☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות

סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14542
בלאט: 1 2

אבשלום בן מעכה » דינסטאג אפריל 6, 2021 1:57 pm

· #469296
סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
איך וועל אנהויבן א סעריע פון סלאגאנען און געדאנקען וואס מיר געפינען אין חז"ל, אבער די מקורות זענען פון נישט פון ריינע מקורות.

איך וועל אנהויבן מיטן באקאנטן "טול קורא מבין עיניך":
חז"ל זאגן אויף ויהי בימי שפוט השופטים, אז ווען די שופטים האבן נביאות געזאגט פאר אידן, האבן אידן צוריקגעענטפערט, "טול קורה מבין עיניך".

די ווערטער געפינען מיר שוין אין ברית החדשה, מתי פרק ז', אט ברענג איך אראפ דעם פרייען איבערזעצונג אין לשון-קודש:
3 מַדּוּעַ אַתָּה רוֹאֶה אֶת הַקֵּיסָם אֲשֶׁר בְּעֵין אָחִיךָ וְאֵינְךָ שָׂם לֵב לַקּוֹרָה אֲשֶׁר בְּעֵינְךָ? 4 אֵיךְ תֹּאמַר לְאָחִיךָ: 'הַנַּח לִי לְהוֹצִיא אֶת הַקֵּיסָם מֵעֵינְךָ', וְהִנֵּה הַקּוֹרָה בְּעֵינְךָ? 5 צָבוּעַ! הוֹצֵא תְּחִלָּה אֶת הַקּוֹרָה מֵעֵינְךָ; אַחֲרֵי כֵן תִּרְאֶה הֵיטֵב וְתוּכַל לְהוֹצִיא אֶת הַקֵּיסָם מֵעֵינוֹ שֶׁל אָחִיךָ. 6 אַל תִּתְּנוּ אֶת הַקֹּדֶשׁ לַכְּלָבִים וְאַל תַּשְׁלִיכוּ פְּנִינֵיכֶם לִפְנֵי הַחֲזִירִים, פֶּן יִרְמְסוּ אוֹתָם בְּרַגְלֵיהֶם וְיִפְנוּ וְיִטְרְפוּ אֶתְכֶם."

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 6, 2021 2:14 pm

· #469298
באמת זענען דא אסאך פאראלעלן וואס מ׳קען ציען צווישן די וועלט פון חז״ל און די ברית החדשה, איך מיין אז צו רוב חידושים פון יאשקע וואס שטייט נישט פריער קען מען טרעפן א פאראלעל אין גמרא. די שאלה בלייבט נאר צו די געדאנקען זענען אריגינעל יאשקע׳ס חידושים צו די געדאנקען זענען אלטע וואס צירקולירן ביי אידן שוין פון פאר יאשקע און ביידע האבן עס גענומען פונעם זעלבן פלאץ.

כרם זית » דינסטאג אפריל 6, 2021 2:18 pm

· #469299
זייער אינטערעסאנט.
אויף וואס ר׳ יואליש זאגט, איז באמת דא אין אוצר ויכוחים לאייזנשטיין א גאנצע פרק וואס וויזט אויף אז די מוסר אין ברית החדשה איז אדער עקסטרעם (אויסשטרעקן די באק פארן שלעגער וכדו׳), אדער בכלל נישט קיין חידוש פאר תלמידיסטן.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 6, 2021 2:23 pm

· #469301
איך פארשטיי נישט פארוואס מ׳דארף א גאנצע פרק פון דעם לאייזנשטיין דערויף, ס׳איז בכלל נישט קיין חידוש...

כרם זית » דינסטאג אפריל 6, 2021 2:28 pm

· #469303
רביה''ק זי''ע
באמת זענען דא אסאך פאראלעלן וואס מ׳קען ציען צווישן די וועלט פון חז״ל און די ברית החדשה, איך מיין אז צו רוב חידושים פון יאשקע וואס שטייט נישט פריער קען מען טרעפן א פאראלעל אין גמרא.


בפרט אין ספרי קבלה וחסידות...

ערנסט גערעדט: אויב זאל יהושע זיין אין די צייטן פון די תניא וואלט געווען א ביאור פארוואס ער איז גט, ע"י צמצומים רבים זה אחר זה וכדו׳.

איך מיין נישט חוזק צו מאכן, אדרבה זאל מיר איינער ערקלערן פארוואס עס איז כפירה צו זאגן א יהושע איז גט, איז נישט כפירה צו זאגן אז יעדער אידן איז א חלק אלוקי ממעל ממש?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 6, 2021 2:29 pm

· #469304
😂

ס׳טאקע דא א תשובה פונעם ריב״ש ווי ער פארגלייכט די מאמיני העשיריות צו די מאמיני השילוש...

כרם זית » דינסטאג אפריל 6, 2021 2:57 pm

· #469306
למעשה מיינעך נעמט ער זיך יא אביסל אן נאכן זיך נאעפרעגן ביי א קבהליסט. דער צמח צדיק ברענגט אים אין זיין ספר דרך מצותיך ערך תפילה.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 6, 2021 3:01 pm

· #469307
האסטו שוין דיין גאנצע ענטפער וואס די חילוק איז, ביי די מאמיני העשיריות האט ער זיך נאכגעפרעגט און פרובירט צו פארשטיין ויגעתי ומצאתי תאמין, די מאמיני השילוש האט ער נישט געוואלט פארשטיין האט ער זיך נישט נאכגעפרעגט ולא יגעתי ולא מצאתי תאמין, ואין לך דבר שעומד בפני הרצון.

עוקר הרים » דינסטאג אפריל 6, 2021 3:44 pm

· #469309
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
כרם זית
רביה''ק זי''ע
באמת זענען דא אסאך פאראלעלן וואס מ׳קען ציען צווישן די וועלט פון חז״ל און די ברית החדשה, איך מיין אז צו רוב חידושים פון יאשקע וואס שטייט נישט פריער קען מען טרעפן א פאראלעל אין גמרא.


בפרט אין ספרי קבלה וחסידות...

ערנסט גערעדט: אויב זאל יהושע זיין אין די צייטן פון די תניא וואלט געווען א ביאור פארוואס ער איז גט, ע"י צמצומים רבים זה אחר זה וכדו׳.



אגב, כהאב שוין לאנג געטראכט.. אז אזוי ווי אויף יעדע קשיא וואס איז דא אויף atheism לייגט מען פשוט צו נאך אפאר מיליאן יאר און אלעס ווערט פארענפערט.. די זעלבע זאך איז מוט חסידות/קבלה אויף יעדע קשיא לייגט מען פשוט צו נאך צימצימום און אלעס ווערט פארענפערט.....

אישתישבי » דינסטאג אפריל 6, 2021 4:10 pm

· #469310
רביה''ק זי''ע
באמת זענען דא אסאך פאראלעלן וואס מ׳קען ציען צווישן די וועלט פון חז״ל און די ברית החדשה, איך מיין אז צו רוב חידושים פון יאשקע וואס שטייט נישט פריער קען מען טרעפן א פאראלעל אין גמרא. די שאלה בלייבט נאר צו די געדאנקען זענען אריגינעל יאשקע׳ס חידושים צו די געדאנקען זענען אלטע וואס צירקולירן ביי אידן שוין פון פאר יאשקע און ביידע האבן עס גענומען פונעם זעלבן פלאץ.


