלעפן בחיי מיט מיין חומריות׳דיגן געשטאלט, ווילסטו עס נאך פארצייכענען לדורות?״

***


@מי אני, מען קען אבער זאגן אז כאטש א צורה כשלעצמה איז גשמי, איז אבער א בילד דערפון א שטיק רוחני, ודוק.

מי אני » דינסטאג אוגוסט 4, 2020 10:30 am

· #455907
Re: סיפורי צדיקים
די געדאנק וואס ער האט געוואלט ארויסברענגען איז אז אפילו זיין חומריות׳דיגע גוף/געשטאלט ממש איז נישט ממש אים; ״אים״ איז זיין חלק הרוחני והנפש פונעם שכל הפועל. איז אויב אזוי זאל מען נאך מאכן א געשטאלט פון דעם [פאלשן] געשטאלט?

‏ער האט אבער יא געזאגט אז תכלית ב״שלימות פונעם ״זיך״ איז ווען מען מאכט א סארט יחוד פון די נפש הרוחני ממעל מיט׳ן גוף החומרי מתחת.

***
📎 3E83ACA1-EE64-4015-9D3F-44A0BA2DAFCF.jpeg
טרעפן מיר שוין אן ענין פון אשת חבר כחבר.

***
📎 E3659BE2-9191-4755-A4A9-5B0E37C40375.jpeg
כל זמן שמזקינין חכמה נתוספת בהן.

***

אין די אנהויב פונעם קריסליכן רעליגיע זענען געווען נזירים/פרושים וואס האבן פראקטיצירט אן אסעטישע (מסוגפ׳דיגע) מהלך החיים און זענען געגאנגען וואוינען אין מדבר. מ׳רופט זיי די ״מדבר טאטעס״. פון די ערשטע פון זיי איז געווען אנטאני פון מצרים. אטאנעיסיוס פון אלכסנדריא פארציילט אויף אים אז ער איז מעיקרא געווען רייך אבער האט אוועקגעגעבן זיין גאנצע פארמעגן כדי צו לעבן אזוי. ולא זו בלבד, נאר ער האט זיך איינגעשפארט אין א קבר און געבעהטן מ׳זאל אים ברענגן יעדע שטיק צייט עסן אים צו דערהאלטן ביים חיות.

א צווייטער איז געווען סימעאן. ער האט ״געוואוינט״ 37 יאר אויף אן איצטבא אויך א זייל, צובינדענדיג זיך דערויף כדי ער זאל נישט פאלן מחמת תשישות כח פון נישט עסן קיין סאך. ווען מענטשן זענען געקומען אים זעהן וויאזוי ער לעבט וכו׳ האט ער געמאכט די זייל העכער זיי זאלן אים נישט שטערן. ער האט זיך אמאל געהאט צוגעבינדען צו א שטיין כדי ער זאל זיך נישט קענען אויפשטעלן, אבער האט זיך איבערגעקלערט אז זיין רצון דארף צו זיין גענוג א קייט פאר אים אז ער זאל נישט אוועקגיין פון דארט. ווען ער האט זיך אויפגעבינדען האט ער געטראפן א נעסט פון שרצים בתוך בשרו פונעם זיין צוגעבינדן אזוי לאנג צום שטיין.

אישתישבי » מיטוואך אוגוסט 5, 2020 3:11 pm

· #455959
עפעס א באקאנטע מעשה איז דא פין א פרוי א פיליזאף וואס איז דערגאנגען אז די וועלט איז נישט פונקטליך רינדעכיג, נאר אביסל לענגער אויף איין זייט. צום סוף איז זי געהרגעט געווארן דורך קריסטען.

זי האט געהאט א תלמיד וואס האט זי ליב געהאט, אבער זי האט נישט געוואלט חתונה האבן, ווייל זי האט חתונה געהאט מיט דער חכמה. האט זי אמאהל ביי א שיעור מבזה געווען דער תלמיד, דורך געבן ברבים איר שמוציגע גאטשעס וואס זענען געווען שמוציג מיט בלוט פין איר דם נדה.

איינער קען דערמאנען מער?

