רביה''ק זי''עוואס קרענקט מיר פון דעם גאנצן שמועס איז אז מ'טענה'ט זיך ארום צו ס'שטייט יא צו נישט, כאילו ווען ס'זאל ווען יא קלאר שטיין אין עפעס א טויזענט-יעריג בוך אז מ'זאל זיך נישט פירן בדרך חיבה אין פאבליק וואלט מען איהם געדארפט צו פאלגן. א מין עקל פון א טאליבאנע מענטאליטעט דאס, קומט מיר צו ברעכן, פעך!
אומריכטיג. Assuming אז מ׳טוהט סאָבּמיטן צו דת של יהדות רבנית על הכלל, שהיא ״רעליגיעזע געזעץ״ אין אונזער קאנטעקסט, דאן איז דאך די געדאנק פון ״געזעץ״ ניתנה למחוקקים און אטאריטעטן (לפרש התורה ודבר ה' וכו') וועמען מ׳דארף פאלגן און נישט אז איש כל הישר בעיניו יעשה. וואס מ׳קען פרעגן איז ״וואס מאכט אַן
אטאריטעט?״ פשוט דאס אז ״ער האט געלעבט 1,000 יאר צוריק״?
די תירוץ איז אבער, עכ״פ אין א וועג, אז ״יא״. ווי דער רמב״ם זאגט בהקדמתו להמשנה תורה, וכן היא בהלכות ממרים פ״ב ה״א-ב (ועיין ברדב״ז ובכסף משנה שם לגבי דין ותקנות וגזירות), איז די סמכות פון הלכה אטאריטעטן, ווי צב״ש התלמוד, דאס אז ס׳איז נתפשט ונתקבל געווארן בהעם; דאס אז עס האט די קאנסענסוס העם איז
אט דאס וואס געבט דאס איר סמכות ואטאריטעט
(אין פּרינציפּ עכ"פ כשאינו בפירוש מנוגד להתורה, שזהו האָלטימעט אָטאָריטעט; אבער דאס אליין איז נישט אזוי פשוט צו וויסן מהו בלא הם ופירושיהם. ועיין בחינוך מצוה עח).
יעצט, עס איז א דבר פשוט אז אט די אלע אטאריטעטן ״פון 1,000 יאר צוריק״ האבן אט די קאנסענסוס בהעם על הכלל אויף זייער אטאריטעט בהלכה׳דיגע דזשוריספּרודענס, ומשם סמכותן - כל חד לפום דרגיה. (מ׳קען דורך דעם פארשטיין די סמכות פונעם מחבר ורמ״א ונו״כ מכח דעם פּאַראַדיים, ווי אויך די סמכות פונעם רמב״ם אליין…) מ׳קען טאקע קאַנטרעווינען זייער סמכות בבי״ד שגדול מהן בחכמה ובמנין (אדער בלא זה כשהוא רק דין שדרשו במדות, לפי הרדב״ז וכסף משנה שם בהל' ממרים), און טאקע מהאי טעמא ווייל מען האט יעצט א קאנסענסוס דערקעגן, אבער (כמובן) איז דאס אָנלייקלי. (וע״ש בהל' ממרים בהראב״ד וואס געבט נאך א שטערקערע סמכות צו קאנסענסוס ופֶּשֶט בהעם. וע״ש בלחם משנה מה שהביא מהרב אליהו מזרחי בתשובותיו.) ולכן, וואו מ׳האט איין אזא
אָנגענומענער בהעם אטאריטעט מוסמך, איז גיין נגדו וויל מען אַן אנדערער
אָנגענומענער אטאריטעט בהעם מוסמך בדומה לו.
מ׳דארף אבער באמערקן אז דער רמב״ם אליינס האלט אין די הקדמה אז לאחר חתימת התלמוד איז מחמת התפשטות ישראל בכל קצוי תבל שוין טאקע נישטא די קאנסענסוס ע״ש. אבער די געדאנק אין טעאריע קען נאך אָנגיין און עס געבט נאך אלס א הסבר צו וויאזוי און פארוואס די צוגאנג אין הלכה איז אזוי צו די אטאריטעטן ״פון 1,000 יאר צוריק״, וכמש״כ בהלכות ממרים.
דאס איז בעצם א מהלך אין
פאליטישע פילאזאפיע און האט מער-ווייניגער סעקולארע analogues אויך (עכ״פ אין בּראָד סטרוֺיקס). לדוגמא, מ׳פארשטייט אז צו איבערדרייען א פריערדיגע פסק און געזעץ פונעם הויכן געריכט אין לאנד מדורות שעברו, פעהלט אויס עכשיו מוסמכין בדומין להם דאס צו טוהן. די סמכות איז אָלטימעטלי מכח קאָנסענסוס בהעם, וממילא דארף עס זיין אוקי קאנסענסוס לבהדי קאנסענסוס. ווי מער יסודי די געזעץ איז, וממילא איז די קאנסענסוס וסמכות די געזעץ האט שטערקער, אלס מער פעהלט אויס א שטערקערע סמכות בדומה לו דאס צו קאַנטרעוויִנען.
דאס אז קאנסענסוס לאטאריטעט של המחוקקים וחוקיהם מאכט א געזעץ און איז איר גאנצע באזיס, קען מען טענה׳ן אז עס איז לכאורה אקסיאמאטיש און ליגט אין דאס עצם געדאנק פון ״
געזעץ״ בכלל.
ועיין באשכול
זו ו
זו.
(אחוץ טאמער האלט מען בכלל פון אנארכיע. די אשכול קען אויך נוגע זיין. ווי אויך די סעריע ארטיקלען פון ר׳ יצחק לאווי/@לעיקוואד.)
אגב, לענ"ד איז די "עקל" צו די טאליבאן נישט מכח זייער דזשוריספּרוּדענס מהלך (אין אטאריטעט וכו') פּער סע, נאר מכח די אימאראלישע געזעצן וכו' וואס זיי האבן. וה"ה לגבי אנדערע פונדאמענטאלע סעקטעס וואס האבן געזעצן וכו' וואס זענען פארלעצונגען פון נארמאטיווע מאראלן. ולגבי די טענה קעגן די אימאראלישע געזעצן בדת יהדות רבנית דארף מען זיך טאקע ספראווען דערמיט, וכמו שכתבתי באריכות מפוזר בהרבה תגובות בהאשכול שלי, ועיין ג"כ כאן.