אינטערעסאנט, אסאך חוקרים האלטען אז אסאך אגדות הש"ס באציען זיך צו אפשלאגן דער ברית החדשה.

שמערל » דינסטאג אפריל 6, 2021 5:45 pm

· #469317
די באוויסטע משל פון פון אפלטון פון די מענטשן וואס האבן געוואוינט אין א טינקעלען הייל און געגלייבט אז בעסערס איז נישטא (Allegory of the cave), ווערט דערמאנט אין ספרי חסידות ובתוכם אין ערבי נחל און אין ספרי חבד.

כרם זית » דינסטאג אפריל 6, 2021 9:46 pm

· #469334
אישתישבי


אינטערעסאנט, אסאך חוקרים האלטען אז אסאך אגדות הש"ס באציען זיך צו אפשלאגן דער ברית החדשה.


ווי די גמרא אין סוכה פון ששון ושמחה, אדער די גמרא אין סנהדרין שילה שמו וכו׳

דורש אמת » דינסטאג אפריל 6, 2021 11:01 pm

· #469339
סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
כרם זית
רביה''ק זי''ע
באמת זענען דא אסאך פאראלעלן וואס מ׳קען ציען צווישן די וועלט פון חז״ל און די ברית החדשה, איך מיין אז צו רוב חידושים פון יאשקע וואס שטייט נישט פריער קען מען טרעפן א פאראלעל אין גמרא.


בפרט אין ספרי קבלה וחסידות...

ערנסט גערעדט: אויב זאל יהושע זיין אין די צייטן פון די תניא וואלט געווען א ביאור פארוואס ער איז גט, ע"י צמצומים רבים זה אחר זה וכדו׳.

איך מיין נישט חוזק צו מאכן, אדרבה זאל מיר איינער ערקלערן פארוואס עס איז כפירה צו זאגן א יהושע איז גט, איז נישט כפירה צו זאגן אז יעדער אידן איז א חלק אלוקי ממעל ממש?
ס׳דא א באריכט פון א חבד׳סקער חסיד (פון מיטעלן רבי׳ן-דער זון פון בעל התניא) וואס איז געווארן א מיסיאנער פאר די נוצרים; האט ער געשריבן אז ס׳דא אסך ענליכקייטן צווישן חסידות און נצרית, און ס׳דא געוויסע יסודות פון נצרית וואס חסידים גלייבן אויך, צב״ש אמונת השילוש - ממילא, זאגט ער אז ס׳דא א שטארקע האפענונג צו קענען ווירקן אויף חסידים.

דורש אמת » דינסטאג אפריל 6, 2021 11:11 pm

· #469340
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
אבשלום בן מעכה
איך וועל אנהויבן א סעריע פון סלאגאנען און געדאנקען וואס מיר געפינען אין חז"ל, אבער די מקורות זענען פון נישט פון ריינע מקורות.

איך וועל אנהויבן מיטן באקאנטן "טול קורא מבין עיניך":
חז"ל זאגן אויף ויהי בימי שפוט השופטים, אז ווען די שופטים האבן נביאות געזאגט פאר אידן, האבן אידן צוריקגעענטפערט, "טול קורה מבין עיניך".

די ווערטער געפינען מיר שוין אין ברית החדשה, מתי פרק ז', אט ברענג איך אראפ דעם פרייען איבערזעצונג אין לשון-קודש:
3 מַדּוּעַ אַתָּה רוֹאֶה אֶת הַקֵּיסָם אֲשֶׁר בְּעֵין אָחִיךָ וְאֵינְךָ שָׂם לֵב לַקּוֹרָה אֲשֶׁר בְּעֵינְךָ? 4 אֵיךְ תֹּאמַר לְאָחִיךָ: 'הַנַּח לִי לְהוֹצִיא אֶת הַקֵּיסָם מֵעֵינְךָ', וְהִנֵּה הַקּוֹרָה בְּעֵינְךָ? 5 צָבוּעַ! הוֹצֵא תְּחִלָּה אֶת הַקּוֹרָה מֵעֵינְךָ; אַחֲרֵי כֵן תִּרְאֶה הֵיטֵב וְתוּכַל לְהוֹצִיא אֶת הַקֵּיסָם מֵעֵינוֹ שֶׁל אָחִיךָ. 6 אַל תִּתְּנוּ אֶת הַקֹּדֶשׁ לַכְּלָבִים וְאַל תַּשְׁלִיכוּ פְּנִינֵיכֶם לִפְנֵי הַחֲזִירִים, פֶּן יִרְמְסוּ אוֹתָם בְּרַגְלֵיהֶם וְיִפְנוּ וְיִטְרְפוּ אֶתְכֶם."





-אורייתא קוב״ה וישראל חד הוא
-אין נביא בעירו
נאך אסך אזעלכע מימרות קענט איר טרעפן אין ספר אלפא ביתא פון ר׳ שמואל אשכנזי

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 6, 2021 11:15 pm

· #469341
דורש אמת
ס׳דא א באריכט פון א חבד׳סקער חסיד (פון מיטעלן רבי׳ן-דער זון פון בעל התניא) וואס איז געווארן א מיסיאנער פאר די נוצרים; האט ער געשריבן אז ס׳דא אסך ענליכקייטן צווישן חסידות און נצרית, און ס׳דא געוויסע יסודות פון נצרית וואס חסידים גלייבן אויך, צב״ש אמונת השילוש - ממילא, זאגט ער אז ס׳דא א שטארקע האפענונג צו קענען ווירקן אויף חסידים.

😂

נאך איין מזל אז ס׳איז איהם נישט איינגעפאלן צו זאגן פארקערט, אז ווייל די נוצרים גלייבן אין געוויסע יסודות פון חסידות זאל זיין א שטארקע האפענונג אז מ׳זאל קענען ווירקן אויף די נוצרים...

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 6, 2021 11:29 pm

· #469344
אבשלום בן מעכה
איך וועל אנהויבן א סעריע פון סלאגאנען און געדאנקען וואס מיר געפינען אין חז"ל, אבער די מקורות זענען פון נישט פון ריינע מקורות.

איך וועל אנהויבן מיטן באקאנטן "טול קורא מבין עיניך":
חז"ל זאגן אויף ויהי בימי שפוט השופטים, אז ווען די שופטים האבן נביאות געזאגט פאר אידן, האבן אידן צוריקגעענטפערט, "טול קורה מבין עיניך".

די ווערטער געפינען מיר שוין אין ברית החדשה, מתי פרק ז', אט ברענג איך אראפ דעם פרייען איבערזעצונג אין לשון-קודש:
3 מַדּוּעַ אַתָּה רוֹאֶה אֶת הַקֵּיסָם אֲשֶׁר בְּעֵין אָחִיךָ וְאֵינְךָ שָׂם לֵב לַקּוֹרָה אֲשֶׁר בְּעֵינְךָ? 4 אֵיךְ תֹּאמַר לְאָחִיךָ: 'הַנַּח לִי לְהוֹצִיא אֶת הַקֵּיסָם מֵעֵינְךָ', וְהִנֵּה הַקּוֹרָה בְּעֵינְךָ? 5 צָבוּעַ! הוֹצֵא תְּחִלָּה אֶת הַקּוֹרָה מֵעֵינְךָ; אַחֲרֵי כֵן תִּרְאֶה הֵיטֵב וְתוּכַל לְהוֹצִיא אֶת הַקֵּיסָם מֵעֵינוֹ שֶׁל אָחִיךָ. 6 אַל תִּתְּנוּ אֶת הַקֹּדֶשׁ לַכְּלָבִים וְאַל תַּשְׁלִיכוּ פְּנִינֵיכֶם לִפְנֵי הַחֲזִירִים, פֶּן יִרְמְסוּ אוֹתָם בְּרַגְלֵיהֶם וְיִפְנוּ וְיִטְרְפוּ אֶתְכֶם."