מי אני » מיטוואך אוגוסט 5, 2020 3:49 pm

· #455965
דאס איז געווען הייפּעישׁיא פון אלכסנדריא. דאמאסקיוס פארציילט אז צום ערשט האט זי געשפילט פאר אים מוזיק אויף אן אינסטרומענט פרובירענדיג אים צו בארואיגן. ווען דאס האט נישט געארבעט האט זי אים געגעבן די שמאטעס פון די דם נדה כנ״ל, זאגענדיג אז ״דאס איז וואס ער איז להוט אויף און נישט [אפלטון׳ס צורה פון] שיינקייט.״ ער דערציילט ווייטער אז דאס האט געווירקט...

כרם זית » מיטוואך אוגוסט 5, 2020 8:40 pm

· #455979
מי אני
דאס איז געווען הייפּעישׁיא פון אלכסנדריא. דאמאסקיוס פארציילט אז צום ערשט האט זי געשפילט פאר אים מוזיק אויף אן אינסטרומענט פרובירענדיג אים צו בארואיגן. ווען דאס האט נישט געארבעט האט זי אים געגעבן די שמאטעס פון די דם נדה כנ״ל, זאגענדיג אז ״דאס איז וואס ער איז להוט אויף און נישט [אפלטון׳ס צורה פון] שיינקייט.״ ער דערציילט ווייטער אז דאס האט געווירקט...


דערמאנט מיר פון די תניא וועלכע זאגט אז ווען מהאט א תאוה צו א פרוי זאל מען זיך דערמאנען אז תנא אשה חמת מלא צואה ופיה מלא דם והכל רצין אחריה (שבת קנב).

אגב שבתי צבי ימ''ש האט זיך געהאלטן דער מאן פון די תורה תליט''א, זייענדיג איר מקדש אונטער א חופה אין קושטא. ער פלעגט זיך אונטערשרייבן ''חתן היוצא מחופתו. בעל התורה הקדושה, שבתי צבי''.

אישתישבי » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2020 2:54 pm

· #456007
ווי אויך ר' הערשעלע זידיטשויבער, כידוע די מעשה מיט דער דברי חיים, טענה'נדיג אז די תורה איז א אשת איש, און דערפאר דארף ער דווקא א פרוי.

אישתישבי » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2020 3:00 pm

· #456008

דערמאנט מיר פון די תניא וועלכע זאגט אז ווען מהאט א תאוה צו א פרוי זאל מען זיך דערמאנען אז תנא אשה חמת מלא צואה ופיה מלא דם והכל רצין אחריה (שבת קנב).



חמת מלא צואה, הגם איך פארשטיי נישט פארוואס, אבער מען קען פארשטיין עס זאל מבטל זיין די תאוה. ווי אויך דער פיה מלא דם. אבער דער הכל רצין אחריה דארף א ביאור, וויאזוי איז דאס מרחק די תאווה.

כרם זית » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2020 8:15 pm

· #456019
אישתישבי

חמת מלא צואה, הגם איך פארשטיי נישט פארוואס, אבער מען קען פארשטיין עס זאל מבטל זיין די תאוה. ווי אויך דער פיה מלא דם. אבער דער הכל רצין אחריה דארף א ביאור, וויאזוי איז דאס מרחק די תאווה.


די גמרא און דער תניא ברענגען עס אויף צוויי אנדערע קאנצעפטן. די גמרא זאגט עס ארויסצוברענגען ווי דער באשאפער האט געמאכט אז דער איש זאל נאך גיין דער אשה מחמת קיום המין, כאטש אז ווען נישט די תאוה וואס ג-ט האט אריינגעלייגט אין איר וואלט קיינער נישט נאכגעגאנגען נאך איר. ובלשון הפרשן הגדול רש''י: אם לא על פי גזרת המלך לא היתה ראויה להתאוות לה שהיא כחמת מלאה מיאוס והכל רצים אחריה.
דער תניא פון די אנדערע זייט זאגט (בפרק יד) אז ווי פיל די תאוה פעלט נישט אויס, דהיינו באשה דאסור לו, קען מען ניצן די גמרא אויף אפצוקילן די תאוה, אז אליבא דאמת איז נישט דא דארט קיין אמתע תענוג. און ער ברענגט טאקע נישט נאך די אויספיר אז והכל רצין אחריה.

אישתישבי » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2020 9:43 pm

· #456023
דאנקע שעהן.

אבער אויב איז עס א גזירת המלך, וויאזוי העלפט דער התבוננות?

מלה"ד, עסן איז אויך א גרויליגע זאך ווען מען איז זיך מתבונן, זאג עס פאר איינער וואס פאסט.