אבשלום בן מעכה: איך האלט אז דו האסט א טעות איבער דעם גאנצן קאנסעפט. ערשטנס. וואס ס'שטייט אין ברית החדשה איז (עפ"י רוב) געגנב'עט פון אידישע מקורות. נאר זיי האבן עס א ביסל פארדרייט. צווייטנס. ואין בודקין מן המזבח ולמעלה. ס'איז נישט דא אפילו קיין צל של ספק אדער א הווה אמינא אז די חכמי התלמוד האבן עפעס געגנב'עט פון גוי'אישע מקורות. דאס יא. ווען ס'שטייט אין די גמ'..."היינו דאמרי אינשי"...אדער ..."פוק חזי מאי דבר עמא"... קען דאס מיינען די אלעגמיינע, גוי'אישע באפעלקערונג אויך...!

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 6, 2021 11:38 pm

· #469345
א הוספה צום פריער'דיגן מאמר: זיי די קריסטן האבן עפעס א לעגענדע אז ווען יאשקע איז איינמאל געקומען האלטן א דרשה איז דארט געווען א מענטש, א נכה, וועלכער האט נישט געקענט גיין אויף זיינע אייגענע פיס. ער האט געהאט שטארק חשק צו הערן די דרשה. אבער ס'איז געווען א געפאקטער זאל (ביהמ"ד?). האט מען אויפגעמאכט דעם דאך און מ'האט איהם אריינגעפיהרט אויבן אן אז ער זאלל קענען הערן די דרשה.

דו ווילסט מיר זאגן אז דאס איז נישט קיין געגנב'טע מעשה פון הילל הזקן ווען ער איז נאך געווען יונג. און דער שמש האט איהם נישט אריינגעלאזט אין ביהמ"ד צו הערן תורה פון שמעיה ואבטליון. איז ער ארויפגעגאנגען אויפ'ן דאך. והסיפור ידוע...! אזוי איז דא נאך צענדליגער מעשיות וואס די ערשטע קריסטן האבן געגנב'עט פון אידן. און עס א ביסל פארדרייט. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם...!

פון דארט נעמט זיך טאקע די גוי'אישע' אויסדרוק אז ..."מ'האט אויפגעהויבן דעם דאך"...ד.מ. אז מ'קערט איבער וועלטן כדי אז עפעס זאלל געשעהן...!

תוהו ובוהו » מיטוואך אפריל 7, 2021 2:48 am

· #469365
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
אנטשולדיגט פארן זיך אריינמישן אבער כ'האב נישט געכאפט די צושטעל פון די צוויי אגדות (חוץ פון דאס אז ביידע אינוואלווען א 'דאך'.)
די געדאנק איז היפש אנדערש..

ב. וואס מאכט דיר טראכטן אז 'זיי' האבן עס זיכער ("ווילסט מיר זאגן...") גע'גנב'עט פון 'אונז'. אפשר פארקערט..
אדער ביידע פון א נאך פריערדיגן אגדה.

(די אנגעבליכע מעשה האט געזאלט פאסירן ארום די זעלבע הונדערט פופציג יאר און אראפגעשריבען געווארן הונדערטער יארן שפעטער. ווען די קריסטליכע לעגענדע איז געשריבן געווארן ווייסעך נישט)


Sent from my KFDOWI using Tapatalk

תוהו ובוהו » מיטוואך אפריל 7, 2021 3:05 am

· #469366
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
berlbalaguleh
אבשלום בן מעכה
איך וועל אנהויבן א סעריע פון סלאגאנען און געדאנקען וואס מיר געפינען אין חז"ל, אבער די מקורות זענען פון נישט פון ריינע מקורות.

איך וועל אנהויבן מיטן באקאנטן "טול קורא מבין עיניך":
חז"ל זאגן אויף ויהי בימי שפוט השופטים, אז ווען די שופטים האבן נביאות געזאגט פאר אידן, האבן אידן צוריקגעענטפערט, "טול קורה מבין עיניך".

די ווערטער געפינען מיר שוין אין ברית החדשה, מתי פרק ז', אט ברענג איך אראפ דעם פרייען איבערזעצונג אין לשון-קודש:
3 מַדּוּעַ אַתָּה רוֹאֶה אֶת הַקֵּיסָם אֲשֶׁר בְּעֵין אָחִיךָ וְאֵינְךָ שָׂם לֵב לַקּוֹרָה אֲשֶׁר בְּעֵינְךָ? 4 אֵיךְ תֹּאמַר לְאָחִיךָ: 'הַנַּח לִי לְהוֹצִיא אֶת הַקֵּיסָם מֵעֵינְךָ', וְהִנֵּה הַקּוֹרָה בְּעֵינְךָ? 5 צָבוּעַ! הוֹצֵא תְּחִלָּה אֶת הַקּוֹרָה מֵעֵינְךָ; אַחֲרֵי כֵן תִּרְאֶה הֵיטֵב וְתוּכַל לְהוֹצִיא אֶת הַקֵּיסָם מֵעֵינוֹ שֶׁל אָחִיךָ. 6 אַל תִּתְּנוּ אֶת הַקֹּדֶשׁ לַכְּלָבִים וְאַל תַּשְׁלִיכוּ פְּנִינֵיכֶם לִפְנֵי הַחֲזִירִים, פֶּן יִרְמְסוּ אוֹתָם בְּרַגְלֵיהֶם וְיִפְנוּ וְיִטְרְפוּ אֶתְכֶם."

אבשלום בן מעכה: איך האלט אז דו האסט א טעות איבער דעם גאנצן קאנסעפט. ערשטנס. וואס ס'שטייט אין ברית החדשה איז (עפ"י רוב) געגנב'עט פון אידישע מקורות. נאר זיי האבן עס א ביסל פארדרייט. צווייטנס. ואין בודקין מן המזבח ולמעלה. ס'איז נישט דא אפילו קיין צל של ספק אדער א הווה אמינא אז די חכמי התלמוד האבן עפעס געגנב'עט פון גוי'אישע מקורות. דאס יא. ווען ס'שטייט אין די גמ'..."היינו דאמרי אינשי"...אדער ..."פוק חזי מאי דבר עמא"... קען דאס מיינען די אלעגמיינע, גוי'אישע באפעלקערונג אויך...!
אז ס'שטימט דיר נישט/נישט געשמאק צוטראכטן, אז זיי האבן ציטירט גוי'אישע מקורות קען דאס זיין ציטירט א פאלק'ס אויסדרוק וואס אידן האבן גענוצט און קומט ארגינאל פונעם ברית החדשה
(על אף ס'היפש מסתבר אז ביידע קומען פון פריערדיגע שותפות'דיגע מקורות ווי רביה''ק האט ערווענט)

בכל אופן איך האב יא א 'שאטן פון א קווענקעלניש'..