ווי אויך איז דער גאנצע חוש המשוש לויט מאנכע א חרפה, די חרפות העלפען נישט ווען מען האט דער נסיון.

דער אוהח"ק זאגט אויך אז ווען מען האלט שוין דערביי העלפט נישט גארנישט, דער מענטש אליין קען זיך נישט צוריקהאלטען, פריער קען מען טוהן פעולות.

כרם זית » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2020 10:28 pm

· #456030
אבער אויב איז עס א גזירת המלך, וויאזוי העלפט דער התבוננות?


די גזירת המלך איז אז עס זאל זיין א תאוה, עס מיינט אבער נישט אז עס איז שטערקער ווי די אמת, ובפרט ווען די תאוה איז קעגן רצון ה'.

מלה"ד, עסן איז אויך א גרויליגע זאך ווען מען איז זיך מתבונן, זאג עס פאר איינער וואס פאסט.


גראדע דער תניא האט דארטן אויך א התבננות אויף תאות האכילה: וכן כל מיני מטעמים ומעדנים נעשים כך חמת מלא כו'. וכן כל תענוגי עוה"ז החכם רואה הנולד מהן שסופן לרקוב ולהיות רמה ואשפה.

דער אוהח"ק זאגט אויך אז ווען מען האלט שוין דערביי העלפט נישט גארנישט, דער מענטש אליין קען זיך נישט צוריקהאלטען, פריער קען מען טוהן פעולות.


קען זיין אז עס זענען דא מדריגות אין די נסיון אליין.

אישתישבי » פרייטאג אוגוסט 7, 2020 12:35 am

· #456037
לאמיר זאגן דער פאפעריי וועט געלונגען, און א פרוי וועט באמת ווערען חמת מלא צואה און די אויגען, וויאזוי ארבעט עס נאר ביי איינער וואס איז אסור לו?

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 5:04 pm

· #456421
Re: סיפורי צדיקים
מ׳פארציילט אז דער פערסישער סופי מיסטיק אבּוּ סאַאיד האט זיך געטראפן מיט׳ן פילאזאף אבן סינא [אביסענא]. נאך דעם וואס זיי האבן געשמועסט האט מען געפרעגט פון אבן סינא וועגן אבּוּ סאַאיד האט ער געזאגט, ״אלעס וואס איך ווייס, ער זעהט.״ ווען מען האט געפרעגט אבּוּ סאַאיד איבער אבן סינא האט ער געענטפערט, ״אלעס וואס איך זעה, ער ווייסט.״

‏דאס האט אפשר אביסל פאראלעלן מיט דאס וואס מ׳פארציילט איבער דעם אז אפלטון האט זיך געטראפן מיט ירמיהו הנביא.

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 2:30 pm

· #457108
Re: סיפורי צדיקים
ווען דער פרסי׳שער פילאזאף סוחראוואדי (דער מייסד פון אילוּמינעישאניזם פילאזאפיע) איז אריינגעקומען אין שטאט אלעפּאָ, איז ער אריינגעקומען מיט צוריסענע קליידער אזש מ׳האט געמיינט אז ער׳ז א בעל עגלה. ער איז געגאנגען אין לערהויז וואו דער הויפט האט איינגעזעהן אז ער׳ז א חכם. האט דער הויפט געשיקט זיין זוהן צו אים מיט נייע קליידער. ווען דער זוהן האט אים דאס געוויזן האט סוחראוואדי ארויסגענומען א תכשיט און געבעהטן דעם בחור זאל גיין אין מארק עס אפשאצן צו פארקויפן. דער בחור איז צוריקגעקומען און אים געזאגט אז די סוחרים אפפערן גאר אסאך געלט דערפאר. האט סוחראוואדי דעמאלטס צובראכן דעם תכשיט מיט א שטיין און אין געזאגט אז ער וואלט געקענט אליינס קויפן בעסערע קליידער אויב ער וואלט געוואלט.

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:32 pm

· #457715
דייאדזשעניס איז אריינגעקומען אין אפלטון׳ס הויז און מיט זיינע שמוציגע פיס זיך גענומען צוטרעהטן אפלטון׳ס בעסטע קארפעט, און געזאגט דערביי, ״איך צוטרעהט אפלטון׳ס גאווה״. האט אים אפלטון צוריקגעענטפערט, ״וויפיל גאווה טוהסטו ווייזן מיט דעם וואס דו פרובירט צו צייגן אז דו אליין האסט נישט קיין גאווה״.