עט ליסט פארגינסטו זיי דעם טיטל 'אינשי':)




Sent from my KFDOWI using Tapatalk

אבשלום בן מעכה » מיטוואך אפריל 7, 2021 10:29 am

· #469377
נאך א דוגמא איז די געדאנק וואס ווערט געברענגט אין חסידי'שע און מוסר'דיגע ספרים, אז מען משפט דעם מענטש לויט ווי אזוי ער משפט אנדערע מענטשן. אט האט איר דעם צוטאט פון ברית חדשה, מתי ז':

ז "אַל תִּשְׁפְּטוּ לְמַעַן לֹא תִּשָּׁפְטוּ, 2 כִּי בַּמִּשְׁפָּט אֲשֶׁר אַתֶּם שׁוֹפְטִים תִּשָּׁפְטוּ וּבַמִּדָּה אֲשֶׁר אַתֶּם מוֹדְדִים יִמָּדֵד לָכֶם.

כרם זית » מיטוואך אפריל 7, 2021 10:49 am

· #469378
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
עס איז אויך א גמרא (והביאו הפייטן ר"א כהן בפיוטיו), במידה שאדם מודד וכו׳.

Sent from my LM-X210(G) using Tapatalk

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 7, 2021 4:39 pm

· #469400
תוהו ובוהו: אונז אידן מוזן בעל כורחינו גלייבן אז וואס ס'שטייט אין די גמ' איז בדרך כלל אמת. ממילא גלייבן מיר שוין פון זיך אליינס אז וואס די חז"ל זאגן איז אמת. עכ"פ זיי האבן נישט געגנב'ט קיין מאמרים. זיי אליין זאגן דאך ווי גרויס און וויכטיג איז אז מ'זאגט נאך א מאמר אדער ווארט בשם אומרו. ד.מ. אז מ'געט קרעדיט פאר דעם אריגינאלן בעל המימרא...!

והאיש משה » מיטוואך אפריל 7, 2021 5:24 pm

· #469402
berlbalaguleh

אבשלום בן מעכה: איך האלט אז דו האסט א טעות איבער דעם גאנצן קאנסעפט. ערשטנס. וואס ס'שטייט אין ברית החדשה איז (עפ"י רוב) געגנב'עט פון אידישע מקורות. נאר זיי האבן עס א ביסל פארדרייט. צווייטנס. ואין בודקין מן המזבח ולמעלה. ס'איז נישט דא אפילו קיין צל של ספק אדער א הווה אמינא אז די חכמי התלמוד האבן עפעס געגנב'עט פון גוי'אישע מקורות. דאס יא. ווען ס'שטייט אין די גמ'..."היינו דאמרי אינשי"...אדער ..."פוק חזי מאי דבר עמא"... קען דאס מיינען די אלעגמיינע, גוי'אישע באפעלקערונג אויך...!


די גאנצע נוסח ברית חדשה גנב'ט קריסטען גנב'ן און פארדרייען איז לענ"ד א טעות, דהיינו ווי ווייט איך פאשטיי האבן די קריסטן קיינמאל נישט געזאגט אז זיי זיינען פון אייביג אהן געווען די זאך, אונז זעמיר די מענטשן און די יודן גנב'ן פון אונז, נאר אדרבא זיי ווייסען און זאגען גאנץ קלאר אז די יודען זיינען געוען די זאך און אדרבא זיי בויען זיך אויף די תורה נביאים וכתובים און אפי' פארשידענע תנאים זענען זיי אויך מחשיב (ובתוכם הלל הזקן, וואס פארדעם זעה איך נישט קיין סיבה זיי זאלן וועלן אוועקגנבנן א מעשה פון אים ווייל הלל איז מאיזה סיבה אויף זייער ווייטליסט ווי מ'רופט עס, זיי האבן אפי' עפעס א מעשה מיט יוזל אלס קינד וכו וזה תשובה למה שכתבת למעלה שגנבו מעשה מהלל)

לפי זה זעה איך נישט קיין סיבה זיי זאלן דארפן "גנב'ן", און מ'זאל זיי בטיטלען "גנבים", אדרבא זיי "נעמען" און זאגן קלאר אז זיי "נעמען" וממילא קומט נישט אריין די אלע קולות מ"גנבט"... פארדרייט... קיינער "גנבט" נישט "מ'נעמט" און מ'גיט קרעדיט און מ'גייט ווייטער, זיי האבן אן א שיעור מעשיות וואס זיי צייכענן צי אונזערע מקורות (וואס פארקערט האב איך נאך קיינמאל נישט געזען ביז דא און קאווע שטיבל...)
(אויב עפעס קען איך עפעס א אנדערע רעליגיע וואס איז פארנומען טאג און נאכט, ווי אר די פיפעל, אלע גנב'ן פון אונז אא"וו וד"ל)

און די אמת איז ס'לייגט זי די מערסטע אויפן שכל ווי @רביה"ק האט פריער דערמאנט
רביה''ק זי''ע
באמת זענען דא אסאך פאראלעלן וואס מ׳קען ציען צווישן די וועלט פון חז״ל און די ברית החדשה, איך מיין אז צו רוב חידושים פון יאשקע וואס שטייט נישט פריער קען מען טרעפן א פאראלעל אין גמרא. די שאלה בלייבט נאר צו די געדאנקען זענען אריגינעל יאשקע׳ס חידושים צו די געדאנקען זענען אלטע וואס צירקולירן ביי אידן שוין פון פאר יאשקע און ביידע האבן עס גענומען פונעם זעלבן פלאץ.


בנוגע חסידות: האט מיר א גלח געזאגט אז יארן צוריק האט ער געזען א ביכל סיפורים און ווערטער פון חסידים ער האט עס דורכגעליינט, זאגט ער מיר בזה"ל: איך האב נישט געזען קיין איין איינציג ווארט וואס זאל זיין א סתירה צו מיין רעליגיע...

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אפריל 7, 2021 6:53 pm

· #469407
בכלל איז די גאנצע גניבה גערעדאכץ אינגאנצן נישט אין פלאץ, לשיטתם זענען זיי פונקט אזוי אידן ווי אונז נאר וויבאלד א טייל אידן האבן פארבלאנדשעט פונעם אמת האבן די יאשקע טרייע אידן זיך אפגעטיילט פון די כופרים און געמאכט שבת פאר זיך, און זייענדיג וואוילע מענטשן האבן זיי געלאזט באבוב זיך האלטן מיט׳ן נאמען... יאשקע האט גארנישט גע׳גנב׳ט פון קיינעם, סך הכל האט ער גענומען די רעליגיע פון זיינע עלטערן און פארטייטשט לויט זיין פארשטאנד, פונקט ווי אלע נביאים און רבנים פאר איהם און נאך איהם. שפעטער ווען פאול האט געשריבן אין די איגרת אל הגלטים אז א איד מיינט לאו דווקא איינער וואס זיינע עלטערן זענען אידן נאר יעדער וואס גלייבט אינעם טאטן און זוהן האט א חלק באלוק ישראל (Galatians 3:7) זענען שוין אלע מאמיני יאשקע אויטאמאטיש אידן און האבן פונקט אזא רעכט צו נעמען און פארטייטשן ווי זייער הארץ באגערט. די קראים האבן נישט גע׳גנב׳ט פון קיינעם, די רעפארמער האבן נישט גע׳גנב׳ט פון קיינעם, די זעלבע איז מיט די קריסטן. אז דו האלטסט אז יאשקע מיט זיינע נאכפאלגער זענען פארקראכטן פונעם אמת קען דיר קיינער נישט אפפרעגן, דאס ווארט גניבה קומט אבער נישט אריין דא.