‏{א ווערסיע פון די מעשה מיט העראקליטוס ווען ער האט זיך באשמירט מיט צואה זיך צו היילן איז אז הונט האבן אים געזעהן און נישט דערקענענדיג אז דאס איז א מענטש האבן זיי זיך אים גענומען עסן.

דאכט זיך מיר אז דער חובת הלבבות ברענגט אראפ ערגעץ אן ענליכן אנעקדאט צו די מעשה פון אפלטון מיט׳ן שלאגן דעם עבד (נישט בשם אפלטון אדער סענעקא וואס ברענגט אראפ די מעשה).}

כרם זית » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:48 pm

· #457795
דער רמב''ם אין אבות דערציילט וועגן א חסיד וועלכע איז געווען אויף א שיף און זיך געלייגט שלאפן בירכתי הספינה. איז געקומען אן עושר א מחוצף, און געמאכט זיינע באדערפעפישן אויף אים. האט דער חסיד נאכדעם געזאגט:'' וואויל איז מיר וואס איך בין צוגעקומען צו אזא מצב, אז איך שפיר ניטאמאל שלעכט מיט אזא באנידערונג''.

כרם זית » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:53 pm

· #457797
לשון הרמב''ם (אבות ד.ד.)
והנה ראיתי בספר מספרי המדות שנשאל לאחד מן החשובים החסידים ונאמר לו: איזה יום הוא ששמחת בו יותר מכל ימיך, אמר: יום שהייתי הולך בספינה והיה מקומי בפחות שבמקומות הספינה, בין חבילות הבגדים, והיו בספינה סוחרים ובעלי ממון, ואני הייתי שוכב במקומי, ואחד מאנשי הספינה קם להשתין, ואהי נקל בעיניו ונבזה שהייתי שפל בעיניו מאד עד שגלה ערותו והשתין עלי, ותמהתי מהתחזק תכונת העזות בנפשו, וחי השם לא כאבה נפשי למעשהו כלל ולא התעורר ממני כחי, ושמחתי שמחה גדולה כשהגעתי לגבול שלא יכאיבני בזוי החסר ההוא, ולא הרגישה נפשי אליו.

נײגעריגער » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2020 5:37 pm

· #458121
מי אני
אריסטו למשל, פאר אלע זיין גרויסקייט, האט געהאלטן (אין זיין פּאליטיקס) אז ס׳זענען דא מענטשן וואס זענען ״נאטורליכע קנעכט״ (פארשטייט זיך אז נישט די יוונים...). לשיטתו זענען, און קענען, די מענטש׳נס ראציאנאלע פאקולטיס נישט דעוועלאפּירט אזוי ווי ״נארמאלע״ מענטשן און זיי ״באדארפן״, עס ״פעהלט אויס״, און עס איז ״בעסער פאר זיי״ אז, אן אדון זאל זיי דיקטירן וכו׳ את הדרך אשר ילכו בה וכו׳; ״ערגענצן״ זייער פעלערהאפטיגע ראציאנאל. ער האט אויך געהאלטן אביסל ענליך לגבי פרויען.

נישט זיין בעסטע מינוט... פאר זיינע צייטן איז עס נישט געווען אזוי אויסערגעווענליך אזוי צו האלטן. דאך א שוואכע אמתלא, ובפרט פאר א חכם כמותו.

דער געדאנק אז פאר געװיסע מענשן װעט עס באמת זיין לטובתם צו זיין אונטערטעניג, ("נאטורליכע קנעכט" װי איר זענט מדגיש), איז לדעתי נישט אינגאנצן מופרך, בדס"ם יוכיח װאװ פילע זענען בוחר מדעת עצמם לשיעובד, אױפצוגעבן דעם אייגענעם װילן כמעט אינגאנצן, אזש זיי האבן גאר א שטארקע הנאה דערפון

נאר, איינס ס'מוז זיין הונדערט פּראצענט מרצונם הטוב, און מיט א ברירה דאס מסיים צו זיין אויב דער מיינונג טוישט זיך. והשנית סע קען נישט זיין באזיהרט אויף א ראסע, רעליגיע, עלטער, מין אא"װ
ואכּמ"ל
בלאט: 1 2 3 4