תוהו ובוהו » מיטוואך אפריל 7, 2021 8:01 pm

· #469408
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
berlbalaguleh
תוהו ובוהו: אונז אידן מוזן בעל כורחינו גלייבן אז וואס ס'שטייט אין די גמ' איז בדרך כלל אמת. ממילא גלייבן מיר שוין פון זיך אליינס אז וואס די חז"ל זאגן איז אמת. עכ"פ זיי האבן נישט געגנב'ט קיין מאמרים. זיי אליין זאגן דאך ווי גרויס און וויכטיג איז אז מ'זאגט נאך א מאמר אדער ווארט בשם אומרו. ד.מ. אז מ'געט קרעדיט פאר דעם אריגינאלן בעל המימרא...!
"על כורחינו גלייבן" א לאגישע סתירה
#על כורחנו נאמין לדברי היוונים

טול קורה מבין עיניך איז נישט מער ווי א פאלקס אויסדרוק ארויסצוברענגן א באגריף פונקט ווי 'פיל בחור מחט' וכדו' און ס'קומט נישט אריין צוקרעדיטירן אויף דעם.

לענ''ד איז די גאנצע שאלה אן היסטארישע דהיינו אויף וויפיל און ווען האט זיך ביי אידן געדרייט נוצר'ישע שריפטן און וויפיל אימפאקט עס האט געקענט האבן אויפן קולטור (מיטן הנחה אז דאס איז נוצר'ישע ארגינאלן)

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

ונבנתה העיר » פרייטאג אפריל 9, 2021 1:45 pm

· #469579
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/84945">viewtopic.php?p=84945#p84945</a><!-- l -->

דורש אמת » פרייטאג אפריל 9, 2021 2:32 pm

· #469582
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
berlbalaguleh
אבשלום בן מעכה
איך וועל אנהויבן א סעריע פון סלאגאנען און געדאנקען וואס מיר געפינען אין חז"ל, אבער די מקורות זענען פון נישט פון ריינע מקורות.

איך וועל אנהויבן מיטן באקאנטן "טול קורא מבין עיניך":
חז"ל זאגן אויף ויהי בימי שפוט השופטים, אז ווען די שופטים האבן נביאות געזאגט פאר אידן, האבן אידן צוריקגעענטפערט, "טול קורה מבין עיניך".

די ווערטער געפינען מיר שוין אין ברית החדשה, מתי פרק ז', אט ברענג איך אראפ דעם פרייען איבערזעצונג אין לשון-קודש:
3 מַדּוּעַ אַתָּה רוֹאֶה אֶת הַקֵּיסָם אֲשֶׁר בְּעֵין אָחִיךָ וְאֵינְךָ שָׂם לֵב לַקּוֹרָה אֲשֶׁר בְּעֵינְךָ? 4 אֵיךְ תֹּאמַר לְאָחִיךָ: 'הַנַּח לִי לְהוֹצִיא אֶת הַקֵּיסָם מֵעֵינְךָ', וְהִנֵּה הַקּוֹרָה בְּעֵינְךָ? 5 צָבוּעַ! הוֹצֵא תְּחִלָּה אֶת הַקּוֹרָה מֵעֵינְךָ; אַחֲרֵי כֵן תִּרְאֶה הֵיטֵב וְתוּכַל לְהוֹצִיא אֶת הַקֵּיסָם מֵעֵינוֹ שֶׁל אָחִיךָ. 6 אַל תִּתְּנוּ אֶת הַקֹּדֶשׁ לַכְּלָבִים וְאַל תַּשְׁלִיכוּ פְּנִינֵיכֶם לִפְנֵי הַחֲזִירִים, פֶּן יִרְמְסוּ אוֹתָם בְּרַגְלֵיהֶם וְיִפְנוּ וְיִטְרְפוּ אֶתְכֶם."

אבשלום בן מעכה: איך האלט אז דו האסט א טעות איבער דעם גאנצן קאנסעפט. ערשטנס. וואס ס'שטייט אין ברית החדשה איז (עפ"י רוב) געגנב'עט פון אידישע מקורות. נאר זיי האבן עס א ביסל פארדרייט. צווייטנס. ואין בודקין מן המזבח ולמעלה. ס'איז נישט דא אפילו קיין צל של ספק אדער א הווה אמינא אז די חכמי התלמוד האבן עפעס געגנב'עט פון גוי'אישע מקורות. דאס יא. ווען ס'שטייט אין די גמ'..."היינו דאמרי אינשי"...אדער ..."פוק חזי מאי דבר עמא"... קען דאס מיינען די אלעגמיינע, גוי'אישע באפעלקערונג אויך...!
@berlbalaguleh

אידישע חוקרים האלטן אז די תלמוד האט געשעפּט אסך פונ׳ם ברית חדשה און נישט פארקערט.

דורש אמת » פרייטאג אפריל 9, 2021 2:38 pm

· #469583
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
berlbalaguleh
א הוספה צום פריער'דיגן מאמר: זיי די קריסטן האבן עפעס א לעגענדע אז ווען יאשקע איז איינמאל געקומען האלטן א דרשה איז דארט געווען א מענטש, א נכה, וועלכער האט נישט געקענט גיין אויף זיינע אייגענע פיס. ער האט געהאט שטארק חשק צו הערן די דרשה. אבער ס'איז געווען א געפאקטער זאל (ביהמ"ד?). האט מען אויפגעמאכט דעם דאך און מ'האט איהם אריינגעפיהרט אויבן אן אז ער זאלל קענען הערן די דרשה.

דו ווילסט מיר זאגן אז דאס איז נישט קיין געגנב'טע מעשה פון הילל הזקן ווען ער איז נאך געווען יונג. און דער שמש האט איהם נישט אריינגעלאזט אין ביהמ"ד צו הערן תורה פון שמעיה ואבטליון. איז ער ארויפגעגאנגען אויפ'ן דאך. והסיפור ידוע...! אזוי איז דא נאך צענדליגער מעשיות וואס די ערשטע קריסטן האבן געגנב'עט פון אידן. און עס א ביסל פארדרייט. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם...!

פון דארט נעמט זיך טאקע די גוי'אישע' אויסדרוק אז ..."מ'האט אויפגעהויבן דעם דאך"...ד.מ. אז מ'קערט איבער וועלטן כדי אז עפעס זאלל געשעהן...!
די ברית חדשה איז געשריבן געווארן אין די ערשטע יאר הונדערט. די תלמוד איז נישט געשריבן געווארן פאַר די אכטע אדער ניינטע יאר הונדערט לויט די היינטיגע פארשער. ממילא אויב איינער האט גענומען פון צווייטן האט עס דער תלמוד גענומען פון ברית חדשה און נישט די פארקערט


Sent from my iPad using Tapatalk

תוהו ובוהו » פרייטאג אפריל 9, 2021 3:36 pm

· #469586
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
berlbalaguleh
א הוספה צום פריער'דיגן מאמר: זיי די קריסטן האבן עפעס א לעגענדע אז ווען יאשקע איז איינמאל געקומען האלטן א דרשה איז דארט געווען א מענטש, א נכה, וועלכער האט נישט געקענט גיין אויף זיינע אייגענע פיס. ער האט געהאט שטארק חשק צו הערן די דרשה. אבער ס'איז געווען א געפאקטער זאל (ביהמ"ד?). האט מען אויפגעמאכט דעם דאך און מ'האט איהם אריינגעפיהרט אויבן אן אז ער זאלל קענען הערן די דרשה.

דו ווילסט מיר זאגן אז דאס איז נישט קיין געגנב'טע מעשה פון הילל הזקן ווען ער איז נאך געווען יונג. און דער שמש האט איהם נישט אריינגעלאזט אין ביהמ"ד צו הערן תורה פון שמעיה ואבטליון. איז ער ארויפגעגאנגען אויפ'ן דאך. והסיפור ידוע...! אזוי איז דא נאך צענדליגער מעשיות וואס די ערשטע קריסטן האבן געגנב'עט פון אידן. און עס א ביסל פארדרייט. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם...!

פון דארט נעמט זיך טאקע די גוי'אישע' אויסדרוק אז ..."מ'האט אויפגעהויבן דעם דאך"...ד.מ. אז מ'קערט איבער וועלטן כדי אז עפעס זאלל געשעהן...!
להעמיד הדברים על דיוקן
1 וַיְהִי מִיָּמִים וַיָּבֹא שֵׁנִית אֶל־כְּפַר נַחוּם וַיִּשְׁמְעוּ כִּי־הוּא בַבָּיִת׃ 2 וַיֵּאָסְפוּ רַבִּים מְהֵרָה עַד־אֶפֶס מָקוֹם לַעֲמֹד אַף־לִפְנֵי הַפָּתַח וַיְדַבֵּר אֲלֵיהֶם אֶת־הַדָּבָר׃ 3 וַיָּבֹאוּ אֵלָיו אֲנָשִׁים נֹשְׂאִים אִישׁ נְכֵה אֵבָרִים וַיִּשָּׂאֻהוּ בְּאַרְבָּעָה׃ 4 וְלֹא יָכְלוּ לָגֶשֶׂת אֵלָיו מִפְּנֵי הָעָם וַיָּסִירוּ אֶת־הַגָּג בַּמָּקוֹם אֲשֶׁר הָיָה שָׁם וַיַּחְתְּרוּ חֲתִירָה וַיּוֹרִידוּ אֶת־הַמִּשְׁכָּב אֲשֶׁר שָׁכַב עָלֶיהָ נְכֵה הָאֵבָרִים׃ 5 וַיְהִי כִּרְאוֹת יֵשׁוּעַ אֶת־אֱמוּנָתָם וַיּאֹמֶר אֶל־נְכֵה הָאֵבָרִים בְּנִי נִסְלְחוּ־לְךָ חַטֹּאתֶיךָ׃

דאס איז אין 'הבשורה על פי מרקוס' וואס איז אנגענומען צו האבן געשריבן געווארן אינעם צווייטן האלב פונעם ערשטן יאר הונדערט ווי @דורש אמת האט דערמאנט

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 9, 2021 3:54 pm

· #469590
תוהו ובוהו: אבער די מעשה מיט הילל הזקן איז געשעהן א סאך פריער...! סאו זאג דו אליין. אויב געגנב'עט... ווער האט געגנב'עט פון וועם?!...!

תוהו ובוהו » פרייטאג אפריל 9, 2021 4:08 pm

· #469591
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
berlbalaguleh
תוהו ובוהו: אבער די מעשה מיט הילל הזקן איז געשעהן א סאך פריער...! סאו זאג דו אליין. אויב געגנב'עט... ווער האט געגנב'עט פון וועם?!...!
סאך איז רעלאטיוו, 'טאפס' ארום הונדערט יאר פריער

ב. מעשיות געשעהן נישט, זיי ווערן פארציילט.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 9, 2021 5:05 pm

· #469600
זאלל זיין 100יאר. אבער וועם גלייבסטו מער. דעם ניו טעסטאמענט. אדער להבדיל די גמרא?!...!

איינער וואס האלט אז גמ' איז איין שטיק פון אויפגעמאכטע, אויפגעבאבעטע מעשיות און געגנב'עטע שקרים און ליגנט וואס די חז"ל האבן געגנב'עט (עפ"ל) האט זיין גאנץ אידישקייט נישט קיין ווערד. ווייל אז ער האלט אז אונזערע חכמים און זייערע ווערטער וואס זענען די טייערסטע און מערסטע חשוב זענען נישט באגלייבט. נאר זיי זענען ח"ו, הס מלהזכיר געווען א באנדע פון גנבים, ליגנערס און שווינדלערס, דארף ער גארנישט גלייבן וואס זיי זאגן. אפילו די הלכות וואס זיי האבן געלערנט זענען געגנב'עט און פאלש. קען ער זיך שןין שמד'ן . און הנאה האבן פון די וועלט. ער קען עסן חזיר געפרעגלט מיט פוטער. און צו טרינקען א קאווע. ער קען עסן טשיעז בוירגערס. און ער קען פארן אום שבת מיט א קאר. אדער לכה"פ אנצינדן דעם טעלעוויזשן און רייכערן ציגארעטלעך...!

ווען איך וואלט (ח"ו) געהאלטן אזוי ווי א טייל פון אט די טיפשים און אפיק8ורסים האלטן, וואלט איך מיך געשעמט צו דערציילן אז איך בין א איד. און איך באלאנג צו דעם פאלק וואס זיינע גרעסטע חכמים זענען געווען גנבים און שווינדלערס. (נאכאמאל. עפ"ל)

תרמב » זונטאג אפריל 11, 2021 9:47 am

· #469667
אפשר שעמען זיי זיך טאקע?

צפור בודד » זונטאג אפריל 11, 2021 10:01 am

· #469668
פילא בקופא דמחטא
And again I say unto you, It is easier for a camel to go through the eye of a needle, than for a rich man to enter into the kingdom of God. (Matthew 19:24)l
דעלך סני לחברך לא תעביד זו היא כל התורה כולה
Therefore, whatever you want men to do to you, do also to them, for this is the Law and the Prophets. (Matthew 7:12)l

תוהו ובוהו » זונטאג אפריל 11, 2021 2:42 pm

· #469694
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
צפור בודד
פילא בקופא דמחטא
And again I say unto you, It is easier for a camel to go through the eye of a needle, than for a rich man to enter into the kingdom of God. (Matthew 19:24)l
דעלך סני לחברך לא תעביד זו היא כל התורה כולה
Therefore, whatever you want men to do to you, do also to them, for this is the Law and the Prophets. (Matthew 7:12)l
ביידע איז עטוואס אנדערש די ערשטע: 'גמל' בקוף המחט
(במקום כלשהו ראיתי שהפיל לא היה ידוע בפלסטין בתקופה ההיא ולכן החיה הכי גדולה היה הגמל. לא יודע אם זה נכון, אבל הפיל הסורי נכחד כבר כ700 שנה לפני כן ויכול להיות שהפיל האפריקני לא הגיע לשם)

די צווייטע איז אין א חיובי'שע קאנעטאציע 'מה שעליך אהוב תעשה לחבירך'

אבער ביידע איז לכאורה נאכגעשריבען גענוצטע אויסדרוקען ווי איידער נייע חידושים, (פונקט ווי ס'מיר נישט בייגעפאלן צוטראכטן אז די גמרא האט זיי אויסגעטראפען...)

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

צפור בודד » זונטאג אפריל 11, 2021 3:36 pm

· #469697
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
אין דער צווייטער, איז דער "זו כל התורה כולה" אין א וועג א גרעסערער חידוש.

דורש אמת » זונטאג אפריל 11, 2021 4:00 pm

· #469698
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
תוהו ובוהו
צפור בודד
פילא בקופא דמחטא
And again I say unto you, It is easier for a camel to go through the eye of a needle, than for a rich man to enter into the kingdom of God. (Matthew 19:24)l
דעלך סני לחברך לא תעביד זו היא כל התורה כולה
Therefore, whatever you want men to do to you, do also to them, for this is the Law and the Prophets. (Matthew 7:12)l
ביידע איז עטוואס אנדערש די ערשטע: 'גמל' בקוף המחט
(במקום כלשהו ראיתי שהפיל לא היה ידוע בפלסטין בתקופה ההיא ולכן החיה הכי גדולה היה הגמל. לא יודע אם זה נכון, אבל הפיל הסורי נכחד כבר כ700 שנה לפני כן ויכול להיות שהפיל האפריקני לא הגיע לשם)

די צווייטע איז אין א חיובי'שע קאנעטאציע 'מה שעליך אהוב תעשה לחבירך'

אבער ביידע איז לכאורה נאכגעשריבען גענוצטע אויסדרוקען ווי איידער נייע חידושים, (פונקט ווי ס'מיר נישט בייגעפאלן צוטראכטן אז די גמרא האט זיי אויסגעטראפען...)

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
די צווייטע גלייב איך ניט אז סע זאל זיין נאכגעשריבן פון ערגעץ. מן הסתם איז דאס אן אריגינעלע זאג פון דעם מחבר פון ספר מתי און אפשר טאקע פון אותו האיש; מיר האבן דאס אדאָפטירט און ארויפגעוואָרפן אויף היללן כדי שיתקבלו הדברים. ווי די גמרא זאגט שוין הרוצה להיחנק יתלה באילן גדול


Sent from my iPad using Tapatalk

תוהו ובוהו » זונטאג אפריל 11, 2021 4:10 pm

· #469700
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
צפור בודד
אין דער צווייטער, איז דער "זו כל התורה כולה" אין א וועג א גרעסערער חידוש.
ריכטיג. וואו. כ'האב דאס פארזעהן.

כאטש פון די קאנטעקסט קוקט אויס ווי ס'אביסל אן אנדער נקודה.
בשעת אין חז"ל קוקט דאס אויס צו זיין א וועג צו 'מעסטן' שלעכטס (ווילסט וויסן צו ס'איז בע'טעמ'ט טראכט אז יענער טוט דאס צו דיר..)
קוקט דארט עס אויס צו זיין א ווארנונג צום ערווארטעטן 'מדה כנגד מדה' וואס וועט נאכפאלגן.

1 אַל־תִּשְׁפֹּטוּ לְמַעַן אֲשֶׁר לֹא תִּשָּׁפֵטוּ׃
2 כִּי בַמִּשְׁפָּט אֲשֶׁר אַתֶּם שֹׁפְטִים תִּשָּׁפֵטוּ וּבַמִּדָּה אֲשֶׁר אַתֶּם מֹדֲדִים יִמַּד לָכֶם׃ וגו' 12 לָכֵן כֹּל אֲשֶׁר תִּרְצוּ שֶׁיַּעֲשׂוֹּ לָכֶם בְּנֵי הָאָדָם עֲשׂוֹּ לָהֶם גַּם־אַתֶּם כִּי־זֹאת הַתּוֹרָה וְהַנְּבִיאִים׃

כאטש ס'איז זייער מעגליך אז כ'האב א טעות אינעם גאנצן קאנסעפט פון מדה כנגד מדה דארט, און ס'איז ליבערשט א סאצאלאגישע רעזולטאט ווי איידער א גט'ליכע שטראף.

איי געס מען דארף קאלן די תנך העלפ סענטער אויף 1800 God ext. Jesus


Sent from my KFDOWI using Tapatalk

תוהו ובוהו » זונטאג אפריל 11, 2021 4:12 pm

· #469701
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
דורש אמת
תוהו ובוהו
צפור בודד
פילא בקופא דמחטא
And again I say unto you, It is easier for a camel to go through the eye of a needle, than for a rich man to enter into the kingdom of God. (Matthew 19:24)l
דעלך סני לחברך לא תעביד זו היא כל התורה כולה
Therefore, whatever you want men to do to you, do also to them, for this is the Law and the Prophets. (Matthew 7:12)l
ביידע איז עטוואס אנדערש די ערשטע: 'גמל' בקוף המחט
(במקום כלשהו ראיתי שהפיל לא היה ידוע בפלסטין בתקופה ההיא ולכן החיה הכי גדולה היה הגמל. לא יודע אם זה נכון, אבל הפיל הסורי נכחד כבר כ700 שנה לפני כן ויכול להיות שהפיל האפריקני לא הגיע לשם)

די צווייטע איז אין א חיובי'שע קאנעטאציע 'מה שעליך אהוב תעשה לחבירך'

אבער ביידע איז לכאורה נאכגעשריבען גענוצטע אויסדרוקען ווי איידער נייע חידושים, (פונקט ווי ס'מיר נישט בייגעפאלן צוטראכטן אז די גמרא האט זיי אויסגעטראפען...)

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
די צווייטע גלייב איך ניט אז סע זאל זיין נאכגעשריבן פון ערגעץ. מן הסתם איז דאס אן אריגינעלע זאג פון דעם מחבר פון ספר מתי און אפשר טאקע פון אותו האיש; מיר האבן דאס אדאָפטירט און ארויפגעוואָרפן אויף היללן כדי שיתקבלו הדברים. ווי די גמרא זאגט שוין הרוצה להיחנק יתלה באילן גדול


Sent from my iPad using Tapatalk
אינעם מקור קוקט עס אויס צו זיין א סך הכל פון וואס שטייט פריער ווי איידער א saying

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

דורש אמת » זונטאג אפריל 11, 2021 4:25 pm

· #469703
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
מע הערט נאכזאגן פונעם בעשט און פון רבי ישראל סאלאנטער : דאס וואס גייט ארויס פון מויל איז וויכטיגער ווי דאס וואס גייט אריין אין מויל. דער זאג שטאמט פונעם ברית חדשה בשם יויזל. א מוראדיגע מעשה דערוועגן וועט איר טרעפן אין די זכרונות פון הרב יעקב מזאה אונטערן קעפל הב״ח הקדוש.


Sent from my iPad using Tapatalk

צפור בודד » זונטאג אפריל 11, 2021 4:27 pm

· #469704
אלץ קינד געדענק איך אז קינדער האבן געזאגט איבער דער קינדער מעשה פון א אינגל וואס שרייט כסדר "וואלף" ווען ס'איז נישט דא קיין וואלף, און דערנאך ווען ס'קומט יא א וואלף גלייבט מען אים נישט, אז די מעשה ווערט געברענגט אין מדרש. למעשה, דאכט זיך מיר אז די דערציילונג איז פון איסאפ'ס פעיבלס (Aesop's Fables) וואס איז אסאך עלטער ווי דער מדרש.

דער מוסר השכל דערפון איז אין דער מאמר חז"ל פון כך הוא עונשו של בדאי... נאר איך רעד פון דער משל\דערציילונג.

איך קען איצט נישט זוכן מקורות און אפשר ווייסט עמעצער.

דורש אמת » זונטאג אפריל 11, 2021 5:14 pm

· #469710
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
צפור בודד
אין דער צווייטער, איז דער "זו כל התורה כולה" אין א וועג א גרעסערער חידוש.
ווען ישו זאגט כי זאת התורה והנביאים האט דאס די זעלבע באדייט ווי ״זו היא כל התורה כולה״ כאטש אין די גמרא איז דער לשון פארברייטערט. כידוע איז חזלס לשון לענגער ווי לשון המקרא


Sent from my iPad using Tapatalk

תוהו ובוהו » מאנטאג אפריל 12, 2021 2:34 pm

· #469780
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
צפור בודד
אלץ קינד געדענק איך אז קינדער האבן געזאגט איבער דער קינדער מעשה פון א אינגל וואס שרייט כסדר "וואלף" ווען ס'איז נישט דא קיין וואלף, און דערנאך ווען ס'קומט יא א וואלף גלייבט מען אים נישט, אז די מעשה ווערט געברענגט אין מדרש. למעשה, דאכט זיך מיר אז די דערציילונג איז פון איסאפ'ס פעיבלס (Aesop's Fables) וואס איז אסאך עלטער ווי דער מדרש.

דער מוסר השכל דערפון איז אין דער מאמר חז"ל פון כך הוא עונשו של בדאי... נאר איך רעד פון דער משל\דערציילונג.

איך קען איצט נישט זוכן מקורות און אפשר ווייסט עמעצער.
ריכטיג. און די מעשה ווערט בכלל נישט געברענגט אין מדרש.

נאך פון זיינע משלים וואס מ'געפינט אין חז''ל:

די פייגל וואס נעמט ארויס א ביין פונעם לייב'ס האלז.
די פוקס וואס האט געפאסט צו קענען אריינגיין אין כרם און נאכדעם געפאסט ארויסצוגיין.

און די באקאנטע מעשה'לע פון א פארמעסט צווישן א טשורעפאכע און א האזל ווי די האזל שלאפט איין און די טשורעפאכע געווינט, איז אויך פון אים

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

צפור בודד » מאנטאג אפריל 12, 2021 2:59 pm

· #469782
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
וואו אין חז"ל איז פון דער וואלף?

תוהו ובוהו » מאנטאג אפריל 12, 2021 3:05 pm

· #469785
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
צפור בודד
וואו אין חז"ל איז פון דער וואלף?
אין חז''ל שטייט נאר דער מוסר השכל פון 'כך עונשו של בדאי' ווי דו האסט געשריבן.
סנהדרין פט
אבות דר''נ

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

אישתישבי » מאנטאג אפריל 12, 2021 4:16 pm

· #469788
אין נביא בעירו שטייט אין חתם סופר בשם חז"ל, און עס שטייט אין דער נייע טעסטאמענט בשם יאשקע.

<a class="postlink" href="http://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=23144">http://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=23144</a>

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 12, 2021 10:45 pm

· #469813
דו האסט א הווה אמינא אז די חז"ל האבן עס (ח"ו) געגנב'עט פונ'ם נייעם טעסטאמענט. אדער פארקערט...! אויב דאס זאלל זיין דער פאל (אז א יעדעס גוטע ווארט און אבזערוואציע האבן די חכמים (ח"ו) געגנב'עט פון אנדערע , גוי'אישע מקורות) דאמאלס זענען זיי נישט אזעלכע חכמים. נאר א באנדע גנבים און שווינדלערס, הס מלהזכיר, עפ"ל. דאמאלס דארף מען נישט נאכגיין זייערע רייד. און מ'קען טון וואס מ'ווילל. מ'קען אנצינדן די לייט אום שבת קודש. אויך קענמען אנצינדן דעם טעלעוויזשן און קאמפיוטער. מ'קען אויך פרעגלען חזיר אין פוטער. און עסן אלערליי שקצים ורמשים...!? און ווער ס'האלט יא די אלע רעסטריקשנס איז א נאר.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 12, 2021 10:50 pm

· #469814
ר' בערל, וואס זאל איך דיר זאגן, ביזט צוקער זיס. איך זעה אז דו הייבסט שוין אן פארשטיין די אטדס, דו פארשטייסט זיי שוין באלד בעסער פון מיר, ואם בארזים נפלה שלהבת... 😛

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 12, 2021 10:56 pm

· #469815
רביה"ק זי"ע: די או. טי. די.'ס זענען נאר געווארן אזוי פאר די זעלבע סיבה. ווייל מ'האט נישט משריש געווען אין זיי אמונה בהשי"ת און אמונת חכמים. און זיי האבן נאר מקיים געווען די מצוות כמעשה קוף בעלמא...!

אישתישבי » מאנטאג אפריל 12, 2021 11:29 pm

· #469817
berlbalaguleh
דו האסט א הווה אמינא אז די חז"ל האבן עס (ח"ו) געגנב'עט פונ'ם נייעם טעסטאמענט. אדער פארקערט...! אויב דאס זאלל זיין דער פאל (אז א יעדעס גוטע ווארט און אבזערוואציע האבן די חכמים (ח"ו) געגנב'עט פון אנדערע , גוי'אישע מקורות) דאמאלס זענען זיי נישט אזעלכע חכמים. נאר א באנדע גנבים און שווינדלערס, הס מלהזכיר, עפ"ל. דאמאלס דארף מען נישט נאכגיין זייערע רייד. און מ'קען טון וואס מ'ווילל. מ'קען אנצינדן די לייט אום שבת קודש. אויך קענמען אנצינדן דעם טעלעוויזשן און קאמפיוטער. מ'קען אויך פרעגלען חזיר אין פוטער. און עסן אלערליי שקצים ורמשים...!? און ווער ס'האלט יא די אלע רעסטריקשנס איז א נאר.


איך האב געשריבן

אין נביא בעירו שטייט אין חתם סופר בשם חז"ל, און עס שטייט אין דער נייע טעסטאמענט בשם יאשקע


כלומר, עס שטייט נישט אין חז"ל, עס שטייט אין דער נייער טעסטאמענט בשם יאשקע. ד.ה. אז אין אנדערע ווערטער קען אפשר א תמים טענה'ן אז דער חתם סופר רופט יאשקע חז"ל חלילה. קענסט מסביר זיין וואס די ווילסט ר' בערל?
בלאט: 1 2